מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און אויספלוגן ארום און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

gluck האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 6:08 pm
איך הייק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:23 am
שלום עליכם טייערע ברודער ברוך השם א פיינע נסיעה געווען (מיט א שיינע פאר שווערעקייטן) א פולע באריכט וועט אי''ה נאכפאלגן
דער בחור רוהט זיך גוט אויס פון די נסיעה, און אונז לאזט ער ווארטן...
איך וויל זיך אפציעל אנטשולדגן פארן לאזן ווארטן כ'האב זיך עפעס נאכנישט געקענט צוזאמנעמען צו שרייבן כ'האף בעזרת השם נעקסטע וואך צו מאכן צייט

א דאנק פארן ווייזן אינטערעסע
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
gluck
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:34 pm

Re: מיינע הייקס און אויספלוגן ארום און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gluck »

איך הייק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:15 pm
gluck האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 6:08 pm
איך הייק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:23 am
שלום עליכם טייערע ברודער ברוך השם א פיינע נסיעה געווען (מיט א שיינע פאר שווערעקייטן) א פולע באריכט וועט אי''ה נאכפאלגן
דער בחור רוהט זיך גוט אויס פון די נסיעה, און אונז לאזט ער ווארטן...
איך וויל זיך אפציעל אנטשולדגן פארן לאזן ווארטן כ'האב זיך עפעס נאכנישט געקענט צוזאמנעמען צו שרייבן כ'האף בעזרת השם נעקסטע וואך צו מאכן צייט

א דאנק פארן ווייזן אינטערעסע
יישר כח!
זייער דאנקבאר פאר די באשרייבונג וואס וועט קומען. הודאה על העתיד (ועל העבר)
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן North Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ערבי פסחים תשפ''ד.

עס איז גאר פרי פארטאגס מ'דארף שוין לויפן כאפן די פליגער עס קומט היינט א פילע טאג בס''ד
איך קום אן אין לופט פעלד ב''ה נישטא קיין ליניעס נאך אלע מעשות איז דאך 4:00 פארטאגס.. וועלכע משוגענער כאפט א פליגער אין די פריע שעות ערב פסח ....
די פליגער הייבט זיך אין קוים א שעה מיט א האלב שפעטער לאנט מען אין שארלעט נארט קארעליינע.
ווי נאר איך קום אן קיין שארלעט האב איך געכאפט די קאר אין זיך גענומען יאגן צו חב''ד צו נאך אנקומען צו שחרית אין ב''ה כ'האב עס געמאכט.
עס איז געווען א שיינע שחרית אין אינטערעסאנט צו מיטהאלטן אלע סארט יודן פון וואס די מנין איז באשטאנען
איינע פון דיע איז געווען פארנימען דורך אויס שחרית ארום גיין אין פארטיילן אזאנע ביזנעס קראדס מיט בילדער אין נעמען פון די משכונות אין עזה
נאך שחרית האמיר זיך געזעצט עסן פרישטאג דארט אין חב''ד אין געשמאק פארבענגט מיט די ארטיגע חברה.
נאך שחרית אין פרישטאג האמיר זיך ארויסגעלאסט צו U.S. National Whitewater Center עס איז זייער א געשמאקע פלאץ ווי מ'קען אביסעל האצקענען ווי מ'ריפט עס ....
זיי האבן דארט ממש אלעס וואס פעלט זיך אויס אנגעהויבן פון rock climbing. Zipline. Rob course. Rafting. Mountain biking אין נאך זיי האבן דארט אזא טורעם ווי מוואקט ארויף בערך 110 פיס מ'בינד זיך צו מיט א הארנעס אין מ'שפרינגט אראפ אזש מ'דערמאנט זיך אז מ'האט למעשה יא א נשמה.....
די מעלה פון די פלאץ איז אז די קענסט גיין אויף די אלע זאכן וויפיל מאל די ווילסט אלעס מיט א דעי פעסס
הייסט נאכן קויפן די דעי פעסס כל זמן בוסט דארט קענסו גיין אין גיין וויפיל דיין הארץ באגערט אן לימעטעט...
עס איז גראדי אינטערעסאנט אז די רעפטינג וואס זיי האבן דארט איז נישט קיין נאטורליכע רעפטינג זיי האבן עס אליינס אויסגעשטעלט אין זיי האבן דארט אגאנצע סיסטעם וואס מאכט די כוואליעס אין אפי' פארשידענע לעוועלס (פאר דער וואס ווייסט וויזוי רעפטינג ארבעט)
עס איז כדי אנצומערקן אז זיי האבן דארט אויך א פאל וואס איז אפען נאר זימער
נאכן זיך פיין אויסליפטערן אפאר שעה האמער זיך צוריק אריינגעזעקלט אין קאר אין געפארן צו די נעקסטע לאקאציע
פון דארט זעמער קודם צוריק געגאנגען צו חב"ד זיך שטעלן מנחה אין אודך שמועסן אין פארברענגען מיט די ארטיגע חברה
אה דאס איז דאך די געשמאקסטע חלק פון פארן צו א פרעמדע פלאץ!
נאך מנחה האמיר זיך ארויסגעלאסט צו Reed Gold Mine
דאס איז גאר א אינטרעסאנטע פלאץ קודם איז עס גיידעט טאר אין א א גאלג מינע ווי די שקלאפן פלעגען צו אויפגראבן גאלד מ'קען דארט זעהן כל מיני פאטענטען וויזוי מ'האט זיך אן עצה געגעבן אין יענע יארן אין אלעס ליגט נאך דארט אזוי ווי זיי האבן עס איבער געלאזט עס איז זייער אינטערעסאנט
אונזער טאר גארד איז גראדע געווען א נעבעך ארויס פון פתח תקווה ער האט ממש געוויסט נאר וואס מ'האט אים אריינגעבאקען ער האט גע'דרשנ'ט ממש ווי א צובראכענע טעפ ריקארדער אז מ'האט זיך געהאלטן ביי די זייטן אין יעדע מאל כ'האב געפרעגט א קשיא האט ער בלויז אנגעהויבן נאך א מאל זיין דרשה ס'איז ממש געווען לאכעדיג....
נאכן פארענדיגן זיינע דרשות אין זיין טאר האבן זיי מיר צוגעפירט צו א פלאץ ווי איך האב אליין געקענט זוכן פאר גאלד דא איז שוין ברוך השם געווען א אנדערע חברה'מאן וואס האט יא פארשטאנען א עסק אין זיך זייער שיין אפגעגעבן....
ער האט מיך געגעבן צו פארשטיין אז גאר גאר פיצעלעך שטיקלעך גאלד ליגען נאך ארום די פלאץ אין אויב מ'האט מזל קען מען טרעפן
אין יגעת ומצאת.... נאכן זיכען אין שמוציג ווערן האב איך געטראפן א שטיקעל גאלד די סייז בערך פון א סעסעמי סיד עס איז ווערד
אביסעל ווייניגער ווי א דאלער!!
זיי האבן עס אריינגעלייגט אין א ספעציעלע האלטער אין אפשר ביים חתונה מאכן די קינדער וועט מען עס פארקויפן......
Screenshot_20240520_115835_Gallery.jpg
Screenshot_20240520_115835_Gallery.jpg (206.56 KiB) געזען 775 מאל
פון דארט זעמער צוריק געגאנגען אין עירפארט כאפן די פלגער אויף א היים.
לעצט פארראכטן דורך איך הייק אום מאנטאג מאי 20, 2024 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

