עניני ניטל והמסתעף

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ואפשר ליישב, היות ס'איז במילא נישט אין די צייט פון די חגאות מהעבו"ג שבשכונתינו, על כן איז דאס נאר עפעס אזא מסורה, נו נישט געפערליך.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

ארויפגעברענגט פאר די וואס האלטן ניטל היינט נאכט

זיידעניו האט געשריבן: א) ניטל הוא זמן לידת אותו האיש ונקרא ברומי "נאטאל" (שפירושו לידה)

ב) ישנם ב' ניטל א' הנקרא "פוילישע ניטל" והוא מ - 24 ל - 25 דעצעמבער למספרם, משקיעת החמה עד חצות הלילה, והב' הנקרא "רוסישע ניטל" והוא מ – 6 ל – 7 יאנואר, מחצות היום עד חצות הלילה.

ג) החילוק בין ה"פוילישע וה"רוסישע" ניטל הוא מחלוקת בהתקופות של רב אדא ומר שמואל, הרוסישער ניטל הוא כמר שמאל דפסקינן כוותי', ועל כן בצאנז היו לומדים בהפוילישע ניטל וחששו רק להרוסישע ניטל, אבל הארי' דבי עילאי אבד"ק ווישניצא זי"ע הי' חושש גם לתקופת רב אדא ולא הרשה ללמוד בהפוילישע ניטל וכשמהר"ש מבאבוב זצ"ל כיהן פאר אח"כ כאב"ד בווישניצא וניהל שם ישיבתו המפורסמת ומשום כבודו באתרי' דרב לא הרשה ללמוד בישיבתו ונשאר כבר כך גם לאחר מכן.


ד) מנהנ ישראל מימי קדם שלא ללמוד בליל ניטל. ורבים חתרו לדעת מדוע יבטלו תלמוד תורה בלילה הזה, והגם שאפילו אם לא נדע הטעם בזה, די לנו בזה, מה שכן נהגו מעולם אבותינו ורבותינו אמנם עלה ברעיוני מילתא בטעמא, דהנה ידוע דאותו האיש הי' תלמידו של רבי יהושע בן פרחי' ולמד תורה הרבה ולבסוף כישף והסית והדיח את ישראל כמבואר במס' סנהדרין (דף ק"ז ע"ב), ועתה נשמט מן הדפוסים מחמת הצענזור), ומזה אנו רואים בחוש אומרם ז"ל (אבות פ"א) לא המדרש הוא העיקר אלא המעשה, וכמבואר בגמרא (ב"ק י"ז ע"א) גדול לימוד התורה שהלימוד מביא לידי מעשה דאותו האיש אעפ"י שלמד הרבה, כיון שהי' תלמוד בלא מעשה, יצא לתרבות רעה עד כדי להסית ולהדיח, ולכן בלילה הזה שנולד בו, תקנו שלא ללמוד, להראות כי עיקר תורה כזאת בלא מעשה אינו נחשב למאומה, כי התורה ניתנה לנו ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים. ואפשר להעמיס ד"ז בכוונת הפסוק (תהלים קי"ט) עת לעשות לד' הפרו תורתך, שיש עת אחת בשנה, דהיינו ליל ניטל, שצריכין להראות כי העיקר הוא לעשות לד', ולכן אז הפרו תורתך, שמותר לבטל אז מלימוד התורה כי ביטולה של תורה אז, הוא להראות שהעיקר הוא קיומה.
(קדושת ציון לקוטי ענינים)

(וראה שם מתחת לקו: לפלא כי בספר ערוגת הבושם עה"ת מהגאון המפורמם מו"ה משה גרינוואלד אבד"ק חוסט בפ' שמות הביא ששמע בשם הגה"ק משינאווא זצללה"ה בשם אב"ד דק"ק צפת תובב"א, דהפסוק עת לעשות לד' הפרו תורתיך עולה בגימט' ז"ו שע"ה שתקופ"ת טב"ת נופל"ת ב"ו).

ה) הרה"ק מהר"ש מקאמינקא זצ"ל לא ישן בליל "ניטל", אמר הטעם: איני יכול לישון מבלי לחלום בדברי תורה, ומאחר שנהגו לא ללמוד בליל זה, איני רוצה לישון אז
(אוהב שלום).

