פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:54 pm
אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
ווען א איד וואלט געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט א דזשאב אין וויליאמסבורג און מ'טראגט אים אן א דזשאב אין מאנהעטן פאר מער געלט, וואס קלערסטו וואלט געווען די תשובה?

מאנהעטן איז געווען א בדיעבד פאר אסאך, אבער א לכתחילה פאר איינער וואס האט דארט געהאט מעגליכקייטן צו ארבעטן.

איכא דרכא אחרינא מיינט וויליאמסבורג אנשטאט מאנהעטן, און אויך אינטערנעט-פריי אנשטאט מיט אינטערנעט.

חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:20 pm
עמית האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:19 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:13 pm
עמית האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:11 pm
יא טאקע דיר האט דער פותח האשכול געמיינט
מיין טאטע איז א נהנה מיגע כפו ער ארבעט שווער און ער איז א חבר אין די חבורה
וויפיל ארבעטער האט ער וואס ער נוצט אלס "שבת גויים"?
ער האט נישט קיין ביזנעס און נישט קיין ארבעטער און ער באנוצט זיך נישט מיט קיין יודן פאר זיינע פערזענליכע זאכן ער ניצט פרא קליק ווירטואל מעיל צו הערן אימעילס אויפן טעלעפאן און ווען עס פעלט אויס פרינט מען עס פון די סיסטעם אויף פעקס
דארף מען יעצט אויסגעפינען וויאזוי ער האט אויפגעמאכט די אימעיל קאנטע אינעם ערשטן פלאץ.

אפשר קען מען קאלן גימעיל און זיי בעטן אז זיי זאלן אויפמאכן איינס.
ווירטועל מעיל קען דיר עפענען אן אימעיל וואס ארבעט דורך זייער סיסטעם

חוזק מאכן פון א איד וואס וויל זיין מער אפגעהיטן קומט זיכער נישט פון מער ערליכקייט.
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

זאנוויל תנחום האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:14 pm
צ/ק

די זעלבע קשיא האב איך ווען איך זעה אין ביהמ"ד א דראגי, א שמויגער, קומט אריין מיט א גרינע העמד פאקט ארויף תפילין פאר א האלבע מינוט און לויפט ווייטער. אין א וועג קוק איך אפילו ארויף, א איד אין אזא מצב קומט דאווענען?! גיב א קוק ווי ער זאגט ארויס יעדעס ווארט פון די ד' פרשיות און איך אין מיין פארטאגס מנין האלט איך נאך אינמיטן חלומ'ען דעמאלטס... אבער ווען א כאניאק קומט אריין דאווענען מיט זיין טערקישע טלית און הייבט אן שרייען און שפייען מיט יאמערליכע קולות, "העי האלאו פיץ אפ פון דא, גיי שריי ערגעץ אנדערש, מיינסט די באשעפער הערט נישט קלאר נאר אויב די זאגסט איבער יעדעס ווארט זיבן מאל הויעך?!!
די מכוון איז די זעלבע. איינער וואס סוב קאנטשעס דאכט זיך מיר אז יענער איז בעסער ווי מיר ווער איך ווילד ווייל עפעס הייבט ער אן קיצלען..
פארדעם באדערט מיר נישט ווען איינער שרייבט אז ער גיבט אויף אינסטעגראם אדער פעיסבוק. איך האב נישט קיין אייגענע ביזנעס און איך האב די זאכן קיינמאל נישט געהאט, און איך קוק ארויף אז א איד וויל ווערן בעסער. אבער אז איינער הייבט אן האקן קעגן וואטסעפפ.... העי סאך הכל א פלעינע מעסעדזש עפפ, און טשענעל'ס קען מען ווען בלאקן אויב מען וויל, און סטאטוס מיז מען בכלל נישט קוקן...
נאך א משל, ווען מען רעדט פון נעטפרי.... אדער ווען איך זעה די בעל הקופקע סטאפט רעדן ביים דאווענען..

ופשוט הוא.
די פראבלעם הייבט זיך טאקע אן ווען ער האט נאר וואפעץ. ער גייט נאר ארויף אויף א פעמעלי גרופ און נאר אויף איין חברים גרופ וואו דארט באקומט ער אלע נייעסער און שטותים. נאכדעם לויפט עס שוין שנעלער ווי א ראט אין וויליאמסבורג און הייבט אן דורכצופאלן.

