טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:05 am
סמיט וויל נישט זעהן טראמפ אין תפיסה

ער וויל זעהן טראמפ פארלירן די וואלן

בדרך הטבע גייט אים ביידען פארדענען אדער גייט ער נעמען א פלי דיעל
שטארקע שטארקע ווערטער, איי עגרי, עפ"י רוב.

די עכטע ציל איז (געווען) צו מאכן טראמפ נישט קענען לויפן. תפיסה איז א בדיעבד, לעסט ריזארט צו דערגרייכן דעם ציל.

באשר הוא שם יעצט דאנערשטאג איז די וועג אויסגעפלאסטערט פאר טראמפ סיי צו לויפן און סיי צו געווינען.

די דזשארדזשיע עלעקשאן דינייעל קעיס איז שוין נאך סתימת הגולל.
די ניו יארק ביזנעס פראוד קעיס וועט זיין מסודר, פאר א גאר טייערע פרייז טאקע, אבער ער וועט עס סורווייווען.
די פעדעראלע וואשינגטאן עלעקשאן דינייעל קעיס איז יעצט געווארן אפגעשטופט וועגן די סופרים קאורט אימיוניטי שאלה*.
די קעיס פון אראפנעמען טראמפ פון בעלאט וועגן אינסורעקשאניסט איז נאך סתימת הגולל אין סופרים קאורט.

* די אימיוניטי קעיס וועט טראמפ פארלירן, גרויס פארלירן.

1) דער סופרים קאורט וועט אים געבן די בעלאט שאלה, אבער נישט די אימיוניטי שאלה, זיי קענען נישט גיין אזוי 100 פראצענט פאר טראמפ.

2) אפילו מיט נעמען די קעיס האבן זיי שוין געגעבן פאר טראמפ חדשים דילעי, א שטארקע געווינס וואס מאכט די קעיס כמעט אומרעלעוואנט ביז די וואלן, ממילא אפילו זיי ווילן אים העלפן האבן זיי אים שוין געהאלפן און די עצם אורטייל קען שוין זיין קעגן אים.

3) די אימיוניטי קעיס וועט גיין קעגן טראמפ "פאר די זעלבע סיבה" וואס די בעלאט קעיס גייט פאר אים. דהיינו, ביי די בעלאט קעיס, לאז אים לויפן און די פאלק וועט שוין דיסיידן וואס צו טון. ביי די אימיוניטי קעיס, לאז אים זיין אין געריכט ווי יעדער איינער און זאל די דזשורי דיסיידן וואס צו טון.

4) די פרעזידענט אימיוניטי טענה איז נאך קיינמאל נישט געווען אין געריכט. ער "וויל" עס מחדש זיין. די קאורט וועט נישט וועלן מחדש זיין א נייע זאך.

5) טראמפ טענהט אז מען מוז בעל כרחך געבן אימיוניטי פאר א פרעזידענט, אויף אלעס וואס ער טוט אלס פרעזידענט, ווייל אויב נישט קען יעדער מאן דהו אנקלאגן א פרעזידענט אויף פאליסיס וואס מען האלט דערקעגן. למשל, מקען אנגעבליך אנקלאגן בוש פאר די איראק מלחמה, אדער אבאמא פארן לאזן שיסן עפעס א פארברעכער. אז מען זוכט דוקא עפעס מיט וואס אנצוקלאגן אויף אזעלכע זאכן, קען מען טרעפן, עס ווענדט אין די שנאה און די רצון. (עי' ערך ראשע קאלושאן, געהיימע דאקומענטן מאראלאגא, ועוד).

ער האט א טענה, אבער וואו איז די ליניע צווישן דעם און שיסן איינעם אויף פינפטע עוועניו?

דארט וועט זיך דער סופרים קאורט שטעלן. איך שמעק א סברא אז אויב דעם פרעזידענט'ס אקט איז סתם אזוי א חלק פון זיין ארבייט, פון זיין פאליסי, למשל איראק מלחמה אדער לאו אינפארסמענט, האט ער אימיוניטי. די קאורט וועט עס נישט מאכן אפיציעלע אימיוניטי, נאר טרעפן א וועג אז נארמאלע זאכן אין זיין "ליין אוו דוטי" קען מען נישט אנקלאגן. פארדעם איז ער פרעזידענט, און ער דארף האבן די פריוויליגיע פון מאכן באלאנצירטע באשלוסן לויט ווי ער זעהט ריכטיג. קאנגרעס מיטגלידער האבן אויך געוויסע אימיוניטי אלס טייל פון זייער פארלאמענטערישע ליין אוו דוטי'ס.

