קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

איידער איר הייבט אן.

א ווארט פונעם שרייבער
מיין שטעלע
איך נעם נישט קיין שטעלע אין איך ציל נישט אנטקעגן קיין שום ספעציפישען איד סיי וואס זאל זיין.

מיין אגענדע.
מענטשן זאלן זיך קוקן אין שפיגל און טרעפן זיך, נישט יענעם, אין פאמיידען אימזיסטע עגמות נפש פאר די קינדערלעך וואס זייער הארץ קען זיך קיינמאל נישט ציטיילן און אין איינוועגס שפארן צייט, געלט און הארץ וויי פאר אלע ארומיגע.

ציל פונעם אשכול.
איך עפען דעם אשכול בלויז מיט איין ציהל, איך וויל אריינברענגן מענטשן און די געפיעלישע חלק פון א ציטיילטע משפחה. איך ניץ אן אמתע געשיכטע אויסגעשארפט פארן פאפיר מיט פיקטיווע נעמען. צי קלארשטעלן פאר מענטשן אז דאס איז נישט קיין ווער ווייסט וואס מחלוקה, דאס איז א בלוטיגע עמפיוטעשאן אויף א קינדס/קינדערס לעבן אנע איינשלעפונג.

פאר די קאמענטירסט
איך פארשטיי אז עס איז שטארק מעגליך אז ביי דיר איז די מעשה געווען פונקט דאס פארקערטע, איך וועל אנקומען צי אזא געשיכטע אויך, איך קען ליידער צו אסאך.
אויב די שפיערס אז די דארפסט עס אויסשרייען וואס דרוקט דיר, עס איז זייער נארמאל, קענסטו עס טוהן אין אן עקסטערע אייגענע אדער עגזיסטירענדע אשכול.
ביטע האלטן דאס פלאץ ריין.

לייקס.
דאס איז זייער וויכטיג מיר צי האלטן אינפארמירט אויב איינער ליינט דאס בכלל אין וויל ליינען נאך.

סימפאטיע
אויב ווילט איהר שרייבן אייער סימפאטיע פאר די אלע וואס מאכן מיט דאס ענדליכע. האלטס עס קארץ און עס פעלט נישט אויס צי לאזן די גאנצע מגילה צי וואס איהר ציטירט. כדי צי האלטן דעם אשכול באקוועם פאר די ליינער וואס ווילן בלויז דעקן די פארזעצונג.

א גיטן מועד
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

וועלטס מבין האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 6:56 am
ארטיקל #1 אין סעריע פון קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

געווען בין איך א בחור פון 14 יאר פארענדיג  אויפן וועג אהיים פון ישיבה אויף בין הזמנים.

איך רוף מיין חבר פון א זיץ אינטער מיר אין ער ענטפערט עפעס צימישט, שטעל איך זיך אויף צי אים זען אויב אלעס איז בסדר.

זעי איך מיין חבר ברוך איז פארנימען, זיין רויטן פנים זאגט מיר אז ער טוט עפעס פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן.

איך האב ברוך טאטעאוויטש גוט געקענט, ער האט יעדעם געזאגט אז ער איז א טאטעאוויטש אייניקל, אין מיט שטאלץ פארציילט מעשות פין זיין טאטעאוויטש באבע ביים קריג. אין ווער נאך סאיז זיין פעטער פון זיין טאטעאוויטש זייט.

איך אין עטליכע פון מיינע חבירם האבן געוויסט אז ער וואקסט אויף ביי משפחת מאמעאוויטש א וואולער איד מיט וועמען זיין מאמע האט חתונה געהאט בזווג שני. מיר האבן נישט געמאכט קיין עסק דערפון, ער איז נישט געווען דער איינציגסטער בחור אין אינזער ישיבה מיט אזא משפחה אויסשטעל.

ברוך איז געווען א עכטע באליבטע בחור, א גרינטליכע לערנער, א באטעמטע שמיסער, מיט א זיסע שמייכל ועל כולם א גיטע הארץ.

אינז האב מיר געלערנט בחברותה איין סדר אין ישיבה, מיט ברוך האט יעדער געוואלט לערנען, סאיז מיר געלאנגן צי האבן אזא פיינע חברותה, ווען ברוך האט זיך געשטעלט דאווענען יעדן ציפרו אויף מיין טיש האב איך געמערק אז ער האט א תפילין בייטל מיט זיין עכטע נאמען, ברוך טאטעאוויטש.

איך בין געווען זייער ציפרידן פאר אים,
אז צי זיין בר מצווה האט ער באקומען א תפילין בייטל מיט זיין עכטן נאמען, ד.מ. כאטש אז ער האט נארמאל וויזיטעשאן אין מען לאזט אים אפילו האבן זיין עכטע נאמען אויף זיין תפילין בייטל.

שטייט יעצט ברוך פאר מיר, מיט א רויטן פנים, טרערן אין די אויגן, מיט א געשטופטע שמייכל.

"דאס איז נאר מיין תפילין בייטל פאר בין הזמנים, זאגט ברוך מיט א געשטיקטע קול"

איך קוק אין פארשטיי נישט וואס סגשענט יעצט פאר מיר.

ברוך געט זיך א זעץ אריין נעבען מיר און וויינעדיגערהייט פארציילט ער מיר.

מיין טאטע האב איך נישט געזען פאר א שיינע פאר יאר. ער וואונט נישט אין אינזער געגענט, ביי מיין בר מצווה איז ער נישט געווען...
ביפאר מיין בר מצווה זענען מיר געגאנגן קויפן א תפילין בייטל, איך האב דעם אינגערמאן ביים טישל אנגעזאגט צי שרייבן ברוך טאטעאוויטש ווייל דאס איז מיין עכטע נאמען אין סאיז שוין צייט פאר מיר צירוק צי טוישן, אין מיין מאמע ריפט מיר אין א זייט אין גיבט מיר קאלטס אין ווארעמס, האב איך בלית ברירה געזאגט דעם אינגערמאן אז איך הייס עכט ברוך מאמעאוויטש.

ב"ה דער געשעפטסמאן האט נישט געלייגט ציפיל אויפמערקזאמקייט אויף דעם טויש.

איך גיי לייגן תפילין צימארגנס פין מיין בר מצווה, אין איך שפיר ווי מיין נייע תפילין בייטל טוט מיר וויי.... ער טשעפעט מיט מיינע געפילן.... ער צירייסט מיין איידענטיטעט.... די תפילין בייטל לאזט מיר נישט זיין מיך.... אזוי אראפגעשלעפט זאג איך דעם ערשטן מאל להניח מיט א פיינער איד אבער נישט מיין טאטע.

א יאר דערויף האט מען מיר געאפפערט אז איך קען פארן אין א דארמעטארי ישיבה, צי קענען לינדערן א יחוד פראבלעם אין שטוב, איך האב מיר ציגעכאפט דערצו, אין דארמעטארי בין איך דאך פונקט ווי איעדער.

פארענדיג אין ישיבה האב איך באקומען אביסל געלט, מיט די געלט האב איך געקויפט א נייע תפילין בייטל מיט מיין עכטע נאמען ברוך טאטעאוויטש. אזוי האב איך כאטש א גאנצן זמן אין ישיבה געהאט מיין עכטע תפילין בייטל, כהאב געשפירט זיך, אין איך שפיר אז דאס האט מיר געגעבן א שטארקן שטופ פין זעלבס זיכערקייט אין ב"ה סאיז געווען א פעסטע זמן.

יעצט טויש איך שנעל צירוק צי מיין אנדערע תפילין בייטל מיט דעי מאמעאוויטש נאמען, ווייל מיין מאמע וועט מיר כווייס-נישט-וואס טין אויב זי וועט מיר זען מיט מיין עכטע תפילין בייטל.

אבער איך קוק שוין ארויס אויפן נעקסטן זמן ווען איך וועל זיין צירוק איך. ♡
וועלטס מבין האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 11:53 am
ארטיקל #2 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

ווען ברוך איז עלטער געווארן בערך 16 יאר, האט זיך אנגעהויבן אין זיין קאפ א נייע עפאכע.

ברוך בענקט זיך נאך זיין טאטע....

ער ווייסט אז זיין טאטע איז א רשע מרשע, אבער דאך, ער וועט אים פארהאלטן אויף וואס ער איז פון אים אוועקגעלאפן, אין זאגן אז סאיז נישט נארמאל צי איבערלאזן קינדער ווייל זיי זענען נישט וואול, אפשר וועט ער מיר קענען מסביר זיין וואס סהאט באמת פאסירט.

בעצם האט ברוך נישט געהעריג פארשטאנען וואס זיין מאמע האט אים כסדר געזאגט אז זיין טאטע האט אים איבערגעלאזט ווייל ער איז נישט געווען וואול, זיין טאטע הערט ער האט נאכאמאל חתונה געהאט אין האט א שטוב מיט קינדער, סהערט זיך בכלל נישט ווי איינער וואס האט א פראבלעם ווען קינדער טאנצן אים אויפן קאפ, אין ברוך ווייסט אויך אז ער איז היפש צי די שטילע זייט.

ברוך כאפט א געלעגנהייט אין שמועסט זיך אויס מיט די משפיע, דער משפיע איז געווען אן עלטערער ווארעמער, זיסע אידל, וואס אינזער ישיבה האט געהאט מיט וועמען בחורים האבן געקענט זיך אויסשמיסען סיי וואס, ער האט געווענטליך ציגעוויזן א שיינע מאור ושמש, אנגעוויזן צי לערנען שבט מוסר, אגרה דכלה, תני דבי אלי' איז געווען שגור בפיוו אא"וו.

געבליבען איז אז ער איז געהעריג מחיוב מיט כיבוד אב, אין אז ער וויל קענען זיין טאטע כאטש וואס ער האט אויף אים די טענות, דאס מאכט אים נישט פאר אן אויסנאם ווייל אסאך בחורים פין נישט ציטיילטע שטובער האבן ל"ע טענות אויף זייער טאטע/מאמע, אין גייען נאכאלץ אהיים צי זיי, אין בפרט דא ווי ער האט זיך בסך הכל נאר אנגעהערט אזויפיל אויף זיין טאטע ביי זיין זיידע אינדערהיים און אין זיין מאמעס הויז.

ברוך גייט צי זיין דארמעטארי ציממער, א בחור פון 16 יאר אלט אין שפירט ווי זיין קוים געוואקסענע שוואכע בערדל ווערט אים ווייס.

ער מאכט חשבונות, פארציילן מיין מאמע וואס איך וויל איז נישט קיין אפשען, איך וויל איר אויך נישט וויי טין.

נא וואס טוט מען?


אפשר לאז איך מיין מאמע וויסן אז דעם בין הזמנים דעם ערשטן שבת גיי איך צים אנדערע שטאט איך גיי גיין צי מיין טאטע... נאכדעם טראכט ער, זי וועט אוודאי נישט צישטימען אין אפשר גאר שרייען אין ווארפן אויף מיר שילד געפילען.....

אזוי גייען די לעצטע פאר וואכן פינעם זמן אריבער, אין ברוך דרייט זיך ארים ווי א פארדאגעטע שדכן.... וויאזוי מאך איך אז דער דערשראקענע ברוך זאל אנקומען צי זיין טאטע, איך ווייס אפילו נישט מיין טאטעס אדרעס....

דער עולם שטייט שוין אין די רייע, מען ווארט זיך צי געזעגענען פונעם ראש ישיבה.

ברוך איז נאכנישט זיכער וועלעכע וועג ער נעמט אהיים.
ברוך ווייסט נישט צי וועלעכע הויז ער גייט גיין דעם בין הזמנים.

ברוך גייט אריין אין דארמעטארי ציממער, אין נעמט זיך ביטערליך צי וויינען, איך באלאנג אין ערגעץ נישט, באשעפער איך האב נאר דיר.. פארשיין מיר די וועג.

ברוך קומט צים החלטה אז ער קען נישט העלפן זיין מאמע וואס זי האט זיך אליין אויסגעוועלט צי דארפן קוקן דעם אמת אין פנים איין טאג
אז זי האט שאדן געמאכט פאר איר ברוך,

נו זאל זי וויסן אז יענע טאג איז שוין אנגעקומען.....

ברוך נעמט זיך ציזאמען, נעמט זיינע רענצליך טוישט נישט זיין תפילין בייטל, אין ער לאזט זיך ארויס, איך גיי צי מיין טאטעס שטאט אין איך ווייס נישט ווי צי גיין דארט אבער דער אייבישטער וועט מיר העלפן.

ויסעו, ברוך זעצט זיך אין די פאדירשטע זיץ, אינטער די דרייווער א היימישע איד. ער זיצט פארדאגט, וויאזוי לאז איך מיין מאמע וויסן אז זי זאל נישט ווארטן אויף מיר, גייט מיר מיין טאטע עקסעפטן? פון ווי ווייס איך אויף וועלעכע גאס איך דארף אראפגיין?

דער דרייווער רעדט העפטיג אויפן פאון, איך פרוביר צי אוועק טראגן מיינע דאגות ביים פראבירן צי פארשטיין לויט וואס ער רעדט אויף זיין גרויסע בלו-טוט העד-סעט, וואס די אנדערע זייט האט צי זאגן. ביז מקימט אן צי א פלאץ ווי סאיז נישט דא קיין סערוויס, די טעלעפאן ווערט אפגעהאקט.

דער דרייווער גייט ליידיג, אין פרעגט, בחורל וויאזוי הייסטו?
ברוך זאגט שעמעדיגערהייט, טאטעאוויטש, וועלעכע טאטעאוויטש? ברוך ווערט רויט.... דער דרייווער זעהט סאיז נישט בסדר, פרעגט ער די נעקסטע סטאנדארד קשיא, ווי לערענסטו?
איך לערן אין די חשובע ישיבה..

דיין זיידע איז שמואל טאטעאוויטש?
ברוך שטאמעלט ארויס א י-י-י-א-א. ער מיינט אז ער געדענקט גיט, דאס דארף צי זיין די זיידעס נאמען.

ברוך-השם די דרייווערס טעלעפאן ציקלינגט זיך.....

אויוויי, קוקט אויס אז דער דרייווער ענטפערט נישט די קאל, ווער ווייסט וואס דער דרייווער ווייסט וועגן מיר, אפשר איז ער גאר.... אזוי דריידט זיך זיין קאפ מיט קאמפלעקס.

דער דרייווער הייבט זיין קול, וועלעכע זין פין שמואל איז דיין טאטע?

ברוך הייבט אן שוויצן ריבונו של עולם, טאטע אין הימל! וואס גייט ער זאגן נעקסט??? וואס גייט דא זיין די נעקסטע קשיא???? כאטש זאל ער רעדן שטילער...

ברוך שעפשעט מזמור לתודה, באשעפער די האסט מיר אריין געלייגט אין די מצב, די באגלייטסט מיר יעדע רגע, זיי ווייטער מיט מיר.

הא? וועלעכע זין איז דיין טאטע? שאולי? געצי? דוד? פרעגט די דרייווער נאך העכער.

ברוך ווערט רויט ווי א מעלאונע..... ער הערט עס מיטן ווידער קול... זיין אויער דריזעלט...... ווער איז מיין טאטע?..... איך האב אים שוין אזוי לאנג נישט געזען... גיי איך אים יעצט יא זען?

דער דרייווער זאגט, הע ביזסט אומבאקוועם? אין מארמעלט, אהה איך כאפ שוין, די ביזסט מן הסתם דודי'ס.

ברוך איז פיזיש געווען אויפן בענקל, אבער גייסטיש צירוק געפלויגן צי די 7 יאר מיט זיין טאטען ציזאמען, דאס איז געווען א נאכט, זיין טאטע האט זיי געלייגט שלאפן, ציפרו ווען די טאטע איז ארויס צי די ארבעט, איז די זיידע אריבערגעקומען מיט א שלעסער אין געטוישט די שלאס פון זייער הויז, מען האט אנגעזוגט די קינדער אז טאטי טאר נישט וויסן די נאמבער. ווייל ער וויל זיי טשעפענען...

ברוך לאנדעט צירוק אויפן באס א אויפגעשאקלטער, אין הערט די דרייווער פרעגן, הייסט אז די גייסט שוין צי דיין טאטע פאר שבתים????

ברוך פרעגט אים די קענסט מיין טאטע? אוואדאי זאגט דער דרייווער, איך דאווען מיט אים יעדען שבת אין ער רעדט אסאך ווי שטארק ער בענקט זיך נאך דיר, ברוך הייסטו יא? יא ענטפערט ברוך אויפגעשאקלט אבער פרייליך.

די ווייסט ווי מיין טאטע וואונט?
יא אויף מיין קארנער זאגט דער דרייווער.

ברוך זאגט נאכאמאל מזמור לתודה, דאס מאל מיט מער האפפענונג. ער זעט אז דער מסבב כל הסיבות באגלייט אים.

דער דרייווערס טעלעפאן ציקלינגט זיך. ♡
וועלטס מבין האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:55 pm
ארטיקל #3  אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

ברוך איז שוין יעצט היימיש מיטן דרייווער, לייגט ער צי א בעסערע אויער אין הערט זיך אינטער דעם שמיעס פינעם דרייווערס טעלעפאן קאל,

דרייווער:איך האב נישט קיין בחור מאמעאוויטש אויף מיין באס
אנדערע זייט: קולות.
דרייווער: איך פרעג נישט יעדען בחור ווי אלט ער איז.
אנדערע זייט: קולות.
דרייווער: א דרייווער דארף נישט טשעקן ווי אלט איעדע בחור וואס קומט און גייט, דארף איך טראכטן אז ער אנטלויפט פונדערהיים?
אנדערע זייט: קולות.
דרייווער: הערטס מיר אויס, איך ווייס וועלעכע בחור די מיינסט אין ער אנטלויפו נישט צי קיין פרעמדע הויז, ער גייט צי זיין טאטע.
אנדערע זייט: קולות.
דרייווער:ניין איך געב נישט מיין פאון פאר אייער זון, דער אויבישטער זאל אייך געבן די שכל וויאזוי צי האנלען אייער זון, אבער איך האלט נישט אפ קינדער פון גיין צי זייער טאטע, קענסט פיילען א לאו-סוט קעגן די קאמפעני, מיין בע"ב איז א ערליכער איד, איך גלייב ער וועט זיך פרייען אז איך האב געהאלפן דיין זין פין דיינע נעגל.
טראאךך...

דער דרייווער פרעגט ברוך, האסט געהערט?, ברוך זאגט האלב א ציפרידענער, האט זי כאטש עס אויסגעשריגן אויף דיר, ווען איך וועל רעדן מיט איר וועט עס שוין האפענטליך זיין גרינגער.

טרי.. טרי.. קלינגט די נעקסטעל טויוועי פליפ-פאון פונעם דרייווער,
קאוטש52 טו-די-בעיס,
דרייווער: קאוטש52 ריספאנדינג,
בעיס: די מאמע האט דיר געקאלט?
דרייווער: יא,
בעיס: עפעס אן עסקן ער זאגט ער איז אויך א פעטער האט אויך יעצט געקאלט, דרייוו קערפאל נעם נישט קיין פאון קאלס, סגעשענט אזעלעכע מעשות יעדע שטיק צייט, אויב די ווייסט ווער סהאט מודיעה געווען די מאמע אז איר בחור איז אויפן באס, לאז אים וויסן אז ער איז עתיד ליתן את הדין.
דרייווער: קאפי

ברוך פלאצט אויס אין א געוויין, פין די עמויציענאלער ראולער קאוסטער, אין הערשט ווייסט ער נישט זיכער וואס פאר א טאטע עס ווארט אים אפ, די דרייווער גייט קארצע ערמל, ער איז מיין טאטענס שכן, ווער ווייסט וויאזוי מיין טאטע דע א.ג. רשע מרשע קוקט אויס, אפשר עסן זיי נישט קיין כשר אינדערהיים, אפשר וועל איך נישט האבן קיין ברירה נאר צירוק גיין צי מיין מאמע אין ליידן די קאנסעקווענצן.

