יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

UAW איז שוין עטליכע טעג אין א טיילווייזע סטרייק, וואס אויב ברייטערן זיי עס אויס וועט עס זיין פון די גרעסטע סטרייקס אין היסטאריע. עס איז די ערשטע סטרייק אין היסטעריע קעגן די דריי אויטא קאמפעני אויף איינמאל.

די דריי גרויסע פירמעס, פארד, דזשי עם, און סטעלענטיס, האלטן נישט ביים מיטטאנצן מיט די צודרייטע יוניאן קאמפריזן, פארגאנגענע וואך האט די קאנטראקט מיט די יוניאן עקספייערד און 12,000 ארבעטער זענען געגאנגען אויף סטרייק...

די דריי קאמפעניס צוזאמען עמפלויען 145,000 UAW ארבעטער, די קאמפעניס אקאוינטן פאר 50% אויטא סעילס אין אמעריקע וואס איז 1.5% פון די אמעריקאנער GDP.

די יוניאן סטראשעט אז זיי גייען האלטן און איין אויסברייטערען די סטרייק.

די סיבה פארוואס זיי גייען נישט גראד אויף א פילע סטרייק איז צוליב וואס דאס וועט באנקראטירן די יוניאן, נאכדעם וואס זיי זענען מחויב צו באצאלן $500 א וואך פאר יעדע ארבייטער אויף סטרייק.

זיי פרובירן צו צילן אז די ארבעטער אויף סטרייק זאלן זיין די ארבעטער אין די מער וויכטיגע פאבריקן אזוי זאל עס אוטאמאטיש אפשפארן אנדערע פאבריקן און עס זאל אבער נישט קאסטן פאר די יוניאן, די פראבלעם איז אבער אז דאס קען גוט בעקפייערען קעגן די יוניאן, וויבאלד אויב די אויטא פירמעס וועלן אהיימשיקן נאך יוניאן ארבייטער וועלן זיי נישט זיין בארעכטיגט פאר אנעמפלעימענט, און די אויטא פירמעס וועלן נישט זיין מחויב צו באצאלן צוליב וואס די קאנטראקט איז שוין אויסגעלאפן, אין אנדערע ווערטער: די געלט גייציגע יוניאן פירער ווארפט פילע יוניאן ארבעטער אינטערן באס צוליב וואס זיי האלטן נישט ביים באצאלן די 5 מאות א וואך וואס עס קאסט זיי...

עס האלט זיך אינמיטן אויסשפילן נאך א קאפיטל און די געשיכטע פון די פארפוילטע יוניאן גרופעס וואס ברענגען אינטער אמעריקע,

א לעצטערע עקזעמפל ווי די יוניאן האט אינטערגעברענגט א גרויסע אמעריקאנער פירמע, און געלאזט זייערע יוניאן ארבעטער אויפן וואסער זעהט דא viewtopic.php?p=4495245#p4495245
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

טראמפ פרובירט אויסצוניצן די מצב פאר זיין פאליטישע בענעפיט, ווען ער האט געמאלדן אז אין די צייט פון די צווייטע רעפאבליקאנער דעבאטע וועט ער פארן קיין מישיגען צו סופארטן די יוניאן'ס, נאך זיין מעלדונג האט ביידן וואס האט זיך ביז יעצט מער ווייניגער געהאלטן שטיל איבער די סטרייק, אפגעמאכט אז ער פארט אויך...

.
Screenshot 2023-09-24 105443.png
Screenshot 2023-09-24 105443.png (270.33 KiB) געזען 2070 מאל
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

אינטערעסאנט טראמפ שטעלט זיך כאילו אויף די זייט פון די UNION
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

@פאסט טרעגער א דאנק פאר דיינע קלארע באריכטן! וואסי טאקע פשט אז טראמפ שטעלט זיך צו צו זיי?
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:17 pm
@פאסט טרעגער א דאנק פאר דיינע קלארע באריכטן! וואסי טאקע פשט אז טראמפ שטעלט זיך צו צו זיי?
viewtopic.php?p=4518197#p4518197
זעה איך יעצט אז @פאסט טרעגער איז עס שיין מסביר
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:27 am
UAW איז שוין עטליכע טעג אין א טיילווייזע סטרייק, וואס אויב ברייטערן זיי עס אויס וועט עס זיין פון די גרעסטע סטרייקס אין היסטאריע. עס איז די ערשטע סטרייק אין היסטעריע קעגן די דריי אויטא קאמפעני אויף איינמאל.