נישט האבן קיין גע'כשר'טע סמארטפאון איז א פראבלעם וועגן ברענגען א רייץ צווישן די עולם און וועגן דעם שרייען אלע רבנים אז מ'זאל קויפן א טעבלעט. אבער אפילו מיטן טעבלעט זיצט ער אויף גרופעס.

יעצט קום מיר נישט זאגן אז מ'קען בלאקן סטאטוס אדער קאנאלן! ניין דו קענסט נישט בלאקן דעי זאכן ווילאנג דו קענסט אפילו נישט דיין יצר הרע.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:36 pm
ס'איז בכלל דא עפעס א מיינונגס פארשידנהייט אין דעם אשכול?

איך מיין אז אלע דא זענען מסכים אויף די פאלגנדע פונקטן:

  • די היינטיגע טעכנאלאגיע איז א סכנה פאר אידישקייט.
  • סחור סחור לכרמא לא תקרב איז אקטועל ביי דעם.
  • אינטערנעט/אימעיל איז א צורך פאר רוב מענטשן, און די רבנים זענען עס מתיר מיט א גוטן פילטער.
  • געוויסע מענטשן ווילן מחמיר זיין, ואשרי להם.
  • די וואס זענען מחמיר דארפן עס טון אויף אן אופן פון טון מער וויפיל מ'מוז, נישט אז איינער וואס טוט נישט ווי זיי איז נישט קיין ערליכער איד.
  • אויב א יחיד א ירא שמים האט שלעכטע מידות, מיינט נישט אז אלע מחמירים זענען שלעכט.

יעצט וואס איז טענה'ריי?
די עולם שמועסט פשוט אויס ווי שטארק זיי פארגינען נישט א צווייטע מער ערליכע איד.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די אופן וויאזוי געוויסע קוקן אן אידן מיט כשר’ע אינטערנעט ווי האלב כשר’ע אידן און די אופן וויאזוי מאנכע מאכן דא חוזק פון אידן וואס זענען זיך אינגאנצן מתנזר פון אינטערנעט, קומט ביידע פון די זעלבע פלאץ, זייער נישט א גוטע פלאץ.
ודו”ק.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

איך האב נישט דורך געליינט אלע 6 עמודים, אבער מיך קריכט איין זאך אויפן נערווען ווען יעדע צווייטע טאג האביך א צווייטער וואס בעט מיר עפעס צו טוהן אויף די אינטערוועש דא דארף ער עפעס פון קאטסקאו, דער אנדערער דארף עמערדנזשסי א טיקעט קיין כווייס ווי, א צווייטער מוז אריינשיקן צעטלעך צו עפעס א ביורא. א דריטער אן אויסנוצער וועט צולייגן "כגיי דיר באצאלן טוה מיר עס נאר" (פארשטייט זיך נאכן ארבעטן א שעה צייט פאר אים אפערט ער א פינפווער מיט א גלאנץ אין די אויגן האפנדיג אז איך גיי עס נישט נעמען און כלאז אים טאקע נישט צו לאנג האפן.)

כבין זייער מחשיב איינער וואס באנוצט זיך נישט מיט אינטרנט אבער נאך מער בין איך מחשיב איינער וואס באנוצט זיך נישט מיט יענעם...
לעצט פארראכטן דורך איש ציון אום דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:36 pm
זאנוויל תנחום האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:14 pm
צ/ק

