וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

אחראי: יאנאש

אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

ברוכים הבאים!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דעם דינסטאג קומען פאר וואלן איבער אמעריקע, רוב דערפון זענען נישט קיין פארמעסטן וואס ציען אינטערעסע אויף א נאציאנאלע פארנעם, דאך זענען דא געציילטע פארמעסטן וואס ווערן יא נאכגעפאלגט נאציאנאל.

געוויסע פון זיי קוקט מען נאך צו קענען טאפן דעם דופק איבער וואס צו ערווארטן אין א יאר פון היינט ווען וואשיגטאן וועט געמשפט ווערן דורך די וויילער איבער ווער עס זאל שולט זיין אויף איר פאר די קומענדיגע יארן, עמער איבערגיין דא די אינטערעסאנטע פארמעסטן

קענטאקי

דער פאפולערע דעמאקראטישע גאווערנער ענדי באשאר שטייט אויס א שווערע ווידערוויילונג פארמעסט אקעגן דעם שווארצן סטעיט אטורני דזשענעראל דניאל קאמעראן, אנקעטעס ווייזן אז די פארמעסט איז שמאל. קאמאראן האט די שטארקע שטיצע פון פרעזידענט טראמפ, און ער האפט אז די טראמפ באזע זאל אים העלפן זיגן

ווידעראום באשאר האפט אז עקאנאמישע און פרויען רעכטן אישוס זאלן אים העלפן ארויסקומען זיגרייך אין דעם קעטשאפ רויטן סטעיט

מיסיסיפי

אינקאמבענט רעפאבליקאנער גאווערנער טעט ריווס לויפט פאר ווידערוויילונג אקעגן דעמאקראט ברענדאן פרעסלי

מיסיסיפי איז א שטארק רויטע סטעיט, אויב ערוועלט וועט פרעסלי זיין דער ערשטער דעמאקראט זייט 1999 צו געווינען דאס גאווערנער שטוהל אין מיסיסיפי
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

ווירדזשיניע

ביידע הייזער זענען אויפן וואגשאל. אויפן מינוט ליגט די סטעיט סענאט אין דעמאקראטישע הענט און די הויז אין רעפאבליקאנע הענט, ביידע מיט א גאר שמאלע מערהייט.

גאווערנער יאנגקין האפט איבערצושפילן די סוקסעסן וואס רעפאבליקענע האבן געהאט צוויי יאר צוריק ביי די גאווערנער וואלן. פרויען רעכטן איז א שטארקע פאקטאר ביי די ארטיגע וואלן. אנאליסטן זאגן אז די וואלן אין ווירדזשיניע קענען זיין א צייכן איבער וואס צו ערווארטן קומענדיגע יאר ביי די גרויסע וואלן

אהייא

אין אהייא גייט מען שטימען אויף א קאנסטעטציאלע אמענדמענט צו באשיצן פרויען רעכטן, אויך איבער א רעפערענדום צו לעגאליזירן מאריוואנע אינעם סטעיט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פענסילוועניע

און פענסילוועניע קומט פאהר אן עלעקשאן פאר סופרים קואארט זיץ, די זיץ וועט טאקע נישט אנטשיידן די קאנטראל אויף די ארטיגע העכסטע געריכט (צוליב דעם וואס דעמאקראטן האבן א 5/2 מאיאריטעד) אבער קען ברענגען רעפובליקאנער א טריט נענטער צו א מעגליכע קאנטראל פארכאפונג אויפן געריכט.

אנדערש וואו אין 2022 למס' האבן די רעפובליקאנער יא דאסמאהל אן ערנסטער קאנדידאט, מילא איז גאנץ אונטערעסאנט צו האלטן אויג אויף די פארמעסט וואס קען מעגליך זיין א צייכן וויאזוי פענסילוועניע וועט גיין אין 2024.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

שטים בודקעס אין קענטאקי שליסן זיך היינט 6:00 אווענט ניו יארקער צייט.