די דריי גרויסע פירמעס, פארד, דזשי עם, און סטעלענטיס, האלטן נישט ביים מיטטאנצן מיט די צודרייטע יוניאן קאמפריזן , פארגאנגענע וואך האט די קאנטראקט מיט די יוניאן עקספייערד און 12,000 ארבעטער זענען געגאנגען אויף סטרייק...
פונקטליך וועלכע פון זייערע פארלאנגען איז 'צודרייט'..?
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

תגובה דורך אה''ו »

רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:54 pm

די פארלאנגען לגבי די פעי איז נישט אזוי צודרייט זינט די עוורידזש ארבעטער מאכט אונטער $30 א שעה און א %20 העכערונג וועט אויסקומען זעקס דאלער א שעה פאר די פשוטע ארבעטער.

אבער די יוניאן פארלאנגט צו קאטן די ארבעטס טעג צו בלויז פיר טעג א וואך, פונקט ווי אין די צודרייטע אייראפישע לענדער, דאס טייטש אז אפילו מיט די געהאלט העכערונג גייט דער ארבעטער נישט פארדינען מער צוליב די ווייניגער ארבעטס טעג. דאס נעמט אוועק די ’וויקטעם’ טענה וואס די יוניאן שפילט בשם די ארבעטער, ווייל נניח די קאמפאניס וועלן זיך ברעכן צו אלע פארלאנגען וועט די פלעינע ארבעטער נישט מאכן מער געלט.

און דאס איז חוץ די פאקט אז פארלירן א ארבעטס טאג פער וואך וועט צוריק ארויפשרויפן די שוין אזוי אנגעשטרענגטע אויטא פרייזן וואס האט הערשט יעצט אנגעהויבן אביסעלע אראפצוקומען.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.

פאלט אייך נישט ביי אז מיט ווייניגער ארבעטס שעה'ן וועלן זיי נאכאלץ אנקומען מער ווי יעצט..?

ווי לויטעט די אלטע כלל: work expands to fill the time given to complete it..

Excellent
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:27 am
UAW איז שוין עטליכע טעג אין א טיילווייזע סטרייק, וואס אויב ברייטערן זיי עס אויס וועט עס זיין פון די גרעסטע סטרייקס אין היסטאריע. עס איז די ערשטע סטרייק אין היסטעריע קעגן די דריי אויטא קאמפעני אויף איינמאל.

די דריי גרויסע פירמעס, פארד, דזשי עם, און סטעלענטיס, האלטן נישט ביים מיטטאנצן מיט די צודרייטע יוניאן קאמפריזן, פארגאנגענע וואך האט די קאנטראקט מיט די יוניאן עקספייערד און 12,000 ארבעטער זענען געגאנגען אויף סטרייק...

די דריי קאמפעניס צוזאמען עמפלויען 145,000 UAW ארבעטער, די קאמפעניס אקאוינטן פאר 50% אויטא סעילס אין אמעריקע וואס איז 1.5% פון די אמעריקאנער GDP.

די יוניאן סטראשעט אז זיי גייען האלטן און איין אויסברייטערען די סטרייק.

די סיבה פארוואס זיי גייען נישט גראד אויף א פילע סטרייק איז צוליב וואס דאס וועט באנקראטירן די יוניאן, נאכדעם וואס זיי זענען מחויב צו באצאלן $500 א וואך פאר יעדע ארבייטער אויף סטרייק.

זיי פרובירן צו צילן אז די ארבעטער אויף סטרייק זאלן זיין די ארבעטער אין די מער וויכטיגע פאבריקן אזוי זאל עס אוטאמאטיש אפשפארן אנדערע פאבריקן און עס זאל אבער נישט קאסטן פאר די יוניאן, די פראבלעם איז אבער אז דאס קען גוט בעקפייערען קעגן די יוניאן, וויבאלד אויב די אויטא פירמעס וועלן אהיימשיקן נאך יוניאן ארבייטער וועלן זיי נישט זיין בארעכטיגט פאר אנעמפלעימענט, און די אויטא פירמעס וועלן נישט זיין מחויב צו באצאלן צוליב וואס די קאנטראקט איז שוין אויסגעלאפן, אין אנדערע ווערטער: די געלט גייציגע יוניאן פירער ווארפט פילע יוניאן ארבעטער אינטערן באס צוליב וואס זיי האלטן נישט ביים באצאלן די 5 מאות א וואך וואס עס קאסט זיי...

