מסכת ברכות - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ראמאסוואמי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:55 pm

מסכת ברכות - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמאסוואמי »

איך גלייב אז אסאך האבן אנגעהויבן עמוד היומו וגם אני בתוכם

איך עפן דעם אשכול מען זאל קענען אויסשמועסן דעם עמוד.

-----

די גמרא אויף דף ב עמוד ב' קומט צו אז ''וטהר'' מיינט אז ער ווערט ריין, און זאגט כדאמרי אינשי אערב שימשא ואידכי יומא.

מיין קשיא איז לפי''ז איז די טייטש פון ובא השמש וטהר בלויז אז דער זון איז אונטערגעגאנגען און ס'איז ריין פון טאג? אדער מיינט עס ווייטער ובא השמש וטהר אז דער מענטש ווערט ריין און די כדאמרי אינשי מיינט נאר ארויס צו ברענגען אז ''וטהר'' קען מיינען ס'איז ריין געווארן (פון זיך אליינס)

איך האב מורא אז כ'האב א טעות דעראין, תירוצים אר וועל עפרישעיטעט

יישר כח
אלל יוניטס סטענד ביי פאר עי סעקנד דעגרי כאפצעם
גוטע וועטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2023 3:46 pm
לאקאציע:איך בין דיין שכן

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וועטער »

דו פוינט וואס דו גמרא טרייט דיר צו זאגן און ברענגן א ראי צו איז אז דו טאג דו עצם זאך אז דו זין גייט אוועק קען מאכן ריין דאס מיינט אדכי יומא
אזוי מיין איך
גיב דא א דריק צו זעהן און דאנלאדן מיינע ארטיקלן!

download/file.php?id=555492 download/file.php?id=553924 download/file.php?id=569151
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

גוטע וועטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 4:04 pm
דו פוינט וואס דו גמרא טרייט דיר צו זאגן און ברענגן א ראי צו איז אז דו טאג דו עצם זאך אז דו זין גייט אוועק קען מאכן ריין דאס מיינט אדכי יומא
אזוי מיין איך
אויך אזוי געלערנט
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע:גלילות

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

ריין פון טאג
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי.קרעדיט יאנאש
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

עי' ברש''י טהר יומא די טאג גייט אדורך עס ווערט נאכט דעמאלטס קען די כהן עסן תרומה. לויט דעם איז די וטהר אין פסוק נישט קיין לשון טהרה. איך מיין אז אין מס' יומא טרעפט זיך אויך אזא לשון.

די סיבה פאר וואס מען קען עס נישט פארטייטשען אלס לשון טהרה ווייל די המשך א פסוק וועט נישט שטימען, ובא השמש וטהר ואחר יאכל תרומה.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

תגובה דורך נייע שטאט »

אז מען רעדט שוין פון עמוד יומי, קודם איז כדאי אראפצוברענגען אז אויף עמוד א' אונטן פעלן פיר שטיקלעך רשי"'ס נעם א עוז והדר מיט הגהות וציונים וועסטו זען, ארטסקרול שיקט אויך אהין כאטשיק זיי ברענגען נישט דעם גאנצן לשון ווארט פאר ווארט האבן זיי אבער אריינגעפלאכטן די פיר רשי"ס, עס לייגט א קלארקייט אויף די גאנצע סוגיא.
אבער וואס כ'וויל מיך ווואונדערן זייער שטארק איז אויף די דרשו
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:08 pm
עי' ברש''י טהר יומא די טאג גייט אדורך עס ווערט נאכט דעמאלטס קען די כהן עסן תרומה. לויט דעם איז די וטהר אין פסוק נישט קיין לשון טהרה. איך מיין אז אין מס' יומא טרעפט זיך אויך אזא לשון.
יומא נט עמוד א
הזה ממנו על טהרו של מזבח: מאי טהרו אמר רבה בר רב שילא פלגיה דמזבח כדאמרי אינשי טהר טיהרא והוי פלגיה דיומא
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

הרים סביב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:19 pm
מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:08 pm
עי' ברש''י טהר יומא די טאג גייט אדורך עס ווערט נאכט דעמאלטס קען די כהן עסן תרומה. לויט דעם איז די וטהר אין פסוק נישט קיין לשון טהרה. איך מיין אז אין מס' יומא טרעפט זיך אויך אזא לשון.
יומא נט עמוד א
הזה ממנו על טהרו של מזבח: מאי טהרו אמר רבה בר רב שילא פלגיה דמזבח כדאמרי אינשי טהר טיהרא והוי פלגיה דיומא
יאפס דאס איז עס!
חוץ וואס עס איז וויכטיג צו לערנען ריכטיג די פשט איז עס אויך וויכטיג פאר די בחינה 'דרשו' קען זיך שטעלן אויף אזא גמרא די טייטש פון וטהר לויט די הו''א און די מסקנה.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14800
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

