מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אלכסנדר זיסקינד
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:47 am

מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלכסנדר זיסקינד »

איך פראביר זיך אזוי צי דערמאנען זיסע זכרונות פון מיינע בחור'ישע יארן אין די באקאנטער טשעבינער ישיבה אין ירושלים, וואס אין די ישיבה האב איך געלערענט פאר א שיינע פאר יאר, פאר העכער 15 יאר צוריק.

פאר די וואס האבן געהאט די זכיה צי לערנען דארט, איז עס נישט קיין גרויסע חידוש, אבער די טשעבינער ישיבה האט זיך געהאט איהרע אייגענארטיגקייטען, וואס אנדערע ישיבות האבן נישט פארמאגט.

די שענסטע זאך וואס איך געדענק פון דארט, איז די פולע תורה לייבן וואס האבן זיך דארט געדרייט, עס זענען דארט געווען אידן וואס האבן געקענט כל התורה כולו, אידן פרושים מכל ענייני עוה"ז, אזוי צווישען די פיס.

די שפיץ איז געווען דער מגישז הגאון האדיר ר' אברהם גניחובסקי זי"ע, א איד וואס האט געקענט כל התורה כולו, און אן קיין גוזמה, און נישט סתם גקענט, נאר בעיון רב, אויף יעדע זאך האט ער געהאט געבויט חשבונות גג על גג, עמוק עמוק.

אבער די גרעסטע חידוש זיינע איז געווען צי קענען אראפ לייגען א שיעור אז אזא פשוט'ע בחור'ל ווי מיר זאל עס קענען פארשטיין, מיט פראסטע משלים, מסביר געווען ווי א כתה א' רבי.

בכלל איז ער געווען א געוואלטיגע גאון אין מידות, מיט א אויסנעמליכע ליבשאפט צי יעדע קליין קינד.

ער פלעגט שלאפן אין ישיבה א גאנץ וואך, נאר שבת קודש איז ער אהיים געפארן צי זיין שטוב אין בני ברק.

ווי אויך האט זיך געדרייט טעגליך אין ישיבה, הגה"ק ר' אהרן מרדכי רטנער זצוק"ל, ווי ער פלעגט זיצען אין זיין ווינקעל נעבן די האלצערנע ספרים שאפע, און אריין שלינגען בלעטער גמרא, איימאל א וואך האט ער פארגעלערענט של"ה הק, נישט ווייט פון איהם איז געזיצען הגאון ר' זונדל קרויזר זצוק"ל אריין געטוהן טיף טיף אין גמרא, מזקני נקיי הדעת שבירושלים, מיט איהם האט מען געהאט ווייניגער שייכות, אבער נאר זעהן זיין דמות האט שוין מורא'דיג ציגעגעבן, ווי אויך איז געווען דארט הגה"ק ר' יודל רבינוביץ זצוק"ל, ווי ער האט זיך געשלעפט אין ישיבה טעגליך עד יומו האחרון.

אינטען, אויף די ערשטע שטאק פון די ישיבה איז געווען א ביהמ"ד, וואס זיי האבן עס גערופן כולל ברוך טעם, אפשר טאקע געווען א כולל, אבער נישט קיין כולל אברכים, עס זענען דארט געווען, הגאונים והצדיקים, ר' יצחק נתן קופרשטאק, ר' אברהם קופשיץ, ר' יענקל קוזליק, ועוד, זצוק"ל.
לעצט פארראכטן דורך אלכסנדר זיסקינד אום מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

ר' סנדר גיי אן.... די ברענגסט מיר טרערן אין די אויגן......
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
זיסע לאקשן
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:08 pm

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע לאקשן »

וואס טוט זיך מיט רפאל? ר’ ישראל חריטאן? שמואל יוסף?
אלכסנדר זיסקינד
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:47 am

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלכסנדר זיסקינד »

די ישיבה איז פון איין זייט געווען זייער שיין ציגעשטעלט, שיינע צימערן, נישט מער ווי דריי בעטן א צימער, מצד שני איז עיר קאנדישאן אין די בעדרום'ס און אין די לאנטש רום געווען נאר אין די חלומות.

די איינציגסטע זאך וואס מען האט זיך געקענט דערמיט א ביסל אפקיהלען אין די קאכעדיגע זימער טעג איז געווען מיט אייגען געקויפטע פען'ס, ודא עקא אז די עלעקטריק האט זיך אויסגעלאשן ערגעץ ווי ארום 12 ביינאכט, און אזוי אויך די הייצונג אינמיטען די ווינטער.