נאך אפאר מינוט נעמט ברוך די קאראש, אין פרעגט דעם דרייועא, די קענסט מיין טאטע גוט? יא אוואדאי זאגט די דרייווער. ער גייט מיט היט אין רעקל פרעגט ברוך? יא, אין ער האט א בארד אין פיאות? ניין...

ברוך איז זייער נישט פרייליך צי הערן, אפשר מאכט ער דא א גרויסן טעות, ברוך טראכט צי זיך יא בארד נישט בארד, ער איז מיין טאטע, אין האב נישט קיין צווייטן פארפאלן.

סהערשט א שטילקייט אויפן באס, דער דרייווער פרעגט ברוך, ווען האסטו לעצט געזען דיין טאטע? זאגט ברוך 9 יאר, צוויי וואכן מיט אפאר שעה צירוק.

דער דרייווער געט א טראכט, איין רגע, דער בחורל ציילט נישט נאר יארן נאר די טעג אין שעות אויך.

די דרייווער פרעגט ברוך האלב קאמיש, וויפיל אזייגער האסטו לעצט געזען דיין טאטע? 8:29 אינדערפרי ענטפערט ברוך מיט ביטערניש. אין די געדענקסט נאך פרעגט די דרייווער? יא מיין טאטע האט געלערנט מיט זיין חברותה אויפן טעלעפאן אין איך האב אים געזוגט א גיטן טאג לויפענדיג צים באס, נאכמיטאג ווען איך בין אהיימגעקומען פין חדר האט מען שוין געהאלטן אינמיטן טוישן שלעסער.

דער דרייווער פראבירט צי באקומען דעם טאטענס נאמבער אבער אן דערפאלג. ער פראבירט די היים נאמבער אבער קיינער הייבט נישט אויף.

אפאר לאנגע פארמוח'טע מינוטען גייען אדארעך אין דער דרייווער זאגט, יעצט פיעלט ער שוין מיין איך בעסער.

ווער פיעלט בעסער פרעגט ברוך?
דיין טאטע ענטפערט די דרייווער, די האסט דאך מיר געפרעגט פריער צי דיין טאטע האט בארד אין פיאות, סאיז אים נעבעך ארויסגעפאלן פין די ביטערע טריעטמענטס, מער ווי איינמאל ווען איך האב אים מבקר חולה געווען אין ענ.וויי.יו. האספיטאל אין זיינע קינדער האבן אריינגערופן האט ער נאכן אראפלייגן געזאגט, איך מיז נאך לעבן, מיין ברוך זיכט מיר זיכער.... ב"ה סהייסט אז יעצט איז ער שוין קליען.

ברוך פאלט אריין אין שאק. ווען איך ווייס כאטש מיין באבעס נאמען, קען איך וועין זאגן תהילים פאר אים.


סבלייבט שטיל ביז כמעט סוף וועג,

ברוך זאגט דעם דרייווער, עס גייט מיר נישט אן, די לייג מיר אראפ ביי מיין טאטעס הויז אין איך וועל שוין קלאפען אויפן טיר.

ברוך רופט זיך אן דער דרייווער, דא די ליכטיג בלויע הויז ביי די קארנער וואונט דיין טאטע. ברוך גייט אראפ פון באס, דער דרייווער העלפט אים מיט די געפעק אין ער גייט ארויף די דריי טרעפ פארענט פונעם הויז אין גיבט א איידעלע קלאפ אויפן טאטען'ס טיר. ♡
וועלטס מבין האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 1:39 am
ארטיקל #4 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

ברוך שטייט מיט א קלאפעדיג הארץ ביים טיר, מיין מאמע איז שוין גערעגט אויף טויזענט אין איך שטיי דא ביי א טיר וואס מעגליך מיין טאטע איז מער נישט דארט.

אזוי גייט פארביי א לאנגע פיפצען מינוט, ברוך האט מורא צי שטיין אינדרויסן ביים טיר, ווער ווייסט ווער עס וועט אים זען דארטן אין דערקענען, ער דארף נישט די גאנצע שטאט זאל מיטהאלטן אז ער האט מורד געווען אין זיין מאמע, סאיז דאך זיין פריוואטע לעבן.

ביז א האלבע שעה קומט ציגיין א פרוי מיט קינדערלעך וואס זייער פנים שיינט א חסידישע חן, זיי דערנענטרן זיך צי די טרעפ אין קוקן אויף ברוך ווי אויף א משולח, די מאמע זייער ווארעם פרעגט, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

ברוך שטייט פארלוירן, ער שעמט זיך, ער האט דעם פנים קיינמאל נישט געזען, בין איך אויפן ריכטיגען פלאץ?... איז די פרוי די מאמע דא? איר דארף איך באיינדרוקען? זי וועט אפמאכן אויב איך קען יא אדער נישט דא פארבלייבן?

די פרוי פרעגט נאכאמאל מיט א מער ווייעכע שטימע, די זיכסט איינעם ספעציפיש?

ברוך שטארקט זיך אין זאגט, איך זיך מיין טא.... ברוך שטיקט זיך, די פרוי ווארט מיט געדולד אין קוקט ברוך אין די אויגן ווי זי טראכט די זעלבע נאר וויל נישט קימען צי קיין השערות פאר זי ווייסט פאר זיכער.
זי טראכט קודם לאז מיך אים לאזן קומען צום ווארט, איך וועל אים נישט איבערהאקן ער זעט אויס זייער עמוישינעל, סאיז נישט גיט צי יאגן איינעם וואס מיטשעט זיך צי אויסדריקן ספעציעל ווי סקוקט אויס איז דאס....
די פרוי זעיט אז דער בחור דארף הילף נאך א קארצע וויילע פרעגט זי, די ביזט ברוך?

ברוך שעמט זיך זייער, אבער נעמט זיך כליפערן פאר די פרוי אין קינדער אין פרעגט, איז דאס משפחת טאטעאוויטש? די פרוי זאגט יא, און זי ווארט נאך אויף ברוך'ס ענטפער.. ברוך נעמט זיך ציזאמען אין פרעגט מיין טאטע איז דא?
די פרוי בארוהיגט קודם ברוך אין זאגט אים האב נישט מורה צדיק, איך וועל טין פאר דיר וואס נאר מעגליך דיר צי מאכן באקוועם, דיין טאטע האט מיר אסאך פארציילט איבער דיר, ער האט מיר אויך געזאגט אז די ביזט א קליעג קינד אין די גלייכסט צי ליינען ביכער, איך בין זיכער אז יעצט גלייכסטו שוין צי לערנען תורה.

ברוך האט נאך אין זיין לעבן נישט געשפירט אזא וואראמקייט אין די לופט, די קינדער שטייען פארגאפט, די מאמע רופט זיי אריין אין אויך ברוך, זי זאגט ברוך זאל זיך באקוועם מאכן אין דיינינג רום, זי ברענגט אים אביסל טועמיה, מיט טרינקען, זי בעט ברוך צי ווארטן אפאר מינוט.

ברוך ווייסט נישט וואס סהאט אים געטראפן, אבער די פאזעטיווע לופט מאכט אים שפירן זייער פארזיכערט. ער הייבט אן צי שוויצן אין ווערן רוהיגער.

ער הערט ווי די מאמע רופט א שכן אויפן טעלעפאן אין פרעגט אויב זי קען אריבערשיקן אירע קינדער פאר א שעה צוויי. זי באדאנקט זיך אין רופט אויס צי די קינדער, גייטס שיין צים שכן, ביז איך רוף ענק אהיים.

די מאמע גייט ארויף אליין אויפן צווייטען שטאק, אין ביז אפאר מינוט הערט ער צוויי מענטשן קומען אראפ.

א איד וואס קוקט אויס היפש פארעלטערט אבער די ווארעמע בליק וואס ליגט אים אין די ביינער פון יענעם לעצטן א גיטן טאג קריכט אים אריין אין טיפן הארצן.

ברוך אן קיין קווענקל, לויפט צי זיין טאטע אין קען נישט רעדן, ער נעמט אים ארום אין ר' דוד זאגט שמע ישראל וגו' ברוך שהחיינו וקמיינו איך גרייט מיך שוין יארן אויף דעם מינוט שרייט ער אויס מיט א שוואכן קול...

ברוך קען נישט לאזן גיין פון זיין טאטע, א ווארעמקייט אין פאזיכערטקייט וואס ער האט יארן נישט געשפירט. זיין אויסקוק האט זיך היפש געטוישט, קוים א צירוק וואקסענדע בארד, אבער די הארץ די ליבשאפט איז וואס ער האט ארויסגעקוקט אויף.

ברוך האט פארגעסן אז די ארגינעלע פלאן איז געווען פארציהאלטן זיין טאטע פארוואס ער איז אנטלאפן פון אים.

אויב האט ער געדארפט איינער זאל אים פארזיכערן אז זיין טאטע האט נאר פשוט אויפגעבן זיך צי שלאגן מיט די משפחת מטורפים איז די שטילקייט מיט די איבער רינענדע געפילן איבערגעריסן געווארן מיט שטארקע אימרוהיגע קלאפפען אויפן טיר, ר' דוד מיטן בני בית גייען שטייטעלעך צים טיר זיי עפענען די טיר אין זיי גלייבן נישט ווער עס שטייט דארט. ♡
וועלטס מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:18 pm
ארטיקל #5  אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

ביים טיר שטייט איינער פון וועמען ברוך האט זייער מורה, זיין מאמעס פעטער בעריש.

דער בעריש וואונט אין געגענט, ער גיבט זיך איין ווי גאר אן איינשטענדיגער מענטש, ער האט אפאר טאללער, גייט נאך געלט פאר הכנסת כלה אין איז אויך א גבאי בית מדרש נעבן זיין הויז.

דער בעריש האט שוין געקאסט אסאך ווייטאג פאר ברוך, בעריש האט ליעב בליט, ער האט אויפגעלעבט ווען ער האט געהערט אז זיין מאמע גייט זיך געט'ן.

זיין ליידיגיין איז געבראכן...... ער האט וואס צי טוהן, ער ווערט די גאנצע פארשטייער, אין יעצט קען ער שוין זיין א טעראפיסט אן א דעגרי, ער האט שוין א צוויי פאציענטן צי רייטן אויף.
און אוואדאי וועט ער נעמען די אויפגאבע פון זיין דער פארמיטלער דא.

אזוי האט זיך פעטער בעריש געצויגן זיין סיפוק, שפעטער ווען א צווייטער איד איז אריבער א גט איז ער שוין געקומען אלץ אן ערפארענער, ער האט דאן געוויסט פונקטליך וועלעכע טויען רבני און ביי וועלעכע שלש גייט די שקצת ארבעטן די בעסטע אויף ארויסציזען די טאטע פון וועג.

איינמאל האט בעריש געכאפט א ליידיג-גיין אטאקע,
האט ער זיך געמאכט ניצבאר.
ער האט געטוישט ברוך'ס חדר זאגענדי'ג זיין מאמע אז סהאט אים געדאכט אז ברוך'ס מלמד גיבט איבער גריסן פאר זיין טאטען ר' דוד, אין פאר ברוך האט ער געזאגט אז ער קען נישט ציקוקן אז זיין רבי שרייט אסאך אויף אים.

בעריש איז דעמאלטץ געקומען אין חדר ווייזן וואספארא גבר אלים ער איז, ער האט דאך געלט, ער האט ברוך'ל גענימען אין געטראגן צי א צווייטע חדר, ברוך האט זיך געטראפן אויף איינמאל, א כיתה ו' אינגעל אן קיין איין באקאנטער, זייענדיג א לעבעדיגער יתום האט די טראמא באגלייט ברוך פאר לאנגע יארן.

ברוך שטייט אין זיין טאטענס הויז געפרוירן, בעריש גיבטט א שטופ דעם טיר אין לאזט זיך אריין מיט דרייסטע טריט, ער גייט צי צום פארפרוירענער ברוך, כאפט זיין האנט אין הייבט אן גיין, אן ארויס רעדן קיין ווארט.

ר' דוד זייענדיג נאך אינמיטן ריקאווערן פון זיין מחלה, האט נישט געהאט די כח זיך קעגן צי שטעלן, ווי אויך האט ער געדענקט אז עסקנים זאגן אז אין אזא פאל זאל מען נישט טראמאטייזן דעם קינד, נאר נאכגעבן......

ברוך קען נישט פארציילן דאס איבריגע ווייל ער איז געווארן ספעעסד-אויט פין פחד.

ברוך האט זיך שוין געטראפן אינטערוועגנס, ער פרעגט פעטער בעריש, ווי טראגסטו מיר?

דארט ווי די באלאנגסט.....
זאגט פעטער בעריש א גערעגטער,

ברוך פאלט צוריק אריין אין זיינע מחשבות,

דער פעטער בעריש האט נישט גענוג אייגענע פראבלעמען???
טראכט ברוך צי זיך מיט ווייטאג,
זיינע צוויי עלסטע זון שעפט ער נישט קיין נחת, זיין טאכטער איז נישט קיין אסאך בעסער, וואס טראגט אים אזוי שטארק? ער איז אזוי ליידיג... די איינציגסטע זאך וואס ער האט אויף דער וועלט איז געלט...

סקען גאר זיין אז ער מאכט זיך פארנימען מיט א.ג. עסקנות כדי צי פארגעסן פון זיינע פראבלעמען?

ברוך!!!!! האקט איבער א געשריי!
ברוך ווען ער הערט זיין פעטער בעריש שרייערן דרייעט זיך זיין בויך, ער שפירט ווי ער דארף ארויסגיין, עס ווערט אים קאלט, אין זיין צינג ווערט אים ציזאמגעצויגן.

וואס איז דאס שרייט בעריש מי כעס????

האאאא!!!

ברוך מיט ציטער הייבט אויף זיינע אויגן אין קוקט צום רעכטע פאדירשטע זיץ אין זעיט זיין געהעריגע תפילין בייטל מיט זיין עכטע נאמען, האלט בעריש הויעך אין די האנט.
ער טראכט שוין נישט וואס קומט נעקסט..

ברוך ווייגט זיך נישט צי זאגן דעם אמת, ער שטאמעלט ארויס, איך ווייס נישט.....

די מיינסט איך ווייס נישט שרייט בעריש, נאכאלעם וואס איך האב געטוהן פאר דיר וואגסטו זיך צי טוישן דיין משפחה נאמען?????

וואס האסטו מיט טאטעאוויטש?????
טאטעאוויטש, טאטעאוויטש!!!!

ער איז בכלל נישט דיין טאטע!!!!

די מיינסט ווייל ער האט דיר געבוירן איז ער דיין טאטע???
האסט שוין אמאל געהערט פון א טאטע וואס וויל נישט קענען זיין זוהן???
האסט שוין אמאל געהערט פון א טאטע וואס אנטלויפט פין זיינע קינדער???
האסט שוין אמאל געזען א טאטע וואס לאזט א פעטער אוועק נעמען זיין זוהן??? ער איז ניטאמאל געווען נייגעריג דיר צי העלפן!!!!! פאר זיין נאז האב איך דיר אוועקגעשלעפט...
א הילפלאזע מענטש שלעפט זיך ארום, אין די ביזסט בכלל נייגעריג אין אים???
ווען די האסט געדארפט טוישן חדר איז ער דארט געווען???
ווען די האסט געדארפט תפילין איז ער דארט געווען???
ווען די האסט בר מצווה געהאט איז ער דארט געווען???
ווען ביזסט געגאנגן אין ישיבה האט ער געקערט צי מנעמט דיר אן???

ער איז זיך געגאנגען נעמען אן אנדערע ווייב אין דיר געלאזט אליין.....

דאס איז דיין הכרת הטוב???
פאר דעם בין איך דיר געקומען ראטעווען??? דאס צי זעהן?
ווילאנג רעדסטו שוין מיט אים?

היינט איז די ערשטע מאל זאגט ברוך ציבראכן.

אהא!!, היינט איז די ערשטע מאל!!! אין די תפילין בייטל קוקט שוין אויס אפאר יאר אלט, מיינסט איך בין דיין נער!!!! אינז ווייסן אז די קומסט אהער כסדר.... איך האב עס געמוזט אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל, די זאלסט וויסן אז דיין טאטע פארציילט פאר יעדעם איעדע מאל די קומסט אדער די רעדסט צי אים, ער מאכט דיר בושות אין די גאנצע שטאט, אין הערשט זאגט ער פאר יעדעם אז ער האלט אז די ביזסט פונקט אזוי משוגע ווי דיין מאמע!!!!

ער האלט דיר אין דיין מאמע פאר משוגעים, די הערסט???

ברוך זיצט א ציבראכענער מיט אן איינגעבויגענע קאפ, יעצט וויסט ער שוין נישט צי ער דארף טאקע וויינען אדער גאר לאכן, אזויפיל שטותים ציזאמען ציווארפן אין איין זאץ, דער בעריש איז דאך טאטאל משוגע....

בעריש פארקט אריין זיין קאר ווילדערהייט.♡
וועלטס מבין האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 11:02 pm
ארטיקל #6 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

בעריש גייט ארויס פין קאר אין רעדט אויפן טעלעפאן אויפגעברויזט. ברוך איז נישט זיכער וואס די שמיעס איז פינקטלעך, אבער ער קען שמעקן אז מען איז זייער נישט צופרידן פון זיין אויפגעפיערעכץ. פעטער בעריש ווארפט דא דארט שטרענגע בליקן צי ברוך אין קאר אין קוקט שנעל אוועק.

ענדליך גיבט אים פעטער בעריש ערלויבעניש ארויסציקומען, ער פיר אים אריין צי זיך אינדערהיים, ברוך קען גיט דאס הויז, ברוך רופט דעם הויז אן ערי מקלט, דא אנלויפט זיין מאמע ווען זי וויל אנטלויפן פינעם אמת. דא איז געווען דאס די פלאץ ווי מען האט אים פארשיקט גלות ליידן ווען זיין מאמע האט געשפיערט אז זיינע מידות שפיגלען צי שטארק אפ זיין טאטענס.

ער קומט אריין, מסערווירט אים סיריעל מיט מילך, ער זאגט איך האב שוין געגעסן אין איך בין פליישיג, ער שפירט די כעס אין די לופט, פעטער בעריש דרייט זיך ארויף און אראפ ביז ער רייסט ארויס, די ווייסט וועלעכע שחיטה די האסט דארט געגעסען? ברוך איז שטיל אין טראכט צי זיך, דא עס איך זיכער פעטער בעריש'ס שחיטה.....

ברוך קען זיך נישט איינהאלטן אין שיסט אויס אין א פארווייטאגטע געלעכטער, ער פריידט זיך צי ארויסלאזן די פרעשער, כאטש ער האלט זיך אינטער מיט זיין אייגענע גלייכ-ווערטל.

בעריש ווערט פארלוירן, ער שפיערט אז ברוך ווערט מער אויפגעבויעט אין ער פארלירט קאנטראל אויף אים. ער פארלאזט דעם צימער.

