א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

בעזר ה' וועלן מיר פרובירן צו ברענגען יעדע וואך א קורץ מילתא דבדיחותא, אדער א אינטערסאנטע ווארט אויף די פרשה, לכבוד די ליינער.

פרשת לך לך:

אלס קינד האט דער מלמד פון הגאון הקדוש רבי ר' העשיל פון קראקע זצ"ל אים געפרעגט ווער איז געווען דער מלך פון די שטאט סדום??
האט ער גענפערט וואס הייסט, עס שטייט די וואך אין די פרשה "ברע" מלך סדום, אז דער מלך סדום האט געהייסן "ברע",
פרעגט אים די מלמד, אויב אזוי פארוואס זאגן מיר יעדען טאג ביים דאווענען "מלח סדומית רובע" פארוואס זאגן מיר נישט "ברע",
האט רבי העשיל גענפערט אז ווען מען האט איבערגעדרייט סדום, האט מען אויך איבערגעדרייט די נאמען פונעם מלך.....

א גוט שבת!
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

בית א-ל מים והעי מקדם.

א משכיל האט אמאל געפרעגט א רב: "ווען איך האב פאר מיר א קיכל און א איי, אויף וועלכע מאכט מען קודם א ברכה?".

"שעמען מעגסטו זיך דו בקי בתנ"ך" - זאגט דער רב - "ס'איז דאך א בפירוש'ע פסוק "והעי מקדם", קודם מאכט מען אויף די איי".
ואני בעודי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:33 am

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואני בעודי »

פון ווי זעט מען די וואך אז ווען בשר עוף איז נישט בשר?

ואת העוף לא בתר
אוי ואני בעודי אהללה אהללה בוראי
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ואני בעודי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:42 am
פון ווי זעט מען די וואך אז ווען בשר עוף איז נישט בשר?

ואת העוף לא בתר
ואת הצפורלא בתר
ואני בעודי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:33 am

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואני בעודי »

חידוש נפלא האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:45 am
ואני בעודי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:42 am
פון ווי זעט מען די וואך אז ווען בשר עוף איז נישט בשר?

ואת העוף לא בתר
ואת הצפורלא בתר
גערעכט, איך האב געוואלט זען צו מ' הערט אויס
אוי ואני בעודי אהללה אהללה בוראי
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת לך לך:
(מיר ברענעגן אויף די אשכול לאו דווקא מילתא דבדיחותא, נאר שיינע "זיסע" ווערטער אויך)
עס שטייט די וואך אין די פרשה - ואנשי סדום רעים וחטאים לה' מאוד.
שטייט אין דברי חנה פון הרה"ק מקאלשיץ זי"ע, די מדרש זאגט "אמר רב יצחק, מצאתי דוד עבדי", איך האב געטראפן מיין קנעכט דוד, "היכן מצאתיו" ווי האב איך אים געטראפן "בסדום",
לכאורה וואס איז פשט אין די מדרש??
נאר עס שטייט אין ספרים הקדושים, אז סד"ם איז ר"ת ס'עודתא ד'דוד מ'לכא, אז ביי סעודת מלוה מלכה, וואס עס איז סעודת דוד מלכא משיחא דארט קען מען טרעפן דוד המלך.
איז זייער גוט וואס די מדרש זאגט, אז ביי סד"ם קען מען טרעפן דוד המלך,
זאגט די קאלשיצער רב זצ"ל אז דורך די פשט קען מען גוט פארשטיין פשט אין פסוק, "ואנשי סדום" מענטשען וואס נעמען זיך צוזאם צו עסן מלוה מלכה, "רעים" חברים אין ידידים בשבת אחים יחדיו, מען זיצט בצוותא חדא, איז "חטאים לה' מאוד", חטאים איז א לשון פון ריייניגען ווערט מען זייער גערייניגט, - אז אידן נעמען זיך צוזאם צו עסן מלוה מלכה באחוה ובריעות ווערט מען גערייניגט.
די תורה איז נתגלה געווארן בלילה פארן קאלשציער רב זצ"ל (כך מובא בספרו)

א גוט שבת
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

רש"י די וואך: נעשה נס למלך סדום שיצא משם לפי שהיו באומות שלא היו מאמינין שניצל אברם מכבשן האש וכיון שיצא זה האמינו באברהם למפרע.

