בלאט 1פון 1

ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:44 pm
דורך קיסריה
שוין לאנג וואס כ'מוטשע זיך מיט א קשיא, וואס כ'ווייס נישט צו עס באלאנגט ביי השקפה, צו עיונים בתפילה. די מנהלים קענען עס רוקן ווי ס'באדרף צו זיין.

מיר געפונען אין מסכת סנהדרין צ"ח: אז רבי יוחנן, רבה און עולה האבן אלע געזאגט: ייתי ולא אחמיניה. משיח זאל אוודאי קומען, אבער איך וויל עס נישט זעהן. צוליב די געפערליכע חבלי משיח וואס וועט דעמאלט זיין ה"י.
רב יוסף דערקעגן זאגט פארקערט, ייתי ואזכי דאיתיב בטולא דכופיתא דחמריה.

למעשה, מיר זאגן ביים דאווענען ותחזינה עינינו בשובך לציון, כדעת רב יוסף, מיר בעטן השי"ת אז מיר זוכה זיין צו זעהן די ישועה. מיר ווילן זעהן מיט די אויגן די געוואלדיגע התגלות אלקות ווי הקב"ה קערט זיך צוריק צו ירושלים עיה"ק, און מיר בעטן כסדר ביים דאווענען, ביים ברכת המזון, און אוודאי ביי ותיערב.

די שאלה שטעלט זיך: מיינט די ותחזינה עינינו ממש זעהן מיט די אויגן, האט דאך רבי יוחנן רבה און עולא דאס נישט געקענט זאגן, ווייל זיי האבן דאך בפירוש געזאגט אז ער וויל עס נישט זעהן.
און וואס איז מיט די אידן, וועלכע האבן זייער מורא, און האבן א פחד וואס וועט דעמאלט זיין און קלערן, איך וויל אויך זיין ווי די הייליגע אמוראים, און איך וויל זייער משיח זאל קומען, אבער ייתי ולא אחמיניה. איז דאס אויסגעהאלטן?

א ייש"כ ווער ס'קען ענטפערן, א דבר המתיישב על הלב.

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:45 pm
דורך ספרניא
דערפאר בעט מען "ברחמים"
(אור הצפון, גליון לו, עמוד י"א, בשם הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע)

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:52 pm
דורך רפפורט
געהערט פון א ספרדישע בעל דרשן, פארגעסן די נאמען, טייטש ער אין א חיזוק שמועס אויף די יעצטיגע מצב,
ייתי ער וועט קומען, זארג נישט, אבער די עיקר איז, ולא אחמיניה דו זאלסט זיך נישט אנזעהן מיט די שרעקליכע שמוציגע זאכן, די בארבארישע אקטן פון די טעראריסטן. וכו'
אז איינער האט די שיעור קען ער עס אהערשטעלן.

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:56 pm
דורך קיסריה
רפפורט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:52 pm
געהערט פון א ספרדישע בעל דרשן, פארגעסן די נאמען, טייטש ער אין א חיזוק שמועס אויף די יעצטיגע מצב,
ייתי ער וועט קומען, זארג נישט, אבער די עיקר איז, ולא אחמיניה דו זאלסט זיך נישט אנזעהן מיט די שרעקליכע שמוציגע זאכן, די בארבארישע אקטן פון די טעראריסטן. וכו'
אז איינער האט די שיעור קען ער עס אהערשטעלן.
און רב יוסף זאגט אז וואס?

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:03 pm
דורך גראַדע
ליגט מיר אין קאפ, ייתי ולא אחמיניה, גייט ארויף אויף די שפלות ברוחניות בדור האחרון..

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:05 pm
דורך רפפורט
קיסריה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:56 pm
רפפורט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:52 pm
געהערט פון א ספרדישע בעל דרשן, פארגעסן די נאמען, טייטש ער אין א חיזוק שמועס אויף די יעצטיגע מצב,
ייתי ער וועט קומען, זארג נישט, אבער די עיקר איז, ולא אחמיניה דו זאלסט זיך נישט אנזעהן מיט די שרעקליכע שמוציגע זאכן, די בארבארישע אקטן פון די טעראריסטן. וכו'
אז איינער האט די שיעור קען ער עס אהערשטעלן.
און רב יוסף זאגט אז וואס?
ער טייטשט נאר די נישט חלק, ער טייטשט אריין די יעצטיגע מצב, אז די ברענגסט ארויף די גמרא זאג איך.

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:09 pm
דורך zugurnish
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=257

א אריכות ההסבר אין פארוואס רב יוסף האט געזאגט איתיב בטולא דכופיתא דחמרי'
און פארוואס דוקא רב יוסף
פון ליובאוויטשער רבי זי"ע

אין דעם לינק און אין די בלעטער נאכדעם

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:10 pm
דורך פישל דער פישער
קיסריה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:44 pm
שוין לאנג וואס כ'מוטשע זיך מיט א קשיא, וואס כ'ווייס נישט צו עס באלאנגט ביי השקפה, צו עיונים בתפילה. די מנהלים קענען עס רוקן ווי ס'באדרף צו זיין.

מיר געפונען אין מסכת סנהדרין צ"ח: אז רבי יוחנן, רבה און עולה האבן אלע געזאגט: ייתי ולא אחמיניה. משיח זאל אוודאי קומען, אבער איך וויל עס נישט זעהן. צוליב די געפערליכע חבלי משיח וואס וועט דעמאלט זיין ה"י.
רב יוסף דערקעגן זאגט פארקערט, ייתי ואזכי דאיתיב בטולא דכופיתא דחמריה.

