וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:30 pm
Greeneryid האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:15 pm
מען זאל נישט פארגעסן, 80% אידן זענען נישט ארויס פון מצרים. 90% אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה ביים ערשטן בית המקדש. ביים צווייטן בית המקדש איז געווען צייטן ווי 90% אידן זענען געווען מתיוונים. עס האט געסווינגען אהין און צוריק. אין גלות 80% אידן זענען געווען עמי הארצים אדער כמעט עמי הארצים אז זייער אידישקייט איז געווען זייער געצוימט אפילו זיי זענען געווען אפיציעל ארטאדאקסישע אידן לויט ווי אזוי מען וואלט זיי גערעכנט היינט. (דעמאלסט איז נאכנישט געווען אזא זאך ווי ארטאדאקס אדער נישט.) דאס ברענגט אונז ביזן צווייטן וועלט קריג און פון דעמאלס. די היסטאריע פון אידישקייט איז אייביג אוועק פון אידישקייט. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא מצב ווי היינט, חוץ אין די צייט פון חזקיהו המלך, וואס 90% אידן וואס קומען פון רעליגיעזע (ארטאדאקסישע) אידישקייט זאלן נישט זיין קיין עמי הארצים. דאס מיינט נישט אז זיי זענען תלמידי חכמים, דאס מיינט אז זיי קענען זיין תלמידי חכמים. דאס מיינט אז זיי קענען עפענען א ספר און לערנען. אסאך זאכן זענען די סיבות פאר דעם מצב. קודם פרנסה, צווייטנס מען פייניגט נישט געווענליך נאר פארן זיין א איד. דריטנס טעכנאלאגיע, עס איז דא ספרים לרוב, ספרים מיט איבערטייטשן, מען קען הערן און זעהן שיעורים ווי פיל מען וויל וכו. עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן ווי אזוי דאס וועט זיך טוישן. לויט ווי אזוי היסטאריע האט געוויזן טוישט זיך עס אבער עס איז צום אז משיח וועט קומען פאר עס האט א טשענס זיך צו טוישן. עס איז באקאנט פון צדיקים אז משיח וועט קומען קיין אמעריקע. לאמיר האפן אז מען האט געמיינט אונז. ובא לציון גואל.
און היינט? איר ווייסט אז אין אמעריקא וואוינען איבער 5 מיליאן אידן און אין אר”י איבער 6, וויפול פון דעם זענען שומרי תורה? מער ווי 10% אבער איך גלייב נישט מער ווי 20%, וועגן דעם קען שוין משיח קומען?.....
איך האב געשריבן " היסטאריע פון אידישקייט איז אייביג אוועק פון אידישקייט. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא מצב ווי היינט, חוץ אין די צייט פון חזקיהו המלך, וואס 90% אידן וואס קומען פון רעליגיעזע (ארטאדאקסישע) אידישקייט זאלן נישט זיין קיין עמי הארצים." און זיך האלטן צו אידישקייט.

צו ענטפערן אויף דיין פוינט, 98% פון די מיליאנען אידן אין אמעריקע פון וואס דו רעדסט זענען נישט קיין ערשטע דור פרייע און נישט קיין צווייטע דור. אין ארץ ישראל איז די פראצענט אנדערש אבער אויך רובא דרובא זענען נישט קיין ערשטע דור פרייע. דאס איז כמעט אלעס אן איבערבלייעניש פון די אידישקייט פראבלעמען פון פאר די מלחמה. אין אמעריקע וועלן זיי לכאורה אוועק פאלן אינגאנצן אין נאך איין אדער צוויי דורות, דאס מיינט אז זיי וועלן אפילו נישט ארויפקומען אויף קיין סטאטיסטיק. אין ארץ ישראל איז נישט שייך אינגאנצן אוועקצופאלן. די איינציגסטע זאך וואס קען געשען איז אז זיי וועלן כמעט נישט האבן קיין קינדער אזוי ווי עס היינט די מנהג אין די מערב וועלט, און דעס וועט צוביסלעך אראפ נידערן זייערע פראצענט.
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:55 pm
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:57 pm
פוילן איז געווען אסאך ערגער ווי אונגארן אבער סאיז אמת אז אין די אראפגענומענע חלקים פין נאכן ערשטן קריג ווי מארמאראש וכו' איז געווען בעבער פראצענטיש

