זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקנים אין קר"י

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקנים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

עטרת זקינים איז גאר א היסטארישע ביהמ"ד, נעמליך, דארט זענען געווען א גרויסע טייל פון די עלטערע דור, אונזערע ראשי המשפחות, אידן פון פארן קריג.

דארט האט מען אויך געקענט זען ווי אזוי מען זעט אויס אין די עלטערע יארן, אויב מען הארעוועט אין די אינגע יארן, און אויב נישט.....

מיר האבן געדאוונט דארט אלץ שכינים אין די מ"ם אנהייב נון יארן, איך האב בא’טעמ’טע זכרונות פון דארט, און פון מתפללים דארט, א שאד עס נישט ארויף צו לייגן אויף פאפיר.

פילע מתפללים האבן געהאט א זעלכע פריוואטע באקוועמע רבני’שע בענקלעך, נישט קענענדיג זיצן אויף די הארטע באנק.

קודם אביסל הארטע זכרונות.

דער קענדי טיילער (שהכל זיידע) אין מיינע אינגע יארן איז געווען ר’ אליעזר ליימזידער ע"ה, ער פלעגט טיילן א זעלכע קאלירטע באנאנע שעיפ קענדיס, אין אויסטויש פאר א הויכע שהכל.

דער בעל קורא וועם איך געדענק, איז געווען ר’ משה נתן וויינבערגער.

ימים נוראים שחרית ר’ בעריש אפפעל, מוסף ר’ ישראל חיים ברוין ע"ה.

משמש איז געווען א זיסער אידל, דער מיני באס דרייווער, ר’ אברמעלע לאנדא ע"ה, א שווארצע הויזן, בלויע קורצע רעקל, רויטע פנים, ווייסע בארד.

בעל תוקע, דער מילדויער צדיק, רב טענענבוים, הרב שלום דוב טענענבוים זצ"ל, איך געדענק ווי מיט א תקיעה פלעגט ער זיך געפערליך מוטשענען.

שיעורים אין דער וואכן געדענק איך ר’ משה עמרם גראד ע"ה.

אונטער שמש, ר’ שלמה שניצער ע"ה.

א שמעק טאבאק האט מען געקענט קריגן ביי ר’ נתנאל’ע פארקאש, ר’ שלמה יעקב ווייס ע"ה.

א פסק, אדער א שטופ, אדער א געשריי, האט מען געקענט כאפן פון פילע....

המשך ..
לעצט פארראכטן דורך שמעון ראזענבערג אום זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

איך געדענק טייל אלטע אידן ביי די נעמען, און טייל בלויז פונעם אויסזען, טייל אידן האבן געצויגן רעספעקט, פון טייל האבן מיר קינדער געציטערט, און מיט א חלק פלעגן מיר רעדן.

ר' אברמעלע לאנדא, דער שמש, פלעגט כסדר ארויפשרייבן און איבערפרישן מיט א מארקער אויף די מקוה טיר "כל הטובל ואינו משלם כאילו טובל ושרץ בידו" יעדער איז מחיוב צו צאלן מקוה געלט, ער איז געווען זייער א צוגעלאזענער מענטש.

ר’ שלמה שניצער געדענק איך מיט זיינע "דע לפני מי אתה עומד" טעוועלעך, ער האט געדרוקט א סידור מיטן נאמען תיקון שלמה, די אות "למד" אין זיינע סידור’לעך זענען געווען ליכטיג, סא די אויבערשטע חלק פון די למד’לעך זענען געווען אפגעהאקט, איך געדענק ווי אמאל אמאל פלעגט ער זיצן מיט א מארקער און ארויף ציען די למד’לעך פון זיינע סידורים, אויך זייער א צוגעלאזענע מענטש געווען פאר אונז קינדער.
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

איך געדענק אויך איין אלטע איד מיט א לאנגע געלע געדיכטע בארד, אזעלכע טייטלבוים רבנישע זילבערנע ברילן, ער פלעגט טיילן קאצקע צוקער פאר די קינדער.... קען זיך נישט דערמאנען קיין נאמען.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ר' אברהמעלע מיט זיינע זיסע געדאנקען, זכרונות, א זיסער אידל געווען.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5428
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מען דארף ווען אהערשטעלן בילדער פון אלע, געוויסע געדענק איך פון חלום.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

פון ר’ משה פילאפף ז"ל האב איך מורא געהאט, א איד מיט א שטאף הוט, ר’ אהרן שעהנברוין ע"ה מיט זיינע חברותות, אה, געצויגן רעספעקט, ר’ מרדכי הירש ע"ה געהאט אזא רונדעכיגע קוטשמע, די גארטל פעסט ארומגעבונדן פון אויבן, געווען א שטארק פרומער איד, פלעגט מוסר’ן די אינגעלייט, נאך א איד, רעזמעוועטש, כגעדענק נישט דעם ערשטן נאמען, פלעגט אויך מוסר’ן די אינגעלייט.

