פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5140
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - פינעף פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

ביסט א רשע (אזוי הערט זיך עס דראמאטיש…) !! שנעל גיי ווייטער!!!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - פינעף פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וווווואאאאאאאאאאאאףףףףףףףףף

שפראאאאכלאאאז

ביסט עמעזינג, גיי אן לאז דיך נישט פון דיינע פילינגס
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - פינעף פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:47 pm
ביסט א רשע
כ'בין דיר מוחל...
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
איך בין גיט
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 3:42 pm

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - פינעף פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין גיט »

איך אטעם נאכנישט.....
יעפ די האסט טאלאנט!!
יעצט א בקשה, לאז אינץ נישט לאנג אויפן וואסער
🎶 אויב נישט קיין אמונה צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע ארבעטסטו אויפ'ן וועלט. 🎶
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זעקס פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

בס"ד
פרק ו'
טאשקאנט, אוזבעקיסטאן. יאר תשע"ד. אין א ארטיגע מוסלעמענע מאסק.

"שעיך סאלים, דאס איז נישט קיין תכלית. מען קען נישט מער אזוי ווייטער אנגיין. די רעגירונג לייגט צופיל דרוק". האט זיך ראיד אפגערעדט נאך וואס די עולם איז זיך צוגאנגען פון די פרעפלען. "מ'דארף נעמען ערנסטע שריט אנקעגן די נייע שווערע געזעצן וואס מאכן צושפאט אונזער שמייליגע רעליגיע".

די אוזבעקישע עקסטרעמע מוסלעמענע באפעלקערונג איז געווען פון די גרעסטע ביינער אין האלז פאר די רעגירונג. אוזבעקיסטאן איז ביז יאר תשנ"א געווען אונטערגעווארפן אינטערן קאמוניסטישן סעוויעטן פארבאנד וואס האט געוועלטיגט אויף ריזיגע שטחים פון יענעם ראיאן. נאך זייענדיג אינטער'ן אייזערנעם פויסט פון די רוסישע בער איז אוזבעקיסטאן געפירט געווארן דורך א קאמוניסטישן פיגור מיט'ן נאמען איסלאם קארימאוו, וואס איז געשטעלט געווארן דורך די סאוויעטן פארבאנד צו שטיין אין שפיץ פונעם לאנד.

כאטשיג וואס אין תשנ"א איז דער לאנד באפרייט געווארן נאכדעם וואס די אייזערנע וואנט איז געפאלן, און די סאוויעטן פארבאנד איז אפציעל אויפגעלעזט געווארן, און אוזבעקיסטאן האט זיך ערקלערט אלס אייגן לאנד, דאך האט דער איסלאם קארימאוו מיט קרימינאלע שטיקעס באוויזן צו פעלשן די וואלן און איז אויפגענומען געווארן אלס דער ערשטער פרעזידענט פונעם ניי געגרינדעטע אוזבעקיסטאנע רעפובליק.

אזוי האט קארימאוו ווייטער געטוהן פארשידענע שווינדלערייען און פארברעכענס צו זיכער מאכן אז די פאסטן בלייבט ביי אים ביז זיין טויט. ער איז באקאנט געווען מיט זיינע קאמוניסטישע אקטן, ווי שטיל מאכן פאליטישע קעגנער אפילו מיט טויט שטראף. ער האט זיך אריינגעמישט אומלעגאל און אלע פרעזידענטואלע וואלן צו האלטן זיין בענקל פעסט און פארזיכערט.

איינע פון די שטארקע פרינציפן וואס דער קאמוניסטישע קארימאוו האט אהיימגענומען פון די מאמע רוסלאנד איז געווען דער בלינדע קעגנערשאפט צו רעליגיע. און נאכדעם וואס א ריזיגע פראצענט פון די באפעלקערונג זענען מוסלעמענער, און צווישן זיי זענען אויך געווען פילע עקסטרעמע רעליגיעזע, האט זיך געשאפן אן אנטי-רעגירונג באוועגונג וואס האט אנגעזייט שאדן פאר די אוזבעקישע רעגירונג.

