דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איך דארף אנהייבן מיט א קורצע הקדמה שלא מן העניין:
איך בין געווענטליך זייער לאנגווייליג ווען איך ליין היסטאריע אין סיי וועלכע וועכענטליכע אידישע אויסגאבע, רוב ידיעות זענען שוין אויסגעדראשן אדער סתם געשניטן און געקלעבט. חוה"מ פסח האב איך אנדעקט דעם קינדער אויסגאבע פונעם בליק, און איך בין זיך מחיה דערמיט. בעיקר ווען עס איז דא די מנהגים פון יוצאי אשכנז, ספרד, תימן וכו'.
עד כאן.

ועכשיו לעניין:
זיי האבן אנגעהויבן צו לויפן א סיריע פון ארטיקלן איבערן ערשטן וועלטס קריג, און עס האט מיר שוין ארויסגענומען פון די גלייזן עטליכע מאהל. וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט, וועט איר פרעגן?

עס איז דא די ערשטע וועלט מלחמה, און עס איז דא צווייטע. ביי די צווייטע וועלט מלחמה זענען די נאציס געווען אין קראפט און די נאציס זענען רוצחים, פושעים, אכזרים, חיות, שדים. במילא האבן מיר א שטארקע ווייטאג קעגן דייטשלאנד בעצם, און קעגן אלעס וואס זיי פארטראגן. אונזערע זיידעס האבן זיך נישט געקענט זעהן באניצן סיי וועלכע דייטש פראדוקט, אדער אפילו הערן א גוי רעדן דויטש. דאס קלאפט זייער שטארק ארויס, ווען מיר היימישע אידן שרייבן היסטאריע.

אויב שרייבט מען וועגן די ערשטע וועלט מלחמה, וועט מען אוטאמאטיש אריינווארפן אגאנצע צייט ווי אומגערעכט די דייטשן זענען געווען ביים ערשטן וועלט מלחמה, און ווי שטארקע זיי זענען געווען מלחמה-הונגעריג און סתם שלמזלים.

דער אמת איז דאך ממש פונקט פארקערט. יא, ממש פונקט קאפויער. דייטשלאנד איז געווען טויזענט פראצענט גערעכט סיי מיט'ן אנהייבן די מלחמה, סיי בשעת די מלחמה, און סיי ביים פארלירן. און ווען נישט די טעראר (יא! טעראר לויט די דעפענישן פון די היינטיגע וועלט), וואלט דייטשלאנד געזיגט אין אלע פראנטן.

פאר'ן קריג:
פארן קריג זענען געווען עטליכע גרויסע מאכטן אין אייראפע:
ענגלאנד,
פראנקרייך,
דייטשלאנד,
עסטרייך/אונגארן,
רוסלאנד,
טערקיי.

יעדער פון זיי האט פראבירט צו פארכאפן ווי מער לענדער אינעם כדור העולם. סיי אין אפריקע, סיי אין אזיע, און פארשטייט זיך אין אייראפע גופא.
עסטרייך/אונגארן זענען געווען גאנץ נאנט מיט דייטשלאנד, און געשלאסן א בונד צו באשיצן איינער דעם צווייטן.
ענגלאנד, פראנקייך און רוסלאנד האבן זיך היבש פיינט געהאט אבער גע'ארבעט צוזאמען ווען עס האט אויסגעפעלט. און זיי האבן אויך געשלאסן א בונד צו באשיצן איינער דעם צווייטן.
קוקט די מאפע פון ימים ההם:

מעמד פתיחה:
א סערבישער רעכטער האט געשאסן צום טויט דעם קרוין פרינץ פון עסטרייך/אונגארן. קוקט אויפן מאפע וועט איר זעהן ווי סערביע איז (די רעכטע זייט פון עסטרייך/אונגארן). דער אסטרא/אונגארישע רעגירונג האט געשיקט אן אולטימאטום פאר סערביע ווי פאלגענט:
אויפהערן צו לערנען אין שולעס און העצן אין די קירכעס קעגן עסטרייך/אונגארן. (מיט אן איבערזיכט פון ע/א)
ארעסטירן און משפט'ן דעם רוצח (מיט אן איבערזיכט פון ע/א)
סערביע זאל פארדאמען דעם מעשה רצח.