ארום 6:30 פארטאגס איז ר' משה אייזענבאך (דער וואס זאגט פאר עקביה בן מהללאל ביי די לוויות) געקומען וועקן, אבער וואס הייסט געוועקט, ער האט גענומען א אייזערנע לעפל, און געבאמבעט אויף די הייצונג ראדיאטור, אז די גאנצע גאס האט דאס געהערט, און ציגעשריגען, "עורו ישנים משינתכם". דער וואס איז נישט ארויס פון בעט דעמאלט, האט שפעטער געהאט די זכיה אז ר' יודל טויבער האט איהם געשלעפט די דאכענע, אויב איז ער נישט דעמלטס ארויס פון בעט, האט ער זיך נאך שפעטער געקענט טרעפן אז דער משגיח אליין, הרה"ג ר' בנימן רימער שליט"א, איז געשטאנען העכער זיין בעט, אוי איז דאס געווען בושות...

אז מען רעדט פון ר' יודל טויבער, קען איך נישט פארגעסן ווען ער פלעגט ציגיין צון עמוד, ווי ער האט געזינגען יעדע ווארט מיט א אייגענארטיגע נוסח, "איי, יהמו נא רחמיך ה' אלוקינו...".
אלכסנדר זיסקינד
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:47 am

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלכסנדר זיסקינד »

המשך יבוא...
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

אז מען רעדט פון ר' יודל טויבער.... "שוין באלד שבת!"

פארגעס נישט צו שרייבן פון שוחט און יאקל פון חב"ד, די וועשערקע מרס. אור, כוהנים פון יענקל שמש....

שר החסד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:10 pm
אז מען רעדט פון ר' יודל טויבער.... "שוין באלד שבת!"

פארגעס נישט צו שרייבן פון שוחט און יאקל פון חב"ד, די וועשערקע מרס. אור, כוהנים פון יענקל שמש....
דו מיינסט מן הסתם רביצין מור? זי איז א אמת'ע אשת חבר, איהר מאן איז א ריזן ת"ח, און זי גיבט זיך אוועק אינגאנצען פאר זיין תורה
אגב, איך האב אויך אינזינען געהאט צי שרייבען פון די פלאמעדיגע שיעורים פון הרב ווילהעלם, אדער פון די משא ומתן מיט הרב פריינד, ועוד חזון
אלכסנדר זיסקינד
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:47 am

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלכסנדר זיסקינד »

עס איז אויך דארט געווען א חשוב'ע ת"ח, מען האט געזאגט אויף איהם אז ער קען כל התורה כולו, א גור'ע חסיד, הרב מאזעסאן שליט"א.
איינער פון די מגי"ש זענען געווען - און מסתמא נאך אלס - הגאון ר' נפתלי נוסבוים שליט"א.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וואו הייבט מען אן און וואו ענדיגט מען?

די גדולים וגאונים וואס האבן זיך דארט געדרייט, מיט אזא פשטות. ר אברהם׳ס שיעור יעדן מיטוואך איז געווען מתוק מדבש. זיינע משלים, און התבטאויות, יויש..
זעען ר׳ אברהם קומט יעדן ראש חודש פון דעם מכולת מיט א נאש לכבוד ראש חודש. ער האט געוואקט אזוי רואיג און געלאסן מיט א סנעק אין די הענט כאילו לא היה. האט מען פארציילט אז איינמאל ווען סאיז געווען צוויי טעג ראש חודש האט ער געבעטן דעם פרענק דארט א נאש וואס זאל זיין גוט פאר צוויי טעג. האט דער לץ אים געגעבן א פושקע אייסקרים. האלב האט ער געגעסן דעם ערשטן טאג, און די צווייטע האלב אריינגעלייגט אין שאפע פאר מארגן. אויף צו מארגנס האט ער געהאט א חקירה, ערשטנס וואו איז די גלידה נעלם געווארן. צווייטנס וויאזוי איז דא אנגעקומען וואסער?…

א מעשה וואס איך האב געהערט פון דעם בחור אליין. דער בחור וואס פלעגט אים ברענגען די עסן צו זיין שלאף צימער. האט ער אמאל געגעסן א טעלער טאמעיטא דיפ און ער זאגט פארן בחור ער זאל זאגן פארן קעכער אז די בחורים האבן נישט ליב אזעלכע שארפע קאמפאט…
שפעטער ליידער באקומען יענע מעשה. האט מען ארויף געלייגט א ספאנדזש אויף די טיר מזאל נישט קענען קלאפן אויפן טיר.