דרכו בקודש של הרה"ק מהר"ש מקאמינקא זצ"ל היה לשוחה הרבה במילי דעלמא בליל "ניטל" כשהקפיד דייקא לא ללמוד, ופעם סיפר דבר זה:
פעם היו שני מנקי ארובות (קוימען קערערס) שעבדו ביחד, ואירע שאחד מהם נתלכלך מאוד, כדרך עבודה זו הגורמת שיחור הפנים, והשני נשאר נקי בפניו. כשראה אותו הנקי את חמלוכלך, חשב שמסתמא אף הוא מלוכלך ורצה לרחוץ פניו אבל מיד חזר מדעתו, כי אמת אם אני מלוכלך באמת, הרי כשראה אותי השני בפני המלוכלכות, הרי הי' עולה בדעתו שאף הוא מלוכלך ולמה לא הלך לרחוץ את פניו, ומוכח מכאן שאין אני מלוכלך ובגלל כן חשב השני כשראני שגם הוא נקי. אבל אח"כ התיישב בדעתו אמר: אפשר אין זו ראיה, דלעולם גם אני מלוכלך ומה שאין השני חושב על עצמו שהוא מלוכלך כשרואה פני המלוכלכות, משום שגם הוא חושב כמו שחשבתי אני מקודם, דאם הוא מלוכלך א"כ מדוע איני רוחץ את פני כשאני רואה אותו, ומסתמא אינו מלוכלך אבל האמת הוא שטעה, דהרי הוא בודאי מלוכלך, וכמו"כ אפשר שגם אני מלוכלך וצריך אני לרחוץ את פני... וככה המשיך הרה"ק זמן ארוך לפלפל בב' הצדדים, דלכאורה גם זה אינו דאפשר חשב השני ג"כ כסברתי הזאת, וכן הלאה...
(ספר אוהב שלום).

ו) יש שנהגו לשחק במשחק המלכים הנקרא "שאך", בביהמ"ד ובציבור אבל רק בפרהסיא ולא בצנעה שלא להרגיל את עצמו לשחק עם קארטן ודי. (ראה שכנה"ג בחו"מ סי' ש"ע שגדולי ישראל שיחקו במשחק השאך).

ז) המנהג שאין לומדים גם כשחל בליל שבת קודש. מספרים שאחרי הסתלקותו של הרה"ק משינאווע זי"ע בא בנו הרה"צ רא"ש מסטראפקוב זצ"ל לשבות אצל מהר"ש מבאבוב זי"ע, ובליל ש"ק חל ניטל והרא"ש הי' מאוד נשבר ונדכה, ורצה מהר"ש זצ"ל לחזקו ושאל אותו איך נהנ אביו הרה"ק באמירת תורה בליל ש"ק שחל בו ניטל וענה שאביו הרה"ק אמר שבשבת מותר ללמוד כי הענין שאין לומדים בניטל הוא, כדי שלא יהי' להחיצונים שליטה, ובשבת ממילא אין להם שליטה, וכיבדו מהר"ש זצ"ל שיגיד תורה, ואמר ובני דן חושים, בני הצדיקים (הנקראים דן מלשון דן ידין שבטי ישראל) אלו שנסעו לאבי ז"ל, חושים, זאלען שנעל געהאלפן ווערן. אבל רבותינו לא אמרו תורה וכן נהגו הרבה צדיקים).

ח) הקדושת ציון זצ"ל הי' בשבת פ' שמות תרצ"ד ביאסלא לרגל הנחת אבן הפינה שהתקיימה ביום א' פ' וארא לבנין ישיבת עץ חיים (ראה הדרשה בקדו"צ ח"א עמ' קכ"ז) וגם הרה"ג ר' שמואל פיהרער זצ"ל אבד"ק קראס הנקרא דער קראסנער רב (נהרג עקה"ש ביומי דחנוכה תש"ג) הופיע ביקרו, ובמוצש"ק חל ניטל והלך האדמו"ר מבאבוב זצ"ל אליו לבקרו ודיברו אם מותר לשוחח בדברי תורה (שמועסן אין לערנן) בליל ניטל, וסיפר הרה"ג הנ"ל: בתור אברך נכנסתי לגדול אחד בליל ניטל וחהוא לא התנהג בדרך החסידות ומצאתי אותו לומד, ואמר לי אינני יודע מה שהחסידים עושים כזה עסק מניטל, אינני מאמין שבשביל שלומדים בניטל וועט מען ברענען אין גהינום, ומאוד כאב לי דבריו ועניתי לו, אינני אומר שבשביל שילמדו ישרפו בגהינום, אבל האם לא ישרפו בגהינום על שלא האמין בדברי חכמים שאמרו שלא ללמוד, ונתכרכמו פניו של הגדול ההוא וסגר הספר .

ט) ידוע הסיפור שפעם שאל כומר אחד את הגאון ר"ר יונתן מאייבשיץ ז"ל הלא אין העולם יכול לקיים בלי תורה וא"כ שכל העולם מבטלין באותו לילה מתורה הי' העולם צריך ליחרב ח"ו? וענהו ר"ר יונתן דקיי"ל מנהג ישראל תורה היא ובזה שישראל מחזיקין במנהגי ישראל חשוב כתורה ובכח התורה זו העולם מתקיים ודו"ק.