בילד
די רעפטינג
בילד
די ספציעלע מאשין וואס מאכט די לעוועלס
בילד
די גאלד מינע
בילד
אינעווייניג
בילד
בילד
בילד
בילד
די עלעוועטער מיט וואס מ'האט ארויף געשלפט די גאלד
בילד
מיין טעלער שטיינער
בילד
יא כהאב געטראפן
בילד
די טאר גייד....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4834
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן North Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

איך הייק האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:04 pm
ערבי פסחים תשפ''ד.

.. וועלכע משוגענער כאפט א פליגער אין די פריע שעות ערב פסח ....
נווו ???
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן North Carolina

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:27 pm
איך הייק האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:04 pm
ערבי פסחים תשפ''ד.

.. וועלכע משוגענער כאפט א פליגער אין די פריע שעות ערב פסח ....
נווו ???
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4834
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

למעשה איז דא גאלד ...

ווי לאנג האסטו געזוכט ??
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:38 pm
למעשה איז דא גאלד ...

ווי לאנג האסטו געזוכט ??
יעדער באקומט א 30 מינוט אפשניט צו זיכן טייל טרעפן אין טייל נישט...
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

זעהט אויס אסאך ווייניגער ווי עס פילט...

https://drive.google.com/file/d/16lD-Ru ... p=drivesdk
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4834
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

איך הייק האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:19 pm
זעהט אויס אסאך ווייניגער ווי עס פילט...

https://drive.google.com/file/d/16lD-Ru ... p=drivesdk
מדערמאנט זיך אז מהאט א נשמה !!!!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

לאמיר זיך ארויס לאזן אויף א פרישע נסיעה.
ווי גיימער?
גיימער קיין טענעסי
גראדע בין איך שוין דארט געווען אבער ווי געזאגט האב איך ליב צו גיין אפאר מאל צו די זעלבע פלאץ אין קרעדיט @מרנן ורבנן פאר זיין אשכול איבער טענעסי פאר מיך דערמאנען אז עס ליגט אויפן ליסטע אין מ'דראף קער נעמען דערפון .