זיין פשטות און ענוה איז געווען אזוי פשוט אז מהאט ניטאמאל געכאפט. ער פלעגט אריינוואקן אין היכל און דער עולם פלעגט זיך אונטערהייבן. אבער ער איז ווי פארחלומט, ניטאמאל קיין אנונג אז ממיינט אים. זיך אוועק געזעצט צומאל סתם לעבן בחורים און דורכגעשמועסט די סוגיות.

איך געדענק איינמאל אים זען אנגשפארט אויף א קאר אויף רחוב חנה שרייבנדיג אויף זיין העפט.

און ווי קען מען פארגעסן די פאפאס, ביים סיום השס יעדן יאר ביים יארצייט, דער עולם איז געלעגן אויפן פלאר…

איבער זיין גדלות און גאונות קען מען שרייבן און שרייבן און נישט פערטיג ווערן.

ר זונדל קרויזער א גאון אדיר וואס פלעגט טשעינדזשן טשעקס. א היכי תמצא פון א גייענדיגע ספר תורה וואס האט א פארדיגע טשעינדזש סטאר…

ווילעלעמס שיעור יעדן פארמיטאג א פערטל שעה פארן שיעור ביים ווינקל.. יו יו דארט איז געווען לעבעדיג. און בנימין רימער פלעגט אריינטרייבן צום שיעור אז מזאל דארט נישט בלייבן.

דענק איך די משיבים, זייבאלדס (מיט א ס לשון רבים) הירשמאן און פנחס קוריץ, נו דאס האב איך געזאגט…

ישראל חאריטאן א פרשה פאר זיך… לאמיר בעסער נישט רעדן.

משה אייזנבאך זיך ארומדרייענדיג מיט די לעפליך ״וכל בית ישראל יבכו את הלילה אשר שרפו הבחורים״..

שמואל יוסף. א בחור איז אמאל געקומען קאמפליענען אז די קאפס שטינקען, אוי האט ער געמאכט קולות ״זה מסריח?!״
אין א טאג, בעסער געזאגט א נאכט איז געגאנגען א בחור (יב״ל) און גענומען דעם קאנטעינער פון די קאפס און אריינגעשליידערט אין די בושעס.. קיינער האט נישט געוואוסט וואס גייט פאר. אבער מהאט געבראכן די היסטאריע און מהאט אנגעהויבן געבן חד פעמי קאפס.

רפאל בעל המעדני רפאל.. שלא מעלמא הדין..

איך האב מיטגעהאלטן דעם אריבערגאנג ווען ר שמואל דוד איז געווארן משגיח.. געווען יום טוב אינדערוואכן…

און ווי קען מען פארגעסן דעם משגיח ר בנימין רימער.. איי איי אלע טאג אלע טאג קומט מען שפעט… געקניפט די באקן געשמייכלט און זיך געבייזערט. א לוטוואק ווי סדארף צו זיין אבער דאך געהאט א שמעק צו חסידישע פרישקייט. זיין טאנץ ביי די חתונות ווער רעדט נאך ווען ער איז געווען אין די גוסטע, מראה כהן.. מהאט געקלאטש און געמאכט צוויי שורות אוי האבן מיר זיך מחיה געווען מיט די ליטווישע רביסטיווע…
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אלכסנדר זיסקינד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:19 pm
אז מען רעדט פון ר' יודל טויבער, קען איך נישט פארגעסן ווען ער פלעגט ציגיין צון עמוד, ווי ער האט געזינגען יעדע ווארט מיט א אייגענארטיגע נוסח, "איי, יהמו נא רחמיך ה' אלוקינו...".
אוי איז דאס געווען כבן המתחטא לאביו. דער חידוש איז אז סהאט נישט אויסגעמאכט צו סאיז ערב ראש חודש אלול אדער א גרינעם דינסטאג. ״איי, יהמו נא רחמיך ה׳ אלקינו״
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אלכסנדר זיסקינד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:19 pm
די ישיבה איז פון איין זייט געווען זייער שיין ציגעשטעלט, שיינע צימערן, נישט מער ווי דריי בעטן א צימער, מצד שני איז עיר קאנדישאן אין די בעדרום'ס און אין די לאנטש רום געווען נאר אין די חלומות.