אבער זאכן וואס זענען נארמאל "נישט" אין די ליין אוו דוטי, למשל איבערדרייען וואל רעזולטאטן, איז די זעלבע נישט אין די ליין אוו דוטי ווי שיסן איינעם אויף פיפט עוועניו. פארוואס אימיוניטי בכלל? ער מעג עפעס טון וואס ער וויל אפילו די מערסטע קרימינאלע פארברעכן? קענסט אפשר זאגן מ'קען נישט אנקלאגן א זיצנדער פרעזידענט, מ'קען אים אימפיטשן, מ'קען ווארטן ביז ער ווערט אויס פרעזידענט. אבער וואס איז "יעצט" די אימיוניטי אלס פשוטער בירגער ווי יעדער איינער? קענסט אפילו זאגן אז ער האט געמעגט איבערדרייען די וואלן ווייל "ער האט געהאלטן" דאס איז זיין ליין אוו דוטי אלס פרעזידענט! פיין! אבער דאס איז שוין א דיון "אין" קרימינאל געריכט, עס קען זיין א גוטע "דיפענס," ער האט געהאלטן אז דער פרעזידענט מוז באשיצן דעם "עכטן" געווינער(...). מסכים. לאמיר רעדן דערפון אין קאורט. אבער עס האט מיט "אימיוניטי" נישט קיין שייכות. זאל עס גיין אין די געהעריגע קאורט סיסטעם. ער קען נאך ארויסגיין פיין "אומשולדיג"!

אויב ער האט געשאסן איינעם אויף פיפט עוועניו, און נאכ'ן ווערן אויס פרעזידענט שלעפט מען אים אין קרימינאלן געריכט אויף דעם, קען ער טענהן אז ער אלס קאמענדער אין טשיף האט באשלאסן אויף די סעקונדע אז שיסן יענעם איז אין די נאציאנאלע אינטערעסן פון אמעריקע. מעגליך. ער האט די שאנס דאס צו טענה'ן. אבער וועגן דעם זאל מען אים נישט קענען רופן אין קאורט בכלל? ען. או. נאט העפענינג. קום אין קאורט, קאנווינס די דזשורי אז דו האסט געשאסן פאר אמעריקאנער זיכערהייט, און זאלן זיי דיר זאגן אומשולדיג.

וכנ"ל, די לעגאלע קעיס וועט זיין קעגן אים, אבער די סופרים קאורט האט אים שוין געגעבן א שטארקע פאליטישע זיג צו נעמען די קעיס.

נאך זייער אורטייל קעגן טראמפ, וועט זיך ערשט אנהייבן די קאורט פון אלף, מיט א גאנצע פראצעס, און אפעלאט נאך אפעלאט, א שיינע לאנגע צייט מיט א מיטוואך.

-

אבער צוריק צום ענין.

אויב ער פארלירט די וואלן אין נאוועמבער וועט אים ביידן פארדאנירן אז אמעריקע זאל קענען אנהויבן א נייע בלעטל, אדער וועט ער נעמען א פלי בארגעין, וואס מ'וועט אים לכאורה גרינג געבן ווייל ער וועט שוין האבן געבליבן אומשעדליך אין זייערע אויגן.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הוספה

וועגן די "בעלאט" פראגע, צי מען זאל באזייטיגן טראמפ פון די בעלאט אלס אינסורעקשאניסט.

טויזנט פראצענט וועט די סופרים קאורט אים יא לאזן אויפ'ן בעלעט, איינשטימיג.

און פאר די זעלבע סיבה אים "נישט" געבן אימיוניטי פאר'ן וועלן איבערדרייען די וואלן.

מען דארף נאר נעמען א שטיקל פון די פעדעראלע וואשינגטאן אינדייטמענט קעגן אים, פון ספעשל קאונסיל דזשעק סמיט.

Good evening. Today, an indictment was unsealed charging Donald J. Trump with conspiring to defraud the United States, conspiring to disenfranchise voters, and conspiring and attempting to obstruct an official proceeding. The indictment was issued by a grand jury of citizens here in the District of Columbia and sets forth the crimes charged in detail. I encourage everyone to read it in full.

The attack on our nation’s capital on January 6, 2021, was an unprecedented assault on the seat of American democracy. As described in the indictment, it was fueled by lies. Lies by the defendant targeted at obstructing a bedrock function of the U.S. government, the nation’s process of collecting, counting, and certifying the results of the presidential election.
...

In this case, my office will seek a speedy trial so that our evidence can be tested in court and judged by a jury of citizens. In the meantime, I must emphasize that the indictment is only an allegation and that the defendant must be presumed innocent until proven guilty beyond a reasonable doubt in a court of law .

דא ביי די פעדעראלע קרימינאלע קעיס קעגן טראמפ פארשטייט מען אז ער ווערט טאקע אנגעקלאגט גאר גאר הארב, ממש אונטערברענגען אמעריקע, אבער נאך אלץ איז דער יחיד אנגענומען אלס "אומשולדיג" ביז עס וועט איבערגעוויזן, העכער יעדע נארמאלע ספק, אין א קאורט אוו לאו, אז ער איז יא שולדיג.

