Re: טעגליכע נייעס + , קאמענטארן אשכול
אביסל קלארער...אבזערווירער האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 21, 2024 5:44 pmגאנזאלא לירא וועלכע איז געווען אין אוקריינא טורמע פאר עטליכע מאנאטן פאר זיינע מיינונגען איבער די אוקריינע רוסלאנד מלחמה איז געשטארבן אין טורמע פון 'נעמאניא'.
לירא א אמעריקאנער סיטיזען און יוטובער דשורנאליסט איז געכאפט געווארן ביים פראבירן צו אנטלויפן קיין אונגארן פאר פאליטישע אסיילעם.
די בארעכטיגט פאר לירא'ס ארעסט איז קאנטראווערסיאל.
קעפל: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
נארמאליזעם האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 14, 2024 7:59 pm
ער איז געשטארבן אין שפיטאל נאכן ליידן אויף די לינגן, נישט אין טורמע.
זיין חטא איז געווען פארשפרייטן פאלשע און פרא רוסלאנד נייעס לייקענען די מלחמה און אויסגעלויבט די ספעציעלע אפאראציע (וואס איז א פארברעך אין אוקריינע) חוץ פון זיין ארבעט אויף יוטוב קעגן די אוקריינישע גאווערמענט, ער איז ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל ווי ביי יעדע פרייע לאנד ער האט געוואלט אנטלויפן פון אוקריינע בשעתן זיין אויף בעיל.
כזעה נישט ווי צפון קארעא קומט אריין דא אין פיקטשור ניטאמאל רוסישע פענסטערס...