בעריש שיקט ארויף ברוך גיין שלאפן, העממער רעדן מארגן.

ברוך קען נישט שלאפן, ער דרייט זיך פין איין זייט צי די צווייטע, אין די טינקעלקייט פון זיין שטוב זעהט ער די צורה פון זיין טאטע, ווען טרערן רינען פון זיינע אויגן, ער הייבט אן זיך זעלבס באשילדיגן אין די גאנצע פרשה;

ער וואלט ווען געדארפט קליגער האנדלען, ער וואלט לכתחילה געדארפט זיכער מאכן אז מען האקט אים נישט אפ פין זיין טאטע, אפשר איז ער גאר שילדיג אין זיין טאטענס געזונט צישטאנד, ווען ער האנדלט ווען אנדערש פון אנפאנג אפשר וואלט זיין מאמע געווען גייסטיש געזונטער און זיך נישט אויפגעפירט אזוי, ווען ער וואלט זיך געכאפט באצייטענס ווען מען האט געווארט אויפן ג-ט אפשר וואלט ער עס געקענט אפהאלטן, ווען ער לאזט נישט זיין זיידע טוישן די נאמבער שלאס, וואלט נאך זיין טאטע געוואונט מיט זיין מאמע. אלעס וואלט געווען גיט, אפשר קען איך נאך אויף עפעס א וועג באווייזן אז זיי זאלן זיך כאטש אויסקומען, אפשר קענען זיי נאך צירוק חתונה האבן? אזוי פאלט ער טיפער אין טיפער אלעס מיטן הנחה ווי ברוך איז גאר דער וואס איז שילדיג אין טראגט די גאנצע עול פון די פארקריפעלטע פרשה.

ער דמיונט שוין אזוי טיף ביז ער טרעפט זיך מיטן שר החלומות, ער איז געשלאפן זייער אימרוהיג די נאכט.

פעטער בעריש וועקט אים אויף, נא זמן קרי"ש, ברוך טראכט, זמן קרי"ש? די טראכסט וואס אין קרי"ש שטייט אויך? אדער די ניצט עס נאר אויף מיר ארויסצונעמען פון בעט?....

ברוך מאכט זיך ווי ער הערט נישט, ער וויל נישט זען די זין היינט, ער וויל ליעבערשט אדארעך שטופן דעם טאג ביזן זמן שבת.

נאך א וויילע קומט פעטער בעריש מיט א שטרענגערע טאון, די מיזט אויפשטיין אויב נישט וועסטו פארפאסן דיין עפוינטמענט.

וועלעכע אפוינטמענט? פרעגט ברוך א פארלוירענע, זאגט בעריש די זאלסט פאלגן וואס איך הייס דיר.

ברוך מאכט זיך גרייט, ויסעו.
ברוך אטעמט שווערליך אין פראבירט צי בארוהיגן זיינע זארגען.

ברוך האט נישט קיין צייט צי קוקן ווי מען פארט, ער דארף אויפטרעפן א וועג ארויס פון דא.

ער קומט אן צים דעסטינאציע, ער זעהט מהאט אים געברענגט צים הויז פונעם טעראפיסקע, הוי דעי טעראפיסט, זי האט מיר שוין מסדר געווען עטליכע מאל.
זי איז דער וואס האט מיר מסביר געווען  נאכן גט אז איך גיי באקומען א נייע טאטע. סהאט מיר אזוי וויי געטון. שפעטער ווען איך האב אויסגעדריקט מיינע געפילן אז איך בענק זיך צי מיין טאטע, האט זי מיר עטליכע מאל געהאלפן פארקלאפן מיינע געפילען.

יעצט גייט מען מיר נאכאמאל טראגן צי איר? ניין טראכט ברוך מיט אנטשלאסנקייט.

ברוך הייבט פוס ער נעמט זיך לויפן ווי שנעל ער קען. ער קוקט נישט צירוק, ער לויפט גאסן פארקערט פון די טרעפיק אז א קאר זאל נישט קענען לויפן נאך אים.

כאטש וואס ברוך האט זיך געזען אין א געגענט פון אזיאנער, איז ער געווען רוהיגער ווי נעבן דעם טעראפיסטקע מיט פעטער בעריש.

ער גייט אריין אין די נאנטסטע געשעפט, זיי לאזען אים מאכן א טעלעפאון-קאל פאר א קוואדער אין ער בעט דעם דרייווער אים צי טראגן צי זיין טאטענס הויז.

ער קומט אן דארטן, ער גרייט זיך צי שבת, די שבת איז געווען גאר דערהויבן, אזא העכערקייט האט ער שוין נישט געשפירט פאר יארן, ברוך האט געזינגען, פארברענגט אין געלערנט מיט זיין טאטע.

זונטאג צופרי עפענט ר' דוד די טיר פון זיין הויז, ער זעהט אפאר בעגס מיט ברוך'ס קארגע אייגענטום, מיט זיין תפילין בייטל, פארשטייט זיך מיט די מאמעאוויטש נאמען.

אין ביז צי זיינע שידוכים יארן האט ברוך פון זיין מאמע אדער פעטער בעריש נישט געהערט.♡
וועלטס מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:48 pm
ארטיקל #7 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

ברוך איז שוין א בן שמונה עשר,

אדארעך אויס די לעצטע צוויי יאר איז ער אריבער אסאך עדזאסטמענטס און שוועריקייטן, טאקע ווייל זיין בליט האט אויפגעהערט באבלען אויף א טעגליכע פארנעם, האט ברוך אנגעהויבן אויפכאפן אז ער קען נישט פארדייען זיינע געפיעלן אויף א געזונטע וועג.

ברוך האט זיך אויסגעשמיעסט מיט זיין טאטע אז ער קען צימאל וויינען פאר שעות אין א צי, אין עס קען אים אמאל אדער בעסער געזאגט אפט אנכאפען פחדים על לא דבר, ווי אויך האלט ער זיך אפ פון טוהן געוויסע אקטיוויטעטן פון טעגליכע לעבן צוליב דעם וואס ער וויל נישט קוקן זיין פחד אין פנים.

ברוך'ס טאטע האט דאס צוערשט אדארעך גערעדט מיט אפאר נאנטע ווי אויך מיט זיין מורה דרך, זיי זענען געקומען צום מסקנה אז עפעס דארף געטוהן ווערן צי העלפן ברוך מיט זיין מענטל העלט.

ר' דוד האט זיך דערנאך אדארעכגערעדט מיט זייער לאקאלע דאקטער וואס האט אים געגבן צי פארשטיין אז סאיז זייער נארמאל אז א מענטש וואס צידריקט זיינע געפילען פאר יארן אין ווערט אוועקגעשטופט פון טראכטן פון זיי, און נאכדערצו ווען עס פעלט אים די פאזיכערטקייט פון א טאטע און א מאמע ארייגעטוהן אין זיין טעגליכן לעבן, וועט עס אויסקלאפן אויף זייער אומבעטעמטע וועגן.

דער דאקטאר האט אים פארשריבן א ריפערעל צי א אידיש רעדענדע מומחה ווי ברוך וועט שפירן באקוועם צי גיין פאר די נעקסטע שטיק צייט.

ברוך האט נישט געקענט דערהייבן צי ווארטן אויפן דאקטערס אפוינטמענט, זיין געדולד האט געפלאצט, מיט שווערע זארגן אינמיטן העלען טאג, ברוך האט שוין אפגעמאכט אז דאס ערגסטע גייט אט זיך ארויסשטעלן ביים דאקטערס וויזיט, דער דאקטער מיט זיין טאטע מאכן דא א יד-אחת אין זאגן אים נישט אויס אז דאס איז באמת א סימן פון קענסער.

ר' דוד האט אנגעהויבן ווערן מער באזארגט, ווי קומט צי זיין ברוך א נארמאלע בחור א בר דעת אזעלעכע פיסטע דמיונות.
ווייסט ער נישט אז קענסער האט גארנישט מיט פחדים? נאר ענדערש האט ער נפשיות'דיגע שווערעקייטן, אין די פחדים מאכן אים טראכטן פון צישטערענדע געדאנקן.

ענדליך איז די טאג פון דעם אפוינטמענט אנגעקומען אין מען איז שוין אויפן וועג צום דאקטער, ברוך קען נישט רעדן קיין ווארט פון פחד, די שרעקעדיגסטע קומט שוין אט.

מען גייט אים מעגליך נישט פארציילן די אמת, אבער ווען עס וועט קומען צי די קימאו, דאס טוט דאך אזוי וויי...
ברוך ווייסט זייער גוט ביי זיך אז ער האט נישט קיין קענסער, נאר זיינע מחשבות פיינונגען אים. דאס מיינט אז יעצט וועט ער חלולה באקומען טריעטמענט אפילו עס פעלט אים גארנישט???
קומט ווייטער אריין די צישטערענדע געדאנקן.

הוי דאס איז דאך אסאך שרעקעדיגער ווי ווערטער קענען מסביר זיין...

ווען מיין באבע פלעגט זאגן "אן איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק" הוי איז דאס ליידער אמת....

זיי גייען אריין אין אפיס,
עס אנטפלעקט זיך א גאר שיין פלאץ. די ווארט זאל איז אויסשטאפיערט מיט שיינע מעבל אין דעקאראציע ווי אויך בודקעס ארום פארמאכט מיט פורהאנג פאר די וואס שעמען זיך אז זיי זענען דא, ברוך ריקט זיך שנעל אריין אין א בודקע וואס איז ציגעגרייט געווארן ביי איינער וואס ווייסט גוט די בזיונות וואס ער גייט יעצט אריבער.

ר' דוד בלייבט ביים סעקרעטאר זיך צי רעגעסטרירן אין צו אויספילען פאפירן.

ברוך ווארט ביז אן איינגעשטעלטע בייגט זיך אריין אין זיין בודקע אין פרעגט מיט א שוואכע שטימע, 11:15 עפוינטמענט פאר דר. קלוגמאן?

ר' דוד קומט שנעל ארויסהעלפן זיין ברוך, יא יא מיר קומען שוין זאגט ר' דוד איך ענדיג נאר אויספילן די פאפירן, איר קענט עס ווייטער אויספילען אין אייער צימער, ברענגט עס צירוק צים סעקרעטאר אויפן וועג ארויס, יעצט קומט נאך מיר זאגט די איינגעשטעלטע.

ברוך שטעלט זיך אויף אין גייט נאך זיין טאטע מיט פארלאנגזאמטע טריט, יעצט פליעט שוין זיין קאפ אן קיין דעסטינאציע, ער קען זיך נישט מצמצים זיין אבער ער שפירט די בויך וויי אין קעלט וואס נעמט אים ארום.

די איינגעשטעלטע פירט זיי אריין און ווייזט זיי דעם וועג צום צימער, די דאקטער וועט זיין מיט ענק ביז געציילטע מינוטן זאגט זי.

ברוך קומט אריין אינעם דאקטערס צימער, עס זעהט אויס אנדערש ווי א געווענטליכע דאקטער, אפאר באקוועמע בענקלעך, א קאוטש, א טיי טישל, שיינע ארט-ווערק אויפן וואנט, ווי אויך א סקאלפטשער פון א קאריקאטאר וואס שטייט אויף א פארעדיגע וואגאן אין שלעפט א רענצל אין די האנט. עס דערמאנט ברוך דעם משל פון פריערדיגע צדיקים אויף השלך על השם יהבך...

ער הייבט אויף פונעם טיי טישל א רונדיגע מאגענעט מיט קליינטשיגע אייזענדליך אויף זיך אין פארעם פין באטערפלייס און ער שפיעלט דערמיט. עס שפיערט גאר געשמאק צי זיינע הענט, פונקט גוט פאר יעצט ווען זיינע געפילען שאקלען זיך.

דר. קלוגמאן קומט אריין מיט א שמייכל ווי ער וואלט ווען אויסגעלאכט ברוך, ברוך שפיערט זיך אומבאקוועם צי זיצן ביים דאקטער וואס פרעגט אים אן א שיער קשיות, נאך א פופצען מינוט אריין אין שמיעס הייבט ברוך אן צי שפירן אז דער דאקטער פרעגט אים נישט סתם נערישע קשיות נאר ער פארשטייט גאר גוט וואס ער מאכט מיט.

נאך א שעה גייט שנעל פאראיבער, ברוך שפיערט ביי זיך אז ענדליך פארשטייט איינער וויאזוי ער שפיערט.

 דר. קלוגמאן הייבט אן מסביר זיין ר' דוד אז א קינד איז אן אומדערפארטיגטע מענטש, ער האט נאכנישט קיין אייגענע איידענטיטעט, א קינדס איידענטיטעט איז זיין טאטע-מאמע.

טראכט צירוק צי דיינע חדר יארן זאגט דר. קלוגמאן צו ר' דוד, געדענקסט נאך אין חדר ווען יעדע אינגעל איז געווען פארנומען אז זיין טאטע האט א גרעסערע בליטעדיגע פאסיק? דאס איז ווייל די קינד ווייסט ביי זוך אז ער איז טאקע נישט אזוי שטארק אבער ער האט די בעק-אפ פון זיין טאטע. אין אזוי איז אויך דא געוויסע זאכן וואס א קינד פארלאזט זיך אויף זיין מאמע.
די גאנצע געבוי פונעם קינד איז זיין טאטע-מאמע, יעצט ווען א קינד ווערט א יתום פון זיין טאטע ל"ע, האט ער נישט זיין טאטע אין ער ווערט ציקלאפט דערפון, אבער פארט האט ער א גאנצקייט ווייל זיין מאמע, זיין עמוישענאל סאפארט סיסטעם איינערקענט זיין ווייטאג איבער זיין טאטעס אפוועזנהייט, אין זיי פארדייען די ווייטאג ציזאמען אין דאס קינד קוקט צי ווי די ערוואקסענע באהאנדעלט אזא סיטואציע.

ווייטער ערקלערט דר. קלוגמאן, א קינד ווייסט נישט וויאזוי מען פירט זיך אויף ווען עפעס באדערט, ער קוקט ארויף אויף זיין טאטע און מאמע, לויט זייער התנהגות, לויט זייער סבלנות, לויט זייער כעס, לויט זייער זעלבסט-זיכערקייט, לויט זייער פאזעטיווקייט, ווערט ער טרענירט צי האנדלען מיט זיינע מידות און געפיעלן.

יעצט לאמיר אריינטראכטן אין ברוך'ס קאפ ציעט ווייטער דר. קלוגמאן דעם קארצען חינוך קרעש-קארס.

ווען א קינדס טאטע מאמע ציטיילען זיך ל"ע, ווערט דער קינד ציטיילט, ער איז באמת האלב טאטי און האלב מאמי, דאס מערסטע וואס מען קען געבן דעם קינד אין אזא צייט, איז אים לאזן בלייבן האלב טאטי אין האלב מאמי, מאכן זיכער אז ער ווייסט אז טאטי אין מאמי האבן גארנישט קעגן אים, טאטי און מאמע האבן נישט פארלוירן זייערע גוטע מידות, טאטי און מאמי וואונען פשוט נישט אין איין הויז אבער ווען עס קומט צי מיר, זענען זיי פולשטעדיג מיין טאטע און מיין מאמע, אנע נגיעות, אנע מחלוקת, אנע סטראשענען, אנע אנגעצויגענקייט. מען פריידט זיך פאר מיר ווען מיין חלק טאטי אדער חלק מאמי איז אקטיוו, ווייל דאס איז מיין עתיד.

ווען די רעדסט אויף זיין טאטע אדער מאמע, רעדסטו אויף האלב פון זיין איידענטיטעט.

יעצט מאך דיר דעם קל וחומר, אויב האט אים זיין מאמע נישט געלאזט זעהן זיין טאטע אין בארעדט גאר זיין טאטע, האט די מאמע צעפליקט ברוך'ס חלק וואס ער איז פון זיין טאטע און ווען ברוך קוקט צי זיין מאמעס התנהגות, הייבט ער אן שפיערן אז זיין צווייטע חלק פון זיך וואס איז זיין מאמע איז אין בעסטן פאל צידרייט, האסט שוין אמאל געזען איין האנט זאל צעפליקן דעם צווייטע?

נא וואס בלייבט איבער פון די צעפליקטע האלב ברוך אין די צידרייטע ברוך?

א חרס הנשבר,
א חציר יבש אין צימאל נעבעך א צל עובר.

דער דאקטער לייגט צי, ברוך מענטשן האלטן דיר נארמאל, אין גאר הערויאיש ווי די גייסט אן אין לעבן מיט א דרייסטקייט.
אבער די ביי דיר שפיערסט אזוי?

ברוך לאזט אראפ זיין קאפ און זאגט. יא.....

ר' דוד שפרינגט אויף, וואס????

ברוך דרייט זיך זייטיג צי זיין טאטע אין זאגט יא טאטי, דער דאקטער האט מיר פונקטליך ארויס.

ר' דוד זיצט א שאקירטער, ער האט קיינמאל נישט אנגעקוקט די מצב אזוי שרעקליך!!!!
דאס הייסט אז בשעת מען האט מיין ברוך נישט ציגעלאזט צי מיר אין מען האט נאך גאר געהעצט אויף מיר האט דאס צעפליקט מיין צדיק???? וויאזוי האב איך דאס ציגעלאזט????

איך האב געמיינט אז איך האב פשוט מוחל געווען אויף מיין כבוד אין געוויזן סבלנות, דערווייל שטעלט זיך ארויס אז איך האב מיטגעהאלטן פון דערווייטעסט ווי מיין זין גייט אדארעך א גייסטעשע היט-ענד-ראן ביי זיין אייגענע משפחה מיטגליעדער, זיין אייגענע בלוט אין פלייש, אין קיינער פון די פארבייגייער רופן נישט הצלה!!!!!!

ווי בין איך געווען???? איך האב דאך געוואוסט אז ער ליגט נאך אונמיטן די גאס אין אנדערע פארבייגייער וועלן אים אומוויסענד צי ח"ו וויסענדיג ציטרעטן!!!!

די דאקטער זעהט אז ר' דוד גייט יעצט אדארעך שווערע שולד-געפיעלן. ער רופט ארויס ר' דוד פון זיין ציממער, ער פירט אים אריין אינעם ברעיק-רום ער גיבט אים עפעס טועם צי זיין אין פארבעט אים צי געבן אפאר מינוט פריוואט מיט ברוך.

ער נעמט א גלעזן ארענדז-דזוס אין מאכט זיין וועג צוריק צו ברוך. ♡
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

וועלטס מבין האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:34 am
ארטיקל #8 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

דר. קלוגמאן קומט אריין אין שטוב ער זעצט זיך אנטקעגן ברוך אין זאגט אים מיט א רוהיגע ליעבליכע שטימע, די גייסט זיין גוט, איך וועל  דיר פארשרייבן א מעדעצין, וואס וועט דיר בעזהשי"ת העלפן, די וועסט תיכף שפירן בעסער, אבער, עס נעמט צוויי וואכן עס זאל געהעריג ארבעטן, אין צוויי חדשים זאלסטו זיין צירוק אין אויב די האסט סיי וועלעכע קשיות אינדערצווישן רוף מיך אן.

ברוך פרעגט, איך ווער יעצט פארעכענט אלס נערווען קראנק? די דאקטער בארוהיגט אים קאמיש, די ביזסט נישט נערווען קראנק, די נעמסט נאר די פילען פאר די נערווען קראנקע ארום דיר....

די דאקטער ערקלערט אים, אז די מעדיקעשאן ביי מענטשן העכער דרייסיג ווערט פארקויפט מער ווי סטרעפ מעדעצין, אין איז זייער א נארמאלע אייטעם.