עס האלט זיך אינמיטן אויסשפילן נאך א קאפיטל און די געשיכטע פון די פארפוילטע יוניאן גרופעס וואס ברענגען אינטער אמעריקע,

א לעצטערע עקזעמפל ווי די יוניאן האט אינטערגעברענגט א גרויסע אמעריקאנער פירמע, און געלאזט זייערע יוניאן ארבעטער אויפן וואסער זעהט דא viewtopic.php?p=4495245#p4495245
וויאזוי פינקטליך מאכן יוניאנס געלט?
אין פארוואס טאקע קענען נישט אלע קאמפאניס אפהאקן די גאנצע יוניאן געשעפט אזויווי טעסלא?
ישר כח @פאסט טרעגער
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:05 pm
פאלט אייך נישט ביי אז מיט ווייניגער ארבעטס שעה'ן וועלן זיי נאכאלץ אנקומען מער ווי יעצט..?

ווי לויטעט די אלטע כלל: work expands to fill the time given to complete it..
לאמיר זאגן אז זיין ארבייט איז צו ארויף דרייען רעדער אויף א קאר, ער יאגט אן 100 רעדלעך א טאג, דאס איז פשוט די צייט וואס עס נעמט, קומט אויס אז אנשטאט 500 רעדער א וואך נאר 400 רעדער א וואך.

דו ביסט גערעכט ווען עס איז נישט קיין ראבאטישע ארבייט אבער אסאך פון די ארבייטער זענען יא.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

Excellent האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:31 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:27 am
UAW איז שוין עטליכע טעג אין א טיילווייזע סטרייק, וואס אויב ברייטערן זיי עס אויס וועט עס זיין פון די גרעסטע סטרייקס אין היסטאריע. עס איז די ערשטע סטרייק אין היסטעריע קעגן די דריי אויטא קאמפעני אויף איינמאל.

די דריי גרויסע פירמעס, פארד, דזשי עם, און סטעלענטיס, האלטן נישט ביים מיטטאנצן מיט די צודרייטע יוניאן קאמפריזן, פארגאנגענע וואך האט די קאנטראקט מיט די יוניאן עקספייערד און 12,000 ארבעטער זענען געגאנגען אויף סטרייק...

די דריי קאמפעניס צוזאמען עמפלויען 145,000 UAW ארבעטער, די קאמפעניס אקאוינטן פאר 50% אויטא סעילס אין אמעריקע וואס איז 1.5% פון די אמעריקאנער GDP.

די יוניאן סטראשעט אז זיי גייען האלטן און איין אויסברייטערען די סטרייק.

די סיבה פארוואס זיי גייען נישט גראד אויף א פילע סטרייק איז צוליב וואס דאס וועט באנקראטירן די יוניאן, נאכדעם וואס זיי זענען מחויב צו באצאלן $500 א וואך פאר יעדע ארבייטער אויף סטרייק.

זיי פרובירן צו צילן אז די ארבעטער אויף סטרייק זאלן זיין די ארבעטער אין די מער וויכטיגע פאבריקן אזוי זאל עס אוטאמאטיש אפשפארן אנדערע פאבריקן און עס זאל אבער נישט קאסטן פאר די יוניאן, די פראבלעם איז אבער אז דאס קען גוט בעקפייערען קעגן די יוניאן, וויבאלד אויב די אויטא פירמעס וועלן אהיימשיקן נאך יוניאן ארבייטער וועלן זיי נישט זיין בארעכטיגט פאר אנעמפלעימענט, און די אויטא פירמעס וועלן נישט זיין מחויב צו באצאלן צוליב וואס די קאנטראקט איז שוין אויסגעלאפן, אין אנדערע ווערטער: די געלט גייציגע יוניאן פירער ווארפט פילע יוניאן ארבעטער אינטערן באס צוליב וואס זיי האלטן נישט ביים באצאלן די 5 מאות א וואך וואס עס קאסט זיי...