די איינציגסטע זאך וואס מען האט זיך געקענט דערמיט א ביסל אפקיהלען אין די קאכעדיגע זימער טעג איז געווען מיט אייגען געקויפטע פען'ס, ודא עקא אז די עלעקטריק האט זיך אויסגעלאשן ערגעץ ווי ארום 12 ביינאכט, און אזוי אויך די הייצונג אינמיטען די ווינטער.
אין לאנטש רום דענק איך יא עיר קאנדישאן
איך מיין אז היינט איז שוין דא עיר קאנדישאן אויך אין די שלאף צימערן.

געווען דריי בילדינגס, חנה, חדש און די דריטע דענק איך נישט וויאזוי מהאט דאס גערופן.
די דריטע איז געווען גרעסערע צימערן און נאר ״בני חול״ האבן באקומען דארט א צימער. למעשה מיט די צייט האבן די בני חול אנגעהויבן כאפן אז זיי זיצן אין אלטע צימערן און די טשאלמערס זיצן און נייע שיינע רומס האבן זיי אנגעהויבן פארפירן און מהאט אסאך ארום געטוישט.
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

שוין ווער איך געוואר אז אונזער ביליבטע @איינס איז א @טשעבינער!

פון גלמוד האסטע פארגעסן?
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גערעכט דער בילדינג אויף חנה קארנער עלי הכהן (דרך אגב די ענגלישע אויסלייג אויף די סיינס איז הכהן מיט א קיו...)
איך מיין היינט איז דארט עפעס א פריוואטע בית מדרש דענק איך נישט ווער.

ווען איך בין געווען אין שיעור א האבן דארט געשלאפן די ירושלמער. שפעטער האט מען דאס שוין נישט גענוצט.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אלכסנדר זיסקינד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:10 pm
דער מגיש הגאון האדיר ר' אברהם גניחובסקי זי"ע,
רבי אברהם גניחובסקי זצ"ל - כ"ה תשרי תשע"ג
viewtopic.php?t=44653&hilit=%D7%92%D7%A ... 7%A7%D7%99
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איינס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:47 pm
גערעכט דער בילדינג אויף חנה קארנער עלי הכהן (דרך אגב די ענגלישע אויסלייג אויף די סיינס איז הכהן מיט א קיו...)
איך מיין היינט איז דארט עפעס א פריוואטע בית מדרש דענק איך נישט ווער.

ווען איך בין געווען אין שיעור א האבן דארט געשלאפן די ירושלמער. שפעטער האט מען דאס שוין נישט גענוצט.
נישט אויפן קארנער ממש... די צווייטע בנין
איך בין דארטן געשלאפן מיין לעצטע זמן אלס חתן, גראדע זייער געשמאק געווען.
די צימער האט געהאט א פארטש, האמער דארטן געגרילט וכו'
גראדע האב איך עס דורך געוואקט דעם פארגאנגענעם שבת און טאקע געזען עפעס אן אנדערען נאמען דארט
אה! דורך גייענדיג איז ארויף געקומען זכרונות!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

מיינע זכרונות הייבן זיך אן אויף לי קאר ראסס און פראנט פון לי פאטא מיט א מילך קעסטל און א פאפירענע ארענדזשע דזשעי&דזשעי דרינק באטל "טשעבינע-שיבע" (פאר ווער ס'געדענקט)

ווי הייבט מען דא אן?
די גאוני עולם וואס האבן זיך געדרייט אונטער די פיס וואס יעדער האט געקענט עפעס נאשן לויט זיין געשמאק
די קאמישע "מנהגים" וכדו'
די אינטערעסאנטע פערזענליכקייטן וואס זענען געווען א חלק פון די פורניטשער

