אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

גוזמא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

מיין טייערע זון חזקי, לכבוד דיין בר מצוה שרייב איך דיר א בריוו, איך בעט דיך זייער, ליין עס אדורך מיט ישוב הדעת,

איך גלייב אז די ווייסט אז דער אייבערשטער האט דיר באשאנקן מיט זעלטענע כשרונות, ס’איז יותכן אז די האסט קיינמאל נישט אריינגעטראכט דערין, ווייל מיט דיינע גיטע כשרונות קומט אויך מיט אביסל צופלויגענקייט, דעריבער וויל איך אביסל אויסשמועסן מיט דיר סיי דיינע כשרונות און סיי דיינע חסרונות, נישט אז איך וויל חלילה זאלסט אינגאנצן אויסרייסן דיין נאטור, נאר מיט אביסעלע מחשבה קענסטו נעמען דיינע חסרונות און בעזר השי”ת דאס אויסניצן צום גוטן.

איך האב אסאך געטראכט צו איך זאל מיט דיר אויסשמועסן די נושא וואס איך גיי דיר שרייבן, ס’קען אפשר (און אפשר זיכער) אריינברענגען אביסעלע גאווה אין דיר, וואס מיט דעם קומט מיט חוצפה און עזות וכו’, אבער איך בין געקומען צו די מסקנה אז שפילן בת היענה איז נישט קיין מהלך, און נישט רעדן  פון זאכן וואס די ווייסט ממילא נאר ווייל איך האב מורא פון יצא שכרו בהפסדו, קען זיין א מעוות לא יוכל לתקון אויב איך וועל דאס איגנארירן.

ברוך השם, דער אייבישטער האט דיר געשאנקן א שארף קעפל, א שנעלע תפיסה, א גוטן זכרון, אן אויסטערלישע כח הסברה, א טיפע הבנה, א כח העמקות זיך צו דערגרינטעווען לעומקה של דבר מיט אן אמת, נישט סתם געהאקט אין קאפ ווי ס’איז אינגעפירט אין געוויסע מקומות, אונז לערנען מיר ב”ה בחברותא פארטאגס און אויך שבת, גלייב מיר איך קוק מיך גוט פאר די גמרא רש”י מיט תוספות איך בליק דורך די מהרש”א אויב ס’איז דא עפעס אין פשט וואס קען מיר באדערן, איך לערן איבער די גמרא דריי פיר מאל איך זאל זיין קלאר און אויסגעקאכט דערין פאר איך זעץ מיך לערנען מיט דיר, און ווי נאר אונז ענדיג מיר לערנען א שטיקל גמרא און אונז גיי מיר עס איבער אויסענווייניג, פרעגסטו אזעלכע פשוטע קשיות אז איך שעם זיך פשוט ווי אזוי איך האב געקענט לערנען דעם עמוד אן זיך אפצושטעלן אויף דעם, אזוי ווי אונז לערן מיר תוספות און איך קוק מיר עס פאר, קען איך טייל פון דיינע שאלות דיר תיכף צו ווייזן אין תוספות, איך קען זאגן אז רוב תוספות על הפשט האסטו צוגעטראפן ביים לערנען די גמרא אז ס’האט דיך געבאדערט די זעלבע ווי תוספות.

איך האב ב"ה נישט קיין שלעכטן קאפ, און ס’איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך לערן די מסכת, ליתר שאת פרעג איך יעדן טאג פון אפאר תלמידי חכמים ביי אונז און ביהמ”ד אידן וואס זענען בקי בש”ס, איינער וואס איז א מגיד שיעור און ער לערנט יעצט פאר בעלי בתים די מסכת וואס מיר לערנען, די ספעציפישע קשיות אין די גמרא, געוויסע זאכן ווייזן זיי מיר צו אין ריטב”א ווי ער לערנט פשט אין די גמרא אויף אן אויפן וואס פארענטפערט דיינע הארות, אסאך מאל דעם נעקסטן טאג ווייזן זיי מיר אז דער פני יהושע פארעט זיך שוין מיט דיינע קשיות.

דאס זעלבע הער איך אויך פון דיינע רבי’ס, סיי פון חדר און סיי פון דעם אינגערמאן וואס לערנט מיט דיר ביינאכט, אז די לערנסט אפ א גמרא גרונטליך, אז זיי אליינס בלייבן סטאק אן קיין געהעריגע תירוץ צו קענען ווייטער לערנען.

דיין זכרון בין איך בעצם אביסל צומישט, פון איין זייט א גמרא וואס די לערנסט איינמאל קענסטו שוין ישר והפוך אויסענווייניג מיט די נעמען פון אלע מאן דאומרים, פון אלע שיטות, נאך א חזרה קען מען דיר שוין פארהערן די מסכת אויפן דף, און וויפיל מימרות די מסכת האט פון אביי, פון רבא, ב”ש און ב”ה, אבער פון די אנדערע זייט ווען איך אדער מאמי בעטן עפעס, אקעי לאמיר נישט רעדן יעצט פון דעם, וועל מיר עס איבערלאזן פאר שפעטער.

דיין כח ההסברה איז א עקסטערע טאלאנט וואס האט בעצם נישט קיין שייכות מיט די אויבנדערמאנטע כשרונות, דאס איז א באזונדערע מתנה פון הימל, איך הער עס צוריק פון די מלמדים און פונעם מנהל אז ביי חזרה ארבעטסטו אריין מיט די אנדערע קינדער וואס זענען נישט געבענטשט מיט עקסטערע הבנה, און מיט איין לעקציע ביי דיר באקסטו עס אריין אין זייער קעפל אז ס’איז דארט אויף צום בלייבן, כמה טאטעס וואס שעמען זיך נישט, אדער וואס רעדן בכלל צו די קינדער וועגן די לימודים אין חדר, זענען מיר געקומען געבן קאמפלימענטן און זיך באדאנקט, אז א דאנק דיר האבן זיך זייערע קינדער געקענט שטעלן צום פארהער.

