אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שכוח הרב פיינע פארן צוצייכענען דעם אשכול. צו די שאלה וואס איז די חילוק פון קוהירענס טערעפי און IFS, אלס איינער וואס איז געווארן טרענירט מיט ביידע מהלכים ביי ביידע אינסטיטוטס, קען איך ביידע מהלכים פון דער נאנט, ביידע מהלכים לייגן צו איינער צום צווייטן, ביידע פארן מיטן זעלבן מטרה, אבער האבן אן אנדערע שניט וואס קען האבן אנדערע מעלות. איך וועל פראבירן בל"נ זיך אביסל צאמצונעמען ווען איך וועל האבן צייט אין די נעקסטע פאר טעג און זען וויאזוי איך קען קלאר אראפלייגן וואס ביידע מהלכים זענען און די דקות'דיגע חילוקים צווישן זיי ביידע, וירא הקהל וישפוט.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:19 pm
Ifs איז לדעתי די בעסטע טערעפי וואס איז נאר פארהאנען !
שכוח פארן עפענען די אשכול
איך ווייס נישט פארוואס מעדיטעישאן און אינער טשיילד קאנעקט מער מיט מיר ווי ifs

איך פיהל ווי ס'איז א מהלך וואס איז אויסגעשטעלט אז מ'גייט אריין אין געפילן אבער מיט מח און מ'טיילט איין יעדער צו זיין פאסטן און מ'איז מסדר יעדע געפיהל אויף זיין פלאץ, משא"כ דיפ רילעקסעישאן און מ'גייט אריין אין די אלטע קעמערליך פון די סאב קאנשעס און מ'היילט עס אויס
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 2:39 am
fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:19 pm
Ifs איז לדעתי די בעסטע טערעפי וואס איז נאר פארהאנען !
שכוח פארן עפענען די אשכול
איך ווייס נישט פארוואס מעדיטעישאן און אינער טשיילד קאנעקט מער מיט מיר ווי ifs

איך פיהל ווי ס'איז א מהלך וואס איז אויסגעשטעלט אז מ'גייט אריין אין געפילן אבער מיט מח און מ'טיילט איין יעדער צו זיין פאסטן און מ'איז מסדר יעדע געפיהל אויף זיין פלאץ, משא"כ דיפ רילעקסעישאן און מ'גייט אריין אין די אלטע קעמערליך פון די סאב קאנשעס און מ'היילט עס אויס
וועלכע מהלך רעדט איר פון?
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 2:50 am
וועלכע מהלך רעדט איר פון?
פון דאס
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

מתבונן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:48 pm
שכוח הרב פיינע פארן צוצייכענען דעם אשכול. צו די שאלה וואס איז די חילוק פון קוהירענס טערעפי און IFS, אלס איינער וואס איז געווארן טרענירט מיט ביידע מהלכים ביי ביידע אינסטיטוטס, קען איך ביידע מהלכים פון דער נאנט, ביידע מהלכים לייגן צו איינער צום צווייטן, ביידע פארן מיטן זעלבן מטרה, אבער האבן אן אנדערע שניט וואס קען האבן אנדערע מעלות. איך וועל פראבירן בל"נ זיך אביסל צאמצונעמען ווען איך וועל האבן צייט אין די נעקסטע פאר טעג און זען וויאזוי איך קען קלאר אראפלייגן וואס ביידע מהלכים זענען און די דקות'דיגע חילוקים צווישן זיי ביידע, וירא הקהל וישפוט.
מיר ווארטן מיט שפאנונג.
זיסקייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקייט »

הגוגעה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:54 pm
מתבונן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:48 pm
שכוח הרב פיינע פארן צוצייכענען דעם אשכול. צו די שאלה וואס איז די חילוק פון קוהירענס טערעפי און IFS, אלס איינער וואס איז געווארן טרענירט מיט ביידע מהלכים ביי ביידע אינסטיטוטס, קען איך ביידע מהלכים פון דער נאנט, ביידע מהלכים לייגן צו איינער צום צווייטן, ביידע פארן מיטן זעלבן מטרה, אבער האבן אן אנדערע שניט וואס קען האבן אנדערע מעלות. איך וועל פראבירן בל"נ זיך אביסל צאמצונעמען ווען איך וועל האבן צייט אין די נעקסטע פאר טעג און זען וויאזוי איך קען קלאר אראפלייגן וואס ביידע מהלכים זענען און די דקות'דיגע חילוקים צווישן זיי ביידע, וירא הקהל וישפוט.
מיר ווארטן מיט שפאנונג.
גא"מ
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מיין ריוויו אויף קוהירענס טערעפי (coherence therapy) און אינטערנעל פעמעלי סיסטעמס (IFS – Internal family systems)

