אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

צ”ק
מיר קוקט אויס אז ער האט נישט קיין סיפוק פון די לימודים וואס דאס מאכט זייער אסאך סענס ווייל ער שפירט ווי ער טוט גארנישט אויף אין חדר/ישיבה (שטעל דיר פאר מלערנט אין כתה ט’ די זעלבע לעוועל ווי כתה ה’... וואלסט אויך צופלאצט געווארן)

סא וואס זאל מען טוהן? ארויפסקיפן אסאך כיתות איז אויך נישט גוט צילוב כמה טעמים. די בעסטע מהלך איז אים צאמשטעלן בחברותא מיט א ת”ח גדול פאר כאטש איין סדר אין ישיבה (נאכמיטאג אדער פארמיטאג) און לערנען מיט אים אויף זיין לעוועל מה שלבו חפץ.
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

משה'עלע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:37 am
איך קען נישט דעם טאטען דא. אבער איך קען זייער גוט חזקי, ער איז א קאפי פון מיך.

אבער א מתמיד בין איך נאך נישט לענ"ד.

לענ"ד די וויכטיגסטע צוויי זאכען איז דאווען און רייס איין א וועלט, די בעלי כשרונות האבען די גרעסטע נסיונות, צוויי מאך זיכער אז ער זאל האבען א "נאנטע" קשר מיט א צדיק א משפיע, ראש חבורה וכדומה.

והוא רחום יכפר.

ביידיוועי א ליידיג גייער אדער ער נוצט נישט אויס די צייט?
מיין טאטע האט געהאט די מערסטע מאס רעספעקט און נחת פון מיך וואס איז שייך טראץ אז איך בין נישט געווען וועלטס מתמיד.

איך קען באמת נישט חזקי'נס מצב, עס איז זייער קורץ געשריבען צו קענען פארשטיין.
@גוזמא דא האסטו נאך איינער, מעיד על עצמו איבער די שוועריקייטן און נסיונות.

אויך אז התמדה מיט עילוי זענען נישט געקניפט און געבינדן (געווענליך דוקא נישט).

איך בין מיט אים אז דאס קינד וועט עס פארשטיין, אבער דאס איז א פראבלעם, ווייל ער פארשטייט עס גאר פיין, וואס ער פארשטייט נישט, איז "זיך אליין" אין עס הייבט זיך אן א חכמתו מרובה ממעשיו וואס ער קען נישט הענדלן.

דאס איז אויך אמת לגבי וואס @פראקטיש האט געשריבן, איבער יראת שמים און פנימיות, עס איז גאר וויכטיג, אבער ער קען עס צו גוט פארשטיין, און אריין אין א ראלער קאוסטער פון הויעך אין הימל, ביז טיף אין דער ערד. ער דארף א דגוש זיך צו קענען. (גראדע יעצט געזען די לשון קדשו פתיחה פון סאטמאר רבי ז"ל, תשכ"ח, זאגט ער קענען זיך אליין איז שווערער ווי תוספות )

(די נארישע שמועס איבער אנקאנדישענעל אהבה, קומט נישט דא אריין, אהבת חנם דארף מען האבן צו יעדע איד, אויך צו די אייגענע קינדער, עס איז נישט עפעס וואס סאלווד יעדע פראבלעם, אבער אויב עס פעלט איז עס א פראבלעם לכשעצמו)

א אינגערמאן צום לערנען וועט אים געבן סיפוק אויב ער עפענט אים א מהלך וואס ער קליקט דערמיט, צו אנהייבן, און ענדיגן, צונעמען און צאמנעמען סוגיות און מקצועות.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ותיק וחסיד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:43 pm
טשעלענדשעס.

די עיקר טעם אין לערנען קומט פון יגיעה און עיון התורה. גארנישט געט איהם נישט די בליץ פון דעם אאההההה, וואס דאס ברענגט די גוטע פילינג וואס אונז האמיר. אלעס ביי איהם איז פלעין. דעריבער שפירט ער נישט קיין חשקת התורה.