עס האלט זיך אינמיטן אויסשפילן נאך א קאפיטל און די געשיכטע פון די פארפוילטע יוניאן גרופעס וואס ברענגען אינטער אמעריקע,

א לעצטערע עקזעמפל ווי די יוניאן האט אינטערגעברענגט א גרויסע אמעריקאנער פירמע, און געלאזט זייערע יוניאן ארבעטער אויפן וואסער זעהט דא viewtopic.php?p=4495245#p4495245
וויאזוי פינקטליך מאכן יוניאנס געלט?
אין פארוואס טאקע קענען נישט אלע קאמפאניס אפהאקן די גאנצע יוניאן געשעפט אזויווי טעסלא?
ישר כח @פאסט טרעגער
די יוניאן'ס האבן זיך אריין געריקט צוביסלעך, און זיי שטעלן זיך אהער ווי פארמיטלער ציווישן בעל הבתים און ארבייטער, מכלומרשט צו בענעפיטן די ארבייטער, און ציען אראפ א פראצענט פונעם געהאלט.

פאר מער דרוק דעם לינק אין פאסט טרעגערס תגובה.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:05 pm
פאלט אייך נישט ביי אז מיט ווייניגער ארבעטס שעה'ן וועלן זיי נאכאלץ אנקומען מער ווי יעצט..?

ווי לויטעט די אלטע כלל: work expands to fill the time given to complete it..
זיכער אז נישט, יוניאן ארבעטערס זענען די פוילסטע ארבעטס קראפט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע:פארשעמט אויף דר'ערד

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

אה''ו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:51 pm
רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:05 pm
פאלט אייך נישט ביי אז מיט ווייניגער ארבעטס שעה'ן וועלן זיי נאכאלץ אנקומען מער ווי יעצט..?

ווי לויטעט די אלטע כלל: work expands to fill the time given to complete it..
זיכער אז נישט, יוניאן ארבעטערס זענען די פוילסטע ארבעטס קראפט.
דעקונג ביטע (איך ווייס נישט אנדערש אבער ווארף נישט קיין דעקונג-לאזע פאקטן).
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4528
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:07 pm
אה''ו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:51 pm
רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:05 pm
פאלט אייך נישט ביי אז מיט ווייניגער ארבעטס שעה'ן וועלן זיי נאכאלץ אנקומען מער ווי יעצט..?

ווי לויטעט די אלטע כלל: work expands to fill the time given to complete it..
זיכער אז נישט, יוניאן ארבעטערס זענען די פוילסטע ארבעטס קראפט.
דעקונג ביטע (איך ווייס נישט אנדערש אבער ווארף נישט קיין דעקונג-לאזע פאקטן).
שוין אויסגעשמועסט אין כמה אשכולות וואו ניקס האבן געשריבן אייגענע עקספיריענס, אוודאי וועסטו דאס נישט טרעפן אין די נ"י טיימס..

דא האסטו איין תגובה פון די פערסטידשפולע וויכי אויף די אייוועלט סייט
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 7:34 pm

קומט צו גיין א מענטש ער וויל באקומען א דזשאב ביי א זייגער מאכער, וואס קענסטו? פרעגט מען עם, דערווייל גארנישט, זאגט ער, איך גיי מיך אויסלערנען... אקעי, מ'גיבט עם עפעס א דזשאב אויף טריי אוט, אויב טויג ער, באקומעט ער א געהעריגע פאזיציע, און באקומט באצאלט 12 דאללער א שעה. היות ער וויל מאכן מער געלט, ארבייט ער אווער טיים, און ער שטרענגט זיך אן צו ווייזן געטריישאפט פאר זיין בעה"ב, נאך א שטיק צייט זעהט דאס די בעה"ב איין, און גיבט אים א רעיז און צומאל עפעס בענעפיטס, שטייצעך נאר אויב ס'לוינצעכעם די ארבייט פון דעם מענטש, און אז דער מענטש איז גאר כיטרע, באמערקט ער א וועג וויזוי מ'קען מאכן די זייגער בעסער און שטערקער, אוטאומאטיש איז די זייגער מער ווערד, מאכט די בעה"ב מער געלט, פיהלט די בעה"ב "איך מוז עם האבן דא. דעם בחור, דער איז גוט! לאמעכעם געבן נאך א רעיז, א באונעס א.ד.ג"...