די שאלה וועגן פרייע וואס האבן נישט קיין קהילה קומט מחוסר הבנה אין די פאוערפולקייט פינעם אמעריקאנעם און אפילו פינעם דייטשן שמעלץטאפ

אין פוילן און אונגארן איז עס געווען לכל הדעות א מיעוט שאינו מצוי דער גוי האט היבש געמאכט הבדלה
פון נעמט זיך דאס אז פוילן איז געווען ערגער, אונגארן איז דא קלאר דאקומענטירט דורך די רעגירונג, ווייל סגעווען וואלן, דאס אז מזאגט פוילן מיינט מען אין גאנץ פוילן און אין אונגארן רעכנט מען נאר די ארטאדאקסן, איך ווייס נישט אויב אין די ביג פיקטשער האט פוילן מער אוועקגעפאלן.

זאג איך אייך אז אזאנס האט נישט עקזיסטירט.

ליין וואס ר אביגדור פארציילט אויף ווארשע, און וואס יזכור ביכער זאגן איבעראל, און כמה איבערלעבער פארציילן עס, וואס יא? פאר ערשטן קריג און נאך פריער ינד איז פוילן געוועזן גאר שיין..
אגב פוילן איז געווען וואלן מטעם די רעגירונג אויף די איינציקע קהילה געלאזט אין שטאט, נאר וויסן דארפן וויסן אלע פארטייען וואס סמיינט...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:50 pm

ר אביגדור איז געווען אין ליטא און דערציילט פון קאוונע, פון די אנדערע ביכער זעה איך נאכנישט אז 60-70% זענען געווען מחללי שבתות.

רוב כלל ישראל איז מיט געשטאנען מיט חז"ל גערופן די פרושים און פון דעמאלטס ביזן ערשטן קריג זענען אייביג רוב געווען יראי השם שענער ווי די ארטאדאקסן אין אונגארן..

ליבי ובשרי, ער רעדט פון ווארשע.... מיר זעהט יא אויס, וועט זיין שווער דן צו זיין, וועל מיר עס לאזן ביי דעים

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:57 pm
רוב כלל ישראל איז מיט געשטאנען מיט חז"ל גערופן די פרושים און פון דעמאלטס ביזן ערשטן קריג זענען אייביג רוב געווען יראי השם שענער ווי די ארטאדאקסן אין אונגארן..

ליבי ובשרי, ער רעדט פון ווארשע.... מיר זעהט יא אויס, וועט זיין שווער דן צו זיין, וועל מיר עס לאזן ביי דעים
וואו און וואס בערך זאגט ער?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איינער פון ר אביגדור קונטריסים, רעדט ער ארום פון זיינע בחורישע יארן אין די שטאט סלאבודקא, ליטא (אפשר א אנדער שטאט. פארעכסט מיך אויב כמאך א טעות).

זאגט ער, סאיז געווען א שטאט פון 10,000 משפחות (אפשר נפשות), און בלויז 100 אידן האבן דארט געלייגט תפילין א יעדען טאג.
#בשיטה נישט
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

נו שוין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:31 pm

ער האט געלערנט דארט אלס יונגערמאן,
סלאבאדקע איז געווען א סובארב פון קאוונע א ריזיגע שטאט, אין די ליטע איז לכו”ע נישט געווען כמעט פרומע אידן פארן קריג, אזוי ווייט אז די ישיבה בחורים האבן זיך געמוטשעט מיט שידוכים, דאס איז אלעס געשען פון נאך די ערשטע מלחמה!
ער דערציילט אז ווען ער איז אנגעקומען דארטן איז געווען איין באס פון סלאבאדקע קיין קאוונע שבת און נאך א שטיק צייט איז שוין געווען צען!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5174
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:55 pm
פון נעמט זיך דאס אז פוילן איז געווען ערגער, אונגארן איז דא קלאר דאקומענטירט דורך די רעגירונג, ווייל סגעווען וואלן, דאס אז מזאגט פוילן מיינט מען אין גאנץ פוילן און אין אונגארן רעכנט מען נאר די ארטאדאקסן, איך ווייס נישט אויב אין די ביג פיקטשער האט פוילן מער אוועקגעפאלן.
טאקע פארדעם. איך ווייס נישט צי איינער האט געמאכט א צענזוס מיט ליסטעס וויפיל אידן זענען געווען ערליך און וויפיל נישט, און ס'מוז נישט זיין אז דער פראצענט אין פוילן איז געשטאנען העכער.

