קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

משיגע איז נישט די ווארט !!!!! יעצט אדורכגעליינט די גאנצע מעשה !!! ליידער קען איך איינער וואס מאכט מיט ממש דאס פונקט !!!! אייי די הארץ רייסט
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

די גזל שינה וואס די האסט מיר דא אנגעמאכט.
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

the spookyn part started, שרעקעדיג
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

וואו דעס איז צו ביטערליך אראפגעלייגט.
אוועטאר
פארנומענער שדכן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:42 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנומענער שדכן »

נישט נארמאל
על ההרים והגבעות
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 5:40 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על ההרים והגבעות »

יוש איך האלט עס נישט אויסאיך וויין פאר ברוך און איך וויין אפשר אויך פאר מיך

אוי הייליגער באשעפער עד מתי
אויב די טוסט היינט וואס אנדערע ווילן נישט טון וועסטו מארגן קענען טון וואס אנדערע קענען נישט טון
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

@וועלטס מבין ווען איך קום אריין און אזא אשכול ווי דאס זאג איך א שאד אז איי וועלט האט געמאכט א לייק קנעפל ...

די ווייסט וויפיל בלעטער מיט גרינע עס וואלט שוין דא געווען ווען נישט די לייק קנעפל נו נאדיר

אבער עס איז גרינע מיט טרויער אינאיינעם....

אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

😭😭😭😭😢😥זייער זייער עמאצניאל!!
ב’’ה איך פארשטיי עס נישט!
די שרייבסט זייער גוט!
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
פרישע זאקן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:14 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע זאקן »

@וועלטס מבין די האסט מיר געמאכט וויינען איך גיי דאס דורך אבער אן קיין גט און אן פעטער'ס און באבעס ס'איז אסאך ערגער אין א געוויסע וועג...
וואס איך וויל וויל נישט מיין טאטע און וואס מיין טאטע וויל וויל איך נישט (ער איז אן אנדערקאווערט מ"ש וד"ל מיט עביוז אינאיינעם איך פייט אויף צוויי פראנטן די לעצטע 21 יאר צו זיין א נארמאלע מענטש נאך די אלע עביוז און צו זיין א ערליכע איד)
cry:
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

פרישע זאקן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 12:20 am
@וועלטס מבין די האסט מיר געמאכט וויינען איך גיי דאס דורך אבער אן קיין גט און אן פעטער'ס און באבעס ס'איז אסאך ערגער אין א געוויסע וועג...
וואס איך וויל וויל נישט מיין טאטע און וואס מיין טאטע וויל וויל איך נישט (ער איז אן אנדערקאווערט מ"ש ודי מיט עביוז אינאיינעם איך פייט אויף צוויי פראנטן די לעצטע 21 יאר צו זיין א נארמאלע מענטש נאך די אלע עביוז און צו זיין א ערליכע איד)
cry:
אוי טאטע!!!
😭😭😭😭😭😭😭😭😭

איך וויין פאר דיר!!
-

אבער זארג דיר נישט, ס'קומט גוטע צייטן!!

אז דו האסט ריזיגע טשעלענדזשעס, מיינט עס אז די אייבערשטער האט ריזיגע טראסט אין דיר!

דו קענסט!!

אוי האסטו זכותים!

ווי מער דו דארפסט האסלע''ן אלץ מער ווארט דיר אפ לאחר מאה ועשרים!

שטארק דיך!
די אייבערשטער איז מיט דיר!!
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

@וועלטס מבין מ'ווארט מיר אויף א המשך...
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

זאנוויל תנחום האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:42 pm
@וועלטס מבין מ'ווארט מיר אויף א המשך...
ג"א מצטרף
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע:בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:53 pm
זאנוויל תנחום האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:42 pm
@וועלטס מבין מ'ווארט מיר אויף א המשך...
ג"א מצטרף
וגם אני
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
על ההרים והגבעות
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 5:40 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על ההרים והגבעות »

נשמת הניגון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 3:27 pm
אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:53 pm
זאנוויל תנחום האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:42 pm
@וועלטס מבין מ'ווארט מיר אויף א המשך...
ג"א מצטרף
וגם אני
וגם אני
אויב די טוסט היינט וואס אנדערע ווילן נישט טון וועסטו מארגן קענען טון וואס אנדערע קענען נישט טון
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

וגם כל כלל ישראל היושבים ב'איי וועלט הבירה
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

ארטיקל #18 אין סעריע פון
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות🫶.

