וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

ניו יארק-אלווין ברעג
18
13%
פלארידע-דשעק סמיט
25
18%
וואשינגטאן-דשעק סמיט
28
20%
דשארדשיע-פאני וויליס
68
49%
סך הכל שטימען: 139

ר' מטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

קומט אריין שטומען וואס איז אייער מיינונג, וועליכע פון די קעיסעס קען עווענטועל די מערסטע שאטן פאר טראמפ.

לאמיר דא איבערגיין בקיצור די צדדים אויף יעדע איינס פון זיי:

די ניו יארק קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'איז א ניו יארק, וואס איז די איינצוגסטע יוריסדיקציע וואס איז אינגאנצען אינטער די דעמאקראטן, דאס הייסט סיי די ריכטער סיי די סטעיט לעגעסלאטור/גאווערנער און סופרים קארט, ממילא קענען זיי טעארעטיש טוהן מיט טראמפ וואס זיי ווילן, און ער האט נישט די אפשען פון א פארדען אדער אן אפיעל. אזוי אויך וועט עס בדרך הטבע זיין א שטארק דעמאקראטיש גענויגטע דשורי. נאך אנקודה אז וויבאלד ס'איז די ערשטע קעיס מיט א טרייעל דעיט שוין אין מארטש 2024 האט עס פאטענטשעל נאך פארצוקומען פאר די וואלן.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז אפילו די דעמאקראטן זענען מודה אז סאיז גאר א שוואכע קעיס, געבויט אויף נייע ליגעל טעאריע וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אזוי אויך וויבאלד ס'איז א סטעיט קעיס קען מען מער ארומשלעפן און עס אזוי אפשטופען ביז נאך די וואלן.

די פלארידע קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'איז לכאורה די גראדסטע און הארבסטע קלאגעס פון אלע אנדערע, מיט די מערסטע פאטענטשעל דשעיל טיים אויב ווערט ער געפונען שילדיג. אזוי אויך האט עס שוין א קארט דעיט אין מאי 2024 און וויבאלד ס'איז א פעדעראלע קעיס קען מען זיך שווערער ארומשפילען מיט דעם.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז די ריכטערין "איילין קענאן" איז שטארק טראמפ גענויגט ווי מ'האט געזען בעבר, און מ'קען אהנעמען אז זי וועט עם שטארק ארויסהעלפן דורכאויס די פראצעס, און אזוי אויך בנוגע די טרייעל דאטום וועט זי שוין מאכן זיכער אז ס'קומט נישט פאר ביפאר די וואלן אזוי אויך וועט די דשורי זיין די מערסטע טראמפ פריינדליך פון אלע אנדערע קעיסעס.

די וואשינגטאן קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז די ריכטערין "טשאטקען" איז גאר שטארק אנטי טראמפ, ספעציעל בנוגע יאנואר 6 ווי מ'האט געזעהן אין אירע פריערדיגע אורטיילן. אזוי אויך פרובירט דשעק סמיט מיט אלע כוחות צו יאגן די קעיס ס'זאל נאך גיין אויף טרייעל פאר די וואלן, מיטן קלאגן נאר טראמפ אליין, מיט געציילטע קלאגעס עס צו מאכן די מערסטע סימפעל, און מיט אזא ריכטערין האט עס מן הסתם טאקע די מערסטע פאטענטשעל צו גיין אויף טרייעל פאר די וואלן. אזוי אויך וועט די דשורי זיין די מערסטע דעמאקראטיש גענויגט נעמענדיג אין באטראכט אז וואשינגטאן די סי איז געגאנגען פאר ביידן מיט 92 פראצענט.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז ס'איז נישט אזאלעכע שטארקע און אפענע קלאגעס, און טראמפ קען נוצן די ערשטע אמענדמענט רעכט וכדומה אלס א פארטיידיגונג עכ"פ אין א אפיעל ביזן סופרים קארט וואס איז אין קאנסערוואטיווע הענט.

די דשארדשיע קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'הייסט עכ"פ אז "פאני וויליס" האט אויפגעבויט א שטארקע קעיס, וואס ס'וועט זיין שווער פאר טראמפ זיך ארויסצודרייען פון געפינען ווערן שילדיג, און מיט א מינימום דשעיל טיים אהן די מעגליכקייט פון א פארדען לויט די ארטיגע געזעצן.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז לויט די עקספערטן וועט די טרייעל כמעט זיכער ווערן אפגעשטיפט ביז נאך די וואלן, אזוי אז ס'וועט נישט האבן קיין השפעה אויף די וואלן אין נאוועמבער, און ווי לענגער די טרייעל ציהט זיך אלס מער טשענס איז דא אז ס'וועט שוין עפעס אינטערקומען וואס וועט עם העלפען זיך אן עצה געבן. אזוי אויך איז עס אינטער רעפובליקאנער יוריסדיקציע סיי די ריכטער סיי די לעגעסלאטור/גאווערנער סיי די סופרים קארט, און כאטש די רעפובליקאנער פירערשאפט אין די סטעיט איז נישט פרא טראמפ האט טראמפ למעשה די שטיצע פון די ארטיגע רעפובליקאנער מאסן וואס קענען פארלאנגען פון זייערע פירער צו מאכן זיכער אז טראמפ קומט נישט אהן דארט אין תפיסה.
די אמת'ע ווערדיקט וועט זיין עלעקשען נייט!!

מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

לדעתי איז די וואשינגטאן די סי אינדייטמענט די גרעסטע געפאר, דשאדש טשאטקין איז געפערליך אנטי טראמפ זי קען נאך באשלוסען צו פארהאלטן טראמפ פאר די טרייעל פארן פארלעצן אירע ריסטריקשענס.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

איך האב פרובירט דורצוליינען אלע אינדייטמענטס די מערסטע וואס שייך און מיינע צוויי צענט איז אזוי:

אלווין ברעגס קעיס איז א ליצנות שאין כדוגמתו.

סמיסט דאקומענטען קעיס איז לכאורה די שטערקסטע קעיס פון אלע.

סמיטס קעפיטאל איבערפאל קלאגעס איז (לכאורה) גראב און אפען קעגן טראמפס ערשטע אמענדמענט רעכטן און אויב ס'וועט אפי' נאר אנקומען צום סופרים קאורט וועט עס ווערן גראד ארויסגעשליידערט.

פאני וויליס'ס דזשארדזשיע קעיס איז היפש שטארק אבער אויך היפש אסאך געדעקט דורך די ערשטע אמענדמענט, זי האט עס צוטיילט אויף טויזענטע קליינע שטיקלעך עס צו מאכן אויסקוקן מער דראמאטיש...

סך הכל איז לכאורה די מאר-אלאגא דאקומענטען קעיס די שטערקסטע.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4414
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

געוואוט פאר די פלארידע דאקומענטן קעיס.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
לכשיפוצו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

זייער שיין אראפגעלייגט, איך וואוט פאר די וואשינגטאן קעיס ווייל דעיס איז דער גרעסטער שאנס עס זאל זיך שוין אנהייבן טרייעל אינמיטן די עלעקשאן סייקעל, משא"כ די אנדערע, חוץ ניו יארק וועט זיך ווארשיינלעך אויך אנהייבן אינמיטן די סייקעל
אבער עס איז ממש א אויסגעבלאזענעם קעיס.

אבער נישט פאליטיק געקוקט, קוקנדיג בלויז אויף געזעץ איז די פלארידא קעיס די איינציגסטע וואס האט עפעס זאכלעכע קריימס.
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

געוואט דזארדזיע ווייל אפי סאיז אויכט א ליצנות איז עס שטערקער ווי נוי יארק אין סאיז אין א שטארק דעמיקראטישע דיסטריקט און סקען נישט אנקומען צום סופרים קורט.
חוץ פון דעים עס האט די הארבסטע באדייט אויב מגעפונט שולדיג וויל מקען נישט פארדאנען פאר פינעוו יאר אין אויכט גייט עס דארט נישט דורך די גאווענער נאר דורך א באערד
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
ברזילי
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברזילי »

אלעס אומשעדליך
ר' מטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

נאך א נקודה איז דא בנוגע די דשארדשיע קעיס, אז וויבאלד ס'איז עקספעקטעד אז די וואשינגטאן קעיס וועט גיין קודם, איז אויב ווערט טראמפ געפינען שילדיג אין די פעדעראלע קעיס וועט זיין שווער עם נאכאמאל אנצוקלאגן אויף סטעיט קלאגעס, ווייל מ'קען נישט סתם אזוי קלאגן איינעם דאפעלט, אין ממילא קען ער דעמאלטס באקומען/זיך אליין פארדענען אויף די פעדעראלע קלאגעס.
די אמת'ע ווערדיקט וועט זיין עלעקשען נייט!!

מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9128
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פארוואס איז א סטעיט קעיס גרינגער זיך ארומצושפילן און אויסשלעפן?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

ר' מטות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:25 am
קומט אריין שטומען וואס איז אייער מיינונג, וועליכע פון די קעיסעס קען עווענטועל די מערסטע שאטן פאר טראמפ.

לאמיר דא איבערגיין בקיצור די צדדים אויף יעדע איינס פון זיי:

די ניו יארק קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'איז א ניו יארק, וואס איז די איינצוגסטע יוריסדיקציע וואס איז אינגאנצען אינטער די דעמאקראטן, דאס הייסט סיי די ריכטער סיי די סטעיט לעגעסלאטור/גאווערנער און סופרים קארט, ממילא קענען זיי טעארעטיש טוהן מיט טראמפ וואס זיי ווילן, און ער האט נישט די אפשען פון א פארדען אדער אן אפיעל. אזוי אויך וועט עס בדרך הטבע זיין א שטארק דעמאקראטיש גענויגטע דשורי. נאך אנקודה אז וויבאלד ס'איז די ערשטע קעיס מיט א טרייעל דעיט שוין אין מארטש 2024 האט עס פאטענטשעל נאך פארצוקומען פאר די וואלן.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז אפילו די דעמאקראטן זענען מודה אז סאיז גאר א שוואכע קעיס, געבויט אויף נייע ליגעל טעאריע וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אזוי אויך וויבאלד ס'איז א סטעיט קעיס קען מען מער ארומשלעפן און עס אזוי אפשטופען ביז נאך די וואלן.

די פלארידע קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'איז לכאורה די גראדסטע און הארבסטע קלאגעס פון אלע אנדערע, מיט די מערסטע פאטענטשעל דשעיל טיים אויב ווערט ער געפונען שילדיג. אזוי אויך האט עס שוין א קארט דעיט אין מאי 2024 און וויבאלד ס'איז א פעדעראלע קעיס קען מען זיך שווערער ארומשפילען מיט דעם.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז די ריכטערין "איילין קענאן" איז שטארק טראמפ גענויגט ווי מ'האט געזען בעבר, און מ'קען אהנעמען אז זי וועט עם שטארק ארויסהעלפן דורכאויס די פראצעס, און אזוי אויך בנוגע די טרייעל דאטום וועט זי שוין מאכן זיכער אז ס'קומט נישט פאר ביפאר די וואלן אזוי אויך וועט די דשורי זיין די מערסטע טראמפ פריינדליך פון אלע אנדערע קעיסעס.

די וואשינגטאן קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז די ריכטערין "טשאטקען" איז גאר שטארק אנטי טראמפ, ספעציעל בנוגע יאנואר 6 ווי מ'האט געזעהן אין אירע פריערדיגע אורטיילן. אזוי אויך פרובירט דשעק סמיט מיט אלע כוחות צו יאגן די קעיס ס'זאל נאך גיין אויף טרייעל פאר די וואלן, מיטן קלאגן נאר טראמפ אליין, מיט געציילטע קלאגעס עס צו מאכן די מערסטע סימפעל, און מיט אזא ריכטערין האט עס מן הסתם טאקע די מערסטע פאטענטשעל צו גיין אויף טרייעל פאר די וואלן. אזוי אויך וועט די דשורי זיין די מערסטע דעמאקראטיש גענויגט נעמענדיג אין באטראכט אז וואשינגטאן די סי איז געגאנגען פאר ביידן מיט 92 פראצענט.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז ס'איז נישט אזאלעכע שטארקע און אפענע קלאגעס, און טראמפ קען נוצן די ערשטע אמענדמענט רעכט וכדומה אלס א פארטיידיגונג עכ"פ אין א אפיעל ביזן סופרים קארט וואס איז אין קאנסערוואטיווע הענט.