די זעלבע קשיא האב איך ווען איך זעה אין ביהמ"ד א דראגי, א שמויגער, קומט אריין מיט א גרינע העמד פאקט ארויף תפילין פאר א האלבע מינוט און לויפט ווייטער. אין א וועג קוק איך אפילו ארויף, א איד אין אזא מצב קומט דאווענען?! גיב א קוק ווי ער זאגט ארויס יעדעס ווארט פון די ד' פרשיות און איך אין מיין פארטאגס מנין האלט איך נאך אינמיטן חלומ'ען דעמאלטס... אבער ווען א כאניאק קומט אריין דאווענען מיט זיין טערקישע טלית און הייבט אן שרייען און שפייען מיט יאמערליכע קולות, "העי האלאו פיץ אפ פון דא, גיי שריי ערגעץ אנדערש, מיינסט די באשעפער הערט נישט קלאר נאר אויב די זאגסט איבער יעדעס ווארט זיבן מאל הויעך?!!
די מכוון איז די זעלבע. איינער וואס סוב קאנטשעס דאכט זיך מיר אז יענער איז בעסער ווי מיר ווער איך ווילד ווייל עפעס הייבט ער אן קיצלען..
פארדעם באדערט מיר נישט ווען איינער שרייבט אז ער גיבט אויף אינסטעגראם אדער פעיסבוק. איך האב נישט קיין אייגענע ביזנעס און איך האב די זאכן קיינמאל נישט געהאט, און איך קוק ארויף אז א איד וויל ווערן בעסער. אבער אז איינער הייבט אן האקן קעגן וואטסעפפ.... העי סאך הכל א פלעינע מעסעדזש עפפ, און טשענעל'ס קען מען ווען בלאקן אויב מען וויל, און סטאטוס מיז מען בכלל נישט קוקן...
נאך א משל, ווען מען רעדט פון נעטפרי.... אדער ווען איך זעה די בעל הקופקע סטאפט רעדן ביים דאווענען..

ופשוט הוא.
די פראבלעם הייבט זיך טאקע אן ווען ער האט נאר וואפעץ. ער גייט נאר ארויף אויף א פעמעלי גרופ און נאר אויף איין חברים גרופ וואו דארט באקומט ער אלע נייעסער און שטותים. נאכדעם לויפט עס שוין שנעלער ווי א ראט אין וויליאמסבורג און הייבט אן דורכצופאלן.

נישט האבן קיין גע'כשר'טע סמארטפאון איז א פראבלעם וועגן ברענגען א רייץ צווישן די עולם און וועגן דעם שרייען אלע רבנים אז מ'זאל קויפן א טעבלעט. אבער אפילו מיטן טעבלעט זיצט ער אויף גרופעס.

יעצט קום מיר נישט זאגן אז מ'קען בלאקן סטאטוס אדער קאנאלן! ניין דו קענסט נישט בלאקן דעי זאכן ווילאנג דו קענסט אפילו נישט דיין יצר הרע.
אפשר אויב די קענסט זיך ביטע מסביר זיין וואס פונקטליך די ווילסט דא..
ווארשיינליך האסטו נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, ליין איבער שטייט....

בד"וו וועלכע דיווייס ניצטו צו שרייבן דא, אויב מעג איך פרעגן?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:19 pm
פונקט ווי ס'איז דא אידן בעלי רוח הקודש, ס'איז דא אידן וואס קענען גאנץ ש"ס מיט זוהר הקדוש, און ס'איז דא אידן וואס גייען אן די גלעזער אין גאס אדער אין מקוה, ס'איז דא אידן וואס שלאפן נישט גאנץ ליל שישי, ס'איז דא אידן וואס זענען פרושים, זענען אויך דא וואס זענען מער אויסגעהאלטן אויך אין די נושא פון טעכנאלאגיע. פארוואס פונקט אין דעם ענין קענסטו נישט זיין צווייטע קלאס?
כאפסט טאקע נישט די חילוק?
אין דעם ענין פון טענאלאגיע האקט מען און בראקט מען טאג און נאכט וואו דו שטייסט און וואו דו גייסט, מען לייגט אריין א שרעקליכע פחד אין די פרויען און אין קינדער.
אויב וואלט מען געמאכט די זעלבע מהפיכה מיט נישט שלאפן ליל ששי אדער קענען גאנץ ש"ס מיט זוהר הק' איז מעגליך אז עס וואלט טאקע אויך געבאדערט.

באטטאם ליין, עס איז נישט נאר די יראים אדער נעטפרי אקציעס וואס מען מאכט, נאר נאכדעם וואס אזויפיל יארן דערשרעקט מען מיט אלעם בייזן, איז דאס שוין נאר דער לעצטער שטיקל שטרוי אויף די קעמל, נאך די הארעוואניע פון אלע יארן קענען זיי יעצט גרינג מקיים זיין ברנה יקצורו...
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:30 pm
Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:54 pm
אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
ווען א איד וואלט געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט א דזשאב אין וויליאמסבורג און מ'טראגט אים אן א דזשאב אין מאנהעטן פאר מער געלט, וואס קלערסטו וואלט געווען די תשובה?

מאנהעטן איז געווען א בדיעבד פאר אסאך, אבער א לכתחילה פאר איינער וואס האט דארט געהאט מעגליכקייטן צו ארבעטן.

איכא דרכא אחרינא מיינט וויליאמסבורג אנשטאט מאנהעטן, און אויך אינטערנעט-פריי אנשטאט מיט אינטערנעט.
איך קען נישט כאפן צו דו מאכסט זיך, צו נישט.

איך דיסעגרי נישט מיט עניטינג וואס דו שרייבסט

דו רעדסט מיטן שפראך אז איך בין גוט און יענער נאך בעסער, נו אודאי איז יענער בעסער. די גליון רעדט נישט דעם שפראך, נאר יענער איז גוט און איך בין שוואכער.

אודאי איז אלעס וואס דו זאגסט אמת! אבער וואלט מען דען אמאל געהאנגן צעטלעך קאמפיינען אז דער לכתחילה איד גייט ווערן א כלי קודש און דער בדיעבד אידן (רוב אונזערע טאטעס) גייען ארבעטן אין מאנהעטן?! וואלט די רבי זי”ע דאס צוגעלאזט?

האט די רבי זי”ע איינמאל נאר, און איין תורה נאר, ארויסגעברענגט עפעס א קליינע גרינגשעצונג/צווייטע שטאפל’דיגקייט אויף די ארבעטער בכלל? אדער מאנהעטן ארבעטער בפרט?

וואס דרייסטו א קאפ...
לעצט פארראכטן דורך Dim אום דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

פארנומענער שדכן האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:25 pm
דאס איז אמאל זיכער אז די זאכן האבן א גאר טיפע השפעה

איך פלעג האבן א בליק אז כמעט גאנץ כלל ישראל אויסער א געוויסע קליינע פראצענט האט טעקסט
ביי די ערשטע הגיבורים קאמפיין פון השומרים בין איך געווען שאקט! פון די נאמבער וויפיל אידן האלטן זיך אויף דעם סטאנדארט (גלייבסט די נאמבערס? יא איך גלייב)
שפעטער ווען איך האב געהאט א נסיון אויפצוגעבן טעקסט האט עס גאר אסאך אויסגעמאכט
ב"ה אז איך האלט עס נאך אן ביז היינט
וואס? א פארנומענער שדכן אהן קיין טעקסט? ווער ליידט?
פאר וועמען שטערט עס?
די עלטערן.

נו, זאלן זיי ליידן.

דער עיקר ער האט א ניק לצורך פרנסה.

קען זיין איך פארשטיי נישט.
אבער דער חסרון פון טעקסט, פארשטיי איך בכלל נישט.
אבער דער חסרון פון האבן א ניק, הממ. פארשטיי איך.

נ. ב. איך האב א ניק.
הלוואי וואלט איך געווען שטערקער פון דעם, און נישט געהאט. (און נישט געוואלט האבן).
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:48 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:19 pm
פונקט ווי ס'איז דא אידן בעלי רוח הקודש, ס'איז דא אידן וואס קענען גאנץ ש"ס מיט זוהר הקדוש, און ס'איז דא אידן וואס גייען אן די גלעזער אין גאס אדער אין מקוה, ס'איז דא אידן וואס שלאפן נישט גאנץ ליל שישי, ס'איז דא אידן וואס זענען פרושים, זענען אויך דא וואס זענען מער אויסגעהאלטן אויך אין די נושא פון טעכנאלאגיע. פארוואס פונקט אין דעם ענין קענסטו נישט זיין צווייטע קלאס?
כאפסט טאקע נישט די חילוק?
אין דעם ענין פון טענאלאגיע האקט מען און בראקט מען טאג און נאכט וואו דו שטייסט און וואו דו גייסט, מען לייגט אריין א שרעקליכע פחד אין די פרויען און אין קינדער.
אויב וואלט מען געמאכט די זעלבע מהפיכה מיט נישט שלאפן ליל ששי אדער קענען גאנץ ש"ס מיט זוהר הק' איז מעגליך אז עס וואלט טאקע אויך געבאדערט.

באטטאם ליין, עס איז נישט נאר די יראים אדער נעטפרי אקציעס וואס מען מאכט, נאר נאכדעם וואס אזויפיל יארן דערשרעקט מען מיט אלעם בייזן, איז דאס שוין נאר דער לעצטער שטיקל שטרוי אויף די קעמל, נאך די הארעוואניע פון אלע יארן קענען זיי יעצט גרינג מקיים זיין ברנה יקצורו...
דו האלטסט אז די האקן און בראקן איז איבערגעטריבן אדער די פחד איז איבריג? איך שפיר מער ווי די אידן וואס ציטערן זענען אזעלכע וואס זענען באמת נישט זיכער מיט זיך אויב זיי זענען גענוג אויסגעהאלטן. די עצה איז זיך דורכצורעדן מיט א מורה דרך, און איינמאל מ'ווייסט אז דאס איז וואס איך דארף טון קען מען זיין זיכערער מיט זיך, מער קאנפידענט און אויך מער נישט מורא האבן וואס די ווייב און קינדער וועלן טראכטן...
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:04 pm
קען זיין איך פארשטיי נישט.
אבער דער חסרון פון טעקסט, פארשטיי איך בכלל נישט.
אבער דער חסרון פון האבן א ניק, הממ. פארשטיי איך.

נ. ב. איך האב א ניק.
הלוואי וואלט איך געווען שטערקער פון דעם, און נישט געהאט. (און נישט געוואלט האבן).
אויב ער האט נישט קיין טעקסט מיינט נישט אז ער מוז יעצט אלעס אויפגעבן, און אפילו אויב יא איז נישט ריכטיג אנצוכאפן א ניק וואס האט א געוויסע פרומקייט און אראפרייסן דעם פאקט אז ער באזיצט אייוועלט.

טעקסט אליין קען זיין ערגער פון א ניק. א ניק איז בטל'ן צייט, טעקסט האט אנדערע פראבלעמען אויך, ווי טרעפן א גרינגערע וועג אנצוקומען צו מענטשן וואס מ'וואלט נישט געדארפט, און מ'קען עס ניטאמאל דווח'ן צו א מנהל... (איך האב קרובים, נישט קיין מענער, וואס האבן באקומען אומאויסגעהאלטענע טעקסט מעסעדזשעס ליידער, נישט פון קיין גויים ליידער, ואכמ"ל.)
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

איך האב דורכגעליינט די גאנצע בראשור און כ'האב נישט געפילט וואו ער קומט מיר אראפצורייסן אדער ס'זאל מיר באדערן. פאני, ניין?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

דרייטצעך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:33 pm
איך האב דורכגעליינט די גאנצע בראשור און כ'האב נישט געפילט וואו ער קומט מיר אראפצורייסן אדער ס'זאל מיר באדערן. פאני, ניין?
גא"מ
נישט לאנג צוריק איז געווען פשוט אז אינטערנעט איז נישט קיין לכתחילה. עס איז קלאר אז עס איז פאר אונזערע טובה אז אינטערנעט זאל בלייבן א זאך וואס דארף א 'היתר'. קיינער וויל נישט אז זיינע קינדער און בחורים זאלן זיך מאכן אימעיל'ס. דער חברות יראים איז א שטיקל פוש בעק פון די לכתחילה'דיגע צוגאנג וואס די עולם קוקט עס היינט אן [ווי מען זעט דא אין די לעצטע בלעטער]

די איינציגסטע 'כמו טענה' וואס איך קען יא פארשטיין איז אפשר ארום די נאמען 'יראים'. קען זיין אז אנדערע פילן זיך אביסל צוקלאפט פון דעם.
שטעלט אייך פאר ווען די חבורה וואלט געהייסן איינער פון די נעמען: וואלט עס אייך אויך געשטערט?
בני עליה
מלאכי עליון
מלאכים ממש

אפשר קען מען פועל'ן ביי זיי אז מען זאל טוישן די נאמען והכל על מקומו יבוא בשלום
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:17 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:04 pm
קען זיין איך פארשטיי נישט.
אבער דער חסרון פון טעקסט, פארשטיי איך בכלל נישט.
אבער דער חסרון פון האבן א ניק, הממ. פארשטיי איך.