ווי געשריבען האט מיך דער רבש''ע געגעבן אפאר ניסיונות דורך אויס די נסיעה ווי מיר וועלן שפטער צו קומען.

עס איז 6:00 פארטאגס איך זיץ שוין אויפן פליגער וואס וועט מיך פירען קיין שארלעט נארט קארעליינע אין פון דארט וועט מען ממשיך זיין מיט א 4 שעה'דיגע ראוד טריפ קיין גאטלענבערג טענעסי
אינדרויסן יאפעצט א רעגן עס איז גאר א שוועארע וועטער אין גרויסטייל אמעריקע די פליגער ווארפט זיך אויף אלע זייטן אז כאפן א דרימעל האט מען נישט געקענט....
ענדליך נאך א שעה אהאלב פון זיך ווארפן אהין אין צוריק האט מען ענדליך געלאנדעט אין שארלעט כ'בין גלייך צוגעפארן צום ספרינטער רענטל (כ'דארף דאך האבן ווי צו פלאצירן מיין מנין וואס כ'האב מיטגעשלעפט) אין זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.
איך האב געהאט אויסגעשטעלט א פולע ראט ווי זיך אפצושטעלן אויפן וועג אבער היות ס'גיסט א רעגן אין אלעס איז outdoors האבן מיר בלית ברירה געמיזט ממשיך זיין די וועג סטרעיט קיין טענעסי
נאך 3 אין אהאלב שעה פארן אין א גאס רעגן א גאס וואס איך האב זעלטן מיטגעלעבט מ'האט ממש נישט געקענט זעהן האמיר דעגרייכט דעם וועלקאם סיין פון טענעסי.
Screenshot_20240524_142649_Gallery.jpg
Screenshot_20240524_142649_Gallery.jpg (92.5 KiB) געזען 293 מאל
האמיר זיך אריינגעצויגן אויפן שאלדער אין זיך אויסגעשטעלט פאר א בילד
צו מזל האט פונקט יענע פאר מינוט אויפגעהערט רעגענען.

אויסגעמיטשעט פון די שטארעמישע וועג זעמער אנגעקומען צו אונזער קעבען

איין זאך איז יא ארויסגעקומען א טובה פון די גאס רעגן אז נאכן אויפשטעלן אונזער פראוועזארישע מקוה האט נישט געדארט לאנג ביז עס איז פיל געוואן מיט פרישע מי גשמים כשר למהדרין!

אין גאטלענבערג איז אלעס פארשפארט אלע באזיכער זענען אנטלאפן עס איז נישטא ווי צו גיין א פלאד וואטש איז אין קראפט עס האגלט ריזיגע שטיקער אייז... האמער זיך פשוט אראפגעזעצט אין אביסעל פארברענגט האפענדיג אז מארגן וועט זיין א בעסערע וועטער
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איך הייק האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:02 pm
לאמיר זיך ארויס לאזן אויף א פרישע נסיעה.
ווי גיימער?
גיימער קיין טענעסי
גראדע בין איך שוין דארט געווען אבער ווי געזאגט האב איך ליב צו גיין אפאר מאל צו די זעלבע פלאץ אין קרעדיט @מרנן ורבנן פאר זיין אשכול איבער טענעסי פאר מיך דערמאנען אז עס ליגט אויפן ליסטע אין מ'דראף קער נעמען דערפון .

ווי געשריבען האט מיך דער רבש''ע געגעבן אפאר ניסיונות דורך אויס די נסיעה ווי מיר וועלן שפטער צו קומען.

עס איז 6:00 פארטאגס איך זיץ שוין אויפן פליגער וואס וועט מיך פירען קיין שארלעט נארט קארעליינע אין פון דארט וועט מען ממשיך זיין מיט א 4 שעה'דיגע ראוד טריפ קיין גאטלענבערג טענעסי
אינדרויסן יאפעצט א רעגן עס איז גאר א שוועארע וועטער אין גרויסטייל אמעריקע די פליגער ווארפט זיך אויף אלע זייטן אז כאפן א דרימעל האט מען נישט געקענט....
ענדליך נאך א שעה אהאלב פון זיך ווארפן אהין אין צוריק האט מען ענדליך געלאנדעט אין שארלעט כ'בין גלייך צוגעפארן צום ספרינטער רענטל (כ'דארף דאך האבן ווי צו פלאצירן מיין מנין וואס כ'האב מיטגעשלעפט) אין זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.
איך האב געהאט אויסגעשטעלט א פולע ראט ווי זיך אפצושטעלן אויפן וועג אבער היות ס'גיסט א רעגן אין אלעס איז outdoors האבן מיר בלית ברירה געמיזט ממשיך זיין די וועג סטרעיט קיין טענעסי
נאך 3 אין אהאלב שעה פארן אין א גאס רעגן א גאס וואס איך האב זעלטן מיטגעלעבט מ'האט ממש נישט געקענט זעהן האמיר דעגרייכט דעם וועלקאם סיין פון טענעסי.
Screenshot_20240524_142649_Gallery.jpg
האמיר זיך אריינגעצויגן אויפן שאלדער אין זיך אויסגעשטעלט פאר א בילד
צו מזל האט פונקט יענע פאר מינוט אויפגעהערט רעגענען.