טא פארוואס ביי די בעלעט אישו, וואו דו ווילסט אוועקנעמען די רעכטן ("דיסאינפרענטשייז", געלערנט אין סאטמאר טרופ) פון 70 מיליאן אמעריקאנער צו שטימען פאר זייער קאנדידאט, קען יעדער ווילעדזש קלערק געבן א ווינק און אראפנעמען דעם קאנדידאט פון די בעלעט, פשוט ווייל יענער האט געהאט א חלום אז ער וויל אונטערברענגען אמעריקע - דא דארף מען נישט די זעלבע סטאנדארטן ווי ביי א פשוטע פעדעראלע קעיס קעגן איין מענטש???????????
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער סופרים קאורט האט פשוט געגעבן פאר טראמפ 7 וואכן פאר פרי, זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי טוען.

דאס קומט נאך וואס ווען סמיט האט זיי געבעטן אנצונעמען די קעיס חדשים צוריק ווען טראמפ האט עס ארגינעל אפעלירט צום אפעלאט געריכט. דעמאלטס האבן זיי רעפיוזט.

נאך וואס עס איז זייער שטארק נישט מסתבר אז זיי וועלן נישט ארויסטראסקענען זיין באוגוס קלעים וואס מיינט אגב אז ביידן מעג אים יעצט אומברענגען.

חברה זאגן אז אויב דער געריכט וועט אים געבן א גלאטן ניין, איז ווען נאך שייך צו מאכן דעם געריכט אין אגאוסט, אבער אויב זיי וועלן ארויסגעבן א גאנצן פסק וואס יא און וואס נישט, איז שוין נישט שייך פאר די וואלן.

דאס מיינט שטייצעך אז זיי גייען ווארשיינליך טאן די צווייטע..
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

תגובה דורך American Dream »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:06 pm

וואס האט ביידענס שיקן נעווי סעליס הארגענען טראמפ מיט זיין ארבעט אלטס פרעזידענט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ'ס טענה איז אז וואס נאר ער טוט איז אימיונט, ווייל לויט אים האט עס שייכות מיט די ארבעט.

למשל: איבערדרייען די וואל רעזולטאטן = כדי צו קענען בלייבן פרעזידענט.

די זעלבע זאך איז בנוגע הרג'נען טראמפ.

אדער קען מען דאס טאן מיט דעם ראשע אויסרייד וכדו'..
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובה דורך abeg »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 pm

אױב דער פרעזידענט שיקט נעווי סעליס צי הארגענען אײנעם קען מען אנקלאגען דער פרעזידענט בשעת ער איז פרעזידענט?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:29 pm

לויט די פאליסי פון דעם יוסטיץ דעפארטמענט? ניין.

לעגאל (און למשל די פאמיליע און גואלי הדם) אמאי לא?

שטייצעך אז מען רעדט על הצד אז דער געריכט קויפט נישט טראמפ'ס באגוס. און שטייצעך אז מען רעדט נישט פון אנוואר על אוולאקי און אויך נישט פון אסאמא בין לאדען.
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 pm
טראמפ'ס טענה איז אז וואס נאר ער טוט איז אימיונט, ווייל לויט אים האט עס שייכות מיט די ארבעט.

למשל: איבערדרייען די וואל רעזולטאטן = כדי צו קענען בלייבן פרעזידענט.

די זעלבע זאך איז בנוגע הרג'נען טראמפ.

אדער קען מען דאס טאן מיט דעם ראשע אויסרייד וכדו'..
מען קען נאר איבערדרייען רוזאלטאטן אויב עס איז באשטעטיקט

טראמפ זאגט אזוי איך האב געטון מיין ארבעט אלטס פרעזידענט צו זיכער מאכן אז די עלעקשען איז אויסגעהאלטן יעצט סמיט טאנעט אז די האסט געטון איליגאל זאכן אינדערמיט טראמפ ענטפערט אז חוץ פון דעם וואס איז פשוט נישט אמת וואס אפילו אויב יא מאכט עס נישט אויס צילוב וואס איך האב אימיוניטי

איז די סופרים קאורט דארף פסקענען צוויי זאכן,

ערשט אויב טראמפ'ס שריט צו צו פרובירן אויפווייזן אז ער האט עכט געווינען די וואלן, האט ער געטון זיין אלטס ארבעט פרעזידענט
צווייטענס אויב לאמיר זאגן יא צו א פרעזידענט איז אימיונט אויף אזא קריים
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:06 pm
דער סופרים קאורט האט פשוט געגעבן פאר טראמפ 7 וואכן פאר פרי, זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי טוען.

דאס קומט נאך וואס ווען סמיט האט זיי געבעטן אנצונעמען די קעיס חדשים צוריק ווען טראמפ האט עס ארגינעל אפעלירט צום אפעלאט געריכט. דעמאלטס האבן זיי רעפיוזט.

נאך וואס עס איז זייער שטארק נישט מסתבר אז זיי וועלן נישט ארויסטראסקענען זיין באוגוס קלעים וואס מיינט אגב אז ביידן מעג אים יעצט אומברענגען.

חברה זאגן אז אויב דער געריכט וועט אים געבן א גלאטן ניין, איז ווען נאך שייך צו מאכן דעם געריכט אין אגאוסט, אבער אויב זיי וועלן ארויסגעבן א גאנצן פסק וואס יא און וואס נישט, איז שוין נישט שייך פאר די וואלן.