עס איז כדאי איהם צו טשעלענדשען, דהיינו די גמרא וואס מען לערנט אין חדר זאל ער דארפן צולערנען די מהרשא מיט די ראש ריף רן וכו' און אראפשרייבן און עס קומען איבערזאגן. לערנען מיט איהם חריפותדיגע ספרים וואס איז העכער פון זיין טראכטן לעוועל, ווו למשל שואל ומשיב, בית יצחק וכדומה. אפילו חומש רש"י מיט מזרחי אין גור אריה, זאל ער מסביר זיין יעדע רש"י פארוואס רשי לייגט צו אדער וואס האט איהם געבאדערט, וואס וואלט איך געזאגט פארקערט אהן רש"י.

די עיקר איז, איהם טשעלענדשען כסדר אין דארפן טראכטן טיפיר וויפיל זיין טבע איז, אזוי וועט ער שפירן דעם נעימות התורה. אין די זעלבע צייט איינגעוויינען אין מתינות, מסביר זיין אפילו מיט זיין שנעלע קאפ, איז נישט קיין שום קונץ צו ענטפערן אהן דורעכטראכטן.

דאס איז די ריכטיגע תירוץ, לענ"ד איז נישטא קיין אנדערע עצה ווי דאס. נישט יעדע טאטע קען עס אליין טון, אבער ס'איז זיין חוב אז דאס זאל געטון ווערן צום מאקסימום (און וויפיל ער קען יא אליין, איז הכל ריווח).
אוועטאר
טייפינג...
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 7:03 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייפינג... »

דערמאנסט מיר אין ישבה, מיין מגי"ש זעצט זיך אראפ קעגנאיבער מיר און פרעגט מיר מיט א ליבליכע שטימע: מילא משה פארשטיי איך, ער האט דאך א שוואך-קעפל, אבער דו האסט דאך אן אפענעם קאפ, פארוואס קענסטו נישט זיצן און לערנען, פארוואס שמועסטו אפ א גאנצן סדר?

האב איך אים געפרעגט אפן, פארוואס פארשטייסטו משה מיט זיין שוואכע קאפ? איז ער נישט מחיוב מיט לימוד התורה פונקט ווי מיר? נאר וואס דען, דו פארשטייסט אז ס'איז אים שווער... בין איך דיר מודיע אז מיר איז עס פונקט אזוי שווער! יעדער האט זיך זיינע שוועריקייטן, און איך האב מיר מיינס.

ער זאגט מיר, ניין, ס'איז דאך אנדערש... אבער אן קיין נארמאלע סיבה פארוואס.
דעריבער בין איך געבליבן מיט מיינע פראבלעמען, איך קען עס נאך עד היום נישט דעסקרייבן, אבער עפעס א שוועריגקייט איז דא.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

טייפינג... האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:16 pm

און וויאזוי וואלסטו רעאגירט ווען אנשטאט דער מוסר דרשה וואלט ער געקומען צו דיר און געבעטן אז דו זאלסט אים העלפן אויסקלארן אפאר באמבעדיגע קושיות?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

תגובה דורך צולייגער »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:34 pm

וואלט ער ווען געטוהן אזוינס, וואלט ער העכסט ווארשיינליך נישט געווען קיין מגיד שיעור
געשטימט פאר ראשעק הול
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5811
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א עילו א ליידיגגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:40 am
משה'עלע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:37 am
איך קען נישט דעם טאטען דא. אבער איך קען זייער גוט חזקי, ער איז א קאפי פון מיך.

אבער א מתמיד בין איך נאך נישט לענ"ד.

לענ"ד די וויכטיגסטע צוויי זאכען איז דאווען און רייס איין א וועלט, די בעלי כשרונות האבען די גרעסטע נסיונות, צוויי מאך זיכער אז ער זאל האבען א "נאנטע" קשר מיט א צדיק א משפיע, ראש חבורה וכדומה.

והוא רחום יכפר.

ביידיוועי א ליידיג גייער אדער ער נוצט נישט אויס די צייט?
מיין טאטע האט געהאט די מערסטע מאס רעספעקט און נחת פון מיך וואס איז שייך טראץ אז איך בין נישט געווען וועלטס מתמיד.

איך קען באמת נישט חזקי'נס מצב, עס איז זייער קורץ געשריבען צו קענען פארשטיין.
@גוזמא דא האסטו נאך איינער, מעיד על עצמו איבער די שוועריקייטן און נסיונות.

אויך אז התמדה מיט עילוי זענען נישט געקניפט און געבינדן (געווענליך דוקא נישט).

