מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
מלמד דרדקי
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 4:44 pm
לאקאציע:בארא פארק

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלמד דרדקי »

Screenshot 2023-12-14 165709.jpg
Screenshot 2023-12-14 165709.jpg (53.28 KiB) געזען 3669 מאל
הילף מיט שליח הקן (בחינם)
ווי אויך פרעמען מיר אייער פון שליח הקן {בארא פארק}

שיקט א אימעל צו
[email protected]

מעשי ידי
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:10 pm

פארהאן א תשובה פון איינער פון די גרעסטע בתורה ובחסידות אין די דור איידער די קריג, א קטלנית ל"ע שאלה, פון צווישן זיינע שורות האב מיר אפגעלערנט ווי אזוי אן ערליכער איד זעהט זאכן מיט גאר אן אנדערע ליכט ווי דער פליישיגער אויג און ס'האט מיר אסאך זאכן קלאר געשטעלט.
אפשר ביזטו אונז אויך מזכה?
על ההרים והגבעות
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 5:40 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על ההרים והגבעות »

מורי ורבותי אן אריינגיין אין פרטים פינעם דיסקוסיע דא וואס איז גראדע א וויכטיגע

מיינעך אז עס באלאנגט נישט אין די אשכול

אזעלכע שמועסן שטערט די ציל פון די אשכול און עס נעמט אוועק די אפעטיט צו שרייבן ווייטער

ביטע נעמט אן מיינע ווערטער מיט פארשטענדעניש און מאכטס נישט דערפון קיין צימעס וואס וועט ווייטער פירן די אשכול דארט ווי דער עולם וויל נישט אז עס זאל אנקומען
אויב די טוסט היינט וואס אנדערע ווילן נישט טון וועסטו מארגן קענען טון וואס אנדערע קענען נישט טון
stop.already.pls
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 8:45 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך stop.already.pls »

עמוד יומי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:03 pm
זבולון ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:00 pm
עמוד יומי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 1:49 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:16 am
עמוד יומי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 11:48 am

ס'הארץ גייט אויס פאר אזא בחורל. רבוש"ע. ווען גיימיר שוין עפעס טוהן פאר דעם.
סתם לידיעתכם, שוין דא וואס טוען פאר אזעלכע בחורים. יא, לב וילד... עס נעמט בלויז איין פאון קאל און דער בחור באקומט א נייע מאנטל!

כמובן דאס נעמט נישט אוועק פון די שרעקליכקייט פון די געשיכטע, ווי אזוי א טאטע קען דאס טון צו אן אייגן קינד! עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין...

ווי אויך פארמינערט עס נישט קיין @איין טראפ די געוואלדיגע חסד פון הרב איין טראפ, וצדקתו עומדת לעד.
איך מיין צו זאגן ווען גיימיר טוהן עפעס וועגן דעם עצם פראבלעם. אז עלטערן זאלן נישט פירן אזעלכע משפחות. העלפן קינדער מיט די עצם פראבלעם פון לעבן אין א גיהנם.
דו פלאנסט צו איבערנעמען די פאזיציע פון פירן די וועלט?

אויב יא, קענסטו אויפקומען מיט א מהלך. אין די וועלט זענען דא שווערע מענטשן, און עס גייט ווייטער זיין.

מען קען דאס נישט עלימינירן אפי' אויב עס וועט יא געלונגען צו עלימינירן חאמאס... ווייל זייערע שלעכטע מידות דערקענען זיך געווענליך נישט פונדרויסן פון שטוב.

איי עס וואקסן אויף קינדער וואס זענען ממש טעראריזירט? איז דער ענטפער אז מיר דארפן זיכער טוהן וואס מיר קענען צו העלפן אזעלכע קינדער, געבן א שמייכל און גריסן גוט שבת, אדער אנדערע זאכן וואס מ'קען, אבער פון דא און ווייטער איז "הנסתרות לה' אלוקינו".
ווען דו וועסטיך פלאגן מיט שווערע חובות, אלטע בחורים, אדער יענע מעשה ווילסטו אויך אז מ'זאל דיר געבן א שמייכל און גריסן גוט שבת, און דאס איז, פון דארט און ווייטער איז הנסתרות לה' אלוקינו?!
אוודאי.

