בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

א שאלה בהלכה פארן ציבור דאהי.

איך שטיפ דורך דעם חודש און איך ארבעט שווער, מיט די מטרה נישט צו מאכן קיין חובות. איך האב ביי מיר א ציל אז איך זאל נישט דארפן בארגן קיינמאל קיין געלט און איך שטרענג זיך איבער דערפאר. איך וועל נישט זאגן - איך האב א האלבע יאר צוריק חתונה געמאכט, און איך האב נאך אצינד חובות עטליכע צענדליג אלפים, אבער איך שטרעב נישט צו מאכן קיין נייע חובות און איך פראביר אפצוצאלן די אלטע.

יעצט איז אנגעקומען א טעלפאן קאל פון די מוסדות, אז טאמער מיין שכר-לימוד באלאנס ווערט נישט אויסגעצאלט ביז סוכות, שיקט מען אהיים די קינדער נאך סוכות.

איך האב פאר מיר צוויי אפציעס: 1. ארבעטן שווער, אויך חול-המועד (וואס איך האב קיינמאל נישט געטון, און מיינע קינדער וועלן דאס שפירן אינדערהיים). 2. ברעכן מיין קבלה און בארגן אפאר טאלער.

וועלכע פון די צוויי איז ריכטיגער צו טון?
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9431
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

רוויגו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:08 pm
א שאלה בהלכה פארן ציבור דאהי.

איך שטיפ דורך דעם חודש און איך ארבעט שווער, מיט די מטרה נישט צו מאכן קיין חובות. איך האב ביי מיר א ציל אז איך זאל נישט דארפן בארגן קיינמאל קיין געלט און איך שטרענג זיך איבער דערפאר. איך וועל נישט זאגן - איך האב א האלבע יאר צוריק חתונה געמאכט, און איך האב נאך אצינד חובות עטליכע צענדליג אלפים, אבער איך שטרעב נישט צו מאכן קיין נייע חובות און איך פראביר אפצוצאלן די אלטע.

יעצט איז אנגעקומען א טעלפאן קאל פון די מוסדות, אז טאמער מיין שכר-לימוד באלאנס ווערט נישט אויסגעצאלט ביז סוכות, שיקט מען אהיים די קינדער נאך סוכות.

איך האב פאר מיר צוויי אפציעס: 1. ארבעטן שווער, אויך חול-המועד (וואס איך האב קיינמאל נישט געטון, און מיינע קינדער וועלן דאס שפירן אינדערהיים). 2. ברעכן מיין קבלה און בארגן אפאר טאלער.

וועלכע פון די צוויי איז ריכטיגער צו טון?
עסק יור לאקעל רעביי.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

איך קען נישט ענטפערן אויף דיין שאלה, איך בין נישט קיין רב.

איך קען דיר געבן א ברכת הדיוט
דער רבוש"ע זאל דיר געבן פרנסה בריוח גדול, זאלסט נישט דארפן האבן אזעלעכע שאלות.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
Saleem
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:08 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Saleem »

סאיז דא א מעשה אז די אלטע סקווערע רבי איז אריינגעקומען חול המועד אין בית מדריש אין געזעין א יוד זיצען דארט. האט ער אום געפרעיגט וואס ארבייט איר נישט ? יענער האט גענפער וואס הייסט סאיז חול המועד! האט די רבי געזאגט איר האט מיר געזאגט אז איר האט חובות!!!!


איך ווייס נישט צי סכר לימוד הייסט חובות
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ספענד ווייניגער איז נישט קיין מעגליכקייט?

איך ווייס אז:
א. פאר אן אמעריקאנער איז דאס כמעט נישט מעגליך.
ב. ווען עס וואלט געווען שייך, וואלט דער שואל דאס אוודאי געטוהן.

אבער דער סיבה פארוואס איך ברענג עס דאך ארויף איז, ווייל, דער שואל כדי צו קענען שטיפן ווייטער דאס באן, אהן דארפן צו קומען צו אנדערע מענטשען, קען זיך אן עצה געבן מיט אפאר נישטיגע דאלארען, ווייל ער קען אדער דרייען געלט, אדער פשוט גיין ארבייטן דריי צו פיהר טאג.
ער שרייבט דאך אלס מעגליכקייט צו ארבייטן חול המועד, און ווי עס זעהט אויס וועט דאס זיין גענוג צו קענען שטיפן ביז ... (נעקסטע חול המועד???).