את חטאי אני מזכיר, אזוי ווי די ביזט נישט די עלטסטע און נישט די אינגסטע אין די משפחה, און אזוי ווי איך האב קיינמאל (ביז פארגאנגענע זומער) נישט געהערט פון דיינע רבי’ס, אז די דארפסט זיך צופלייסן אדער אז די קענסט זיך פארבעסערן, האב איך אלס געוויסט אז די פארסט אויפן גוטן דירעקציע, און איך האב פארפאסט צו אויפכאפן, אז דער אייבישטער האט מיר מפקיד געווען א גאון, אן עילוי, אן אומשאצבארע דיימאנט, וואס מיט אביסעלע שלייפן קען די ווערט דערפון ארויפגיין אסטראנאמיש, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, און די ביזט נאך גענוג אינג, אמת טאקע אז ווען איך נעם זיך ווען אין די הענט אריין דיר צוצושטעלן די כלים, די חברותות, די מאטיוועשן א יאר צוויי פריער, וואלסטו שוין היינט געהאלטן סאך סאך ווייטער ווי די האלסט היינט, ב”ה נישט אוועק צו מאכן איבער פיר הונדערט בלאט גמרא, נישט געלערנט, ”געקענט” צו די בר מצוה, א סאך טאטעס און א סאך אינגלעך וואלטן זיך געווינטשן אויף דעם.

אבער נישט פאר דעם האב איך זיך אראפגעזעצט שרייבן פאר דיר, זיך קלאפן אין פלייצע ווי גיט די ביזט, און דיר ציפן אין בעקל ווי געשמאק ס’פילט וועל איך לאזן פאר זיידי’ן, איך וויל מיט דיר רעדן תכלית, די קענסט היינט פאר דיין בר מצוה וואס א סאך פון מיין עידזש קענען נישט, און איך רעד נישט פון טאטאלע אמעראצעם, ס’איז דא זייער ווייניג אינגלעך און אפילו בחורים וואס קענען זיך פארמעסטן מיט ווי די האלסט, און יעצט קום איך צו צו מיין פאוינט, די חילוק פון זיי מיט דיר איז, אז פאר זיי צו קענען פיר אדער פינף הונדערט בלאט גמרא האבן זיי געדארפט הארעווען און שוויצן און ארבעטן שווער טעג און נעכט חדשים און יארן מיט א יגיעה רבה און כילו האי ואולי, משא”כ די קענסט עס גיט, אינמיטן שלאף, ישר והפך, און לאמיר נישט רעדן הויעך וויפיל אנסעס יגיעה האסטו אריינגעלייגט אין דעם? האסט עס אפגעקניידעלט אין ווייניגער פון א יאר, דיין מח איז נאך ברענד ניי, האסט עס נאך גארנישט געניצט, האסט נישט אויפגעגעבן א סעקונדע שלאף, א מינוט שפילן, (חוץ די שעה וואס די לערנסט ביינאכט מיט דיין חברותא) נישט קיין חילוק ווען טרעף איך דיר אייביג אויסגעצויגן אויפן קאוטש אדער ליינען א ביכל אדער הערן האטליינס.

און באמת האסטו אלע רעכטן צו שפילן, ליינען, קלאצן, פארברענגען, הערן שטותים, פלעיס, דזשאקס, אינטערוויוס, אבער שטעל זיך פאר ווען די זאלסט יא אריינלייגן אביסעלע צייט, א טראפקעלע יגיעה, א משהו אנשטרענגען דיין מח, ווי די וואלסט ווען אנגעקומען, די מיינסט אז אין הימל גייט מען זיין פראוד פון דיר לאחר מאה ועשרים ווען מען גייט דיר פארהערן גאנץ ש"ס גמרא תוספות, בבלי, ירושלמי, ד’ חלקי שו"ע און די גייסט עס גוט קענען, איך בין נישט אזוי זיכער פונקט ווי די פארשטייסט אז קיינער איז נישט עקסייטעד ווען די קענסט די סדרה יעדע וואך, דער אייבישטער האט דיר געשאנקן כלים און כוחות צו וואקסן א ווילנער גאון, א ראגאטשאווער, א פני יהושע, א חזון איש, מ’ערווארט פון דיר צען בענדער תשובות אויף כל התורה כולה, א פירוש בעיון אויף גאנץ ש”ס צו פארשטיין פשט באמת עד הסוף אזוי ווי די ווילסט איך זאל מיט דיר לערנען, וואס זאל קאווערן יעדן קשיא פון מהרש”א, יעדן קצות, יעדע מימרא פון אביי און רבא זאל שטומען מיט אלע זיינע מימרות אין גאנץ ש”ס לשיטתו, יעדע רש”י פארוואס אין מסכת פלוני לערנט אפ פשט אין דעם סוגיא אזוי און פארוואס אין אן אנדערע פלאץ לערנט ער אנדערש, יעדע מחצית השקל און פרי מגדים זאל זיין שגור בפיך, יעדע סוגיא יעדע מקצוע קענען צאמנעמען א שיעור כללי אלע ראשונים וואס איז שיטות הרמב”ם, וואס האלט די רי”ף די רא”ש, רש”י, ר”ת, וואס פסק’נט די ב”י די רמ”א, און די אחרונים ט”ז, מג”א, ש”ך און אזוי ווייטער שו”ע הרב, משנה ברורה.