שוין לאמיר גיין איינס ביי איינס:
די גאונים וואס איך געדענק, אוודאי ר' אברהם, א גאון עולם מיט א אויסערגעווענליכע ארגינעלע וועג פון אנקוקן א מצב אבער געלעבט פשוט מיט די בחורים כאחד האדם א עכטע ליטוואק וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין... מ'האט אים געקענט זעהן 6:55 ארויסקומען פון זיין צימער מיט די נאכט קליידער אויסצוגיסען די נעגל וואסער און 7:00 שוין געווען אין ביהמ"ד מיט די טו"ת גרייט צום דאווענען
אדער צונדען חנוכה לעכט פאר מנחה און תיכף ארויף גיין אין ביהמ"ד און דארט בלייבן
די חתנים שיעורים זיינע
זיך געבען א זעץ אראפ ביי א חברותא און אנהייבן קאכן און אויב האט ער געשמעקט אז ס'נישט קלאר האט ער אנגעהויבן פון אלף מיט אזא פשטות און געדולד, מ'קען שרייבן און שרייבן

נאכדעם אוודאי ר' אהרן מרדכי ע"ה, מיר האבן נישט געהאט די שכל וואס א זכי' דאס איז צו זיצן טעגליך מיט א איש מורם מעם פונעם פאריגען דור

כ'געדענק נישט זעהן דערמאנען דא ר' נפתלי נויסבוים, א גרויסע ראש בי"ד אין ירושלים און דא זיצט ער טאג טעגליך מיט בחורים און איז זיך מפלפל אויף אזא צוגעלאזענע וועג

ר' יודל טויבער איז א איד וואס איך פלעג פשוט נתפעל ווערן א איד וואס די האסט אים געקענט אנפרעגן סיי ווי אין ש"ס איז געווען א פשוטע צייכענער ביי נאכט סדר (עז עי סייד דזשאב האט מען אים אויך געניצט אלס שואל ומשיב פאר ש"ס)

איך האב געלערנט בחברותא מיט א איד א בקי בכל התורה כולה כפשוטו ער האט געהייסן "גיבעראלטער" (געזעצן צפונית-מזרחית אויף שטענדערס) וואס חוץ ש"ס מיט אלע מפרשים וכו' האט ער אויך געהאט אלע מיני גמח'ן צו ס'מעדעצינען, בעיבי זאכן, געלט, און נאך און נאך.

אפי' ר' בנימין רימר וואס לפנים האט אויסגעזען ווי א פשוטע משגיח איז א גאון מ'האט זיך געקענט מפלפל זיין מיט אים אין סיי וועלכע שווערע סוגיא אין ש"ס און די האסט געקענט מיינען אז ער האט נאר וואס עס דורךגעלערנט.
די שטורעם וואס רב ווילהעלם פלעגט אנמאכן...
ס'דא נאך אבער די קומען יעצט ארויף.

וואס איז געווען ר' יענקל תלמוד'ס דזשאב? כהנים? נאך עפעס? (איינער האט עס שוין פריער דערמאנט)
ר' ישראל חאריטאן? וואס? ווי? ווען?
ר' משה אייזענבאך, אינטערעסאנט ער קען אפי' אויפוועקן די טויטע אבער אנשטאט לייגט ער זיי אין די ערד...
רפאל! גיי פארשטיי (אדער בעסער נישט)
ס'געווען דער קיטשען מענעדזשער (?) גרשון, אוי האט ער געהאט אסאך צו דערציילן, צו ס'אמת געווען אדער נישט...

איך האב נאך אזוי סאך צו שרייבן עוד חזון למועד,
נאך איין זאך פאר יעצט. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן דעם רעידת אדמה וואס ס'געווען אינמיטן סדר (דאכצעך ס"ה), ס'א נס אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, פון די בהלה ביים ארויסלויפן האט זיך א באנק געשטעלט ביים טיר בלאקירנדיג דעם ארויסגאנג.
שוין, שיק.
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אז דו דערמאנסט די פחד פון א ערד ציטערניש, איז גוט צוצולייגן אז טשעבינער ישיבה איז געבויעט געווארן מיט א ספציעלע ארכיטעקטור, אז סזאל נישט האבן קיין ביעמס אינמיטן היכל. בימים ההם איז איינער אויפגעקומען מיט א איידיע, סאיז געבויעט באקסעס אויפן דאך מיט עפעס א גאנצע תורה. דער דאך איז טאקע געקסטלט. יענער האט אויך געבויעט א ריזן (פרייע) זאל וואס איז צאמגעפאלן און געקאסט אםאר טויטע, דאכט זיך מהאט אים איינגעזעצט. די סיבה וואס אין טשעבין מעג עס בלייבן איז ווייל סהאט גארנישט העכער דעם איז דאס נישט קיין סכנה.

