נאמבער 7 אין אידישקייט

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

שלומים אלומים מגבוהים מרומים לחכמים מחוכמים, תמימים ומתמם עם תמימים, חככם ממתקים וכתיבותיכם נעימים, הני חברותא קדשתא אידישע וועלט פארומס הי"ו והקב"ה יאריך ימיכם ושנותיכם בטובים וביפים.

חיל ורעדה יאחזון ווען איך נעם דאס פעדער'ל אין מיינע הענט לבוא אל הקודש פנימה צו שרייבן דאס ערשטע תגובה מיינעם.

וואס וואלט געקענט זיין בעסער פון שרייבן עפעס וואס האט א שייכות מיט א נומער?
אחד מי יודע? דאס ווייסט דאך יעדער חדר יונגל.
"כל השביעין חביבין לעולם" זאגן דאך חכמינו ז"ל. וועל איך טאקע אנהייבן מיטן דעם נומער 7.

דעם נומער 7 איז אן הייליגע נומער בכל התורה כולה און לכבודכם האב איך צוזאמגעשטעלט א טיילווייזע ליסטע פון פארשידענע פלעצער ווי מיר זען טאקע דעם גרויסקייט דערפון.

ימים טובים:
א. שמחת תורה איז דא 7 הקפות (אזוי אויך ביי אלע פלעצער וואס מען מאכט הקפות)
ב. יום הכיפור שפריצט דער כהן 7 מאל למעלה
ג. 7'טע טאג פונעם וואך איז שבת קודש
ד. די ארבעת המינים האט 7 פרטים אין זיך. איין לולב, איין אתרוג, דריי הדסים און 2 ערבות
ה. 7 וואכן ציילט מען ספירה
ו. סוכות איז מהתורה 7 טעג
ז. פסח איז מהתורה 7 טעג

א. צווישן ראש השנה און יו"כ איז דא 7 טעג
ב. עס איז דא 7 מענטשן וועלכע זענען עולה לתורה שבת
ג. עס איז דא 7 וואכן פון פרייליכע הפטורת
ד. מוצאי יו"כ זאגט מען 7 מאהל ה' הוא האלוקים
ה. קערה מיט סימנים קומט אויס צו 7
ו. די ד’ כוסות ביים סדר נאכט און דריי מצות איז אויך 7
ז. 7 ספעציעלע מצות אין פורים (מגילה, משלוח מנות, מתנת לאביונים, קריאת התורה, סעודת פורים, על הניסים, איסור הספד)

א. נאך 7 שמיטות איז דא יובל
ב. 7’טע חודש פון יאר (תשרי) האט די מערסטע ימים טובים
ג. א סוכה דארף צוזיין כאטשיק 7 טפחים ביי 7 טפחים
ד. ראש השנה ביי מוסף בלאזט מען 7 מאל שופר (3 ביי שטילע, 3 ביי הויעכע און איינס ביי קדיש)
ה. פסח ביים סדר נאכט, ביים פיוט לך אף לך, זאגט מען ביי יעדע פזמון 7 מאל "לך"
ו. תפילת שבת ויום טוב האט 7 ברכות
ז. שבת איז דא 7 עליות.


אבות ואמהות.
א. כלל ישראל האט 7 עלטערן (שלושה אבות וארבע אמהות)
ב. יעקב אבינו האט זיך געביקט 7 מאל פאר עשו (און בעצם געביקט איז געווענטליך 7 מאל)
ג. לאה האט געהאט 7 קינדער
ד. 7 נביאות זענען געווען אין כלל ישראל
ה. יעקב אבינו האט געארבעט פאר לאה (רחל) 7 יאר
ו. יעקב אבינו האט געארבעט פאר רחל 7 יאר
ז. יעקב אבינו האט נאכדעם געארבעט נאך 7 פאר לבן

א. יהושע בן נון האט מקיף געווען דעם חומה 7 מאל
ב. 7 כהנים האבן געבלאזן שופר
ג. 7 מאל האט מען געבלאזן שופר
ג. דער 7טע טאג איז דער חומה איינגעזינקען
ד. משה רבינו איז געבוירן און נפטר געווארן 7 טאג אין אדר
ה. כלל ישראל האט 7 רועים
ו. יתרו האט געהאט 7 טעכטער
ז. יתרו האט געהאט 7 נעמען

א. כמעט יעדע פון די מכות אין מצרים האט גענומען 7 טעג לאנג
ב. פרעה ערשטע חלום האט געהאט 7 קיען
ג. פרעה צווייטע חלום האט געהאט 7 זאנגען
ד. פון די טהור’ע חיות האט נח גענומען 7 אינעם תיבה.
ה. אברהם אבינו האט געגעבן 7 כבשים פאר אבימלך אלס מתנה
ו. 7 חדשים איז די ארון געווען ביי די פלישתים
ז. אלישע האט געהייסן נעמן זיך טובל’ן 7 מאל


מצוות ומעשים:
א. 7 מצות דרבנן
ב. 7 מצוות בני נח
ג. א כהן מעג זיך מטמא זיין נאר צו 7 קרובים
ד. אן עבד ווערט באפרייט נאך 7 יאר ארבעטן
ה. אינעם ערשטן פסוק אין תורה איז דא 7 ווערטער
ו. שבעת המינים שנתברכו בהם ארץ ישראל
ז. תפילין של יד דרייט מען 7 מאל ארום די האנט