אויב איינער גלייבט נישט אין קיין נסים ווייל ער פארשטייט נישט וויאזוי דאס קען זיין, אויב אזוי פארוואס אין די נס פון מלך סדום זאל ער יא גלייבן?!
און אויב וועט ער פאר סיי וועלכע סיבה יא גלייבן אין די נס פון מלך סדום פארוואס זאל דאס גורם זיין אז ער זאל שוין אויך גלייבן אין די נס פון אברהם?!

נאר א נס וואס איז גארנישט מחייב האט מען נישט קיין פראבלעם צו גלייבן.
זה הקטן גדול יהי'
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת לך לך:

א גיטע וואך!!

עס שטייט אין די פרשה "אנכי מגן לך",
טייטש הרה"ק רבי מרדכי מנדוברנה זצ"ל בדרך צחות - אז ווען א בעל הבית רופט א אורח צו עסן, און ער עסט צוזאמען מיט די אורח פילט די אורח אסאך מער באקוועם צו עסן,
אברהם אבינו האט דאך געהאט אסאך געסט, נו ווי קען אברהם אבינו עסן אזוי סאך מיט יעדע אורח, האט אים די באשעפער געזאגט "אנכי מגן לך" איך וועל דיר געבן א עקסטערע מגן צו עסן מיט אלע אורחים.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת וירא:

אולי יש חמשים צדיקים בתוך העיר האף תספה וכו'....
די הייליגער צאנזער רב זי"ע דער "דברי חיים" האט געזאגט בדרך צחות, אז עס איז דא פופציג רבנים אין איין שטאט, דארף נישט די באשעפער חרוב מאכן די שטאט, עס וועט שוין פון זיך אליין חרוב ווערן, ווייל ווען פופציג רבנים פירן א שטאט נעמט נישט לאנג ביז מען צושלאגט זיך,
דאס האט אברהם אבינו געזאגט אז עס איז דא פופציג רבנים דארפסטו נישט חרוב מאכן..


שיחות חולין של ת"ח צריכה לימוד
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת וירא:
ואקחה פת לחם וכו'...
אין משך חכמה (פרשתינו) ווערט געבענגט בדרך הלצה, די יראים פסק'נט להלכה למעשה אז אכילת פת בלא שתיה איז מען נישט מחיוב בברכת המזון, מען איז נאר מחיוב אויב מען עסט און טרינקט,
טייטש ער דאס האט אברהם אבינו געזאגט "ואקחה פת לחם" איך געב ענק נאר א שטיקעל ברויט, און נישט קיין טרינקען, כדי דורך דעם "אחרי כן תעברו" וועלן ענק תיכף גיין אן בענטשען וויילן ענק זענען נישט מחיוב געווארן מיט ברכת המזון.
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

viewtopic.php?p=5024920#p5024920

viewtopic.php?p=4644114#p4644114

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה . כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

א גיטן ערב שבת פרשת וירא:

די וואך זעהן מיר די "גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה", מען לערענט עס ארויס פון די פסוק "אל נא תעבור מעל עבדיך".