איי וועסטו פרעגן ”טאטי וואס איז מיט דיר, איך זעה דיר אויך נישט זיצן ביי די גמרא יומם ולילה”, איז אזוי כמה תשובות בדבר, איך קען דיר ענטפערן צען תירוצים און די קשיא גייט נאך אלס זיין א קשיא, און איין קשיא פארענפערט נישט די צווייטע קשיא, די פארשטייסט א חילוק ווען א קעניג שיקט ארויס צוויי משרתים אויפן מארק מאכן מסחר, אינוועסטירן און ברענגען פראפיט פארן מלך, פאר איינעם האט ער געגעבן הונדערט רובל און פארן צווייטן האט ער געגעבן צען מיליאן רובל, נאך אפאר יאר קומען ביידע צוריק מיט די זעלבע מאטראץ, דאס האבן זיי איינגעהאנדעלט און משך פון אפאר יאר, דער פון הונדערט רובל איז מסביר אז אזא מאטראץ קאסט פונף הונדערט רובל און ער האט געקויפט און פארקויפט במשך די יארן ביז ער האט געמאכט פון הונדערט רובל צו פינף הונדערט, וואס ענטפערט אבער דער צווייטער ווען זיין צען מיליאן רובל’דיגע טשעק איז נאך אפילו נישט געקעשט.

דער אמת איז אבער ווען איך בין געווען א בחור האב איך פיין געהארעוועט, אוי האט מען געהאקט שטיקער, אה הלוואי קען איך צוריק גיין צו די געשמאקע צייטן, אויפגעשטאנען פארטאגס, געהאמערט הלכות שבת, געחזר’ט די אלטע בלעטער פון חדר נאכאמאל און נאכאמאל, ס’איז נאך נישט געווען קיין קול מבשר און אוודאי נישט קיין קרעטשמע (צו וואס אימער די ביזט צוגעשמידט א גאנצן צייט) חוץ טישוס איז נישט געווען שבת אין ביהמ”ד גארנישט אויפן טיש, היינט ס’קומט שבת ס’איז ב”ה נישט דא קיין האטליינס אבער א גאנצע שאפינג בעג פון ליין מאטריאל באגלייטן אהיים צוזאמען מיט די 2 מלאכים, אזוי אז ס’איז דא ב”ה צו ליינען ביזן אלף השישי פרייטוג צונאכטס און א גאנץ שבת נאכמיטאג אז ס’איז א מחי’.

יעצט צום ענין איך ווייס נישט צו איך מעג עפעס פון דיר פארלאנגען ווייל ביי די בוקס ביזטו דאס בעסטע וואס איז נאר פארהאן, האסט א טשעק אויף אלע קעסטלעך אין יעדן הינזיכט, ביזט וואויל, ביזט צייטליך, דאווענסט פיין, לערנסט פיין, די קענסט, שטעלסט זיך צו, ביזט דרך ארצ’דיג, זאל איך דיר סתם אזוי מיטשענען אדער אביסל פרעשורן, איך ווייס נישט אויב ס’איז ריכטיג, פלעין ווייל איך זאל קענען בעסער שטאלצירן מיט דיר, און איך בין אויך נישט אזוי זיכער אז ס’גייט צופיל אויפטוהן, אויב קומט עס נישט מרצונו הטוב, איי וועסטו וועלן פרעגן טאטי דעמאלטס וואס ווילסטו מיט דעם גאנצן איגרת, די תירוץ איז צווייפאכיג, איינס אפשר וועט זיך אליינס אויפוועקן אין דיר א רצון צו אויסניצן די צייט, צו ניצן דיינע כוחות, א ברעקעלע התמדה, א גראם האראוואניע, און צווייטנס אז לכש… ווען און אויב די גייסט זיך איין טאג אויפוועקן, גייסט שוין קענען אלע אויסגאבעס אויסענווייניג און אלע האטליינס בעל פה און אלע פלעיס און ניגונים ישר והפך און די גייסט זיך טרעפן ווי א טויזענט דאלערדיגע אתרוג הושענה רבה נאכמיטאג זאלסט נישט האבן קיין טענות אויף מיר, טאטי ווי ביסטו געווען די אלע יארן? פארוואס האסטו מיר נישט מזרז געווען? מ'האט דיר געגעבן א פיקדון האסט עס אריין געדאמפט אין די סיסטעם און געלאזט דארטן, און די גייסט זיין טויזענט פראצענט גערעכט, דאס איז די סיבה פארוואס איך האב מיך אראפגעזעצט שרייבן מיין בריוועלע.

צום שלוס מיין טייערע זון נעם נישט אן ח”ו די שורות אלס קריטיק אדער חלילה אלס דערנידערונג, פארקערט איך האלט פון דיר עולמות און פארדעם טאקע שרייב איך דיר, די זאלסט זיך געבן אליינס א קוק אן ווי און ווער ביזטו און וואס איז דיין תכלית אויף דער וועלט.

הצלחה רבה 
גוזמא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

אויב איינער האט עקספיריענס וואס די ריכטיגע מהלך איז ביטע לאזט זיך הערן
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

שיין געשריבן פיל מיט הארץ.

איך האב אסאך וואס צו זאגן...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
גוזמא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

יוד אלף האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:34 pm
שיין געשריבן פיל מיט הארץ.

איך האב אסאך וואס צו זאגן...
אדרבה איך בין גרייט צו הערן, פון די מלמדים הער איך נאר ער איז מורא’דיג, פאטשקע נישט, לאז אים ס’פעלט אים גארנישט, סאם האו בין איך נאכנישט קאנווינסד אז דאס איז מיין תפקיד אים צו לאזן אויף נוטרעל מיט א ברענד ניו ברעין, נאך אין די ארגינעלע פעקעדש אנטאטשד
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דאס וואס ליגט עכט אויפן הארץ קען מען ניטאמאל ארויסשרייבן.

