מסכת ברכות - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

די רב פון ליאן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:15 pm
ביי מכת ברד איז געווען שטיינער אדער פייער און וואסער אויסגעמישט? בגמ׳ אבני אלגביש.
צוויי זאכן ביי ברד איז געווען פייער און וואסער און ביי יהושע איז געווען שטיינער
שעמדו על גב איש בזכות משה עמד הברד, שירדו על גב איש בזכות יהושע נפל האבנים.
איך מיין אז ער רופט אן די ברד אבני ווייל עס געווען הארט אזוי ווי שטיינער כן נלענ"ד
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

קליינע טאטע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 3:26 pm
די רב פון ליאן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:45 am
תבלין כנגדו האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:16 am
נד.

וואס איז פשט צו אריינברענגען די געשיכטע פון לוט אינמיטן רעדן פון ניסים וועלכע זענען געווען די גרינדן פון כלל ישראל, די גמרא ערקלערט טאקע אז מ'רעדט בעיקר פון די ניסים וואס האט פאסירט פאר לוט אין זכות פון אברהם אבער עס בלייבט שווער צו פארשטיין וויאזוי עס קומט אריין דא? מ'רעדט דאך קלאר ווי ניסים וואס ס'איז געשען פאר כלל ישראל און נישט פאר קיין יחיד.
מעגליך אז לוט'ס נס ווערט פארעכענט אלס א כלל ישראל נס ווייל מלכות בית דוד שטאמט פון דארט.
די גמרא רעכנט אויס ניסים וואס שטייט אין די תורה, גראדע האט עס פאסירט מיט לוט אבער א נס גלי איז עס געוועין און מען קען עס נאך זעהן בזמן הזה (אייגען פשט)
די גמרא זאגט קלאר אז מ'רעדט פון ניסים וואס זענען געשען פאר כלל ישראל און דעריבער איז דא א חיוב פאר יעדן צו מאכן א ברכה. די משנה רעכנט בכלל נישט אויס אלע ניסים וואס איז געשען בימי תנ"ך.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

געלערנט די עמוד היינט ווי אביי ורבא זענען אריבער צו באשיידן די חלום ביי בר הדיא.

ס'איז ממש צום באוואונדערן פארוואס מ'איז זיך בכלל געגאנגען פארשפרעכן, אויב אלעס גייט סייווי לויט די פתרון, טא, פארוואס נישט לאזן די פייל אויף האלד און נישט ליידן די קאנסעקווענסן?

בכלל פארוואס איז רבא געגאנגען צו בר הדיא אן די נויטיגע געלטער, איז נישט געווען באקאנט אז ווער עס קומט אן קיין טייסטער גייט באקומען כל הקללות רח"ל, ס'איז ממש שרעקעדיג.

און וואס איז פשט אז בר הדיא האט פותר געווען אויף אזא שרעקליכע פארנעם און דערמיט געברענגט אזויפיל צרות וואס לייגט זיך שווער ארויף אויף איין בלעטל.

זענען אלע חלומות געווען אין איין נאכט?
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

תגובה דורך די רב פון ליאן »

תבלין כנגדו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:57 am

רבא האט נישט געוויסט פונעם סוד אז הכל הולך אחר הפה און אז געלט מאכט א חילוק.

די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am

קאן זיין

ס'איז גאנץ שווער צו זאגן, אויב חלומות זענען געווען אזוי געפארפול איז שווער צו זאגן אז ס'איז נישט געווען די נויטיגע אינפארמאציע וויאזוי זיך צו ספראווענען דערמיט.

כ'גלייב אז בר הדיא האט מפרסם געווען אז פאר די ריכטיגע אפצאל וועט מען עס פארשפרעכן.
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

תבלין כנגדו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:43 am
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am
תבלין כנגדו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:57 am
געלערנט די עמוד היינט ווי אביי ורבא זענען אריבער צו באשיידן די חלום ביי בר הדיא.