נ. ב. איך האב א ניק.
הלוואי וואלט איך געווען שטערקער פון דעם, און נישט געהאט. (און נישט געוואלט האבן).
אויב ער האט נישט קיין טעקסט מיינט נישט אז ער מוז יעצט אלעס אויפגעבן, און אפילו אויב יא איז נישט ריכטיג אנצוכאפן א ניק וואס האט א געוויסע פרומקייט און אראפרייסן דעם פאקט אז ער באזיצט אייוועלט.

טעקסט אליין קען זיין ערגער פון א ניק. א ניק איז בטל'ן צייט, טעקסט האט אנדערע פראבלעמען אויך, ווי טרעפן א גרינגערע וועג אנצוקומען צו מענטשן וואס מ'וואלט נישט געדארפט, און מ'קען עס ניטאמאל דווח'ן צו א מנהל... (איך האב קרובים, נישט קיין מענער, וואס האבן באקומען אומאויסגעהאלטענע טעקסט מעסעדזשעס ליידער, נישט פון קיין גויים ליידער, ואכמ"ל.)
איך האב שוין איבער צוואנציג יאר טעקסט.
כ'האב קיינמאל נישט באקומען אומאויסגעהאלטענע זאכן.

אן אומאויסגעהאלטענע טלפון קאל, האב איך שוין יא באקומען.

איך פארשטיי נישט צום פראבלעם.

פרומער זאל יעדער זיין דארט ווי ער זעהט זיין ניסיון.

דער וואס האט א ניסיון אין כשרות, זאל אוועק שטיין פון מאכלים וואס קען צומאל זיין אהן קיין הכשר.
אבער פאר מיר פעלט עס נישט אויס, ווייל דארט איז נישט מיין ניסיון, אויב איז עס נישט כשר, שטיי איך אטאמאטיש אוועק.

אבער אוועק שטיין פון טעכנאלאגיע, עד כדי נישט האבן קיין טעקסט, אבער א ניק יא, איז פאר מיר - פשוט'ער איד - זייער או פארשטענדליך.

אויסער אויב האט ער נישט קיין טעקסט, טאקע אלס שדכן וואס צופיהל מענטשען דרייען א קאפ.
דאן האט עס גארנישט מיט עבודה.

בקיצור.
איך האב נישט געמיינט אראפ צו רייסן.
נאר ענדערש אז איך פארשטיי נישט.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:30 pm
Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:54 pm
אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
ווען א איד וואלט געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט א דזשאב אין וויליאמסבורג און מ'טראגט אים אן א דזשאב אין מאנהעטן פאר מער געלט, וואס קלערסטו וואלט געווען די תשובה?

מאנהעטן איז געווען א בדיעבד פאר אסאך, אבער א לכתחילה פאר איינער וואס האט דארט געהאט מעגליכקייטן צו ארבעטן.

איכא דרכא אחרינא מיינט וויליאמסבורג אנשטאט מאנהעטן, און אויך אינטערנעט-פריי אנשטאט מיט אינטערנעט.
דו פרעגסט א קשיא כאילו מען דארף זיך פארשטעלן אז וואס וואלט דער רבי געענטפערט, כאילו אין יענע צייטן האט קיינער נישט געהאט אזא שאלה און אפילו ווען יא האט ער מורא געהאט צו פרעגן דעם רבין.

לאמיך דיר פארציילן נייעס. עס זענען געווען כמה וכמה אידן וואס האבן געהאט די שאלה און זיי האבן געפרעגט דעם רבין און ער האט טאקע געענטפערט אז מען זאל יא גיין קיין מאנהעטן.