אויב ער טויג נישט, אדער שיקט מען עם ווייטער, אדער גיבט מען אים א דזשאב אין א אנדערע אפטיילונג, וכד', און פאר די פאזיציע זוכט מען אויף א אנדערע פאסיגע מענטש.

וואס געשעהט? די ביזנעס וואקסט, ס'מאכט געלט, הייבט די בעה"ב אן צו עקספענדן, ער עדווייטייזט "אונז האמער אימפראווד אונזער זייגער", און ער נעמט אויף נאך מענטשן און מאכט מער זייגערס, בקיצור ביזנעס עז יודזשעל...

לאמער איין מינוט אריבערגיין צום אנדערן זייגער מאכער קעגן איבער ווי די יוניאן איז אין קאנטראלל.

קומט אריין א מענטש ער וויל א זשאב, נאכן זיך אנשליסן אין די יוניאן באקומט ער א דזשאב, נישט קיין חילוק צו ער טויג צו נישט, באקומט ער זיין געהאלט לויט וויפיל יאר ער ארבייט שוין דא, ער האט נישט קיין שום נגיעה צו טרעפן עפעס איידיעס וואס זאל בעסער מאכן די ביזנעס ווייל ער גייט נישט באקומען קיין העכערונג מער ווי דער וואס איז שוין דא 5 יאר פאר עם. (פאר צוויי סיבות, איין ווייל אזוי ארבייט די יוניאן, און שנית די בעה"ב קען עס נישט עפארדן, ווייל אויב פאר דעם גארבידזש קאלעקטאר מוז ער באצאלן מינימום 50 דאללער א שעה (צווישן עם די יוניאן ריטייערמענט העלט אינשורענס און טעקס) ווי קען ער עם באצאלן מער? ס'איז נישט מעגליך!!!) און דאס איז שוין טאמער יענער איז גוט, און אויב יענער טוט גארנישט, בלויז ער פאנטשט די קארד און זיצט אויפן טעלעפאון און וועיסט צייט פאר שטותים, קענער עם נישט ארויסווארפן...

רעזאלט? די ביזנעס קען נישט וואקסן, נישטא קיין געלט צו אינוועסטירן, נישטא קיין געלט צו הייערן נאך ארבייטער, און ווען זייער קאמפעטישן פון קעגן איבער נעמט איבער די מארקעט זיצט די קאמפאני אין א זייט און קען גארנישט טוהן. (אויסער מאכן מיטונגען...)

שיינע מעשה, הא? אונז האמער דאס יעדן טאג לייוו!!! די גוטע ארבייטער באקומען נישט קיין העכערונג, ווייל די נישט גוטע באקומען עס אויף זייער חשבון... מ'באצאלט פאר א ארבייטער בעיסד אן סינארעטי, גארנישט מיט קיין פראדאקשן! א וואונדער פארוואס די עוורידזש קאלידזש דעגרי פובליק ווארקער באקומט 12 פראצענט ווייניגער ווי א פרייוועט ארבייטער? (אזוי האט איינער געשריבן אויבן, און ס'מאכט סענס...) ווייל ס'מוז זיך אויס-איווענ'ן ערגעץ... דער נערישע פובליק סעקטער ארבייטער מאכט מער ווי דער פלעינער B&H יונגערמאן, אבער דער B&H קאמפיוטער טעקנישן מאכט מער ווי דער פובליק סעקטער קאמפיוטער טעקנישן. איז דאס דעמעקראטיע? יעדער דארף זיין אייניג? דאס שמעקט עפעס זייער קאלט... זייער סיביר'יש...

קום נאר אריין מיט מיר צו א נארמאלע ביזנעס וואס האט נישט קיין יוניאן און קוק אן קאסטומער סערוויס, VS א ביזנעס וואס האט יא א יוניאן, וועסט אייביג זעהן מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס מ'וויל פון זיי... ס'וועלן שטיין 50 מענטשן און דיך ווייזן צו וועם צו גיין... העי! ביסט אמאל געווען אין די מאטאר וויהקעל אפיס?... (גראדע פובליק סעקטער, אבער די קאנסעפט איז די סעים..)