אבער אין אונגארן איז געווען א טיילונג מיט צענדליגער יארן פריער. אן ארטאדאקסישער איד וואלט קיינמאל נישט אריינגעטרעטן אין א נעאלאגישער שול, און האט אפילו געשפיגן ווען ער איז דאס דורך. דאקעגן אין פוילן האט זיך די גרויסע ירידה אנגעפאנגען נאכ'ן ערשטן וועלט קריג, און די פרומע און פרייע האבן געלעבט בעירבוביא. אן ארטאדאקס אן א בארד פון דעברעצין האט נישט מורא געהאט אז זיין זון גייט גיין אין טעאטער און עסן נבילות יום כיפור, אבער א חסיד'ישער איד פון לאדזש יא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:41 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:55 pm
אן ארטאדאקס אן א בארד פון דעברעצין האט נישט מורא געהאט אז זיין זון גייט גיין אין טעאטער און עסן נבילות יום כיפור, אבער א חסיד'ישער איד פון לאדזש יא.
פון וואנעט נעמט איהר דאס?
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:41 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:55 pm
פון נעמט זיך דאס אז פוילן איז געווען ערגער, אונגארן איז דא קלאר דאקומענטירט דורך די רעגירונג, ווייל סגעווען וואלן, דאס אז מזאגט פוילן מיינט מען אין גאנץ פוילן און אין אונגארן רעכנט מען נאר די ארטאדאקסן, איך ווייס נישט אויב אין די ביג פיקטשער האט פוילן מער אוועקגעפאלן.
טאקע פארדעם. איך ווייס נישט צי איינער האט געמאכט א צענזוס מיט ליסטעס וויפיל אידן זענען געווען ערליך און וויפיל נישט, און ס'מוז נישט זיין אז דער פראצענט אין פוילן איז געשטאנען העכער.

אבער אין אונגארן איז געווען א טיילונג מיט צענדליגער יארן פריער. אן ארטאדאקסישער איד וואלט קיינמאל נישט אריינגעטרעטן אין א נעאלאגישער שול, און האט אפילו געשפיגן ווען ער איז דאס דורך. דאקעגן אין פוילן האט זיך די גרויסע ירידה אנגעפאנגען נאכ'ן ערשטן וועלט קריג, און די פרומע און פרייע האבן געלעבט בעירבוביא. אן ארטאדאקס אן א בארד פון דעברעצין האט נישט מורא געהאט אז זיין זון גייט גיין אין טעאטער און עסן נבילות יום כיפור, אבער א חסיד'ישער איד פון לאדזש יא.
קיינער לייקענט דאס נישט אז אין די ישיבות און שטיבלעך זענען געווען גרופעס פון קאמוניסטן און משכילים אפיקורסים ממש ביז ציונסטן מיט פארדרייטע דעות, אבער איך פרעג צו איז אמת דעם ”פאקט” אז אין פוילן זענען געווען מער פורקי עול.
בכלליות איז דאס א מעלה פון די פולישע אידנטום וואס לכאורה איז די חסידות איז געווען וואס האט זיי געהאלטן אזוי שטארק ביז די ערשטע מלחמה.
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:56 pm
נו שוין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:31 pm
איינער פון ר אביגדור קונטריסים, רעדט ער ארום פון זיינע בחורישע יארן אין די שטאט סלאבודקא, ליטא (אפשר א אנדער שטאט. פארעכסט מיך אויב כמאך א טעות).