לאמיר זיך פארשטעלן אז עפעס אן אראבישע לענדל זאל אטאקירן אמעריקא מיט שיסן דעם וויצע פרעזידענט (אדער 911), און אמעריקא וואלט געשיקט אן אולטימאטום צום טאליבאנע רעגירונג אז זיי זאלן משפט'ן די רוצחים און אויפהערן צו העצן אין די שולעס אין קירכעס קעגן אמעריקא, אויב נישט קומט מלחמה. וואלט דאס געווען א מלחמה-הינגעריגע אקט? וואלט דאס געמאכט אמעריקא פאר אטאקירער? וועלכע לאנד וואלט דאס נישט געטוהן בימים ההם ובזמן הזה??

סערביע האט אפגעווארפן דעם פארלאנג. פארוואס? ווייל פראנקרייך, ענגלאנד, און רוסלאנד האבן געגעבן אינשורינס פאר סערביע אז זיי וועלן באשיצט ווערן. פארוואס זאלן זיי דאס טוהן? גאנץ פשוט, זיי האבן באשלאסן אז זיי האבן יעצט די געלעגנהייט איינמאהל פאר אלעמאהל צו לערנען דעם דייטש און עסטרייך/אונגארן א לקח און קענען מנצח זיין. פשוט ווייל זיי קענען בעסער און זענען שטערקער פון דייטשלאנד און עסטרייך.

און אזוי האט זיך אנגעהויבן דעם ערשטע וועלט מלחמה.
אין קורצן: אויב איינער איז געווען מלחמה הונגעריג איז עס געווען פראנקרייך, ענגלאנד און רוסלאנד.

מ'רייסט זיך ביי די קעפ:
שוין די מלחמה ברענט פון אלע זייטן, ווער געווינט?

דייטשלאנד קעגן רוסלאנד: דער דייטש האט געווינען דעם רוס נאכן זיך ראנגלען פאר א שטיק צייט, מיט א זעץ. צוליב די מלחמה האט אויסגעבראכן די אויפשטאנד אין רוסלאנד קעגן דעם צאר און קאמוניזם איז ארויף אויפן מאכט. רוסלאנד האט ארויסגעצויגן פונעם קריג צוליב זייערע פארליסטן.

דייטשלאנד קעגן פראנקרייך/ענגלאנד: דייטשלאנד האט פארלוירן צום סוף. פארוואס??

אה, דאס איז זייער פשוט. דייטשלאנד האט נישט קיין בארטן ווי זיי קענען באקומען עסן און מעדעצין. ענגלאנד האט געלייגט א בלאקאדע ווי זיי האבן אראפגעשאסן יעדע ציווילע שיף וועלכע איז געפארן קיין דייטשלאנד מיט עסן און סחורה! היינט הייסט דאס טעראר!.

נאך מער, ענגלאנד האט געטראגן די מלחמה קיין אפריקע אויך, און עס האט דארט אויך געקאסט צענדליגע טויזענטער אפריקאנער טויטע וועלכע זענען בכלל נישט געווען פארמישט אין די מלחמה אין אן אנדערע קאנטינענט. פארוואס האבן די ענגלישע דאס געטוהן? ווייל דייטשלאנד האט קאנטראלירט צוויי לענדער אין אפריקע וועלכע האבן געהאט א בארטן וואס די דייטשן האבן געניצט. און כדי אויסצוהינגערן די דייטשע באפעלקערונג, האט מען דאס אויך געדארפט צונעמען.

מיט דעם אלעם, איז געווען א "סטעיל=מעיט" פאר א לענגערע צייט ווי פון יעדע זייט זענען געשטארבן טויזענטער יעדן טאג און זיך גערירט אפאר אינטשעס אהער און אהין. נישט אין דייטשלאנד גופא, נאר אין פראנקרייך! נישט די ענגלענדער מיט זייער שטאלץ, און נישט די פראנצויזן מיט די לאנגע וואנצעס האבן געקענט ארויסשטויסן דעם דייטש!