צווישן די אלע מוסלעמענע גרופעס איז אויך געעפנט געווארן א געהיימע גרופע מיט'ן נאמען די עם. בי. יו. אדער די 'מוסלעמענע ברודער אין אוזבעקיסטאן' וואס האט אין שטילסטן געהיים געפירט מלחמה אקעגן די אוזבעקישע אויטאריטעט, און איבעראל ווי ס'איז געווען אין קאנטראסט מיט די איסלאמישע רעליגיע האבן זיי פראבירט צו לייגן א פוס. און דער עם. בי. יו. גרופע איז אנגעפירט געווארן דורך א טעראריסט מיט'ן נאמען שעיך סאלים אבו חאליפא, וואס האט געהאט א מאסק אין טאשקאנט, די הויפט שטאט פון אוזבעקיסטאן, און פון זיין ווינקל אין דער מאסק מיט'ן אומשולדיגן אויסזעהן האט ער געפירט מלחמה אנטקעגן די אנטי רעליגיעזע רעגירונג, ווען קיינער האט נישט קיין וויסטן אהנונג ווי צו טייטלען א פינגער.

א שמייכל איז ארויף אויף דער שעיך'ס געזיכט. "ריאד, האסט דיך נישט וואס צו זארגן..." האט ער ווארים געזאגט ווען ער גלעט זיין סטודענט'ס קאפ מיט ליבשאפט.

"שוין איבער צוואנציג יאר וואס מיר ליידן שוין פון די שווערע געזעצן וואס לאכן אפ פון די איסלאמישע רעליגיע. אונז האבן שוין מצליח געווען צו געבן א פראסק פאר'ן פארשאלטענע רעגירונג מער ווי איין מאל אין איר קורצע היסטאריע. אבער דאס וואס מיר גרייטן זיך צו אין די לעצטע פאר וואכן אין פילסטן געהיים, האט די וועלט נאך קיינמאל נישט געזעהן. די גאנצע וועלט וועט שטיין געלעמט און פארפרוירן ווען עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט און מיר וועלן ווייזן איינמאל פאר אלעמאל פאר די אלע אטיאיסטן ווער עס איז באלעבאס דא..."

"שעיך, פון וואס רעדט מען? אויב מעג איך פרעגן".

"זארג נישט, מיין קינד. אלעס וועט זיין אין ארדענונג." האט דער שעיך געזאגט קישנדיג ראיד'ס שטערן. "איך קען דיר נאר זאגן אז די רעגירונג וועט פאלן צו אירע קניען מיט גרויסע פארשעמונג און נידערלאגע.

"א דאנק אייך, שעיך. א-ללה יסעדך".

דער שעיך און ראיד האבן זיך געשיידט און אהיים צו זייערע שטיבער.

אינעם קעלער אין ברוקלין. איין יאר פריער.

סעמואל האקינס האט זיך געהערט אינגאנצן צובראכן, דורך די אפגעהיטענע טעלעפאון ליניע וואס האט נישט געקענט געהערט ווערן דורך די אף. בי. איי. "דו פארשטייסט נישט אז איך האב נישט ווי צו גיין"? האט ער זיך אפגערעדט צו זיין זוהן, באב. "אז איך שפאציר אריין אין א שפיטאל, וועט מען מיר איינשפארן אין טורמע אויפ'ן מינוט, און איך וועל מער קיינמאל נישט קענען זעהן די לעכטיגקייט פון די זון... ווידעראום, אז איך ברענג אריבער א גאנצע פארגעשריטענע טיעם ביי מיר אינדערהיים וועט עס ווייטער ציען אומגעוואונטשענע אויגן ביי די אלטמאדישע שטאט ווי איך בין. פאר א סיבה וואוין איך דא אין א צוריקגעשטאנענע דערפל שוין פאר איבער צעהן יאר, אן שאפן קאנטאקט מיט קיינעם פון אינדרויסן. נאר דאס פעלט מיר אויס אז איך זאל ארויסגעבן פאר די עף. בי. איי. מיין באהעלטעניש".

"ס'איז ממש אזוי שלעכט אז דו קענסט נישט ווייטער אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן"?

"ס'ממש אזוי שלעכט"??? האט סעמואל רעטאריש געפרעגט מיט כעס און ווייטאג צוזאמען. "דו ווייסט אז די טרייבל פאלט מיר ארויס פון די הענט פון גרויס טרייסלונג? און דו ווייסט אז איך הייב שוין אן צו פארגעסן די אויסשטעל פון די היגע געסעלעך דא, אז איך ווער שוין פארבלאנדשעט פון מאל צו מאל?... דאס איז עפעס וואס קען פארגעסן ווערן אדער דארף מען עפעס טוהן דערוועגן"?