דאס מיינט שטייצעך אז זיי גייען ווארשיינליך טאן די צווייטע..
סמיט אליין האט געזאגט אין דעצעמבער אז עס איז א הארבע פראגע וואס נאר די סופרים קאורט קען אנשיידען
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:35 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 pm
טראמפ'ס טענה איז אז וואס נאר ער טוט איז אימיונט, ווייל לויט אים האט עס שייכות מיט די ארבעט.

למשל: איבערדרייען די וואל רעזולטאטן = כדי צו קענען בלייבן פרעזידענט.

די זעלבע זאך איז בנוגע הרג'נען טראמפ.

אדער קען מען דאס טאן מיט דעם ראשע אויסרייד וכדו'..
מען קען נאר איבערדרייען רוזאלטאטן אויב עס איז באשטעטיקט

טראמפ זאגט אזוי איך האב געטון מיין ארבעט אלטס פרעזידענט צו זיכער מאכן אז די עלעקשען איז אויסגעהאלטן יעצט סמיט טאנעט אז די האסט געטון איליגאל זאכן אינדערמיט טראמפ ענטפערט אז חוץ פון דעם וואס איז פשוט נישט אמת וואס אפילו אויב יא מאכט עס נישט אויס צילוב וואס איך האב אימיוניטי

איז די סופרים קאורט דארף פסקענען צוויי זאכן,

ערשט אויב טראמפ'ס שריט צו צו פרובירן אויפווייזן אז ער האט עכט געווינען די וואלן, האט ער געטון זיין אלטס ארבעט פרעזידענט
צווייטענס אויב לאמיר זאגן יא צו א פרעזידענט איז אימיונט אויף אזא קריים
װאס איז בכלל די קרײם?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:06 pm
דער סופרים קאורט האט פשוט געגעבן פאר טראמפ 7 וואכן פאר פרי, זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי טוען.

דאס קומט נאך וואס ווען סמיט האט זיי געבעטן אנצונעמען די קעיס חדשים צוריק ווען טראמפ האט עס ארגינעל אפעלירט צום אפעלאט געריכט. דעמאלטס האבן זיי רעפיוזט.

נאך וואס עס איז זייער שטארק נישט מסתבר אז זיי וועלן נישט ארויסטראסקענען זיין באוגוס קלעים וואס מיינט אגב אז ביידן מעג אים יעצט אומברענגען.

חברה זאגן אז אויב דער געריכט וועט אים געבן א גלאטן ניין, איז ווען נאך שייך צו מאכן דעם געריכט אין אגאוסט, אבער אויב זיי וועלן ארויסגעבן א גאנצן פסק וואס יא און וואס נישט, איז שוין נישט שייך פאר די וואלן.

דאס מיינט שטייצעך אז זיי גייען ווארשיינליך טאן די צווייטע..
אגב סמיט באהאלט ניטעמאל אז ער וויל טראמפ געפונען שולדיג ביפאר די וואלן וואס האט מיט יוסטיץ גארנישט צוטון טראץ וואס היי פראפייל קעיסעס נעמען געווענליך פיל לענגער
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:33 pm
abeg האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:29 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 pm
טראמפ'ס טענה איז אז וואס נאר ער טוט איז אימיונט, ווייל לויט אים האט עס שייכות מיט די ארבעט.

למשל: איבערדרייען די וואל רעזולטאטן = כדי צו קענען בלייבן פרעזידענט.

די זעלבע זאך איז בנוגע הרג'נען טראמפ.

אדער קען מען דאס טאן מיט דעם ראשע אויסרייד וכדו'..
אױב דער פרעזידענט שיקט נעווי סעליס צי הארגענען אײנעם קען מען אנקלאגען דער פרעזידענט בשעת ער איז פרעזידענט?
לויט די פאליסי פון דעם יוסטיץ דעפארטמענט? ניין.

לעגאל (און למשל די פאמיליע און גואלי הדם) אמאי לא?

שטייצעך אז מען רעדט על הצד אז דער געריכט קויפט נישט טראמפ'ס באגוס. און שטייצעך אז מען רעדט נישט פון אנוואר על אוולאקי און אויך נישט פון אסאמא בין לאדען.
קימט אױס אז לויט די פאליסי פון דעם יוסטיץ דעפארטמענט קען דער פרעזידענט ניצן די נעווי סעליס צי הארגענען אײנעם, סא הײב נישט קײן ברעמען אױף טראמפ׳ס טענה ס׳איז בכלל נישט אזױ קאמיש
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
ר' מטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:06 pm
דער סופרים קאורט האט פשוט געגעבן פאר טראמפ 7 וואכן פאר פרי, זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי טוען.

דאס קומט נאך וואס ווען סמיט האט זיי געבעטן אנצונעמען די קעיס חדשים צוריק ווען טראמפ האט עס ארגינעל אפעלירט צום אפעלאט געריכט. דעמאלטס האבן זיי רעפיוזט.