איך ווייס וואס דאס מיינט און כ'פיל מיט, כ'האב נישט קיין ענטפער און כ'בין סובסקרייבט צו דעם אשכול.
געשטימט פאר ראשעק הול
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הערה: די קעפל איז א גוזמא. דער איז נישט קיין ליידיגייער. כפי ערך קען ער נוצן פיהל מער טאקע אבער ח״ו אים אזוי אנצוקוקן אפילו ביי דיר אין קאפ.

זאל דיר דער רבוש״ע העלפן ער זאל אויסוואקסן אן ת״ח ובעל מידות.
און זאלסט זעהן פון אים אסאך נחת.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

טאטי איך וויל דיר עפעס זאגן, אבער איך קען מיר נישט אויסדרוקן.

וויאזוי עקספלעינט מען זיך?

אקעי, יעצט בין איך שוין עלטער.

טאטי, יעדע ווארט וואס דו שרייבסט איז אמת, איך האב כשרונות, וואס אנדערע האבן נישט.

לעומת זה, האב איך אויך שוועריקייטן וואס אנדערע האבן נישט.

דער אינגל אין מיין קלאס, וואס פארשטייט שווער א שטיקל גמרא, באקומט הויפענעס הדרכה וויאזוי זיך צו דראפן, און הויפענעס חיזוק אויף יעדע בעיבי סטעפ וואס ער מאכט.
ווידער איך, די עקספעקטעשאנס (מיינע אייגענע) זענען משוגע היי, און קיינער (איך אויך נישט) טוט נישט אנערקענען אין א גרויסע אנשטרענגונג וואס איך האב געמאכט צו סטאפן טוען עפעס וואס איך טוה און צו פאוקעסן אויף תכלית.

און מיינע אויגן בין איך א שטיק לא יוצלח וואס קען נישט טוען די ביסעלע לויט זיינע כשרונות.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

די תגובה איז הערליך, איך האב מיך באלעקט.

איין זאך פעלט, ס'פארמאגט נישט קיין רמז קל פון יראת שמים, שכר ועונש, קרבת אלוקים, עולם הנצחי, פרוזדור/טרקלין א. א. וו.

ס'איז מסביר מיט לאגיק די וויכטיקייט פון קענטעניס אבער פארפעלט אינגאנצן צו עפענען די הארץ צו עפעס העכערס.

פרוביר דאס.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

צ”ק

@גוזמא לאז אפ דיין קינד!!!
אבער שוין!!
פארוואס דארף ער אויסוואקסן א חזון איש? זאלסט שעפן נחת? אביסל כבוד?
די ווייסט ווי משוגע די מאכסט אים מיטן זאגן אז ער איז א חסרון מיטן נישט וואקסן א חזון איש!!

פונקט ווי די פארשטייסט אז אן א גוטע קאפ קען מען נישט וואקסן קיין חזון איש,
די זעלבע אויב האט מען נישט קיין התמדה קען מען נישט וואקסן א חזון איש...

יעצט קום מיר נישט זאגן אז אויף התמדה קען מען ארבעטן אין א קאפ נישט...
עס איז א וועלט'ס טעות! מען קען ארבעטן אויף ביידע,
אבער עס איז אסאך שווערער צו ארבעטן אויף התמדה!

אין צו דיר טייערע טאטע נאכאמאל לאז אים אפ!
אז ער איז אנדערש אין קאפ איז ער אנדערש אין הארץ!
די האסט נישט קיין אנונג וואס ער ריליעסט בשעת ער ליגט אויפן קואטש....
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

איך בין שטום! מ'רעדט דא פון א אינגל? WOW

טאטע! וואס פאר א זכיה די האסט צו אויפציען אזא קינד! דער אייבישטער האט דיר געגעבן א מתנה א דיימאנד, ער גיבט די כוחות און אויך די התחייבות עים צי אויסשלייפן.

כה לחי'!

נ.ב. מיר טאטעס פון עווערידש און גיטע קינדער קענען און דארפן זיך אויך אפלערנען וויאזוי צו "רעיזן-די-בּאר" מיט די חינוך פון אונזערע דיימאנטן.
ותן שכר טובגיב צדקה פאר אידן
ולירשלים עירך ברחמים תשובוועט מען זוכה זיין צו משיח בקרוב
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

תקנות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:12 pm
איך בין שטום! מ'רעדט דא פון א אינגל? WOW

טאטע! וואס פאר א זכיה די האסט צו אויפציען אזא קינד! דער אייבישטער האט דיר געגעבן א מתנה א דיימאנד, ער גיבט די כוחות און אויך די התחייבות עים צי אויסשלייפן.

כה לחי'!

נ.ב. מיר טאטעס פון עווערידש און גיטע קינדער קענען און דארפן זיך אויך אפלערנען וויאזוי צו "רעיזן-די-בּאר" מיט די חינוך פון אונזערע דיימאנטן.
זאג די ביסט אין הימל?

פון ווי ווייסטו אז ער געט די כוחות?

אפשר געט ער נישט די כוחות? ווייל די קינדער טאר מען נישט מחנך זיין צופיל....

די ווייסט פארוואס די הייליגע חתם סופר איז אויסגעוואקסן א חתם סופר?
ווייל ר'נתן אדלער האט געזאגט פאר זיין טאטע סטעי אויט!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר׳ גוזמא. אייער קינד איז א געזונטע נפש (פון אייער בריוו איז משמע אז יא) דאן האב נישט מורא אים מחיב צו זיין.. (לאז אים נישט אפ... גיב נישט קיין אומאפהענגיגע אהבה..). רעד מיט אים אפן כאשר אמרתי.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

עס איז אן עבירה צו ארויסברענגען פאר א קינד דיינע עקספעקטעישנס. מבשרי אחזה.

תפילה איז די בעסטע מהלך.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פרא-חסיד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:22 pm
עס איז אן עבירה צו ארויסברענגען פאר א קינד דיינע עקספעקטעישנס. מבשרי אחזה.