"איז וואס האלסטו זאל איך טוהן"? האט באב געפרעגט אביסל פארשעמט, הערנדיג פון זיין טאטע פונקליך ווי ווייטאגליך און ערענסט ער האט באקומען דעם פארקינסאן קרענק. "איך פארשטיי זיכער נישט אין קיין מעדעצין..."

"איך וויל אז דו זאלסט רעדן צו דאקטער גרעהעם. צייג אים און מאך אים קלאר אז ער האט דיין פילע פינאנציעלע שטיצע, און ער וועט שוין זיכער טרעפן עפעס א געדאנק".
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

בס"ד
פרק ז'
אן אויסגערישטע צימער מיט אלע צגעהערן צו קענען דוכפירן אלע ערליי מעדיצינשע אויספארשונגען, איז געשטאנען צו דער האנט פאר דאקטער פיליפ גרעהעם. ער איז געווען א ספעציאליסט איינס אין דער וועלט צו פאברעצירן פארשידנארטיגע מעדיצינען און אנדערע היילונגס מיטלען פאר אסאך געזונהייט פראבלעמען. א שטאב פון מייז און אנדערע באשעפענישן אינעם לאבעטאריע זענען אים פיל צוניץ געקומען דורכצופירן זיינע פילע אקטיוויטעטן.

אבער אנדערש ווי אנדערע דאקטוירים און מעדיצינישע פארשער וואס טוען דורך זייערע פארש ארבעט האנט בייי האנט אין אוניווערסיטעטן און לאבעטאריעס און טיילן מיט זייערע סוקסעספולע רעזולטאטן פאר אנדערע דאקטוירים און פאר די וועלט, האט דאקטער גרעהעם אלעס געטוהן מיט די אייגענע הענט, ביי זיך אין א פריוואטע לאבעטאריע, אן מיטטיילן קיין שום רעזולטאטן פאר די וועלט. אלעס איז געווען אויפגעשריבן אין א האנט-געשריבענע נאטיץ ביכל, און אלע מעדיצינישע סעמפלס זענען אפגעהיטן געווארן ביי אים אין לעב אין א פילע געהיימעניס.

ווייזט אויס אז זיינע כוונות זענען נישט אייניג מיט די אנדערע.

זיינע אויגן זענען געווען ווי צוגענאגלט צום מייקראסקאפ אבזערווירנדיג א געוויסע פראבע וואס ער האלט אינמיטן שטאדירן, ווען די טעלעפאון איז זיך צוקלינגען. און וויבאלד אז זיין נומער איז נישט געווען צום געפינען אין די לאקאלע טעלעפאון ביך, האט ער אנגענומען אז ס'איז א וויכטיגע רוף.

"העלאו".

"דאס איז פיליפ"?

"וועם אדער וואס זיכט איר"? האט ער פארזיכטיג רעטאריש צוריק-געפרעגט.

"מיין טאטע, סאמועל האקינס, האט מיר געשיקט צו רעדן מיט דיר".

"וועעערר??? סאמועל האקינס האסטו געזאגט? שוין לאנגע גענעראציעס נישט פארברענגט מיט אים..." האט פיליפ, היפש אויפגעלעבט, זיך פרייליך אנגערופן. "וואס גייט פאר מיט אים? ווי דרייט ער זיך"?

פיליפ האט זיך אפגעשטעלט א סעקונדע. "נע... כ'האב גארנישט געפרעגט... כ'רעספעקט מיינע קליענטנ'ס פריוואטקייט". א קליין געלעכטער. "אזוי צו אזוי, ווי קען מען זיך טרעפן און שמועסן, אההה... די זוהן פון סאמועל האקינס"?

"באב, הייס איך".

"באב האקינס, א שיינעם נאמען. ווי מאכט מען א מיטינג"?

"קום צום שפילצייג געשעפט ביים ווינקל פון פארק און פרעזידענט סטריט, פון דארטן וועל איך דיר צופירן צו א געהיימע באקוועמע פלאץ וואס וועט זיין פאסיג פאר אונזער שמועס. גוט"?

"פארק און פרעזידענט. פיין. נישט געזארגט. כ'וועל מיך עס איינ'חזר'רן אסאך מאל ביז כ'וועל עס געדענקן... איך קום שוין. אריבער. ביז א האלבע שעה בין איך ביי דיר. פארק און ווייס פרעזידענט, יא"?

"פארק און פרעזידענט", האט באב קאלט געזאגט, איגנארירנדיג זיין ווערטל.

באב און דער דאקטער האבן זיך געטראפן ביים געשעפט און פון דארט זענען זיי אריבער צום קעלער.