תוס: ב: אמר ליה ר' יהודה והלא כהנים מבעוד יום הם טובלים. תימא תיקשי ליה לנפשיה שהרי פלג המנחה מבעוד יום היא והוא אומר (לקמן דף כז.) מיד כשיעבור פלג המנחה הוי זמן תפלת ערבית. ויש לומר דלדידיה לא קשיא דלא דריש בשכבך ובקומך אבל לרבנן דדרשי קשיא דאינו זמן שכיבה:

לויט די וואס דרש'נען נישט ובשכבך ובקומך, פון ווי לערנען זיי ארויס אז מען דארף ליינען קריאת שמע יעדן טאג צופרי און ביינאכט?
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Annotation 2023-10-17 172442.jpg
Annotation 2023-10-17 172442.jpg (55.47 KiB) געזען 1583 מאל
המשך.
איך וואונדער מיר זייער ווייל כ'האב געזען אז זיי געבן גאר א שיינע הוספה פאר ווער ס'לערנט עס מיט זייער גליון עיון הדף וואטעווער, נתחבר ע"י היינטיגע מלקטים און זיי געבן גארנישט מער פאר א בחינה מיט תוס'
זע דא די ארץ ישראל'דיגע כ'האב נישט געקענט יעצט נאך אמאל טרעפן די אמעריקאנע סייט.
אבער ס'האט די זעלבע מהלך. באקומסט מער געלט פאר עיון הדף, גארנישט מער פאר תוספות.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:25 pm
תוס: ב: אמר ליה ר' יהודה והלא כהנים מבעוד יום הם טובלים. תימא תיקשי ליה לנפשיה שהרי פלג המנחה מבעוד יום היא והוא אומר (לקמן דף כז.) מיד כשיעבור פלג המנחה הוי זמן תפלת ערבית. ויש לומר דלדידיה לא קשיא דלא דריש בשכבך ובקומך אבל לרבנן דדרשי קשיא דאינו זמן שכיבה:

לויט די וואס דרש'נען נישט ובשכבך ובקומך, פון ווי לערנען זיי ארויס אז מען דארף ליינען קריאת שמע יעדן טאג צופרי און ביינאכט?
אויב כ'מאך נישט קיין טעות איז עס לויט אים נישט קיין דאורייתא, פארשטייט זיך מען פסק'נט נישט אזוי
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:25 pm
תוס: ב: אמר ליה ר' יהודה והלא כהנים מבעוד יום הם טובלים. תימא תיקשי ליה לנפשיה שהרי פלג המנחה מבעוד יום היא והוא אומר (לקמן דף כז.) מיד כשיעבור פלג המנחה הוי זמן תפלת ערבית. ויש לומר דלדידיה לא קשיא דלא דריש בשכבך ובקומך אבל לרבנן דדרשי קשיא דאינו זמן שכיבה:

לויט די וואס דרש'נען נישט ובשכבך ובקומך, פון ווי לערנען זיי ארויס אז מען דארף ליינען קריאת שמע יעדן טאג צופרי און ביינאכט?
אז דו האסט געלערנט דעם ערשטן תוספות האסטו דארט שוין געקענט זען אז לויט ר' יודא דארף מען נישט ליינען קריאת שמע "ביינאכט" ווייל קר"ש של ערבית הייבט זיך אן פעסט נאכמיטאג תיכף נאך פלג המנחה ווען סענדיגט זיך לויט ר' יודא זמן תפלת מנחה און ס'הייבט זיך אן זמן תפלת ערבית כהבנת התוס' בשיטת ר' יודא.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

א פיינע אשכול דעיס.

איך מיטשע מיר מיט די שטיקל גמרא ב. אינטן.

זאגט די הייליגע גמרא:
''אמר מר משעה שהכהנים נכנסים לאכול בתרומתן מכדי כהנים אימת קא אכלי תרומה משעת צאת הכוכבים לתני משעת צאת הכוכבים מלתא אגב אורחיה קמשמע לן כהנים אימת קא אכלי בתרומה משעת צאת הכוכבים והא קמשמע לן דכפרה לא מעכבא''

איך פארשטיי פשוט פשט אז די גמרא ענטפערט אז די משנה זאגט משעה שהכהנים כדאי ארויס צו לערנען אגב אז זיי קענען עסן תרומה פון צאה''כ און מען דארף נישט ווארטן ביז צופרי נאכן כפרא דקרבנות.

איך פארשטיי נישט וויאזוי מען לערנט פון די משנה ארויס אז די צייט איז צאת הכוכבים? אפשר איז עס פריער אדער שפעטער?