תפילה איז די בעסטע מהלך.
מבשרי אחזה איז א פרטית׳דיגע מעשה ואין למדיו מן הפרט על הכלל בכגון דא.

אבער לאמיתו, ניין. דייע עקפעקטעשאנס זאג אים נישט אבער הייב אים די אייגענע עקספעקטעישאנס פון זיך.

אוודאי דארף מען דאס טוהן בהשכל וביושר לא זו אף זו.. מען איז מחשיב דאס וואס ער טוט שוין אבער מען פארלאנגט פון אים לפי יכולתו.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
גוזמא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:49 pm
מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
יישר כח פארן מגיב זיין, ער האט ב”ה א פיינער אינגערמאן א ת”ח וואס לערנט מיט אים פריוואט און זיי קומען אן גאר אסאך בערך 7 בלאט א וואך ( נישט קיין מגילה מיט ברכות מסכת)

מיין שאלה איז צו ס’דארף מיך באדערן אז ער קען יעדע אינטערוויו און אנאליז אויף קול מבשר בעל פה, וואוינט אין קרעטשמע (פרעג מיך נישט וואס דאס איז עפעס א נייע האטליין) אלע פלעיס און ניגונים קען דיר איבערזאגן ווארט ביי ווארט, קען זיין אז ער דארף זיך אביסל אויסלופטערן? אבער איך זעה נאכנישט ווען ער האט זיך איבערגעשטרענגט אז ער זאל ברויכן א וועקעשן

מאידך גיסא ביז ווי ווייט מעג/קען מען ציען דעם ראבער פאר מ’כאפט א גיטן ציפ, איך וויל נישט נעמען דעם טשענס אז ס’זאל בעקפייערן, הגם איך בין נישט אזוי באזארגט פאר א במזיד’יגן רעוואלט ווייל ער גיבט בעצם נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ווען איך זאג אים פון צייט צו צייט און א לופטיגע שמועס, קענסט ריטורנען דיין ברעין ס’איז נאך ברענד ניו, ס’איז נאך אין די אריגינעלע פעקעדזש, אנטאטשד, לאז א צווייטן עס יוזן ס’איז ממש א שאד, לאכט ער א גוטס,

איך רעד נישט חלילה פון אים פרעשורן אדער שטיין אויף די געהירן, איך פרעג צו איך דארף זיינע כשרונות טאטעלי איגנארירן און אים לאזן מיט די פלאו אדער איך דארף עפעס טוהן לכה”פ די מינימום עס אויסשמועסן איינמאל מיט אים,
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:16 pm
תקנות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:12 pm
איך בין שטום! מ'רעדט דא פון א אינגל? WOW

טאטע! וואס פאר א זכיה די האסט צו אויפציען אזא קינד! דער אייבישטער האט דיר געגעבן א מתנה א דיימאנד, ער גיבט די כוחות און אויך די התחייבות עים צי אויסשלייפן.

כה לחי'!

נ.ב. מיר טאטעס פון עווערידש און גיטע קינדער קענען און דארפן זיך אויך אפלערנען וויאזוי צו "רעיזן-די-בּאר" מיט די חינוך פון אונזערע דיימאנטן.
זאג די ביסט אין הימל?

פון ווי ווייסטו אז ער געט די כוחות?

אפשר געט ער נישט די כוחות? ווייל די קינדער טאר מען נישט מחנך זיין צופיל....

די ווייסט פארוואס די הייליגע חתם סופר איז אויסגעוואקסן א חתם סופר?
ווייל ר'נתן אדלער האט געזאגט פאר זיין טאטע סטעי אויט!
משם ראיה?! דער טאטע האט אים געוואלט 'נישט לאזן' ארויסגעבן די כשרונות, און דאס האט רנ"א אים געהייסן אויפהערן.
געשטימט פאר ראשעק הול
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

גוזמא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:33 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:49 pm
מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
הגם איך בין נישט אזוי באזארגט פאר א במזיד’יגן רעוואלט ווייל ער גיבט בעצם נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ווען איך זאג אים פון צייט צו צייט און א לופטיגע שמועס, קענסט ריטורנען דיין ברעין ס’איז נאך ברענד ניו, ס’איז נאך אין די אריגינעלע פעקעדזש, אנטאטשד, לאז א צווייטן עס יוזן ס’איז ממש א שאד, לאכט ער א גוטס,
און אפשר רייסט אים דאס הארץ ווען דו רעדסט אזוי, און ס'פאסט אים נישט דאס ארויסצוגעבן?
געשטימט פאר ראשעק הול
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

טשעלענדשעס.

די עיקר טעם אין לערנען קומט פון יגיעה און עיון התורה. גארנישט געט איהם נישט די בליץ פון דעם אאההההה, וואס דאס ברענגט די גוטע פילינג וואס אונז האמיר. אלעס ביי איהם איז פלעין. דעריבער שפירט ער נישט קיין חשקת התורה.

עס איז כדאי איהם צו טשעלענדשען, דהיינו די גמרא וואס מען לערנט אין חדר זאל ער דארפן צולערנען די מהרשא מיט די ראש ריף רן וכו' און אראפשרייבן און עס קומען איבערזאגן. לערנען מיט איהם חריפותדיגע ספרים וואס איז העכער פון זיין טראכטן לעוועל, ווו למשל שואל ומשיב, בית יצחק וכדומה. אפילו חומש רש"י מיט מזרחי אין גור אריה, זאל ער מסביר זיין יעדע רש"י פארוואס רשי לייגט צו אדער וואס האט איהם געבאדערט, וואס וואלט איך געזאגט פארקערט אהן רש"י.