"א שיין אפיס האסטו זיך איינגעהאנדלט, באב". האט דער דאקטער זיך אנגערופן ביים אריינטרעטן אינעם הערליכן קעלער. "פון דא האט דיין טאטע אויך אנגעפירט מיט זיינע אקטיוועטעטן"?

דער דאקטער האט זיך נאכאמאל צולאכט. "אוי... שוין ווייטער פרעג איך פריוואטע פראגעס פון מיינע קליענטן... דיין טאטע איז מיר געווען א גוטן פריינט, ווי צוויי פיש אין וואסער... שיק אים א גריס אין א געלעגנהייט, ביטע". האט ער צוגעלייגט.

באב, מער א ערענסטע כאראקטער האט נישט געהאט צופיל געדולד צו די אלע ארומיגע אומוויכטיגע שמועסן פון פיליפ, ער האט זיך אפילו געוואונדערט וויאזוי זיין טאטע מיט'ן שטיינערנעם כאראקטער האט זיך געקענט ספראווענען מיט אזא פערזאן ווי פיליפ גרעהעם, וואס הערט נישט אויף צו מאכן אומבא'טעמ'טע ווערטלעך און פרעגט און ענטפערט אומגעבעטענערהייט, איז באב גלייך געגאנגען צום פינטל.

זיי האבן זיך אראפגעזעצט אויף די באקוועמע פאטעלן, באב האט אים פארגעשלאגן עטליכע געטראנקען וואס זענען געלעגן אין פריזשידער, און פיליפ האט זיך אויסגעוועלט קאלטע מילגרוים זאפט.

"זייער געזונט פאר די בלוט, דאס". האט ער ערקלערט.

"איז אזוי. מיין טאטע ווייזט לעצטנס ארויס געוויסע סימפטאמען פון פארקינסאן. ער שלאגט פאר אז דו זאלסט אים געבן עפעס מעדיצינישע הילף אויף דעם קרענק, ווייל ער קען זיך נישט שטעלן פארענט פון א דאקטער אן ווערן פארכאפט דורך די עף. בי. איי. און קיינער וועט מיר נישט געבן קיין שום מעדיצין אן א צעטל פון א דאקטער. פארשטייסט"?

"איך הער וואס דו זאגסט" האט דאקטער גרעהעם געזאגט מיט א נערווירנדע טאן.

"אה, און פארשטייט זיך אז אויב ברויכסטו דיר עפעס ארבעט, וועט מען דיר שיין באצאלן, פארשטייט זיך". האט באב צוגעלייגט.

"פארקינסאן, זאגסטו? אוי נעבעך... ווי אלט דארף ער יעצט צו זיין? זיבעציג?"

"האסט עפעס אים צו העלפן? קיין מעדיצין איז דאך נישטא פאר דעם". האט זיך באב ארויסגעדרייט פון ענטפערן.

גרעהעם האט טיף אריינגעאטעמט, היפש באליידיגט פון באב'ס ארויסדרייענישן. אבער האט אים פארשטאנען.

נאכ'ן אויסהערן מער דעטאלן איבער זיין טאטע'ס קרענק האט דער דאקטער באקומען א שטיקל בליק.

"איז קענען קען איך דיר געבן א היימיש געמאכטע מעדיצין וואס איז געבויט אויף די לעווואדאפע מעדיקעישן. דאס איז די מערסט געניצטע מעדיצין אין דיין טאטע'ס סיטואציע, און וועט מאכן, האפנטליך, שטארקע טוישנגען צו פארבעסערן זיין געזונט צושטאנד". האט ער געזאגט מיט א דאקטערישע טאן בשעת'ן בלעטערן אין זיין נאטיץ ביכל וואס ער האט מיטגעברענגט. "אבער דאך קען עס ברענגען פון מאל צו מאל שווערע זייטיגע עפעקטן, ווי צום ביישפיל, דעפרעסיע און און פארלירן דעם אפעטיט. אבער ס'ווערד דאס געלט."

פיליפ האט באשטימט א דאטום ווען זיי וועלן זיך נאכאמאל טרעפן, ווען ער וועט האבן די מעדיצין גרייט, זיי האבן זיך געזעגנט און פיליפ האט אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אנגעהויבן ארויפגיין די טרעפ ארויס פון קעלער. אבער אינמיט'ן, שטייענדיג אויף די לעצטע טרעפל איידער'ן ארויסשפאצירן, האט ער זיך צוריק אויסגעדרייט צו באב.