ס'איז ממש צום באוואונדערן פארוואס מ'איז זיך בכלל געגאנגען פארשפרעכן, אויב אלעס גייט סייווי לויט די פתרון, טא, פארוואס נישט לאזן די פייל אויף האלד און נישט ליידן די קאנסעקווענסן?

בכלל פארוואס איז רבא געגאנגען צו בר הדיא אן די נויטיגע געלטער, איז נישט געווען באקאנט אז ווער עס קומט אן קיין טייסטער גייט באקומען כל הקללות רח"ל, ס'איז ממש שרעקעדיג.

און וואס איז פשט אז בר הדיא האט פותר געווען אויף אזא שרעקליכע פארנעם און דערמיט געברענגט אזויפיל צרות וואס לייגט זיך שווער ארויף אויף איין בלעטל.

זענען אלע חלומות געווען אין איין נאכט?
רבא האט נישט געוויסט פונעם סוד אז הכל הולך אחר הפה און אז געלט מאכט א חילוק.
קאן זיין

ס'איז גאנץ שווער צו זאגן, אויב חלומות זענען געווען אזוי געפארפול איז שווער צו זאגן אז ס'איז נישט געווען די נויטיגע אינפארמאציע וויאזוי זיך צו ספראווענען דערמיט.

כ'גלייב אז בר הדיא האט מפרסם געווען אז פאר די ריכטיגע אפצאל וועט מען עס פארשפרעכן.
ס'איז זיכער אזוי. ער האט דאך נאר שפעטער געטראפן דער פתגם 'כל החלומות הולכים אחר הפה' אויפן שיף.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am
תבלין כנגדו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:57 am
געלערנט די עמוד היינט ווי אביי ורבא זענען אריבער צו באשיידן די חלום ביי בר הדיא.

ס'איז ממש צום באוואונדערן פארוואס מ'איז זיך בכלל געגאנגען פארשפרעכן, אויב אלעס גייט סייווי לויט די פתרון, טא, פארוואס נישט לאזן די פייל אויף האלד און נישט ליידן די קאנסעקווענסן?

בכלל פארוואס איז רבא געגאנגען צו בר הדיא אן די נויטיגע געלטער, איז נישט געווען באקאנט אז ווער עס קומט אן קיין טייסטער גייט באקומען כל הקללות רח"ל, ס'איז ממש שרעקעדיג.

און וואס איז פשט אז בר הדיא האט פותר געווען אויף אזא שרעקליכע פארנעם און דערמיט געברענגט אזויפיל צרות וואס לייגט זיך שווער ארויף אויף איין בלעטל.

זענען אלע חלומות געווען אין איין נאכט?
רבא האט נישט געוויסט פונעם סוד אז הכל הולך אחר הפה און אז געלט מאכט א חילוק.
און נישט דורכגערעדט מיט אביי נאכן ארויסגיין?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:59 pm
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am
תבלין כנגדו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:57 am
געלערנט די עמוד היינט ווי אביי ורבא זענען אריבער צו באשיידן די חלום ביי בר הדיא.

ס'איז ממש צום באוואונדערן פארוואס מ'איז זיך בכלל געגאנגען פארשפרעכן, אויב אלעס גייט סייווי לויט די פתרון, טא, פארוואס נישט לאזן די פייל אויף האלד און נישט ליידן די קאנסעקווענסן?

בכלל פארוואס איז רבא געגאנגען צו בר הדיא אן די נויטיגע געלטער, איז נישט געווען באקאנט אז ווער עס קומט אן קיין טייסטער גייט באקומען כל הקללות רח"ל, ס'איז ממש שרעקעדיג.

און וואס איז פשט אז בר הדיא האט פותר געווען אויף אזא שרעקליכע פארנעם און דערמיט געברענגט אזויפיל צרות וואס לייגט זיך שווער ארויף אויף איין בלעטל.

