קינדער לאכן אינמיטן שלאף

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

קינדער לאכן אינמיטן שלאף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס איז באקאנט א פאלקס זאץ אז דאס וואס קליינע בעיביס לאכן אינמיטן שלאפן קומט פון מלאכים וואס שפילן מיט זיי.

אן אנדער ווערסיע איז גאר אז די חיצונים שפילן זיך מיט זיי, און מען גיבט א שנעלקע העכער די ליפן זיי צו פארטרייבן.
(יא, דאס איז אמת אז זיי הערן טאקע אויף צו לאכן, אבער גלייכצייטיג וועקן זיי זיך אויף ... צוליבן אנרירן)

וואספארא גוטע זשאוקס מאכן די מלאכים דארטן? אפשר קומען זיי שרייבן אין קרעטשמע.. ? זאל זיין אינעם 'שלאפן אשכול' אפילו...
האט דאס עפעס א מקור אין ספרים אדער אין הלכה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

און וואס איז מיט מענטשען וואס רעדן אינמיטן שלאף? אויכעט מלאכים??
די קליינע בעיביס קענען פשוט נאכנישט רעדן.

עכ"פ איך מיין אז ס'איז די זעלבע מלאכים וואס נעמען צו די ציינער אינמיטן שלאף..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך טרעף נישט יעצט דעם מקור דערפון, אבער דאס איז א מסורה וואס איז מקובל מפי זקינות און דארף נישט קיין בעסערע מקור.

די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאף זאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעה שטייט אונטער די געלעכטער.
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

אינטערסאנט, איך האב קיינמאל נישט געהערט פין דעם.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

און די וואס שפאצירן אין מיטן שלאף, night walker בלע"ז.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער האט געשריבן: איך טרעף נישט יעצט דעם מקור דערפון, אבער דאס איז א מסורה וואס איז מקובל מפי זקינות און דארף נישט קיין בעסערע מקור.

די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאף זאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעה שטייט אונטער די געלעכטער.


אויסער וואס ס'איז א מסורה, האב איך עס געזעהן פון א קדמון ערגעצוואו, וואס ווען מיין זכרון כללי וועט זיך ערוועקן, וועל איך דאס געדענקן צו קומען דא שרייבן וואו איך האב דאס געזעהן. כ'דענק נישט אז די למד יוד למד יוד תיו איז דארט, אבער דער עצם ענין, האב איך זיכער געזעהן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

געהערט א מעשה, א בעיבי איז אויפגעשטאנען מיט א רויטן באק, ווען די רויטקייט האט נישט געוואלט אוועקגיין איז דער טאטע געלאפן צום סקולענער רבי'ן שליט"א, דער רבי האט געענטפערט אז דער מלאך וואס שפילט זיך מיט'ן קינד ביינאכט איז געווארן גערעגט און דערלאנגט א פראסק פאר'ן קינד, דעס קינד איז שוין היינט אין די צוואנציגער'ס און איז נאכאלס רויט אויף יענע זייט. מפי בעל העובדא.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אלחנן האט געשריבן: עכ"פ איך מיין אז ס'איז די זעלבע מלאכים וואס נעמען צו די ציינער אינמיטן שלאף..

זאלען זיי כאטשיג עפעס איבער לאזען אזוי וויא פאר די ציין...:wink:

און וויא איז די מקור פון נישט לאזען א קינד זיך זעהן און שפיגעל ווען דאס קינד רעדט נאך נישט?
דאס האב איך געהערט פון מיין מאמע ע"ה און מיינע מימעס.
זיי האבען נישט געוויסט פון וויא דאס נעמט זיך, אבער זיי האבען דאס געברענגט פון דער אלטער היים.

נאך עפעס האב איך מקבל געווען
נישט קישען א קינד אויף די פיס, ווייל דאס קינד וועט אויפוואקסען אן עזות פנים
the SCY is the limit
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

דער פיס האט 3 חלקים, וועלכע מיינט מען?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין באר משה איז דא א תשובה וואו ער רעדט ארום פון די אלע סארט קבלות (מען האט שוין אמאל געהאט א שמועס דערוועגן דאהי, מעגליך אין "וואו איז דער מקור" אשכול.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

scy4851 האט געשריבן: נאך עפעס האב איך מקבל געווען
נישט קישען א קינד אויף די פיס, ווייל דאס קינד וועט אויפוואקסען אן עזות פנים

אינטערעסאנט. ביי אונז האט מען מקובל פון די באבע ע"ה, אז די הענטזאל מען נישט קישן מחמת דעם טעם.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

קרעמער האט געשריבן: די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאףזאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעהשטייט אונטער די געלעכטער.


is it a diffrent day time or night time ?
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

כ'גלייב אז נישט.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

איך האב אויך געהערט דאס וואס קרעמער שרייבט.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

"לילית הרשעה" is acctiv in the middle of the day ?
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב נישט איר טוויטער אדרעס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער האסט געטרייט http://www.twitter.com ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

קרעמער האט געשריבן: איך טרעף נישט יעצט דעם מקור דערפון, אבער דאס איז א מסורה וואס איז מקובל מפי זקינות און דארף נישט קיין בעסערע מקור.