א סימפל משל, האסט שוין אמאל גערעדט מיט ווערייזן אויפן פאון? ער זאגט דיר אז די זאלסט ריבאאטן דיין סעלפאון, ער ווייסט אז ס'דויערט בערך 7 מינוט, אנשטאט ער זאל זאגן אקעי, איך לייג דיך אויף האלד פאר 5 מינוט און איך נעם אינצווישן דעם נעקסן, זאגט ער ניין! איך ווארט אויף ליין... האסט שוין אמאל געהערט אזאונס ביי א נארמאלע ביזנעס? וואלסט אמאל געלאזט דיין ארבייטער וועיסטן 7 מינוט און צומאל מער?

לאך נישט! איך האב אמאל געהאט א פראבלעם מיט מיין סעלפאון, און די טעלעפאון קאמפאני איז געווען מיט מיר אויפן פאון איבער א שעה, מ'האט דריי מאל געדארפט ריסטארדן מיין פאון, און די יעניגע האט געווארט די גאנצע צייט, און צום סוף האצע ניטעמאל געוויסט וואס ס'טוצעך און געזאגט איך זאל אריינגיין צו א לאוקעל דיעלער. די נעקסטע טאג האב איך געקאלט די קאמפאני ווי איך ארבייט, (מיין פאון איז אויף זייער ענטערפרייס סערווער.) זיי האבן געהערט דעם פראבלעם, און מיר געזאגט אז זיי גייען מיך צוריק קאלן... נאך א 20 מינוט קאלט מען מיך צוריק, ער הייסט מיך טוישן א סעטינג, און ריסטארדן מיין פאון, און איך זאל ריבאטן מיין פאון, און ער זאגט "איך לייג אראפ, און איך גיי דיך צוריקקאלן שפעטער" ביז א שעה האט ער מיך געקאלט, און ס'האט פיין געארבייט!!!

נו, אז אין אמעריקא קען מען נישט מאכן קיין געלט וועגן די יוניאנס, ס'לוינט זיך נישט צו צאלן פאר אזא ארבייט 50 דאללער א שעה ווי פריער געשמיעסט, וואו גייט מען? אהההה מ'האמער דאך געמאכט א טרעיד עגרימענט מיט טשיינע... לעטס ראול!!! מ'גיימער קיין טשיינע...

יא! די זעלבע טרעיד עגרימענט וואס דארף ווען בענעפעטירן אמעריקא - אמער טשיינע האט 3 מאל אזויפיהל מענטשן ווי אמעריקא, סאו אמעריקא וועט פארקויפן מער פראדוקטן קיין טשיינע ווי טשיינע קיין אמעריקא, און אזוי ארום קריעיטן פרישע דזשאבס - האט גאר אנגעפאנגען ארבייטן קעגן אמעריקא... יעדער פארט אהין פראדוסן זאכן... ס'קאסט טאקע געלט אהינצופארן, טרעינען נייע מענטשן און אויפבויען פעקטאריס, אבער ס'נאך אלץ ביליגער ווי צאלן די הויעכע טעקסעס און יוניאן ארבייטער אין אמעריקא...

און די קאסטומער סערוויס דזשאבס גייט קיין... יא! אינדיע!! "פארוואס" פרעגסטע? חא חא, ס'קאסט עם איין מאל געלט צו טרעינירן די חברה, און נאכדעם 10 דאללער א שעה... (כ'רעדעך פון זייער סופערווייזער... די פלעינע מענטש איז 5 דאללער א שעה) דעטס איט!!! נישטא קיין 50 דאללער א שעה צו זיין אויף האלד, 5 דאללער איז גענוג פאר דעם...

איין עצה איז נאך פארבליבן, ס'דא געוויסע דזשאבס וואס מ'קען נישט אוט-סאורסן, דאס איז זאכן וואס מוזן געמאכט ווערן אויפן פלאץ, למשל א גראסערי, א בעקערי... אההה פארגעסן, גראבן אויל... ווען מ'זאל ווען מעגן גראבן אויל אין אמעריקא, וואלטן צוגעקומען טויזענטער דזשאבס וואס מ'קען נישט אויטסארסן....

פווווווווווויייייייייייייייייייייי!!!!!!!!!!!!!!! ווער שרייט דארט??? פוייייייייייי!!!!!!!! די בערן גייען שטארבן!!!!!!!!!!!!