"אין אמת'ן אריין בין איך, מיט אפאר יאר צוריק, אויפגעקומען מיט א פילשטענדיגע הילף מיטל צו היילן פארקינסאן ליידנדע..."
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

אגב, בינעך איצטער אין ארציסראל בצילא דמהימנותא (אסאך קיוסקס בלאקן דא אייוועלט, פאר נאו גאאד ריזען),
און בצירוף פון די ימים נוראים הבעל"ט האף איך אז אויב איז דא איינער וואס ווארט אויפ'ן המשך, זאל פארשטיין פארווואס ס'פארשלעפט זיך.
א דאנק פון פאראויס.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אונז געבן נישט אויף
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
געשמאקער יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 3:58 pm
לאקאציע:איבעראל

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער יונגערמאן »

פליז א PDF ביז דא
ס' איז דא צוויי מינע מענטשן אויף די וועלט ...
נארמאלע מענטשן & מענטשן וואס די קענסט...
אבער די שמייכל צי ביידע...
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

געשמאקער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:12 pm
פליז א PDF ביז דא
אדרבה! ווער ס'קען עס טוהן

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 10:24 am
געשמאקער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:12 pm
פליז א PDF ביז דא
אדרבה! ווער ס'קען עס טוהן
נו
ס' איז דא צוויי מינע מענטשן אויף די וועלט ...
נארמאלע מענטשן & מענטשן וואס די קענסט...
אבער די שמייכל צי ביידע...
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - אכט פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

בס"ד
פרק ח'
"וואאאאסס???" איז באב אויפגעשפרינגען ווי א שלאנג געביסענער פון זיין בענקל. "וואס הייסט אז דו ביסט אויפגעקומען מיט א היילונג פאר דעם? ווי איז עס?"

"ביי מיר אין לעבעטאריע." האט פיליפ געזאגט מיט א נערווירנדע רואיגקייט.

"וואס הייסט? איז פארוואס פארדרייסטו מיר די קאפ שוין א האלבע שעה וועגן עפעס א נארישע הילפס מיטל ווען ביי דיר אין דער האנט ליגט א פולשטענדיגע היילונג פארן קרענק???"

באב האט זיך שטארק געבייזערט אויף דעם דאקטער אבער מער האט ער זיך געוואונדערט איבער דעם שאקירנדע באמבע וואס ער האט יעצט געהערט. נעמליך, גרעהעם האלט ביי זיך אין צימער א אויפרייס אין די מעדיצינישע וועלט. א היילונג פאר פארקינסאן!

פיליפ איז צוריק אראפגעקומען די טרעפ זעענדיג אז זייער שמועס איז נאך ווייט פון געענדיגט. ער האט זיך צוריק אראפ געזעצט אויף זיין בענקל מיט א שמייכל און געוויזן מיט זיין האנט צו באב אז ער זאל זיך בארואיגן.

"איך פארשטיי אז דו ווילסט נישט ארויסגעבן דיינע געפינסן פארן פאבליק" האט באב פארגעזעצט נאכדעם וואס ער האט זיך אביסל בארואיגט. "איך ווייס אז דו זוכסט נישט איבריגע אויפמערקזאמקייט פון די אינדרויסענדיגע וועלט, און אז דיין פליכט איז נישט צו 'געזונטער מאכן' די וועלט..."האט ער צוגעלייגט שוין מיט א ווינק מיטן אויג. "אבער פארוואס שפילסטו שוין ארום מיט מיר א האלבע שעה, און דו באהאלסט פון מיר די ריכטיגע אנפארמאציע?"

דאקטער גרעהעם האט געגעבן א טיפע קרעכץ. "ס'נישט אזוי גלאטיג.."

- וואס הייסט?

- ס'מער א דורכפאל ווי א סוקסעס.

א קרעכץ.

- וואס? ווען? ווי? זיי דיך מסביר. וואס גייט דא פאר?

- דו ווילסט הערן פון אנפאנג?

- אז מיין טאעט'ס לעבן איז אנגעוואנדן אין דעם האב איך יעצט וועלט'ס צייט...

"איז אזוי, ווי דו ווייסט אליינס, איז דער מוח פונעם מענטש דער הויפטקווארטיר פון אלע אקטיוויטעטן וואס גייען פאר אין די גאנצע קערפער. אלעס פון גלאטע מחשבות ביז ענדגילטיגע באשלוסן הייבן זיך אן דארטן דורך א צאל פון אפטיילונגען אינעם מוח, און די פארשידנארטיגע באפעלן פארן ארום ווייטער דורך די נערוון סיסטעם."

