עניני ניטל והמסתעף

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שמן זית
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אין רוב מקומות לערנט מען שוין נאך חצות הלילה,

ביי חצות הלילה אין ארץ ישראל לערנט מען נאך אין ניו יארק,

במילא א גאנצן צייט איז דא אידן וואס לערנען
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32846
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

eller האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 11:01 am
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס למעשה נעמען מיר דא אין אמעריטשקע נישט אן ניטל דעסעמבער 25 אין די קרעצמעך פון די היזיגע ?
און פארוואס נעמט וויזניץ יא אן ביידע ? (קען זיין אז היות וויזניץ אי זאין אוקריינע נעבן רוסלאנד און פוילן האבן די דארטיגע גוים געהאלטן ביידע ?

און בכלל דאס יאר אוואו האבן די וויזניצע געמעגט ליינען אין די תורה ביי מנחה ? הייסט דאס נישט לימוד התורה ? (מ'מאכט דאך א ברכה אשר נתן לנו תורת אמת..)
שכח פארן אויסקלארן...
@קנאפער ידען
פארוואס מ'נעמט יא אדער נישט אן ווענדט זיך אין דער דעת תורה/השקפה פון די מנהיגים פון יעדער קרייז, צו מ'גייט יעצט גיין טוישן א מנהג (דער ספעציפישער דאטום) בלויז ווייל מ'האט געמופט.

לגבי ליינען שבת ביי מנחה, מ'האט אוודאי יא געליינט די תורה.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35706
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סיי וואס ס'האט צו טאן מיטן סדר היום ווערט נישט גערוקט פון פלאץ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

לאו דווקא, אין יארע 1900 האט מען זיך גערוקט פון 6-5 צו 7-6.
אין יארע 2100, משיח זאל אודאי קומען פריער, וועט מער ריקן צו 8-7.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

שמן זית האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:03 pm
אין רוב מקומות לערנט מען שוין נאך חצות הלילה
נישט אזוי פשוט דאס, ס'איז געוואנדן צו די תקופה געפאלט נאכמיטאג צו פארטאגס.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 9:24 am
געהאט א אינטרעסאנטע חקירה דעם שבת.. היות מיר האלטן נישטל דעם פיפטן יאנואר.. צו איז עס א שאלה צו לערנען מוצאי שבת א ספר פון די וואס האבן געהאלטן די זעקסטע? ס'איז דאך שפתותיו דובבות בקבר..
אין ישיבה של מעלה איז נישטא קיין ספיקות דארט איז נאר דא איין ניטל.
לעצט פארראכטן דורך שפילקעס אום זונטאג יאנואר 07, 2024 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:22 am
פארשידענע תירוצים זענען געזאגט געווארן אויף די שווערע קשיא וויאזוי האלט זיך די וועלט אין די שעות פון ניטל נאכדעם וואס אין העולם מתקיים אלא ע"י התורה, עס איז צים באמערקן אז קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו ענטפערן אז עס האלט זיך דורך די לימוד התורה פון די ליטאים וואס האלטן נישט קיין ניטל. סתם א אויפפאסונג...
מנהג ישראל תורה
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

מונאוויטש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:56 pm
לאו דווקא, אין יארע 1900 האט מען זיך גערוקט פון 6-5 צו 7-6.
אין יארע 2100, משיח זאל אודאי קומען פריער, וועט מער ריקן צו 8-7.
כ'קען נישט זען אפי' א גדול פון היינט זאל נעמען די אחריות צו טוישן אויף די קומענדיגע נאכט אפי' במציאות גייט עס פאלן די נאכט צו 8
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

חידוש נפלא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:57 pm
שמן זית האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:03 pm
אין רוב מקומות לערנט מען שוין נאך חצות הלילה
נישט אזוי פשוט דאס, ס'איז געוואנדן צו די תקופה געפאלט נאכמיטאג צו פארטאגס.
נישט פשוטע'רהייט, האבן אסך אידן אין ארץ ישראל געלערנט די נאכט נאך חצות, בו בזמן ווען אין ניו יארק האט מען נאך געלערנט,