נאך עלטערע אידן וואס כגעדענק די נעמען, ר’ שמואל זילבערשטיין, ר’.. פעדער, ר’ דוד טעללער, ר’ ... מארקאוויטש ר’ אליעזר חיים טייטלבוים געווען א איידעלער איד מיט א בא’טעמ’טע שמייכל, אנדערע געדענק איך נאר אויפן אויסזעהן, פון עטליכע (איך געדענק נישט די נעמען) פלעגן מיר ציטערן אימת....

זוממער פלעגן זיין פילע געסט, איך געדענק וואוידיסלאווער רב זצ"ל, דער ראה"ק ר’ לייביש לעפקאוויטש געדענק איך אויך דאווענען דארט.
לעצט פארראכטן דורך שמעון ראזענבערג אום זונטאג אקטאבער 22, 2023 8:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

ר’ נתנאלע פארקאש (געווען א איד א גרויסער תלמיד חכם) האט געהאט אזא מנהג (ער איז געזיצן דער ערשטער ביים אריינקום איינגעוויקלט אין א שאל) רופן די קינדער צו ענטפערן אמן אויף זיינע ברכות, יעדע ברכה פלעגט ער ממחיש זיין די ברכה, איך געדענק ביי שלא עשני גוי פלעגט ער ווייזן ווי ער שניידט אפ די פיאות ביי שלא עשני אשה פלגעט ער לייגן די פיאות אונטער די אויערן....

ער האט געפערליך פארפירט אז מען ברויך וואפן האנטעכער חנוכה אויפן משמש... אפילו ארויסגעגעבן א קונטרס "זריקת האנטוכער על המשמש בחנוכה" עפעס אזוי..

פלעגט זיך דרייען דארט א איד ר’ נאחום שימעלמאן, פלעגן מיר קינדער שמועסן מיט אים.

אויך אירגאז, עפעס א מומחה אין קו התאריך פלגעט זיך דרייען דארט, פורים איז דער אירגאז געווען א פורים רב מיט א ווייסע שטריימעל.

איך געדענק אמאל ביים גיין זאגן גוט שבת פאר די אלטע רעבעצין אלטע פייגע (און באקומען א לאלי) האט דער אירגאז איר געזאגט, "איך האב די וואך געשיקט א הזמנה פאר די רעבעצין" די רעבעצין האט זיך דערשראקן... א הזמנה אויף וואס ? ביז מהאט אויסגעקלארט אז ער האט געמיינט א חתונה הזמנה...
לעצט פארראכטן דורך שמעון ראזענבערג אום זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:55 pm
ר’ נתנאלע פארקאש (געווען א איד א גרויסער תלמיד חכם) האט געהאט אזא מנהג (ער איז געזיצן דער ערשטער ביים אריינקום איינגעוויקלט אין א שאל) רופן די קינדער צו ענטפערן אמן אויף זיינע ברכות, יעדע ברכה פלעגט ער ממחיש זיין די ברכה, איך געדענק ביי שלא עשני גוי פלעגט ער ווייזן ווי ער שניידט אפ די פיאות ביי שלא עשני אשה פלגעט ער לייגן די פיאות אונטער די אויערן....

ער האט געפערליך פארפירט אז מען ברויך וואפן האנטעכער חנוכה אויפן משמש... אפילו ארויסגעגעבן א קונטרס "זריקת האנטוכער על המשמש בחנוכה" עפעס אזוי..
ער פלעגט ארויסגעבן קונטרסים אויף יעדע סארט ענין וואס ער האט געהאט א געפיל דערצו.
רובע השקל אויף מחצית השקל.
אויף קידוש לבנה במשנת רביה"ק.
ועוד
___

זיסע זכרונות.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

ר' שלמה שניצער פלעגט נישט צו מאכן די אמן קארטלעך? מיט נאך אלע סארטן אמונה צעטלעך?
זיין סדר מעמדות קונטרס.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע:אין דארף

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

רב גאנדעל די בעל קורא האסטו אויסגעלאזט.
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

אסאך אינגעלייט פלעגן אויך דאווענען דארט, בעיקר שכינים, היינט איז דאס שוין אויך היסטארי...

איך געדענק .... זילבערמאן, איין טאג איז ער געווען ביי זיין זיידנס קבר און אנדעקט אז ער איז א לוי..., געווען א סענזאציע.