דעמאלס וועט ער הערשט איינזעהן אז דער אייבערשטער פיהרט דאס וועלט.
און עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו, אנטקעגן זיין הייליגער ווילן.

און דאן וועט ער פארשטיין, אז מ'דארף טוהן וואס מ'קען, און וואס מ'דארף, און דאס רעשט וועט דער אייבערשטער טוהן כרצונו הטוב.

איך מיין ער בלשון נסתר, אבער פאר קיין שום יידיש קינד חלילה נישט.
אבער ווער עס גייט עס שוין אריבער, דארף נישט זאלסט זיך נעמען פיהרן דעם וועלטל. ניטאמאל אייוועלט.

לאז. לאז.
שטער נאר נישט.
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

חברה איך טו ענק איבער בעטן פארן נישט ארויף קומען די לעצטע פאר ואוכן, און דאס האט געמאכט אויסקוקן ווי די גאנצע זאך איז נאר פאר די קאמפיין.. אבער אמת'דיג גערעדט בין איך געווען שרעקליך ביזי מיט געוויזע נושאים. און צו דעם איז געווען א חשש גילוי
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

טייערע חברים, די נושא פון זיך יא גט'ן אדער נישט גט'ן איז ברייט פארצווייגט, אבער איך וועל פראברין אראפ צו שרייבן מיינע צוויי צענט די קורצסטע מעגליך.

מען זאל זיך גט'ן? ניין ניין ניין. און ווען מען האט שוין קינדער קענסטו צו שטעלן נאך מיליאן ניינ'ס.
מערידזש קען נישט זיין סוקסעספול נאר אויב מען ארבייט אויף זיך... אויב מען וועט גיין צום ערשטע ריס פון 95 פראצענט פעלער, איז די קערענדל מידות.. אמאל כעס, עקשנות, איין זייטיגקייט. וכו' וכו'.
אוודאי ווען די קעס שטייט שוין איז שוין די קעס א קעס וואס מען קען נישט צוריק דרייען נאר מיט צוועלעף שירות.. און אוודאי גייט יעדער זאגן אז די צווייטער איז שולדיג. וועגן יעדער פייט צוריק פאר זיך און יעדער האט מעשות אין אומרעכטן. ווייל אויב נישט לעבט מען שוין נישט. א מושלם איז נאר אויבן. אבער בדרך כלל איז אלעס וועגן מען חלומ'ט פון איין זאך אין ס'גייט נישט ווי געפלאנט.. ס'פאנגט זיך אן מיט א קלייניגקייט און ס'ענדיגט זיך ליידער, אדער מיט א ברענעידיגע גהינם עמן לעבט און איין הויז צוטיילט, אדער מיט אן אויסגעלאשענע גהינם א גט.
איך שליס נישט אויס די זאך אז סאיז דא גיטין וואס ס'דארף געשען, אבער זייער אסאך מאל ווען מען איז גרייט צו ארבייטן ריכטיג קען עס צוריק גיין..

ליבע פריינד, מיינע שורות איז געשריבן זייער קורץ, ליין עס נישט אויבערפלעליך!
אויב האט איר סיי וואסאפארא מיינונג אינטערשייד, אדרבה לאמיר עס דיסקוסירן.

איך בין נישט הלכה למשה מסיני מען מעג זיך קריגן ווי לאנג ס'איז שכל'דיג.
לעצט פארראכטן דורך איין טראפ אום מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 8:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
בנציון
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 7:21 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון »

היינט ביים זאגן די הפטורה נאכ'ן שמו"ת, ביים זאגן דעם פסוק ויאמר המלך גזרו את הילד החי לשנים ותנו את החצי לאחת ואת החצי לאחת, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול.
איינער ווייסט אפשר פארוואס...?
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

בנציון האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:42 am
היינט ביים זאגן די הפטורה נאכ'ן שמו"ת, ביים זאגן דעם פסוק ויאמר המלך גזרו את הילד החי לשנים ותנו את החצי לאחת ואת החצי לאחת, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול.
איינער ווייסט אפשר פארוואס...?
קענסט צולייגן די מעשה פון יפתח מיט זיין טאכטער, וואס חז"ל זאגן דארט...
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
בנציון
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 7:21 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון »

ספרניא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:47 am

ער האט געשאכטן זיין טאכטער, אבער ס'איז נישט געווען קיין פייט צווישן עלטערן.
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

בנציון האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:50 am
ספרניא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:47 am
בנציון האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:42 am
היינט ביים זאגן די הפטורה נאכ'ן שמו"ת, ביים זאגן דעם פסוק ויאמר המלך גזרו את הילד החי לשנים ותנו את החצי לאחת ואת החצי לאחת, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול.
איינער ווייסט אפשר פארוואס...?
קענסט צולייגן די מעשה פון יפתח מיט זיין טאכטער, וואס חז"ל זאגן דארט...
ער האט געשאכטן זיין טאכטער, אבער ס'איז נישט געווען קיין פייט צווישן עלטערן.
איה"נ, נישט צווישן די עלטערן, אבער צווישן יפתח און פנחס, און דאס קינד איז געפאלן א קרבן...
היה יכול להפר את נדרו ולילך אצל פנחס אמר אני מלך ואלך אצל פנחס?! ופנחס אמר אני כהן גדול ובן כה"ג ואלך אצל עם הארץ זה?! בין דין לדין נספת ההיא עלובתא
מדרש רבה ויקרא
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
בנציון
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 7:21 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון »

ספרניא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:54 am
בנציון האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:50 am
ספרניא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:47 am
בנציון האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:42 am
היינט ביים זאגן די הפטורה נאכ'ן שמו"ת, ביים זאגן דעם פסוק ויאמר המלך גזרו את הילד החי לשנים ותנו את החצי לאחת ואת החצי לאחת, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול.
איינער ווייסט אפשר פארוואס...?
קענסט צולייגן די מעשה פון יפתח מיט זיין טאכטער, וואס חז"ל זאגן דארט...
ער האט געשאכטן זיין טאכטער, אבער ס'איז נישט געווען קיין פייט צווישן עלטערן.
איה"נ, נישט צווישן די עלטערן, אבער צווישן יפתח און פנחס, און דאס קינד איז געפאלן א קרבן...
היה יכול להפר את נדרו ולילך אצל פנחס אמר אני מלך ואלך אצל פנחס?! ופנחס אמר אני כהן גדול ובן כה"ג ואלך אצל עם הארץ זה?! בין דין לדין נספת ההיא עלובתא
מדרש רבה ויקרא
יא יא, געשאכטן זיין קינד ווייל ס'האט אים נישט געפאסט, ה"י.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4450
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

עמוד יומי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:06 pm
יישר כח @גראז.

מיין פוינט איז מיט א קלארקייט אז ס'איז יא דא עצות פאר געוויסע פראבלעמען וואס יעדער הייבט הענט כאילו ס'נישט קיין עצה. כ'האב שוין דאס אויסגעשמועס אזויפיל מאל, נאר יעדעס מאל דארט עס א לאנגע צייט ביז דער צווייטער פארשטייט וואס מ'רעדט. דער ערשטע האלבע דארט ביז יענער איז גרייט צו "הערן" בכלל וואס מ'רעדט, ער איז אזוי זיכער מיט זיך, די צווייטע האלבע שעה נעמט ביז ער כאפט אויף וואס מ'רעדט צו אים, הערשט נאך א שעה עפענט אויף די אויגן און זאגט יא, האסט רעכט. וחוזר חלילה. איך האב נישט קיין כח צו דעם נאכמאל און נאכאמאל, נאר היות דא אויפן וועלטל איז א מקום רבים רעד איך מיך נאך איין אז אפשר איינער [וואס האט די מעגליכקייט צו טוהן] וועט זיין אינטערעסירט...
אוודאי איז דא די מעגליכקייט אסאך צו טון אויף צו העלפן, אבער נישט צו פארמיידן, אנלעס דו ווערסט א קאמוניסטישע סאסייעטי פון אבזערווירן און אריינשטעקן די נאז אין יעדנ'ס פריוואטע לעבן און טיילן דארטן דעות.

פארפאלן, די וועלט איז א ברוטאלע זאך, דעיס איז יומען נעיטשור, קענסט נישט מלחמה האלטן דערמיט.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

פלוני האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 4:04 pm
farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:59 pm
פלוני האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:45 pm
זענט אזוי קאלטבלוטיג.
נעמט עס נישט חלילה פערזענליך.

כ'בין ווייט ווייט פון קאלטבלוטיג און שטיי הונטער מיינע ווערטער.

נאר זייט וויסן אז ביי געוויסע פאסירונגען אין לעבן אויב וועט איר נישט טראכטן גראד נאר האבן א ליסטע ווער ס'איז שולדיג וכו' און ווען מ'וואלט ווען וכו' וועט איר זיך נישט קענען רוקן פאראויס קיין מילימעטער און ס'וועט נישט זיין קיין תכלית פאר קיינעם.

קוקט'ס פאראויס, ווייסט אז איינער פיהרט אלעס גענוי, זייט פריילעך און צעפרידן, און שטייגט ברוחניות ובגשמיות געזונטערהייט. עמו"ש.
איר זענט מיר גארנישט מחדש. איך האלט שוין נאכדעם. ס'איז א שאד אונזער ביידע'ס צייט איר זאלט טראכטן און שרייבן וואס איר מיינט אז איך טראכט. איך זאג נאר דא איין זאך, אז מ'קען יא טוהן, אז מ'וויל. מ'רעדט נישט פונעם עבר, מ'רעדט פונעם עתיד, היינט, מארגן, קומענדיגע יאר גייען קינדער ליידן, און מ'קען עס פארמיידן אין א גרויסע מאס.
קיינער קען נישט טון.. דער וואס דארף טון איז די אין איך.. יעדער דארף וויסן און אנערקענען אז סיי וואספארא קשר, שותפות, מעירידזש, א איד מיטן באשעפער. איז נאר דורך סטראגעלס.. און מען דארף ארבייטן דערויף.
מען דארף זיך אויסלערנען אז נאך איינער איז דא מיט דיר 24/7, דאס קען טריגערן גאווה, כעס, איגאוי, קבצנות, קפדנות.
איבער הויפט ביי מעירידזש ווי מען דארף זיין די נותן נישט די מקבל.. אוודאי אויב ביסטו די נותן וועט אטעמאטיש ווערן ונתנו.
בלייבדזשע מיר געזונט.. און האטס הויפענעס סייעתא דשמי'
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

גראז האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:40 pm
עמוד יומי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:06 pm
יישר כח @גראז.

מיין פוינט איז מיט א קלארקייט אז ס'איז יא דא עצות פאר געוויסע פראבלעמען וואס יעדער הייבט הענט כאילו ס'נישט קיין עצה. כ'האב שוין דאס אויסגעשמועס אזויפיל מאל, נאר יעדעס מאל דארט עס א לאנגע צייט ביז דער צווייטער פארשטייט וואס מ'רעדט. דער ערשטע האלבע דארט ביז יענער איז גרייט צו "הערן" בכלל וואס מ'רעדט, ער איז אזוי זיכער מיט זיך, די צווייטע האלבע שעה נעמט ביז ער כאפט אויף וואס מ'רעדט צו אים, הערשט נאך א שעה עפענט אויף די אויגן און זאגט יא, האסט רעכט. וחוזר חלילה. איך האב נישט קיין כח צו דעם נאכמאל און נאכאמאל, נאר היות דא אויפן וועלטל איז א מקום רבים רעד איך מיך נאך איין אז אפשר איינער [וואס האט די מעגליכקייט צו טוהן] וועט זיין אינטערעסירט...
אוודאי איז דא די מעגליכקייט אסאך צו טון אויף צו העלפן, אבער נישט צו פארמיידן, אנלעס דו ווערסט א קאמוניסטישע סאסייעטי פון אבזערווירן און אריינשטעקן די נאז אין יעדנ'ס פריוואטע לעבן און טיילן דארטן דעות.

פארפאלן, די וועלט איז א ברוטאלע זאך, דעיס איז יומען נעיטשור, קענסט נישט מלחמה האלטן דערמיט.
א - ס'איז דא א היבשע מהלך צו גיין ביז 'א קאמוניסטישע סאסייעטי'. ביז אהין קען מען נאך היבש אויפטוהן.