איך בין מיט אים אז דאס קינד וועט עס פארשטיין, אבער דאס איז א פראבלעם, ווייל ער פארשטייט עס גאר פיין, וואס ער פארשטייט נישט, איז "זיך אליין" אין עס הייבט זיך אן א חכמתו מרובה ממעשיו וואס ער קען נישט הענדלן.

דאס איז אויך אמת לגבי וואס @פראקטיש האט געשריבן, איבער יראת שמים און פנימיות, עס איז גאר וויכטיג, אבער ער קען עס צו גוט פארשטיין, און אריין אין א ראלער קאוסטער פון הויעך אין הימל, ביז טיף אין דער ערד. ער דארף א דגוש זיך צו קענען. (גראדע יעצט געזען די לשון קדשו פתיחה פון סאטמאר רבי ז"ל, תשכ"ח,זאגט ער קענען זיך אליין איז שווערער ווי תוספות )

(די נארישע שמועס איבער אנקאנדישענעל אהבה, קומט נישט דא אריין, אהבת חנם דארף מען האבן צו יעדע איד, אויך צו די אייגענע קינדער, עס איז נישט עפעס וואס סאלווד יעדע פראבלעם, אבער אויב עס פעלט איז עס א פראבלעם לכשעצמו)

א אינגערמאן צום לערנען וועט אים געבן סיפוק אויב ער עפענט אים א מהלך וואס ער קליקט דערמיט, צו אנהייבן, און ענדיגן, צונעמען און צאמנעמען סוגיות און מקצועות.
תשכ"ה, מ'האט עס היי יאר אויסגעטיילט, עפעס א פתיחה אזוינס און אזעלעכס, כ'האב מיך באלעקט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:37 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:34 pm
טייפינג... האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:16 pm
דערמאנסט מיר אין ישבה, מיין מגי"ש זעצט זיך אראפ קעגנאיבער מיר און פרעגט מיר מיט א ליבליכע שטימע: מילא משה פארשטיי איך, ער האט דאך א שוואך-קעפל, אבער דו האסט דאך אן אפענעם קאפ, פארוואס קענסטו נישט זיצן און לערנען, פארוואס שמועסטו אפ א גאנצן סדר?

האב איך אים געפרעגט אפן, פארוואס פארשטייסטו משה מיט זיין שוואכע קאפ? איז ער נישט מחיוב מיט לימוד התורה פונקט ווי מיר? נאר וואס דען, דו פארשטייסט אז ס'איז אים שווער... בין איך דיר מודיע אז מיר איז עס פונקט אזוי שווער! יעדער האט זיך זיינע שוועריקייטן, און איך האב מיר מיינס.

ער זאגט מיר, ניין, ס'איז דאך אנדערש... אבער אן קיין נארמאלע סיבה פארוואס.
דעריבער בין איך געבליבן מיט מיינע פראבלעמען, איך קען עס נאך עד היום נישט דעסקרייבן, אבער עפעס א שוועריגקייט איז דא.
און וויאזוי וואלסטו רעאגירט ווען אנשטאט דער מוסר דרשה וואלט ער געקומען צו דיר און געבעטן אז דו זאלסט אים העלפן אויסקלארן אפאר באמבעדיגע קושיות?
וואלט ער ווען געטוהן אזוינס, וואלט ער העכסט ווארשיינליך נישט געווען קיין מגיד שיעור
איך וויל מיך נישט אויפרעגן פאר פלעין, סאו קענסט אפשר קלארער זאגן וואס דו מיינסט?

פארוואס? ווען ס'וואלט געווען א ישיבה מיט אזעלכע מגידי שיעור, וואלט איך געשיקט אלע מיינע קינדער נאר דארטן.

----

@יאנאש , דו רעגסט דיך זיכער נישט פאר פלעין. אויב דו רעגסט דיך, איז זיכער דא א סיבה דערצו.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:41 pm

פשי... האסט אזוי קלאר ארויסגעברענגט מיין פוינט... ס'איז נישטא אזא ישיבה, ווייל ליידער זענען נישטא אזוינע מגידי שיעור. @יאנאש כ'האב א קנאפע אישו אז דו רעגסטעך... אבער דא איז דיין ענטפער.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