אקעי, איך וועל ממשיך זיין א צווייט מאל אי"ה.

בעק טו יו יודל...
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:07 pm
אה''ו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:51 pm
רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:05 pm
פאלט אייך נישט ביי אז מיט ווייניגער ארבעטס שעה'ן וועלן זיי נאכאלץ אנקומען מער ווי יעצט..?

ווי לויטעט די אלטע כלל: work expands to fill the time given to complete it..
זיכער אז נישט, יוניאן ארבעטערס זענען די פוילסטע ארבעטס קראפט.
דעקונג ביטע (איך ווייס נישט אנדערש אבער ווארף נישט קיין דעקונג-לאזע פאקטן).
איך האב געהאט שייכות אין די קלינינג אינדוסטריע, און א געלעגענהייט צו זעהן די חילוק פונדערנאנט. גענוג? אדער נאך אלס דעקונגלאז?
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

@פאסט טרעגער געדענקסט נאך ווען די שווארץ זעער האבן געווארנט אז טעסלא איז טעמפארערי ווייל איין מאל די "גרויסע" אמעריקאנע קאמפאניעס ווי דזשי עם און פארד העלן גיין עלעקטריק וועט טעסלא גיין כאפן א דרימל?

למעשה...
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

אה''ו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:06 pm
רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:54 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 10:27 am
UAW איז שוין עטליכע טעג אין א טיילווייזע סטרייק, וואס אויב ברייטערן זיי עס אויס וועט עס זיין פון די גרעסטע סטרייקס אין היסטאריע. עס איז די ערשטע סטרייק אין היסטעריע קעגן די דריי אויטא קאמפעני אויף איינמאל.

די דריי גרויסע פירמעס, פארד, דזשי עם, און סטעלענטיס, האלטן נישט ביים מיטטאנצן מיט די צודרייטע יוניאן קאמפריזן , פארגאנגענע וואך האט די קאנטראקט מיט די יוניאן עקספייערד און 12,000 ארבעטער זענען געגאנגען אויף סטרייק...
פונקטליך וועלכע פון זייערע פארלאנגען איז 'צודרייט'..?
די פארלאנגען לגבי די פעי איז נישט אזוי צודרייט זינט די עוורידזש ארבעטער מאכט אונטער $30 א שעה און א %20 העכערונג וועט אויסקומען זעקס דאלער א שעה פאר די פשוטע ארבעטער.
UAW 01.png
UAW 01.png (33.49 KiB) געזען 1146 מאל
אבער די יוניאן פארלאנגט צו קאטן די ארבעטס טעג צו בלויז פיר טעג א וואך, פונקט ווי אין די צודרייטע אייראפישע לענדער, דאס טייטש אז אפילו מיט די געהאלט העכערונג גייט דער ארבעטער נישט פארדינען מער צוליב די ווייניגער ארבעטס טעג. דאס נעמט אוועק די ’וויקטעם’ טענה וואס די יוניאן שפילט בשם די ארבעטער, ווייל נניח די קאמפאניס וועלן זיך ברעכן צו אלע פארלאנגען וועט די פלעינע ארבעטער נישט מאכן מער געלט.

און דאס איז חוץ די פאקט אז פארלירן א ארבעטס טאג פער וואך וועט צוריק ארויפשרויפן די שוין אזוי אנגעשטרענגטע אויטא פרייזן וואס האט הערשט יעצט אנגעהויבן אביסעלע אראפצוקומען.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ווי האלטן זאכן? די סטרייק גייט נאך אן?
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

אה''ו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:42 am
ווי האלטן זאכן? די סטרייק גייט נאך אן?
הערט נישט אויף צו ווערן 'אויסגעברייטערט'....

נאך אביסל וועט עס ווערן אזוי 'ברייט' אז א טרעקטאר טרעילער וועט אריינפיטן דערינען...
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אה''ו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:42 am
ווי האלטן זאכן? די סטרייק גייט נאך אן?
יוניאן געקומען צו א פארשטענדעניש אפמאך מיט פארד, און ארבעטער ביי די פירמע וועלן זיך היינט אומקערן צו זייער ארבעט.