ברוך פרעגט דעם דאקטער, פארוואס דארף איך שוין נעמען עפעס וואס מען פארשרייבט פאר 30 יעריגע ווען איך בין קוים 17 יאר אינג?

די דאקטער זאגט ברוך, הער זיך גיט איין, די אין דיינע ערשטע 17 יאר פון דיין אינגען לעבן, ביזסט שוין אריבער וואס אסאך אידן גייען פון די וועלט ביי די זיבעציג, אכטציג, ניינציג  אין זיי האבן נישט קיין מושג אז עס עקזיסטירט דאס וואס די ביזט אריבער אין די 17 יאר, די האסט אין דיר א געוואלד מיט ערפארונג, ווען די גייסט האבן אויסגעפיגערט וויאזוי מען גייט זיך אים מיט דיין סיטואציע, גייסטו קענען העלפן אסאך אסאך מענטשן, דאס איז נאר אן אדארעכגאנג וואס  בויעט דיר שטארקער.
דיין טאטע וועט דיר בעזרת השם טרעפן א געזונטע אין ערליכע טעראפיסט אין די גייסט שטייגן ווי קיינמאל בעפאר.

דער דאקטער רופט אריין ר' דוד ער גיבט אים א פלאן פאר ברוך אויף די נעקסטע יאר, ר' דוד זאגט, איך וועל טון פאר מיין ברוך וואס איך קען, בעזרת השם סגייט זיין גוט.

מיט פרישע האפפענונג באגלייט דר. קלוגמאן ארויס ברוך אין דוד און זאגט, די השתדלות מיט א תפילה צום בורה כל העולמים וועט זיין די געווינטשענע רפואה.

ברוך מיט זיין טאטע באדאנקען זיך צים דאקטער, זיי גייען ארויס פון דאקטערס צומער, זיי נעמען אפ פאפירן פון דעם סעקרעטאר אין פארלאזן דעם דאקטארס אפיס.

אויפן וועג אהיים האט ר' דוד מיט זיין זיהן ברוך געהאט א פרישע זאך צי איבערשמיעסן.

איז דא וואס זיך צי שעמען אז מען דארף נעמען מעדיקעשאן?
ביי שידוכים דארף מען עס פארציילן?
גיי איך דאס נעמען פאר א גאנצע לעבן?

ר' דוד האט נישט די עקספערטיס צי קענען ענטפערן ברוך, ער האט נאר איין זאך פארבליבן, צי אפשפיגלען ברוך'ס ווערטער אין אים מאכן שפירן אז זיין טאטע דערהערט זיין ווייטאג.

ר' דוד האט באקומען פון זיין מורה הוראה א נאמען פון אן ערליכע טעראפיסט, אין ברוך האט אנגעהויבן באזוכן איינמאל א וואך דעם טעראפיסט.

ברוך האט אין טעראפי אויפגעבויעט א שטארקערע זיך, ביז א יאר ווען ער איז שוין געווארן 18 האט ער געטראכט אז ער איז שוין גענוג שטארק צי פראבירן אליין מאכן קשר מיט זיין מאמען.

עס איז עקסטערע שווער ווייל ווי נישט ווי האט ער גענדיגט מיט זיין מאמע אנע רעדן. ווער ווייסט וואס גייט זיין דא. סאיז דאך זיין מאמע, ער וויל האבן שייכת מיט איר.

ברוך שמיעסט עס אדארעך מיט זיין טאטע,  ר' דוד טראכט צי זיך, איך דארף יעצט אינזינען האבען נאר איינעמס וואולזיין מיין ברוך'ס!

ברוך זאגט ר' דוד מיט א ווארעמע שטימע, איך פריי מיר פאר דיר אז די האלסט שוין דא, די שפירסט שוין אז די ווילסט אויך האבן דיין מאמע אין דיין לעבן, די שטייגסט, איך קען דיר וואונטשען דאס בעסטע אין ווען די דארפסט סיי וועלעכע הילף, צי איז עס אן עצה אדער סתם אן אויער, איך בין דא פאר די מיין ליבע זוהן.

ברוך גייט אריין אין ספרים שטוב אין הייבט אויף דעם טעלעפאן. ער הערט זיך צי צום דייעל-טאון, ער בלייבט פארטראכט, מיין מאמע, ווי איז זי געווען די לעצטע צוויי יאר? איך האב טאקע געוואלט גיין צי מיין טאטע, איך האב געוואלט איר אויך, ווייל איך גיי באזוכן מיין טאטע איז זי מער נישט נייגעריג אין מיר???

פליעז-הענג-אפ-איט-עפערס-טא-בי-עי-ריסיווער-אף-די-האק....... האקט איבער זיינע מחשבות.... אין לאזט זיך ארויס קלינגען......

ברוך גיבט א דרוק דעם צינגעל אין באקומט נאך א דייעל טאון, אין דרוקט אריין די נאמבער פון זיין מאמע און שטוב, עס קומט נישט קיין ענטפער, די מעסעדז מאשין ענטפערט, ברוך פראבירט א צווייטע מאל, ברוך פראבירט פארן גיין שלאפן א דריטע מאל, אין לאזט א מעסעדז, מאמי, דאס ברוך, איך וויל זייער רעדן צי דיר, איך ווייס ביזסט פארווייטאגט אויף מיר אבער איך וויל נאכאלץ די זאלסט זיין מיין מאמע, קאל מיר צירוק אויף דעם נאמבער.

ברוך לייגט זיך שלאפן, ער ווייסט שוין אז זיינע מחשבות גייען אים פראבירן אויפציהאלטן ביינאכט.

ברוך איז שוין היינט געלערנט זיך נישט צי שלאגן מיט די מחשבות אין זיי לאזן לויפן, אין רעדט צי זיי אין זאגט ווי שטארק ער שוינט זיי, אין אז זיי זענען דערשראקן מיט רעכט, ווייל זיי זענען נעבעך אריבער אסאך שוועריקייטן, ער גייט זיך יעצט לייגן שלאפן אין זיי קענען ווייטער טראכטען, ער וועט זיי נישט שטערן.

ברוך שטייט אויף צימארגענס פרי, ער גייט דאווענען צים בורא עולם נאכן דאווענען גייט ער צי צום פאבליק פאון, ווארפט אריין א קוואדער, דייעלט זיין מאמעס היים נאמבער....

ער הערט זיין מאמעס קול, א סקרוך לויפט אים אריבער זיינע ביינער, ער בענקט זיך נאך זיין מאמע, ער זאגט מאמי האסט געהערט די מעסידז וואס איך האב געלאזט אין דיין מאשין נעכטן? די מאמע זאגט אים, די קענסט נישט רעדן צי מיר איבער דעם, די דארפסט רעדן צי פעטער בעריש......

ברוך בעט זיך ביי איר, די ווייסט מאמי אז איך גיי יעצט אריין אין שידוכים יארגאנג, איך וויל נישט גיין צי א שידוך אן מיין מאמע.

די טעלעפאן האקט זיך איבער...

ברוך טראכט צי זיך ווייטער דארף איך רעדן צי בעריש? זיי זעהן נאכנישט איין אז בעריש איז נישט מיין פארזארגער? ווי אויך די ערשטע פאר יאר אין מיין לעבן איז געווען זייער גוט אן דעם פעטער, די מצב האט זיך גאר פארערגערט זייט ער איז זיך דא אנגעקומען.

ברוך גייט אהיים בלית ברירה רופט ער דעם פעטער בעריש, איינער הייבט אויף די פאון אויף די אנדערע זייט ברוך א פארלוירענע הייבט אן זאגן, די זאלסט וויסען איך וועל דיר קיינמאל נישט מוחל זיין וואס די פארארבעטס דא, די האסט דיך געמאכט פאר מיין מאמעס גאנצע שטעל פארטרעטער... דער אייבישטער איז א מאריך אף אבער איך וועל מיטן אייבירשטענס הילף דערלעבן צי זעהן דיר חרטה האבן אויפן העצן א מחלוקה אין חרוב מאכן מיין לעבן....

יענער זאגט אים ברוך רעד נישט אזוי, דאס איז נישט פעטער בעריש דאס איז די מומע, די פעטער איז א מענטש מיט שווערע מידות אבער ווי קומט צי א בחורל צי רעדן אזוי, דיין טאטע האט דיר אנגעהעצט אויף די מענטשן וואס ווילן דיר העלפן???

אנגעהעצט??? מיין טאטע העצט מיר? מיין טאטע גיבט אזוי אבאכט נישט צי רעדן א קרימע ווארט אויף מיין מאמע נעבן מיר, הלוואי מיין מאמע פירט זיך אזוי אויף צי מיר.....

ברוך זאגט א פארווייטאגטער, גיבט איבער פאר פעטער בעריש אז איך וויל ער זאל מיר אפלאזן אין לאזן רעדן צי מיין מאמע...♡
וועלטס מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:55 pm
ארטיקל #9 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

צום טאג פון טרויער תשעה באב, ווען כלל ישראל קלאגט אויפן גלות השכינה. וועל איך אראפ ברענגן דא א קינות געשריבן מיט א 12 יעהריגע קינד וואס איז פארטריבן און גלות.

טאטע מה היה לנו... קוק און זעה חרפתינו...

וואס איך גיי אריבער און קעמפ מיז איך שרייבן, איך בין אדערש ווי יעדעם עס לאזט זיך נישט גלייבן.
ביים טעלעפאון שטיי איך פארטראכט, איך זעה קינדער רופן זייער טאטע אין מען לאכט.
רופן מיין טאטען וועל איך זיך נישט ווייגן, אז איינער וועט געוואר ווערן וועט מען עס נישט פארשווייגן.
קומען באזוכן חבירים טאטע מיט די מאמע, מיין טאטע קומט נישט מן הסתמה.
איך שטיי ביים געיט איך וויל נישט אויפגעבן, איי סטוט וויי אין גייט מיר אין לעבן.
טיעף און הארצן ווייס אז ער גייט נישט קומען, מאמי אין זיידי א ריסטרענונג ארדער ארויסגענומען.
עס קומען דא טאטעס וויזיטען וואס זעהן אויס היפש אינטערעסאנט, אבער די קינדער לויפן זיי אין די האנט.
פונקט איך מיט מיין חשובע טאטע מיינער, איז נישט גוט פאר מיר איך דארף מיר היטן די ביינער.
איך האב אים שוין נישט געזעהן פאר זיבען יאר, איך האף איך וועל אים דערקענען מיט די ווייסע האר.
איך האב ספעציעל צי רעדן מיט  דיר יעצט, פארדעם אליין די קושן שוין אדארעך גענעצט.
גאנצע נעכט אויף עס מיך האלט, מיין בר מצווה טאג קומט שוין באלד.
וויאזוי מאכן מיר דעם קשר און וויאזוי דרייען מיר די רצועה, תפילין מיר קויפן וועסטו דען האבן די זכיה.
דיר צי האבן ביי מיין בר מצווה נאכט, מיט אזויפיל שינאת חינם ארום מיר קומט נישט אין באטראכט.
א פשעטל טראכט איך צי מאכן פאר מיר, אנהייבן אלו דברים שאין להם שיער.
מיט כיבוד אב ואם וועל איך עס אפרעגן, זאגן ווייטער וועל איך נישט מעגן.
מיט ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהן וועל איך געבן פארשטיין, ווי פאלירט זיך א מאמע אויף איר קינד אליין.
שבת משוש ליבינו, נהפך לאבל מחולינו.
מיין בר מצווה גייט זיין א טאג פון טרויער א פריוואטן, ברוך שפטרנו וועט ער זאגן פון די ווייטען.
וויאזוי וועל איך נעמען דעם עול התורה והמצוות אליין, איינער מיז דאך מיט מיר מיטגיין.
טאטע אין הימל העלף מיר והשיב לב אבות על בנים זאגן, איך זאל נאך קענען אויפוואקסן כראוי וכהגון....♡
וועלטס מבין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:01 pm
ארטיקל #10 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

ברוך גיבט נישט אויף, כאטש זיינע מיטמאכענישן דארעכאויס די אלע יארן, נאכן גיין פאר טעראפי אין ארבעטן אויף זיך, האט זיך ארויסגעשטעלט אז שווערעקייטן מיט סייעתא דשמיא בויעט שטארק א מענטש.

ברוך מאכט אפ ביי זיך אז ער וועט גיין צי זיין מאמע קלאפן אויף די טיר, אפשר פערזענליך וועט די מאמע נישט קענען אים ווייזן דעם ריקן.

ער לאזט זיך ארויס א וועג וואס ער איז שוין נישט געגאנגען 2 יאר.

אויפן וועג טראכט ער צי זיך, וואס פעלט מיר דאס אויס, איך גיי מיר יעצט שווערער מאכן מיין לעבן? אויף די אנדערע זייט וואס פינקלעך גייט מען זאגן פאר שדכנים? אז מיין מאמע איז ציפראסקעט? איך מיז כאטש מסדר זיין אז אינז זאל מיר רעדן.

ברוך ביי זיך ווייסט זייער גוט אז סגייט נישט טויגן, אבער באמת קען עס שוין נישט ווערן ערגער.

ער קומט שוין אן צי זיין געבורטס ארט, ער שפיערט שוין די גראך כאטש די באס איז ארומגענימען און פארמאכט, די שמעק שפיערט ער נפשיות'דיג.

ער גייט אראפ ביי זיין סטאפ, ער לאזט זיך ארויס צום הויז וואס ער האט אמאל ווי אין א צווייטן גולגל גערופן היים, שעפשענען'דיג א תפילה צום בורא עולם שפאצירט ער די גאסן.

ער קומט אן פארענט פונעם הויז וואס האט זיך נישט געטוישט אסאך, די גארביזד קאנעס קוקן יא אויס ניי, און בכלל זעהט אויס די גאנצע ארום מער ציזאמען גענימען.

ער עפענט די שבת שלאס ביים הויפט אריינגאנג אין גייט ארויף צי אפארטמענט 4-B.

עס שטייט נאך אויפן טיר משפחת מאמעאוויטש, ער קלינגט דעם גלאק אין הערט פיס טריט, איינער קוקט ארויס פינעם קוקער אין די טיר עפענטש זיך מיט א קוויטש, זיין מאמע שטייט דארט זי קוקט אן איבעראשטער אויף ברוך אין רערט נישט קיין ווארט. נאך א לאנגע מינוט פון שטיעלקייט רופט זיך ברוך אן 'מאמי, איך וויל רעדן מיט דיר'.

ווילאנג די רעדסט צי דיין טאטע רעד נישט צי מיר שרייט די מאמע, בשעת ברוך דערמאנט זיך צירוק די אלטע געשרייען און סטראשינקעס. ברוך ווערט שוין עטוואס ווייניגער איבערגענומען, ער איז נישט אינגאנצן רוהיג אבער פונקט גענוג שטארק אז ער זאל קענען באהערשן די פחד אין ווייטער גיין צי זיין ציל, און ער זאגט איהר;

מאמי, איך בעט דיר, איך רעד פון מיין הארץ צי דיר, פליז רעד נישט צי מיר אנטקעגן מיין טאטע, ווי אויך מאמי רעד נישט צי מיר אנטקעגן מיין מאמע. איך פיל ממש ווי די מאמע וואס האט מיר געבוירן איז מער נישט דא, זי איז נעלם געווארן נאך איהר גט, זייט דעמאלטץ איז דא אן אנדערע מאמע, איינער וואס ווייזט שנאה צי מיין מאמעס קונדער און צי זייער טאטע און מאמע.

וואס רעדסטו דא ברוך איך בין דא, די ביזסט דער וואס האט מיר איבערגעלאזט.

ניין מאמי, איז זיך ברוך מסביר, איך האב נישט איבערגעלאזט מיין מאמע איך בין געגאנגן זיכען מיין טאטע ווייל א מאמע האב איך נישט געהאט, מיין מאמע האט אינגאנצן פארלוירן איר גלייך געוויכט, זי לעבט אין א מלחמה זאנע, זי ווייסט נאר פון איין זאך, אז וואס זי גיבט מיר איז צי ווייזן אז זי איז בעסער ווי מיין טאטע, אין וואס מיין טאטע טוט איז נישט גוט, און איך שפיער עס.

די מאמע בלייבט שטיל ווי אן אנגעפראסקעטע שטייט זי רויט אין קען נישט קוקן ברוך אין פנים, זי איז נאכאלץ געבליבן מיטן געוואונהייט אז ברוך קען זיך נישט אנעמען פאר זיך און דא שטייט ער אין ער רעדט כזקן וכרגיל, ער זאגט איר גאר וואס איז רעכט...

ברוך ציעט ווייטער, אפשר זאלסטו גיין צי איינע פון די סאפארט גרופעס ווי מאמעס פןן ציטיילטע שטובער קומען זיך ציזאמען און שמיסען זיך אויס, גיבן זיך חיזוק איינע די אנדערע אויף וויאזוי צי האנדלען אין אזא לעבן'ס שטייגער?

איך גיי נישט צי קיין גרופעס זאגט די מאמע פעסט.

ברוך זעצט פאר, אפשר גייסטו צי א טעראפיסט.......
מאמע: טעראפיסטן זענען שקצים האקט זי שנעל איבער.
ברוך:אויב אזוי ליין כאטש א בוך איבער דעם.
מאמע: איך ליין נישט קיי גויאישע ביכער.
ברוך: וואס גייט דא פאר? פרעגט ער איידעלערהייט, פארוואס איז געווען אקעי מיר צי שיקן צי אן אזויגעריפענע טעראפיסט אבער די קענסט נישט גיין?
מאמע: עס איז נישט די זעלבע זאך.
ברוך: וואס הייסט?
מאמע: דיר האבן מיר געוויסט אז די וועסט וועלן גיין צי דיין טאטע, האט מען געמוזט דיר שיקן פאר טעראפי.
ברוך: אין אויב וואלט איך יא געגאנגען צי מיין טאטע?
מאמע: נישט איך בין אויפגעקומען מיט די עצה.

ברוך פריידט זיך שוין אביסל, עפעס ברעכט זיך שוין, זי זוכט שוין וועמען צי באשילדיגן דא. ברוך שטייט שטיל, צימאל איז שטילקייט די בעסטע קשיא אויף וואס די ענטפער האט נישט קיין ענדע.

מיטאמאל זאגט די מאמע מיט א נידריגערע שטימע, סאיז געווען באבי מיט איר ברידער בעריש........ זיי האבן מיר אנגעדרייט, איך בין סתם געווען פארווייטאגט, ווען איך האב ווען ווער עס זאל מיר שטופן צי טוהן וואס איז ריכטיג וואלט איך מיר געשטארקט.

וואס זאל איך דיר זאגן קרעכטס די מאמע שווער, זיך גט'ן איז זייער א שווערע זאך ספעציעל ביי אינז היימישע אידן, מען ווייסט אז מען גייט ווערן אויסגעקייט אין איעדע סירקל און אין איעדע קופקע, ביי די עונג שבת אין ביי שלש סועדות, ביי אפאר פאליש זיצערס אין אויך ביי אסאך יענטעס אויפן טעלעפאון, נא וואס האב איך געהאט??.. איך האב זיך געקענט אויסגעבן אויף איינעם מיין ווייטאג, סאיז צופעליג געווען די, און צימאל ווייל די ביזסט א חלק פון דיין טאטע האב איך געפיעלט ווי איך שיק א מעסעדז צי דיין טאטע מיטן דיר אריינגעבן....