ברוך קומט אן אהיים, ער ליינט ערליך קריאת שמע שעל המיטה מיט כוונה, ער בלייבט שטעקן ביי רבונו של עולם הריני מוחל, זיינע מחשבות לאזן זיך ארויס אויף א באלד 15 יעריגע רייזע, בין איך טאקע מוחל א-י-ע-ד-ע-ם? אזוי פאר'מוח'עט ענדיגט ער ביז ד' לי ולא אירא. ער האט קיין מורא נישט נאר פונעם באשעפער אליין, אין פון די אנדערע וואס ער האט נאך מורא איז זיין עבודה צי זיך שטארקן דערויף פאר די רעשט פון זיין לעבן.

ער לייגט זיך אין בעט, ער קען נישט איינשלאפן. איין זייט דרייט ער זיך קומט אים ארויף אין מחשבה וואס גייט דא זיין ביים תנאים אין די שבעת ימי המשתה, ווען ער דרייט זיך אויף די אנדערע זייט קומט ארויף אויף זיין מחשבה די גרויסע שמחה וואס האט היינט פאסירט און ווערט ליידער צישטערט מיט וואס זיין מאמע האט אים אריינגעזאגט, זיין אויער ווייבערעט נאך, 'ווען די וועסט זיך גט'ן זאלסטו נישט קומען וויינען צי מיר'.... 'די וועסט נאך זעהן די וועסט זיך גט'ן'.... ער דרימלט איין אין וועקט זיך אויף ווי זיין מאמע שרייט ביי זיין תנאים איידער ברעכן טעלער. און אזוי גייט די נאכט פארביי.

פארטאגס בליקט ברוך'ס טאטע אריין אין זיין צימער און זעהט ברוך איז אויף, ער פרעגט ברוך צי ער וויל שמיעסן מיט אים, ברוך נעמט עס אן פארשטייט זיך.

ברוך וויינט זיך אויס אויף וויאזוי איינע פון די דערהויבענסטע טעג אין זיין לעבן איז צישטערט געווארן ביי איינעם וואס מאכט אזוי שטארק אויס אין זיין לעבן, מער ווי מיט קרעכצן האט ר' דוד נישט געקענט צילייגן און אים געזאגט, עס איז נישט גערעכט וואס מען טוט צי דיר, עס טאר נישט געשען אזאנס, סיי ווען עס ליגט דיר אזאנס אדער ענדליך אויפן הארץ בין איך דא פאר דיר ווי אייביג.

ברוך נעמט עס אן צופרידנשטעלענד כאטש האט ער ווער עס נעמט עס פערזענליך אז ער ווערט געטשעפעט, מיט א קליינע ציפ אויף די ווערטער 'ווי אייביג', אין טראכט צי זיך הלוואי וואלט איך דיר געהאט אייביג....

ברוך לאזט זיך ארויס קויפן זעברא-פענס, זיין ראש ישיבה לאזט נישט טיילן קיין ציגארעטליך. פאר זיינע נאעסטע צוויי חבירים קויפט ער בשתיקה א ציגאר.

ער קומט אן אין ישיבה מיט אן עסקארט כמו שכתב, די בחורים האבן באשטעלט א קאר סערוויס וואס האט לאקשזערי קארס, זיי זאלן צופירן ברוך פונעם עק גאס ביז די ישיבה, דער עולם איז הויעך, די סיינס, די באלאנען, עס הענגן אפאר פיקטשערס וואס איינער האט געכאפט באהאלטענערהייט פון ברוך אויפן בוים אדער ביי א שפאציר. די מצב איז הויעך.

דאס מאל האט איין חבר סורפרייזט דער עולם מיט א מיוזישען וואס ער איז אן עידזענט פאר אים, איז דער שפילער געקומען אימזינסט. איין חבר א כלל-טיער האט גענומען די מייק אין געגראמט לכבוד די שמחה. איי איז דאס געווען א דערהויבענע נאכט, נישט וויסענדיג אז דאס איז א גיטע הכנה פארן קלאפ וואס קומט מארגן.

ווי די וועלט זאגט, אויב שווערע זמנים זענען געמאכט צי בויען א מענטש, דאן זענען לייכטע זמנים געמאכט צי שעפן פרישע כוחות אויף די נעקסטע שווערעקייט.