זענען אלע חלומות געווען אין איין נאכט?
רבא האט נישט געוויסט פונעם סוד אז הכל הולך אחר הפה און אז געלט מאכט א חילוק.
און נישט דורכגערעדט מיט אביי נאכן ארויסגיין?
דאס איז גראדע אינטערסאנט
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

די זעלבע חלומות פון אביי ורבא איז דאך א חידוש. זעהט זיך אויס אז דאס וואס זיי האבן געלערנט האט געדינט פאר זיי ווי א סימן (אזויווי מיר טרעפן ביים חת”ס כמה פעמים אז ער האט אין דעם געזעהן א סימן) דעריבער האבן זיי געדאגהט נאכן לערנען תוכחה און זיך געפרייט נאכן לערנען ברכות וואס דאס האט געפירט צו דאס חלום’ען די פסוקים.
זעהט זיך אויס אז אלץ חברותא האבן זיי געלערנט די זעלבע זאכן און געטון ביזנעס צוזאמען, דעריבער האבן זיי צוזאמען געהאט די זעלבע חלומות.

לענ”ד בדרך אפשר צו פארשטיין די פלאות’דיגע געשעענישן.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:15 pm
די זעלבע חלומות פון אביי ורבא איז דאך א חידוש. זעהט זיך אויס אז דאס וואס זיי האבן געלערנט האט געדינט פאר זיי ווי א סימן (אזויווי מיר טרעפן ביים חת”ס כמה פעמים אז ער האט אין דעם געזעהן א סימן) דעריבער האבן זיי געדאגהט נאכן לערנען תוכחה און זיך געפרייט נאכן לערנען ברכות וואס דאס האט געפירט צו דאס חלום’ען די פסוקים.
זעהט זיך אויס אז אלץ חברותא האבן זיי געלערנט די זעלבע זאכן און געטון ביזנעס צוזאמען, דעריבער האבן זיי צוזאמען געהאט די זעלבע חלומות.

לענ”ד בדרך אפשר צו פארשטיין די פלאות’דיגע געשעענישן.
ס'איז שווער צו זאגן אז א חלום וואס דארף קומען זאגן וואס עס גייט זיין זאל האבן א שייכות מיט וואס זיי האבן געטראכט בעפאר. א חלום איז נאר אן אנדייטונג ווען מ'טראכט נישט דערפון בייטאג, ווי די גמרא זאגט שפעטער ביי אנדערע חלומות.

קען זיין ס'איז דא פארשידענע סארטן חלומות, ווי מ'מוז במילא זאגן. ס'איז דא חלומות וואס זענען מעיד אויף די מעשים פון א מענטש ווי מ'זעט ביי די צדוקי, ס'האט נישט דוקא קיין שייכות מיט וואס ער האט געטראכט און דערנאך זענעך דא חלומות וואס קומען זאגן וואס עס גייט געשען.
לעצט פארראכטן דורך תבלין כנגדו אום מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

אויף די חלק אז כל החלומות הולכין אחר הפה איז אביסל שווער וויאזוי די גמרא לייגט שפעטער אראפ הונדערטער חלומות מיט א קלארע פתרון וואס דאס מיינט, איז עס נישט געוואנדן לויט וויאזוי דער חלום באשיידער איז אין די גיסטע?

ליגט עס אינעם חלום אדער אינעם פתרון?
אוועטאר
נישטקש'ע
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 22, 2022 11:14 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטקש'ע »

תבלין כנגדו האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:42 am
אויף די חלק אז כל החלומות הולכין אחר הפה איז אביסל שווער וויאזוי די גמרא לייגט שפעטער אראפ הונדערטער חלומות מיט א קלארע פתרון וואס דאס מיינט, איז עס נישט געוואנדן לויט וויאזוי דער חלום באשיידער איז אין די גיסטע?