ביי כמעט יעדע שלאכט, זענען די דייטשן ארויס בידם על העליונה. בעיקר מיט ווייניגער טויטע. די פראנצויזן און ענגלענדער חשבון איז געווען אז צוביסלעך גייט מען אויסבליטיגן דעם דייטש פון סאלדאטן און אזוי געווינען. נישט מיט א טאקטישע נצחון, נאר פשוט זיי האבן צוזאמען מער פלייש פון די דייטש. למעשה האט זיך דאס נאך אלס נישט אויסגעארבעט.

אמעריקע
אמעריקע ביים ערשטן וועלטס קריג האט 'געשפיעלט' נייטראלקייט. זיי נעמען נישט קיין זייט אין די מלחמה. חוץ פארשטייט זיך שיקן וואפן, געלט, סחורה און אזוי ווייטער פאר ענגלאנד. אבער חוץ פון דעם, ממש זיי נעמען נישט קיין זייט.

מיט דעם אלעם, האט דייטשלאנד זיך געבעטן ביי די אמעריקאנער צו פארהאנדלן א שלום אפמאך צווישן די זייטן. די סיבה פארן דורכפאל פונעם שלום אפמאך איז צוליב די ענגלענדער, פראנצויזן און אמעריקאנער. און דאס האט געקאסט נאך מיליאנען טויטע אין די מלחמה.

דייטשלאנד האט געזעהן אז אמעריקא גייט סיי ווי נעמען א חלק אין די מלחמה, די וועג אדער יענע וועג. האבן זיי געשיקט א טעלעגראם קיין מעקסיקא אז זיי זאלן מאכן אן אויפשטאנד קעגן אמעריקא, אזוי אז אמעריקא זאל זיין פארנומען מיט זייערע אייגענע פראבלעמען און אפלאזן אייראפע. דאס האט געמאכט אמעריקא באשליסן אז זיי גייען זיך אנשליסן אינעם מלחמה בפועל ממש, אבער זיי דארפן נאך דעם תירוץ.

דא האט דייטשלאנד געמאכט זייער פיינעל טעות, ווען זיי האבן באשלאסן צו געבן די ענגעלענדער צו טעיסטן פון די זעלבע מעדעצין, און זיי האבן פראקלאמאטירט א בלאקאדע אויף ענגלאנד. די אמעריקאנער האבן באשלאסן צו פייפן ווי גרויס די יאר איז, און געשיקט שיפן קיין ענגלאנד. דייטשלאנד האט אראפגעשאסן די שיפן. און דא איז געווארן אן איבערקערעניש! היתכן דייטשלאנד שיסט אראפ א ציווילע שיף?? דאס איז דאך נישט שיין פון זייער זייט.

אמעריקע האט געשיקט א מיליאן סאלדאטן קיין פראנקרייך און זיי האבן איבערגענומען די פאזיציעס פון די מידע פראנצויזן און ענגלענדער, און דאס האט געגעבן די פיינעל פוש אויפן קעמל'ס ריקן, און אזוי האבן זיי געווינען.

נאכן קריג
איך מיין אז יעדער איז מסכים היינט צוטאגס אז די ווערסיי אפמאך איז געווען א טעות און אן עוול בל יכפר. דייטשלאנד דארף באצאלן פאר פראנקרייך אנטשולדיגונגס געלט? אויף וואס פונקטליך? מ'האט דערנידערט דעם דייטש מתחת לעשרה טפחים, ווייל דאס איז געווען די מטרה פונעם קריג בעצם. און דאס האט געקאסט דעם צווייטן וועלט מלחמה און אלע אונזערע קדושים.