מונאוויטש האט געשריבן: איך האב נישט געהערט דעם קאסעטע פון הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל. אבער אויב ער ערווענט תקופת רב אדא לגבי דעם ענין פון ניטל, וואלט איך געזאגט אז לכאורה לא דק און ער מיינט פילייכט די גוי'שע קאלענדער. די צוויי חשבונות פון ניטל-תקופת טבת נעמט זיך פון דעם וואס אונזער חשבון התקופות, וואס איז באזירט אויף תקופת שמואל, ווערט כסדר אפגערוקט פון די גרעגאריאנישער קאלענדער, די אנגענומענע לוח מיט וואס די פעלקער באניצן זיך כהיום. תקופת רב אדא קומט לכאורה נישט אריין דא בכלל.

עס איז כדאי צו באמערקן אז די היסטאריע פון די גרעגאריאנישער קאלענדער - וואס האט אין יארע 1582 איבערגענומען דעם יוליאנישן קאלענדער - האט א דירעקטע קשר מיט ניטל, נישט בלויז לגבי דעם חשבון התקופות, נאר צום עצם ענין פון ניטל (דהיינו זייער אמונה טפילה). אבער קודם א קורצע הקדמה, און להשלמת הענין וועלן מיר אויך אריינכאפן א שטיקל חזרה אויפן נושא.

שיטת שמואל:
א שנת החמה איז 365 טעג און 6 שעה. די תקופות אין הלכה - ותן טל ומטר, קידוש החמה, ועוד - װערן גערעכענט אויף דעם חשבון.

שיטת רב אדא:
א שנת החמה איז 365 טעג, 5 שעה און בערך 55 און א האלב מינוט. די חשבון התקופות וואס איז נוגע לעיבור השנים איז געווען געבויעט אויף תקופת רב אדא.

די גרעגאריאנישער קאלענדער:
א שנת החמה איז 356 טעג, 5 שעה און בערך 49 און א פערטל מינוט. איינגעשטעלט אין יארע 1582 למספ', עס איז כהיום די אנגענומענע לוח ביי די אומות העולם.

א דורכשניטליכע אסטראנאמישער שנת החמה:
356 טעג, 5 שעה און בערך 48 און א האלב מינוט. (איך בין מדגיש 'דורכשניטלעך', ווייל אין מציאות לויפט א שנת החמה עטוואס אנדערש יעדעס יאר. אמאל גרעסער און אמאל קלענער; אבער דאס איז די ממוצע.)

איצט צום נושא.

אין די קנאפע ערשטע 1,600 יאר פון דעם קאלענדער - דאן אנגערופן די יוליאנישן קאלענדאר, אויפן נאמען פון יוליוס קיסר וועלכער האט איינגעשטעלט דעם זון-באזירטן לוח מיט איבער 2,000 יאר צוריק - זענען די חשבון השנים געלאפן אויפן זעלבן יסוד ווי תקופות שמואל; 365 טעג איז געווען א לוח יאר, און כדי אויסצוגלייכן די איבעריגע 6 שעה האט מען יעדע 4'טע יאר געמאכט א ליעפּ יאר, דהיינו מען האט צוגעלייגט נאך א טאג צום מאנאט פעברואר. פארשטייט זיך אז די לוח איז נישט געווען מדיוק, ווייל די אסטראנאמישע זון-יאר איז ביילייפיג 11 מינוט קלענער ווי 365 און א פערטל. אבער די גרעסערע דילעמא איז געווען די זמן פונעם קריסטליכן איסטער חגא, וואס ווערט יערליך געפייערט אינעם יארטאג ווען זייער אפגאט האט געציילטע טאג נאך זיין הריגה זיך אנגעבליך מלבש געווען מיט מיסטישע חִיוּת, זיך ארויסגעדראפעוועט פונעם ערדענעם מתים שטיבל, און א רייזע געטוהן צו די הויכע ספערן...

אין די ערשטע פאר הונדערט יאר האט געהערשט א גרויס צומישעניש אין וועלכן טאג מען זאל סעלעברעיטן דעם שמייליגן חאלידעי. ווייל היות ער איז גע'הרג'עט געווארן ערב פסח וואס געפאלט אינמיטן חודש ניסן, האבן זיי פראבירט צו פייערן די חגא אינמיטן חודש ווען די לבנה איז גאנץ. אבער דער יוליאנישער קאלענדער איגנארירט גענצליך די סדר הלבנה, און מען האט געמוזט אויפקומען מיט אלטערנאטיווער מעטאדן. טייל קירכעס האבן זיך טאקע צוגעבינדן צום אידישן לוח און געפייערט דעם חגא אין סאמען פסח ווען די ירח שיינט מיט איר פולן פראכט; און אויב איז געווען אן עיבור יאר, איז דער חגא מיטגעפארן א חודש. די אידישע לוח האט געהאט א געוואלדיגע מעלה אז זי איז באזירט סיי אויף די לבנה און סיי אויף די חמה, אבער די כומרים זענען כמובן נישט געווען אנציקט אז דער אידל דיקטוטירט די זמן פון זייערע חגאות.