איך מיין אז דו ביזט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. איכא דרכא אחרינא איז טייטש אז ווען איינער וויל גיין צו געוויסן פלאץ און עס איז דא צוויי וועגן איינס גייט אדורך א נישט ריין פלאץ דארף מען נעמען דעם אנדערן וועג. אבער ווען איינער וויל גיין קיין מזרח און אנצוקומען אהין דארף מען דורך גיין א נישט ריין פלאץ זאגט מען אים נישט גיי נישט און אוודאי אז מען זאגט אים נישט צו גיין קיין מערב.

לעינינו ווען איינער וויל ארבעטן אין פינאנץ וואס מען מוז פאר דעם האבן אן אימעיל זאגט מען אים נישט אז ער זאל ענדערש זיין א טעקסי דרייווער. און בכלל, פשוט און גראד אימעיל איז נישט קיין דבר איסור עס איז כשר וישר פונקט אזוי ווי א מעיל באקס און א טעלעפאן און דער וואס זאגט אנדערש איז א חסיד שוטה און אויף דעם טאקע זאגן אונזערע חכמים ולא עם הארץ חסיד.

די ווייטאג איז אז עס זענען דא ערליכע אינגעלייט און בחורים וואס זיי ווילן טוהן וואס עס איז ריכטיג און זיי ליינען און הערן וואס די חסידים שוטים זאגן און זיי נעמען עס אן מיטן גאנצן הארץ און זיי שרייבן זיך איין אין די חסידים שוטים ארגאניזעישנס און ווען עס קומט זייער צייט צו גיין ארבעטן ליידן זיך זיי און זייערע משפחות צאם פון די קבלות שטות און ער דארף נאך נעמען מעדיצין און טעראפיע ער זאל קענען אריבערגיין דעם מציאות אז די וועלט ארבעט נישט אן קיין אימעיל.

איך פרעג נאר איין פשוטע זאך, איז דא איינער האלט אז אין צען יאר ארום וועט מען נאך קענען טוהן סיי וואס אן אן אימעיל? מען וועט אפילו נישט קענען אנצינדן די קאר אן קיין אימעיל.

נו די חסידים שוטים ווילן טוהן היינט וואס די פרושים האבן געטון אין די צייטן פון חז"ל. גוד לאק און עטס וועט האבן גענוג סוקסעס ווייל דער שטן העלפט ענק.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4728
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:56 pm

איך האב שוין איבער צוואנציג יאר טעקסט.
כ'האב קיינמאל נישט באקומען אומאויסגעהאלטענע זאכן.

אן אומאויסגעהאלטענע טלפון קאל, האב איך שוין יא באקומען.

איך פארשטיי נישט צום פראבלעם.

פרומער זאל יעדער זיין דארט ווי ער זעהט זיין ניסיון.

אבער אוועק שטיין פון טעכנאלאגיע, עד כדי נישט האבן קיין טעקסט, אבער א ניק יא, איז פאר מיר - פשוט'ער איד - זייער או פארשטענדליך.

אויסער אויב האט ער נישט קיין טעקסט, טאקע אלס שדכן וואס צופיהל מענטשען דרייען א קאפ.
דאן האט עס גארנישט מיט עבודה.

איר זענט זיך סותר מני' ובי'

און פארשטייט זיך אליינס אז איינער וואס האט נישט קיין טעקסט מעג ווייטער האבן א ניק אויף אייוועלט
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

Greeneryid האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:58 pm
איך פרעג נאר איין פשוטע זאך, איז דא איינער האלט אז אין צען יאר ארום וועט מען נאך קענען טוהן סיי וואס אן אן אימעיל? מען וועט אפילו נישט קענען אנצינדן די קאר אן קיין אימעיל.

נו די חסידים שוטים ווילן טוהן היינט וואס די פרושים האבן געטון אין די צייטן פון חז"ל. גוד לאק און עטס וועט האבן גענוג סוקסעס ווייל דער שטן העלפט ענק.
הייסט אז דיין דאגה איז איבער צען יאר ארום? כאילו דו ווייסט יא אויף זיכער אז דיין דזשאב גייסטו האבן אין צען יאר ארום מיט אלע ראבאטן אין AI וואס נעמען איבער די וועלט.