באמת איז דא זייער אסאך צו שרייבן, איך האב נאר געזען אז אויב איך וועל ווארטן ביז איך וועל האבן די גאנצע בילד אין פארענט פון מיר, דעמאלטס וועל איך בלייבן ביים נישט שרייבן. דעריבער האב איך אנגעהויבן צו שרייבן די יסודות און די עיקר חילוקים, און אויב וועט עפעס צוקומען מיט די צייט, וועל איך עס צושרייבן. ווי געזאגט, בין איך טרענירט אין ביידע מהלכים, איך נוץ ביידע מהלכים, און איך האף אז ס'וועט קלאר ווערן פארוואס איך נוץ אבער איינס מער ווי די אנדערע.

היינט גיי איך בעיקר ארויסברענגען די חילוק אין צוגאנג און ווי ביידע פארן אייניג. בקרוב האף איך צו ממשיך זיין און ארויסברענגען די יסודות'דיגע חילוק וואו עס קען אויסמאכן מיט די אויסגאנג אין טערעפי.

צו פארשטיין וואס די צוויי מהלכים טוען אויף, איז וויכטיג צו פארשטיין א וויכטיגע יסוד.

ווען איינער לייד פון ענקזייעטי, וועט ער דאס נאטירליך שפירן ווי 'איך לייד פון ענקזייעטי', ער איז איידענטעפעצירט מיט דעם. און דערפאר שפירט זיך זייער שלעכט, וויבאלד דער 'גאנצע מענטש' לייד פון ענקזייעטי. דאס זעלבע איז ווען איינער זאגט אז 'איך בין דעפרעסט'. אונטער די ווערטער 'איך בין דעפרעסט', ליגט א הנחה אז 'איך' מיין גאנצע 'איך' איז דעפרעסט, און דערפאר שפירט זיך עס זייער שווער, ווייל פון איין זייט וויל מען ארויסקריכן דערפון, אבער פון די אנדערע זייט 'איז מען דעפרעסט', איז וויאזוי ווער איך 'אויס' דעפרעסט.

דער אמת איז אבער אז ס'איז נישט אזוי. ס'איז נאר א 'חלק' פון די מענטש וואס איז אנגעצויגן, און ס'איז נאר א 'חלק' פון די מענטש וואס איז דעפרעסט, אבער אן אנדערע חלק אינעם מענטש, איז אין די זעלבע צייט 'נישט' דעפרעסט. ווען א מענטש קען דאס דערהערן, שפירט די גאנצע דעפרעסיע סאך לייכטער, ווייל ס'איז דאך נאר א 'חלק' פון אים, ס'איז נישט די גאנצע 'זיך', און אזוי איז ער שוין האלב וועג ארויס דערפון.

דער שליסל פאר סייוועלכע שווערע געפיל איז צו קענען מאכן אט דעם צוטיילונג, ווייל אזוי קען מען 'אנקוקן' דעם פראבלעם, אנשטאטס צו זיין 'דער' פראבלעם, און דעמאלטס קען מען פארהאנדלען מיטן פראבלעם. אבער וויאזוי מאכט מען דאס? אויף דעם איז דא אונזערע צוויי מהלכים, קוהירענס טערעפיס, און איי עפ עס. ביידע ווילן איין זאך, אבער דורך צוויי אנדרע וועגן. ביידע פארשטייען אז דער 'זיך' איז דער וואס מאכט די היילונג פארן פראבלעם, אבער ביידע האבן אנדערע וועגן וויאזוי דער 'זיך' זאל דאס מאכן.

ביידע פארשטייען אויך, אז דער 'פראבלעם' ענהאלט אין זיך צוויי חלקים, דער ארגינעלע ווייטאג, און די 'באשיצערס' ארום דעם ווייטאג, וואס זיי באשיצן נישט אנצוקומען צום ווייטאג. ביידע טוען באהאנדלען דעם פראבלעם אויך, און ביידע פארשטייען אז אויב טוט מען נישט אדרעסירן דעם 'באשיצער', דאן גייט מען בלייבן שטעקן מיטן פראבלעם.

פון די אנדערע זייט האבן זיי אנדערע 'צילן' וואו מען וויל אנקומען אין די ענדע, און דארט שטעקט די עיקר חילוק.