ב - אויב קען מען קאנטרארלירן עלטערן וועגן טעכנעלאגיע און צניעות וכדומה לגבי אריינעמען קינדער אין די מוסדות, יעדע מוסד און קהילה מיט זייערע אנגעלעגנהייטן, פ"וו קען מען נישט צולייגן אויך וועגן עלטערן גיין פאר הילף וכדומה אויב ס'פעלט אויס, אדער אויב מ'זעט א קינד קומט אין חדר כסדר צופארן און צוקלאפט וועט מען אים פלאצירן אויב די עלטערן ארבעטן נישט מיט?

ג - לא תעמוד על דם רעך איז א חיוב. אז ס'פעלט אמאל אויס זיך אביסל אריינשטעקן די נאז ביי יענעם, ווערט מען נישט פטור פון דעם.

ד - על פי רוב דארף מען זיך בכלל נישט אריינשטעקן די נאז, ס'איז נודע ומפורסם, לפחות די שכנים ווייסן. נאר כדי צו העלפן דארפן מען זיך אריינמישן.

ה - איז בעסער צו ווארטן ביז ACS ימ"ש קומט אן, ווי באהאנדלן זאכן אליין בדרך כבוד?

ו - והעיקר, מ'האלט נאך אסאך פאר'ן זיך אריינשטעקן די נאז אין ערגעץ. א איד/אידענע אדער א קינד וואס ליידט צרות אין שטוב האט לעת עתה אפילו נישט ווי צו גיין, ס'נישטא ווער ס'גייט אפירנעמען דעם יעניגן אויב יענער קומט נישט אפיר. היתכן כזאת, אזויפיל דיספאונקשין ביי אונז, וואס הייסט אריינשטעקן די נאז ביי יענעם?! איינער איז דאך געקומען בעטן הילף! נאר דער בעל הפראבלעם האלט נישט דערביי. זאל מען זיך נישט וויסנדיג מאכן? א תירוץ, מ'קען גאר נישט טוהן! נעם יענעם אפיר מיט גוט'ן, הערטצו אזוי און אזוי איז די מעשה, ס'איז פארהאן פארשידענע הילף מיטלען וכו', ביסטו מוכן וכו'. און אז נישט, מיט בייזן. אבער לעת עתה עקסזיסרט עס נישט. עס עקזעסטירט נישט א געזונטע ערליכע ארגאניזאציע, מטעם רבני העיר אויף דעם ענין.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הרב עמוד, זאגסט דאך אזוי גוט, אבער... עס איז פשוט נישט פראקטיש במציאות די אלע שיינע עצות,

רוב פון די קינדער וואס גייען אדורך די עביוז ווייסן נישט און כאפן נישט אז זיי זענען אין גלות, זיי האבן ליב טאטע און מאמע, זיי זענען פשוט צומישט און קענען נישט דעסיידן וואס צו טון, געווענליך גייען זיי נישט רעדן צו קיינעם דערוועגן, און אפילו אין חדר/סקול זענען זיי שטיל, פארמאכט, רוב מענטשן ווייסן נישט און כאפן נישט ביז די קינדער ווערן עלטער און ערשט דעמאלס אין היינדסייט כאפט מען וואס דא איז פארגעגאנגען.

שכנים וועלן רוב מאל "נישט וויסן" וואס עס גייט פאר, אדרבה רוב מאל וועלן די שכנים האלטן אז דער אביוזער איז א וואוילער איד וכו'.

אויב ווערט מען יא געוואר, זענען יא דא מענטשן וואס מישן זיך אריין, אבער רוב מאל העלפט עס נישט, די עביוזערס דרייען זיך קונצליך ארויס פון אלעמען. (מען קען נישט אלעס טון וואס מען טראכט ווייל די סיטואציעס מיט קינדער איז זייער סענסעטיוו און נישט אלעס קען מען רעפארטן מסיבות שונות.) בקיצור מען בלייבט סטאק.

עס קוקט אויס ווי א גזירה ואס מען קען נישט פייטן ליידער.
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:51 pm

ענדליך הערט זיך איינער צו, און ענפטערט לענין.

וואס איר זאגט אז קינדער וואס גייען אדורך די עביוז ווייסן נישט און כאפן נישט אז זיי זענען אין גלות וכו', איז אמת ויציב. איך קלער אבער אז מ'וועט עס אדוווערטייזן (בהדרכת רבנים מומחים בזה ויראי השם אמיתיים) וועט אנדערש ווערן. אויסער דעם, מיט נעמען אין חשבון אז ס'דא גענוג און נאך ליידער וואס ס'נישט קיין סוד אז זיי ליידן נעבעך, און מיט נעמען אין חשבון בחורים און עלטערע מיידלעך וואס ווייסן יא צו דערציילן און חליש'ן יא נאך הילף, און מיט נעמען חשבון מענער/פרויען וואס וועלן קומען זאגן דער מצב ביי זיי. פון דעם אליין האט מען שוין גענוג ארבעט פאר אן ארגעניזאציע, און מיט דעם אליין קען מען העלפן אן אומשאצבארע צאל אידישע קינדער און דורות. - און אויב דעס איז מצליח גלייב איך אז זאכן וועלן זיך אויטאמאטיש אסאך טוישן און פארברייטערן צום גוטן.
געפיליש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 12:29 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפיליש »

עמוד יומי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:22 pm

פון ערפארונג קען איך זאגן אז אלס קינד נאך זייענדיג היפש יונג האב איך דווקא יא געכאפט וואס גייט פאר און געזיכט ווי זיך אויסצוגעבן און ווען כ'האב ווען עפעס אזוי ווי לב לילד אין מיין לעבן יתכון איך וואלט זיך אסאך מער געעפנט, קינדער וועלן זיך עפענען אויב איז עס די ריכטיגע מענטש און ער גייט נישט פילן ווי זיין פרעסטידזש פון זיין משפחה טאטע צו מאמע ווער נישט פארקלאפט.

פארוואס זאג איך עס? ווייל איך וויל.

אסאך הצלחה און אסאך סיעתא דשמיא דיין פריינט @געפיליש
אויב איז נישט וויאזוי איך וויל, וויל איך אזוי ווי ס'איז.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געפיליש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:49 am
קינדער וועלן זיך עפענען
אולי, אפשר, יתכן, אבער גרעסערע שאנסן אז נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע:סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

בנציון האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:42 am
היינט ביים זאגן די הפטורה נאכ'ן שמו"ת, ביים זאגן דעם פסוק ויאמר המלך גזרו את הילד החי לשנים ותנו את החצי לאחת ואת החצי לאחת, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול.
איינער ווייסט אפשר פארוואס...?
עוי"ל, האסט דיך דערמאנט פון די תגובה
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני ל בין עצמי מה אני
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

בפשטות וקרוב לוודאי אז ס'וועט נאך קומען א צייט וואס עפעס אן אויפוואכנוג וועט געשען אין דעם ענין, צו א פריוואטע ארגאנזאציע, צו מצד הקהילות, דעמאלטס וועלן די אלע וואס האבן א רייע סיבות אז מ'קען גארנישט טוהן בלייבן מיט די צינג אינדרויסן. ס'קלאר אז מ'קען יא טוהן. פונקטליך וואס און וויאזוי קען מען דעבאטירן, ולמען האמת איז עס א טרייע"ל און עררא"ר פראצעדור ביז מ'כאפט וואס ארבעט און וואס נישט, ווי ביי יעדע נייע זאך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עכ"פ, איר לעבט אין אילוזיעס.

זייט געזונט און שטארק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

איך ליין יעצט דעם בוך געטרייע פאסטוכער (בורשטין) עס איז הארץ רייסענד וואס האט זיך דא געטוהן אויף דעם זייט וועלט אין אמעריקא בשעת מ'האט געליטן נויט הונגער און קרענק אין די געטאס אין יוראפ, און שפעטער ווען מ'האט געפירט וואגאנען דארט אין אוישוויץ נעבעך. געווען געציילטע אנשי המעש וואס האב פראבירט אויפצוועקן דאס רחמנות ביים פאלק דאהי. זיי זענען מעתיק געדרוקטע ארטיקלען אין צייטונגען שווארץ אויף ווייס וואס דער בורשטינער רבי זצ"ל האט געשריבן בימים ההם צום עולם וואס זאגט אז מ'קען גארנישט טוהן, און שרייט געוואלד בזה הלשון מ'קען יא טוהן, מ'דארף נאר וועלן.
אוועטאר
ביתי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 9:44 am
פארבינד זיך:

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביתי »

לכבוד ניטל בין איך היינט אנגעקומען צו דעם אשכול,
[ס' איז שוין העכסט צייט אז ס' זאל אנקומען אין פרינט דורך גליונות איין ביהמ"ד וכדומה פאר אידען וואס דרייען זיך נישט דא און ליינען נישט קיין צייטונגען].
איך קען נישט ארויסבערנגען מיינע געפיהלן, ווייל מיין נפש איז פשוט אויפגעשוידערט.
וויפיל איך האב געהערט און געליינט, אז ס' זענען דא אידען וואס גייען אריבער אין שטוב מרור מיט חרוסת, איז עס געוועזן א בחינה פון רחוק מן הלב אז אעלכע זאכן געשעהן אין ריעל לייף. מענטשען מאכן אפשר מיט, אבער יעדער איינער האט דאך זיינע שוועריקייטן.
אבער יעצט איז עס א בחינה פון אינו דומה שמיעה לראייה, צו זעהן אזעלכע געבראטענע צרות וואס אידישער קינדער, בחורים און מיידלעך גייען אריבער איז פשוט נישט אזאך וואס מען קען זיין גלייכגיטיג צו דעם. עיני עיני יורדה מים.
אז ס' זענען דא אזויפיל קינדער וואס דער לעבן איז א גיהנם, ס' רייסט דאס הארץ, דער קינדער וואס זענען דאס סובל זענען ממש גיבורי כח, חזקו ואימצו.
עכ"פ דעם תגובה שרייב איך נישט צו ארויסברענגען מיינע געפיהלען.
נאר היות ס' איז דא דא אזא גערעדעכץ פון דער נפק"מ פון א יתום, צו א בן גרושים, און בכלל איז עס כדאי צו וויסען.

איינער פון דער מערסט באקאנטע פיגורן אין כלל ישראל וואס האט דאס מיטגעמאכט, און וויאזוי דריקט ער זיך אויס דערויף.
דוד המלך איז נישט געווען א בן גרושים, נאר דער גרוש אליין.
ווען דער קליינע בעיבי דוד איז געבוירען האט מען זיך באצויגען צון אים ווי א ממזר. נישט כמו ממזר נאר ווי אן אמת'ער ממזר.
און דוד המלך זאגט איף דעם מוּזָר הָיִיתִי לְאֶחָי - מיינע ברודער האבן מיר באטראכט ווי א ממזר. וְנָכְרִי לִבְנֵי אִמִּי און אפילו דער קינדער פון מיין מאמע (אמאל האט מען געקענט האבן מערערע ווייבער) האבן מיר אנגעקוקט ווי א פרעמדען. The odd one out
דער גרויסער טאטע ישי, האט אים משלח געוועזן צו דער בערג פאשענען מיט דער שעפסעלעך, און אז ער וועט אנטרעפען דארטן לייבן מיט בערן. נו, נישט געפערליך.

און ווי איז געווען דער אבי יתומים?
(איך גיי נישט אריינגיין אין דעם, צו דאס איז דער ריכטיגער אויסדריק, אבער וואס איז זיכער, אז דער אייבישטער זאגט אשכון את דכא, אז איך זעה א צובראכענע איד בין איך ביי אים)
גַּם אֶת הָאֲרִי גַּם הַדּוֹב הִכָּה עַבְדֶּךָ.

ווען שמואל הנביא האט געהייסען פאר ישי צוברענגען אלע זיינע קינדער, האט ישי בכלל נישט באטראכט דוד אלץ זיינס א קינד.
וַיֹּאמֶר שְׁמוּאֵל אֶל יִשַׁי הֲתַמּוּ הַנְּעָרִים וַיֹּאמֶר עוֹד שָׁאַר הַקָּטָן וְהִנֵּה רֹעֶה בַּצֹּאן. ביז ווען שמואל פרעגט פאר ישי, האסט טאקע נישט נאך קינדער? און ישי כאפט זיך, יא, ס' איז דא נאך א קינד אינדרויסען ביי דער שעפעלעך.
נאך אקליינער עפיזאד,
דער טאטע ישי האט געשיקט דוד ברענגען סענדוויטשען פאר דער ברודערס וואס זענען געוועזען ביי דער מלחמה. און דוד האט זיך דארטן אויסגעדריקט זעהר שארף קעגן גלית. וואס האט אים דער ברידער געזאגט?
וַיִּשְׁמַע אֱלִיאָב אָחִיו הַגָּדוֹל בְּדַבְּרוֹ אֶל הָאֲנָשִׁים וַיִּחַר אַף אֱלִיאָב בְּדָוִד וַיֹּאמֶר לָמָּה זֶּה יָרַדְתָּ וְעַל מִי נָטַשְׁתָּ מְעַט הַצֹּאן הָהֵנָּה בַּמִּדְבָּר אֲנִי יָדַעְתִּי אֶת זְדֹנְךָ וְאֵת רֹעַ לְבָבֶךָ כִּי לְמַעַן רְאוֹת הַמִּלְחָמָה יָרָדְתָּ.
דער גרויסער ברידער אליאב שמייסט אריין א פסוק אין דוד, היתכן דו האסט איבערגעלאזט דער שאף און ביזט געקומען וואטשען דער מלחמה...