אין יארע 325 למספרם, האבן די קריסטליכע קירכעס אפגעהאלטן א גרויסע קאנפרענץ אין טערקיי וואו מען האט דעבאטירט פארשידענע ענינים. בתוך הדברים אויף די אגענדע איז טאקע געווען פולמוס זמן החגא. בלייבן מיט די אידן איז א פראבלעם, ווייל די אידישע קאלענדער איז פאלש, און די אידן רעכענען נישט ריכטיג דעם עיבור השנה... ווידעראום אריבערפירן דעם חגא צום אייגענעם קאלענדער טויגט אויך נישט, ווייל די איסטער חגא מוז געפאלן ווען די לבנה איז גאנץ, און די יוליאנישער קאלענדער לויפט דאך לפי גלגול החמה. די קאצענסוס איז געווען אז קודם זאל מען זיך דערקלערן זעלבסשטענדיג, אפטיילן דעם חגא פונעם אידישן לוח און איר צוטשעפען צו די גוי'שן קאלענדער. שפעטער האט מען איינגעשטעלט אז עס זאל געפאלן זונטאג נאכן ערשטן גאנצע לבנה אין תקופת ניסן (*Vernal Equinox), וואס איז יענע יארן געפאלן אין מערץ 21. אזוי האט מען פארזיכערט אז די חגא וועט געפאלן בערך די זעלבע צייט, סיי אין סעזאן און סיי אין די חודש הלבנה. (טייל קירכעס האב קודם גענומען א באזונדערע מהלך, אבער אין די ענדע זענען אלע מיטגעפארן מיט דעם סיסטעם.)

(* Equinox איז די צוויי נקודות אינעם יאר - אנפאנג פרילינג און הערבסט - ווען די זוהן שטייט פונקט אינמיטן די וועלט, און נאכט און טאג זענען די זעלבע לאנג. Vernal Equinox איז תקופת ניסן-פרילינג.)

למעשה האט דאס געשאפן א גרויסן פראבלעם אויפן עתיד. ווייל ווי געשמועסט פאלט דאך אוועק 11 מינוט יעדעס יאר, און די מערץ 21 פונעם קומענדיגן יאר איז 11 מינוט שפעטער אינעם סעזאן ווי דער זעלבער קאלענדער-טאג פונעם פארגאנגענעם יאר. ופרוטה לפרוטה מצטרפת, און נאך בערך 130 יאר קומט אויס אז מען פארלירט איין גאנצע טאג. און 1,300 יאר שפעטער האט מען שוין פארלוירן גאנצע 10 טעג פונעם סעזאן.

(די פראבלעם איז טיפער ווי בלויז 10 טאג. ווייל היות די חגא איז געווען צוגעבונדען סיי צו די טאג פון די וואך, סיי צו די לבנה, און סיי צו די חמה, האט געקענט פאסירן אז די קאמבינאציע פון א זונטאג נאך א גאנצע לבנה נאך מערץ 21, זאל פאסירן הערשט א חודש שפעטער.

צב"ש. לאמיר משער זיין אז אין א געוויסע יאר האט זיך די פולע לבנה באוויזן אום פרייטאג, מערץ 20, איין טאג בעפאר דעם איין און צוואנציגסטן. קומט אויס אז מען וועט איצט מוזן ווארטן מיטן חגא נאך א חודש - ביז זונטאג אפריל 19 - אז די לבנה זאל האבן צוריקקומען צו איר פולן שיין, בשעת די 'ריכטיגע' תקופת פרילינג איז שוין געפאלן אין מערץ 11. אין אנדערע ווערטער, א פארצעגערטע חגא, 5 וואכן טיף אריין אינעם פרילינג סעזאן!)

געבליבן אויפן טיש זענען די פאלגענדע אפציעס:

0) גיין מיטן אידישן לוח.
1) אויסמעקן דעם חגא פונעם קאלענדער. (ונזכה ונחיה ונראה, בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו!)
2) לאזן דעם קאלענדאר לויפן כמו שהוא. (ביז די מיטעלע 1500 יארן איז מען געגאנגען מיט דעם דאזיגן מהלך.)
3) פאררעכטן דעם קאלענדאר.

במשך די יארן איז פארגעקומען מערערע דיסקוסיעס און ויכוחים צו אדרעסירן דעם דאזיגן פראבלעם, אבער אלע האבן זיך אויסגעלאזט מיט זילטש. אזוי האט זיך די זאך פארצויגן פאר לאנגע יארן ביז עס איז אויפגעשטאנען פויפסט גרעגארי, ער האט אראפגעשטעלט א פיס ער און פארלאנגט אז די קאלענדער ברויך פארראכטן ווערן איינמאל און פאר אלעמאל . און אזוי האט מען טאקע געטון. אין יארע 1582 האט די קאטוילישע קירכע ארויסגעשטעלט אן הכרזה אז דעם קומענדיגן אקטאבער 5 (חוה"מ סוכות שנת ה' אלפים שמ"ג לפ"ג) וועט דער קאלענדער ווערן איבערגעמאכט. זיי האבן איינגעטיילט דעם טויש אין צוויי שלבים; 1) מען וועט פאררעכטן דעם קאלענדאר אינעם הוה מיטן אראפשניידן 10 טאג פונעם לוח, 2) א נייעם סיסטעם פארן עתיד.