@צולייגער , נישטא קיין מגידי שיעור וואס שמועסן זיך אדורך מיט די בחורים, און ארבעטן בענעזאם מיט זיי אויף לעזונגן?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:47 pm
נישטא קיין מגידי שיעור וואס שמועסן זיך אדורך מיט די בחורים, און ארבעטן בענעזאם מיט זיי אויף לעזונגן?
ס'איז יא דא, אבער די וואס טוען דאס, זענען נישט אינטערסירט אין לערנען.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:47 pm
נישטא קיין מגידי שיעור וואס שמועסן זיך אדורך מיט די בחורים, און ארבעטן בענעזאם מיט זיי אויף לעזונגן?
דיסקלעימער, איך שיק אין די 'סיסטעם' מוסדות.
דיסקלעימער 2, איך בארעד נישט די 'סיסטעם' אין קיין איין אייוועלט אשכול.

דעט ביאינג סעד, דער מהלך וואס ער האט מציע געווען (געבן דעם עילוי'אישן בחור באמבע קשיות צו מברר זיין) איז זייער א ספעסיפיק און פרטיות'דיגע מהלך וואס דארף האבן אן אבנארמאלן באלאנס, וואס קיין איין מגיד שיעור אין א נארמאלע ישיבה, סיסטעם אדער נישט, וועט טוהן, פאר כמה וכמה סיבות. צופרידן? אויב נישט איז יעצט דיין רייע זיך אויפצורעגן וועגן עפעס.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

די שמועס גייט אין די בעסטע דיירעקשאן
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:51 pm
די שמועס גייט אין די בעסטע דיירעקשאן
אפשר קענסטו עס ארויפפירן אויף די ריכטיגע רעלסן?
(האסט געזוכט אז ס'זאל ווערן ראק-באטאם?).
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:51 pm
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:47 pm
נישטא קיין מגידי שיעור וואס שמועסן זיך אדורך מיט די בחורים, און ארבעטן בענעזאם מיט זיי אויף לעזונגן?
דיסקלעימער, איך שיק אין די 'סיסטעם' מוסדות.
דיסקלעימער 2, איך בארעד נישט די 'סיסטעם' אין קיין איין אייוועלט אשכול.

דעט ביאינג סעד, דער מהלך וואס ער האט מציע געווען (געבן דעם עילוי'אישן בחור באמבע קשיות צו מברר זיין) איז זייער א ספעסיפיק און פרטיות'דיגע מהלך וואס דארף האבן אן אבנארמאלן באלאנס, וואס קיין איין מגיד שיעור אין א נארמאלע ישיבה, סיסטעם אדער נישט, וועט טוהן, פאר כמה וכמה סיבות. צופרידן? אויב נישט איז יעצט דיין רייע זיך אויפצורעגן וועגן עפעס.
אה, זעסט כאמעך כמעט גערעגט פאר גארנישט...

פאר קלעריפיקעישן פורפעסעס; דו רעדסט פון פארשטעלן פאר א בחור א שווער שטיקל פני יהושע אדער אנשטאט אים מוסר זאגן פארוואס ער לערנט נישט זאל ער ענדערש עס פארלייגן פארן בחור אין א וועג פון א דילעמא ’יענקל, וואס קלערסטו קען מען טון מיטן שוועריקייט פון התמדה’.

סארי, אבער איך מיין אז איך האב שלעכט אפגעלערנט דיין תגובה
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

טייפינג... האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:16 pm
דערמאנסט מיר אין ישבה, מיין מגי"ש זעצט זיך אראפ קעגנאיבער מיר און פרעגט מיר מיט א ליבליכע שטימע: מילא משה פארשטיי איך, ער האט דאך א שוואך-קעפל, אבער דו האסט דאך אן אפענעם קאפ, פארוואס קענסטו נישט זיצן און לערנען, פארוואס שמועסטו אפ א גאנצן סדר?

האב איך אים געפרעגט אפן, פארוואס פארשטייסטו משה מיט זיין שוואכע קאפ? איז ער נישט מחיוב מיט לימוד התורה פונקט ווי מיר? נאר וואס דען, דו פארשטייסט אז ס'איז אים שווער... בין איך דיר מודיע אז מיר איז עס פונקט אזוי שווער! יעדער האט זיך זיינע שוועריקייטן, און איך האב מיר מיינס.