און וואס איז געשעהן צום סוף:
אֶבֶן מָאֲסוּ הַבּוֹנִים הָיְתָה לְרֹאשׁ פִּנָּה. מֵאֵת ה' הָיְתָה זֹּאת הִיא נִפְלָאת בְּעֵינֵינוּ.

נאך איין זאך וועל איך צולייגען צו דער אלע קינדער און עלטערע וואס מאכן ליידער מיט אזעלכע צרות ל"ע;
נאך דער נס וואס חנניה מישאל ועזריה זענען ארויס פון קאלעך אויווען, האט נבוכדנאצר געכאפט א התעוררות און אנגעהויבען צו זאגן שירה, דריקען זיך אויס חז"ל, אז אויב וואלט נבוכדנאצר ווייטער געזאגט שירה וואלט עס געוועזען שענער ווי דער שירות פון דוד המלך, איז געקומען א מלאך און געגעבן א פאטש פאר נבוכדנאצר, און ער איז שטיל געווארען.
האט דער הייליגער קאצקער געפרעגט וואס איז פשט, אז נבוכדנאצר זאגט שירה שענער ווי דוד קומט אים פעטש?
נאר דער תירוץ איז אז דוד האט אזויפיל מיטגעמאכט אין לעבן, אן מיט דעם אלעם האט ער געזאגט שירה. איז ממילא דער מלאך געקומען זעהן וויאזוי נבוכדנאצר וועט זיך פירען נאך א פאטש, צו דעמאלטס וועט ער אויך זאגן שירה, אדער נישט. איז נבוכדנאצר שטיל געווארען, אויב אזוי איז דאך שוין נבוכדנאצר'ס שירה נישט אינטרעסאנט, און ס' איז בכלל נישט אין פארגלייך צו דער שירות פון דוד, וואס זענען געזאגט געווארן ווען דוד האט אזויפיל מיטגעמאכט.
אונז קענען זיך נישט אריינלייגען אין דיינע שוך, נאר דאס איז א וועיק אפ קאל צו עפענען דער אויגען און אויערען, און די טייסטערס.
איז אייער פלייט געווארען אפגעשטיפט? געקענסעלט? איר קענט באקומען ביז $1,000. [email protected]
📃ליסטעס פון דירות: שבתים / וואקאציע/ יו"ט / אש"ל https://beisee.co.uk/
האט איר א דירה? לייגט עס ארויף. ברייטע בחינם'דיגע פעקעדז. [email protected]
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

חכמים הזהרו בדבריכם, ח"ו מגשם צו זיין די תורה צו היינטיגע מצבים
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
ביתי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 9:44 am
פארבינד זיך:

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביתי »

עדה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:43 am
חכמים הזהרו בדבריכם, ח"ו מגשם צו זיין די תורה צו היינטיגע מצבים
נבואה שהוצרכה לדורות ניתנה ליכתב, נבואה שלא הוצרכה לדורות לא ניתנה ליכתב.
איז אייער פלייט געווארען אפגעשטיפט? געקענסעלט? איר קענט באקומען ביז $1,000. [email protected]
📃ליסטעס פון דירות: שבתים / וואקאציע/ יו"ט / אש"ל https://beisee.co.uk/
האט איר א דירה? לייגט עס ארויף. ברייטע בחינם'דיגע פעקעדז. [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”