די דשארדשיע קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'הייסט עכ"פ אז "פאני וויליס" האט אויפגעבויט א שטארקע קעיס, וואס ס'וועט זיין שווער פאר טראמפ זיך ארויסצודרייען פון געפינען ווערן שילדיג, און מיט א מינימום דשעיל טיים אהן די מעגליכקייט פון א פארדען לויט די ארטיגע געזעצן.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז לויט די עקספערטן וועט די טרייעל כמעט זיכער ווערן אפגעשטיפט ביז נאך די וואלן, אזוי אז ס'וועט נישט האבן קיין השפעה אויף די וואלן אין נאוועמבער, און ווי לענגער די טרייעל ציהט זיך אלס מער טשענס איז דא אז ס'וועט שוין עפעס אינטערקומען וואס וועט עם העלפען זיך אן עצה געבן. אזוי אויך איז עס אינטער רעפובליקאנער יוריסדיקציע סיי די ריכטער סיי די לעגעסלאטור/גאווערנער סיי די סופרים קארט, און כאטש די רעפובליקאנער פירערשאפט אין די סטעיט איז נישט פרא טראמפ האט טראמפ למעשה די שטיצע פון די ארטיגע רעפובליקאנער מאסן וואס קענען פארלאנגען פון זייערע פירער צו מאכן זיכער אז טראמפ קומט נישט אהן דארט אין תפיסה.
דו דארפסט קלאר מאכן פון וואס דו רעדסט; שעדליך פאר טראמפ דער מענטש ( אויב קען מען איהם אזוי אנרופן... ), אדער פאר טראמפ דער קאנדידאט (איך ווייס אויך אז זיי זענען איין מענטש). ווייל אחוץ אויב דו ביסט אזוי זיכער אז ער גייט געווינען די וואלן, דאן אפילו אויב די דאטומס זענען אויף נאך די וואלן קען עס נאך אלס זיין די שעדליכסטע קעיס פאר טראמפ דער מענטש. אויב דו ווילסט וויסן וועלכע קעיס גייט איהם דאס מערסטע שאטן פאר זיינע (קליינע) טשאנסן פאר ווידערערוועלונג, דאס איז גאנץ א צווייטע שאלה.
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

ר' מטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

יידישע קהילות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:13 pm
פארוואס איז א סטעיט קעיס גרינגער זיך ארומצושפילן און אויסשלעפן?
מ'קען אריינגעבן מער מאושינס, און בכלליות זענען זאכן דארט נישט אזוי סטריקט.
די אמת'ע ווערדיקט וועט זיין עלעקשען נייט!!

מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל
ר' מטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

יידישע קהילות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:18 pm
ר' מטות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:25 am
קומט אריין שטומען וואס איז אייער מיינונג, וועליכע פון די קעיסעס קען עווענטועל די מערסטע שאטן פאר טראמפ.

לאמיר דא איבערגיין בקיצור די צדדים אויף יעדע איינס פון זיי:

די ניו יארק קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'איז א ניו יארק, וואס איז די איינצוגסטע יוריסדיקציע וואס איז אינגאנצען אינטער די דעמאקראטן, דאס הייסט סיי די ריכטער סיי די סטעיט לעגעסלאטור/גאווערנער און סופרים קארט, ממילא קענען זיי טעארעטיש טוהן מיט טראמפ וואס זיי ווילן, און ער האט נישט די אפשען פון א פארדען אדער אן אפיעל. אזוי אויך וועט עס בדרך הטבע זיין א שטארק דעמאקראטיש גענויגטע דשורי. נאך אנקודה אז וויבאלד ס'איז די ערשטע קעיס מיט א טרייעל דעיט שוין אין מארטש 2024 האט עס פאטענטשעל נאך פארצוקומען פאר די וואלן.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז אפילו די דעמאקראטן זענען מודה אז סאיז גאר א שוואכע קעיס, געבויט אויף נייע ליגעל טעאריע וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אזוי אויך וויבאלד ס'איז א סטעיט קעיס קען מען מער ארומשלעפן און עס אזוי אפשטופען ביז נאך די וואלן.