אויב איינער קען מיר העלפן יישר כח.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

אז מ'רעדט שוין יא פונעם ערשטן תוספות זעט מען אז לויט רבינו תם קען מען דאווענען מעריב מיט קריאת שמע גאר פרי, נאך פאר די שקיעה רוב יאר. תיכף נאך פלג המנחה (קטנה) אלזא ווען איר ווארט אויף צוויי און זיבעציג זאלט איר וויסן אז עס איז נישט לויט רבינו תם פערזענליך נאר איר זענט מחמיר אויף "שיטת רבינו תם בזמן לילה" אבער לויט רבינו תם אליין קענט איר היינט דאווענען מעריב אין ניו יארק 5:03
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

צום קעפל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:34 pm
א פיינע אשכול דעיס.

איך מיטשע מיר מיט די שטיקל גמרא ב. אינטן.

זאגט די הייליגע גמרא:
''אמר מר משעה שהכהנים נכנסים לאכול בתרומתן מכדי כהנים אימת קא אכלי תרומה משעת צאת הכוכבים לתני משעת צאת הכוכבים מלתא אגב אורחיה קמשמע לן כהנים אימת קא אכלי בתרומה משעת צאת הכוכבים והא קמשמע לן דכפרה לא מעכבא''

איך פארשטיי פשוט פשט אז די גמרא ענטפערט אז די משנה זאגט משעה שהכהנים כדאי ארויס צו לערנען אגב אז זיי קענען עסן תרומה פון צאה''כ און מען דארף נישט ווארטן ביז צופרי נאכן כפרא דקרבנות.

איך פארשטיי נישט וויאזוי מען לערנט פון די משנה ארויס אז די צייט איז צאת הכוכבים? אפשר איז עס פריער אדער שפעטער?

אויב איינער קען מיר העלפן יישר כח.
ער זאגט נישט דא פון וואו ער לערנט ארויס ער פארציילט נאר אן הלכה דרך אגב.
פון וואו מ'לערנט ארויס וועט די גמרא זאגן יעדע זאך אויף זיין פלאץ
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

צום קעפל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:34 pm
א פיינע אשכול דעיס.

איך מיטשע מיר מיט די שטיקל גמרא ב. אינטן.

זאגט די הייליגע גמרא:
''אמר מר משעה שהכהנים נכנסים לאכול בתרומתן מכדי כהנים אימת קא אכלי תרומה משעת צאת הכוכבים לתני משעת צאת הכוכבים מלתא אגב אורחיה קמשמע לן כהנים אימת קא אכלי בתרומה משעת צאת הכוכבים והא קמשמע לן דכפרה לא מעכבא''

איך פארשטיי פשוט פשט אז די גמרא ענטפערט אז די משנה זאגט משעה שהכהנים כדאי ארויס צו לערנען אגב אז זיי קענען עסן תרומה פון צאה''כ און מען דארף נישט ווארטן ביז צופרי נאכן כפרא דקרבנות.

איך פארשטיי נישט וויאזוי מען לערנט פון די משנה ארויס אז די צייט איז צאת הכוכבים? אפשר איז עס פריער אדער שפעטער?

אויב איינער קען מיר העלפן יישר כח.
ווייל דאס איז זיכער אז די כהנים קענען נאר עסען נאך צאת וואס דעמאלטס איז העריב שמש עס איז נאר להפקיע אז זיי דארפן נישט ווארטן ביז נאך די קרבנות אינדערפרי.

תוספות לערנט אנדערש
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

שכח @נייע שטאט @מנחם נחום

די משנה האט געפרעגט מאמתי דהיינו די זמן איז נישט קלאר אז מען ליינט פון די צאת, און ענטפערט משעה שהכהנים.

און די גמרא איז מסביר אז ער זאגט דייקא משעה אויך צו ארויסלערנען אדער צו דערמאנען אויך די הלכה.

איך וויל יעצט פארשטיין אויב דארף מען צוקומען צו די משנה אדער ברייתא וואס שרייבט קלאר אז משעה שהכהנים דהיינו די צאת כדי צו וויסן אז משעה מיינט די צאת, אויב אזוי וואס איז די אויפטו מיטן עס דערמאנען דא?

עפעס קליקט עס נישט פאר מיר. איינער כאפט וואס באדערט מיר?
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:08 pm
עי' ברש''י טהר יומא די טאג גייט אדורך עס ווערט נאכט דעמאלטס קען די כהן עסן תרומה. לויט דעם איז די וטהר אין פסוק נישט קיין לשון טהרה. איך מיין אז אין מס' יומא טרעפט זיך אויך אזא לשון.