די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאף זאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעה שטייט אונטער די געלעכטער.


וואס ?!!!! עס דארף נישט קיין בעסערע מקור
מקובל מפי זקינות אין א באבע מעשה אין כ'ווייס נישט בכלל צי עס איז א מקור אין ווער רעדט נאך פין נישט דארפען קיין בעסערע מקור
ס'מיר א פליאה דיינע ווערטער ווייל דאס זיך פארלאזען אויף זאכען אין די וועלט אריין אן א געהעריגע בירור אדער קלארע מקור קען ברענגען נישט גוטע רעזולטאטען
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

און וואס איז, אז די קינד נעמט זיך וויינען אין חלום, און ווען די קומסט צו, ווייסט ער ניטאמאל וואס די ווילסט פון איהם?
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

קוק אין שו"ת באר משה פון דעברעצינער רב זצ"ל חלק ח' סי' ל"ו וועגן קינדער קוקן אין שפיגל פארן רעדן
און פון נאך אזעלכע ענליכע זאכן
אויך אין מנחת יצחק איך געדענק נישט יעצט וואו. ווי ער רעדט דארט פון אזוינע ענליכע שאלות ווי למשל עסן די עק פון די ברויט וכהיינו מפי נשים זקנות עיי"ש?
עיקר שכחתי וועגן קינדער לאכן אינמיטן שלאפן האב איך קלאר געזעען רעדן אין ספרים דערוועגן איך געדענק אויך נישט גענוי ווי אבער דוכט זיך מיר אז אין ספר
שמירת הגוף והנפש רעדט ער ארום אין גרויסן דערוועגן
און דאס איז אמאל קלאר און זיכער אז אויב מאכט זיך אנויבערחאכעם וואס ער ווייסט גראדע נישט פון אן אנגענומענע זאך ביי כלל ישראל ווי דער מקור איז מיינט דאס נישט אז עס איז אפגעפרעגט און מזאל אזוי ארוםלאכן אויפן גרויסן פארנעם, אז די ווייסט נישט דאן פרעג זיך נאך און האב אביסעלע הכנעה און תמימות פאר א זאך וואס איז אנגענומען ביינונז ווייל טאקע נאר דורך די דקותדיגע זאכן מיט ריין תמימות אהן וויסן דייטליכע מקורות האט זיך כלל ישראל ערהאלטן במשך לענגערע דורות, עכ"פ לאכן איז נישט קיין עסק.
אין ליקוטי תשו' חת"ס איז דא דארטן ווי איינער פרעגט עם אן דארטן וועגן די מאמרי חז"ל וואס שטימט נישט לויט אונזערע מציאות'ן און פאקטן עיי"ש (קובץ תשובות סימן צ"א) וואס ער ענטפערט עם בעניני אמונה
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גאליציאנער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: איך טרעף נישט יעצט דעם מקור דערפון, אבער דאס איז א מסורה וואס איז מקובל מפי זקינות און דארף נישט קיין בעסערע מקור.

די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאף זאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעה שטייט אונטער די געלעכטער.


וואס ?!!!! עס דארף נישט קיין בעסערע מקור
מקובל מפי זקינות אין א באבע מעשה אין כ'ווייס נישט בכלל צי עס איז א מקור אין ווער רעדט נאך פין נישט דארפען קיין בעסערע מקור
ס'מיר א פליאה דיינע ווערטער ווייל דאס זיך פארלאזען אויף זאכען אין די וועלט אריין אן א געהעריגע בירור אדער קלארע מקור קען ברענגען נישט גוטע רעזולטאטען

רבי גאליציאנער;

איר האט גאנץ זיכער פארזעהן דעם באקאנטן תשובת הרשב"א אז נשים זקינות זענען א קראנטע מקור.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קאפויער,
א גרויסן דאנק פארן מקור.

אגב, פון וואו קומט דער אויסשניט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נאך א מקור אויף דעם ענין: גלא עמיקתא (תלמיד רבי חיים וויטאל) עמוד ר"ט (נדפס מחדש האי שעתא תשס"ט)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

(א פארשפעטיגטע) יישר כח "ווינקל".

אויב עס איז נישט שווער, ביטע צוטירן דעם לשון פון ספר.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך האב געזעהן אין די ספר כל בו למצות מילה וואס דארט ברענגט ער דעם ענין מיט א מקור אז ווען א קינד לאכט אינמיטן שלאף זאל מען אים געבן א קלאפ אויף די מויל עיי"ש
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”