די פלארידע קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'איז לכאורה די גראדסטע און הארבסטע קלאגעס פון אלע אנדערע, מיט די מערסטע פאטענטשעל דשעיל טיים אויב ווערט ער געפונען שילדיג. אזוי אויך האט עס שוין א קארט דעיט אין מאי 2024 און וויבאלד ס'איז א פעדעראלע קעיס קען מען זיך שווערער ארומשפילען מיט דעם.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז די ריכטערין "איילין קענאן" איז שטארק טראמפ גענויגט ווי מ'האט געזען בעבר, און מ'קען אהנעמען אז זי וועט עם שטארק ארויסהעלפן דורכאויס די פראצעס, און אזוי אויך בנוגע די טרייעל דאטום וועט זי שוין מאכן זיכער אז ס'קומט נישט פאר ביפאר די וואלן אזוי אויך וועט די דשורי זיין די מערסטע טראמפ פריינדליך פון אלע אנדערע קעיסעס.

די וואשינגטאן קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז די ריכטערין "טשאטקען" איז גאר שטארק אנטי טראמפ, ספעציעל בנוגע יאנואר 6 ווי מ'האט געזעהן אין אירע פריערדיגע אורטיילן. אזוי אויך פרובירט דשעק סמיט מיט אלע כוחות צו יאגן די קעיס ס'זאל נאך גיין אויף טרייעל פאר די וואלן, מיטן קלאגן נאר טראמפ אליין, מיט געציילטע קלאגעס עס צו מאכן די מערסטע סימפעל, און מיט אזא ריכטערין האט עס מן הסתם טאקע די מערסטע פאטענטשעל צו גיין אויף טרייעל פאר די וואלן. אזוי אויך וועט די דשורי זיין די מערסטע דעמאקראטיש גענויגט נעמענדיג אין באטראכט אז וואשינגטאן די סי איז געגאנגען פאר ביידן מיט 92 פראצענט.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז ס'איז נישט אזאלעכע שטארקע און אפענע קלאגעס, און טראמפ קען נוצן די ערשטע אמענדמענט רעכט וכדומה אלס א פארטיידיגונג עכ"פ אין א אפיעל ביזן סופרים קארט וואס איז אין קאנסערוואטיווע הענט.

די דשארדשיע קעיס
די שטארקייט פון די קעיס איז אז ס'הייסט עכ"פ אז "פאני וויליס" האט אויפגעבויט א שטארקע קעיס, וואס ס'וועט זיין שווער פאר טראמפ זיך ארויסצודרייען פון געפינען ווערן שילדיג, און מיט א מינימום דשעיל טיים אהן די מעגליכקייט פון א פארדען לויט די ארטיגע געזעצן.