די סיבה פאר וואס מען קען עס נישט פארטייטשען אלס לשון טהרה ווייל די המשך א פסוק וועט נישט שטימען, ובא השמש וטהר ואחר יאכל תרומה.
און פון וטהרדארך איך האבן צי וויסן, אז עס מיינט צאת הכוכביםדווקא - ווען די תורה זאגט נאר ווען ובא השמש, קען עס אויכעט מיינען שקיעת החמה.
גוטע וועטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2023 3:46 pm
לאקאציע:איך בין דיין שכן

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וועטער »

דו פלאנסט צו נעמען דו בחינה?
גיב דא א דריק צו זעהן און דאנלאדן מיינע ארטיקלן!

download/file.php?id=555492 download/file.php?id=553924 download/file.php?id=569151
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

גוטע וועטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:57 pm
דו פלאנסט צו נעמען דו בחינה?
איך האב געטראכט אפשר, אבער די דיסרעספעקט פאר תוספות האט מיך געמאכט פילן עפעס אפגעפאטשט
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
גוטע וועטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2023 3:46 pm
לאקאציע:איך בין דיין שכן

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וועטער »

איך וואלט זייער געוואלט אבער פון אלטס קינד מיטשע איך זיך צו מאכן בחינה נישט קיין חילק וויפל מאל איך לערען עס איבער
גיב דא א דריק צו זעהן און דאנלאדן מיינע ארטיקלן!

download/file.php?id=555492 download/file.php?id=553924 download/file.php?id=569151
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

נייע שטאט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:58 pm
גוטע וועטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:57 pm
דו פלאנסט צו נעמען דו בחינה?
איך האב געטראכט אפשר, אבער די דיסרעספעקט פאר תוספות האט מיך געמאכט פילן עפעס אפגעפאטשט
איך מיין אז איר מאכט עפעס א טעות, ווייל אין יוראפ האב איך געזעהן איז יא דא א חילוק אינ'ם מתן שכר צווישן 'מיט תוס' און 'אן תוס'. (איך געדענק יעצט נישט די פרטים.)
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
א געזונטער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געזונטער »

גוטע וועטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 6:08 pm
איך וואלט זייער געוואלט אבער פון אלטס קינד מיטשע איך זיך צו מאכן בחינה נישט קיין חילק וויפל מאל איך לערען עס איבער
גא"מ
וואס איז דיין ארבעט/באשעפטיגונג? (אנקעטע)
viewtopic.php?t=68541
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מיט וועלכע חלק מוטשענען ענק זיך ביי א בחינה? צו געדענקן פריערדיגע בלעטער?

Zichru.com מהלך האט געארבעט ביי מיר וואונדער. די ערשטע מאל (אפשר אין כתה ט' און ישיבה קטנה אויך) וואס איך געדענק גאנצע בלעטער גמרא אויסעווייניג.

די מהלך העלפט דיר האלטן די בלעטער פריש בע''ה. אויפן וועג אהיים קעם איך דורכלויפן אפאר בלאט אין קאפ. ס'איז עפעס וואס כקפלעג אלס האלטן אז 'פאר מיר איז דאס נישט שייך.
viewtopic.php?p=4567883&hilit=Zichru#p4567883
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

צום קעפל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:45 pm
שכח @נייע שטאט @מנחם נחום

די משנה האט געפרעגט מאמתי דהיינו די זמן איז נישט קלאר אז מען ליינט פון די צאת, און ענטפערט משעה שהכהנים.

און די גמרא איז מסביר אז ער זאגט דייקא משעה אויך צו ארויסלערנען אדער צו דערמאנען אויך די הלכה.

איך וויל יעצט פארשטיין אויב דארף מען צוקומען צו די משנה אדער ברייתא וואס שרייבט קלאר אז משעה שהכהנים דהיינו די צאת כדי צו וויסן אז משעה מיינט די צאת, אויב אזוי וואס איז די אויפטו מיטן עס דערמאנען דא?

עפעס קליקט עס נישט פאר מיר. איינער כאפט וואס באדערט מיר?
פון תוס' איז משמע אז דאס האט עם אויך געבאדערט און לויט זיין מהלך שטימט עס.

לויט רש''י דארף מען מוקים זיין אז במערבה רעדט כלל נישט פון אונזער משנה נאר פון די פסוק פון ובא השמש וטהר אז אפשר מיינט עס טהר גברא און מען דארף ווארטן אויף הקרבות הקרבנות אויף דעם ברענגט ער א ראי' פון די ברייתא און איה''נ ער קען ווען ברענגן אונזער משנה אויך נאר אין די ברייתא שטייט עס קלארער אז מען רעדט פון צאת הכוכבים
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”