באב האט געשאקלט מיטן קאפ, דערמאנענדיג פאר'ן דאקטער אז ביז דא האט ער שוין געוואוסט.

"אבער אינעם מוח זעלבסט ווערט אויך אינפארמאציע אריבערגעפירט פון איין אפטיילונג צום צווייטן, און די דאזיגע פליכט ווערט פארפילט דורך א געוויסע באשטאנדטייל אינעם מוח וואס הייסט דאפעמין. ער איז פאראנטווארטליך אז די אינפארמאציע פון איין אפטיילונג ווערט אינפארמירט צום צווייטן, אזוי אז אלע אפטיילונגען ארבעטן האנט ביי האנט. ווייל אויב נישט ווערט כאאס, און יעדער מאכט שבת פאר זיך.

"און טאקע דאס געשעהט ביי פארקינסאן ליידענדע. די צעלן וואס דארפן פראדעצירן דעם דאפעמין ווערט געשלאגן. עס ברענגט אז עס זאל זיך פארמינערן די צאל פונעם דאפעמין, וואס ברענגט ביים ענדע צו כאאס."

די אויגן פון באב האבן זיך פארגרעסערט הערנדיג מער דעטאלן איבער זיין טאטע'ס קרענק.

"איך", האט דער דאקטער פארגעזעצט, "האב ערפינדן א געוויסע מעדעצין וואס דארף צו ברענגען אז די צעלן זאלן צוריק אנהויבן פראדעצירן די דאפעמין, אזוי אז נאך א שטיק צייט זאל דער קערפער אנהויבן ארבעטן אויפ'ן געווענדליכן שטייגער".

פלוצלונג האט באב באקומען גרויס שעצונג צום דאקטער. א קלייניגקייט? עפעס וואס אלע דאקטוירים אויפ'ן וועלט מוטשענען זיך שוין לאנגע יארן, האט דער דאקטער גרעהעם ערפינדן אזוי אינטער'ו טיש.

"גייסט מיר זאגן אז קיינעם איז נאך נישט געלונגען צו ארויפקומען אויפ'ן ווארצל פונעם פראבלעם, און אויפקומען מיט א מעדיצין פאר דעם, און נאר דו קענסט?" באב האט דאך נישט געקענט גלייבן אזא זאך.

פיליפ האט זיך צולאכט פאררויטלט אינגאנצן.

"דא קומט מען אן צום פראבלעם". איז פיליפ געקומען צום ווארט. "זיכער האבן שוין אנדערע געוואוסט אז מען דארף אויפקומען מיט א מעדעצין וואס זאל ברענגען די צעלן צו פראדעצירן מער דאפעמין. די פראבלעם איז אבער געווען אלעמאל אז מען דארף ברענגען די צעלן צו פראדעצירן נאר וויפיל מען דארף האבן צו קאמיונעקירן אינעם מוח. ווייל אויב זאל זיין אן איבערפלוס פון דאפעמין אינעם מוח, קען עס ברענגען צו א געפערליכע קאטאסטראפע. עס קען צוברענגען אז פארקערט, די מוח זאל שפירן ווי ער ווערט באווארפן מיט צופיל אינפארמאציע, וואס וועט עווענטואל ברענגען דעם מוח צו צוזאמקראכן.

"און קיינער האט נישט דערווייל נישט סוקסעספול ערפינדן א וועג צו צושטעלן גענוי די דעפאמין וואס מ'דארף האבן, און דערפאר איז נאך נישטא קיין היילונג פאר דעם."

"א שאד.." באב איז געזעצן אינגאנצן אנטוישט, פארשטייענדיג ווי די איינציגע ריכטיגע הילפס מיטל פאר זיין טאטע איז אויך נישט אקטיוו.

"איבריג צו זאגן אז ס'שטייט צו דיין האנט וויפיל געלט דו ברויכסט צו קענען באשאפן דעם פילקאמען מעדעצין". האט באב צוגעלייגט.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

אפגעליינט אין איין אטעם, זייער פראפעסיאנאל און ציענד אראפ געלייגט, איך האף דו וועסט ענדיגן ביזן סוף.
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

מעכטיג!!!!!
איים רעדי פאר מאר
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

"מיין פריינד," האט זיך געהערט דאס מידע קול פון יענעם, "וויפיל מאל גיי איך דיר בעטן."