ממילא אדער פארדינט ער גאהר אסאך, ממילא איז דאך משמע פונעם שאלה, אז ער ספענט אויך אסאך
אדער פארקערט, אז דאס גאנצע שאלה איז אויף קליינגעלט, ממילא וועט נאך א קליין ביסל שפארן פארענטפערן זיין שאלה.
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:38 pm
אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
וואס עפעס? א דבר האבוד איז מותר געהעריג, אונזערע זיידעס האבן געהעריג געארבעט חוה"מ..

עניוועי, פרעג א רב.

וויש יו אלל די בעסט.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

דער אייבערשטער זאל דיר געבן א באנטש געלד.

מיט אסאך הרחבת הדעת.

און א שמחת יום טוב.

און פאר אלע אידן.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

פארווייטאגט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm
ספענד ווייניגער איז נישט קיין מעגליכקייט?

איך ווייס אז:
א. פאר אן אמעריקאנער איז דאס כמעט נישט מעגליך.
ב. ווען עס וואלט געווען שייך, וואלט דער שואל דאס אוודאי געטוהן.

אבער דער סיבה פארוואס איך ברענג עס דאך ארויף איז, ווייל, דער שואל כדי צו קענען שטיפן ווייטער דאס באן, אהן דארפן צו קומען צו אנדערע מענטשען, קען זיך אן עצה געבן מיט אפאר נישטיגע דאלארען, ווייל ער קען אדער דרייען געלט, אדער פשוט גיין ארבייטן דריי צו פיהר טאג.
ער שרייבט דאך אלס מעגליכקייט צו ארבייטן חול המועד, און ווי עס זעהט אויס וועט דאס זיין גענוג צו קענען שטיפן ביז ... (נעקסטע חול המועד???).

ממילא אדער פארדינט ער גאהר אסאך, ממילא איז דאך משמע פונעם שאלה, אז ער ספענט אויך אסאך
אדער פארקערט, אז דאס גאנצע שאלה איז אויף קליינגעלט, ממילא וועט נאך א קליין ביסל שפארן פארענטפערן זיין שאלה.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גראַדע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:43 pm
את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:38 pm
אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
וואס עפעס? א דבר האבוד איז מותר געהעריג, אונזערע זיידעס האבן געהעריג געארבעט חוה"מ..

עניוועי, פרעג א רב.

וויש יו אלל די בעסט.
איך האב עס נישט יעצט געלערנט, אבער כ'מיין אין שו"ע איז נאר מותר אויב דארפסטו געלט אויף יו"ט
אלס השקפה חלק איז אין אדם שומע ומפסיד, אבער אלס הלכה פרעג א מורה הוראה
פון אונזערע זיידעס איז נישט קיין ראי', זיי וואלט מען אויפגעזאגט אן דעם, היינט איז דא א טשויס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9636
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

כ @את פתח לו .
מ'זעהט נישט קיין הצלחה מיטן ארבעטן חול המועד.
ס'איז זייער מאדנע אבער צו וועם איך רעד און ביי מיר אויך וואס מ'ארבעט מיט א היתר קען מען קלאר זעהן אז מ'פארלירט געלט צוליב די ארבעט.

איך וואלט נישט גע'פסק'ט פאר אזא איינער ווי דיר, אבער ס'איז הפלא ווי ביי די נושא זעהט מען שטארק דעם יד השם.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גראַדע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:43 pm
את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:38 pm
אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
וואס עפעס? א דבר האבוד איז מותר געהעריג, אונזערע זיידעס האבן געהעריג געארבעט חוה"מ..

עניוועי, פרעג א רב.

וויש יו אלל די בעסט.
עס איז מתור, אבער א סימן ברכה איז נישטא….

