זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקנים אין קר"י

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

חלה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:37 pm
רב גאנדעל די בעל קורא האסטו אויסגעלאזט.
נישט ר' אברהם שווארץ (חתן גאנדל) געווען בעל קורא?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:57 am

ימים נוראים שחרית ר’ בעריש אפפעל, מוסף ר’ ישראל חיים ברוין ע"ה.
ר' שלום האלפערט האט נישט געדאוונט אין דיינע צייטן ?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:16 pm
חלה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:37 pm
רב גאנדעל די בעל קורא האסטו אויסגעלאזט.
נישט ר' אברהם שווארץ (חתן גאנדל) געווען בעל קורא?
ר' אברהם פלעגט ליינען אויף זענטא שול דאכט זיך.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

עדות ביהוסף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:14 pm
?Who remembers the Village office in the 1st room on the left hand when you walked into the building?
דאס איז געווען ר' אברהמ'לעס אפפיס
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

צו געזונט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:18 pm

ר’ אברמעלעס אפיס, אזא דאבל שטוב, איך געדענק אין דער וואכן פלעגט מען אמאל מאכן דארט נאך א מנין.

איך געדענק ווען אברמעלע האט דארט אריינגעכאפט עפעס א בארדאק א אינגל און אים איינגעשפארט אין זיין אפיס.
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

ר' נתנאל פארקאש איז געזיצן ביים טיר.

ר' מרדכי הירש האט געמאכט יעלות ווען מהאט געווארפן האנטוכער שמחת תורה אויפן בעל תפלה

ר' שלתיאל ווייס איז איבערגעקראכן די אנלאנער ווען ער האט געוואלט ארויסגיין פון די באנק און ער האט נישט געוואלט אויפשטעלן דעם אינגערמאן וואס איז געזיצן ביים עק.

ר' פישל פארקאש איז געווען גבאי צוזאמען מיטן יעצטיגן גבאי ר' אשר זאבעל

ר' הערשל האניג איז געזיצן אויף א באקוועמען בענקל, כמיין קעגן להבחל"ח ר' שלמה בצלאל וויינבערגער
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע:אין דארף

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:20 pm
צו געזונט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:18 pm
עדות ביהוסף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:14 pm
?Who remembers the Village office in the 1st room on the left hand when you walked into the building?
דאס איז געווען ר' אברהמ'לעס אפפיס
ר’ אברמעלעס אפיס, אזא דאבל שטוב, איך געדענק אין דער וואכן פלעגט מען אמאל מאכן דארט נאך א מנין.

איך געדענק ווען אברמעלע האט דארט אריינגעכאפט עפעס א בארדאק א אינגל און אים איינגעשפארט אין זיין אפיס.
ר' אברמעלע פלעגט אויך דרייוון די עכטע מיני באס, און די גרעסטע קעלטן מיטן בלויזן העמד מיט קורצע ערמעל.
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

ר' משה בנציון טירנויער איז געזיצן ביי מזרח

ר' מרדכי פריעד איז געזיצן ביי דרום, די נעקסטע טיש איז געווען ? וויינשטאק
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

די איינציגסטע ביהמ"ד ווי די טישן זענען געווען אויסגעשטעלט צו אלע זייטן. מהאט געקענט זיצן מיט פנים צו מזרח מעריב דרום צפון
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

וויאזוי האט שבתי (דער בחור) געהייסן אויף די לעצטע נאמען?

כגעדענט ער האט אמאל נישט געוואלט ארויסגיין צו יזכור, סאיז געווען לעבעדיג. למעשה האט מען אים צוגעדעקט מיט א טלית
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ליפשיץ
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז סאיז אויך געווען אן אנדערע נישט געזונטע בחור וואס פלעגט דארט קומען צו זיין טאטע פון צייט צו צייט. ער איז געווען א רויטע שטראמער בחור מיט א בערישן קול.

כמיין אז די מעשה מיט יזכור איז געווען מיט יענעם. ער פלעגט זאגן אז זיין טאטע לעבט נישט, און דער איז זיין שטיף טאטע.