ר’ - יצחק שמואל אפענהיים, מרדכי פריעד, שלמה יעקב געלבמאן, וואלף לעפקאוויטש, פישל פארקאש, נחום פרידמאן, נחמי’ רז"פ, משה בנצין טירנויער, חיים הערש אפעל, משה מארקאוויטש, מענדל שווימער, אברהם יעקב פאזען, משה נתן וו"בג, יחזקאל וויינשטאק, ועוד. טייל האבן געוואוינט ממש דארט, טייל פלעגן זיך אהיים שלעפן דורכן שארט קאט דארט ווי גארליץ איז היינט.
לעצט פארראכטן דורך שמעון ראזענבערג אום זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

חלה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:37 pm
רב גאנדעל די בעל קורא האסטו אויסגעלאזט.
איך געדענק משה נתן וויינבערגער אלץ בעל קורא.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:38 pm
אסאך אינגעלייט פלעגן אויך דאווענען דארט, בעיקר שכינים, היינט איז דאס שוין אויך היסטארי...

איך געדענק .... זילבערמאן, איין טאג איז ער געווען ביי זיין זיידנס קבר און אנדעקט אז ער איז א לוי..., געווען א סענזאציע.

ר’ - יצחק שמואל אפענהיים, מרדכי פריעד, שלמה יעקב געלבמאן, וואלף לעפקאוויטש, פישל פארקאש, נחמי’ רז"פ, משה בנצין טירנויער, חיים הערש אפעל, משה מארקאוויטש, מענדל שווימער, אברהם יעקב פאזען, משה נתן וו"בג, יחזקאל וויינשטאק, ועוד. טייל האבן געוואוינט ממש דארט, טייל פלעגן זיך אהיים שלעפן דורכן שארט קאט דארט ווי גארליץ איז היינט.
ר' מענדל שווימער דאווענט שוין נישט דארט מנחה מעריב?
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
ואני בעודי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:33 am

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואני בעודי »

יאפס

אונז האב מיר אויך זיסע זכרונות פון דארט אלס בחור און שפעטער אלס שכן איז עס אסאך צוניצגעקומען

די יונגעלייט וואס איר רעכענט אויס עפ"י רוב האבן געדאווענט דארט ווען די ביהמ"ד הגדול איז שוין נישט באקוועם געווען, און כמעט נישט געווען עפעס אנדערש

מיין ריווח, אסאך גענאשט פון יבלח"ט ר' שלמה יענקל ע"ה
אוי ואני בעודי אהללה אהללה בוראי
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

אלץ קינד האב איך אמאל אריינגעפאלן דארט נאכמיטאג, זיצן דארט צוויי עלטערע אידן און לערנען.
איינער געבט מיר א רוף צו און בעהט מיר איך זאל אים ברענגען א "ביעא" גמרא, איך זיך נאך אלץ...
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע:אין דארף

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

ר עמרם מלכיאל ווייס ז"ל

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:39 pm
חלה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:37 pm
רב גאנדעל די בעל קורא האסטו אויסגעלאזט.
איך געדענק משה נתן וויינבערגער אלץ בעל קורא.
גאנדעל פלעגט ליינען די מגילה, איך מיין אז ער לייענט נאך אלס.....
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

געדענק איך א אלטע איד ... ליפשיץ, נעבעך איבערגעלאזט א נישט געזונט בחור שבתי.

חלה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:47 pm
ר עמרם מלכיאל ווייס ז"ל
יאפ, א איד א ת"ח א בר דעת
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

אין ביהמ"ד איז געווען א צימער מיט וואש מאשינען, ( מיט קוואדערס) פאר די עלטערע איינוואוינער, איך פארשטיי נישט עד היום די שכל דערפון אז עלטערע אידן דארפן זיך שלעפן וואשן וועש.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

@שמעון ראזענבערג איר געדענקט ר' אברהמעלע געבן שיעורים אמאל אין בית מדרש?
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע:אין דארף

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:53 pm
געדענק איך א אלטע איד ... ליפשיץ, נעבעך איבערגעלאזט א נישט געזונט בחור שבתי.
א ברודער מיט הרה"ח שמואל חיים ליפשיץ ע"ה.
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

רפפורט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:57 pm
@שמעון ראזענבערג איר געדענקט ר' אברהמעלע געבן שיעורים אמאל אין בית מדרש?
אברמ’לע לאנדא ? זאג יואלי לאנדא אז פאר 100k וועל איך זיך דערמאנען זיין זיידן געבן שיעורים..... אה, איך מאך א הלצה, איך געדענק נישט.

איך געדענק אנדערע זאכן פון אים...

טאקע יוסף דוב לאנדא אויך א מתפלל.
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

עפעס ליגט מיר אין קאפ א מעשה פון אן עלטערן איד דארט בסוף ימיו, ער איז שוין נישט געווען קלאר, אן אייניקעל האט געקלאפט אין טיר, דער אידל הערנדיג די קלאפעס האט ער געטאנצן פון פארטש (בערך א שטאק) שרייענדיג די דייטשען קומען.

ווייסט איינער וואס איך רעדט?
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”