ווען די ביזט געגאנגן צי דיין טאטע.... דעמאלטס האב איך שוין געפיעלט ווי עס איז אריבער אלע גבולים אין די ביזסט שוין א שטיק דיין טאטע, ווען מען האט דיר געטראגן נאכדעם צי דעם טעראפיסט איז עס שוין געקומען פון יאוש, איך האב נישט געקענט קוקען דיין טאטענס קינד אין פנים, ווען די ביזסט אנטלאפן פון דארט האב איך אפגעמאכט אז די ביזסט א פארפאלענער, האב איך דיר אפגעטראגן מיט פעטער בעריש אלעס און אפגעמאכט אז איך וויל דיר מער נישט קענען.

נאך א שטיק צייט האב איך אנגעהויבן זיך בענקן נאך דיר, האב איך אנשטאט דיר שיקן פאזעטיווע מעסעדזעס מיט באקאנטע אין אפשר דיינע מגידי שיעורים, האב איך אנגעהויבן טייטלען מיטן פינגער אויף ווער עס איז אלץ שולדיג אין דעם אז די ביזט ביי דיין טאטע, פון די אנדערע זייט האב איך געזוגט פאר מענטשן ווי שטארק איך וויל דיר נישט קענען, ביז פעטער בעריש האט געוויזן דרייסטקייט אז ער ווערט נישט פארלוירן אין ער האט ערקלערט אז ער ווייסט וויאזוי ציצופיקסען א קינד וואס גייט צי זיין טאטע, אין מיר אנגעזאגט אז אויב וועסטו אמאל קומען זיך איינבעטן ביי מיר, זאל איך דיר שיקן צי אים אין ער וועט דיר מאכן פאר א מענטש.

זייענדיג אליין אין דעם מצב האב איך אים געפאלגט.

נא מאמי זאגט ברוך יעצט בין איך אנגעקומען אין איך וועל איבערנעמען בעריש און דיר טרעפן ווערן וויאזוי זיך צי העלפן היילן אין לעבן און פרידען,

בעריש וועט שוין גארנישט טון פאר מיר, בלייב איך איבער נאר מיט דיר זאגט די מאמע.........
אבער איך קען נאכאלץ נישט שלום מאכן מיט די מצב ווייל די האנדלסט זאכן ווי דיין טאטעס.

ברוך הערט עפעס א פארלוירנקייט אין די מאמעס קול, וואס גייט פאר מיט פעטער בעריש? וואס הייסט ער גייט שוין מער גארנישט טון פאר דיר??

די מאמע נעמט א טיעפען אטעם, פעטער בעריש איז יעצט אין אויסלאנד מען האט אים געשיקט זיך היילן פון א שווערע אין אומבאטעמטע מחלה וואס מאכט זיין האנט שפירן שטייף און ער האט היפש פארלוירן זיין באלאנס, מען רופט עס פארקינסאנס.

וואס וועט זיין ער וועט זיין אקעי? פרעגט ברוך מיט ווייניג רחמנות... די מאמע זאגט אים אז די היילונג איז גאר א נייע אין מען האפט פאר די בעסטע.

ברוך'ס מאמע פארבעט אים אריינציקומען עפעס טועם זיין. ברוך ווערט ערשטויענט אןן גייט אריין, ער זעהט אז זיין דרייסטקייט איז אריבערגערינען צי זיין מאמע, אלעס וואס זי האט געדארפט איז איינער זאל איר זאגן מיט א קלארקייט אין א שטארקייט אז דאס טוט מען נישט און אז ער וועט איר העלפן טרעפן דעם ריכטיגן מהלך.

ברוך'ס מאמע פרעגט אים ווי איז דא די סאפארט גרופע פאר מאמעס פון ציטיילטע שטובער? ברוך זאגט איך ווייס נישט פונקטליך אבער איך האב א חבר וואס זיין מאמע גייט. איינמאל די ווילסט עכט גיין איז עס גרינג פאר מיר צי געוואר ווערן. די מאמע אטעמט אפ אין שאקלט צי מיטא לייכטע שמייכל מיט טרערן און די אויגן, ברוך איך וויל גיין צי די גרופע.

ברוך באדאנקט איר זייער אין זאגט איר וואס דאס מיינט פאר זיין עתיד.

ברוך פארברענגט נאך דארט מיט זיין מאמע אויפציכאפן אביסל אויף די פארגאנגענע יאר צוויי מיט וויפיל ער איז באקוועם צי מיטטייילן זיין מאמע.

ער זאגט זיין מאמע א איידעלע א גוטע נאכט מיט א האלדז ארום גייט ברוך ארויס מיט א שמייכל אויסגעשפרייט אויף זיין פנים אין זיין האדץ זינגט א פריילעך לידעל אויפן וועג אהיים צו זיין טאטע.

ברוך איז אנגעקומען אהיים צי זיין טאטע, זיין טאטע האט אים אפגעווארט אין מיט מיטגעפיעל זיך געפריידט פאר ברוך'ס ערייכונג.

ברוך האט יענע נאכט געליינט קרית שמע מיט א גאנצע הארץ, ער גייט ארויף אין זיין ציממער גרייט אן נעגל וואסער אין שלעגלט זיך אריין אינטער א געשמאקע דאכענע.

ביז עטליכע חדשים איז ברוך געווארן 19 און ער האט צום ערשטן מאל און 12 לאנגע יארן געהאט א געבורטס פייערונג סיי ביי מאמי אין סיי ביי טאטי.

די טעלעפאון מיט שדכנים האט נישט אויפגעהערט קלינגען, אין דא האט זיך ברוך געטראפן אין א פרישע פראבלעם. ♡
וועלטס מבין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:49 pm
ארטיקל #11 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

קינדער עפענט די חמושים כי תצא למלחמה..
ברוך זיצט און קלאס אן איידעלע נשמה…
ארויס לויפן פון קלאס וועט ער מיזן..
עס שפיערט ווי די וואך איז זיין אושפיזין…
ער גרייט זיך צי די בזיונת עצימות..
בשעת די רבי און די קינדער לערנען בנעימות…
ער ציילט די בלעטער מען האלט ביי שלישי..
הלוואי די וואך הייבט מען אן ביי שישי…
ער ווערט ציביסלעך רויטער אין רויטער..
מיט אלע כוחות זיין אפענסיווע אויף בויעט ער…
מען גייט לערנען פסיקים וואס איז זיין נסיון..
ניין מען רעדט נישט פון א מעקה בויען…
אויך נישט פון שלח תשלח האם ואת הבנים..
כאטש ברמז פאטשט עס אים אין פנים…
ער באציעט זיך צים פסוק מיט גרויס פיין..
די הלכה וואס צי טון אויב מאן צי פרוי פעלט חן…
אלע קינדער זייטיג אויף מיר קוקן..
מיין ווייטאג דארף איך יעצט דערשטיקן…
ארייפאלדיג און מיינע מחשבות פארזויערט..
יאפ מיר האט דעס ליידער באדרויעט…

– –
ברוך טייערע איך האב געזען די פאסירן..
דיין בחנטע פנים האט געטוישט קאלירן…
עס איז נאכנישט דא א טרייסט פאר דיר דערווייל..
אבער וויאזוי די שפירסט איז זייער נארמאל…
איך האב נישט געקוקט אויף דיר פאר אטראקציע..
די גאנצע קלאס האט נישט געפלאנט אן אקציע…
מיר זענען דיינע חבירים..
אנע הסבירים…
מיר לערנען, פארברענגן און שפילן..
מיר קענען דיינע איידעל געפילן…
אינז ווייס מיר וואס איז דיר שווער..
אין אינז ווייסן ווי די שפיערסט לער…
די מיטמאכענישן האבן מיט דיר קיין שייכת..
ביי אינז האסטו די זעלבע באליעבטע איכות…
אינז ווייסן די האסט דאס נישט געוועלט..
פון דיר זעלבסט גארנישט עס פעלט....
אינז ריספעקטירן דיין לעבן די פריוואטע..
וואס גייט פאר צווישן דיין מאמע און טאטע…
דער אייבישטער פירט א וועלט א גרויסע..
והוא לבדו עשה ועושה…
דיין פרשה איז א חלק פון א גרעסערע בילד..
עס טוט דיר וויי אבער איז נישט דיין שילד…
מיר ווילן די זאלסט שפירן ביי אינז אנגענימען..
ביזן טאג וואס משיח וועט קומען…
דאן וועט אויף די וועלט שלום ווערן..
און ד' אחד וועט פארווישן אינזער טרערן…
וועלטס מבין האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 10:42 pm
ארטיקל #12 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶

מיין צדיק איך שטיי דא נאכמאל.. ווי מען פירט זיך בכל בית ישראל...
ווען איעדע טאטע בענטשט זיינע צעורים... בין איך ביים רבין'ס ציון ערב יום כיפורים..
הייב איך אויף מיין הענט מיט געוויין.. איך לייג זיי אראפ אויף א שטיין...
ישימך אלוקים איך זאג אין טייכן טרערן.. באשעפער היט פון די וואס שטערן...
די מקטריגום וואס לאזן מיר נישט צו.. מיין קינד אוועקשלעפן איז זייער מיה...
די מנהג גייט שוין יארן ליידער.. זייט די לעצט מאל עשרות ימי תשובה אין דיין חדר...
בענטש מיר נישט טאטי דא האסטו געוויינט.. ווען טרערען רינען פון דיין בעקעלע בא'חן'ט...
נעם מיר צי דיר אהיים טאטע א געשריי.. בענטש מיר געהעריג פאר כל נדרי...
איך נעם דיר אויב סאיז אין מיינע הענט.. מיין צדיק די ווייסט איך האב נישט געקענט...
אזוי זענען שוין יארן אריבער.. אין נאכאלץ טראג איך עס נישט איבער...
איך האב נאך אפאר קינדער ברוך השם.. נחת פון זיי איך נעם..
מיטמאכן וויפיל איז די שיעור... צדיק מיינע איך טראכט נאר פון דיר..
ווען די רבי פארציילט אין חדר.. דעם ערב יום כיפור סדר...
ווער וועט דיר בענטשן.. די שפיערסט אנדיש פון אלע מענטשן...
די שטייסט אין ווארטסט ווען איך קום דיר נעמען.. מיין צדיק איך שפיר דיין הארץ טוט קלעמען...
טאטע אין הימל קוק דיר אים למטה.. וועמען זאל ער רופן טאטע...
אויב גייט ער אין שוהל נעבן וועם וועט ער זיצן.. אז מען שטעלט אים אויף ווער וועט פאר אים שוויצן...
ווען ער ווערט הינגעריג ווער וועט אים שיקן.. אויף עפעס עסן אינדערהיים דערקוויקן...
וועם די קינדער ווערן לאנגווייליג אין שוהל.. ווער וועט זיך אנעמען ווען ער ווערט די ציהל...
טאטע בענטש מיין קינד מיט חן.. מען זאל אויסהערן זיין געוויין...
טאטע בענטש מיין קינד מיט שמירה ממעל.. עס זאלן אוועקשטיין פון אים אנשי בליעל...
טאטע בענטש מיין קינד מיט גבורה.. ער זאל נישט ווערן די נרדף אינעם חבורה...
טאטע בענטש מיין קינד מיט א קלארע מוח.. ער זאל דערהייבן אלעס וואס מען זאגט נישט הויעך...
טאטע בענטש מיין קינד לשנה הבא.. זאל זיין טאטע אים בענטשן אין א מזל'דיגער שעה...
מיין צדיק די האסט א טאטע אין הימל.. מיר גייען ציזאמען מאכן א געטימל...
פאר כלל ישראל וועט ער ווייזן זיינע ווינדער.. אין איעדע טאטע וועט זעהן זיינע קינדער...
וועלטס מבין האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 3:40 pm
ארטיקל #13 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

ברוך זיצט אינדערהיים אין ספרים שטוב ווען די טעלעפאן ציקלינגט זיך, ער הייבט אויף אין א שדכן איז אויפן אנדערע זייט ליניע. זי אידענטיפעציערט זיך אלס מרת שטערן די שדכן'טע און פרעגט צי זי קען רעדן צי זיין מאמע, ברוך זאגט איר, איהר מיינט מן הסתמא מיין טאטע, מרת שטערן ווערט נישט פארלוירן און שטומט צי. ברוך טראגט דעם טעלעפאון צי זיין טאטע.

ר' דוד ענטפערט אויף ספיקער.
מרת שטערן טראגט אן גאר א פיינע זאך, ר' דוד זאגט עס קוקט אויס גאר א גיטע זאך און איך קען די משפחה זיי האבן זייער געראטענע קינדער. ווי אויך האט מיין שוואגער זיך שוין משדך געווען מיט זיי, ווערט מיר געוואר צי זיי ווילן.

מרת שטערן רופט צירוק אביסל שפעטער אין מעלדט אז די אנדערע צד איז גרייט צו גיין ווייטער, זיי וועלן נאך קלינגען אפאר באקאנטע און מגידי שיעורים היינט און מארגן, אין אויב עס גייט ווי ערווארטעט קען מען צימארגנס קוקן די מיידל אין א גראסערי.

ר' דוד פרעגט די ביזסט זיכער? מיין ברוך איז גאר א וואולע בחור אבער דאך ווי מען רופט עס פון א ציבראכענע שטוב? איך וויל זיכער מאכן אז זיי ווייסן דאס פין פאראויס, איך זיך נישט צי איבעראשן קיינעם.

מרת שטערן בארוהיגט אים אין זאגט מיט א שעמעדיגן קול, איך האב נישט געוויסט דערפון פארן אנטראגן אבער די לאנדאס האבן יא געוויסט און זיי האבן מיר געזאגט אז מיט דעם אלעם האבן זיי געזען ברוך ביי די שמחה ווען זיי האבן זיך משדך געווען מיט אייער שוואגער פון אייער ווייבס זייט און ער האט געגעבן גאר א גוטן איינדרוק.
די וועג וויאזוי ער האט זיך באנימען מיט מענטשן, וואזוי ער האט געמאכט קידוש ביי שבת שבע ברכות, וויאזוי ער האט געזינגן אין געבענטשט, זיי האבן שוין דעמאלטס גערעדט ציווישען זיך אז דער בחור קוקט אויס ווי א כלי. נא יעצט ווען איך האב זיי גערופן האבן זיי מיר געזאגט, אונז האבן נישט ערווארטעט מען זאל אים אנטראגן פאר אונזער טאכטער אבער אונז שפירן אז מיר קענען נישט אפזאגן אזא בחור.

ברוך זיצענדיג נעבן זיין טאטע און הערט די גריס וואס די שדכן'טע ברענגט צוריק, איז געווארן העכער מיט א קאפ, טאקע נישט פיזיש אבער גייסטיש האט ער געשפירט אז זיינע הארעוואניע הייבט אן צי עושה פירות זיין.

ברוך גייט ווייטער אן מיט זיין סדר היום אבער אלעס טוט זיך לייכטער, און זיין קאפ נעמט ער שוין אפ מזל טוב ביי זיינע חבירים גוטע פריינט און ווי א נאדל האט געכאפט א באלאן אין די לופט פליעט ארויס.... זיין מאמע.... מען דארף איהר אינפארמירן כדי זי זאל נישט מאכן קיין שאדן, נא וועט מען טוהן וואס מען האט צי טוהן.

ברוך קלינגט זיין מאמע, זיין מאמע זאגט פאר ברוך אז א שידוך רעדט מען נישט איבערן טעלעפאון נאר ער דארף קומען צי פארן עס איבערשמיעסן.

ברוך פרעגט זיין מורה הוראה וואס ער האט צי טוהן דא. ער באקומט תשובה אז על פי הלכה קען זי אים נישט אפהאלטן פונעם שידוך אבער עס קען זיין אז פראקטיש גערעדט לוינט זיך אים צי האלטן די מאמע אינפארמירט.

צימארגענס, ברוך הייבט אן מאכן זיינע פלענער צי אראפ-פארן צי זיין מאמע איבער צו רעדן דעם שידוך, זיין טאטע זאגט איהם אז אויב ער שפיערט אז עס איז ריכטיג צו טוהן אזוי קען ער גיין אבער די שדכן האט היינט צירוק גערופן אז די זאלסט זיך מאכן גרייט ווייל די לאנדאס ווילן אים מעגליך קוקן היינט און א ספרים געשעפט.

ברוך שפיערט זיך אין א דילעמא, עס מאכט אים נישט רוהיגער, ער לאזט זיך ארויס אין וועג, ער קומט אן צי זיין מאמעס שטוב, ער קלינגט צו ערשט זיין טאטע, זיין טאטע זאגט אים אז ער וועט מיזן זאגן דעם שדכן'טע אז ער איז געגאנגן איבעשמועסן מיט זיין מאמע די שידוך, ווייל די שדכן'טע טרייבט שוין צי גיין ווייטער, ווי נישט ווי איז עס א הערליכע זאך אז ער גיבט זיין מאמע די כבוד.

ברוך זעצט זיך אוועק ביי זיין מאמע אין די מאמע אנע הקדמה הייבט אן, די ביזט זיכער די מאכסט א גיטע החלטה? איך וויל נישט זאלסט חתונה האבן און אפמאכן זיך צי גט'ן נאכדעם ווי דיין טאטע. איך מיין דיין טובה.

א שפיעז איז אריין פאר ברוך אין הארץ, א שפיעז וואס מען קען נישט ארויסנעמען, ווען ברוך קען עס ווען ארויסשלעפן וואלט ער אין די יעצטיגע מינוט עס אריינגעווארפן אין זיין מאמע, ער שפיערט ווי זיין מאמע איז אום גרייט איבערצוטרעטן פאר יעדע פרייז.

ברוך בלייבט שטיל, נישט ווייל ער וויל ווייטער הערן, נאר ווייל ער וויל נישט עובר זיין אויף כיבוד אם, ער געדענקט גוט אז על פי הלכה דארף ער נישט איהר הסכמה, דאס ערגסטע האט זי שוין סייווי געזאגט, יעצט קען זי שוין צו-ווארפן די קינוח סועדה.

זי הייבט אן מיט אן אנגעצויגענע שטימע, ביי די לאנדאס גייט מען מיט א בענדל, ביי לאנדא עסט מען געוויסע הכשירים וואס ביי אונז עסט מען נישט, לאנדא גייט אויף סוכות קיין ארץ ישראל. ביי משפחת מאמעאוויטש האסטו דאס נישט געזעהן. איז עס נישט קיין וועג צי קאטעסטראפע?

ברוך זיצט דא און טראכט צי זיך, ביי לאנדא רעדט מען געלאסן, ביי לאנדא גיבט מען אבאכט אויף א צווייטןס כבוד, ביי לאנדא קריגט מען זיך נישט, ממש ווי מען פיערט זיך ביי טאטעאוויטש. קען דען זיין מער פאסיג?

ברוך וויל שוין ארויסגיין ער קלינגט זיין טאטע ווען מיטאמאל שטארעמט אריין די באבע פון ברוךס מאמעס זייט. סווערט אים קאלט און ווארעם. אויב די מאמע קען שרייען ווי א הינדל קען זי שרייען ווי א בת יענה, אויב די מאמע צאפט אים די בלוט טרינקט זי זיין בליט מיט א לאנגע שטרוי...

די באבע האט זיכער געמאכט אז ברוך זעהט אויף איהר בליק אז זי איז נישט ציפרידען, ברוך ביי זיך טראכט, איז זי אמאל יא געווען ציפרידן פון מיר? ער האט אייביג געשפיערט די שנאה צי אים מיט די שארפע בליקן אין אנע דעם אויך.