אויב איינער ווייסט פון וועם איך רעד.
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:24 pm
ר' משה בנציון טירנויער איז געזיצן ביי מזרח

ר' מרדכי פריעד איז געזיצן ביי דרום, די נעקסטע טיש איז געווען ? וויינשטאק
צפון. פנים צו דרום
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

עדות ביהוסף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:35 pm
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:24 pm
ר' משה בנציון טירנויער איז געזיצן ביי מזרח

ר' מרדכי פריעד איז געזיצן ביי דרום, די נעקסטע טיש איז געווען ? וויינשטאק
צפון. פנים צו דרום
ריכטיג, ביי די פענסטער
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

עדות ביהוסף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:35 pm
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:24 pm
ר' משה בנציון טירנויער איז געזיצן ביי מזרח

ר' מרדכי פריעד איז געזיצן ביי דרום, די נעקסטע טיש איז געווען ? וויינשטאק
צפון. פנים צו דרום
ר' יחזקאל וויינשטאק ובניו ביים קארנער צפונית מערבית
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4349
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:38 pm
אסאך אינגעלייט פלעגן אויך דאווענען דארט, בעיקר שכינים, היינט איז דאס שוין אויך היסטארי...

איך געדענק .... זילבערמאן, איין טאג איז ער געווען ביי זיין זיידנס קבר און אנדעקט אז ער איז א לוי..., געווען א סענזאציע.

ר’ - יצחק שמואל אפענהיים, מרדכי פריעד, שלמה יעקב געלבמאן, וואלף לעפקאוויטש, פישל פארקאש, נחום פרידמאן, נחמי’ רז"פ, משה בנצין טירנויער, חיים הערש אפעל, משה מארקאוויטש, מענדל שווימער, אברהם יעקב פאזען, משה נתן וו"בג, יחזקאל וויינשטאק, ועוד. טייל האבן געוואוינט ממש דארט, טייל פלעגן זיך אהיים שלעפן דורכן שארט קאט דארט ווי גארליץ איז היינט.
מענדל מאיר און משה טובי' בראווער
ווער נאך? איי די צייטן לויפן...
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
ואני בעודי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:33 am

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואני בעודי »

רפפורט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 2:02 pm
עפעס ליגט מיר אין קאפ א מעשה פון אן עלטערן איד דארט בסוף ימיו, ער איז שוין נישט געווען קלאר, אן אייניקעל האט געקלאפט אין טיר, דער אידל הערנדיג די קלאפעס האט ער געטאנצן פון פארטש (בערך א שטאק) שרייענדיג די דייטשען קומען.

ווייסט איינער וואס איך רעדט?
אוודאי ווייס מיר, דער איד האט איבערגלאזט שיינע דור/ות
אוי ואני בעודי אהללה אהללה בוראי
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

ואני בעודי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:31 pm
רפפורט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 2:02 pm
עפעס ליגט מיר אין קאפ א מעשה פון אן עלטערן איד דארט בסוף ימיו, ער איז שוין נישט געווען קלאר, אן אייניקעל האט געקלאפט אין טיר, דער אידל הערנדיג די קלאפעס האט ער געטאנצן פון פארטש (בערך א שטאק) שרייענדיג די דייטשען קומען.

ווייסט איינער וואס איך רעדט?
אוודאי ווייס מיר, דער איד האט איבערגלאזט שיינע דור/ות
די מעשה ליגט מיר אין קאפ ווי א חלום.
דאס ברענגט ארויס די מיטמאכענישן וואס די אידן זענען דאן אריבער.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:57 am
עטרת זקינים איז גאר א היסטארישע ביהמ"ד, נעמליך, דארט זענען געווען א גרויסע טייל פון די עלטערע דור, אונזערע ראשי המשפחות, אידן פון פארן קריג.

דארט האט מען אויך געקענט זען ווי אזוי מען זעט אויס אין די עלטערע יארן, אויב מען הארעוועט אין די אינגע יארן, און אויב נישט.....