נאך וואס עס איז זייער שטארק נישט מסתבר אז זיי וועלן נישט ארויסטראסקענען זיין באוגוס קלעים וואס מיינט אגב אז ביידן מעג אים יעצט אומברענגען.
די סופרים קארט האט דא סך הכל געטוהן דאס וואס איז די סדר אין יעדע קעיס, קודם גייט עס צו די אפעלאט און נאכדעם צו די סופרים קארט, און ס'נעמט אפאר וואכן ביז זיי הערן די קעיס, אדרבה דא האבן זיי עס געסקעדזשעלט גאנץ שנעל.

נישטא קיין שום סיבה זיך עפעס ספעציעל צו יאגן ביי די קעיס. ס'איז נישט למשל ווי די טראמפ-בעלאט קעיס ווי מדארף וויסן די אורטייל פאר די אפקאמינג פריימערי, און סמיט האט אפילו נישט צוגעשטעלט קיין געהעריגע טעם פאר די סופרים קארט פארוואס מדארף זיך צואיילן.

נאר וואס דען יעדער ווייסט (און די דעמאקראטן זאגן עס אפען) אז סמיט וויל עם זעהן שילדיג פאר די וואלן, סתם א פאליטישע זאך, פארשטייט זיך אז די סופרים קארט דארף נישט מיט גיין מיט זיינע פאליטישע פלענער, אדרבה אויב וואלטן זיי מיטגעגאנגען וואלט עס געמיינט אז זיי זענען פאליטיש ( אזוי ווי די נידריגע געריכטן וואס האבן פארשטאנען אויפן ווינק אז מען דארף קריטיש גיין אויף טרייעל פאר די עלעקשען.. ).

בנוגע די עצם אויסהערן די קעיס האט דאך סמיט געגראבן זיין אייגענע גריב מיטן זאגן פאר די סופרים קארט אין דעצעמבער אז אזא וויכטיגע קאנסטיטוציאנאלע פראגע קען נאר די סופרים קארט אליינס ענטשיידן..
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

לאמיר א סקונדע זיך פארשטעלן אז עס וואלט געלינגען וואס קרוז האט געוואלט צו אפשטיפען די סערטעפיקאציע מיט 10 טעג, און אין די 10 טעג וואלט טאקע אפירגעקומען קלארע באווייז אז טראמפ האט יא געווינען אדער אז זייער אסאך ביידען בעלאטס קעמען נישט ניצן - גענוג אוועקצונעמען די פאר סטעיטס פון ביידען, לאמיר חלומ'ן פון אזא סענעריא פאר איין סקונדע, וואלט דאס געהייסן איבערדרייען אן עלעקשאן, אדער וואלט דאס געהייסן אויסגעפארשט אן עלעקשאן?

פארוואס הייסט וואס טראמפ האט געטהון פריוון צו איבערדרייען א עלעקשאן וועלכע קומט מיט א הנחה אז דאס איז א קריים? ווענד זיך עס אין אויב די עקשענס ברענגט פירות צו נישט?

זיין טענה איז לכאורה דאס, ער האט געטהון זיין דזשאב אלס פרעזידענט צו מאכן זיכער ווער עס האט טאקע געווינען, און מען קען דאס נישט רופן קיין קריים בכלל.

לאמיר נישט אריינגיין אין וויכוח צו ער איז גערעכט אדער סתם משוגע, אבער דאס איז זיין קלעים.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:13 pm

מסכים.

און אויב ער הייסט די סיקרעט סערוויס שיסן דעם דעמאקראטישן ספיקער פון קאנגרעס אויפ'ן גאס ווייל ער האלט יענער איז א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און ער זאגט אז מיט דעם טוט ער זיינע דוטיס אלס פרעזידענט. און די סיקרעט סערוויס האט געפאלגט. מאכט מען א שווייג? גארנישט? קיין שום לעגאלע אקאונטיביליטי?

און אויב סאיז דא א טעיפ וואס ער סטראשעט אים פאראויס אז אויב ער טוט נישט אזוי און אזוי איז ער אים א פערזענליכע שונא און ער וועט אים שיסן, איז אויך גארנישט?

די סופרים קאורט גייט קיינמאל נישט געבן פאר א פרעזידענט אזא סארט בלענקעט אימיוניטי. נעווער עווער.

דו זאגסט האסט אים געלאזט שיסן וועגן נעשאנעל סעקיוריטי? הערליך, א נחת. גוט האסטו געטון. יעצט קומט אין קאורט אוו לאו און זיי עס מסביר.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:47 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:33 pm
abeg האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:29 pm
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 pm
טראמפ'ס טענה איז אז וואס נאר ער טוט איז אימיונט, ווייל לויט אים האט עס שייכות מיט די ארבעט.

למשל: איבערדרייען די וואל רעזולטאטן = כדי צו קענען בלייבן פרעזידענט.

די זעלבע זאך איז בנוגע הרג'נען טראמפ.

אדער קען מען דאס טאן מיט דעם ראשע אויסרייד וכדו'..
אױב דער פרעזידענט שיקט נעווי סעליס צי הארגענען אײנעם קען מען אנקלאגען דער פרעזידענט בשעת ער איז פרעזידענט?
לויט די פאליסי פון דעם יוסטיץ דעפארטמענט? ניין.