יעצט איז די דראממא ארויף אין די טעליפאון קלינגט, אויפן ציגעטשעפעטן קאלער איי. די. קעסטעלע שטייט טאטעאוויטש, דוד.

די באבע לאזט נישט ברוך ענטפערן די טעלעפאון, זי לייגט די הענט אויפן פאון אין ווארט אויס די קלינג זאל זיך אפשטעלן, זי נעמט אראפ די טעלעפאון פון וואנט און לאזט עס הענגען אז קיינער זאל נישט קענען אריינרופען.

יעצט האט די באבע ענדליך געהאט די געלעגנהייט צי צעפליקן דער ברוך וואס קומט איר מער נישט באזוכן אויסצימיידן איהרע קולות, און די משכנתה הייבט זיך אן, יעצט קען מען אויסשייגעצן דעם ברוך וואס דערמאנט איהר פון זיין טאטע.
ער וויל נאך חתונה האבן מיט א שידוך וואס זיין טאטע האט געברענגט צים טיש? זיין טאטע וועט נאך האבן די אויבערהאנט ביי די מחתנים ווען מען וועט וועלן רודפן די טאטע בשעת די שמחה... א גאנץ לעבן וועט ער געבן די קרעדיט פאר זיין טאטע. אזוי שרייט זי וואס עס לאזט זיך אבער אינטער איהר געשריי ליגט נאר וואס מיר האבן יעצט דערמאנט איו נאך. עס קומט צי א מצב אז ברוך שפיערט ער האט נישט וואס צי דערלייגן ער ווייזט דרייסטקייט, זיין באבע שרייט דאך נאר ווייל באמת איז זי נישט שטארק.

ווי נאר זי זעהט ברוך זיך אויפשטעלן לויפט זי פארשטעלן די טיהר ווי איינער וואס האט יעצט אלעס דערלייגט.

דערווייל גייט ברוך צום טעלעפאון, ער דרוקט אראפ דעם צינגל אין וויל עס לאזן לויז, נאך איידער ער האט א שאנס צי דאס  טוהן ציקלינגט זיך די טעלעפאון די באבע קומט צי לויפן און כאפט ארויס דעם טעלעפאון ווי עס רעדט ר' דוד.♡
וועלטס מבין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:11 am
ארטיקל #14 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

ר' דוד בעהט צו רעדן צי ברוך אבער די באבע וויל צו ערשט וויסן ווער די שדכן איז, ר' דוד זאגט אז דאס איז מרת שטערן, די באבע האקט אראפ די טעלעפאון אין הייבט אן ארום רופן באקאנטע צו געוואר ווערן מרת שטערן'ס נאמבער.

סאיז איהר ענדליך געלאנגען זי האט די נאמבער, זי רופט אן מרת שטערן אין נעמט זיך זידלען היתכן זי האט אנגעטראגן די שידוך ביי די טאטע.... בשעת וואס ר' דוד פראבירט אריינרופען כדי צי זאגן פאר ברוך אז מען איז גרייט אים צי זעהן.

ענדליך נאך א לענגערע היציג שמיעס אויפן טעלעפאון פירט די באבע אויס, די זאלסט זיך אפלאזן פון דעם שידוך אין מער קיינמאל נישט אינטערשטיין צי אנטראגן נאך א שידוך פאר מיין אייניקל.

ברוך האט שוין איינגעזעהן אז יעדע מינוט וואס ער איז דא ביי זיין מאמע צאהלט ער א גרעסערע פרייז. ער זאגט זיין מאמע אז ער דארף שוין גיין.

ברוך א ציקלאפטער רופט א קאר אין גייט ארויס ווארטן אינדרויסן.

די קאר קומט אהן,
דוד איז בכלל נישט גרייט מען זאל אים קוקען היינט, ער איז ציבראכן ווי א שארבן, ער בעהט דעם דרייווער זאל אים טראגן צום ציון פונעם רב הכלל, דארט איז גאנץ א שטיל פלאץ, אויב עס איז דא מענטשן דארט וועט עס זיין נאר נאך איינער.

ברוך קומט אן אויף קווינס צום מקום מנחותו פונעם צדיק וואס האט מיט געמאכט שווערע רדיפות אין זיין לעבן, ברוך שפיערט ווי ער האט עפעס קשר מיט דעם צדיק, ער אליין גייט אויך אריבער שווערע רדיפות. ברוך טרעפט דאס פלאץ ליידיג מיט אפאר ליכטעלעך ברענען.

ער לייגט זיך אראפ אויפן ציון אין הייבט אן וויינען ווי א קליין קינד. 'טאטע אין הימל איך פראביר מיין בעסטע צי וואקסן א נארמאלע געזונטע מענטש, אין דווקא מיין מאמע וואס דארף זיין מיין רוקן ביין ציברעכט מיר' אזוי איז ברוך דארט געזעצן פאר א פופצען מינוט אין גשפיערט ווי א שווערע לאסט איז אראפ דארט, ער שפיערט בעסער אויפן הארץ.

ברוך גייט צירוק צים קאר, ער וואשט די הענט אין זעצט זיך אריין אין קאר, ער בעהט די דרייווער זאל אים פירן צי כאפן די באס אהיים.

ברוך קומט אהן צום באס סטאפ, די באס קומט אן עטליכע מינוט שפעטער, ער זעצט זיך ארויף אויפן באס.

ווי נאר די באס לאזט זיך ארויס אויפן וועג, פאלט ברוך אריין אין זיינע דערביטערענדע מחשבות.
וואס טראכט מיין מאמע און מיין באבע? זיי זעהן נישט אז מיט יעדע מערכה וואס זיי פירן דא, בויען זיי א העכערע וואנט צווישן מיר אין זיי.
נאך א מזל אז פעטער בעריש זיצט אין טריעטמענט, אזוי האב איך איין צרה-לייט ווייניגער אויפן קאפ.
איין מינוט, איך מעג מיר פרייען מיט בעריש'ס צרות? איך פריי מיר נישט אז ער האט צרות, איך פריי מיר אז איך דארף מיר נישט אנליידן פון איהם.

ברוך ליפטערט אויס זיינע זארגן, ער טראכט וואס וועט זיין אויב די חיות פראבירן צי איבערדרייען מיין חתונה. וויאזוי גיי איך ריעקטן אויב מיין מאמע וועט שטערן מיין טאטע פון אינטערפירן אדער טאנצן מצווה טאנץ. אזוי נעבעך איז ברוך פארדאגט בשעת שמחה.

דער באס קומט שוין אהן, ברוך איז זיך מחזיק אין לאזט זיך ארויס צי זיין שפאציער אהיים.

ברוך קומט אריין אין שטוב אין זיין טאטע זיצט שטיל מיט א רחמנות'דיגע בליקן קוקט ער אויף אים.

עפעס איז נישט מסודר פרעגט ברוך?
די טאטע זאגט אים, אז דער שדכן'טע מרת שטערן האט זיך אפגעזאגט פון ווייטער פירן דעם שידוך. ♡
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

ארטיקל #15 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

ברוך איז דארט געווען, ער ווייסט אקוראט פארוואס מרת שטערן זאגט זיך אפ פונעם שידוך, ווער וויל דען זיין אין יענעמס מויל?

ברוך פאלט אריין אין א שטיקל יואש גיסטע פאר אפאר מינוט. ווער וועט מיר נאך זיין וויליג אנצוטראגן א שידוך? און אפילו זאל שוין איינער אנטראגן א שידוך איך דארף דאך א גוטע שידוך. וועט עס שוין זיין א פאסיגע שידוך וועט עס מיין מאמע און באבע צושטערן?

ברוך ווייסט שוין היינט אז האלטן די ביטערניש ביי זיך העלפט אים נישט, נאר אדרבה עס מאכט אים שווערער.

ברוך פארציילט זיין טאטע פונקטליך וואס עס איז פארגעקומען ביי זיין מאמע אינדערהיים. זיין טאטע הערט אים גוט אויס אין פרעגט אים וויאזוי עס מאכט אים פיעלן, ברוך זאגט 'ווערטלאוז'. און ווי ברוך איז געוואונט ווען ער רעדט אויף זיין מאמע צי זיין טאטע ענטפערט זיין טאטע, 'איי איך זעה סאיז דיר שווער, סיי ווען עפעס דרוקט דיר קענסטו מיר קומען פארציילן'.

ברוך גלייכט עס זייער, זיין טאטע הערט אים אויס, לייגט נישט צי זאלץ צי די וואונדען, עס קרעכצט מיט און גיבט אים אן אפענע טיר פאר אן אנדערע געלעגענהייט.

אזוי גייט די טאג ווייטער, ר' דוד און ברוך לאזן זיך ארויס צי מנחה מעריב אין זייער לאקאלער שוהל, זיי כאפן נאך דעם רב עטליכע מינוט פאר מנחה. ר' דוד גייט צו צים רב, די רב שטעלט זיך אויף אין שטעלט זיין בענקל אויף א זייט, ער מערקט אויף ברוךס פנים אז ער דארף א גוט ווארט, ער נעמט ברוך ביים האנט אין באגריסט אים מיט א טיעפן דרוק, אין לאזט אים נישט אפ ביז זיי הייבן אן דערציילן דעם רב איבער דעם שידוך וואס שמעקט זיי זייער און איבער די שווארצע קאץ וואס איז אריבערגעלאפן, די רב פירט אריבער זיין האנט דארעך זיין לאנגע גאלדענע און ווייסע בארד און מיט א שמייכל זאגט ער;

"ברוך אינז האבן צוויי אתה חונן'ס ביז נאך מעריב, די, דיין טאטע און איך איז ציזאמען זעקס, נא איז נישטא וואס צו זארגן, ווייס נאר איין זאך אז דער חונן הדעת פירט דער וועלט"

ר' דוד אין ברוך גייען מיט פרישע האפענונג צום דאווענען אין האבן אינזינען אז נאר אתה חונן לאדם דעת.

מען ענדיגט שוין מעריב און דער רב שטעלט אפ ברוך מיט זיין טאטע ווי נאר דער גאנצער עולם ענדיגט אדארעך גיין זאגן א גוטע נאכט, דרייט זיך די רב ארום צי זיי מיט א געניואלער געדאנק.

ר' דוד וועט רופן דעם שדכן'טע אויסשמיסען וואס דא האט פארסירט, איר פרעגן וואס זי האט שוין געזאגט פאר די אנדערע זייט, אויב האט זי נאך גארנישט פארציילט קען מען פשוט איבערגעבן די שידוך פאר א צווייטער שדכן עס אויסצופירן און דעם שדכן'טע וועט מען אויך צי זאגן שדכנות געלט אויב עס ווערט.

אין אויב האט זי שוין יא דערציילט פאר די אנדערע צד, וועט מען זעהן דעמאלטס.

ר' דוד האט אזוי געטוהן, אין ב"ה די שדכן'טע האט געזאגט פאר ר' דוד א זי האט געווארט איהר מאן זאל אהיימגעקומען צי אדארעך שמועסן וואס מען קען זאגן פאר די מיידלס זייט.

און דא שטייט מען יעצט און מען דארף זוכן א נייע שדכן.

א וואך איז פארביי און זיי ווייסן נישט ווי זיך אהין טוהן פאר בושה, אויב קען נאך דעי שידוך געשען וועט מען דארפן אנלייגן שווערע כוחות, ווער וויל דארפן זיין פארמישט אין מחלוקת בשעת שמחה. זיי האבן פראבירט עטליכע שדכנים, אוודאי האט מען זיך געמוטשעט אז מען קען נישט קומען צים פאון ט אז די באבע האט באוואשען די ערשטע שדכן ווייל דעמאלטס וועט מען שוין גארנישט וועלן אנטראגן.

די זייגער האט זיך בכלל נישט אפגעשטעלט ווארטען, נאך א וואך גייט אריבער, און עס קומט אריין א שידוך, די שדכן באריעמט זיך אז דאס איז א שידוך וואס די מאמע שטעלט אינטער, דאס איז גיטע נייעס ווייל דאס מיינט אז די מאמע שטימט שוין צו, יעצט דארף נאר נאך די טאטע צושטימען.

די טאטע פרעגט פון וועמען מען רעדט, דער שדכן רעדט ווי ער ווייסט וואס ער רעדט, ער האט זיך שוין גוט אנגעהערט פון איין צד אין ער ווייסט שוין אז דער בחור איז עכט נישט צופרידן צי זיין ביי זיין טאטען ממילא האלט ער אז עס וואלט בעסער געווען פארן בחור'ס תועלת אז די טאטע זאל אים לאזן אליין רעדן צום שדכן, אזוי ארום וועט די טאטע נישט האבן קיין אומגעזונטע השפע אויף אים.

ברוך זיצט דארט אין פרעגט די שדכן צי ער וויל טאקע רעדן צו אים. דער שדכן הייבט אן צופרידן און זאגט אים יא יא, סאיז בעסער אז די נעמסט מיר אראפ פון ספיקער.
דער שדכן ווארפט נאך צו די ביזסט שוין גענוג גרויס און די דארפסט שוין נישט אז דיין טאטע זאל מיט דיר אויסשמיעסן מיט דיר דיינע שידוכים. אויב האט ער נאכנישט גענוג געזאגט, שלאגט ער פאר אז ברוך זאל אים צירוק רופן ווען זיין טאטע איז נישט אינדערהיים.

ברוך פרעגט דעם שדכן צי ער קען רעדן יעצט, דער שדכן איז מסביר פאר ברוך ווי ער פארשטייט אז זיין טאטע לאזט אים נישט רעדן אליין און וועגן דעם וויל ער נאר רעדן יעצט.

דער שדכן איינערקענט אז דאס וועט נישט ארבעטן אזוי, זאגט ער איך וועל דיר פראבירן שפעטער ווען דיין טאטע וועט דיר נישט זיין אויפן קאפ.

ברוך האט דאס זייער וויי געטוהן, ער זוכט נישט מען זאל בארעדן זיין טאטע און אין די זעלבע צייט שמעקט אים בכלל נישט אז איינער מישט דא א קאשע, ער איז שוין כמעט געווען אזוי געדרוקט אז ער זאל זיך מוזן פארענטפערן אין רעדן אויף זיין מאמע, וואס ער וויל אויך נישט.

ער נעמט א תהלים און וויינט זיך אויס  חלצני ד' מאדם רע.

די טעלעפאון קלינגט נאכאמאל, די שדכן'טע מרת שטערן'ס מאן איז אויפן טעלעפאון. ער זאגט פאר ברוך אז ער קען פראבירן צו רופען די מיידלס זייט אבער ער האט איין תנאי.♡
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
כ'זאג נישט אויס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2022 9:58 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'זאג נישט אויס »

יעצט געליינט די גאנצע!
דאס וואס איז ארויסגעקומען
סארי איך קען מיך נישט אויס וואזוי צו מאכן קליין בילדער
סארי איך קען מיך נישט אויס וואזוי צו מאכן קליין בילדער
Crying-Face-Emoji.png (101.89 KiB) געזען 9410 מאל
ווער עס האט די לעצטע לאך האט די לעצטע געכאפט
אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

כבוד ידידנו הרב @וועלטס מבין דער עולם ווארט אויפן פארזעצונג
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

ארטיקל #16 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶.

די שדכן הרב עוזר קען נאר באשטיין צו פראבירן שטופן די שידוך ווייטער בתנאי אז זיי פארציילן קיינעם אז ער פראבירט, אין אפילו שפעטער זאל מען זיך אויך ארויסדרייען פון ענטפערן ווער עס איז געווען שדכן, ער זיכט זיך נישט קיין עקסטרע כבוד אדער פאוני-קאלס.

ברוך זאגט דעם נייע שדכן אז פון זיין זייט איז עס בסדר, און ער וועט מיטיילען זיין טאטע אז דאס האט מען אפגעשמיעסט, ר' עוזר פרעגט ברוך וואלסט נישט געוואלט דאס איבערעדן מיט דיין טאטע קודם?

ברוך זאגט אים, מיין טאטע ווייסט ווי שטארק די שידוך האט מיר געפאלן, אויך ווייס איך אז ער קוקט שטארק ארויף די משפחה, ווי אויך האבן מיר באקומען זייער גינסטיגע אינפארמאציע אויפן זאך אליין, פון טיעטשערס, שכינים אום פריינט, ער וויל אויך עס זאל געשען, וועט ער אויך אוודאי צושטימען.

אויב אזוי זאגט ר' עוזר וועל איך מיר שוין נעמען ארבעטן, "אבער געדענק איך האב נישט קיין כח צי קיין עקסטערע קאפ-וויי".

ברוך פארציילט זיין טאטע איבער די פאזיטיווע פארשריט, זיי דאנקען ציזאמען דעם בורא עולם אין האפפען אויף גיטע בשורות.

די טאג גייט פארביי אין די וואך אויך אין ר' דוד קען זיך שוין נישט איינהאלטן, ער רופט אן ר' עוזר, בשעת ער שעפשעט א קארצע תפילה אין בעט אויף גיטע נייעס.

ר' עוזר הייבט נישט אויף.

אפאר מינוט שפעטער רופט ר' עוזר צירוק זאגענדיג אז ער איז אין א פארלעגענהייט ווייל די לאנדאס ווילן וויסן ווי זיי זענען געווען די לעצטע פאר וואכן און פארוואס ער האט זיך איינגעטוישט מיט זיין ווייב צי רופן איבער דעם שידוך. אבער די גיטע נייעס איז אז זיי ווילן גיין ווייטער, מען האט אפגעשמיעסט אויפן אנדערן טאג פארמיטאג גייט מען קוקן אינזער ברוך אין די ספרים געשעפט נישט ווייט פון זייער הויז, ער וועט האלטן א גרינע שאפינג בעג מיט זיין תפילין דערינען.

ברוך האט נישט געקענט שלאפן די נאכט, ער דרייט זיך אויף איין זייט אין ער גלייבט נישט אז איינער וויל אים, ער דרייט זיך די צווייטע זייט און דאנקט דעם מזווג זיווגים פארן ווייזן זיין גרויסע האנט. זיינע לאנגע שעות פון פרייליכע פאנטאזיעס זענען עטליכע מאל איבערגעריסן געווארן מיט ווילדע מחשבות וויאזוי זיין מאמע וועט ריאגירן צי די גאנצע זאך.

ביז ער האט זיך אויפגעוועקט ציפרו נישט געדענקענ'דיג ווען ער איז אנטשלאפן געווארן.

ברוך לאזט זיך ארויס אין מקווה, לערנט א חסידישע ספר אין שטעלט זיך דאווענען אין לויבן דעם גרויסער באשעפער וואס האט אים ציגעשיקט אז דער שידוך זאל זיך ווייטער רירען.

נאכן דאווענען האט ברוך באמערקט אז עס איז שוין שפעט, ער לאזט זיך ארויס צום ספרים געשעפט, ער שטעלט זיך ארויס פאר א היטש און א איד שטעלט זיך אפ, ער זעצט זיך אריין אינעם סיענע מיני ווען און שלעפט צי די טיר.

דער איד פרעגט אים מיט א שמייכל ווי ער גייט, ברוך זאגט אים ווי, דער איד הייבט אים אן פרעגן אלע היטש קשיות, וויאזוי הייסטו, ווי לערנסטע, ווער איז דיין מגיד שיעור, טאטע, זיידע, נאך אביסל און זיי זענען שוין כמעט מחתנים.