די שוואכקייט פון די קעיס איז אז לויט די עקספערטן וועט די טרייעל כמעט זיכער ווערן אפגעשטיפט ביז נאך די וואלן, אזוי אז ס'וועט נישט האבן קיין השפעה אויף די וואלן אין נאוועמבער, און ווי לענגער די טרייעל ציהט זיך אלס מער טשענס איז דא אז ס'וועט שוין עפעס אינטערקומען וואס וועט עם העלפען זיך אן עצה געבן. אזוי אויך איז עס אינטער רעפובליקאנער יוריסדיקציע סיי די ריכטער סיי די לעגעסלאטור/גאווערנער סיי די סופרים קארט, און כאטש די רעפובליקאנער פירערשאפט אין די סטעיט איז נישט פרא טראמפ האט טראמפ למעשה די שטיצע פון די ארטיגע רעפובליקאנער מאסן וואס קענען פארלאנגען פון זייערע פירער צו מאכן זיכער אז טראמפ קומט נישט אהן דארט אין תפיסה.
דו דארפסט קלאר מאכן פון וואס דו רעדסט; שעדליך פאר טראמפ דער מענטש ( אויב קען מען איהם אזוי אנרופן... ), אדער פאר טראמפ דער קאנדידאט (איך ווייס אויך אז זיי זענען איין מענטש). ווייל אחוץ אויב דו ביסט אזוי זיכער אז ער גייט געווינען די וואלן, דאן אפילו אויב די דאטומס זענען אויף נאך די וואלן קען עס נאך אלס זיין די שעדליכסטע קעיס פאר טראמפ דער מענטש. אויב דו ווילסט וויסן וועלכע קעיס גייט איהם דאס מערסטע שאטן פאר זיינע (קליינע) טשאנסן פאר ווידערערוועלונג, דאס איז גאנץ א צווייטע שאלה.
איך רעדט בכלליות סיי בנוגע זיינע שאנסן צו געווינען די פרעזידענטסי (וואס אגב זענען נישט אזוי קליין), סיי בנוגע די געפאר אנצוקומען אין תפיסה.
די אמת'ע ווערדיקט וועט זיין עלעקשען נייט!!

מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

קוקט אויס ווי דער ציבור האלט ווי צל, דזשארדשיע איט איז.

עס גייט אויך ווערן אויפגעשפילט לייוו מיט די גאנצע דראמע און די מידיע וועט זיך באלעקן מיט דעם.
האסט הנאה? געב א לייק
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

דזשארדשיע איז דער גרעסטע טובה פאר טראמפ. דער דזשארדשיע קעיס וואס קלעבט נישט קיין ווארט וועט אים העלפן פטור ווערן גרינגער פון אלע אנדערע דריי, און אפשר אפילו אים העלפן געווינען די עלעקשן. ווייל אפילו זיינע שונאים אין דער רעפאבליקאנער פארטיי וועלן זיך נישט קענען ארויס דרייען פון אים (און די אנדערע 18) מוזען בעקיפין העלפן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

שטארק עס עי קעיס איז לכאורה די דאקומענטן קעיס, הגם ס'איז א חוצפה נוראה אים אנצוקלאגן דערויף און ס'איז א אויסגעזויגענע תורה על גבי תורה קעיס, ער וועט דאס אבער ווארשיינליך געווינען,

שטארק עס עי קאנוויקשאן איז לכאורה די וואשינגטאן די סי קעיס, וויבאלד די ריכטערין דארטן האט שוין קלארגעשטעלט איר מיינונג פאר א צייט צוריק, אז טראמפ דארף גיין אין טורמע און איך זעה נישט קיין סיבה זי זאל אים נישט קאנוויקטן, אדער נאכגיבן און רוקן די קעיס צו א צווייטער ריכטער.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

זארג נישט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:50 pm
דזשארדשיע איז דער גרעסטע טובה פאר טראמפ. דער דזשארדשיע קעיס וואס קלעבט נישט קיין ווארט וועט אים העלפן פטור ווערן גרינגער פון אלע אנדערע דריי, און אפשר אפילו אים העלפן געווינען די עלעקשן. ווייל אפילו זיינע שונאים אין דער רעפאבליקאנער פארטיי וועלן זיך נישט קענען ארויס דרייען פון אים (און די אנדערע 18) מוזען בעקיפין העלפן.
די נעווער טראמפערס האבן שוין ביי די וואשיגטון קעיס אנגעפאנגן זעהן אז סאיז בלויז רדופות(בן שאפירא און נאך)
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

קוקט אויס ווי דער דזשארדשיע קעיס מאכט ערנסטע שאדן פאר טראמפ.
אטעטשמענטס
BD48F233-2806-408A-B01E-7C85F7173B0C.jpeg
BD48F233-2806-408A-B01E-7C85F7173B0C.jpeg (57.08 KiB) געזען 1020 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6628
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

עס קוקט אויס אז רוב וואס האבן געוואוט פאר דזשארדזשיע איז עס צוליב פארשעמענדע בילדער און די טראסק ארום און ארום וואס מאכט עס אויסקוקן שרעקליך דראמאטיש. די עצם אינדייטמענט איז זייער זייער שוואך. ממש א שפיל הויז סטייל אינדייטמענט.