לעגאל (און למשל די פאמיליע און גואלי הדם) אמאי לא?

שטייצעך אז מען רעדט על הצד אז דער געריכט קויפט נישט טראמפ'ס באגוס. און שטייצעך אז מען רעדט נישט פון אנוואר על אוולאקי און אויך נישט פון אסאמא בין לאדען.
קימט אױס אז לויט די פאליסי פון דעם יוסטיץ דעפארטמענט קען דער פרעזידענט ניצן די נעווי סעליס צי הארגענען אײנעם, סא הײב נישט קײן ברעמען אױף טראמפ׳ס טענה ס׳איז בכלל נישט אזױ קאמיש
ניין.

די פאליסי פון יוסטיץ דעפארטמענט איז נישט אז דער פרעזידענט מעג טון אזא זאך. חלילה.

די פאליסי איז, אז מען קען נישט "אנקלאגן" א פרעזידענט "אין אמט." אויב מען רעדט פון אן ערנסטע זאך, ווארף אים ארויס מיט אימפיטשמענט, און נאכדעם קענסט אים רואיג שלעפן קיין רייקערס איילענד אויף זיינע שייגעץ שטיק.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:49 pm
פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:13 pm
לאמיר א סקונדע זיך פארשטעלן אז עס וואלט געלינגען וואס קרוז האט געוואלט צו אפשטיפען די סערטעפיקאציע מיט 10 טעג, און אין די 10 טעג וואלט טאקע אפירגעקומען קלארע באווייז אז טראמפ האט יא געווינען אדער אז זייער אסאך ביידען בעלאטס קעמען נישט ניצן - גענוג אוועקצונעמען די פאר סטעיטס פון ביידען, לאמיר חלומ'ן פון אזא סענעריא פאר איין סקונדע, וואלט דאס געהייסן איבערדרייען אן עלעקשאן, אדער וואלט דאס געהייסן אויסגעפארשט אן עלעקשאן?

פארוואס הייסט וואס טראמפ האט געטהון פריוון צו איבערדרייען א עלעקשאן וועלכע קומט מיט א הנחה אז דאס איז א קריים? ווענד זיך עס אין אויב די עקשענס ברענגט פירות צו נישט?

זיין טענה איז לכאורה דאס, ער האט געטהון זיין דזשאב אלס פרעזידענט צו מאכן זיכער ווער עס האט טאקע געווינען, און מען קען דאס נישט רופן קיין קריים בכלל.

לאמיר נישט אריינגיין אין וויכוח צו ער איז גערעכט אדער סתם משוגע, אבער דאס איז זיין קלעים.
מסכים.

און אויב ער הייסט די סיקרעט סערוויס שיסן דעם דעמאקראטישן ספיקער פון קאנגרעס אויפ'ן גאס ווייל ער האלט יענער איז א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און ער זאגט אז מיט דעם טוט ער זיינע דוטיס אלס פרעזידענט. און די סיקרעט סערוויס האט געפאלגט. מאכט מען א שווייג? גארנישט? קיין שום לעגאלע אקאונטיביליטי?

און אויב סאיז דא א טעיפ וואס ער סטראשעט אים פאראויס אז אויב ער טוט נישט אזוי און אזוי איז ער אים א פערזענליכע שונא און ער וועט אים שיסן, איז אויך גארנישט?

די סופרים קאורט גייט קיינמאל נישט געבן פאר א פרעזידענט אזא סארט בלענקעט אימיוניטי. נעווער עווער.

דו זאגסט האסט אים געלאזט שיסן וועגן נעשאנעל סעקיוריטי? הערליך, א נחת. גוט האסטו געטון. יעצט קומט אין קאורט אוו לאו און זיי עס מסביר.
דו גייסט גלייך צוריק צו קריים, טראפט טענה'ט עס איז בכלל נישט גלייך צו שיסן א מענטש, ער טענה'ט דא איז נישט געווען קיין "איבערדרייען" אן עלעקשין און עס איז נישט געווען קיין קריים.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:49 pm
פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:13 pm
לאמיר א סקונדע זיך פארשטעלן אז עס וואלט געלינגען וואס קרוז האט געוואלט צו אפשטיפען די סערטעפיקאציע מיט 10 טעג, און אין די 10 טעג וואלט טאקע אפירגעקומען קלארע באווייז אז טראמפ האט יא געווינען אדער אז זייער אסאך ביידען בעלאטס קעמען נישט ניצן - גענוג אוועקצונעמען די פאר סטעיטס פון ביידען, לאמיר חלומ'ן פון אזא סענעריא פאר איין סקונדע, וואלט דאס געהייסן איבערדרייען אן עלעקשאן, אדער וואלט דאס געהייסן אויסגעפארשט אן עלעקשאן?

פארוואס הייסט וואס טראמפ האט געטהון פריוון צו איבערדרייען א עלעקשאן וועלכע קומט מיט א הנחה אז דאס איז א קריים? ווענד זיך עס אין אויב די עקשענס ברענגט פירות צו נישט?