ברוך איז א געשמאקע איידעלע שמיעסער, זיי קומען אן צי די ספרים סטאר און דער דרייווער דרייט זיך אריין אינעם פארקינג לאט אין ברוך זאגט אים אידעלערהייט, ספעלט נישט אויס. דער איד שמייכלט אין לאזט אים ארויס.

ברוך באדאנקט זיך אין פעדערט זיך צו די ספרים געשעפט, ער גייט אריין ווי איינער וואס ווייסט נישט ווי ער איז אין מיט נייגער ווארט ער צי זעהן אויב ער וועט כאפן ווער עס קוקט אים.

נאכן זיין דארט א האלבע שעה רופט איינער אריין אין ספרים געשעפט און בעהט פאר ברוך טאטעאוויטש, ברוך קומט צי די טעלעפאון אין זיין טאטע איז אויף די ליניע ער זאגט פאר ברוך אז ער קען שוין אהיים קימען.

ברוך לאזט זיך ארויס אויפן וועג אהיים מיט נאך א היטש, א איד וואס פרעגט נישט אזויפיל קשיות, דער איד שטעלט זיך אפ ביי די אדארעך האקענדיגע גאס צי זיין הויז. ברוך שפאצירט אהיים געמיטלעך אין פראבירט צי כאפן ווער עס האט אים געקוקט.

ער קומט אריין און שטוב אין זיין טאטע איז גאר גיט אויפגעלייגט, דער שדכן זאגט אז דער מדוברת טאטע האט געהאט א שיינעם שמיעס מיט דיר אין זייער הנאה געהאט.

ברוך'ס קאפ דרייט זיך, בין איך ל"ע?? קיינער האט צי מיר נישט גערעדט. ""מעגליך דעי היטש וואס איך האב געכאפט אויפן וועג אהין??"" איך האב געזעהן עס איז א קענטליך פנים.....

דער שדכן רופט היסטעריש, ער האט אים געהאט אין קאר, ער האט אים געגעבן א היטש אין געשמיעסט אין באטראכט ווי ער גייט אריין אין ספרים געשעפט, זיין ווייב אין טאכטער זענען שוין געווען אין די מאאל פון פארדעם און געווארט ביים טיר.

ברוך שעמעדיג אבער דאנקבאר אויפן השגחה פרטית, פאלט אריין אין א פרישע סעסיע פון מחשבות.

ברוך'ס טאטע האקט איבער אין זאגט אים אז ער וועט יעצט גיין מיט זיין ווייב קוקן די מיידל.

ברוך גייט דאווענען מנחה ווי זיין טאטע קומט אויך אן אין בית מדרש.

נאך מעריב גייען זיי ציזאמען צו צים רב אין פארציילן ווי זיי האלטן און בעטן זיין ברכה. דער רב ווינטש אן מיט פרייד, אין אהיים ציזאמען זיי גייען, זיין טאטע זאגט אים אז די זאך קוקט אויס זייער לייטיש, זיי האבן גערעדט, זי געט גאר א גוטן איינדרוק אין ער האלט אז מען זאל מאכן א בעשוי.

מען האט אפגעשמיעסט מיטן שדכן און מען לאזט זיך ארויס צי איינע פין די מיידלס געשוויסטער, ווי מען האט ציגעגרייט פארן בעשוי.

זיי קומען אן צי די הויז אין זיי זעהן אז מען איז שוין דארט.

ברוך ווייסט נאכנישט וואס צי רעדן, זיין טאטע זאגט אים זארג נישט, ביזסט א קליגע בחור. זיי געבן א קלינג אין איינער עפענט די טיר, זיי קומען אריין דער עולם זיצט אין דיינונג-רום עס איז ציגעגרייט א געדעקטע טיש בלויע סעלצער מיט עטליכע גלעזליך פארן בחור און מיידל אויפן בעשוי.

ברוך הייבט אן שפירן ווי ער באקומט פליגלען, זיין טאטע וואונטשט אים הצלחה און חן אין גיבט א זאג מען פירט זיך נישט צי טרינקן פארן שידוך שליסן און אלע פארלאזן די דיינונג-רום.

נאך צוויי קארצע שעות קומט הרב לאנדא אריין אין פרעגט צי מען קען שוין טרינקען לחיים? ברוך טראכט פון מיין זייט זיכער, זיין ענטפער האט נישט אויסגעפעלט ווייל מען האט געקענט ליינען זיין צישטימונג אויף זיין שמייכל.

ער רופט אריין ר' דוד אין זאגט מקען שוין טרינקן לחיים.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן......

די שמחה איז גאר גאר גרויס די טיר מאכט זיך אויף אין עס קומען אריין אלע געשוויסטער פון די כלה. אין ברוך איז פרייליך ביז גאר.

די ווארט איז גערופן אויף צוועלעף אזייגער פארטאגס.. קיינער איז נישט מיד. ברוךס לאקאלע רב איז שוין אויך אריבער געקומען געבן מזל טוב.

די מחותן נעמט זיך ציזאמען און פרעגט שטיל פון ברוך, דיין מאמע קומט נישט?♡
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

ישר כח פאר די המשך, יוי איז דאס א מעשה,

ביזט א פראפעשענאל און מאכן פארזעצונגען, און זיך שפשטעלן ביי די מערסט ציענדע חלק
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5146
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@וועלטס מבין נישטא וואס צו רעדן, דו טויגסט!!!

איין שאלה נאר, די מעשה איז כאטש באזירט אויף אמת׳ע פאקטן?..

אונז ווארטן אויפן פארזעצונג!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

שכח.

עס איז באזירט אויף אן אמתע מעשה און אמתע פאקטן.

די ווייטאג איז, אז טאקע די חלקים וואס איך קען באשטיין אז עס זאל נישט זיין אמת , איז ליידער די עיקר מעשה.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:41 am
@וועלטס מבין נישטא וואס צו רעדן, דו טויגסט!!!

איין שאלה נאר, די מעשה איז כאטש באזירט אויף אמת׳ע פאקטן?..

אונז ווארטן אויפן פארזעצונג!
דאנק דעים באשעפער אז די קענסט פרעגן אזא שאלה און די האסט קיינמאהל נישט געזען אדער געפיהלט וואס דעי קינדער גייען דורך
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

גיי שוין ווייטער!!!!!
זאל דער אייבישטער אפהיטן פון אלעם בייזן.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

וועלטס מבין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:53 pm
שכח.

עס איז באזירט אויף אן אמתע מעשה און אמתע פאקטן.

די ווייטאג איז, אז טאקע די חלקים וואס איך קען באשטיין אז עס זאל נישט זיין אמת , איז ליידער די עיקר מעשה.
די מעשה איז שרעקליך, אפילו ס׳איז האלב געבאקן.

למשל די חלק פון די באס מאכט נישט קיין סענס.
א בחור גייט צו זיין טאטנס הויז צום ערשטן מאל - און ער ווייסט אפילו נישט קיין אדרעס, און גייט בלינדערהייט, מיט אלע זעק און פעק - וועלכע מענטש טוט דאס? דארט איז דאך דא א צווייטע פרוי.

נאכדעם, זיין פעטער בעריש קומט פונקט אן… און כאפט אים אוועק…
העלאו!

סאונד ווי א פלעי!
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

קיסריה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 12:50 pm
וועלטס מבין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:53 pm
שכח.

עס איז באזירט אויף אן אמתע מעשה און אמתע פאקטן.

די ווייטאג איז, אז טאקע די חלקים וואס איך קען באשטיין אז עס זאל נישט זיין אמת , איז ליידער די עיקר מעשה.
די מעשה איז שרעקליך, אפילו ס׳איז האלב געבאקן.

למשל די חלק פון די באס מאכט נישט קיין סענס.
א בחור גייט צו זיין טאטנס הויז צום ערשטן מאל - און ער ווייסט אפילו נישט קיין אדרעס, און גייט בלינדערהייט, מיט אלע זעק און פעק - וועלכע מענטש טוט דאס? דארט איז דאך דא א צווייטע פרוי.

נאכדעם, זיין פעטער בעריש קומט פונקט אן… און כאפט אים אוועק…
העלאו!

סאונד ווי א פלעי!
וועלטס מבין האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:54 pm

פאר די קאמענטירסט
איך פארשטיי אז עס איז שטארק מעגליך אז ביי דיר איז די מעשה געווען פונקט דאס פארקערטע, איך וועל אנקומען צי אזא געשיכטע אויך, איך קען ליידער צו אסאך.
אויב די שפיערס אז די דארפסט עס אויסשרייען וואס דרוקט דיר, עס איז זייער נארמאל, קענסטו עס טוהן אין אן עקסטערע אייגענע אדער עגזיסטירענדע אשכול.
ביטע האלטן דאס פלאץ ריין.
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
פארנומענער שדכן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:42 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנומענער שדכן »

נישט נארמאל, האסט מיר געהעריג אריינגעפירט אין דעם בחור'ס וועלט
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

Wow massive
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

קיסריה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 12:50 pm
וועלטס מבין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:53 pm
שכח.

עס איז באזירט אויף אן אמתע מעשה און אמתע פאקטן.

די ווייטאג איז, אז טאקע די חלקים וואס איך קען באשטיין אז עס זאל נישט זיין אמת , איז ליידער די עיקר מעשה.
די מעשה איז שרעקליך, אפילו ס׳איז האלב געבאקן.

למשל די חלק פון די באס מאכט נישט קיין סענס.
א בחור גייט צו זיין טאטנס הויז צום ערשטן מאל - און ער ווייסט אפילו נישט קיין אדרעס, און גייט בלינדערהייט, מיט אלע זעק און פעק - וועלכע מענטש טוט דאס? דארט איז דאך דא א צווייטע פרוי.

נאכדעם, זיין פעטער בעריש קומט פונקט אן… און כאפט אים אוועק…
העלאו!

סאונד ווי א פלעי!

ב"ה אז דו ווייסט נישט, ווען א מענטש איז צופרידן אינדערהיים טוט ער עס נישט,
קוקט אויס אז צו טוהן די שריט איז אים נאך אלץ געווען מער באקוועם ווי וואוינען ביי זיין מאמע, (דיין מח באגרייפט עס טאקע נישט ב"ה)
אס איז די כוונה דא, זאלסט זעהן געשריבן וואס אידן מאכן מיט ליידער היל"ת
שידוכים 21 and up
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שידוכים 21 and up »

וועלטס מבין האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:36 am
ארטיקל #16 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶.

די שדכן הרב עוזר קען נאר באשטיין צו פראבירן שטופן די שידוך ווייטער בתנאי אז זיי פארציילן קיינעם אז ער פראבירט, אין אפילו שפעטער זאל מען זיך אויך ארויסדרייען פון ענטפערן ווער עס איז געווען שדכן, ער זיכט זיך נישט קיין עקסטרע כבוד אדער פאוני-קאלס.

ברוך זאגט דעם נייע שדכן אז פון זיין זייט איז עס בסדר, און ער וועט מיטיילען זיין טאטע אז דאס האט מען אפגעשמיעסט, ר' עוזר פרעגט ברוך וואלסט נישט געוואלט דאס איבערעדן מיט דיין טאטע קודם?

ברוך זאגט אים, מיין טאטע ווייסט ווי שטארק די שידוך האט מיר געפאלן, אויך ווייס איך אז ער קוקט שטארק ארויף די משפחה, ווי אויך האבן מיר באקומען זייער גינסטיגע אינפארמאציע אויפן זאך אליין, פון טיעטשערס, שכינים אום פריינט, ער וויל אויך עס זאל געשען, וועט ער אויך אוודאי צושטימען.

אויב אזוי זאגט ר' עוזר וועל איך מיר שוין נעמען ארבעטן, "אבער געדענק איך האב נישט קיין כח צי קיין עקסטערע קאפ-וויי".

ברוך פארציילט זיין טאטע איבער די פאזיטיווע פארשריט, זיי דאנקען ציזאמען דעם בורא עולם אין האפפען אויף גיטע בשורות.

די טאג גייט פארביי אין די וואך אויך אין ר' דוד קען זיך שוין נישט איינהאלטן, ער רופט אן ר' עוזר, בשעת ער שעפשעט א קארצע תפילה אין בעט אויף גיטע נייעס.

ר' עוזר הייבט נישט אויף.

אפאר מינוט שפעטער רופט ר' עוזר צירוק זאגענדיג אז ער איז אין א פארלעגענהייט ווייל די לאנדאס ווילן וויסן ווי זיי זענען געווען די לעצטע פאר וואכן און פארוואס ער האט זיך איינגעטוישט מיט זיין ווייב צי רופן איבער דעם שידוך. אבער די גיטע נייעס איז אז זיי ווילן גיין ווייטער, מען האט אפגעשמיעסט אויפן אנדערן טאג פארמיטאג גייט מען קוקן אינזער ברוך אין די ספרים געשעפט נישט ווייט פון זייער הויז, ער וועט האלטן א גרינע שאפינג בעג מיט זיין תפילין דערינען.

ברוך האט נישט געקענט שלאפן די נאכט, ער דרייט זיך אויף איין זייט אין ער גלייבט נישט אז איינער וויל אים, ער דרייט זיך די צווייטע זייט און דאנקט דעם מזווג זיווגים פארן ווייזן זיין גרויסע האנט. זיינע לאנגע שעות פון פרייליכע פאנטאזיעס זענען עטליכע מאל איבערגעריסן געווארן מיט ווילדע מחשבות וויאזוי זיין מאמע וועט ריאגירן צי די גאנצע זאך.

ביז ער האט זיך אויפגעוועקט ציפרו נישט געדענקענ'דיג ווען ער איז אנטשלאפן געווארן.

ברוך לאזט זיך ארויס אין מקווה, לערנט א חסידישע ספר אין שטעלט זיך דאווענען אין לויבן דעם גרויסער באשעפער וואס האט אים ציגעשיקט אז דער שידוך זאל זיך ווייטער רירען.

נאכן דאווענען האט ברוך באמערקט אז עס איז שוין שפעט, ער לאזט זיך ארויס צום ספרים געשעפט, ער שטעלט זיך ארויס פאר א היטש און א איד שטעלט זיך אפ, ער זעצט זיך אריין אינעם סיענע מיני ווען און שלעפט צי די טיר.

דער איד פרעגט אים מיט א שמייכל ווי ער גייט, ברוך זאגט אים ווי, דער איד הייבט אים אן פרעגן אלע היטש קשיות, וויאזוי הייסטו, ווי לערנסטע, ווער איז דיין מגיד שיעור, טאטע, זיידע, נאך אביסל און זיי זענען שוין כמעט מחתנים.

ברוך איז א געשמאקע איידעלע שמיעסער, זיי קומען אן צי די ספרים סטאר און דער דרייווער דרייט זיך אריין אינעם פארקינג לאט אין ברוך זאגט אים אידעלערהייט, ספעלט נישט אויס. דער איד שמייכלט אין לאזט אים ארויס.

ברוך באדאנקט זיך אין פעדערט זיך צו די ספרים געשעפט, ער גייט אריין ווי איינער וואס ווייסט נישט ווי ער איז אין מיט נייגער ווארט ער צי זעהן אויב ער וועט כאפן ווער עס קוקט אים.

נאכן זיין דארט א האלבע שעה רופט איינער אריין אין ספרים געשעפט און בעהט פאר ברוך טאטעאוויטש, ברוך קומט צי די טעלעפאון אין זיין טאטע איז אויף די ליניע ער זאגט פאר ברוך אז ער קען שוין אהיים קימען.

ברוך לאזט זיך ארויס אויפן וועג אהיים מיט נאך א היטש, א איד וואס פרעגט נישט אזויפיל קשיות, דער איד שטעלט זיך אפ ביי די אדארעך האקענדיגע גאס צי זיין הויז. ברוך שפאצירט אהיים געמיטלעך אין פראבירט צי כאפן ווער עס האט אים געקוקט.

ער קומט אריין און שטוב אין זיין טאטע איז גאר גיט אויפגעלייגט, דער שדכן זאגט אז דער מדוברת טאטע האט געהאט א שיינעם שמיעס מיט דיר אין זייער הנאה געהאט.

ברוך'ס קאפ דרייט זיך, בין איך ל"ע?? קיינער האט צי מיר נישט גערעדט. ""מעגליך דעי היטש וואס איך האב געכאפט אויפן וועג אהין??"" איך האב געזעהן עס איז א קענטליך פנים.....

דער שדכן רופט היסטעריש, ער האט אים געהאט אין קאר, ער האט אים געגעבן א היטש אין געשמיעסט אין באטראכט ווי ער גייט אריין אין ספרים געשעפט, זיין ווייב אין טאכטער זענען שוין געווען אין די מאאל פון פארדעם און געווארט ביים טיר.

ברוך שעמעדיג אבער דאנקבאר אויפן השגחה פרטית, פאלט אריין אין א פרישע סעסיע פון מחשבות.

ברוך'ס טאטע האקט איבער אין זאגט אים אז ער וועט יעצט גיין מיט זיין ווייב קוקן די מיידל.

ברוך גייט דאווענען מנחה ווי זיין טאטע קומט אויך אן אין בית מדרש.

נאך מעריב גייען זיי ציזאמען צו צים רב אין פארציילן ווי זיי האלטן און בעטן זיין ברכה. דער רב ווינטש אן מיט פרייד, אין אהיים ציזאמען זיי גייען, זיין טאטע זאגט אים אז די זאך קוקט אויס זייער לייטיש, זיי האבן גערעדט, זי געט גאר א גוטן איינדרוק אין ער האלט אז מען זאל מאכן א בעשוי.

מען האט אפגעשמיעסט מיטן שדכן און מען לאזט זיך ארויס צי איינע פין די מיידלס געשוויסטער, ווי מען האט ציגעגרייט פארן בעשוי.

זיי קומען אן צי די הויז אין זיי זעהן אז מען איז שוין דארט.

ברוך ווייסט נאכנישט וואס צי רעדן, זיין טאטע זאגט אים זארג נישט, ביזסט א קליגע בחור. זיי געבן א קלינג אין איינער עפענט די טיר, זיי קומען אריין דער עולם זיצט אין דיינונג-רום עס איז ציגעגרייט א געדעקטע טיש בלויע סעלצער מיט עטליכע גלעזליך פארן בחור און מיידל אויפן בעשוי.

ברוך הייבט אן שפירן ווי ער באקומט פליגלען, זיין טאטע וואונטשט אים הצלחה און חן אין גיבט א זאג מען פירט זיך נישט צי טרינקן פארן שידוך שליסן און אלע פארלאזן די דיינונג-רום.

נאך צוויי קארצע שעות קומט הרב לאנדא אריין אין פרעגט צי מען קען שוין טרינקען לחיים? ברוך טראכט פון מיין זייט זיכער, זיין ענטפער האט נישט אויסגעפעלט ווייל מען האט געקענט ליינען זיין צישטימונג אויף זיין שמייכל.

ער רופט אריין ר' דוד אין זאגט מקען שוין טרינקן לחיים.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן......

די שמחה איז גאר גאר גרויס די טיר מאכט זיך אויף אין עס קומען אריין אלע געשוויסטער פון די כלה. אין ברוך איז פרייליך ביז גאר.

די ווארט איז גערופן אויף צוועלעף אזייגער פארטאגס.. קיינער איז נישט מיד. ברוךס לאקאלע רב איז שוין אויך אריבער געקומען געבן מזל טוב.

די מחותן נעמט זיך ציזאמען און פרעגט שטיל פון ברוך, דיין מאמע קומט נישט?♡
מ'ווארט און מ'ווארט פאר די המשך, די ביטערע,
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

איינער וויל זיך מנדב זיין עס צו PDF'N?