זאגט ער, סאיז געווען א שטאט פון 10,000 משפחות (אפשר נפשות), און בלויז 100 אידן האבן דארט געלייגט תפילין א יעדען טאג.
ער האט געלערנט דארט אלס יונגערמאן,
סלאבאדקע איז געווען א סובארב פון קאוונע א ריזיגע שטאט, אין די ליטע איז לכו”ע נישט געווען כמעט פרומע אידן פארן קריג, אזוי ווייט אז די ישיבה בחורים האבן זיך געמוטשעט מיט שידוכים, דאס איז אלעס געשען פון נאך די ערשטע מלחמה!
ער דערציילט אז ווען ער איז אנגעקומען דארטן איז געווען איין באס פון סלאבאדקע קיין קאוונע שבת און נאך א שטיק צייט איז שוין געווען צען!
פונקט נעכטן האט מיר איינער צוגעוויזן אין שול א ספר
שרייבט ער דארט בשם ר׳ אביגדור זצ״ל אזוי
תרצ״ב איז געווען שבת אינדערפרי א באס יעדע האלבע שעה פון סלאבודקא קיין קאוונע צו די ארבעט, תרצ״ח איז שוין געווען יעדע פינף מינוט א באס! אלעס אידן
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

אלם האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:47 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:56 pm
נו שוין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:31 pm
איינער פון ר אביגדור קונטריסים, רעדט ער ארום פון זיינע בחורישע יארן אין די שטאט סלאבודקא, ליטא (אפשר א אנדער שטאט. פארעכסט מיך אויב כמאך א טעות).

זאגט ער, סאיז געווען א שטאט פון 10,000 משפחות (אפשר נפשות), און בלויז 100 אידן האבן דארט געלייגט תפילין א יעדען טאג.
ער האט געלערנט דארט אלס יונגערמאן,
סלאבאדקע איז געווען א סובארב פון קאוונע א ריזיגע שטאט, אין די ליטע איז לכו”ע נישט געווען כמעט פרומע אידן פארן קריג, אזוי ווייט אז די ישיבה בחורים האבן זיך געמוטשעט מיט שידוכים, דאס איז אלעס געשען פון נאך די ערשטע מלחמה!
ער דערציילט אז ווען ער איז אנגעקומען דארטן איז געווען איין באס פון סלאבאדקע קיין קאוונע שבת און נאך א שטיק צייט איז שוין געווען צען!
פונקט נעכטן האט מיר איינער צוגעוויזן אין שול א ספר
שרייבט ער דארט בשם ר׳ אביגדור זצ״ל אזוי
תרצ״ב איז געווען שבת אינדערפרי א באס יעדע האלבע שעה פון סלאבודקא קיין קאוונע צו די ארבעט, תרצ״ח איז שוין געווען יעדע פינף מינוט א באס! אלעס אידן
אוי באשעפער! שטעל דיר פאר וויפיל אונז דארפן דאנקן דעם באשעפער אויף אונזער ’שווארצע’ דור...
העלא!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:54 pm
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:50 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:55 pm
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:57 pm
פוילן איז געווען אסאך ערגער ווי אונגארן אבער סאיז אמת אז אין די אראפגענומענע חלקים פין נאכן ערשטן קריג ווי מארמאראש וכו' איז געווען בעבער פראצענטיש

די שאלה וועגן פרייע וואס האבן נישט קיין קהילה קומט מחוסר הבנה אין די פאוערפולקייט פינעם אמעריקאנעם און אפילו פינעם דייטשן שמעלץטאפ

אין פוילן און אונגארן איז עס געווען לכל הדעות א מיעוט שאינו מצוי דער גוי האט היבש געמאכט הבדלה
פון נעמט זיך דאס אז פוילן איז געווען ערגער, אונגארן איז דא קלאר דאקומענטירט דורך די רעגירונג, ווייל סגעווען וואלן, דאס אז מזאגט פוילן מיינט מען אין גאנץ פוילן און אין אונגארן רעכנט מען נאר די ארטאדאקסן, איך ווייס נישט אויב אין די ביג פיקטשער האט פוילן מער אוועקגעפאלן.
ליין וואס ר אביגדור פארציילט אויף ווארשע, און וואס יזכור ביכער זאגן איבעראל, און כמה איבערלעבער פארציילן עס, וואס יא? פאר ערשטן קריג און נאך פריער ינד איז פוילן געוועזן גאר שיין..
אגב פוילן איז געווען וואלן מטעם די רעגירונג אויף די איינציקע קהילה געלאזט אין שטאט, נאר וויסן דארפן וויסן אלע פארטייען וואס סמיינט...
ר אביגדור איז געווען אין ליטא און דערציילט פון קאוונע, פון די אנדערע ביכער זעה איך נאכנישט אז 60-70% זענען געווען מחללי שבתות.