איר ווילט זעהן ווער די ענגלענדער און פראנצויזן זענען? בשעת'ן ערשטע וועלט מלחמה האבן זיי געוואלט אז די אראבער זאלן מאכן אן אויפשטאנד קעגן די טערקן (וועלכע האט זיך געשלאגן האנט ביי האנט מיט די דייטשן), האבן זיי צוגעזאגט פאר די אראבער אז זיי גייען געבן די גאנצע מיטל מזרח פאר די אראבער וועלכע גייען זיך קעגן שטעלן די טערקן. בשעת זיי האבן דאס צוגעזאגט מיט אזא ערענסקייט און די אראבער האבן דאס נעבעך געגלייבט, זענען די פראנצויזן און ענגלענדער געזיצן אויף די מאפעס און צוטיילט צווישן זיך יענעם זעלבן שטח! זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטן ביים איינהאלטן דעם הבטחה!.

סוף דבר
א. דייטשלאנד איז געווארן אריינגעשלעפט אין א קריג, צוליב די ביליגע תאוות הקרקע פון די ענגלענדער און פראנצויזן.
ב. דייטשלאנד וואלט געווינעם דעם גאנצן קריג ווען נישט די טעראר פון די ענגעלנדער קעגן ציווילע שיפן, און די היפאקראסי פון אמעריקע.
ד. דאס אז עס איז געווען א 'וועלט' מלחמה, איז פשוט צו פארדאנקן די ענגלענדער. דייטשלאנד גארנישט שולדיג אין דעם.
אטעטשמענטס
אפריקע בימים ההם איידערן קריג
אפריקע בימים ההם איידערן קריג
africaww1.jpg (48.93 KiB) געזען 1890 מאל
מאפע פון אייראפע פארן קריג
מאפע פון אייראפע פארן קריג
WWOne02.gif (87.23 KiB) געזען 1890 מאל
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח פאר די עפארד!
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

בכלל איז גוט צו רעדן פון יענע צייטן, סיי פון פאר די מלחמה און זיי פון די מלחמה.
זייער ווייניג איז באקאנט פון יענע צייטן פאר סתם המון עם
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

שכח פארן אראפשרייבן אזוי קורץ און שארף.
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
פאלעקס
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 4:37 pm

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעקס »

שטארק, אבער כדי אפצופרעגן די נאראטיוו אז דייטשלאנד איז די איין און איינציגסטע שולדיגע אינעם קריג האט איר נאכנישט געדארפט דערקלערן אז זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט, ביידע זייטן זענען געווען שטארק אומגערעכט.
פארברענגען סינדראם ניק

ביים ערשטן קריג האט זיך געגאסן כעמישע וואפנס ווי וואסער, דאכצעך די דייטשן זענען געווען די ערשטע זיך צו באנוצן דערמיט, טאנקען און באמבאדיר באלונען זענען אויך הערשט דעמאלט אריין אין באנוץ, מאשין געווער וכל מרעין בישין... בקיצור, סיז דא א געוואלד צו רעדן
פארברענגען סינדראם ניק
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שכוח @ממי_שאמרו !

זיך דערמאנט אז איך האב שוין אמאל דא ארויסגעברענגט דעי פוינט לגבי רוסלאנד.

viewtopic.php?p=4271407#p4271407
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

א דאנק @ממי_שאמרו

איך בין אביסל מחולק מיט דיין אויספיר. מען קען רעדן און דן זיין, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די קייסער איז היפש שולדיג געווען אין די ארמס רעיס פארן קריג.

די עסטרייכער אולטימאטום איז געמאכט געווארן מיט די ציל אז די סערבן זאלן דאס נישט קענען נאכגעבן. שטעל דיר פאר אז אמעריקע גיבט און אולטימאטום צו די טאליבאן אז זיי זאלן ארויסגעבן בין לאדען, און די טאליבאנער זענען מסכים, וואלט דאך קיין תירוץ פאר מלחמה נישט געווען. די עסטרייכער אולטימאטום איז אבער געגאנגען פיל ווייטער פון דעם, אויף אן אופן אז די סערבן זאלן דאס נישט קענען נאכגעבן.