דער משגיח רופט אריין ברוך, ער גיבט אים מזל טוב אין וואונטשט אים א פרייליך לעבן, ברוך'ס אלערט סיסטעם כאפט אויף אז די משגיח האט עפעס מער צי זאגן ווי סתם א מזל טוב.

ברוך ווארט אויס אין דער משגיח פרעגט אים, דיינע עלטערן האבן ציגעשטימט צים שידוך?

ברוך: איר ווייסט דאך די אויסשטעל פון מיין משפחה.
מ: יא יא.
ברוך: נו איך האב נישט אויסגעוועלט אזא לעבן, איך טי מיין בעסטע מיט די ברירות וואס דער אייבישטער האט מיר געגעבן.
מ: יא אבער א שידוך איז אנדיש, די ווייסט ווי דיין מאמע האט מיר געקאלט וויינען? זי האלט נישט אויס אז די האסט איר ניטאמאל געפרעגט פארן שליסן די שידוך.
ברוך: דארף איך יעצט אנהייבן מסביר זיין די סטואציע פון אנפאנג?
מ: איך וויל עכט נישט הערן נאך לשון הרע, איך האב שוין געניג געהערט היינט, אבער דיין מחותן האט מיר שוין אויך געקאלט אז דיין מאמע פארפירט אין ער איז פארלוירן.
ברוך: אפשר רופט איר מיין טאטע.
מ: בסדר, איך וועל אים באלד רופן.

ברוך באגריסט דעם ראש חבירה אין גייט ארויס א שבר כלי מיטן קאפ אראפ.

אין הלוועי שטייט דער געשמאקער בחור, אין רופט אויס, ברוך א חתן טאר נישט זיין אנגעזעצט! מען נעמט דיר נישט צוריק נעקסטע זמן? וואס איז געשען? די ביזט דאך פון די בעסטע לערנערס. אה ווייל די לייגסט תפילין אינדרויסן, די משגיח ווייסט דאך אז די מיינסט עס ערענסט.

נאכדעם קומט ער צי מיט א פרייליכערן טאון אז דער גאנצע קאווע שטיבל זאל הערן, יא דיין מאמע האט שוין פארציילט מיין מומעס שכן וואס האט זיך אפגעטוהן מיט דיין שידוך, שוין נישט אייביג מיינט דיין טאטע דיין טובה, ער האט דיר גוט אנגעמיירעט הא?

ביז דא האט ברוך מיטגעהאלטן, די איבריגע איז שוין געווען אויף זיין וועג אהיים. מיט א פעסטע החלטה נישט צי באגעגענען קיין באקאנטע עד יעבור זעם.

ברוך זיצט אינדערהיים א גאנצן טאג, שחרית, מנחה אין מעריב דאווענט ער ביים כותל אין באוויינט זיין גורל. זיין אפעטיט ווערט אים שוואך ער עסט קוים עפעס באנאנעס, מאנדלען און טיי.

אזוי גייען אדארעך געציילטע טעג, זיין טאטע פראבירט אים געבן חיזוק אבער ברוך שפיערט ווי דאס איז עס, ער קען שוין מער נישט.

איין נאכט באקומט ברוך'ס שטיעף מאמע א קאל פון די מחותנתסטע, ברוך בשעת אלעס גייט מיטן פיטום אראפ האט זיך זייער דערשראקן אין זיך מחזיק געווען אז ער קען שוין ממילא נישט ווערן מער ציקלאפט.

די מחותנתטע פרעגט איר גלייך צי ערשט, איך מיז וויסן וויאזוי די קימסט זיך אדארעך מיט ברוךס מאמע? זי ענטפערט אז זי פראבירט צי פארמינערן א דיאלאג מיט איר און רעדט נאר צי איר ווען עס איז א מיז.

די מחותנתטע פארציילט אז ברוך'ס מאמע אין באבע האבן שוין ביידע עקסטער געקאלט טערארעזירן איבערן שידוך, ווי אויך האט שוין דער שדכן אריינגעהויבן, אינטערעסאנט איז צי באמערקן זאגט די מחותנתטע אז ווי מער זיי פארפירן אלס מער פארשטיי איך ענק. וויאזוי האלט עס ברוך אויס? איך האף ער גייט פאר טעראפי פיערט זי אויס.