די יוניאן זעצט פאר ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די אנדערע צוויי פירמעס.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-10-26 204605.png
Screenshot 2023-10-26 204605.png (59.05 KiB) געזען 864 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:46 pm
אה''ו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:42 am
ווי האלטן זאכן? די סטרייק גייט נאך אן?
יוניאן געקומען צו א פארשטענדעניש אפמאך מיט פארד, און ארבעטער ביי די פירמע וועלן זיך היינט אומקערן צו זייער ארבעט.

די יוניאן זעצט פאר ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די אנדערע צוויי פירמעס.
ווער האט נאכגעגעבן?
@פאסט טרעגער
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13674
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פארד שאצט אז די פירמע וועט האבן ארום $850-900 מער אויסגאבן פער קאר צוליב די נייע יוניאן אפמאך וואס העכערט די געהאלט פאר יוניאן מיטגלידער מיט 25% פראצענט אין די קומענדיגע פיר אהאלב יאר.

די ריסעיל פרייז פאר א טעסלא...
אטעטשמענטס
IMG_20231027_013612.jpg
IMG_20231027_013612.jpg (66.31 KiB) געזען 725 מאל
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

ווען מען רעדט פון קאר מעניפעקטשור איז כדי אנצומערקן אז עס איז דא 2 חלקים, פארטס און אסעמבלי פלענט

פארטסלדוגמא פאר א פאסיפקע - וואס יעדע קאר האט עטליכע 1,000 פארטס ווערן געמאכט אין פארשידענע לענדער אין די וועלט, עס ווערט אריינגעברענט מיט די טראקינג וועלט נעץ צו די אסעמבלי פלענט

אסעמבלי פלענט
אסעמבלי פלענט, לאמיר רעדן פון די קרייסלער פאסיפקע, יענץ איז אין קענאדע און לכאורה נישט אינטער די יאניען הגם די פארטס עטליסט א חלק פארטס ווערן יא געמאכט אינטער די יאניען
די אסעמבלי פלענט איז ריזיג 4.4 מיליאן סקווער פיס מיט 3,568 ארבעטער אין 2 שיפטס, רוב ארבעט ווערט געמאכט אטעמאטיש מיט מאשינען, קיין שום פארט פון די קאר ווערט נישט געמאכט דארט בלויז מען שטעלט עס צוזאם מיט די קאר אחוץ די מעין סטראקשער פון די פלאר ווענט און דאך וואס ווערט געמאכט אויפן פלאץ קודם עקסטער די פלאר און עקסטער די ווענט און עקסטער די דאך און דערנאך געוועלט מיט פייער אויפן פלאץ אלץ איין שטיק
יעדע קאר פארט דורך טרעקס משך א שטח פון א האלבע מייל אינסייט די פלענט, ווי ביי יעדע פאר פיס ווערט געטין עפעס אנדערש ביז די קאר איז פערטיג און געפעינט עס נעמט געציילטע טעג פון מען הייבט אן א קאר ביז עס איז פיניש100%, דערנאך גייט עס אריבער אינספעקשנס און טעסטינג

דערנאך פארן די קארן צו די פאָרט, געווענטליך זענען די אסעמבלי פלענט'ס נאנט צו א פאָרט, און עס פארט ארויף אויף א קאר טראנספארט שיף און די שיף פארט נאנט צו די פארטן נעבן די דילער'ס צו וועם עס דארף אנקומען פון דארט פארט עס אריין אין א טראנספארט טרעילאר צום דילער, די דעליווערי חלק קען נעמען א חודש
אטעטשמענטס
images (2).jpeg
images (2).jpeg (16.51 KiB) געזען 660 מאל
images (3).jpeg
images (3).jpeg (13.58 KiB) געזען 660 מאל
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:46 pm
אה''ו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:42 am
ווי האלטן זאכן? די סטרייק גייט נאך אן?
יוניאן געקומען צו א פארשטענדעניש אפמאך מיט פארד, און ארבעטער ביי די פירמע וועלן זיך היינט אומקערן צו זייער ארבעט.

די יוניאן זעצט פאר ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די אנדערע צוויי פירמעס.
פארשטענדענעיש אפמאך דערגרייכט מיט סטעלענטיס.

--
סטרייקס ביי GM אויסגעברייטערט.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: יוניייטעד אויטא ווארקערס יוניאן סטרייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשענעראל מטארס דערגרייכט א פארשטענדעניש אפמאך מיט די יוניאן
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”