אמעריקע איז נישט עכט געווען היפיקראטיש, זיי זענען געווען גרייט צו פארקויפן וואפן פאר ביידע זייטן, נאר די ענגלישע בלאקאדע האט נישט געלאזט. אין פאקט אנפאנג מלחמה האבן די אמעריקאנער פארפירט קעגן די ענגלישע בלאקאדע, ערשט נאך וואס ענגלאנד האט אנגעפאנגן קויפן אסאך וואפן פון אמעריקע, האט זיך די כעס אפגעשטילט.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פאלעקס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:07 pm
שטארק, אבער כדי אפצופרעגן די נאראטיוו אז דייטשלאנד איז די איין און איינציגסטע שולדיגע אינעם קריג האט איר נאכנישט געדארפט דערקלערן אז זיי זענען הונדערט פראצענט גערעכט, ביידע זייטן זענען געווען שטארק אומגערעכט.
ווי אזוי האט מיין רבי אין חדר געזאגט? ווען א ביימל איז געבויגן אויף איין זייט, דארף מען עס בייגן די פארקערטע זייט צו גראד מאכן.

איך האב מער געמיינט ארויסצוברענגען אז זיי זענען מער אומשולדיג ווי שולדיג. אסאך מער.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פאלעקס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:09 pm
ביים ערשטן קריג האט זיך געגאסן כעמישע וואפנס ווי וואסער, דאכצעך די דייטשן זענען געווען די ערשטע זיך צו באנוצן דערמיט, טאנקען און באמבאדיר באלונען זענען אויך הערשט דעמאלט אריין אין באנוץ, מאשין געווער וכל מרעין בישין... בקיצור, סיז דא א געוואלד צו רעדן
דער ערשטער וואס האט געניצט כעמיקאלישע וואפן איז געווען.... פראנקרייך! דייטשלאנד האט גענומען אפאר חדשים דאס צו קענען באווייזן.
די ערשטע טענק זענען געווען... ענגלישע (רוב האבן זיך צובראכן אנהייב)
דער ערשטער וואס האט אראפגעשאסן א מיליטערישע פליגער (ביז דאן האבן זיי געהאט אזא 'קאוד' נישט אראפצושיסן איינער דעם צווייטן) איז געווען... קעגן א דייטשע מיליטערישע פליגער.

תכלית, דער ערשטער צו ברעכן אלע מיליטערישע קאודס און נארמאלקייט, זענען געווען די ענגלענדער און פראנצויזן. נישט די דייטשן.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בבקשה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:55 pm
א דאנק @ממי_שאמרו

איך בין אביסל מחולק מיט דיין אויספיר. מען קען רעדן און דן זיין, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די קייסער איז היפש שולדיג געווען אין די ארמס רעיס פארן קריג.
ארמס רעיס, זיכער אז ביידע זייטן זענען פונקט אזוי שולדיג. די דייטשן האבן גע'טענה'ט אז זיי דארפן דאס ווייל פראנקרייך און ענגלאנד איז א סכנה פאר זיי. אן אלטע פראגע, וועלכע איז געווען קודם, דאס הינדל אדער די אייער.
בבקשה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:55 pm
די עסטרייכער אולטימאטום איז געמאכט געווארן מיט די ציל אז די סערבן זאלן דאס נישט קענען נאכגעבן. שטעל דיר פאר אז אמעריקע גיבט און אולטימאטום צו די טאליבאן אז זיי זאלן ארויסגעבן בין לאדען, און די טאליבאנער זענען מסכים, וואלט דאך קיין תירוץ פאר מלחמה נישט געווען. די עסטרייכער אולטימאטום איז אבער געגאנגען פיל ווייטער פון דעם, אויף אן אופן אז די סערבן זאלן דאס נישט קענען נאכגעבן.
וועלכע זאך האבן די עסטרייכער געבעטן וואס איז געמאכט געווארן אז די סערבן זאלן דאס נישט קענען אננעמען (פארגעס נישט, זיי האבן געשאסן דעם עסטרייכער קרוין פרינץ), און וואס האבן זיי געפאדערט מער פון וואס די אמעריקאנער האבן געפאדערט פון די טאליבאנער נאך 911?
בבקשה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 6:55 pm
אמעריקע איז נישט עכט געווען היפיקראטיש, זיי זענען געווען גרייט צו פארקויפן וואפן פאר ביידע זייטן, נאר די ענגלישע בלאקאדע האט נישט געלאזט. אין פאקט אנפאנג מלחמה האבן די אמעריקאנער פארפירט קעגן די ענגלישע בלאקאדע, ערשט נאך וואס ענגלאנד האט אנגעפאנגן קויפן אסאך וואפן פון אמעריקע, האט זיך די כעס אפגעשטילט.
הכסף יענה את הכול... ווען ענגלאנד מאכט א בלאקאדע, זאגן די אמעריקאנער אז מיר קענען נישט שיקן קיין דייטשלאנד צוליב דעם בלאקאדע. אבער ווען דייטשלאנד האט געמאכט דעם בלאקאדע, פלוצלינג קענען זיי יא שיקן שיפן, ווען זיי ווייסן קלאר אז דייטשלאנד גייט דאס אראפשיסן?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

