געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

לאור המצב אז מען גייט היינט נאכט אויסציען דעם מעגא-מיליון לאטארע מיט א סומע וואס קיין שום איד וויל נישט עכט געווינען נאר עס ערליך פארדינען, דאך קויפט מען עס.

איז אויפגעברעגט געווארן אויפן ליל שישי פראגראם ביי הרב דרעזנער-שמעלצער אויב מען מעג געווינען דעם לאטערי אום שבת.

קודם א דיסקלעימער; איך בין נישט קיין פוסק ע"כ זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע רב. ווי אויך האב איך עס נישט יעצט איבערגעקוקט, איך שמועס עס נאר אויס דא ווי א תורה'דיגע שמועס.

לכאורה איז דא נישט דא קיין פראבלעם פון שכר שבת.

וואס עס קען יא זיין א שאלה איז אזוי.

די רמב"ם זאגט אין הלכות שבת אז סאיז אסור צי קונה זיין א קנין אום שבת מחמת צוויי טעמים, א. אלס ממצוא חפציך, ב. א גזירה שמה יכתוב.

ר' עקיבא אייגער זצ"ל פסקענט ביי א פאל ווי א מענטש קויפט עפעס אין די וואכן אין ער נעמט זיך אויס עס צי קונה זיין אום שבת אז דאס איז אסור אלס דעם רמב"ם.

קוקט אויס אז מען קען מדמה זיין דעם לאטערי אז מען קויפט דעם לאטא טיקעט אין די וואכן און נעם זיך אויס אז אויב מען געווינט עס אום שבת וועט מען עס דעמאלטס קונה זיין.

די מהר"ם שיק פסקענט ביי א פאל ווי א פרוץ וואס האט געמאכט ממש אזויווי א לאטערי אויך אום שבת קודש, להיתר.

מיין טאטע זז"ג האט מיר נאכגעזאגט פון איינע פון די גרויסע פוסקים נאכן קריג, ווען מען האט אים געפרעגט וועגן נעמען געלט פון די מדינה, האט ער געזאגט בדרך הלצה, קודם זאלן זיי מיר וועלן געבן נאכדעם וועל איך דן זיין צי איך מעג נעמען.

קומט אויב אז סאיז דא אויף וועמען זיך צי פארלאזן צי געווינען א לאטערי אום שבת.

אויב וויל מען מחמיר זיין זאל מען מוסר ומודעה זיין פאר צוויי עדים אז אויב מען געווינט די לאטארי וויל מען עס נישט קונה זיין ביז מוצאי שבת.
איך ווייס אבער נישט צי מען איז עכט קונה די געווינס ביז מען קלעימט דעם טיקעט.

עכ"פ סאיז גוט אויף זיך אויפציפרישן אין אויך זעהן אז איעדע ריר וואס אינז געבן זיך, איז דא הלכות דערויף אין אינז לעבן נאר מיטן הייליגען תורה.

זאל יעדער אייביג האבן פרנסה מער וויפיל מען דארף.

גוט שבת
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7851
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מיין דיין האט מיר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם
#איך-פארק-מענטשליך
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

אויפן וועג צו שוהל מארגן, וועט מען קוקען אין די ריכטונג פון די געז סטאנציע צו זעהן ווי אלע מידיע זענען דארטן ווייל איך האב געוואונען...
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

שוין געווען עטליכע אשכולות אויף די נושא
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

מען איז לכאורה גארנישט קונה ביזן קלעימען די געוואונס, ממילא איז די שאלה נישט נוגע נישט להלכה און אוודאי נישט למעשה
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

It’s not an issue at all

Belz123 האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 7:40 pm
It’s not an issue at all
קום אריין מיט מראה מקומות
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

קיינמאל נישט געהערט עס זאל זיין אן אישו, נאר עפעס איז דא פון הגה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע מען זאל זיך מונע זיין, און ווען איך געדענק פרוביר איך זיך צו האלטן דערצו.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

לאנטש טיים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 7:38 pm
מען איז לכאורה גארנישט קונה ביזן קלעימען די געוואונס, ממילא איז די שאלה נישט נוגע נישט להלכה און אוודאי נישט למעשה
לכאורה ביסטו גערעכט, ווייל אויב ביז א יאר קלעימט מען נישט די געווינס, בלייט דאס ביי זיי
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

לאנטש טיים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 7:41 pm
Belz123 האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 7:40 pm
It’s not an issue at all
קום אריין מיט מראה מקומות
You can PM me I will give you all the information
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”