מיר האבן געדאוונט דארט אלץ שכינים אין די מ"ם אנהייב נון יארן, איך האב בא’טעמ’טע זכרונות פון דארט, און פון מתפללים דארט, א שאד עס נישט ארויף צו לייגן אויף פאפיר.

פילע מתפללים האבן געהאט א זעלכע פריוואטע באקוועמע רבני’שע בענקלעך, נישט קענענדיג זיצן אויף די הארטע באנק.

קודם אביסל הארטע זכרונות.

דער קענדי טיילער (שהכל זיידע) אין מיינע אינגע יארן איז געווען ר’ אליעזר ליימזידער ע"ה, ער פלעגט טיילן א זעלכע קאלירטע באנאנע שעיפ קענדיס, אין אויסטויש פאר א הויכע שהכל.

דער בעל קורא וועם איך געדענק, איז געווען ר’ משה נתן וויינבערגער.

ימים נוראים שחרית ר’ בעריש אפפעל, מוסף ר’ ישראל חיים ברוין ע"ה.

משמש איז געווען א זיסער אידל, דער מיני באס דרייווער, ר’ אברמעלע לאנדא ע"ה, א שווארצע הויזן, בלויע קורצע רעקל, רויטע פנים, ווייסע בארד.

בעל תוקע, דער מילדויער צדיק, רב טענענבוים, הרב שלום דוב טענענבוים זצ"ל, איך געדענק ווי מיט א תקיעה פלעגט ער זיך געפערליך מוטשענען.

שיעורים אין דער וואכן געדענק איך ר’ משה עמרם גראד ע"ה.

אונטער שמש, ר’ שלמה שניצער ע"ה.

א שמעק טאבאק האט מען געקענט קריגן ביי ר’ נתנאל’ע פארקאש, ר’ שלמה יעקב ווייס ע"ה.

א פסק, אדער א שטופ, אדער א געשריי, האט מען געקענט כאפן פון פילע....

המשך ..
ר שמען גאלדבערגער דער מלמד האט אויך געדאוועט דארט דאכט זיך
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

ר’ שמעון איז אוועק גאר פריה, אנהייב מ"םס
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:57 am

דער קענדי טיילער ( שהכל זיידע) אין מיינע אינגע יארן איז געווען ר’ אליעזר ליימזידער ע"ה, ער פלעגט טיילן א זעלכע קאלירטע באנאנע שעיפ קענדיס, אין אויסטויש פאר א הויכע שהכל.
דאס קומט גרויס נישט קליין...
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע:שבתדיגע זמירות

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ר' שמעון גאלדבעגער איז אוועק טבת תשמ"ט, ער איז געווען א מלמד ביז זיין פטירה

ר' מרדכי הירש ע"ה איז געגאנגען קיין זקינים ערגעץ נ"ד אדער נ"ה (ווען מ'האט צווארפען זיין הויז די היינטיגע 11 קוויקוועי, די אמאליגע מקוה טהרה)
ביז דעמאלס איז ער געווען פון די חשובי מתפללי הוניאד (הוניאד איז אין א בחינה געווען די צווייטע זקינים...)
זוכט איר דוי?
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

דונש האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:53 pm

ביז דעמאלס איז ער געווען פון די חשובי מתפללי הוניאד (הוניאד איז אין א בחינה געווען די צווייטע זקינים...)
כהיום האט עס נישט א שיעור פאר זקנים?
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

איך בין סאאך אינגער פון די אלע צייטן. מיין טאטע פלעגט (און היינט צוטאגס שוין צוריק) זיך דרייען דארט. א געשמאק קרעמל אפי׳ נאך היינט.
אז מרעדט פון אזאנע קרעמלעך אין קרית יואל ברענגט מיר עס ארויף זכרונות פון ענגל׳ס…
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7103
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקינים אין קר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שמעון ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:44 pm
ר’ שמעון איז אוועק גאר פריה, אנהייב מ"םס
נעה. נאך געווען א מלמד אין די מיטל מ' יאהרען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”