ברוך האט דאס געהערט און דאס האט אים שטארק בארוהיגט אז מען רעדט דא פון מענטשן וואס פראבירן אים צי פארשטיין.

ברוך ווערט שטארקער ביי זיך און גייט היינט אין בית מדרש, יעדער וואס גיבט אים מזל טוב מיינט אים עכט צי באוואשען אויף וואס עס גייט פאר ציווישן אים און זיין מאמע, די געציילטע וואס ער האלט אז זיי פארשטייען אים ווייל זיי האבן שוין אסאך געהערט, זיי ווילן אים מן הסתם זאגן לאך דיך אויס, אזוי דרייעט ער זיך ארים נעבעך פארטראכט אין זיינע פראבלעמען בשעת אלע ארומיגע האלטן אז ער איז זייער הויעך פונעם שמחה, עס פאלט זיי נישט איין אז ער איז פאר'מוח'עט ווייל ער איז געפאלן טיף צי א פלאץ וואס פארנעמט זיין גאנצן הלוך ילך.

עס קומט ערב שבת, די מחותן ערווארט ברוך'ס קאל, ברוך ווייסט דאס אבער קען זיך נישט ציזאמען נעמען.

די כלה קאלט ברוך'ס שטיעף מאמע באגריסן א גוט שבת אין זאגט, איך פיעל פאני אז איך קאל דיר, די ביזסט אפציעל א שטיף מחותנתטע סוואלט אפשר געפאסט צי רופן ברוךס מאמע, איך רוף דיר ווייל באמת וויל איך הערן פון ברוך וואס ער מאכט און וויאזוי ער פריידט זיך מיטן שמחה, וויפיל זיין מאמע קען שרייען ווייס איך שוין, איך זיך מיר נישט קיין סורפרייזעס, קאל איך איר נישט.

ברוך'ס שטיעף מאמע לייגט די כלה אויף ספיעקער אין שמיעסט געמיטלעך ווען די כלה דריקט אויס דא אין דארט זארג אויף ברוךס וואול זיין, צי עס שאדט אים נישט חלילה, ברוך פונעם נעקסטען ציממער נעמט די ווערטער ווי מים קרים על נפש עיפה.

ברוך נעמט דעם טעלעפאון ער וויל רופן דעם מחותן ווען זיין משגיח רופט אריין, ער ענטפערט דעם טעלעפאון אין שפיערט א פרישע נידערלאגע.♡
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אוטש אוטש, ווייטאגלעך און שטעכעדיג ביז גאר💔💔
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
Building
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 2:02 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Building »

אוי הייליגע באשעפער
איך האב אייבעג געוואלט טראכטן אז דעס איז א פיקטשען אבער עס קען נישט זיין א בשר ודם זאל טראכטן פון די זאכענס אבער נקמה אין ego קען מאכן א געזינטע מענטש טוהן קראנקע שלעכטע זאכן על אחת כמה וכמה נישט געזינטע

דער באשעפער זאל דיך אויפרעכטן אין געבן די כוחות ווייטער ציגיין אין מיט דיין כלה/ווייב איוף בויעהן א בית נאמן בישראל

איך האף אז די האסט ארויסגענומען אלע קראנקע פין דיין לעבן
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

על כגון דא נאמר

דער איז אלוועיס לייט ביי די ענד אף די טאנעל
טשאבערגא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 6:30 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאבערגא »

PDF
אטעטשמענטס
קליינע קינדער גרויסע דאגות_compressed.pdf
(230.03 KiB) געווארן דאונלאודעד 109 מאל
על ההרים והגבעות
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 5:40 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על ההרים והגבעות »

נא ווען קומט שוין אן המשך איך ווארט געשפאנט און נייגעריג
אויב די טוסט היינט וואס אנדערע ווילן נישט טון וועסטו מארגן קענען טון וואס אנדערע קענען נישט טון
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

גם אני מצטרף להנ"ל,

ישר כח וועלטס מבין, יו אר מאר דען עמעזינג סעיווינג
בן סאלמאן
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 18, 2021 10:04 pm

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן סאלמאן »

נו? ווען קומט שוין די המשך?
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

מיר ווארטן מיט שפאנונג
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
טרופ עוו
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:34 am

Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרופ עוו »

אה''ו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 12:02 am
מיר ווארטן מיט שפאנונג
גא"מ
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”