די עיקר איז, איהם טשעלענדשען כסדר אין דארפן טראכטן טיפיר וויפיל זיין טבע איז, אזוי וועט ער שפירן דעם נעימות התורה. אין די זעלבע צייט איינגעוויינען אין מתינות, מסביר זיין אפילו מיט זיין שנעלע קאפ, איז נישט קיין שום קונץ צו ענטפערן אהן דורעכטראכטן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גוזמא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:33 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:49 pm
מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
יישר כח פארן מגיב זיין, ער האט ב”ה א פיינער אינגערמאן א ת”ח וואס לערנט מיט אים פריוואט און זיי קומען אן גאר אסאך בערך 7 בלאט א וואך ( נישט קיין מגילה מיט ברכות מסכת)

מיין שאלה איז צו ס’דארף מיך באדערן אז ער קען יעדע אינטערוויו און אנאליז אויף קול מבשר בעל פה, וואוינט אין קרעטשמע (פרעג מיך נישט וואס דאס איז עפעס א נייע האטליין) אלע פלעיס און ניגונים קען דיר איבערזאגן ווארט ביי ווארט, קען זיין אז ער דארף זיך אביסל אויסלופטערן? אבער איך זעה נאכנישט ווען ער האט זיך איבערגעשטרענגט אז ער זאל ברויכן א וועקעשן

מאידך גיסא ביז ווי ווייט מעג/קען מען ציען דעם ראבער פאר מ’כאפט א גיטן ציפ, איך וויל נישט נעמען דעם טשענס אז ס’זאל בעקפייערן, הגם איך בין נישט אזוי באזארגט פאר א במזיד’יגן רעוואלט ווייל ער גיבט בעצם נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ווען איך זאג אים פון צייט צו צייט און א לופטיגע שמועס, קענסט ריטורנען דיין ברעין ס’איז נאך ברענד ניו, ס’איז נאך אין די אריגינעלע פעקעדזש, אנטאטשד, לאז א צווייטן עס יוזן ס’איז ממש א שאד, לאכט ער א גוטס,

איך רעד נישט חלילה פון אים פרעשורן אדער שטיין אויף די געהירן, איך פרעג צו איך דארף זיינע כשרונות טאטעלי איגנארירן און אים לאזן מיט די פלאו אדער איך דארף עפעס טוהן לכה”פ די מינימום עס אויסשמועסן איינמאל מיט אים,
1. בנוגע דעם יונגערמאן, געוואלדיג. אולי קען מען צולייגן עטוואס א קשר מיט ברייטערע טיפערע אינגערמאן וואס קען היסטאריע, תורה פאלעמיק פון דער אלטער היים (הר״ר אליעזר אבראמאוויטש שליט״א ב״פ אדער הר״ר יושע חיים רובין שליט״א לדוגמא)

2. איבער קול מבשר וכדומה, איך בין נישט אזוי באזארגט אז עס זאל שאדן אויב וועסטו דאס מגנה זיין ביי אים אבער עס וועט ווייניג העלפן לכאורה דעריבער פארוואס זאלסטו עס טון... דעריבער נחזור לענין ראשון אריינלייגן דעם קאפ אין ריכטיגע ערוואקסענע חכמה (אפילו נישט ממש לימוד התורה בעצם) וועט סך מער אויפטוהן.

3. לבי אומר לי אז ער גיבט מער דעקל ווי ער איז גרייט דיר צו לאזן באמערקן... און די ווערטער ׳דיין מוח איז ברענד ניו׳ הגם דו מיינסט ארויסצוברענגן שארף דעם פוינט, צו מיר קלינגט עס אביסל ווי אוןעקמאכן זיין תורה וכו׳.

4. ווי געזאגט אפן אויסשמועסן מיט אים זאלטו דייקא יא, ווילאנג ענקער דזשענעראל קשר איז פארהעלטנסמעסיג געזונט. פרעשור מיינט בסך הכל עול. וטוב לגבר כי ישא עול מנעוריו.

הצלחה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

גוזמא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:33 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:49 pm
מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
יישר כח פארן מגיב זיין, ער האט ב”ה א פיינער אינגערמאן א ת”ח וואס לערנט מיט אים פריוואט און זיי קומען אן גאר אסאך בערך 7 בלאט א וואך ( נישט קיין מגילה מיט ברכות מסכת)

מיין שאלה איז צו ס’דארף מיך באדערן אז ער קען יעדע אינטערוויו און אנאליז אויף קול מבשר בעל פה, וואוינט אין קרעטשמע (פרעג מיך נישט וואס דאס איז עפעס א נייע האטליין) אלע פלעיס און ניגונים קען דיר איבערזאגן ווארט ביי ווארט, קען זיין אז ער דארף זיך אביסל אויסלופטערן? אבער איך זעה נאכנישט ווען ער האט זיך איבערגעשטרענגט אז ער זאל ברויכן א וועקעשן

מאידך גיסא ביז ווי ווייט מעג/קען מען ציען דעם ראבער פאר מ’כאפט א גיטן ציפ, איך וויל נישט נעמען דעם טשענס אז ס’זאל בעקפייערן, הגם איך בין נישט אזוי באזארגט פאר א במזיד’יגן רעוואלט ווייל ער גיבט בעצם נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ווען איך זאג אים פון צייט צו צייט און א לופטיגע שמועס, קענסט ריטורנען דיין ברעין ס’איז נאך ברענד ניו, ס’איז נאך אין די אריגינעלע פעקעדזש, אנטאטשד, לאז א צווייטן עס יוזן ס’איז ממש א שאד, לאכט ער א גוטס,

איך רעד נישט חלילה פון אים פרעשורן אדער שטיין אויף די געהירן, איך פרעג צו איך דארף זיינע כשרונות טאטעלי איגנארירן און אים לאזן מיט די פלאו אדער איך דארף עפעס טוהן לכה”פ די מינימום עס אויסשמועסן איינמאל מיט אים,
הייסט דו זאגסט אים, אין ער לאכט א גוטס...
גייסטו אים זאגן נאך מער, ער זאל נאך מער לאכן??