1) מען וועט אויסמעקן אקטאבער 14-5, 1582 פונעם לוח. ווען דער עולם האט זיך געלייגט שלאפן אקטאבער 4 אויפדערנאכט, איז מען דעם קומענדיגן אינדערפרי אויפגעשטאנען מיט 10 טאג שפעטער. והנה, היום יום אקטאבער 15, 1582. אין אנדערע ווערטער, קומענדיגע יאר, 1583, וועט חגיגת איסטער זיין באזירט אויפן ריכטיגן יום התקופה כמאז ומקדם, וואס וועט געפאלן אין מערץ 21 (נעכטיגע מערץ 11) אזוי ווי 1,300 יאר צוריק.

2) כדי איז דער תיקון זאל בלייבן געזונט און פריש פאר לאנגע יארן, האט מען איינגעשטעלט דעם פאלגנדן טויש.

ווי געשריבן אויבן איז דער אלטער לוח פארפארן פונעם סעזאן 1 טאג פאר בערך יעדע 130 יאר, ד.ה. אז אומגעפער יעדע 400 יאר פארלירט מען 3 טעג. דערפאר האט מען אנגעשטעלט אז מכאן ולהבא וועט מען אין 400 יאר מאכן בלויז 97 ליעפ יארן אנשטאט 100. מען האט עס איינגעטיילט ווי פאלגנד: יעדע 4'טע יאר איז א ליעפ יאר; יעדע 100'סטע יאר איז נישט קיין ליעפ יאר (טויש) ; אבער יעדע 400'סטע יאר איז ווייטער א ליעפ יאר.

אלזא, צוריק צו אונזער ניטל.

פארן גלח איז איצט פיין און וואויל, אבער - להבדיל אא"ה - פאר אונז אידעלעך האט די טויש געשאפן א גרויסן פראבלעם. ווייל ביז 1582, ווען אלע זענען געפארן מיטן תקופת שמואל סיסטעם, האבן מיר געוויסט אז מען קען זיך פארלאזן אויפן גוי'שן קאלענדער. און אויב די קאלענדער זאגט אז היינט איז דעצעמבער 25, האט מען געוויסט אז היינט איז תקופת טבת, אא"וו פאר די אנדערע 3 תקופות. אבער איצט אז דער גוי'שער לוח האט זיך אפגעריקט פון תקופת שמואל, האבן מיר געמוזט פארגרייזן דעם יום התקופה לויט וויפול זיי האבן געטוישט.

א צווייטע פראבלעם איז געווען, אז נישט אלע מקומות האבן זיך גלייך צוגעשטעלט צום נייעם קאלענדער; עס האט גענומען א פאר הונדערט יאר ביז אלע אנדערע קריסטליכע מדינות האבן זיך מיטגעכאפט. דערפאר איז אויסגעקומען אז די קהילות וואס האבן זיך געפונען אין א מקום וואס איז געבליבן מיטן אלטן לוח, האבן ווייטער אנגעהאלטן דעצעמבער 25 אלץ יום התקופה. ווידעראום די קהילות אין די מקומות וואס האבן אנגענומען די נייע קאלענדער האבן געמוזט ריקן דעם טאג.

(מען מוז קלארשטעלן אז ביידע האבן געהאלטן דעם תקופה אינעם זעלבן "טאג", לאמיר זאגן יום ג' פרשת שמות. די שאלה איז נאר געווען וויאזוי דער דאזיגער טאג פיגורירט אויפן גוי'שן קאלענדער. אין די אלטע מקומות האט עס געהייסן דעצעמבער 25, און אין די נייע לוחות האט די זעלבע טאג געהייסן יאנעווער 4 והלאה.)

פאלגנד איז די טבלה פון די טוישונגען:

תקופה - אלטע לוח/נייע לוח:
1500 - דעצעמבער 25/דעצעמבער 25
1582 - דעצעמבער 25/יאנעווער 4
1600 - דעצעמבער 25/יאנעווער 4
1700 - דעצעמבער 25/יאנעווער 5
1800 - דעצעמבער 25/יאנעווער 6
1900 - דעצעמבער 25/יאנעווער 7
2000 - דעצעמבער 25/יאנעווער 7
2100 - דעצעמבער 25/יאנעווער 8
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

ברוקלין האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:
ג) החילוק בין ה"פוילישע וה"רוסישע" ניטל הוא מחלוקת בהתקופות של רב אדא ומר שמואל, הרוסישער ניטל הוא כמר שמאל דפסקינן כוותי', ועל כן בצאנז היו לומדים בהפוילישע ניטל וחששו רק להרוסישע ניטל, אבל הארי' דבי עילאי אבד"ק ווישניצא זי"ע הי' חושש גם לתקופת רב אדא ולא הרשה ללמוד בהפוילישע ניטל וכשמהר"ש מבאבוב זצ"ל כיהן פאר אח"כ כאב"ד בווישניצא וניהל שם ישיבתו המפורסמת ומשום כבודו באתרי' דרב לא הרשה ללמוד בישיבתו ונשאר כבר כך גם לאחר מכן.