זיין טענה איז לכאורה דאס, ער האט געטהון זיין דזשאב אלס פרעזידענט צו מאכן זיכער ווער עס האט טאקע געווינען, און מען קען דאס נישט רופן קיין קריים בכלל.

לאמיר נישט אריינגיין אין וויכוח צו ער איז גערעכט אדער סתם משוגע, אבער דאס איז זיין קלעים.
מסכים.

און אויב ער הייסט די סיקרעט סערוויס שיסן דעם דעמאקראטישן ספיקער פון קאנגרעס אויפ'ן גאס ווייל ער האלט יענער איז א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און ער זאגט אז מיט דעם טוט ער זיינע דוטיס אלס פרעזידענט. און די סיקרעט סערוויס האט געפאלגט. מאכט מען א שווייג? גארנישט? קיין שום לעגאלע אקאונטיביליטי?

און אויב סאיז דא א טעיפ וואס ער סטראשעט אים פאראויס אז אויב ער טוט נישט אזוי און אזוי איז ער אים א פערזענליכע שונא און ער וועט אים שיסן, איז אויך גארנישט?

די סופרים קאורט גייט קיינמאל נישט געבן פאר א פרעזידענט אזא סארט בלענקעט אימיוניטי. נעווער עווער.

דו זאגסט האסט אים געלאזט שיסן וועגן נעשאנעל סעקיוריטי? הערליך, א נחת. גוט האסטו געטון. יעצט קומט אין קאורט אוו לאו און זיי עס מסביר.
לויט די פאליסי פון דעם יוסטיץ דעפארטמענט קען מען נישט אנקלאגען א פרעזידענט פאר קײן שום קריים בשעת ער איז פרעזידענט

צי מ׳קען אנקלאגען א געװעיזענע פרעזידענט אױף א קרײם װאס ער האט געטאהן בעת ער איז געװען פרעזידענט אױף דעים איז אױך נישטא קײן פרעצידענט אין װעגן דעים איז מען טאקע איצט אין קאורט
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:49 pm
פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:13 pm
לאמיר א סקונדע זיך פארשטעלן אז עס וואלט געלינגען וואס קרוז האט געוואלט צו אפשטיפען די סערטעפיקאציע מיט 10 טעג, און אין די 10 טעג וואלט טאקע אפירגעקומען קלארע באווייז אז טראמפ האט יא געווינען אדער אז זייער אסאך ביידען בעלאטס קעמען נישט ניצן - גענוג אוועקצונעמען די פאר סטעיטס פון ביידען, לאמיר חלומ'ן פון אזא סענעריא פאר איין סקונדע, וואלט דאס געהייסן איבערדרייען אן עלעקשאן, אדער וואלט דאס געהייסן אויסגעפארשט אן עלעקשאן?

פארוואס הייסט וואס טראמפ האט געטהון פריוון צו איבערדרייען א עלעקשאן וועלכע קומט מיט א הנחה אז דאס איז א קריים? ווענד זיך עס אין אויב די עקשענס ברענגט פירות צו נישט?

זיין טענה איז לכאורה דאס, ער האט געטהון זיין דזשאב אלס פרעזידענט צו מאכן זיכער ווער עס האט טאקע געווינען, און מען קען דאס נישט רופן קיין קריים בכלל.

לאמיר נישט אריינגיין אין וויכוח צו ער איז גערעכט אדער סתם משוגע, אבער דאס איז זיין קלעים.
מסכים.

און אויב ער הייסט די סיקרעט סערוויס שיסן דעם דעמאקראטישן ספיקער פון קאנגרעס אויפ'ן גאס ווייל ער האלט יענער איז א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און ער זאגט אז מיט דעם טוט ער זיינע דוטיס אלס פרעזידענט. און די סיקרעט סערוויס האט געפאלגט. מאכט מען א שווייג? גארנישט? קיין שום לעגאלע אקאונטיביליטי?

און אויב סאיז דא א טעיפ וואס ער סטראשעט אים פאראויס אז אויב ער טוט נישט אזוי און אזוי איז ער אים א פערזענליכע שונא און ער וועט אים שיסן, איז אויך גארנישט?

די סופרים קאורט גייט קיינמאל נישט געבן פאר א פרעזידענט אזא סארט בלענקעט אימיוניטי. נעווער עווער.

דו זאגסט האסט אים געלאזט שיסן וועגן נעשאנעל סעקיוריטי? הערליך, א נחת. גוט האסטו געטון. יעצט קומט אין קאורט אוו לאו און זיי עס מסביר.
איר האט א טעות עס איז דא א זאך אין די קאנסטיטוציע אז א פרעזידענט איז אימיונט פאר זיין ארבעט

שיסן א מענטש איז נישט די פרעזידענטס ארבעט
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

כ'געדענק נישט ווי עס איז געווען אז א ריכטער האט געהייסן ארויסווארפן עפעס א עלעקשאן נישט לאנג צוריק און מ'האט עס געדארפט איבערמאכן, האט דער ריכטער איבערגעדרייט אן עלעקשאן?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:55 pm

איר האט א טעות עס איז דא א זאך אין די קאנסטיטוציע אז א פרעזידענט איז אימיונט פאר זיין ארבעט

שיסן א מענטש איז נישט די פרעזידענטס ארבעט
ער זאגט אז סאיז יא פון זיין ארבייט, ווייל יענער איז כלומרשט געווען א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און דער קאמענדער אין טשיף האט אים געדארפט מאכן אומשעדליך.