וואס ווילסטו שמועס'ן? פון דיינע רצונות? דיינע הנאה וואס די גייסט האבן פון אים?

ער האט א בעסערע קאפ ווי דיר אין ער ווייסט פונקטליך וואס די ווילסט אים זאגן,
אין ער קען די אלע שיינע דיבורים וואס די טראכסט אים צו זאגן,
אין ער ווייסט פונקטליך וויפיל די גייסט פארשטיין צו אים אין וויפיל נישט,

אין ווען די וואלסט פארשטאנען וואס ליגט אינטער די לאכן א גוט'ס....
וויפיל עס צעברעכט אים, וויפיל ער טראכט עס איבער א טאג,
נעבעך.. א שאד... א שאד...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:37 pm
גוזמא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:33 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:49 pm
מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
הגם איך בין נישט אזוי באזארגט פאר א במזיד’יגן רעוואלט ווייל ער גיבט בעצם נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ווען איך זאג אים פון צייט צו צייט און א לופטיגע שמועס, קענסט ריטורנען דיין ברעין ס’איז נאך ברענד ניו, ס’איז נאך אין די אריגינעלע פעקעדזש, אנטאטשד, לאז א צווייטן עס יוזן ס’איז ממש א שאד, לאכט ער א גוטס,
און אפשר רייסט אים דאס הארץ ווען דו רעדסט אזוי, און ס'פאסט אים נישט דאס ארויסצוגעבן?
איך קלער אויך אז עס איז אביסל א קאווער אפ. ועיין בתגובתי על זה בארוכה
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:46 pm
גוזמא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:33 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:49 pm
מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
יישר כח פארן מגיב זיין, ער האט ב”ה א פיינער אינגערמאן א ת”ח וואס לערנט מיט אים פריוואט און זיי קומען אן גאר אסאך בערך 7 בלאט א וואך ( נישט קיין מגילה מיט ברכות מסכת)

מיין שאלה איז צו ס’דארף מיך באדערן אז ער קען יעדע אינטערוויו און אנאליז אויף קול מבשר בעל פה, וואוינט אין קרעטשמע (פרעג מיך נישט וואס דאס איז עפעס א נייע האטליין) אלע פלעיס און ניגונים קען דיר איבערזאגן ווארט ביי ווארט, קען זיין אז ער דארף זיך אביסל אויסלופטערן? אבער איך זעה נאכנישט ווען ער האט זיך איבערגעשטרענגט אז ער זאל ברויכן א וועקעשן

מאידך גיסא ביז ווי ווייט מעג/קען מען ציען דעם ראבער פאר מ’כאפט א גיטן ציפ, איך וויל נישט נעמען דעם טשענס אז ס’זאל בעקפייערן, הגם איך בין נישט אזוי באזארגט פאר א במזיד’יגן רעוואלט ווייל ער גיבט בעצם נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ווען איך זאג אים פון צייט צו צייט און א לופטיגע שמועס, קענסט ריטורנען דיין ברעין ס’איז נאך ברענד ניו, ס’איז נאך אין די אריגינעלע פעקעדזש, אנטאטשד, לאז א צווייטן עס יוזן ס’איז ממש א שאד, לאכט ער א גוטס,

איך רעד נישט חלילה פון אים פרעשורן אדער שטיין אויף די געהירן, איך פרעג צו איך דארף זיינע כשרונות טאטעלי איגנארירן און אים לאזן מיט די פלאו אדער איך דארף עפעס טוהן לכה”פ די מינימום עס אויסשמועסן איינמאל מיט אים,
הייסט דו זאגסט אים, אין ער לאכט א גוטס...
גייסטו אים זאגן נאך מער, ער זאל נאך מער לאכן??

וואס ווילסטו שמועס'ן? פון דיינע רצונות? דיינע הנאה וואס די גייסט האבן פון אים?

ער האט א בעסערע קאפ ווי דיר אין ער ווייסט פונקטליך וואס די ווילסט אים זאגן,
אין ער קען די אלע שיינע דיבורים וואס די טראכסט אים צו זאגן,
אין ער ווייסט פונקטליך וויפיל די גייסט פארשטיין צו אים אין וויפיל נישט,

אין ווען די וואלסט פארשטאנען וואס ליגט אינטער די לאכן א גוט'ס....
וויפיל עס צעברעכט אים, וויפיל ער טראכט עס איבער א טאג,
נעבעך.. א שאד... א שאד...
עס קוקט אויס ווי עס דערמאנט דיר א געוויסע מעשה און עס טריגערט א רעאקציע.

און עס קען טאקע זיין אז דא איז די זעלבע. אבער משבין ריסי תגובת אביו קוקט נישט אזוי אויס...

מען רעדט פון א געזונטע בחורל... און אז עס שטערט אים דעם טאטנס מוסר איז אויך נישט עק וועלט...

שמע בני מוסר אביך

ותיק וחסיד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:43 pm
טשעלענדשעס.

די עיקר טעם אין לערנען קומט פון יגיעה און עיון התורה. גארנישט געט איהם נישט די בליץ פון דעם אאההההה, וואס דאס ברענגט די גוטע פילינג וואס אונז האמיר. אלעס ביי איהם איז פלעין. דעריבער שפירט ער נישט קיין חשקת התורה.