ליגט עס אינעם חלום אדער אינעם פתרון?
די נושא פון חלומות איז גאר א לאנגע און ברייטע במשנת הראשונים, אסאך געבויט אויף וואס די חכמי יוון האבן געגלייבט אין חלומות [אגב: עס איז סייענטיפיש געפראווט אז חלומות זענען אמת] איינע פון די פילע מראי מקומות קען מען טרעפן אין עקידה ואברבנאל בפרשת מקץ
צדיק'ל !Life is Tough but so are You
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

די מהרש״א זאגט שוין אז ס׳דא דריי מיני חלומות. עי״ש
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

א חלק פון די לשון
◄ ווייז ספוילער
ולפי הסוגיא דשמעתין דג' מיני חלומות הן. הא' שהולך כולו אחר הפה ובלא פתרון אינו לא טוב ולא רע ומזה המין א"ר חסדא כל חלמא דלא מפשר וכו' כפירש"י והך דרבי בנאה בכ"ד פותרי חלומות וכל הני עובדי דבר הדיא וזה החלק מהחלומות שע"י שד שהוא שוא בזולת הפתרון והמין הב' שיש לו פתרון קרוב לאמתי ויתקיים בלי פתרון אמנם ישתנה ע"י פתרון אפילו מטוב לרע ומרע לטוב כההיא דהרואה באר בחלום כו' כמ"ש במקומו לקמן ומזה המין הם חלומות של ב' סריסי פרעה אשר חלומם האמתי היה על העתידות כמפורש פ' ג"ה (צב.) אפסוק ובגפן שלשה שריגים וגו' וזה החלום שע"י מערכת השמים והג' החלום אשר אין לו פתרון כ"א הא' האמתי ואינו משתנה כלל כחלום של יוסף הצדיק והוא ע"י מלאך דכתיב בחלום אדבר בו ומה שמתענין על קצת חלומות לפי שאפשר שהוא ע"י מלאך ולא ישתנה בפתרון אחר כ"א בתשובה ומע"ט ודו"ק:
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

די משנה זאגט די זעלבע ברכה אויפן דינער און אויפן בליץ, להלכה עי׳ בשו״ע פארוואס מ׳פירט זיך פאר יעדע זיין ברכה.

(כ׳האב קיינמאל נישט געוויסט די סיבה…)
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

ר' חיים קנייבסקי זצ''ל האט ארויסגעוויזן א ספעציעלע אהבה פאר יודן וואס זענען געקומען פון ''גיבראלטער'', זאגנדיג אז דארט איז די איינציגסטע פלאץ (מאראקא אויך) וואס מ'קען רואיג מאכן א ''עושה מעשה בראשית'' מיט אן ''עושה את הים הגדול'' אויפ'ן ים הגדול.

ווי באקאנט איז א מחלוקת צו ים הגדול מיינט די ים התיכון-מעדיטירעיניען סי וואס גרעניצט זיך מיט א''י, אדער די ים אוקיינוס-אטלאנטיק אושען. ביי גיבראלטער קען מען שטייען ביים ברעג ים און מאכן די ברכה קוקנדיג אויף ביידע אמאל.

גיימער אונטערנעמען א נסיעה...
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

כ׳האב זיך פארשריבן אין קורצן חמה בתקופתה
◄ ווייז ספוילער
א זון יאר איז 365 מיט 6 שעה

די יאר איז איינגעטיילט פונקטליך אין 4
תקופות

יעדע תקופה איז 91 טאג און 7.5 שעה

יעדע 4 יאר וועט תקופת ניסן זיין די זעלבע שעה ווייל יעדע יאר רוקט זיך 6 שעה (7.5 שעה פון 4 תקופות מאכט עס 30 שעה וואס דאס איז א גאנצע מיט 6 שעה)

יעדע 28 יאר וועט די זון זיין אין די זעלבע טאג ווייל יעדע יאר רוקט זיך עס מיט א טאג און א פערטל

1.25*28=35

וואס דאס קומט אויס פונקטליכע וואכן

(רש״י זאגט וסימניך דב״ז נגא״ו מיינט ער יעדע 4 יאר שפרינגט עס 5 טאג (1.25 פער יאר) פון מיטוואך צו מאנטאג פון מאנטאג צו שבת און אזוי ווייטער ביז ס׳גייט אריבער 7 סעטס פון 4 יאר דהיינו 28 יאר קומט עס צוריק צו מיטוואך)