שכח
טריפל וועקסט דאבל מעסקט

קרעדיט אליעזר קרויס
טשאבערגא
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 6:30 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאבערגא »

PDF
מיט ארטיקל 17
אטעטשמענטס
קליינע קינדער גרויסע דאגות_compressed.pdf
(233.89 KiB) געווארן דאונלאודעד 68 מאל
לעצט פארראכטן דורך טשאבערגא אום מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:34 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

@וועלטס מבין וואס האט ברוך גענטפערט ?
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

ארטיקל #17 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶.

ברוך ווערט שוואך, ער האט פון דעם קשיא מורא געהאט, וועגן דעם טאקע האט ער געשיקט א שליח צי לאזן זיין מאמע וויסן אז ער ווערט א חתן, אבער ער האט מורא געהאט צי זאגן מיט וועמען.

יעצט דארף ער שנעל אויפקומען מיט א תירוץ אבער ער וועל נישט אנהייבן מיט זיין צוקונפט'דיגע שווער מיטן לינקען פוס, האט ער געוועלט צי זאגן דעם אמת, אבער די אמת טוט זייער אים וויי.

ברוך בעט זיין שווער ער זאל אים געבן צוויי מינוט ציווישן פיר אויגן, למעשה האט ברוך געשפיערט א שטארקע נאנטשאפט מיט הרב לאנדא, ווי נישט ווי גייט זיין ווייבס משפחה זיין די חלק אין זיין לעבן ווי אלעס גייט האפענטליך פארן כשורה.

ער הייבט אן מיט א ציבראכענקייט און זאגט, מיין מאמע זאל זיין געזונט איז ביי מיר זייער רעספעקטירט אבער זי לייגט מיין אינטערעסן נאך אירע, זי האט געוועלט צי קודם מסדר זיין אירע נקמות אין מיין טאטע ווי איידער צי קוקן פאר מיין טובה, איך שפיער אז איר אנוועזענהייט יעצט וועט נאר פארשווערען די מצב, איך האף צום תנאים אין חתונה וועלן שוין זאכן זיין מסודר.

אונזער מחותן האט אוואדאי נישט געוויסט וויאזוי צי רעאגירן, ער איז געבליבן שטיל, און אינזער חתן איז העכטס באזארגט אויף וואס זיין מחותן טראכט יעצט, די גאנצע שמחה איז ביי אים ציפאלן ווי א זייפן בלאז, ער ציטערט מען זאל נישט אפלאזן די שידוך.

ברוך האט בלית ברירה געמוזט אנטוהן זיין פאלשע שמייכל וואס ער האט שוין אנגעהאט ביי זיין בר מצוה.....

ברוך נעמט אויף יעדעם שיין, פרעגט איעדעם ווער זיי זענען אין וויאזוי זיי זענען משפחה, ער באקומט מזל טוב פון זיינע צוויי קליינע שוואגערליך וואס זענען שוין אין פעדזאמעס אין ווען אינמיטען עפענט זיך די טיר און אינזער פעטער בעריש שפאצירט אריין ווי א גאנצע מחותן אבער שוין מיט צוויי שטעקענעס מיט זיין ריזיגע פארקנייטשטע שמייכל אין זויערע אויגן ווי א פאליטיקאנט וואס האט יעצט פארלוירן די וואלן, ברוך שפיערט די שנאה אין די ליפט, נאך א מינוט זעהט ער זיין מאמע ביים טיר אין באגלייטונג ביי זיין באבע.

פעטער בעריש זאגט אים הויעך אבער מיט אן אפגעשוואכטע קול פון די אנדערע עק דיין מאמע וויל דיר אנוואונטשען מזל טוב.

ברוך האט געדארפט מיטשפילן, ער גייט צו צים טיהר און פארשטייט זיך די כלה קומט צו גיין מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, איהר שוויגער איז דא! די חתן קומט צום טיר!, זיין מאמע געט א קאלטן בליק אויפן כלה ווי צי זאגן ריק דיך אוועק פון דא, ער איז 'מיין' זוהן.

די כלה איז צי עקסייטעד צי כאפן דעם ווינק, זיין מאמע גיבט אים א נעם ארום און ברוך פריידט זיך אז כאטש ברבים מאכט זי זיך, זי געט א זאג אריין פאר ברוך אין אויער 'ווען די וועסט זיך גט'ן זאלסטו נישט קומען וויינען צי מיר' אין די באבע שישקעט צי 'די וועסט נאך זעהן די וועסט זיך גט'ן'....

ברוך צי זיין מזל האט שוין פריער געניצט דעם בית הכבוד, נאך אזא טאץ מיט כיבוד איז ער שנעל אהין געלאפן, ער שפארט צי דעם טיר אין שיסט אויס אין א ביטערליכע צימישטע געוויין, ער פאלט אריין אין זיין פעקל וואס ער טרעפט נישט די וועג ארויס אפילו אינמיטן אזא פרייליכע צייט, ביז איינער געט א קלאפ אויפן טיר, ער הערט זיין טאטע ביזסט אקעי? פרעגט ער, ברוך קען נישט ענטפערן, זיין טאטע זאגט אים די ביזסט שטארקער פון דעם, די גייסט גוט אפוואשן דיין פנים אין זיך זעצן אויבן אן אין זיך האלטן בשמחה.

ער וואשט אפ זיין פנים מיט קאלטע וואסער, זיינע אויגן זענען געשוואלן, אין ער קען נישט ארויסגיין אזוי, זיין טאטע זאגט אים וואש נאך איינמאל מיט פריזינג וואסער איז געב א שמייכל, טראכט נאר ווי שטארק דיין כלה פריידט זיך צי דיר.

דאס האט געארבעט, און ברוך האט געגעבן א טיעפן אטעם און איז ארויס מיט א שמייכל, ער זעצט זיך אויבן אן אין דער מחותן זאגט אים מיט א זארגעדיגע ווארעמע שטומע, אינז האב מיר דיר גענימען פאר ווער די ביזסט. דא קענסטו שפירן באקוועם.

ברוך האט יעצט באמת אפגעאטעמט אין די שמחה פארט, עס ווערט א פרייליכע אטמאספערע.

ברוךס שטוף-מאמע האט מיטגעברענגט א דיימאנד ברעסלעט פאר די כלה א מתנה, זי מאכט זיכער צוציגיין בעפאר זי רופט די כלה צי ברוך'ס מאמע און פרעגט איר צי זי האט געברענגט א ברעסלעט, זי זאגט ניין פון מיר וועט זי נישט באקומען קיין ברעסלעט...

די שטוף-מאמע אן אויסער געווענטליכע בעל מידות, בטבע אויס גייט זי צי צו זאכן שטייטער, זי כאפט נישט און פליקט נישט צירוק פארן גוט אדארעכטראכטן.

זי ענטפערט איר פארזיכטיג,
שמ: וואוו איך זעה די ביסזט פארווייטאגט.
מ: אוואדאי זאל איך לאזן מיין זין חתונה האבן אין זיך גט'ן?
שמ: אוי איך זעה ביזסט באזארגט ער זאל זיך נישט גט'ן.
מ: וואס הייסט זיין טאטע האט זיך געגט.
שמ: אהא די האלסט אז ער גייט זיך גט'ן ווייל זיין טאטע האט זיך אויך געגט.
מ: וואס ווילסטו פון מיר?
שמ: איך הער די ביזסט זייער באזארגט אז ער זאל זיך נישט גט'ן ווי זיין טאטע, די ביזט בארעכטיגט צי האבן די זארג.
מ: וואס ווילסטו יעצט פון מיר?
שמ: איך האב דא א ברעסלעט פאר די כלה, לאמיר ציזאמען גיין עס איהר געבן.
מ: די קענסט עס נישט געבן, סאיז מיין זיהן.
שמ: קיין שום פראבלעם די וועסט עס איר איבערגעבן, סאיז דאך דיין זוהן'ס כלה.

אזוי זענען זיי ציזאמען געגאנגן צי די כלה אין די כלה האט גארנישט געמערקט אין מיט פרייד איבערגענימן איר הערליכע ברעסלעט.

עס ווערט שפעט דער עולם ציגייט זיך און עס בלייבן איבער בלויז גאר נאנטע.

די חתן און כלה גייען יעצט אריין אין א שטוב, די כלה איז בכלל נישט מיד, זי האט יעצט די צייט פון איר לעבן בשעת ברוך וויל שטילקייט, ער זעצט זיך אריין אין שטוב מיט די כלה, די כלה האט גאר א געשמאקע וועג פום רעדן אין מיט גרויס ענערגיע פארציילט זי ברוך פינקטלעך וויאזוי יעדער איז געוואר געווארן פינעם שידוך, וויאזוי אלע האבן רעאגירט, דערנאך וויאזוי די פריינד זענען געקומען און גברענגט באלאנען, אזוי פיערט ציביסלעך ארויס איהר חתן ברוך אין לאלא לאנד.

ברוך געדענקט שוין גארנישט און פארברענגט א הערליכע שעה ביז מען קומט אן צי די חלק מעשה אז זיין ביידע מאמעס האבן ציזאמען געגעבן די ברעסלעט, סאיז סטאננינג און פיט פונקט גוט, און זי האט אויך הנאה צו זעהן אז מען קומט זיך גוט אדארעך.

מער האט נישט אויסגעפעלט אין ברוך איז צירוק געפאלן אין זיין פאניק, אזוי האט מען געענדיגט די נאכט אין מען האט זיך באגריסט אויף צום ווידער זעהן ביים תנאים.♡
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אנטלאפן
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:00 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטלאפן »

וועלטס מבין האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:34 am
ארטיקל #17 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶.

ברוך ווערט שוואך, ער האט פון דעם קשיא מורא געהאט, וועגן דעם טאקע האט ער געשיקט א שליח צי לאזן זיין מאמע וויסן אז ער ווערט א חתן, אבער ער האט מורא געהאט צי זאגן מיט וועמען.

יעצט דארף ער שנעל אויפקומען מיט א תירוץ אבער ער וועל נישט אנהייבן מיט זיין צוקונפט'דיגע שווער מיטן לינקען פוס, האט ער געוועלט צי זאגן דעם אמת, אבער די אמת טוט זייער אים וויי.

ברוך בעט זיין שווער ער זאל אים געבן צוויי מינוט ציווישן פיר אויגן, למעשה האט ברוך געשפיערט א שטארקע נאנטשאפט מיט הרב לאנדא, ווי נישט ווי גייט זיין ווייבס משפחה זיין די חלק אין זיין לעבן ווי אלעס גייט האפענטליך פארן כשורה.

ער הייבט אן מיט א ציבראכענקייט און זאגט, מיין מאמע זאל זיין געזונט איז ביי מיר זייער רעספעקטירט אבער זי לייגט מיין אינטערעסן נאך אירע, זי האט געוועלט צי קודם מסדר זיין אירע נקמות אין מיין טאטע ווי איידער צי קוקן פאר מיין טובה, איך שפיער אז איר אנוועזענהייט יעצט וועט נאר פארשווערען די מצב, איך האף צום תנאים אין חתונה וועלן שוין זאכן זיין מסודר.

אונזער מחותן האט אוואדאי נישט געוויסט וויאזוי צי רעאגירן, ער איז געבליבן שטיל, און אינזער חתן איז העכטס באזארגט אויף וואס זיין מחותן טראכט יעצט, די גאנצע שמחה איז ביי אים ציפאלן ווי א זייפן בלאז, ער ציטערט מען זאל נישט אפלאזן די שידוך.

ברוך האט בלית ברירה געמוזט אנטוהן זיין פאלשע שמייכל וואס ער האט שוין אנגעהאט ביי זיין בר מצוה.....

ברוך נעמט אויף יעדעם שיין, פרעגט איעדעם ווער זיי זענען אין וויאזוי זיי זענען משפחה, ער באקומט מזל טוב פון זיינע צוויי קליינע שוואגערליך וואס זענען שוין אין פעדזאמעס אין ווען אינמיטען עפענט זיך די טיר און אינזער פעטער בעריש שפאצירט אריין ווי א גאנצע מחותן אבער שוין מיט צוויי שטעקענעס מיט זיין ריזיגע פארקנייטשטע שמייכל אין זויערע אויגן ווי א פאליטיקאנט וואס האט יעצט פארלוירן די וואלן, ברוך שפיערט די שנאה אין די ליפט, נאך א מינוט זעהט ער זיין מאמע ביים טיר אין באגלייטונג ביי זיין באבע.

פעטער בעריש זאגט אים הויעך אבער מיט אן אפגעשוואכטע קול פון די אנדערע עק דיין מאמע וויל דיר אנוואונטשען מזל טוב.

ברוך האט געדארפט מיטשפילן, ער גייט צו צים טיהר און פארשטייט זיך די כלה קומט צו גיין מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, איהר שוויגער איז דא! די חתן קומט צום טיר!, זיין מאמע געט א קאלטן בליק אויפן כלה ווי צי זאגן ריק דיך אוועק פון דא, ער איז 'מיין' זוהן.

די כלה איז צי עקסייטעד צי כאפן דעם ווינק, זיין מאמע גיבט אים א נעם ארום און ברוך פריידט זיך אז כאטש ברבים מאכט זי זיך, זי געט א זאג אריין פאר ברוך אין אויער 'ווען די וועסט זיך גט'ן זאלסטו נישט קומען וויינען צי מיר' אין די באבע שישקעט צי 'די וועסט נאך זעהן די וועסט זיך גט'ן'....

ברוך צי זיין מזל האט שוין פריער געניצט דעם בית הכבוד, נאך אזא טאץ מיט כיבוד איז ער שנעל אהין געלאפן, ער שפארט צי דעם טיר אין שיסט אויס אין א ביטערליכע צימישטע געוויין, ער פאלט אריין אין זיין פעקל וואס ער טרעפט נישט די וועג ארויס אפילו אינמיטן אזא פרייליכע צייט, ביז איינער געט א קלאפ אויפן טיר, ער הערט זיין טאטע ביזסט אקעי? פרעגט ער, ברוך קען נישט ענטפערן, זיין טאטע זאגט אים די ביזסט שטארקער פון דעם, די גייסט גוט אפוואשן דיין פנים אין זיך זעצן אויבן אן אין זיך האלטן בשמחה.

ער וואשט אפ זיין פנים מיט קאלטע וואסער, זיינע אויגן זענען געשוואלן, אין ער קען נישט ארויסגיין אזוי, זיין טאטע זאגט אים וואש נאך איינמאל מיט פריזינג וואסער איז געב א שמייכל, טראכט נאר ווי שטארק דיין כלה פריידט זיך צי דיר.

דאס האט געארבעט, און ברוך האט געגעבן א טיעפן אטעם און איז ארויס מיט א שמייכל, ער זעצט זיך אויבן אן אין דער מחותן זאגט אים מיט א זארגעדיגע ווארעמע שטומע, אינז האב מיר דיר גענימען פאר ווער די ביזסט. דא קענסטו שפירן באקוועם.

ברוך האט יעצט באמת אפגעאטעמט אין די שמחה פארט, עס ווערט א פרייליכע אטמאספערע.

ברוךס שטוף-מאמע האט מיטגעברענגט א דיימאנד ברעסלעט פאר די כלה א מתנה, זי מאכט זיכער צוציגיין בעפאר זי רופט די כלה צי ברוך'ס מאמע און פרעגט איר צי זי האט געברענגט א ברעסלעט, זי זאגט ניין פון מיר וועט זי נישט באקומען קיין ברעסלעט...

די שטוף-מאמע אן אויסער געווענטליכע בעל מידות, בטבע אויס גייט זי צי צו זאכן שטייטער, זי כאפט נישט און פליקט נישט צירוק פארן גוט אדארעכטראכטן.

זי ענטפערט איר פארזיכטיג,
שמ: וואוו איך זעה די ביסזט פארווייטאגט.
מ: אוואדאי זאל איך לאזן מיין זין חתונה האבן אין זיך גט'ן?
שמ: אוי איך זעה ביזסט באזארגט ער זאל זיך נישט גט'ן.
מ: וואס הייסט זיין טאטע האט זיך געגט.
שמ: אהא די האלסט אז ער גייט זיך גט'ן ווייל זיין טאטע האט זיך אויך געגט.
מ: וואס ווילסטו פון מיר?
שמ: איך הער די ביזסט זייער באזארגט אז ער זאל זיך נישט גט'ן ווי זיין טאטע, די ביזט בארעכטיגט צי האבן די זארג.
מ: וואס ווילסטו יעצט פון מיר?
שמ: איך האב דא א ברעסלעט פאר די כלה, לאמיר ציזאמען גיין עס איהר געבן.
מ: די קענסט עס נישט געבן, סאיז מיין זיהן.
שמ: קיין שום פראבלעם די וועסט עס איר איבערגעבן, סאיז דאך דיין זוהן'ס כלה.

אזוי זענען זיי ציזאמען געגאנגן צי די כלה אין די כלה האט גארנישט געמערקט אין מיט פרייד איבערגענימן איר הערליכע ברעסלעט.

עס ווערט שפעט דער עולם ציגייט זיך און עס בלייבן איבער בלויז גאר נאנטע.

די חתן און כלה גייען יעצט אריין אין א שטוב, די כלה איז בכלל נישט מיד, זי האט יעצט די צייט פון איר לעבן בשעת ברוך וויל שטילקייט, ער זעצט זיך אריין אין שטוב מיט די כלה, די כלה האט גאר א געשמאקע וועג פום רעדן אין מיט גרויס ענערגיע פארציילט זי ברוך פינקטלעך וויאזוי יעדער איז געוואר געווארן פינעם שידוך, וויאזוי אלע האבן רעאגירט, דערנאך וויאזוי די פריינד זענען געקומען און גברענגט באלאנען, אזוי פיערט ציביסלעך ארויס איהר חתן ברוך אין לאלא לאנד.

ברוך געדענקט שוין גארנישט און פארברענגט א הערליכע שעה ביז מען קומט אן צי די חלק מעשה אז זיין ביידע מאמעס האבן ציזאמען געגעבן די ברעסלעט, סאיז סטאננינג און פיט פונקט גוט, און זי האט אויך הנאה צו זעהן אז מען קומט זיך גוט אדארעך.

מער האט נישט אויסגעפעלט אין ברוך איז צירוק געפאלן אין זיין פאניק, אזוי האט מען געענדיגט די נאכט אין מען האט זיך באגריסט אויף צום ווידער זעהן ביים תנאים.♡
איך קען נישט גיין שלאפן דא!! איך האלט עס נישט אויס פאר ברוך!! הרב וועלטס מבין מען קען רעדן פון נאך א פארזעצונג פאר היינט נאכט?
טריי נישט צו אנטלויפן ווייל דו גייסט מיט צו ווי דו אנטלויפסט
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

@וועלטס מבין כ׳האלט מיר איין דעם אטעם שוין א לאנגע צייט… נאר איין זאך בעהט איך דיר ברחמים… מאך אים נישט כאפן קיין פאניק אטאק אין פראנט פון זיין כלה!! פליז האב רחמנות
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אלם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:53 am
@וועלטס מבין כ׳האלט מיר איין דעם אטעם שוין א לאנגע צייט… נאר איין זאך בעהט איך דיר ברחמים… מאך אים נישט כאפן קיין פאניק אטאק אין פראנט פון זיין כלה!! פליז האב רחמנות
געב אים נישט קיין עצות.
ער גייט עס נאך טוהן...
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”