די חילוק פין די רוסישע ניטל אין פולישע ניטל איז, ווייל אין רוסלאנד (אויך אין גריכלאנד וכו') האלטען די גוים קריסמיס Jan 6-7, אין וועגען דעם האלטען די יודן ניטל דעלמאץ. אין פולין אין אויך אין אונגארין האלטען די גוים קריסמיס, אזוי ווי דא אין אמעריקא Dec 25.

די רוסן זענען "גריכישע אורטדאקס" קריסטין, זיי זענען נישט אינטערען רומישע פויבסט, אין זיי האבען א שטיקעל אנדערע חשבון ווען דער אותו איש איז געבוירען געווארען.

די פולישע, איטליענער, איירישע וכו' זענען "רוימישע קאטאליק" קריסטין, וואס לויט זייער חשבון איז ער געבוירען Dec 25

די גרינדער'ס פין אמעריקא (אויך די מענשטען פין ענגלאנד, דייטשלאנד) זענען געווען פראטיסטאנטען (ד.ה. מאדערנע קאטאליקען), ממילא האבען זיי געהאלטען די רוימישע קאטוילישע מנהגים.

עס איז נישט אז זיי האבן אן אנדערע חשבון ווען ער איז געבוירן. נאר די גוישע קאלענדער איז געווארן געשניטן דורך די קטוילישע פויפסט מיט 10 טעג און 1582 https://en.wikipedia.org/wiki/Gregorian_calendar
און די פראטיסטאנטען און גריכישע אורטדאקס האבן דאס נישט אנגענומען דעמאלדס. סא איז אויסגעקומען אז ביי א חלק וועלט איז שוין געווען December 25 און ביי די אנדערע חלק וועלט איז נאך געווען מיט 10 טעג פריער. און ווען ביי די אנדערע חלק וועלט איז געווארן December 25 איז שוין ביי די קאטעליקן געווען Jan 6 איז האט זיך געוואנדן אין וועלעכע מדינות מען האט געוואוינט און ווען מען האט דארט געפראוועט קראצמעך איז ביי די אידן געווען ניטל. כך שמעתי אסאך יארן צוריק פון הרה״ג יעדן נפלא רבי שמואל אליעזר פריעדמאן שליט״א.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פריינד האט געשריבן: וויפיל אזייגער איז די תקופה?

היי יאר אידע תקופה דאנערשטאג 4:30 נאכמיטאג, פון ווען האלט מען און בעיקר וואטוצעך מיטן אויפשטיין ליל ששי?

פונעם דאיען דמתא האבעך געהערט אז מ'האלט ביזן עלות..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

Kollel האט געשריבן:
פריינד האט געשריבן: וויפיל אזייגער איז די תקופה?

היי יאר אידע תקופה דאנערשטאג 4:30 נאכמיטאג, פון ווען האלט מען און בעיקר וואטוצעך מיטן אויפשטיין ליל ששי?

פונעם דאיען דמתא האבעך געהערט אז מ'האלט ביזן עלות..

אין סאטמאר איז ווי ס'זעט מיר אויס נישט אזוי די מנהג היי יאר, צוליב דעם וואס די תקופה איז נאך פאר נאכט
סאטמאר מהר"א וומסב"ג
אטעטשמענטס
image (3).png
image (3).png (610.38 KiB) געזען 1735 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איך האב געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מחמיר געווען נישט צי לערנען פין בין השמשות (58 אהאלב מינוט נאכען שקיעה)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

בעת התקופה לערנט מען שוין נישט?
אוועטאר
צופליקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:22 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופליקט »

נא_שכל האט געשריבן: קצרה דעתי להבין את כל השיעורים והפראגראמען לכבוד יום טוב ניטל.

די התלהבות פונעם עולם איבער ניטל, איז שרעקליך, ס'איז געווארען א פרייליכע עסק, ס'איז ברור אז נישט דאס איז געווען די מטרת פון מחוקקי מנהג זה.

ממילא יחידים וואס מאכן א מצב דערפון, נו, אבער קהילות קדושות בישראל, אתמהה?!