קוהירענס טערעפיס פאוקעסירט אויף צוויי זאכן, א', צו אדרעסירן דעם ארגינעלן פראבלעם ווי באשיצערס אנשטאטס צו אנקוקן דעם פראבלעם ווי א 'פראבלעם', ב', איינמאל מען זעט די 'טובה' אינעם פראבלעם, וועט זיך דער מענטש אויפוועקן און טרעפן א סתירה אינעם מהלך החיים וואס דער באשיצער ווייסט, און דאס וועט בע"ה אויפלעזן דעם פראבלעם אז עס זאל מער נישט אויספעלן צו עקזעסטירן.

איי וויאזוי קען א מענטש טרעפן א סתירה אין עפעס וואס ער האט געהאלטן פאר א פאקט ביז היינט? דער ענטפער איז, אז דער מענטש האט אין זיך איינער אן 'אבזערווירער', איינער וואס באטראכט דעם אמת, ער איז נישט אנגעהאנגען אינעם געדאנק גאנג פונעם חלק וואס האט אפערירט ביז יעצט, און ער האט די כוח צו קענען 'מבחין זיין בין טוב לרע', און כאפן אז 'העי מ'האט געלעבט אין א טעות ביז היינט, לאמיר זיך טוישן' און יעדער גייט אהיים פרייליך.

איי עפ עס, פאועקסירט בעיקר אויף איין זאך, אז דער 'אבזערווירער' – וואס איז דער 'סעלף', דער 'זיך', זאל כסדר דא זיין אינעם צוממער און קאנטראלירן אלע חלקים. דער עיקר פאוקעס איז, אז דער אבזערווירער זאל געבן פאר יעדעם זיין פלאץ, און אנערקענען אינעם עקזעסטענץ פון אלע חלקים וואס האבן זיך ביז היינט ארומגעשלאגן – דאס איז כולל אלע באשיצערס, פייערלעשערס ווי זיי רופן עס אן, וכו'. דער פאוקעס איז נישט אזוי שטארק אז עס זיין א סתירה, נאר דער עיקר איז צו מחשיב זיין יעדעם. אין אנדערע ווערטער, אע"ע, איז מער א inner child work געדאנק, נאר עס נעמט אריין אז מען ברענגט 'אלע' חלקים, נישט נאר דעם 'קינד'.

ווי נישט ווי פאסירט אוטומאטיש ביי ביידע כמעט די זעלבע זאך מיט די צייט. דאס וואס איז דער דגוש ביי איי עפ עס – אז דער סעלף/אבזערווירער זאל דא זיין, פאסירט ביי ק"ט אוטומאטיש אן דעם וואס מען זאל אים ליידענען. ק"ט פארלאזט זיך אז מען דארף נישט אהערברענגען דעם סעלף, וויבאלד ער איז אלעמאל דא, און ווי נאר ער פארשטייט אז מען קען אויסדרייען א געדאנק-גאנג, קומט ער גלייך אריין און מאכט דעם 'סתירה'. משום מה טראסט נישט איי עפ עס אז ער גייט דא זיין, און דעריבער מאכט מען זיכער אז דער 'סעלף איז דא'.

דאס וואס איז דער גדוש ביי ק"ט צו טרעפן דעם 'באשיצונג' חלק אינעם פראבלעם, פאסירט אוטומאטיש ביי אע"ע, ווען דער סעלף זעט אז א געוויסע געפיל וויל זיך נישט רירן, פרעגט ער אים, "וואס האסטו מורא וועט פאסירן אז דו וועסט גיין אין די זייט?' און אויב איז דא א גוטע קשר צווישן די חלק און די סעלף, וועט דער חלק ענטפערן, 'איך האב מורא אז אויב איך וועל גיין אין די זייט, דעמאלטס וועט דער מענטש פארשעמט ווערן'. ווען דער סעלף, הערט עס, קען ער נעמען די אחריות, אז ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט נישט פארשעמט ווערן און וועט וואטשן אז אלעס זאל זיין אקעי.

אין אנדערע ווערטער, ק"ט טיילט זיך אפ פונעם פראבלעם דורך גלייך טרעפן דעם 'פראטעקשן/באשיצער' - עס נישט א פראבלעם, עס איז נאר א באשיצער, משא"כ אע"ע טיילט זיך דערפון, דורך גלייך אריינברענגען דעם 'סעלף' און עס אנקוקן פון דערווייטענס.

אבער, און דא קומט דער אבער... עס איז דא אפאר דקות'דיגע חילוקים וואס מאכט אויס א וועלט אין די תוצאות וואס קומען צום סוף ארויס.

איך מוז שוין לויפן און איך האב ווי אומשנעלסטן צוריק צו קומען און שרייבן ווייטער.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אינטערנאל פעמילי סיסטעם - IFS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זייער שיין הרב מתבונן לעכטיגע רייד .

די עיקר וואס מיר ווארטן צו הערן איז טאקע פון דער "אבער"...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”