די זון איז באשאפן געווארן מיטוואך במילא אויב זעהט מען די זון נאכאמאל מיטוואך אין די זעלבע שעה דהיינו די ערשטע שעה פון די נאכט מאכט מען דעם עושה מעשה בראשית (און וויבאלד די זון ווערט נישט געזען ביינאכט מאכט מען די ברכה אינדערפרי)

ס׳דא זיבן כוכבי לכת יעדע איינס איז משמש איין שעה. לויט די חשבון אז אין א וואך איז דא 168 שעה קומט אויס אז יעדע וואך הייבט זיך אן די זעלבע סדר נאכאמאל און נאכאמאל

און לויט די חשבון איז שבתאי אייביג די ערשטע שעה מיטוואך נאכט

במילא דאס וואס מ׳האט געזאגט מיטוואך די ערשטע שעה פון די נאכט דאס שטימט מיט דעם וואס די גמ׳ זאגט אז די שעה איז שבתאי משמש
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

די רב פון ליאן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 11:08 pm

דאס איז תקופת שמואל
למעשה נעמען אונז אן תקופת רב אדא וואס א יאר איז 365 מיט 5 שעה און 55 מינוט

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:53 pm

זייער אינטערסאנט. נישט געוויסט דאס.
די חשבון פון 28 יאר שטימט?
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

תגובה דורך כפרה »

איך בין אביסל צוריקגעשטאנען

דף נג איז רש"י מסביר אז ביי כבשן, לאחר שנשרפו האבנים רובן מדליקין אור גדול מלמעלה "למרק שרפת האבנים ומשתמשין נמי לאורה", די זעלבע ביי תנור זאגט רש"י בסוף מברכין עליו לאחר שהוסק התנור והפת בתוכה מדליקין קסמין דקין בפיו "להאיר ולקלוט חומו לתוכו" וכיון דמשתמש לאורו מברכין עליו, האב איך פארשטאנען פון רש"י אז אויב די כוונה איז אויך געווען פאר ליכטיגקייט אינאיינעם מיט נאך א כוונה איז געניג אויף צו מאכן א ברכה, אויב אזוי פארוואס ביי א מת חשוב זאגט מען נישט די זעלבע, איי וועסט זאגן אז ביי א מת מיינט מען בכלל נישט ליכטיגקייט, אבער זעהסט דאך פון דעם אז מען איז מחלק צווישן א מת חשוב אז און געוויסע פעלער איז נאר לאורה נישט לחשיבות, אויב אזוי איז דאך ביי א מת חשוב לכאורה אויך לאורה.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז

די רב פון ליאן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:22 pm

זעה די פאלגענדע מער איבער דעים
viewtopic.php?t=32850

viewtopic.php?t=7091

viewtopic.php?t=44271

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:12 pm

העמיר נאכקוקן דיינע מראה מקומות
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:33 pm
איך בין אביסל צוריקגעשטאנען

דף נג איז רש"י מסביר אז ביי כבשן, לאחר שנשרפו האבנים רובן מדליקין אור גדול מלמעלה "למרק שרפת האבנים ומשתמשין נמי לאורה", די זעלבע ביי תנור זאגט רש"י בסוף מברכין עליו לאחר שהוסק התנור והפת בתוכה מדליקין קסמין דקין בפיו "להאיר ולקלוט חומו לתוכו" וכיון דמשתמש לאורו מברכין עליו, האב איך פארשטאנען פון רש"י אז אויב די כוונה איז אויך געווען פאר ליכטיגקייט אינאיינעם מיט נאך א כוונה איז געניג אויף צו מאכן א ברכה, אויב אזוי פארוואס ביי א מת חשוב זאגט מען נישט די זעלבע, איי וועסט זאגן אז ביי א מת מיינט מען בכלל נישט ליכטיגקייט, אבער זעהסט דאך פון דעם אז מען איז מחלק צווישן א מת חשוב אז און געוויסע פעלער איז נאר לאורה נישט לחשיבות, אויב אזוי איז דאך ביי א מת חשוב לכאורה אויך לאורה.
לכאורה ווענט זיך וואס איז די עיקר און חשוב'ע כונה
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:59 pm
כפרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:33 pm
איך בין אביסל צוריקגעשטאנען