עס איז כדאי איהם צו טשעלענדשען, דהיינו די גמרא וואס מען לערנט אין חדר זאל ער דארפן צולערנען די מהרשא מיט די ראש ריף רן וכו' און אראפשרייבן און עס קומען איבערזאגן. לערנען מיט איהם חריפותדיגע ספרים וואס איז העכער פון זיין טראכטן לעוועל, ווו למשל שואל ומשיב, בית יצחק וכדומה. אפילו חומש רש"י מיט מזרחי אין גור אריה, זאל ער מסביר זיין יעדע רש"י פארוואס רשי לייגט צו אדער וואס האט איהם געבאדערט, וואס וואלט איך געזאגט פארקערט אהן רש"י.

די עיקר איז, איהם טשעלענדשען כסדר אין דארפן טראכטן טיפיר וויפיל זיין טבע איז, אזוי וועט ער שפירן דעם נעימות התורה. אין די זעלבע צייט איינגעוויינען אין מתינות, מסביר זיין אפילו מיט זיין שנעלע קאפ, איז נישט קיין שום קונץ צו ענטפערן אהן דורעכטראכטן.
איך גלייך
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:49 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:46 pm
גוזמא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:33 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:49 pm
מיין עשירות הדעת.
זייער גוט געזאגט אזוי ווי עס איז.
נאר זאג עס אים טאקע, די שקלא וטריא כל כולו

לייג אבער צו איין וויכטיגע פראזע
קינד מיינס אי״ה ווען דו ווערסט דרייצן ביזטו אויף דיין אייגן אחריות. אז דו ביזט בוחר צו איוועסטירן אין זיך כמו שכתוב איז עס נאר פאר דיר און אויב באשליסטו ס׳גוט אזוי אויך, זענען די קאנצעקווענצן איך נאר דיינע. ביזט א בר דעת טא מאך די ריכטיגע החלטות.

----
בנוסף לזה איז וויכטיג זאלסט אים טרעפן אן עילוי׳שער ת״ח א ברייטער קאפ מיט וועמען ער קען פארברענגן און אולי אויך לערנען.
ואולי אים מיט אים לערנען די שווערערע מסכות אין משניות ווי טהרות/כלים וכדומה (ספי ליה כתורא).

״מיין טייער קינד
יישר כח פארן מגיב זיין, ער האט ב”ה א פיינער אינגערמאן א ת”ח וואס לערנט מיט אים פריוואט און זיי קומען אן גאר אסאך בערך 7 בלאט א וואך ( נישט קיין מגילה מיט ברכות מסכת)

מיין שאלה איז צו ס’דארף מיך באדערן אז ער קען יעדע אינטערוויו און אנאליז אויף קול מבשר בעל פה, וואוינט אין קרעטשמע (פרעג מיך נישט וואס דאס איז עפעס א נייע האטליין) אלע פלעיס און ניגונים קען דיר איבערזאגן ווארט ביי ווארט, קען זיין אז ער דארף זיך אביסל אויסלופטערן? אבער איך זעה נאכנישט ווען ער האט זיך איבערגעשטרענגט אז ער זאל ברויכן א וועקעשן

מאידך גיסא ביז ווי ווייט מעג/קען מען ציען דעם ראבער פאר מ’כאפט א גיטן ציפ, איך וויל נישט נעמען דעם טשענס אז ס’זאל בעקפייערן, הגם איך בין נישט אזוי באזארגט פאר א במזיד’יגן רעוואלט ווייל ער גיבט בעצם נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ווען איך זאג אים פון צייט צו צייט און א לופטיגע שמועס, קענסט ריטורנען דיין ברעין ס’איז נאך ברענד ניו, ס’איז נאך אין די אריגינעלע פעקעדזש, אנטאטשד, לאז א צווייטן עס יוזן ס’איז ממש א שאד, לאכט ער א גוטס,

איך רעד נישט חלילה פון אים פרעשורן אדער שטיין אויף די געהירן, איך פרעג צו איך דארף זיינע כשרונות טאטעלי איגנארירן און אים לאזן מיט די פלאו אדער איך דארף עפעס טוהן לכה”פ די מינימום עס אויסשמועסן איינמאל מיט אים,
הייסט דו זאגסט אים, אין ער לאכט א גוטס...
גייסטו אים זאגן נאך מער, ער זאל נאך מער לאכן??

וואס ווילסטו שמועס'ן? פון דיינע רצונות? דיינע הנאה וואס די גייסט האבן פון אים?

ער האט א בעסערע קאפ ווי דיר אין ער ווייסט פונקטליך וואס די ווילסט אים זאגן,
אין ער קען די אלע שיינע דיבורים וואס די טראכסט אים צו זאגן,
אין ער ווייסט פונקטליך וויפיל די גייסט פארשטיין צו אים אין וויפיל נישט,

אין ווען די וואלסט פארשטאנען וואס ליגט אינטער די לאכן א גוט'ס....
וויפיל עס צעברעכט אים, וויפיל ער טראכט עס איבער א טאג,
נעבעך.. א שאד... א שאד...
עס קוקט אויס ווי עס דערמאנט דיר א געוויסע מעשה און עס טריגערט א רעאקציע.

און עס קען טאקע זיין אז דא איז די זעלבע. אבער משבין ריסי תגובת אביו קוקט נישט אזוי אויס...

מען רעדט פון א געזונטע בחורל... און אז עס שטערט אים דעם טאטנס מוסר איז אויך נישט עק וועלט...

שמע בני מוסר אביך
אויב איז ער באמת א עילו...
רעדט איך צו אים...
אויב סתם ווייל זיין מאמע האט אזוי מחליט געווען צו איך צוריק...

איך רעדט נישט פון איין מעשה,
איך קען אסאאאאך עילוי'שע קעפ אין נ.י. פון צוויי יאר גענג אונטער מיין ביז צען העכער מיין יארגאנג...
און יעדע פון זיי האט געליטן פון דעם!

מבין ריסי עיני אביו קענסטו זעהן וויאזוי ער רופט זיין זון א ליידיקגייער....
לעצט פארראכטן דורך מקובל אלוקי אום דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”