ער זאגט מיר, ניין, ס'איז דאך אנדערש... אבער אן קיין נארמאלע סיבה פארוואס.
דעריבער בין איך געבליבן מיט מיינע פראבלעמען, איך קען עס נאך עד היום נישט דעסקרייבן, אבער עפעס א שוועריגקייט איז דא.
@גוזמא דא האסטו נאך א מעיד על עצמו מיט די זעלבע נקודה. ער האט אנדערע שוועריקייטן.

א סטעפ מער ער שרייבט אויך אז ער פארשטייט נישט "זיך" ער קען עס נישט דעסקרייבן.

א סטעפ מער, דער מגיד שיעור האט אים נישט פרובירט צו העלפן דערמיט, און פארפעהלט צו כאפן די נקודה.
ער האט געמיינט אז "דער בחור פארשטייט דאך, לאמיר רעדן אפן צו אים" (ליבליך) אלעס ארויסצוברענגן די נקודה "וואס דער מגיד שיעור טראכט" וואס ביי די וועי, דאס האט דער בחור לכאורה פארשטאנען נאך פאר ער האט גערעדט צו אים, ווען עס איז אבער געקומען צו הערן נאך נקודות וואס קענען הלעפן צומשטעלן א בילד, אין א מהלך איז עס גענצליך איגנארירט געווארן.

די תוצאות, נאך אן עילוי אויף אייוועלט.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:54 pm
צולייגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:51 pm
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:47 pm
נישטא קיין מגידי שיעור וואס שמועסן זיך אדורך מיט די בחורים, און ארבעטן בענעזאם מיט זיי אויף לעזונגן?
דיסקלעימער, איך שיק אין די 'סיסטעם' מוסדות.
דיסקלעימער 2, איך בארעד נישט די 'סיסטעם' אין קיין איין אייוועלט אשכול.

דעט ביאינג סעד, דער מהלך וואס ער האט מציע געווען (געבן דעם עילוי'אישן בחור באמבע קשיות צו מברר זיין) איז זייער א ספעסיפיק און פרטיות'דיגע מהלך וואס דארף האבן אן אבנארמאלן באלאנס, וואס קיין איין מגיד שיעור אין א נארמאלע ישיבה, סיסטעם אדער נישט, וועט טוהן, פאר כמה וכמה סיבות. צופרידן? אויב נישט איז יעצט דיין רייע זיך אויפצורעגן וועגן עפעס.
אה, זעסט כאמעך כמעט גערעגט פאר גארנישט...

פאר קלעריפיקעישן פורפעסעס; דו רעדסט פון פארשטעלן פאר א בחור א שווער שטיקל פני יהושע אדער אנשטאט אים מוסר זאגן פארוואס ער לערנט נישט זאל ער ענדערש עס פארלייגן פארן בחור אין א וועג פון א דילעמא ’יענקל, וואס קלערסטו קען מען טון מיטן שוועריקייט פון התמדה’.

סארי, אבער איך מיין אז איך האב שלעכט אפגעלערנט דיין תגובה
בערך. בעיקר דאס אים מאכן אן אויסנאם און שמועסן מיט אים חריפות'דיגע לומדות, דאס איז נישט פארהאן (פאר מערערע [גוטע און בדיעבד'יגע] סיבות.

דער סיסטעם האט קלאר נישט קיין סאלושן פארן אויסנאם עילוי, און ס'איז שטארק יתכן אז אזוי קומט עס.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:58 pm
טייפינג... האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:16 pm
דערמאנסט מיר אין ישבה, מיין מגי"ש זעצט זיך אראפ קעגנאיבער מיר און פרעגט מיר מיט א ליבליכע שטימע: מילא משה פארשטיי איך, ער האט דאך א שוואך-קעפל, אבער דו האסט דאך אן אפענעם קאפ, פארוואס קענסטו נישט זיצן און לערנען, פארוואס שמועסטו אפ א גאנצן סדר?

האב איך אים געפרעגט אפן, פארוואס פארשטייסטו משה מיט זיין שוואכע קאפ? איז ער נישט מחיוב מיט לימוד התורה פונקט ווי מיר? נאר וואס דען, דו פארשטייסט אז ס'איז אים שווער... בין איך דיר מודיע אז מיר איז עס פונקט אזוי שווער! יעדער האט זיך זיינע שוועריקייטן, און איך האב מיר מיינס.