אויסגעמיטשעט פון די שטארעמישע וועג זעמער אנגעקומען צו אונזער קעבען

איין זאך איז יא ארויסגעקומען א טובה פון די גאס רעגן אז נאכן אויפשטעלן אונזער פראוועזארישע מקוה האט נישט געדארט לאנג ביז עס איז פיל געוואן מיט פרישע מי גשמים כשר למהדרין!

אין גאטלענבערג איז אלעס פארשפארט אלע באזיכער זענען אנטלאפן עס איז נישטא ווי צו גיין א פלאד וואטש איז אין קראפט עס האגלט ריזיגע שטיקער אייז... האמער זיך פשוט אראפגעזעצט אין אביסעל פארברענגט האפענדיג אז מארגן וועט זיין א בעסערע וועטער
און?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע:א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:48 pm
איך הייק האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:02 pm
לאמיר זיך ארויס לאזן אויף א פרישע נסיעה.
ווי גיימער?
גיימער קיין טענעסי
גראדע בין איך שוין דארט געווען אבער ווי געזאגט האב איך ליב צו גיין אפאר מאל צו די זעלבע פלאץ אין קרעדיט @מרנן ורבנן פאר זיין אשכול איבער טענעסי פאר מיך דערמאנען אז עס ליגט אויפן ליסטע אין מ'דראף קער נעמען דערפון .

ווי געשריבען האט מיך דער רבש''ע געגעבן אפאר ניסיונות דורך אויס די נסיעה ווי מיר וועלן שפטער צו קומען.

עס איז 6:00 פארטאגס איך זיץ שוין אויפן פליגער וואס וועט מיך פירען קיין שארלעט נארט קארעליינע אין פון דארט וועט מען ממשיך זיין מיט א 4 שעה'דיגע ראוד טריפ קיין גאטלענבערג טענעסי
אינדרויסן יאפעצט א רעגן עס איז גאר א שוועארע וועטער אין גרויסטייל אמעריקע די פליגער ווארפט זיך אויף אלע זייטן אז כאפן א דרימעל האט מען נישט געקענט....
ענדליך נאך א שעה אהאלב פון זיך ווארפן אהין אין צוריק האט מען ענדליך געלאנדעט אין שארלעט כ'בין גלייך צוגעפארן צום ספרינטער רענטל (כ'דארף דאך האבן ווי צו פלאצירן מיין מנין וואס כ'האב מיטגעשלעפט) אין זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.
איך האב געהאט אויסגעשטעלט א פולע ראט ווי זיך אפצושטעלן אויפן וועג אבער היות ס'גיסט א רעגן אין אלעס איז outdoors האבן מיר בלית ברירה געמיזט ממשיך זיין די וועג סטרעיט קיין טענעסי
נאך 3 אין אהאלב שעה פארן אין א גאס רעגן א גאס וואס איך האב זעלטן מיטגעלעבט מ'האט ממש נישט געקענט זעהן האמיר דעגרייכט דעם וועלקאם סיין פון טענעסי.
Screenshot_20240524_142649_Gallery.jpg
האמיר זיך אריינגעצויגן אויפן שאלדער אין זיך אויסגעשטעלט פאר א בילד
צו מזל האט פונקט יענע פאר מינוט אויפגעהערט רעגענען.

אויסגעמיטשעט פון די שטארעמישע וועג זעמער אנגעקומען צו אונזער קעבען

איין זאך איז יא ארויסגעקומען א טובה פון די גאס רעגן אז נאכן אויפשטעלן אונזער פראוועזארישע מקוה האט נישט געדארט לאנג ביז עס איז פיל געוואן מיט פרישע מי גשמים כשר למהדרין!

אין גאטלענבערג איז אלעס פארשפארט אלע באזיכער זענען אנטלאפן עס איז נישטא ווי צו גיין א פלאד וואטש איז אין קראפט עס האגלט ריזיגע שטיקער אייז... האמער זיך פשוט אראפגעזעצט אין אביסעל פארברענגט האפענדיג אז מארגן וועט זיין א בעסערע וועטער
און?


קעפל: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:
איך הייק האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:55 pm

למעשה האב איך נאכאמאל אנגעהויבן אבער נאר א קליינע חלק די איבריגע וועט מיזן ווארטן
viewtopic.php?p=5117144#p5117144
חכםמה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”