און דו רעדסט פון אנטלויפן, דערמאן איך מיר ווי מפלעגט ארויס לויפן פון די ריזיגע פענסטערס כאפן א מנחה, אויב ר בנימין איז געשטאנען ביים טיר…
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך אוגוסט 23, 2023 8:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אויפן בנין הישיבה שטייט ״ישיבת הגאון מטשעבין כוכב מיעקב״. פלעגט מען זאגן אז דא קענסטו וואקסן אדער א גאון מטשעבין אדער א כוכב מיעקב…
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

פארגעס נישט צו באשרייבן די ספעציעלע שטארקע לעקטערס אין היכל וואס ארבייט נאר צוויי מאל א יאר... תשעה באב און ביים טשעבינער רב'ס יארצייט סעודה!
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אלכסנדר זיסקינד
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:47 am

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלכסנדר זיסקינד »

בעל דמיון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 8:11 pm
מיינע זכרונות הייבן זיך אן אויף לי קאר ראסס און פראנט פון לי פאטא מיט א מילך קעסטל און א פאפירענע ארענדזשע דזשעי&דזשעי דרינק באטל "טשעבינע-שיבע" (פאר ווער ס'געדענקט)

ווי הייבט מען דא אן?
די גאוני עולם וואס האבן זיך געדרייט אונטער די פיס וואס יעדער האט געקענט עפעס נאשן לויט זיין געשמאק
די קאמישע "מנהגים" וכדו'
די אינטערעסאנטע פערזענליכקייטן וואס זענען געווען א חלק פון די פורניטשער

שוין לאמיר גיין איינס ביי איינס:
די גאונים וואס איך געדענק, אוודאי ר' אברהם, א גאון עולם מיט א אויסערגעווענליכע ארגינעלע וועג פון אנקוקן א מצב אבער געלעבט פשוט מיט די בחורים כאחד האדם א עכטע ליטוואק וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין... מ'האט אים געקענט זעהן 6:55 ארויסקומען פון זיין צימער מיט די נאכט קליידער אויסצוגיסען די נעגל וואסער און 7:00 שוין געווען אין ביהמ"ד מיט די טו"ת גרייט צום דאווענען
אדער צונדען חנוכה לעכט פאר מנחה און תיכף ארויף גיין אין ביהמ"ד און דארט בלייבן
די חתנים שיעורים זיינע
זיך געבען א זעץ אראפ ביי א חברותא און אנהייבן קאכן און אויב האט ער געשמעקט אז ס'נישט קלאר האט ער אנגעהויבן פון אלף מיט אזא פשטות און געדולד, מ'קען שרייבן און שרייבן

נאכדעם אוודאי ר' אהרן מרדכי ע"ה, מיר האבן נישט געהאט די שכל וואס א זכי' דאס איז צו זיצן טעגליך מיט א איש מורם מעם פונעם פאריגען דור

כ'געדענק נישט זעהן דערמאנען דא ר' נפתלי נויסבוים, א גרויסע ראש בי"ד אין ירושלים און דא זיצט ער טאג טעגליך מיט בחורים און איז זיך מפלפל אויף אזא צוגעלאזענע וועג

ר' יודל טויבער איז א איד וואס איך פלעג פשוט נתפעל ווערן א איד וואס די האסט אים געקענט אנפרעגן סיי ווי אין ש"ס איז געווען א פשוטע צייכענער ביי נאכט סדר (עז עי סייד דזשאב האט מען אים אויך געניצט אלס שואל ומשיב פאר ש"ס)

איך האב געלערנט בחברותא מיט א איד א בקי בכל התורה כולה כפשוטו ער האט געהייסן "גיבעראלטער" (געזעצן צפונית-מזרחית אויף שטענדערס) וואס חוץ ש"ס מיט אלע מפרשים וכו' האט ער אויך געהאט אלע מיני גמח'ן צו ס'מעדעצינען, בעיבי זאכן, געלט, און נאך און נאך.

אפי' ר' בנימין רימר וואס לפנים האט אויסגעזען ווי א פשוטע משגיח איז א גאון מ'האט זיך געקענט מפלפל זיין מיט אים אין סיי וועלכע שווערע סוגיא אין ש"ס און די האסט געקענט מיינען אז ער האט נאר וואס עס דורךגעלערנט.
די שטורעם וואס רב ווילהעלם פלעגט אנמאכן...
ס'דא נאך אבער די קומען יעצט ארויף.