ער זאגט מיר, ניין, ס'איז דאך אנדערש... אבער אן קיין נארמאלע סיבה פארוואס.
דעריבער בין איך געבליבן מיט מיינע פראבלעמען, איך קען עס נאך עד היום נישט דעסקרייבן, אבער עפעס א שוועריגקייט איז דא.
@גוזמא דא האסטו נאך א מעיד על עצמו מיט די זעלבע נקודה. ער האט אנדערע שוועריקייטן.

א סטעפ מער ער שרייבט אויך אז ער פארשטייט נישט "זיך" ער קען עס נישט דעסקרייבן.

א סטעפ מער, דער מגיד שיעור האט אים נישט פרובירט צו העלפן דערמיט, און פארפעהלט צו כאפן די נקודה.
ער האט געמיינט אז "דער בחור פארשטייט דאך, לאמיר רעדן אפן צו אים" (ליבליך) אלעס ארויסצוברענגן די נקודה "וואס דער מגיד שיעור טראכט" וואס ביי די וועי, דאס האט דער בחור לכאורה פארשטאנען נאך פאר ער האט גערעדט צו אים, ווען עס איז אבער געקומען צו הערן נאך נקודות וואס קענען הלעפן צומשטעלן א בילד, אין א מהלך איז עס גענצליך איגנארירט געווארן.

די תוצאות, נאך אן עילוי אויף אייוועלט.
מאסיוו, און איך קען זאגן על עצמי (מען קען מיינען עילו... בעסער ווי אדורכשניטליכע כשרונות, זיראו זיץ פלייש) אפי’ מגידי שיעור האבן יא פרובירט צו ארבעטן און האבן פולשטענדיג אקנאליעדש דעם פאקט אז מיינע שוועריקייטן זענען גארנישט אנדערש ווי דעם’ס מיטן שוואכן קאפ, אבער דער קליינער יאנאש האט נישט געהאלטן דערביי...

באקומען פרייזעס פאר לימוד רציפות, שפעטער געהאט טיפע אינגעלייט חברותות, געשיקט אויף א יאר אין א ’לומדישע’ ישיבה, געהאט פולע זייטיגע שיעורים אפי’ ברשות בזמן הלימוד אינקלאודינג פארלערנען פארט בינעך נישט אויסגעשטיגן וואס איך וואלט געקענט לויט די כשרונות.

וואס וואלט יא געהאלפן איז אבוויעסלי דער מיליאן דאללער קשיא, תפילה זיכער.

סטילל עי ווארק אין פראגרעסס איי געסס...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:03 pm
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:54 pm
צולייגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:51 pm
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:47 pm
נישטא קיין מגידי שיעור וואס שמועסן זיך אדורך מיט די בחורים, און ארבעטן בענעזאם מיט זיי אויף לעזונגן?
דיסקלעימער, איך שיק אין די 'סיסטעם' מוסדות.
דיסקלעימער 2, איך בארעד נישט די 'סיסטעם' אין קיין איין אייוועלט אשכול.

דעט ביאינג סעד, דער מהלך וואס ער האט מציע געווען (געבן דעם עילוי'אישן בחור באמבע קשיות צו מברר זיין) איז זייער א ספעסיפיק און פרטיות'דיגע מהלך וואס דארף האבן אן אבנארמאלן באלאנס, וואס קיין איין מגיד שיעור אין א נארמאלע ישיבה, סיסטעם אדער נישט, וועט טוהן, פאר כמה וכמה סיבות. צופרידן? אויב נישט איז יעצט דיין רייע זיך אויפצורעגן וועגן עפעס.
אה, זעסט כאמעך כמעט גערעגט פאר גארנישט...

פאר קלעריפיקעישן פורפעסעס; דו רעדסט פון פארשטעלן פאר א בחור א שווער שטיקל פני יהושע אדער אנשטאט אים מוסר זאגן פארוואס ער לערנט נישט זאל ער ענדערש עס פארלייגן פארן בחור אין א וועג פון א דילעמא ’יענקל, וואס קלערסטו קען מען טון מיטן שוועריקייט פון התמדה’.

סארי, אבער איך מיין אז איך האב שלעכט אפגעלערנט דיין תגובה
בערך. בעיקר דאס אים מאכן אן אויסנאם און שמועסן מיט אים חריפות'דיגע לומדות, דאס איז נישט פארהאן (פאר מערערע [גוטע און בדיעבד'יגע] סיבות.