די הייליגער טריסקער מגידזי"ע האט געזאגט בדרך הלצה, איך האב קיימאל נישט פארשטאנען דעם מאמר, ביז ווען עס איז מיר אונטערגעקומען א מעשה,,,
איך בין געפארן אינטערוועגנס און עס איז געווען א גרויס קעלט, און איך האב אנגעקלאפט אין א קרעטשמע וואס האט באלאנגט פאר א יוד אז ער זאל מיר אריינלאזן זיך אנצוווארמען אביסעל, אבער יענער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט.
אבער ווען איך האב געזאגט ווער עס שטייט ביים טיר, האט ער תיכף געפענט און מיר ווארים אויפגענומען,,,
האב איך דאן געזאגט אז איצט פארשטיי איך פארוואס "גדולה הכנסת אורחים מקבלת פני השכינה" ווייל ביי די שכינה איז נישט שייך קיין קעלט, אבער ביי הכנסת אורחים איז דאס אמאל א שאלה פון פיקוח נפש כדי מען זאל נישט פארפרוירען ווערן

א פרייליכן שבת
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

א גיטן ערב שבת פרשת וירא:

די וואך זעהן מיר די "גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה", מען לערענט עס ארויס פון די פסוק "אל נא תעבור מעל עבדיך".

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע פלעגט אסאך ארומגיין נאך געלט, אמאל האט א גביר א גרויסע קמצן באמערקט ווי די ראפשיצער רב קומט און זיין ריכטונג, האט ער פארשטאנען אז ער קומט צו אים בעטן געלט,, נא וואס טוט מען דא - האט ער זיך באהאלטן אונטער זיין בעט, און ער האט געהייסן פאר זיין שטב צו זאגן אז ער איז נישט אינדערהיים.
ווען דער הייליגער ראפשיצער רב דער חכם מכל אדם, דער יחיד בדרו בחכמת אלוקים, האט געהערט זייער ענפער האט ער פארשטאנען אז ער האט זיך באהאלטען,
האט ער געזאגט אז יעצט פארשטייט ער שוין די מימרא "גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה", ווייל ביי די שכינה שטייט "ויסתר משה את פניו", משה רבינו האט נאר באהאלטן זיין פנים, משא"כ דא ביי הכנסת אורחים זעה איך אז די בעה"ב באהאלט זיי גאנצע גוף..

א פרייליכן שבת
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

הגאון המפו' רבי יהושע לייב דיסקין זצ"ל זאגט א זיס ווארט (מהרי"ל דיסקין) אז מיר נעמען דאך אן אז די עקידה איז געווען יום כיפור, דערפאר שטייט אין די תורה "וישא אברהם את עיניו וירא והנה איל אחר נאחז בסבך בקרניו", כדי עס זאל נישט זיין איסור צידה, נאר עס איז ניצוד ועומד און עס איז מותר..
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

ולוט ישב בשער סדום, זאגט רש"י: אותו היום מניהו שופט עליהם.

אין ספר "אפריון" לבעל קיצור שלחן ערוך, פרעגט ער ווי קומט דאס אז די אנשי סדום זאלן אויפנעמען לוט אלץ שופט, אקעגן די סדום'ניקעס איז ער דאך געווען גאנץ אן איינשטענדיגער מענטש?

ענטפערט ער אז די גמרא אין מס' סנהדרין פארציילט אז אליעזר עבד אברהם איז געווען אין סדום און איינער האט אים געווארפן א שטיין אין קאפ און אים גוט צובלוטיגט, האט ער יענעם אנגעקלאגט אין משפט האט דער שופט ג'פסק'נט אז ער דארף גאר באצאלן פאר יענעם געלט ווייל ער האט אים מקיז דם געווען, האט אליעזר תיכף גענומען א שטיין און געווארפן פארן שופט אין קאפ אריין און אים גוט צומזיק'ט, ווען דער שופט האט אים פארגעהאלטן האט ער אים געזאגט לשיטתך ביסטו מיר יעצט שולדיג געלט, גיי באצאל עס פאר דעם וועמען איך בין שולדיג.

