אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 5:34 pm
פאר אונז גייען ווייטער צו א נייער ניגון וואלט גוט געווען קודם אויסצודרעשן די ערשטע ניגון איז אזוי אלס איינער וואס הערט אסאך מאטי בויער האב איך געטראפן פון אים 2 שטיקלעך ''תקע בשופר'' פון קווארטין כהאב עס געטרייט צו טרעפן פון קווארטין אליין אבער יגעתי ולא מצאתי (אל תאמין) יעצט אזוי ביידע שטיקלעך הייבן זיך אן זייער ווארעם (די וואלסט דאס גערופן א מיינאר) מיט די טיפיקעל קווארטין תנועות די צווייטע וואלט איך געזאגט הייבט זיך יא אן אביסל דראמאטיש און מקען עס אפשר רופן מעדזאר (דאס וועל איך לאזן פאר דיר) יעצט די לייגסט א דריטע וואס די צווייטע האלב ענדלט אביסל די תנועות -אבער נישט וויזוי סאיז געזעצט די ווערטער- אין די 2 שטיקלעך יעצט סקען זיין אז סקומט פון די נאויטס אזויווי מאטי טוט זייער אסאך אדער האט זיך מאטי מצרף געווען צו די פילע חזנים וואס זענען מומחום בתחום זה אין פארדרייען קווארטין'ס יוניק שטיקלעך וואס איז נישט פון די גרינגע מעשיות נאכצוזינגען מאחר וואס רוב ניגון באשטייט פון קרעכצן און געדרייאכצער ואם כנים הדברים וואלט איך געוואלט זאגן פאר מאטי אז ער זאל זיך צוריק אריינלייגן אין יאסעלע וואס דארט איז ער א חד בדרא (הגם איך ווייס אז אסאך האלטן נישט אזוי ואכמ''ל) אי''ה שפעטער וועל איך דיר נאכשיקן די שטיקלעך אפגעזינגען (אפגעגאלט?) דורך מאטי


מאטי בויער תקע בשופר קווארטין 1
https://drive.google.com/file/d/1oL_Thp ... drive_link

מאטי בויער תקע בשופר קווארטין 2
https://drive.google.com/file/d/1WmfdnU ... drive_link

הערט עס אויס און לאזט מיר וויסן וואס עטס האטס צו זאגן אויף דעם
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 5:34 pm
יעצט אזוי ביידע שטיקלעך הייבן זיך אן זייער ווארעם (די וואלסט דאס גערופן א מיינאר) מיט די טיפיקעל קווארטין תנועות די צווייטע וואלט איך געזאגט הייבט זיך יא אן אביסל דראמאטיש און מקען עס אפשר רופן מעדזאר (דאס וועל איך לאזן פאר דיר)
ווייזט אויס אז כ'בין נישט געווען נישט קלאר פאר די וואס פארשטייען נישט פונקטליך די ווערטער. העלעך פראבירן נאכאמאל בקיצור צו מאסבערייזן און גלייכצייטיג פאררעכטן דיין טעות'ל.

אלזא, מעידשא"ר און מיינא"ר איז נישט נאך א וועג צו אנרופן א "ווארימע" אדער א "מלכות'דיגע" ניגון. די געפיל וואס הערט זיך ארויס פונעם ניגון איז נאר א 'תוצאה' פון די פאקט אז די ניגון איז א מעידשא"ר אדער א מיינא"ר וכו'.

דהיינו, עס זענען פארהאן צוועלף קנעפלעך/נאטן וואס פארן ארויף איינס העכער פונעם צווייטן אזויווי א לייטער/סקעיל. ווען למעשה וועל מיר נאר ניצן מאקסימום זיבן פון די צוועלף וואס וועלן דינען אלס אקטיווע טרעפן אויפ'ן לייטער/סקעיל, בשעת וואס די אנדערע פינף ווערן 'ארויס פונעם סקעיל' און בלייבן (געווענדליך) אומבאניצט.

ווי למשל, ביים מיינא"ר סקעיל וועט מען ניצן די ערשטע, דריטע, פערטע, זעקסטע, אכטע, נייטע און די עלעפטע. (אדער גערופן, גאנצע, האלבע, גאנצע, גאנצע, האלבע, גאנצע, גאנצע).

יעצט, מען קען נישט אויסוועלן וועלכע זיבן צו ניצן, נאר עס זענען פארהאן אסאך לייטערס/סקעילס וואס נעמען ארויס די זיבן אקטיווע טרעפן, איינס אזאנס הייסט מיינא"ר, א צווייטע הייסט מעידשא"ר און א דריטער הייסט פרעיגי"ש (ס'זענען דא אויפ'ן וועלט נאך פילע סקעיל'ס אבער ווערן נישט באניצט אין אונזער מוזיק וועלט, ווי למשל די אראבישע און יאפאנעזע און נאך).

יעצט קומט מען צום פאנטשליין. יעדע סקעיל, וויבאלד ס'פארט אויף אנדערע קנעפלעך און אויף אן אנדערע סדר, וועט עס האבן אן אנדערע משמעות און אנדערע אימפאקט אויפ'ן אויער. דערפאר איז נישט פאסיג צו זאגן אז ווייל ער זינגט עס ווארים ווערט עס א מיינא"ר אדער פארקערט. די סקעיל פונעם ניגון איז אזוי צו אזוי די זעלבע!

כ'האף ס'איז קלאר. אויב נישט, ליין עס איבער..
YOUR ADD HERE

CALL: 1-800- YOSSELE
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

למעשה וואס זענען די 2 ניגונים ?
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אן אנאליז אויף א חזנות שטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:02 pm
למעשה וואס זענען די 2 ניגונים ?
נאכנישט געהערט. אבער אויב, און ווי איך פארשטיי, איז עס די זעלבע ניגון ווי וואס איך האב ארויפגעלייגט פון אנפאנג, דאן איז עס די זעלבע סקעיל, נישט קיין חילוק ווער און ווי אזוי.
YOUR ADD HERE

CALL: 1-800- YOSSELE
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”