דער סיסטעם האט קלאר נישט קיין סאלושן פארן אויסנאם עילוי, און ס'איז שטארק יתכן אז אזוי קומט עס.
אן כאפן מיין פראגע מיינעך אז איך האב ארויס דעם ענטפער, און אויפ’ן זאגן אז אונזער דרך הלימוד איז נישט גענוג טיף פארן עילו ווער איך נישט גערעגט, איך דיסעגרי פלעין...

’אויסנאם’ עילו איז אויף צרות עניוועיר, אבוויעסלי.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@יאנאש פיין ארויסגעברענגט 2 וויכטיגע נקודות
1 אז דער חברה מאן דארף האלטן דערביי
2. די מיליאן דאללער קשיא בלייבט.

איך קוק אן די שמועס וואס מען טרייט דא אויסצושמועסן זענען פאר א טאטע פון אזא בחור אביסל פארשטאנד וואס צו ערווארטן און וואס עס אינוואלווד, געוויסע פוינטס וואס קען אים זיין העלפפאל ווען ער איז אויפמערקזאם דערצו.
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

זיין קאפ איז אויסגעשטעלט אז עס דארף זיך אסאך אויסלופטערן.

לאז אים, און דערצו שטופ אים צו און העלף זיך אויסצולופטערן מיט אידישע היסטאריע, נ"ך, אגדות חז"ל, אינטרעסאנטע תשובות, שרייבן חידושים אויף יעדע פרשה.
שטעל אים צו א אינגערמאן פאר דעם סארט אויסלופטערונג אויב איר קענט זיך ערלויבן
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

האב מיר שוין נאך אפאר עילויים, און איך וויל זיי אלע פרעגן דער זעלבער שאלה (נישט לשם סיסטעם באשולדיגונג, נאר לשם עצה פאר'ן טאטן, זע אנפאנג):

קוק צוריק צו דיין יוגנט, און פרעג דיך אליין: וויאזוי וואלטסטו רעאגירט צו א מגיד שיעור (אדער משגיח, ראש ישיבה וכו') וואס סטימולירט דיך כסדר מיט קנאקעדיגע קושיות וואס נאר דו קענסט ענטפערן?

ׁ(אגב, שוין דא אזא זאך.: viewtopic.php?t=43652 אפשר דארף עס אביסל עדזשאסטמענט?).
אוועטאר
טייפינג...
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 7:03 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייפינג... »

למען האמת, די מגי"ש זענען יא געקומען צו מיר אפענערהייט פרעגן אויב איך האב א סעלושן. (דאס וואס האט אויפגערעגט @יאנאש א בכי' של חינם). און איך האב אויך פרובירט זיי צו העלפן. בשעתו האב איך עס תולה געווען אין חטאת נעורים... אבער כהיום זע איך אז עס איז אן אנדער יסוד אינגאנצן.

איך האב אפי' געהאט א משגיח וואס האט פארשטאנען אביסל צו מיר, ער פלעגט מיר בעטן איך זאל אים שרייבן תשובות, און אנפירן פארשידענע פראיעקטן.

וואס יא? איך שפיר אז מיין זאך אז קריעטיוועטי, איך ענזשוי זייער שטארק דעם בליץ. אלעמאל גיי איך וועלן אויפקומען מיט עפעס ניי, א באבמע חידוש. א ידיעה וואס רוב עולם ווייסט נישט, א בליץ.

די פשוטע גמרא וואס איך האב שוין געקענט פון פארדעם, איז מיר נישט געווען גענוג א חידוש צו האלטן עקסיידעט א גאנצע טאג. איינ'חזר'ן א גאנצע סימן אין שו"ע מיט אלע שיטות און דעטאלן איז נישט געווען פאר מיר. וואס יא ווייס איך נישט. מען קען נישט לעבן פון בליצן...

עפעס ליגט מיר אין קאפ, א מגי"ש האט מיר יא אמאל געגעבן צו פארשטיין א געוויסע סעלושן, איך דארף זיך נאר דערמאנען וואס איז געווען.
אוועטאר
טייפינג...
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 7:03 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייפינג... »

ענק ברענגען מיר צוריק אלטע זכרונות, בשעתו האב איך בכלל נישט געוואוסט דאס מחשיב צו זיין. כ'וואלט פארברענגט מיט זיי פיל מער, ווען איך ווייס ווען...
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”