שטים בודקעס אין ווירדזשיניע שליסן זיך היינט 7:00 אווענט ניו יארקער צייט.

שטים בודקעס אין פענסילוועניע שליסן זיך היינט 8:00 ביינאכט ניו יארקער צייט.

שטים בודקעס אין מיסיסיפי שליסן זיך היינט 9:00 ביינאכט ניו יארקער צייט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

לוינט זיך צו האלטן א אויג אויף פערי קאונטי אין קענטאקי

אין 2020 האט עס ביידען פארלוירן מיט גאנצע 54%, אין 2019 האט עס באשער פארלוירן מיט בלויז 9%
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

ווארען קאונטי קען אויך זיין אינטערסאנט

טראמפ 2020 + 17
באשער 2019 + 3
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הענדערסאן קאונטי

טראמפ 2020 + 25
באשער 2019 + 4
(--ווערטערלאז--)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29661
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווילעך שרייבן נאר איין וויכטיגע נקודה, וועגן די מעיל צו עלעקשן דעי שיפטס.

איז אזוי,

אין אהייאאון קענטאקיפאנגט מען אן מיט די מעיל אינס און ערלי, ממילא פאנגן די דעמאקראטן/לינקע אן מיט א שטארקייט, און שפעטער בארואיגט זיך עס. פשט איז אז בעשיר פון קענטאקי גייט האבן באלד א ריזיגע ליעד, ברויך מען זיך נישט דערשרעקן, עס וועט בלייבן פון דעם אדער גארנישט, אדער רעלאטיוו כמעט גארנישט.

אין פענסילוועניעהייבט מען אן מיט די העווי העווי לינקע פיצבורג מעיל אינס, נאכדעם קומט מער רעכטע, נאכדעם צוריק לינקע, בעיקר פילאדעלפיע פריסינקטס און מעיל שטיקלעך ביי שטיקלעך. למשל פאראיאר האט פעטערמאן אנגעהויבן מיט א ריזן ליעד וואס האט גארנישט געמיינט, עס איז אראפ ביז אונטער איין פראצענט, און נאכדעם צוריק ארויף צו ארום פינעף אדער וויפיל.

אין ווירדזשיניע, קומט קודם אריין מער רויטע, נאכדעם מער בלויע, אבער נישט מיט קיין ריזיגע חילוקים ווי די סטעיטס הנ"ל.

אין מיסיסיפיאיז אמאל אזוי און אמאל אזוי, אמאל די קאונטי און אמאל די אנדערע קאונטי.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קאנטאקי
עליאט קאונטי איז לויט די טיימס שוין 92% ריפארטעד און בעשיר (ד) געווינט דאס מיט 7% היבש שוואכער וואו זיין 20% געווינס אין 2019.

גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:00 pm

אסאך אנדערע קאונטיס איז אבער בעשיר (ד) שטערקער וואו פיהר יאהר צוריק.

גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:03 pm
גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:00 pm
קאנטאקי
עליאט קאונטי איז לויט די טיימס שוין 92% ריפארטעד און בעשיר (ד) געווינט דאס מיט 7% היבש שוואכער וואו זיין 20% געווינס אין 2019.
אסאך אנדערע קאונטיס איז אבער בעשיר (ד) שטערקער וואו פיהר יאהר צוריק.
וואסערמאן טענה'ט אז בעשיר (ד) איז שטערקער.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קוקט אויס מער און מער וואו די דעמאקראטס האלטן אן די קענטאקי גאווערנאר שטוהל.

גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:23 pm

וואסערמאן: "איך האב געזעהן גענוג ענדי בעשיר (ד) האט געוואונען ריעלעקשאן פאר גאווערנאר פון קענטאקי."