דף נג איז רש"י מסביר אז ביי כבשן, לאחר שנשרפו האבנים רובן מדליקין אור גדול מלמעלה "למרק שרפת האבנים ומשתמשין נמי לאורה", די זעלבע ביי תנור זאגט רש"י בסוף מברכין עליו לאחר שהוסק התנור והפת בתוכה מדליקין קסמין דקין בפיו "להאיר ולקלוט חומו לתוכו" וכיון דמשתמש לאורו מברכין עליו, האב איך פארשטאנען פון רש"י אז אויב די כוונה איז אויך געווען פאר ליכטיגקייט אינאיינעם מיט נאך א כוונה איז געניג אויף צו מאכן א ברכה, אויב אזוי פארוואס ביי א מת חשוב זאגט מען נישט די זעלבע, איי וועסט זאגן אז ביי א מת מיינט מען בכלל נישט ליכטיגקייט, אבער זעהסט דאך פון דעם אז מען איז מחלק צווישן א מת חשוב אז און געוויסע פעלער איז נאר לאורה נישט לחשיבות, אויב אזוי איז דאך ביי א מת חשוב לכאורה אויך לאורה.
לכאורה ווענט זיך וואס איז די עיקר און חשוב'ע כונה
פון די רש"י "ומשתמשין נמי לאורה", זעהט נישט אזוי אויס.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:08 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:59 pm
כפרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:33 pm
איך בין אביסל צוריקגעשטאנען

דף נג איז רש"י מסביר אז ביי כבשן, לאחר שנשרפו האבנים רובן מדליקין אור גדול מלמעלה "למרק שרפת האבנים ומשתמשין נמי לאורה", די זעלבע ביי תנור זאגט רש"י בסוף מברכין עליו לאחר שהוסק התנור והפת בתוכה מדליקין קסמין דקין בפיו "להאיר ולקלוט חומו לתוכו" וכיון דמשתמש לאורו מברכין עליו, האב איך פארשטאנען פון רש"י אז אויב די כוונה איז אויך געווען פאר ליכטיגקייט אינאיינעם מיט נאך א כוונה איז געניג אויף צו מאכן א ברכה, אויב אזוי פארוואס ביי א מת חשוב זאגט מען נישט די זעלבע, איי וועסט זאגן אז ביי א מת מיינט מען בכלל נישט ליכטיגקייט, אבער זעהסט דאך פון דעם אז מען איז מחלק צווישן א מת חשוב אז און געוויסע פעלער איז נאר לאורה נישט לחשיבות, אויב אזוי איז דאך ביי א מת חשוב לכאורה אויך לאורה.
לכאורה ווענט זיך וואס איז די עיקר און חשוב'ע כונה
פון די רש"י "ומשתמשין נמי לאורה", זעהט נישט אזוי אויס.
בפשטות ביי מת איז די כוונה בכלל נישט ליכטיגקייט, צו קענען זען האט מען געלייגט אנדערע ליכט. דאס איז זיכער אז מ'גייט לויט די כוונה פון דער וואס צינד עס אן, קען זיין אז למעשה האבן מענטשן הנאה אויפן גאס דערפון אבער נישט פארדעם האט מען עס אנגעצינדן.

ס'איז סתם אזוי זייער א שווערע נושא צו פארשטיין פינקטליך די הגדרה. ביי שמש אין שוהל זעט מען אויך אז אויב מיינט מען דעם שמש אויך איז גוט אבער אויב איז דא א לבנה נישט, אויב אנהייב נאכט איז נישטא קיין לבנה און שפעטער יא? פארוואס זאל איך נישט קענען טראכטן ביים צינדן לאורה ווייל אפשר גייט באלד נישט זיין קיין לבנה, ס'איז א שווערע שטיקל גמרא.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”