אגב, וואו שטייט אין די קאנסיטוציע דער פרעזידענט האט בכלל אימיוניטי? ער האט רעכטן קעגן קאנגרעס אויספארשונגען, אבער נישט כלליות'דיגע אימיוניטי אויף זיין ארבייט. דעיס וויל יעצט טראמפ מחדש זיין, און די קאורט גייט אים נישט לאזן.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:09 pm
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:55 pm

איר האט א טעות עס איז דא א זאך אין די קאנסטיטוציע אז א פרעזידענט איז אימיונט פאר זיין ארבעט

שיסן א מענטש איז נישט די פרעזידענטס ארבעט
ער זאגט אז סאיז יא פון זיין ארבייט, ווייל יענער איז כלומרשט געווען א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און דער קאמענדער אין טשיף האט אים געדארפט מאכן אומשעדליך.

אגב, וואו שטייט אין די קאנסיטוציע דער פרעזידענט האט בכלל אימיוניטי? ער האט רעכטן קעגן קאנגרעס אויספארשונגען, אבער נישט כלליות'דיגע אימיוניטי אויף זיין ארבייט. דעיס וויל יעצט טראמפ מחדש זיין, און די קאורט גייט אים נישט לאזן.
אויב איז עס טאקע אזוי אז יענער איז א געפאר מעג ער טאקע
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:09 pm
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:55 pm

איר האט א טעות עס איז דא א זאך אין די קאנסטיטוציע אז א פרעזידענט איז אימיונט פאר זיין ארבעט

שיסן א מענטש איז נישט די פרעזידענטס ארבעט
ער זאגט אז סאיז יא פון זיין ארבייט, ווייל יענער איז כלומרשט געווען א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און דער קאמענדער אין טשיף האט אים געדארפט מאכן אומשעדליך.

אגב, וואו שטייט אין די קאנסיטוציע דער פרעזידענט האט בכלל אימיוניטי? ער האט רעכטן קעגן קאנגרעס אויספארשונגען, אבער נישט כלליות'דיגע אימיוניטי אויף זיין ארבייט. דעיס וויל יעצט טראמפ מחדש זיין, און די קאורט גייט אים נישט לאזן.
װאס זענען סמיט׳ס קלאגעס?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:14 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:09 pm
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:55 pm

איר האט א טעות עס איז דא א זאך אין די קאנסטיטוציע אז א פרעזידענט איז אימיונט פאר זיין ארבעט

שיסן א מענטש איז נישט די פרעזידענטס ארבעט
ער זאגט אז סאיז יא פון זיין ארבייט, ווייל יענער איז כלומרשט געווען א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און דער קאמענדער אין טשיף האט אים געדארפט מאכן אומשעדליך.

אגב, וואו שטייט אין די קאנסיטוציע דער פרעזידענט האט בכלל אימיוניטי? ער האט רעכטן קעגן קאנגרעס אויספארשונגען, אבער נישט כלליות'דיגע אימיוניטי אויף זיין ארבייט. דעיס וויל יעצט טראמפ מחדש זיין, און די קאורט גייט אים נישט לאזן.
אויב איז עס טאקע אזוי אז יענער איז א געפאר מעג ער טאקע
"אפשר" מעג ער טאקע. אבער אפשר נישט?

ווער גייט דאס פסקענען?

נישט א קאורט?

דארט פלאצט די אימיוניטי טענה.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:18 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:09 pm
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:55 pm

איר האט א טעות עס איז דא א זאך אין די קאנסטיטוציע אז א פרעזידענט איז אימיונט פאר זיין ארבעט

שיסן א מענטש איז נישט די פרעזידענטס ארבעט
ער זאגט אז סאיז יא פון זיין ארבייט, ווייל יענער איז כלומרשט געווען א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר, און דער קאמענדער אין טשיף האט אים געדארפט מאכן אומשעדליך.

אגב, וואו שטייט אין די קאנסיטוציע דער פרעזידענט האט בכלל אימיוניטי? ער האט רעכטן קעגן קאנגרעס אויספארשונגען, אבער נישט כלליות'דיגע אימיוניטי אויף זיין ארבייט. דעיס וויל יעצט טראמפ מחדש זיין, און די קאורט גייט אים נישט לאזן.
װאס זענען סמיט׳ס קלאגעס?
פראוד קעגן די אמעריקאנער פאלק. עפעס אזוי, נישט דורכגעליינט פונקטליך.
וואס א חילוק, עפעס קלאגעס האט ער, און עס פארדינט א פארהער אין געריכט.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”