ער איז געזיצן אן ערשעפטער אויף אן אלטע קאנאפע אינדרויסן פון הויז, און אונטער דער ברענענדיגער זון האט ער מיט אימפעט אריינגעצויגן פונעם שוין כמעט פארניכטעטן לולקע.

דערנעבן איז געזיצן א מאן אין די מיטעלע יארן ביי א קליין טישל, אנגעהויפנט מיט צענדליגער פאפירן. אין זיין האנט האט ער געהאלטן א פעדער, און אינעם אנדערן א גלעזל טיי פון וואס ער האט שטייטליך געזיפט.

"יאסעלע," האט זיך נאכאמאל געהערט א גערויש פונעם דערנעבנדיגן בענקל, "ביטע לייג ארויף ווייטער פון דעם פארזעצונג."

יענער האט צוריקגעקוקט צו אים מיט א טיפן בליק אים באטראכטנדיג דורכדרינגליך, און א באהאלטענער שמייכל האט זיך דערקענט אויף זיינע לעפצן.

——
איינער ווייסט וואס דאס דארף צו מיינען?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

ווען גייסטו ענדיגן?
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:51 pm
"מיין פריינד," האט זיך געהערט דאס מידע קול פון יענעם, "וויפיל מאל גיי איך דיר בעטן."

ער איז געזיצן אן ערשעפטער אויף אן אלטע קאנאפע אינדרויסן פון הויז, און אונטער דער ברענענדיגער זון האט ער מיט אימפעט אריינגעצויגן פונעם שוין כמעט פארניכטעטן לולקע.

דערנעבן איז געזיצן א מאן אין די מיטעלע יארן ביי א קליין טישל, אנגעהויפנט מיט צענדליגער פאפירן. אין זיין האנט האט ער געהאלטן א פעדער, און אינעם אנדערן א גלעזל טיי פון וואס ער האט שטייטליך געזיפט.

"יאסעלע," האט זיך נאכאמאל געהערט א גערויש פונעם דערנעבנדיגן בענקל, "ביטע לייג ארויף ווייטער פון דעם פארזעצונג."

יענער האט צוריקגעקוקט צו אים מיט א טיפן בליק אים באטראכטנדיג דורכדרינגליך, און א באהאלטענער שמייכל האט זיך דערקענט אויף זיינע לעפצן.

——
איינער ווייסט וואס דאס דארף צו מיינען?

יאסעלע איז געזעצן פארגאפט, זיין מויל שטייף אפן פון איבערראשונג ווען זיינע גרויסע אויגן שפריצן פינקען פון איבערגענומענקייט.

"היסטאריש!" האט ער זיך ענדליך געוואנדן צו זיין חבר, נאכן זיך בארואיגן פון די הילכיגע טוץ היסערייען וואס איז געקומען אלס ענטפער צו די רינדיגע רויעך וואס האט זיך געוואנדן צו זיין ריכטונג א דאנק יענעמ'ס לילקע.

"פארוואס זעה איך נישט געשריבענע נאטיצן אויף דיין זייט פון טיש?"

פאררויטלט מיט א מאס ענווה האט היסטאריש געמאכט גרימאסן פון איינער וואס פארשטייט נישט וואס מען רעדט צו אים.

"וואס מיינסטו צו זאגן"?

יאסעלע, נאכאלס אינטערן איינדרוק פון היסטאריש'ס קורצע אבער קונצלעכע שורות האט זיך אבער נישט געלאזט.

"רבי לעבן! די פעדער איז דיינס! דו האסט עס ביי פאר!" האט יאסעלע אויסגערופן מיט עקסטאז.

"נעם דיך שרייבן, אבער אט די רגע!"

דאס מיינט עס...
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
איך בין גיט
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 3:42 pm

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין גיט »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:38 pm

😂😂
פארזעצונג קימט!
🎶 אויב נישט קיין אמונה צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע ארבעטסטו אויפ'ן וועלט. 🎶
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:38 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:51 pm
"מיין פריינד," האט זיך געהערט דאס מידע קול פון יענעם, "וויפיל מאל גיי איך דיר בעטן."

ער איז געזיצן אן ערשעפטער אויף אן אלטע קאנאפע אינדרויסן פון הויז, און אונטער דער ברענענדיגער זון האט ער מיט אימפעט אריינגעצויגן פונעם שוין כמעט פארניכטעטן לולקע.

דערנעבן איז געזיצן א מאן אין די מיטעלע יארן ביי א קליין טישל, אנגעהויפנט מיט צענדליגער פאפירן. אין זיין האנט האט ער געהאלטן א פעדער, און אינעם אנדערן א גלעזל טיי פון וואס ער האט שטייטליך געזיפט.