מען קען נישט לאזן די עולם נייגעריג
אויב דאס נישט קום אריין קלאר וואס יא
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

קול סאטמאר שטעלט צי א רייכע לייוו ניטל פראגראם פון 6 חלקים פון 6סע ביז 12 ביינאכט
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שוואנץ
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:26 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואנץ »

Event-2022 copy.jpg
Event-2022 copy.jpg (149.05 KiB) געזען 1584 מאל
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1617
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

יעדער האט געשריבן: איך האב געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מחמיר געווען נישט צי לערנען פין בין השמשות (58 אהאלב מינוט נאכען שקיעה)
ווען איך האב געלערנט אין מאנטריאל איז די דיין זצ"ל אריינגעקמען אין בית מדרש בין השמשות אין אפגעשטלט די לערנען
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

פליישיג האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן: איך האב געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מחמיר געווען נישט צי לערנען פין בין השמשות (58 אהאלב מינוט נאכען שקיעה)
ווען איך האב געלערנט אין מאנטריאל איז די דיין זצ"ל אריינגעקמען אין בית מדרש בין השמשות אין אפגעשטלט די לערנען

וועלכע יאר?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זקניך
אטעטשמענטס
זקניך ויאמרו לך - בא תשפב - תשטז1.jpg
זקניך ויאמרו לך - בא תשפב - תשטז1.jpg (326.28 KiB) געזען 1537 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1617
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

יעדער האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן: איך האב געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מחמיר געווען נישט צי לערנען פין בין השמשות (58 אהאלב מינוט נאכען שקיעה)
ווען איך האב געלערנט אין מאנטריאל איז די דיין זצ"ל אריינגעקמען אין בית מדרש בין השמשות אין אפגעשטלט די לערנען

וועלכע יאר?

עג-ה
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

פליישיג האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן: איך האב געהערט אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מחמיר געווען נישט צי לערנען פין בין השמשות (58 אהאלב מינוט נאכען שקיעה)
ווען איך האב געלערנט אין מאנטריאל איז די דיין זצ"ל אריינגעקמען אין בית מדרש בין השמשות אין אפגעשטלט די לערנען

וועלכע יאר?

עג-ה

וואס הייסט? ביידע יארען אדער 1 יאר בערך דעמאלטס?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1617
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

בערך דעמאלטס
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

היינט דאנערשטאג ניטל, וועט מען קענען מיטהאלטן דא אויף אידיש24 א לייוו אינהאלטסרייכע פראגראם
ה' בא פ״ב
היינט דאנערשטאג ניטל, וועט מען קענען מיטהאלטן דא אויף קול מבשר א לייוו אינהאלטסרייכע פראגראם, מיט וואס צו פארברענגן און די ניטל שעות.
די פראגראם וועט זיך אנפאנגן היינט 1:30 נאכמיטאג, ביז 12 אזייגער ביינאכט.

1:30 וועט מען הערן דורך הרב לעיזער קרויס, איבער די נושא פון גיטין צו איז דא היינט מער וואו אמאל, און פארוואס? די שווערע דורכגאנג פון גרושים וגרושות און וואס קענען יעדער טון.

2:30 וועט מען הערן אן אינטערוויו מיט הרב יצחק זאב קאלאקאווסקי וועמענס טאטע איז ליידער געווען א גוי אבער זיין מאמע איז א אידענע א בנש"ק - ווי אזוי זיין זיידע האט אים געוויזן די ריכטיגע וועג צו אידישקייט - זיין בר מצוה מיט געבארגטע תפילין - זיין רבנות אין ווירדזשיניע - ביז קומען קיין ווייט לעיק וואו ער וואוינט א גאנץ יאר און איז א טשאפלען אין טורמע אין פענסעלוועניע - זיין חתונה מיט א גיורות פון איידעהא - דאס זעהן די ליכטיגקייט פון אידישקייט ביזן שיקן די קינדער אין קרית יואל - זיין מיינונג אויף דעם לעבענעזער חתן, און פארוואס מיר האלטן היינט ניטל.

4 אזייגער וועט מען הערן אן אינטערוויו מיט הרב משה דוועק, רב דקהל שערי תפילה איטענטאון ניו דזשערזי, א ריין ספרדישער איד וואס קען א געשמאקער אידיש, ווי אזוי קען דאס זיין? - פון מצרים קיין וויליאמסבורג און פון דארט קיין אויסטראליע - זיינע זיידעס אין מצרים און ארם צובא - דאס קאמף קעגן די נוצרים וואס א דאנק זיי האלטן מיר ניטל נאכט - היסטאריע פון ניטל ביי די ספרדים - א לענגערע דעטאלירטער שילדערונג פון אחינו בני ישראל אנשי ספרד, און די אייגענארטיגע מנהגים פון מצרים ביז אמעריקא, און ווי אזוי א באגרעניצטע קינד האט צוריקגעברענגט די מצרי'שע אידן צו זייערע ברודער

6 אזייגער ביינאכט וועט מען הערן עטליכע אינטערוויוס מיט אידן וועלכע זענען געפאלן קרבנות צו געמיינע קאמפיוטער העקערס, און שמועסן מיט טעכניקער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט סייבער אטאקעס.