און אפילו לו יהא אז גאנץ כלל ישראל זאל ווען נישט לערנען די נאכט א גאנצע נאכט,
אין אוסטראליע האט מען שוין געלערנט ווען האט נאך אין ניו יארק געלערנט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אדמדם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 1:07 pm
מונאוויטש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:56 pm
לאו דווקא, אין יארע 1900 האט מען זיך גערוקט פון 6-5 צו 7-6.
אין יארע 2100, משיח זאל אודאי קומען פריער, וועט מער ריקן צו 8-7.
כ'קען נישט זען אפי' א גדול פון היינט זאל נעמען די אחריות צו טוישן אויף די קומענדיגע נאכט אפי' במציאות גייט עס פאלן די נאכט צו 8
האט נישט מיטן קיין אחריות.. נאר מיט א פשוט'ע מציאות.. אויב להבדיל אא"ה די גדולים פוניעם רוסיש/גריכישע קירכע גייען טוישן זייער חאגע.. גייט זיך עס מיט טוישן..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8454
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מונאוויטש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 11:57 am
eller האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 11:01 am
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס למעשה נעמען מיר דא אין אמעריטשקע נישט אן ניטל דעסעמבער 25 אין די קרעצמעך פון די היזיגע ?
די וואס האלטן די נאכט פאר די 7'טע איז ווייל דאן געפאלט תקופת טבת.
נישט פונקט, ווען די תקופה געפאלט בייטאג פון די 6'טע האלטן אויך רוב צווישן 6 און 7
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ווען מהאט געטוישט דעם קאלאנדער און נישט יעדער האט עס אנגענומען, איז דאס טייטש אז איין טאג, לאמיר זאגן זונטאג ויקרא, איז אין אונגארן געווען אפריל 20, און אין רוסלאנד איז דאן געווען אפריל 9. ריכטיג? (כאפ מיר נישט ביים ווארט, איך מיין נאר די משל),
דערפאר פארשטיי איך אז ווען אין אונגארן איז געווען דעצעמבער 25 און מהאט געפראוועט חאגע, איז אין רוסלאנד געווען דעצעמבער 14 א רואיגע ארבעטס טאג, און 11 טעג שפעטער, ווען אין אונגארן איז דער עולם שוין לאנג געווען ניכטער, שוין געהאלטן נאכן פראווען דעם נייעם יאר, האט מען אין רוסלאנד געציילט דעצעמבער 25, און געהוליעט אין די נאכט אריין.
כהיום יום ווייזט די לוח סיי אין אונגארן און סיי אין רוסלאנד די זעלבע דאטום, היינט איז ביי יעדן איינעם יאנואר 8,
ווען האט זיך דאס געטוישט?
און אויב האט זיך געטוישט די לוח פארוואס האט זיך די חאגע נישט מיטגעטוישט?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@משיח
די רוסן האבן געטוישט קאלענדער אין תרע"ח.

זיי הוליען אבער לויט די אלטע דאטום וואס קומט אויס אין די נייע שפראך יאנואר 7.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: עניני ניטל והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

משיח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:41 am
ווען מהאט געטוישט דעם קאלאנדער און נישט יעדער האט עס אנגענומען, איז דאס טייטש אז איין טאג, לאמיר זאגן זונטאג ויקרא, איז אין אונגארן געווען אפריל 20, און אין רוסלאנד איז דאן געווען אפריל 9. ריכטיג? (כאפ מיר נישט ביים ווארט, איך מיין נאר די משל),
דערפאר פארשטיי איך אז ווען אין אונגארן איז געווען דעצעמבער 25 און מהאט געפראוועט חאגע, איז אין רוסלאנד געווען דעצעמבער 14 א רואיגע ארבעטס טאג, און 11 טעג שפעטער, ווען אין אונגארן איז דער עולם שוין לאנג געווען ניכטער, שוין געהאלטן נאכן פראווען דעם נייעם יאר, האט מען אין רוסלאנד געציילט דעצעמבער 25, און געהוליעט אין די נאכט אריין.
כהיום יום ווייזט די לוח סיי אין אונגארן און סיי אין רוסלאנד די זעלבע דאטום, היינט איז ביי יעדן איינעם יאנואר 8,
ווען האט זיך דאס געטוישט?
און אויב האט זיך געטוישט די לוח פארוואס האט זיך די חאגע נישט מיטגעטוישט?
לאמיר אביסל אויסניכטערן דעם ענין לפי דיינע משלים.

- אונגארן האט געפראוועט דעצעמבער 25 ווייל גהנם אבותיהם ברגליהם.
- רוסלאנד האט אויך געפראוועט דעצעמבער 25. אבער ווען די רוסישע דעצעמבער 25 איז געפאלן איז אין אונגארן שוין געווען יאנעווער 5, ווייל די רוסקי קירכע איז נישט מיט געגאנגען מיט די קאטוילישע 1582 קאלענדער געריקעכטס.
- מיט די יארן האבן די רוסן געבראכן זייער עקשנות אין איבערגעטוישט צום נייעם קאלענדער, אבער די טאג פונעם כאגע האט זיך נישט געטוישט. די היינטיגע יאנעווער 5 (אדער 7-6) איז נאך אלץ די אריגענעלע דעצעמבער 25.

אין אנדערע ווערטער, די קאלענדער האט זיך געריקט, אבער די חגא בלייבט ביים אלטן.


וואס איז נוגע צו די מנהגי ניטל האבן די חברים שוין אויסגעשמועסט אין די פריערדיגע בלעטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”