וואס איז געווען ר' יענקל תלמוד'ס דזשאב? כהנים? נאך עפעס? (איינער האט עס שוין פריער דערמאנט)
ר' ישראל חאריטאן? וואס? ווי? ווען?
ר' משה אייזענבאך, אינטערעסאנט ער קען אפי' אויפוועקן די טויטע אבער אנשטאט לייגט ער זיי אין די ערד...
רפאל! גיי פארשטיי (אדער בעסער נישט)
ס'געווען דער קיטשען מענעדזשער (?) גרשון, אוי האט ער געהאט אסאך צו דערציילן, צו ס'אמת געווען אדער נישט...

איך האב נאך אזוי סאך צו שרייבן עוד חזון למועד,
נאך איין זאך פאר יעצט. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן דעם רעידת אדמה וואס ס'געווען אינמיטן סדר (דאכצעך ס"ה), ס'א נס אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, פון די בהלה ביים ארויסלויפן האט זיך א באנק געשטעלט ביים טיר בלאקירנדיג דעם ארויסגאנג.
שוין, שיק.
ר' אברהם גניחובסקי האט געדאוונעט ותיקין יעדע טאג אין בית ישראל, שפעטער איז ער געשטאנען ביים דאווענען אין ישיבה צי מיטהאלטן די קדישים, די נאכט העמעד האט ער מן הסתם אנגעטוהן אז דו זאלסט מיינען אז ער האט נאכנישט געדאווענט...

די מענעדזשער פון קאך האט געהייסען גרשון רוקח, ער האט גערעדט א היימישער אידיש, מיט זיסע זכרונות, ער איז געווען פרום?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א וארט וועגן דער ראש ישיבה..

דער שיעור כללי ״זאגט דער טאטע אין ברכת שמעון״...

דער גוט מארגן פאר יעדן איינען צופרי, און ״בוקר טוב״ פאר די ארבעטערס (דערמאן איך מיר פון אלי, אוי איז ער געווען א בחור מיט ביינער....)

איך געדנעק איינמאל בין איך אראפ געלאפן די סטעפס, ניטש במערקנדיג אז דער ראש ישיבה קומט ארויף.. איך האב איינגעמאכט פאר בושה אבער ווי ער האט זיך דערשראקן...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אלכסנדר זיסקינד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:36 am

די מענעדזשער פון קאך האט געהייסען גרשון רוקח, ער האט גערעדט א היימישער אידיש, מיט זיסע זכרונות, ער איז געווען פרום?
נעבעך אוועק אלץ בחור פון 8- יאר דאכצעך. איך געדענק נאר די לויה אין ארנט פון ישיבה. ער האט געוואוינט אליין און מהאט אים נעבעך געטראפן א וואך (בערך) נאך וואס ער איז שוין אוועק.

דאכצעך עפעס א קרוב צום בלעזער רבין.

אינטן פון חנה בילדינג איז דא א פארבויעטע טיר. פארציילט האט מען אז דארט האט מען געבויעט בשעתו א מקוה נאר דער בית ישראל האט געהייסן מזאל דאס נישט עפענען.
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:01 pm
אלכסנדר זיסקינד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:36 am

די מענעדזשער פון קאך האט געהייסען גרשון רוקח, ער האט גערעדט א היימישער אידיש, מיט זיסע זכרונות, ער איז געווען פרום?
נעבעך אוועק אלץ בחור פון 8- יאר דאכצעך. איך געדענק נאר די לויה אין ארנט פון ישיבה. ער האט געוואוינט אליין און מהאט אים נעבעך געטראפן א וואך (בערך) נאך וואס ער איז שוין אוועק.

דאכצעך עפעס א קרוב צום בלעזער רבין.
מיר נישט געוואלט געבן זיתים איין דינסטאג נאכט פאר נאכאמאל, ווען מ'האט געווענטליך צוגעגעבן געלע קעז מיט חלוה... וויל ער האט נישט געטראפן שמן זית אריינציגיסן אינעם פלעשל... סא יא ער איז געווען פרום... (אויף מיין חשבון...)
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

איי ווי קען מען פארגעסן פון די מנינים מנחה אין די בונקער... איי איי זכרונות
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”