"יאסעלע," האט זיך נאכאמאל געהערט א גערויש פונעם דערנעבנדיגן בענקל, "ביטע לייג ארויף ווייטער פון דעם פארזעצונג."

יענער האט צוריקגעקוקט צו אים מיט א טיפן בליק אים באטראכטנדיג דורכדרינגליך, און א באהאלטענער שמייכל האט זיך דערקענט אויף זיינע לעפצן.

——
איינער ווייסט וואס דאס דארף צו מיינען?

יאסעלע איז געזעצן פארגאפט, זיין מויל שטייף אפן פון איבערראשונג ווען זיינע גרויסע אויגן שפריצן פינקען פון איבערגענומענקייט.

"היסטאריש!" האט ער זיך ענדליך געוואנדן צו זיין חבר, נאכן זיך בארואיגן פון די הילכיגע טוץ היסערייען וואס איז געקומען אלס ענטפער צו די רינדיגע רויעך וואס האט זיך געוואנדן צו זיין ריכטונג א דאנק יענעמ'ס לילקע.

"פארוואס זעה איך נישט געשריבענע נאטיצן אויף דיין זייט פון טיש?"

פאררויטלט מיט א מאס ענווה האט היסטאריש געמאכט גרימאסן פון איינער וואס פארשטייט נישט וואס מען רעדט צו אים.

"וואס מיינסטו צו זאגן"?

יאסעלע, נאכאלס אינטערן איינדרוק פון היסטאריש'ס קורצע אבער קונצלעכע שורות האט זיך אבער נישט געלאזט.

"רבי לעבן! די פעדער איז דיינס! דו האסט עס ביי פאר!" האט יאסעלע אויסגערופן מיט עקסטאז.

"נעם דיך שרייבן, אבער אט די רגע!"

דאס מיינט עס...
"חחח…" האט יענער אויסגעפלאצט אין א שטורעמנדע געלעכטער, אינגאנצן פארגעסנדיג פון זיין מידקייט. "האלטסט פאר איין רגע אז איך קען מיר פארמעסטן מיט דיין טאלאנט?"

ווען יאסעלע האט אנגעהויבן קעקעצן האט דער יעניגער נישט נאכגעלאזט, און ווייטער טריאומפירט "דיין נאוועל איז באמת פון דאס בעסטע וואס איך האב נאר אמאל געליינט, און איך האלט ערנסט זאלסט ארויסגעבן ביכער. אייגנטליך, איך בין בכלל נישט זיכער אז דו האסט נאכנישט…" האט ער פארענדיגט מיט א פונק אין די אויגן.

יאסעלע האט זיך פארטראכט פאר א מאמענט, און זיך אנגערופן ערנסט "אקעי, איך האב מיט דיר נישט קיין ברירה, כוועל טאקע מוזן ארויסלייגן דעם גאנצן פארזעצונג."

און דאן האבן זיך ביידע צעשמייכלט און זיך געגעבן די הענט.

——
דו ביסט פיינע נייעס!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

@יוסעלע השלישי ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג?
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

בית שמאי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:41 pm
@יוסעלע השלישי ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג?
פארהאן פארשידענע אפהאלטונגען לעת עתה. אנטשולדיגט.

אבער בסייתא דשמיא האף איך אנצוהייבן צוריק בעוז ובתעצומות בקרוב.

א דאנק פאר'ן זיך נאכפרעגן.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

א גיט יאהר הרב @יוסעלע השלישי
מ'קען שוין בעטן פאר נאך?
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: פארלוירן אין מיסטעריע - זיבן פרקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

האסטו וועסטו האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:57 am
א גיט יאהר הרב@יוסעלע השלישי
מ'קען שוין בעטן פאר נאך?
בעהטן קאן מען אייביג.

ערנסט גערעדט, איך וויל אויך שטארק צוריק אנהייבן בס"ד, לאמעך זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסלאזן.

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:07 pm

דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אלעס וואס די דארפסט

האסטו וועסטו האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 3:38 am
יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:07 pm
האסטו וועסטו האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:57 am
א גיט יאהר הרב@יוסעלע השלישי
מ'קען שוין בעטן פאר נאך?
בעהטן קאן מען אייביג.

ערנסט גערעדט, איך וויל אויך שטארק צוריק אנהייבן בס"ד, לאמעך זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסלאזן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אלעס וואס די דארפסט
אמן
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”