למעשה, מיר זאגן ביים דאווענען ותחזינה עינינו בשובך לציון, כדעת רב יוסף, מיר בעטן השי"ת אז מיר זוכה זיין צו זעהן די ישועה. מיר ווילן זעהן מיט די אויגן די געוואלדיגע התגלות אלקות ווי הקב"ה קערט זיך צוריק צו ירושלים עיה"ק, און מיר בעטן כסדר ביים דאווענען, ביים ברכת המזון, און אוודאי ביי ותיערב.

די שאלה שטעלט זיך: מיינט די ותחזינה עינינו ממש זעהן מיט די אויגן, האט דאך רבי יוחנן רבה און עולא דאס נישט געקענט זאגן, ווייל זיי האבן דאך בפירוש געזאגט אז ער וויל עס נישט זעהן.
און וואס איז מיט די אידן, וועלכע האבן זייער מורא, און האבן א פחד וואס וועט דעמאלט זיין און קלערן, איך וויל אויך זיין ווי די הייליגע אמוראים, און איך וויל זייער משיח זאל קומען, אבער ייתי ולא אחמיניה. איז דאס אויסגעהאלטן?

א ייש"כ ווער ס'קען ענטפערן, א דבר המתיישב על הלב.
געהערט פון הגה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, געדענק נישט פון וועם ער זאגט עס
אז די סיבה פארוואס די תנאים ואמוראים האבן געזאגט ייתי ולא אחמיניה. משיח זאל קומען, אבער איך וויל עס נישט זעהן, איז צוליב די געפערליכע חבלי משיח וואס וועט דעמאלט זיין ה"י,
דערפאר זאגן מיר טאקע ביים דאווענען ותחזינה עינינו בשובך לציון " ברחמים", אויב עס וועט זיין ברחמים וועט ר' יוחנן אויך ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן בביאת המשיח.


האקט

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:12 pm
דורך קיסריה
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:03 pm
ליגט מיר אין קאפ, ייתי ולא אחמיניה, גייט ארויף אויף די שפלות ברוחניות בדור האחרון..
און רבי יוסף האט יא געוואלט די שפלות הדור ברוחניות?

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:28 pm
דורך גראַדע
קיסריה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:12 pm
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:03 pm
ליגט מיר אין קאפ, ייתי ולא אחמיניה, גייט ארויף אויף די שפלות ברוחניות בדור האחרון..
און רבי יוסף האט יא געוואלט די שפלות הדור ברוחניות?
ר'יוסף האט מסכים געווען צו זיין דעמאלץ אבי ער זאל אים נאר זעהן קומען...

אבער דאס פארענטפערט נישט דיין קשיא, וואס איז אויך שווער מצד הסברא, וויל ער עס דען נישט זעהן?

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:48 pm
דורך Roselle
עס איז זייער א שיינע שאלה !
אבער פאר די פריערדיגע דור אפשר ….
אז אונז האבן נעבעך “זוכה” געווען צו זעהן די חבלי משיח לויט אלע פשטים ורמזים זעה איך נישט פארוואס מען זאל ניט זעהן די ביאת הגואל אליינס בב”א

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:04 pm
דורך כקלער
אמר רבי שמעון בן פזי אמר רבי יהושע בן לוי משום בר קפרא: כל המקיים שלש סעודות בשבת ניצול משלש פורעניות: מחבלו של משיח, ומדינה של גיהנם, וממלחמת גוג ומגוג.

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 12:20 pm
דורך אור כי טוב
Roselle האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:48 pm
עס איז זייער א שיינע שאלה !
אבער פאר די פריערדיגע דור אפשר ….
אז אונז האבן נעבעך “זוכה” געווען צו זעהן די חבלי משיח לויט אלע פשטים ורמזים זעה איך נישט פארוואס מען זאל ניט זעהן די ביאת הגואל אליינס בב”א
פאנאוויזער רב ז"ל האט געזאגט, אחמיני' ולא ייתי איז נישט דא אזא שיטה...

Re: ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:01 am
דורך קאטשקע אויפן וואסער
דער דובנער מגיד האט געזאגט אויף דעם א משל (מובא בדברי שאול על התורה מהדורא קמא דף קסו ע"ג):

א נגיד האט געמאכט א גרויסע סעודה און האט געלאדנט אסאך געסט, ארימע און רייכע. איין גביר איז אנגעקומען אביסל פרי, האט דער נגיד אים פארגעשלאגן ער זאל זיך גיין אראפלייגן אין א זייטיגן צימער, און ווען די געסט וועלן אנקומען וועט מען אים אויפוועקן. פונקט איז אן ארימאן דאן אויך אנגעקומען און האט דאס געהערט, איז ער זיך אויך געגאנגען אראפלייגן אין א זייטיגן צימער.

למעשה ווען די סעודה האט זיך אנגעהויבן, האט מען אויפגעוועקט דעם גביר, אבער דעם ארימאן האט מען געלאזט שלאפן. און ער איז פארשלאפן די גאנצע סעודה.

אזוי אויך איז מיט די אמוראים וואס האבן געזאגט ייתי ולא אחמיניה. וויסנדיג אז זיי האבן די נויטיגע זכותים, האבן זיי זיך ערלויבט צו בעטן אז זיי ווילן דורכשלאפן די ביטערע חבלי משיח, און מ'וועט זיי שוין קומען 'וועקן' צום ביאת המשיח. אבער אונז דלים וריקים זענען גארנישט פארזיכערט אז מ'וועט אונז וועקן, ממילא בעט מען אז מיר ווילן בעסער אויף בלייבן כאטש מיר ווילן דארפן צוזען די חבלי משיח. דעריבער בעטן מיר 'ותחזינה עינינו בשובך לציון' און 'ונזכה ונחיה ונראה'.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: