א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:50 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:06 pm
ידען בקורות הדורות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:01 pm
פרשת חיי שרה:

די וואך געפינען מיר אין די פרשה אז אליעזר האט געזאגט "לא אוכל עד אם דברתי דברי, ויאמר דבר, ויאמר עבד אברהם אנכי".

קען מען מפרש זיין בדרך הלצה, אליעזר עב אברהם האט געזאגט אז פאר ער עסט דארף ער מאכן א ברכה אזוי ווי א יוד, דאס איז פשט "לא אוכל" איך קען נישט עסן, "עד אשר דברתי דברי" ווילאנג איך מאך נישט קיין ברכה, רעדן פארן אייבערשטן. האט ער גענפערט "דבר" מאך א שנעלע ברכה, און נעם דיר עסן, האט אליעזר געזאגט "עבד אברהם אנכי" עס דארף זיין א שטייטע ברכה כדרך רבי אברהם, מיין האר אברהם אבינו.

א אמת'ע ווארט
וואס הייסט א "אמת'ע" ווארט?
אז עס שטייט שוין אין ספה"ק אלס א ד"ת, נישט סתם מילתא דבדיחותא.

גראדע נישט, לפענ"ד ווערט עס נישט דערמאנט אין ספרי חסידות וכדומה,

מיר האבן געמיינט אז עס איז אמת'דיג אין די פסוקים, א ריכטיגע ענטפער פון אליעזר עבד אברהם
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

תגובה דורך אור כי טוב »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 3:22 pm

דארף מען נאכקוקען. יעך בין אויפגעוואקסן מיט דער ווארט.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת חיי שרה:

די וואך שטייט אין די פרשה "ויצא יצחק לשוח בשדה", יצחק אבינו האט מתקן געווען די תפילת מנחה.

האט די הייליגער בעלזער רב זצ"ל (מרן מהרי"ד) געזאגט אמאל, ער האט זיך געוואלט פארענטפערן ביי א געוויסע געלעגנהייט פארוואס ער האט געדאווענט זייער שפעט מנחה, און עס איז שוין געווען ממש ביים צאת הכוכבים,
האט ער געזאגט אז לכאורה פארוואס האט יצחק געדארפט ארויסגיין אין פעלד דאווענען מנחה, ער האט געקענט דאווענען ביי זיך אין ביהמ"ד, אדער ביי זיך אין שטוב, נאר ער איז געגאנגען קוקען צו עס איז שוין טאקע טונקעל צו דאווענן מנחה, און מען זעהט שוין די הבחנה בין יום ולילה הערשט דעמאלטס קען מען דאווענען.

פרשת חיי שרה, א גוטן ערב שבת!!

עס ווערט געברענגט און ספרים הקדושים בדרך הלצה (תורת משה נתן ועוד) אויפן פסוק וואס עפרון האט געזאגט פאר אברהם אבינו "ארבע מאות שקל ביני ובינך מה הוא",
עפרון האט געזאגט די מיטעלסטע אות פון אב רהם איז א "ר", וואס עס איז 200, די מיטעלסטע אות פון עפ רון איז אויך א "ר" וואס עס איז 200, סך הכל 400
האט עפרון געזאגט פאר אברהם - ביני ובינך די מיטעלסטע אות פון מיין נאמען און דיין נאמען מה הוא געב מיר 400 שקל,
שטייט און רש"י אז אברהם האט געזאגט פאר עפרון אז "הלוואי נתתי לך כבר", אברהם האט געזאגט הלוואי וואלט איך עס שוין געגעבן ווען איך הייס אברם, וואלט עס געקאסט אביסל ביליגער ווייל ר' וואלט נישט געווען אינדערמיט

א פרייליכן שבת

פרשת חיי שרה,

און תפארת שלמה ווערט געברענגט די וואך (נישט בדרך הלצה) די ענין פון נעמען שיריים פון א צדיק, ער שרייבט געוואלדיגע דיבורים בזה"ל: ידוע גודל מעלות הנהנה משלחנו של תלמידי חכמים הצדיקים אשר קדושת מאכלם מביא אל האדם קדושה יתירה לסייעו לעבודת הבורא וכו'...
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:04 pm
פרשת חיי שרה:

די וואך שטייט אין די פרשה "ויצא יצחק לשוח בשדה", יצחק אבינו האט מתקן געווען די תפילת מנחה.

האט די הייליגער בעלזער רב זצ"ל (מרן מהרי"ד) געזאגט אמאל, ער האט זיך געוואלט פארענטפערן ביי א געוויסע געלעגנהייט פארוואס ער האט געדאווענט זייער שפעט מנחה, און עס איז שוין געווען ממש ביים צאת הכוכבים,
האט ער געזאגט אז לכאורה פארוואס האט יצחק געדארפט ארויסגיין אין פעלד דאווענען מנחה, ער האט געקענט דאווענען ביי זיך אין ביהמ"ד, אדער ביי זיך אין שטוב, נאר ער איז געגאנגען קוקען צו עס איז שוין טאקע טונקעל צו דאווענן מנחה, און מען זעהט שוין די הבחנה בין יום ולילה הערשט דעמאלטס קען מען דאווענען.
אמאל בי א געלעגענהייט?
בעלזא רב פעלגט מקפיד זיין צו דאווענען בין השמשות פונעם זמן ר"ת, ער פלעגט אייביג כאפן מנחה.
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

יוסף בנימין האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 10:14 am

ער האט עס געזאגט ביי א געלעגנהייט, לויט ווי איך געדענק פלעגט ער עס נישט זאגן יעדן טאג...
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 9:57 am
פרשת חיי שרה, א גוטן ערב שבת!!

עס ווערט געברענגט און ספרים הקדושים בדרך הלצה (תורת משה נתן ועוד) אויפן פסוק וואס עפרון האט געזאגט פאר אברהם אבינו "ארבע מאות שקל ביני ובינך מה הוא",
עפרון האט געזאגט די מיטעלסטע אות פון אב רהם איז א "ר", וואס עס איז 200, די מיטעלסטע אות פון עפ רון איז אויך א "ר" וואס עס איז 200, סך הכל 400
האט עפרון געזאגט פאר אברהם - ביני ובינך די מיטעלסטע אות פון מיין נאמען און דיין נאמען מה הוא געב מיר 400 שקל,
שטייט און רש"י אז אברהם האט געזאגט פאר עפרון אז "הלוואי נתתי לך כבר", אברהם האט געזאגט הלוואי וואלט איך עס שוין געגעבן ווען איך הייס אברם, וואלט עס געקאסט אביסל ביליגער ווייל ר' וואלט נישט געווען אינדערמיט

א פרייליכן שבת
לפ"ז איז פארשטענדליך פארוואס די תורה האט מחסר געווען פון עפרון די וא"ו, צו ווייזן אז בעצם איז זיין נאמען עפרן אהן קיין אות אינדערמיט, און דאס וואס ער זאגט "ארבע מאות שקל כסף ביני ובינך" איז סתם אמר הרבה וכו'...
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת תולדות:

ורב יעבוד צעיר,
די סדר איז ווען א עלטערע מענטש ארבעט, פיזישע שווערע ארבעט, האלט מען זיך יונג מען בלייבט ביי די כוחות,
"ורב" איינער וואס איז אלט, אבער "יעבוד" ער ארבעט, "צעיר" האלט עס אים יונג
אוועטאר
פארנומענער שדכן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:42 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנומענער שדכן »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 3:04 pm
פרשת תולדות:

ורב יעבוד צעיר,
די סדר איז ווען א עלטערע מענטש ארבעט, פיזישע שווערע ארבעט, האלט מען זיך יונג מען בלייבט ביי די כוחות,
"ורב" איינער וואס איז אלט, אבער "יעבוד" ער ארבעט, "צעיר" האלט עס אים יונג
אדער פארקערט

ורב, אז דו זעסט איינער איז גרויס געווארן אין תורה וכו' , יעבוד צעיר, מיינט אז ער האט געארבעט ווען ער איז געווען אינג
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת תולדות:
אין ספר אמרי דבש ווערט געברענגט - אז אמאל האט א געוויסע רב געזאגט פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז ווען מען שרייבט זיך אינטער הרב ווערט מען א רבי, דעמאלטס ווערט מען גרויס,
האט אים רביה"ק גענפערט אז מען זעהט טאקע אין די תורה די ערשטע הרב שטייט ביי עשו, ורב יעבוד צעיר!!!
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ווער איז געווען א בכור און נישט געהאט א פדיון הבן?
יעקב אבינו
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3480
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

הרב_שלום האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:01 pm
ווער איז געווען א בכור און נישט געהאט א פדיון הבן?
יעקב אבינו
וואס איז מיט און יצחק? יא געהאט?
לעצט פארראכטן דורך עטרת חיים אום דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
viewtopic.php?p=5024920#p5024920

viewtopic.php?p=4644114#p4644114

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה . כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

עטרת חיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:03 pm
הרב_שלום האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:01 pm
ווער איז געווען א בכור און נישט געהאט א פדיון הבן?
יעקב אבינו
וואס איז מיט אברהם אבינו? און יצחק? זיי האבן יא געהאט?
די אבות האבן דאך מקיים געווען כל התורה כולה
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת ויצא

מיר געפונען די וואך אין די פרשה יעקב אבינו האט געזאגט "אם יהי ה' לי ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש וכו' ",
איז דא זייער א זיס ווארט בדרך צחות פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אין טיב לבב,
לכאורה וואס דארף יעקב אבינו זאגן "לחם לאכול" - "ובגד ללבוש", אוודאי איז ברויט צו עסן אין קליידער אנצוטאן, וואס דען אויב נישט פאר דעם??
נאר מיר געפינען אזאלכע וואס ליידער גייען זיי אראפ מדרך בתורה, און זיי עסן ליידער יום כיפור, זיי עסן תשעה באב וכדומה, און לכאורה איז דאך שווער מיר ווייסן "כל מזונתיו של אדם קצובין לו מראש השנה ועד ראש השנה", צו גייט דען די באשעפער אפשרייבן יענער זאל האבן עסן כדי צו עסן יום כיפור, זיכער אז נישט!! אויב אזוי פון ווי האבן זיי עסן צו עסן בזמנים האסורים??
נאר וואס דען דארף מען זאגן, אז די מענטשען גייען און שניידן אפ זייערע קליידער, די לענג פון זייערע קליידער נעמען זיי אראפ, זיי מאכן זיך בגדי פריצות, און פון די איבריגע שטיקלעך סחורה קויפן זיי איין עסן צו עסן בזמנים האסורים, אבער אוודאי איז די באשעפער עס נישט קצוב,
דאס האט יעקב אבינו געבעטן: ו נתן לי לחם לאכול ובגד ללבושאיך וויל נישט נעמען פון די בגדים און שפארן, אראפ נעמען און מאכן קורץ און נוצען פארן עסן, איך וויל האבן לאכול צו עסן, און נאר צו עסן - בגדים פאר קליידער, און נאר פאר קליידער כדת וכדין מען זאל נישט דארפן אראפשניידן

ברכה והצלחה
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

די וואך אין די פרשה שטייט די מעשה וויאזוי לבן האט אריינגענארט יעקב אבינו מיט לאה אנשטאטס רחל, און ווען יעקב אבינו האט אים פארגעהאלטן האט ער געענטפערט מיט פאטאס: לא ייעשה כן במקומנו לתת הבכירה לפני הצעירה

לכאורה איז דאך לבן הייליג גערעכט! הישמע כזאת מ'זאל סקיפן א קינד?

נאר וואס דען? דער פאפער לבן האט דא אויך ארומגעפאפט! ווייל ווען אליעזר איז געפארן אנ'שדכנ'ען רבקה פאר יצחק איז איר עלטערער ברודער לבן שוין געווען אן אלטער בחור, און מען האט אים געסקיפט און חתונה געמאכט רבקה בעפאר אים!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:18 am

פון ווי נעמסטו אז לבן איז נישט געווען חתונה געהאט דעמאלטס?
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:04 pm
חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:18 am
די וואך אין די פרשה שטייט די מעשה וויאזוי לבן האט אריינגענארט יעקב אבינו מיט לאה אנשטאטס רחל, און ווען יעקב אבינו האט אים פארגעהאלטן האט ער געענטפערט מיט פאטאס: לא ייעשה כן במקומנו לתת הבכירה לפני הצעירה

לכאורה איז דאך לבן הייליג גערעכט! הישמע כזאת מ'זאל סקיפן א קינד?

נאר וואס דען? דער פאפער לבן האט דא אויך ארומגעפאפט! ווייל ווען אליעזר איז געפארן אנ'שדכנ'ען רבקה פאר יצחק איז איר עלטערער ברודער לבן שוין געווען אן אלטער בחור, און מען האט אים געסקיפט און חתונה געמאכט רבקה בעפאר אים!
פון ווי נעמסטו אז לבן איז נישט געווען חתונה געהאט דעמאלטס?
ער האט געוואוינט ביי זיין טאטע...
קען זיין בוסט גערעכט קען זיין ער איז געוועהן א גרוש...
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:47 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:04 pm
חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:18 am
די וואך אין די פרשה שטייט די מעשה וויאזוי לבן האט אריינגענארט יעקב אבינו מיט לאה אנשטאטס רחל, און ווען יעקב אבינו האט אים פארגעהאלטן האט ער געענטפערט מיט פאטאס: לא ייעשה כן במקומנו לתת הבכירה לפני הצעירה

לכאורה איז דאך לבן הייליג גערעכט! הישמע כזאת מ'זאל סקיפן א קינד?

נאר וואס דען? דער פאפער לבן האט דא אויך ארומגעפאפט! ווייל ווען אליעזר איז געפארן אנ'שדכנ'ען רבקה פאר יצחק איז איר עלטערער ברודער לבן שוין געווען אן אלטער בחור, און מען האט אים געסקיפט און חתונה געמאכט רבקה בעפאר אים!
פון ווי נעמסטו אז לבן איז נישט געווען חתונה געהאט דעמאלטס?
ער האט געוואוינט ביי זיין טאטע...
קען זיין בוסט גערעכט קען זיין ער איז געוועהן א גרוש...
נישט קיין שום ראיה
ווער זאגט ער האט געווינט אפשר איז ער פונקט דארט געווען
אפשר האט ער געווינט און איין הויז
פריצעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:34 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריצעל »

פאסיג צוצוברענגען די ווארט וואס הג׳׳הק מטשעבין פלעגט איבער זאגן (פון זיין מאמע?) אויף א פארלאנג פון עמיצן צו באקומען א בילד פונעם בחור פאר א שידוך שליסן כדי צו ווייזן פאר די מדוברת האט מען אים גענפערט לא ייעשה כן במקומנו לתת הצורה לפני הבחורה
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:08 am
פרשת ויצא

מיר געפונען די וואך אין די פרשה יעקב אבינו האט געזאגט "אם יהי ה' לי ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש וכו' ",
איז דא זייער א זיס ווארט בדרך צחות פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אין טיב לבב,
לכאורה וואס דארף יעקב אבינו זאגן "לחם לאכול" - "ובגד ללבוש", אוודאי איז ברויט צו עסן אין קליידער אנצוטאן, וואס דען אויב נישט פאר דעם??
נאר מיר געפינען אזאלכע וואס ליידער גייען זיי אראפ מדרך בתורה, און זיי עסן ליידער יום כיפור, זיי עסן תשעה באב וכדומה, און לכאורה איז דאך שווער מיר ווייסן "כל מזונתיו של אדם קצובין לו מראש השנה ועד ראש השנה", צו גייט דען די באשעפער אפשרייבן יענער זאל האבן עסן כדי צו עסן יום כיפור, זיכער אז נישט!! אויב אזוי פון ווי האבן זיי עסן צו עסן בזמנים האסורים??
נאר וואס דען דארף מען זאגן, אז די מענטשען גייען און שניידן אפ זייערע קליידער, די לענג פון זייערע קליידער נעמען זיי אראפ, זיי מאכן זיך בגדי פריצות, און פון די איבריגע שטיקלעך סחורה קויפן זיי איין עסן צו עסן בזמנים האסורים, אבער אוודאי איז די באשעפער עס נישט קצוב,
דאס האט יעקב אבינו געבעטן: ו נתן לי לחם לאכול ובגד ללבושאיך וויל נישט נעמען פון די בגדים און שפארן, אראפ נעמען און מאכן קורץ און נוצען פארן עסן, איך וויל האבן לאכול צו עסן, און נאר צו עסן - בגדים פאר קליידער, און נאר פאר קליידער כדת וכדין מען זאל נישט דארפן אראפשניידן

ברכה והצלחה
ר שלמה יעקנל ע"ה פלעגט עס כסדר נאכזאגן, און דערנאך צולייגן אז ביי אים ווען עס איז לחם לאכול איז די בגד מער נישט פאסיג ללבוש...
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת ויצא:

א שארף ווארט געזען (דוכט זיך מיר געזען פון איינע פון די ווארקע רבי'ס) די וואך שטייט אז יעקב איז געאנגען צו חרן, שטייט אין פסוק "וילך חרנה", זאגט רש"י כמו לחרן,
ווערט שווער אויב עס מיינט "לחרן", פארוואס טאקע זאגט די תורה "חרנה", זאל שטיין געהעריג לחרן,
נאר אז מען דארף נישט רעדן רעדט מען נישט, דערפאר קודם שרייבט מען נישט קיין "ל" עס פולט נישט אויס, אפילו למסקנא וועט מען דארפן לייגען א "ה",

א גוט שבת
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

פרשת וישלח:

די בני יעקב האבן פארלאנגט פון שכם וחמור וכל בני עירם זיך צו מל'ן, מיט'ן חשבון אז זיי וועלן צום סוף אויס הרג'נען די גאנצע שטאט.

פארוואס האט אויסגעפעלט דאס גאנצע מל זיין די שטאט, זיי זענען דען נישט געווען גענוג שטארק אויס צו הרג'נען די אנשי שכם אן דעם?

נאר זיי האבן מורא געהאט אז אויב זיי וועלן אויס הרג'נען א שטאט וועלן קומען די גויים און די אנדערע שטעט נקמה נעמען, אבער איין מאל זיי זענען שוין גע'מל'ט וועט זיך שוין קיינער נישט אן נעמען פאר זיי ווייל פאר אידן נעמט זיך קיינער נישט אן.
(ספר מגיד תהילות בשם ספר כתנות אור)
זה הקטן גדול יהי'
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

נא...
איינער מיט א זיס ווארט אויף חנוכה???
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”