7 אזייגער וועט מען הערן א שמועס דורך הרב שמעון יואל קליין איבער די געשיכטע פון שוכרי כוחיאל, א משיח שקר וואס האט אויפגעשאקלט תימן, ווען נאכן אומגעברענגט ווערן איז ער צוריק לעבעדיג געווארן. וואס איז געווען די ריכטיגע געשיכטע? און וויאזוי האט זיך דאס געענדיגט?

7:30 וועט מען הערן דורך ר' ארי' אבראמאוויטש א ברייטע איבערבליק איבער די גינעס וואלד רעקארד. די גרינדונג, די מיוזיעמס און אינטערעסאנטע פאקטן און רעקארדס

8 אזייגער וועט הרה"ח ר' משולם יאקאבאוויטש דער בריח התיכון פון דעם פריזאן רעפארם ביל, געבן אן ערשטהאנטיגער שמועס איבער די צרות יגון ואנחה וואס עס גייען נעבעך אריבער חרדי'שע אידן, יושבי חושך וצלמות, אין די אמעריקאנער תפיסות, און דאנקען דעם אויבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס ער האט געטאן דורך זיינע גוטע שליחים וועלכע האבן איבערגעקערט דעם אמעריקאנער דזשאסטיס סיסטעם און ארויסגעברענגט הונדערטער אידן מיגון לשמחה.

8:30 וועט מען הערן איינעם פון די הונדערטער אידן וועלכע זענען ארויסגעקומען פון תפיסה מיט דער הילף פון צדק, דערנאך וועט הרב יעקב ווייס פון צדק ערשיינען מיט א מעלדונג איבער א מאסיווער פראיעקט וואס צדק נעמט אונטער וואס וועט אויפשאקלען דעם אמעריקאנער דזשאסטיס סיסטעם.

9 אזייגער וועט מען הערן אן אינטערוויו מיט א היימלאזער איד שמעון אסף וואס האט פארקויפט זיין הויז, און רייזט ארום די וועלט, אינאיינעם מיט זיין פאמיליע. פון שאנכיי ביז סיביר, פון מעקסיקא קיין ניו-זילאנד. וואו איז געווען זיין שענסטע אויפנאמע און וואו די ערגסטע? וואו האט ער געציטערט זיך צו באווייזן אלץ איד? וויאזוי באשליסט ער דעם קומענדיגן סטאנציע און ווען איז ער מחליט אז ס'איז צייט צו גיין? דאס און נאך פיל אינטערעסאנטע פונקטן פון זיין לעבן-אויף-רעדער...

11 ביינאכט וועט מען הערן די געשיכטע פון א אידישער נשמה, וואס איז אויפגעוואקסן ווי א תינוק שנשבה און אפגעהאקט דעם קשר מיט אידן און אידישקייט, איגנארירט די מעסעדזשעס פון הימל אויפ'ן וועג, ביז ער האט זיך געטראפן אין אן עבודה זרה טעמפל און זיך אומגעקערט אהיים
די לייוו פראגראם וועט מען קענען מיטהאלטן ביי די "אידיש-לייוו" אפטיילונג דא אויפן סייט/עפפ.


https://www.yiddish24.com/news/bulletin/53635
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

Kol Satmar Nittel 202210241024_1.jpg
Kol Satmar Nittel 202210241024_1.jpg (192.4 KiB) געזען 1301 מאל
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

ווען איז די סאטמארע ניטל היי יאר?
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

ספרים שטוב האט געשריבן:
ווען איז די סאטמארע ניטל היי יאר?
ליל שבת קודש פרשת ויחי
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מקובל אלוקי האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
ווען איז די סאטמארע ניטל היי יאר?
ליל שבת קודש פרשת ויחי
די בעלזער ניטל היי יאר
איז דאנערשטאג נאכמיטאג פרשת ויחי
פון חצות
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מקובל אלוקי האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
ווען איז די סאטמארע ניטל היי יאר?
ליל שבת קודש פרשת ויחי
מען מעג שפילן שאך אויף שב''ק?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

moishy56 האט געשריבן:
מקובל אלוקי האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
ווען איז די סאטמארע ניטל היי יאר?
ליל שבת קודש פרשת ויחי
מען מעג שפילן שאך אויף שב''ק?
קודם לאמיר רעדן צו מ'האלט בכלל ניטל שבת.

געווען צדיקים וואס האבן געהאלטן אז שבת גייט עס נישט אן.
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

moishy56 האט געשריבן:
מקובל אלוקי האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
ווען איז די סאטמארע ניטל היי יאר?
ליל שבת קודש פרשת ויחי
מען מעג שפילן שאך אויף שב''ק?
אין רמ"א הלכות שבת שטייט אז נישט
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”