קוק אריין אין ר' לייבל מאנדלבוים'ס בוך 'געראטעוועט פון כבשן האש', ער שרייבט ברוח זה לגבי קראקא.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
זיידעןגארטעל
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 20, 2022 7:11 pm

Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעןגארטעל »

וויפיל זענען געווען קדושים, ווענדט זיך אין אונז....
מיר ליינען די וואך פרשת ואתחנן די פרשה פון קריאת שמע און עס קומט גראד נאך ת''ב.
רבי ש"ז אויערבאך זאגט טאקע אז נאר ווער עס געט אוועק זיין לעבן בשעת די נסיון, ווען ער ווייזט אז השם איז ביפאר זיין אייגענע לעבן, אבער ליידער אסאך וואלטן ווען זיך געטויפט אויב וואלט מען ווען זיי געגעבן די טשויס...
עס איז דא די גמרא אין חולין יש לו ואינו רוצה... אז עס זענען פארהאנען וואס ווילן געבן צדקה נאר האבן נישט, און פארהאנען וואס האבן אבער ווילן נישט געבן, זאגט תוס' אז אלע זענען הייליג, ווייל דער עושר סוף כל סוף ווען ער זעהט אז יעדער געט, געט ער אויך אפילו ער געט אן קיין רצון.
דאס האט זייער געבאדערט פאר רבי ר' זושא, וואס הייסט דער עושר איז הייליג? ער וויל דאך נישט געבן קיין פעני??
יענע נאכט איז תוספ' געקומען צו רבי ר' זושא אין חלום, און געזאגט...
.....אלע אידן זענען איינס, דער ארימאן וויל שטארק געבן צדקה ער האט א געוואלדיגע רצון, ערגעץ אין דער וועלט שטייט א עושר און געט געלט אבער אן א משהו רצון, אבער השי''ת שטעלט זיי צוזאמן, עס איז אזוי ווי דער ארימאן געט צדקה... און ביידע זענען יעצט הייליג, עס איז דא סיי רצון און סיי צדקה.

דאס איז די אחדות פון כלל ישראל...

זאגט דער בעל נתיבות שלום פון סלאנים, מענטשן זענען געשטארבן ביי די מלחמה וואס קוים האבן זיי געוויסט אז זענען אידן, זיי זענען גרייט זיך צו שמד'ן ר''ל אויב דאס וועט זיי יעצט ראטעווען.
אבער... ''עס ווענדט זיך אין אונז'' אויב זיי ווערן אנגערופן אויף ''קידוש השם'' אויב מיר האבן אינזינען ביי קריאת שמע, אז מיר זענען גרייט על קידוש השם אזוי ווי די גמרא זאגט באימה ביראה ברתת ובזיעה, זאגט די רשב''א אז מען מוז טראכטן וואו מ'איז באמת גרייט על קידוש השם.
און אזוי ווי רבי אלימלך זאגט אין צעטל קטן וואס מ'זאל טראכטן ביי קר''ש.
די גמרא זאגט מ'מאכט אים קאלט די גיהנם..

זאגט דער סלאנימער זצ''ל אז ווען ''מיר'' האבן דעם רצון פון קידוש השם מיטן טראכטן, מאכן מיר אז די וואס זענען נעבעך געהארגט געווארן, ווערן יעצט גערעכנט פאר ''קידוש השם''

דערפאר קומט פרשת ואתחנן... און ''מיר'' האבן ביי קריאת שמע באמת די ריכטיגע כוונה פון קידוש השם, און ''מיר'' מאכן אז די 7000000 מיליאן זענען געווען ריכטיגע קדושים...

קומט אויס אז אויף אונז ליגט א גרויס אחריות.

א ליכטיגן שבת
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”