א. א מצורע ווערט איינגעשפארט 7 טעג
ב. א טומאה דארף ווארטן 7 טעג
ג. מ’שפריצט אן א טמא’נער 7 מאל
ד. תפילין האט 7 שרעכלעך ביים ש’ (דריי אויפן רעכטע ש און 4 אויף די לינקע)
ה. א חתן און כלה האבן 7 טעג שמחה
ו. פאר א חתן וכלה מאכט מען 7 ברכות
ז. אויף א נפטר רח"ל זיצט מען 7 טעג אבילות


בית המקדש:
א. מנורה אין בית המקדש האט געהאט 7 רערן
ב. מילוי פון א כהן איז 7 טעג
ג. מיטן שתי לחם איז געקומען 7 כבשים
ד. ר"ח האט מען מקריב געווען 7 כבשים
ה. 7 יאר האט מען געבויעט דעם ביהמ"ק
ו. 7 שרשראות געווען אויף יעדע עמוד
ז. 7 שערים האט דער בית המקדש געהאט (לויט די חכמים)

כל העולם:
א. א בוים האט 7 זאכן (שורש, קליפות, מוח, ענפים, עלים, פרחים, פירות - זוה"ק בלק רב)
ב. עס איז דא 7 שטאק אין גן עדן
ג. עס איז דא 7 שטאק אין גיהנום
ד. 7 פעלקער האבן קודם געוואוינט אין ארץ ישראל
ה. עס איז דא 7 מידות הקדושים
ו. עס איז דא 7 הימלן
ז. שבעה כוכבי לכת

דאס איז אלעס נאך איידער איך ריר בכלל אן דעם נאמבער 70.

על כל פנים, יהא בואי לברכה ולהרמת קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו וכו'
לעצט פארראכטן דורך בגבעון דום אום מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
מאזאל
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 6:43 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאזאל »

בגבעון דום האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:03 am

ד. די ארבעת המינים האט 7 פרטים אין זיך. איין לולב, איין אתרוג, דריי הדסים און 4 ערבות
???????
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

מאזאל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:14 am
בגבעון דום האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:03 am

ד. די ארבעת המינים האט 7 פרטים אין זיך. איין לולב, איין אתרוג, דריי הדסים און 4 ערבות
???????
טעות הדפוס, שוין פאראכטן.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

שבעה דברים בגולם, ושבעה בחכם.
שבעה דברים נבראו קודם שנברא העולם.
שֶׁבַע בַּיּוֹם הִלַּלְתִּיךָ עַל מִשְׁפְּטֵי צִדְקֶךָ
אביגדור פינק
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 9:09 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגדור פינק »

כ'וואלט דיך געגעבן א לייק, אבער אויף דערווייל האסטו 7 לייקס און כ'וויל עס נישט אפהארגענען...
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

ווי מ׳ווייס מיר עפ״י חסידות דרייט זיך אלעס ארום די מדות
כקלער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 2:30 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כקלער »

אוודאי
דאס איז די שורש זיבן מידות

אז די וועסט גיט קוקן וועסטו זעהן אז אלע זיבן האבן עפעס צ'י טוהן מיט די ז' מידות
אלע ערשטע וועלן האבן מיט חסד
אלע צווייטע גבורה
וכו'
די זעלבע איז מיט די זיבן טעג און די וואך
און שבת איז מלכות
ישמחו במלכותך שומרי שבת
ביים ציילן ספירה רעד מען פון די ספירות
הקפות ווייטער ספירות
הושענא ווייטער

מ' קען אויף דעם שרייבן בלעטער אויף בלעטער
ימים פון תורה
לעצט פארראכטן דורך כקלער אום מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כקלער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2023 2:30 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כקלער »

דאכט זיך מיר אז סדrא זיבן נאטן ביי נגינה
שבעת המינים
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: נאמבער 7 אין אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

פון ספר החינוך מצוה של (מצות ספירת שבע שבתות שנים)
ספר החינוך פרשת בהר מצוה של
ועוד שמעתי מפי החכמים שיש בענין היובל סוד נפלא, וכי בו נרמז כל ימי עולם ושניו. גם בענין השביעיות, שנצטוינו למנות השנים שבע שבע ולא שמנה שמנה או תשעה תשעה או פחות מהן, גם בזה אמרו שיש ענין של חכמה גדולה וטובה, ידעוהו הם ולא ירצו למוסרו לכל אדם . ואף כי לא נגלה לנו סודם, השגחנו בדבר זה, כי האמנם היקף השביעיות סדור בהרבה ממצוותינו, הננו מחזיקין במלאכה ששת ימים ובשביעי נשבות, נעבוד האדמה שש שנים ובשביעי נשבות, ואחר שבע שביעיות של שנים גם כן נשבות שנה אחת, וזהו היובל שבאנו עליו. והנה חג הפסח שהוא שבעה ימים, וחג הסוכות כמו כן שבעה, ואחר השבעה נחוג העצרת. וכמו כן נמנה שבע שבתות מפסח עד עצרת, ואחר מנין השבעה נחוג חג העצרת. וכמו כן נמצא כריתת ברית שהוא דבר הנעשה לקיום ענין, על חשבון שבעה, כמו שכתוב [בראשית כ"א, ל'] כי את שבע כבשות תקח מידי. וכן בלעם שהיה חכם, עשה שבעה מזבחות. וכמו כן לשון שבועה, שהוא מתורגם קיום, אמרו מן החכמים שהוא נגזר מלשון שבעה. וכן רבים, לא העליתים עתה בפי עטי. ואתה הבן היקיר תזכה ותחקור ותרבה הדעת ותבין בדברים , ואנכי כבר השלמתי מלאכתי זאת להעיר רוחך בשאלה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”