זאגט ער אז די מעשה איז שנעל פארשרייט געווארן אין סדום און די שופטים האבן אנגעהויבן ציטערן פאר זייער לעבן ווייל מענטשן וועלן דאך אנהייבן נאך טוהן אזויווי אליעזר דעריבער האט קיינער מער נישט געוואלט זיין א שופט אין סדום זענען געגאנגען די אנשי סדום און געצווינגען לוט אז ער מוז ווערן א שופט כדי ער זאל כאפן שטיינער אין קאפ.
זה הקטן גדול יהי'
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת חיי שרה:
בדרך אגב - 'די וואך כ"ה חשון איז די יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי מליזענסק זי"ע - אמאל האט רבי נפתלי געזאגט בדרך צחות, און בדרך בקשה, אויף דעם וואס מיר געפינען א בקשה ביי שמו"ע ביי ברכת שמע קולינו אנא ה' חטאתי, ווייל בעוה"ר זענען די רשעים זייער מצליח, עס גייט זיי גוט דא און גלות, דערפאר זאגן מיר פארן אייבערשטן מיר זענען רשעים און עס דארף אונז גיין גוט געב אונז אויך פרנסה...

חטאנו עווינו פשענו
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:48 pm
פרשת חיי שרה:
בדרך אגב - 'די וואך כ"ה חשון איז די יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי מליזענסק זי"ע - אמאל האט רבי נפתלי געזאגט בדרך צחות, און בדרך בקשה, אויף דעם וואס מיר געפינען א בקשה ביי שמו"ע ביי ברכת שמע קולינו אנא ה' חטאתי, ווייל בעוה"ר זענען די רשעים זייער מצליח, עס גייט זיי גוט דא און גלות, דערפאר זאגן מיר פארן אייבערשטן מיר זענען רשעים און עס דארף אונז גיין גוט געב אונז אויך פרנסה...

חטאנו עווינו פשענו
דער "עשר קדושות" ברענגט די תורה בשם הרה"ק רבי חיים אברהם ממיקאלייעוו זי"ע חתנו ומ"מ פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע
זה הקטן גדול יהי'
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת חיי שרה:

די וואך געפינען מיר אין די פרשה אז אליעזר האט געזאגט "לא אוכל עד אם דברתי דברי, ויאמר דבר, ויאמר עבד אברהם אנכי".

קען מען מפרש זיין בדרך הלצה, אליעזר עב אברהם האט געזאגט אז פאר ער עסט דארף ער מאכן א ברכה אזוי ווי א יוד, דאס איז פשט "לא אוכל" איך קען נישט עסן, "עד אשר דברתי דברי" ווילאנג איך מאך נישט קיין ברכה, רעדן פארן אייבערשטן. האט ער גענפערט "דבר" מאך א שנעלע ברכה, און נעם דיר עסן, האט אליעזר געזאגט "עבד אברהם אנכי" עס דארף זיין א שטייטע ברכה כדרך רבי אברהם, מיין האר אברהם אבינו.

א אמת'ע ווארט
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

רש"י זאגט בין שני אוהבים כמוני מה היא חשובה לכלום.

לכאורה זייט ווען זענען עפרון מיט אברהם געווען גוטע חברים?

נאר פשט גייט אזוי! אברהם איז געווען מדת החסד ער האט ליב געהאט צו געבן, ווידעראום עפרון הרשע האט ליב געהאט צו נעמען.

דאס האט ער געזאגט בין שני אוהבים כמוני, דו האסט ליב צו געבן און איך האב ליב צו נעמען, גיב'זשע זיי מוחל אהער די פיר הונדערט טאלער און פטור אן עסק.
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

רש"י זאגט אז ס'האט געהייסן קרית ארבע על שם די 4 פארן: 1) איש ואשתו, 2) אדם וחוה, 3) אברהם ושרה, 4) יצחק ורבקה, 5) יעקב ולאה

איז לכאורה שווער ס'איז נישט 4 פארן ס'איז 5!