@ממי_שאמרו

די ענגלישע בלאקאדע איז געווען מער פיזיש, זיי האבן באוואכט די וואסערן און באקוקט די שיפן, און האבן נישט דורכגעלאזט אדער גאר קאנסיפיקירט וואס זיי האבן גערעכנט אלץ קאנטראבאד, ס'איז כמעט נישט געווען קיין מציאות מען זאל זיך דורכשמוגלען מיט א געהעריגע שיף. ווען די דייטשן האבן יא מצליח געווען דורכצוגליטשן די בלאקאדע, האבן די אמעריקאנער זיי גערן פארקויפט וואפן.

די דייטשע סומבורינען האבן נישט געהאט די כח. זיי האבן נישט געקענט פארמעסטן מיט די ענגלישע קריגס שיפן, און מילא זענען זיי געווען מער צושפרייט, און פיל שיפן האבן זיי אויסגעמיטן. אויך האבן די סומבורינען געזינקען שיפן משאכ די בלאקאדע וואס האט נאר אפגעשטעלט שיפן.

און קורצן די בלאקאדע איז געווען א פאקט, און די סומבורינען א סטראשע. איך בין נישט דן דא וועלכע איז ערגער, אבער די אמעריקאנער פאזיציע איז געווען צו פארקויפן פאר ווער עס וויל קויפן, און במציאות האבן מער ענגלישע שיפן געקענט דורכפארן די סומבורינען, וואו דייטשע שיפן האבן געקענט זיך ארויסדרייען פון די בלאקאדע.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בנוגע די ארמס רעיס האב איך דווקא מגדיש געווען די קייסער, נישט די דייטשן, די קייסער איז געווען א רודף כבוד, און צוליב זיין אייגענע אינטערעסן האט ער אנגעהיצט די ארמס רעיס. באמת ווען נישט זיין חלום צו בויען א גרעסערע ים כח פון די ענגלענדער, וואלט ער געקענט מאכן אן אלייענס מיט ענגלאנד קעגן פראנקרייך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער שיין צונומען!

דער בעלזער רב זי"ע האט געזאגט.. ווען עס איז אמאל פארגעקומען א קריגעריי איבער פלעצער ביים טיש.. און איין איד האט וויי געטוהן זיין חבר ווען ער האט איהם בעוול'ט.. האט דער רב ז"ל זיך אויסגעדרוקט.. אז יענער איז טאקע גערעכט.. אבער א איד דערקענט מען ווען ער איז גערעכט..

קוקט אויס ביי א גוי גייט עס אויך אן.. אפילו זיי זענען גערעכט געווען.. אבער דער שרעקליכע תגובה וואס איז געקומען דערויף ברענגט ארויס ווער זיי זענען טאקע..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

Wowowow ייש”כ גדול @ממי_שאמרו !!

דיין קלארקייט איז מבהיל. ייש”כ.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

@ממי_שאמרו , איך בין נישט צופיל באקאנט דא, אבער דאס וואס דו שרייבסט איז זייער קלאר!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

אלטער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:38 pm
@ממי_שאמרו, איך בין נישט צופיל באקאנט דא, אבער דאס וואס דו שרייבסט איז זייער קלאר!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”