נעקס קעיס מיסיספי ווירדזשיניע פענסילוועניע.
לעצט פארראכטן דורך גיי פארשטיי אום דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אין רובא דרובא קאונטיס אין קענטאקי, אריינגערעכנט רויטע קאונטיס קומט בעשיער (ד) אריין מיט עטליכע פונקטן שטערקטער ווי אין 2019.
עס איז וויכטיג אנצומערקן אז אין יאר 2019 האט בעשיר געווינען ממש מיט א האר, קוים מיט 5 טויזנט שטימען.
לעצט פארראכטן דורך האלצשטיין אום דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 8:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

בעשיר איז דאסמאל זייער שטארק געלאפן מיט זיין קאמפיין אויף פרויען רעכטן אישוס, דאס צייגט זיך ווידעראמאל ארויס צו זיין א שטארקע מתנה פאר די דעמאקראטן גענוי ווי א יאר צוריק.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

א ליבעראלע פרא-פרויען רעכטן פראוויזיע וואס איז געווען היינט אויף די בעלאט אין אהייא איז באשטעטיגט געווארן מיט א מערהייט שטימען.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דעמאקראטן האבן ווי ערווארטעט אנגעהאלטן א קאנגרעס זיץ אין ראוד איילענד וואס איז ליידיג געווארן מיט די רעזיגנאציע פון א דעמאקראט.

דאס ברענגט צוריק ארויף די ס"ה פון דעמאקראטן אין קאנגרעס צו 213 מעמבערס.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

א ריכטער אין מיסיסיפי האט פארלענגערט די שטים צייט אין די גרעסטע קאונטי צוליב פראבלעמען מיט ווייניג בעלאטס און לאנגע ליניעס.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

טענקאר זאגט אז די דעמאקראטן האבן ווארשיינליך באוויזן צו האלטן די ווירדזשיניע סטעיט סענאט.

ווי עס שטייט יעצט, האבן דעמאקראטן 20 סענאט זיצן, אין די 40 זיצן הויז, צו בלויז 14 פאר די רעפובליקאנער.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פענסילוועניע
די דעמאקראטס לויפן אדערווייל מאסיוו שטארק אין ממש אלע קאונטיס אבער קיין ערגעץ איז נאך ווייט נישט גענוג באריכטעד עפעס ארויסצולערנען אויף למעשה.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אין פינף מינוט שליסן זיך די וואל בודקעס אין ניו יארק.

עס איז וויכטיג צו האלטן א אויג צו זען צי רעפובליקאנער וועלן מצליח זיין אין פארמעסטן נאכ'ן קאמפיינען שטארק איבער פארברעכנס און אימיגראציע, א זאך וואס ברענג ניו יארקער דעמאקראטן שלשול און שלאפלאזיגקייט.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ראקלענד קאונטי.
בבקשה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 8:36 pm

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ניו דזשערסי
דער טראק דריייווער עד דור (ר) וואס האט באזיגט אין 2021 מיט א שטוינענדער אפסעט ניו דזשערסי סטעיט סענאט פרעזידענט סטיוו סוויני אין ניו דזשערסי'ס 3טע סענאט דיסטריקט קומט אדערווייל אריין גאהר שוואך, מיט 54% אפגעציילט איז ער אונטערשטעליג מיט 30%.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: וואל רעזולטאטן - דינסטאג חיי שרה - נאוועמבער 7 2023 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:27 pm
גיי פארשטיי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:23 pm
קוקט אויס מער און מער וואו די דעמאקראטס האלטן אן די קענטאקי גאווערנאר שטוהל.
וואסערמאן: "איך האב געזעהן גענוג ענדי בעשיר (ד) האט געוואונען ריעלעקשאן פאר גאווערנאר פון קענטאקי."

נעקס קעיס מיסיספי ווירדזשיניע פענסילוועניע.
AP דערקלערט בעשיר (ד) אלץ געווינער. (און די וועטער מבין זאגט אז היינט איז געווען שיין וועטער)
לעצט פארראכטן דורך גיי פארשטיי אום דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וואלן רעזולטאטן”