די פלארידע קעיס איז לכאורה די שטערקסטע קעיס פון א לעגאלע שטאנדפונקט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שפראך
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:26 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפראך »

געוואוט פאר די דאקאמענט קעיס אבער פאליטיש שאט לכאורה די מערסטע פאר טראמפ די דשארדשיע קעיס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בניהו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:42 am
די פלארידע קעיס איז לכאורה די שטערקסטע קעיס פון א לעגאלע שטאנדפונקט.
קיינער קריגט נישט אויף דעם.

אבער ווי שוין אויסגעשמועסט, יענע ריכטער זעהט אויס אז זי וועט טאן כל מה שביכלתה טראמפ זאל נישט ווערן קאנוויקטעד, און אזוי ווי א פעדעראלע ריכטער איז זייער, זייער מאכטפול, איז שווער צו האלטן אז יענע קעיס איז טראמפ'ס גרעסטע געפאר, לעגאל גערעדט.

(פאליטיש גערעדט, על כל פנים פאר ער ווערט דארט עקוויטעד, מאכט יא סענס אז דאס איז די ערגסטע קלאגע. שווער צו זאגן א צד אז ער איז נישט שולדיג אויף זאכן וואס ער האט באזיגט קלינטאן אויף, זאכן וואס ער האט פארשפראכן צו נעמען די שטרענגסטע שייך, זאכן אויף וואס ער האט פארשפראכן אז נאובאדי וויל בי עבאוו דע לאו.)
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

בניהו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:42 am
עס קוקט אויס אז רוב וואס האבן געוואוט פאר דזשארדזשיע איז עס צוליב פארשעמענדע בילדער און די טראסק ארום און ארום וואס מאכט עס אויסקוקן שרעקליך דראמאטיש. די עצם אינדייטמענט איז זייער זייער שוואך. ממש א שפיל הויז סטייל אינדייטמענט.

די פלארידע קעיס איז לכאורה די שטערקסטע קעיס פון א לעגאלע שטאנדפונקט.
די וואוטס איז נאך פאר די בילדער.
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

צל עובר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:16 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:42 am
די פלארידע קעיס איז לכאורה די שטערקסטע קעיס פון א לעגאלע שטאנדפונקט.
קיינער קריגט נישט אויף דעם.

אבער ווי שוין אויסגעשמועסט, יענע ריכטער זעהט אויס אז זי וועט טאן כל מה שביכלתה טראמפ זאל נישט ווערן קאנוויקטעד, און אזוי ווי א פעדעראלע ריכטער איז זייער, זייער מאכטפול, איז שווער צו האלטן אז יענע קעיס איז טראמפ'ס גרעסטע געפאר, לעגאל גערעדט.

(פאליטיש גערעדט, על כל פנים פאר ער ווערט דארט עקוויטעד, מאכט יא סענס אז דאס איז די ערגסטע קלאגע. שווער צו זאגן א צד אז ער איז נישט שולדיג אויף זאכן וואס ער האט באזיגט קלינטאן אויף, זאכן וואס ער האט פארשפראכן צו נעמען די שטרענגסטע שייך, זאכן אויף וואס ער האט פארשפראכן אז נאובאדי וויל בי עבאוו דע לאו.)
פארוואס נישט? זי האט שוין פאריגע פרעצידענט נאך פון קלינטאן אז מקלאגט נישט פאר דעם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קלינטאן האט געוויזן פאקטישע שווערע סודות פאר ציווילע, און נאך אויף טעיפ?

ווהאט דע עידזש אר יו טאקינג עבאוט.
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

ניין. אויף אימעיל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29626
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וועליכע פון די 4 אינדייטמענטס איז די מערסטע שעדליך פאר טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הינגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:26 am
ניין. אויף אימעיל.
זאגט ווער?

און ביי די וועי, ַ זי האט לעגאַל געמעגט אראפנעמען די קלאסיפיקאציע.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”