א אפגעבריטער
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
Saleem
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:08 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Saleem »

דאס האט נישט מיט געפיעל

פרעיג א דיין
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:49 pm
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:43 pm
את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:38 pm
אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
וואס עפעס? א דבר האבוד איז מותר געהעריג, אונזערע זיידעס האבן געהעריג געארבעט חוה"מ..

עניוועי, פרעג א רב.

וויש יו אלל די בעסט.
עס איז מתור, אבער א סימן ברכה איז נישטא….

א אפגעבריטער
עס שטייט אז מ'זעהט נישט קיין סימן ברכה? אויב נישט, מאכט נישט אויס דיין ספעציפישע עקספעריענס
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

גראַדע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:43 pm
את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:38 pm
אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
וואס עפעס? א דבר האבוד איז מותר געהעריג, אונזערע זיידעס האבן געהעריג געארבעט חוה"מ..

עניוועי, פרעג א רב.

וויש יו אלל די בעסט.
אגב.
וויפיהל דאללער הייסט ביי דעם דבר האבוד?
$20 הייסט אויך דבר האבוד?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:47 pm
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:43 pm
את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:38 pm
אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
וואס עפעס? א דבר האבוד איז מותר געהעריג, אונזערע זיידעס האבן געהעריג געארבעט חוה"מ..

עניוועי, פרעג א רב.

וויש יו אלל די בעסט.
אגב.
וויפיהל דאללער הייסט ביי דעם דבר האבוד?
$20 הייסט אויך דבר האבוד?
סיי וועלכע סכום הייסט דבר האבוד, לאפיקי מניעת ריווח, וואס איז נישט מותר סיידן און גאר אויסנאמליכע מציאות
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:47 pm
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:43 pm
את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:38 pm
אנדערש בארג געלט, ווייל אויב מען ארבעט חול המועד זעט מען נישט קיין ברכה אין די געלט, און העסט ממילא מיזן בארגען שפעטער…

בעט די אויבערשטער און האב בטחון אז ער וועט דיר שיקן געלט.

מזונותיו של אדם קבוצים…. חוץ מהוצאות בנים לתלמיד תורה.
וואס עפעס? א דבר האבוד איז מותר געהעריג, אונזערע זיידעס האבן געהעריג געארבעט חוה"מ..

עניוועי, פרעג א רב.

וויש יו אלל די בעסט.
אגב.
וויפיהל דאללער הייסט ביי דעם דבר האבוד?
$20 הייסט אויך דבר האבוד?
היילייט די צווייטע שורה האסטו דיין תירוץ
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

צ''ק

נעם פון די חלוקות
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
המעוררים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

פידזשאמעס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:32 am
צ''ק

נעם פון די חלוקות
די חלוקות טיילן שכר לימוד?..
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: בארגן געלט אדער ענדערש ארבעטן חול-המועד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ווי קומט אריין דבר האבד דא? דבר האבד איז ווען עפעס א זאך וואס דו האסט גייט קאליע ווערן, נישט סתם אז דו ווילסט מאכן געלט. דאס אז מען האט אמאל געארבעט חוה"מ איז עס געווען בכדי נישט צו פארלירן די זשאב (אויסער דעם וואס עס איז סתם אזוי געווען דער מנהג - שלא כהלכה - מקיל צו זיין דערין און די פוסקים זענען זיך שטארק מתמרמר דערויף).

אין שו"ע איז דא היתירים פאר איינער וואס איז אין לו מה יאכל, נישט זיכער אז אין לו לשלם שכר לימוד איז בכלל זה. אבער מען קען טון פארקערט, באצאלן יעצט דעם שכר לימוד און אלע אנדערע עקספענסעס, און אז מען בלייבט אן געלט פאר חוה"מ און די צווייטע טעג סעודות איז דאס א היתר.

אדער, אויב קען מען עוסק זיין אין סיי וואס, עס איז דא אזאלכע זאכן וואס מען מעג יא טון חוה"מ, צרכי ציבור, צורך המועד א.א.וו. קען מען טון א זשאב אין אזא פעלד (איינער דארף דאך עס במילא טון, זאל עס כאטש זיין עמיצער וואס קען נוצן די געלט).
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”