נאר "איש ואשתו" איז נישט קיין פאר...
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

א אינגעלע קומט אהיים פון חדר און זאגט פאר זיין מאמע אז זיין רבי קען נישט קיין טייטש, והראי' ער איז דורכגעפארן די רש"י אן עס געהעריג טייטשן.

אברהם ושרה האט ער געטייטשט אברהם ושרה, יצחק ורבקה האט ער געטייטשט יצחק ורבקה און אזוי ווייטער ביז סוף רש"י. ווען מ'האט אים געפרעגט וואס טייטשט אברהם ושרה האט ער געענטפערט אז ס'האט נישט קיין טייטש...
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

די וואך אין די פרשה זעהן מיר די שידוך פון יצחק און רבקה. לבן האט זיך אנגערופן אז מה' יצא הדבר.
שטעלט זיך די קשיא, איז לבן געוועהן עפעס אזא גרויסע מאמין?!
נאר זאגט די בית ישראל פון גור, אז אליעזר האט געבעטן שדכנות געלט, האט איהם לבן געענטפערט ווי ס'דארף צו זיין....
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:01 pm
פרשת חיי שרה:

די וואך געפינען מיר אין די פרשה אז אליעזר האט געזאגט "לא אוכל עד אם דברתי דברי, ויאמר דבר, ויאמר עבד אברהם אנכי".

קען מען מפרש זיין בדרך הלצה, אליעזר עב אברהם האט געזאגט אז פאר ער עסט דארף ער מאכן א ברכה אזוי ווי א יוד, דאס איז פשט "לא אוכל" איך קען נישט עסן, "עד אשר דברתי דברי" ווילאנג איך מאך נישט קיין ברכה, רעדן פארן אייבערשטן. האט ער גענפערט "דבר" מאך א שנעלע ברכה, און נעם דיר עסן, האט אליעזר געזאגט "עבד אברהם אנכי" עס דארף זיין א שטייטע ברכה כדרך רבי אברהם, מיין האר אברהם אבינו.

א אמת'ע ווארט
וואס הייסט א "אמת'ע" ווארט?
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אליעזר פרעגט פון רבקה: היש בית אביך מקום לנו ללין, ענטפער זי: גם מקום ללון.

פי' רש"י ללין: לינה אחת והיא אמרה ללון כמה לינות.

האב איך געהערט אמאל מפרש זיין, ללין איז א לשון פון א קריגעריי אזוי עס שטייט אין פסוק וילונו העם על משה, אליעזר האט געוואלט וויסן וואס פאר א סארט שווער יצחק וועט באקומען האט ער איר געפרעגט צו היש בית אביך מקום ללין, צו מ'קען זיך מיט איר טאטע'ן קריגען, האט זי אים געענטפערט: לינות הרבה, מקען זיך מיט אים אסאך קריגן.
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: א מילתא דבדיחותא אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:06 pm
ידען בקורות הדורות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:01 pm
פרשת חיי שרה:

די וואך געפינען מיר אין די פרשה אז אליעזר האט געזאגט "לא אוכל עד אם דברתי דברי, ויאמר דבר, ויאמר עבד אברהם אנכי".

קען מען מפרש זיין בדרך הלצה, אליעזר עב אברהם האט געזאגט אז פאר ער עסט דארף ער מאכן א ברכה אזוי ווי א יוד, דאס איז פשט "לא אוכל" איך קען נישט עסן, "עד אשר דברתי דברי" ווילאנג איך מאך נישט קיין ברכה, רעדן פארן אייבערשטן. האט ער גענפערט "דבר" מאך א שנעלע ברכה, און נעם דיר עסן, האט אליעזר געזאגט "עבד אברהם אנכי" עס דארף זיין א שטייטע ברכה כדרך רבי אברהם, מיין האר אברהם אבינו.

א אמת'ע ווארט
וואס הייסט א "אמת'ע" ווארט?
אז עס שטייט שוין אין ספה"ק אלס א ד"ת, נישט סתם מילתא דבדיחותא.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”