א איד טוט וואס ער שפירט פאר ריכטיג צו טון, און דאס איבריגע פארלאזט מען זיך אויפן רבוש"ע. ס'איז א חסרון אמונה זיך יעצט מקבל זיין א קבלה ווייל אין צען יאר גייט נישט זיין קיין דזשאב אן דעם.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:56 pm

פרומער זאל יעדער זיין דארט ווי ער זעהט זיין ניסיון.
אט דאס זאג איך. יענער שפירט אז טעקסט איז אים א גרעסערע נסיון ווי א ניק, אלזא פארוואס האלט איר אים פאר אויף דעם?
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

Greeneryid האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:58 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:30 pm
Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:54 pm
אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
ווען א איד וואלט געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט א דזשאב אין וויליאמסבורג און מ'טראגט אים אן א דזשאב אין מאנהעטן פאר מער געלט, וואס קלערסטו וואלט געווען די תשובה?

מאנהעטן איז געווען א בדיעבד פאר אסאך, אבער א לכתחילה פאר איינער וואס האט דארט געהאט מעגליכקייטן צו ארבעטן.

איכא דרכא אחרינא מיינט וויליאמסבורג אנשטאט מאנהעטן, און אויך אינטערנעט-פריי אנשטאט מיט אינטערנעט.
דו פרעגסט א קשיא כאילו מען דארף זיך פארשטעלן אז וואס וואלט דער רבי געענטפערט, כאילו אין יענע צייטן האט קיינער נישט געהאט אזא שאלה און אפילו ווען יא האט ער מורא געהאט צו פרעגן דעם רבין.

לאמיך דיר פארציילן נייעס. עס זענען געווען כמה וכמה אידן וואס האבן געהאט די שאלה און זיי האבן געפרעגט דעם רבין און ער האט טאקע געענטפערט אז מען זאל יא גיין קיין מאנהעטן.
איר ווייסט פון א איד וואס האט געהאט א דזשאב אין וויליאמסבורג און אעפ"כ האט אים דער רבי געשיקט קיין מאנהעטן?

Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:50 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:30 pm
Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:54 pm
אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
ווען א איד וואלט געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט א דזשאב אין וויליאמסבורג און מ'טראגט אים אן א דזשאב אין מאנהעטן פאר מער געלט, וואס קלערסטו וואלט געווען די תשובה?

מאנהעטן איז געווען א בדיעבד פאר אסאך, אבער א לכתחילה פאר איינער וואס האט דארט געהאט מעגליכקייטן צו ארבעטן.

איכא דרכא אחרינא מיינט וויליאמסבורג אנשטאט מאנהעטן, און אויך אינטערנעט-פריי אנשטאט מיט אינטערנעט.
איך קען נישט כאפן צו דו מאכסט זיך, צו נישט.

איך דיסעגרי נישט מיט עניטינג וואס דו שרייבסט

דו רעדסט מיטן שפראך אז איך בין גוט און יענער נאך בעסער, נו אודאי איז יענער בעסער. די גליון רעדט נישט דעם שפראך, נאר יענער איז גוט און איך בין שוואכער.

אודאי איז אלעס וואס דו זאגסט אמת! אבער וואלט מען דען אמאל געהאנגן צעטלעך קאמפיינען אז דער לכתחילה איד גייט ווערן א כלי קודש און דער בדיעבד אידן (רוב אונזערע טאטעס) גייען ארבעטן אין מאנהעטן?! וואלט די רבי זי”ע דאס צוגעלאזט?

האט די רבי זי”ע איינמאל נאר, און איין תורה נאר, ארויסגעברענגט עפעס א קליינע גרינגשעצונג/צווייטע שטאפל’דיגקייט אויף די ארבעטער בכלל? אדער מאנהעטן ארבעטער בפרט?

וואס דרייסטו א קאפ...
האט יראים גרינגגעשעצט אין די אידן וואס מוזן יא האבן אינטערנעט לצורך פרנסה? זיי רעדן צו די אידן וואס דארפן עס נישט לצורך פרנסתם.

אין רבי'נס צייטן איז געווען אן אויפוואכונג נישט צו פארן קיין מיאמי אויף וואקאציע אלס שמירת עינים, האסט דאס נישט געשטערט די אידן וואס ארבעטן אין מאנהעטן? ניין, ווייל מאנהעטן דארף מען און מיאמי נישט. איינער דארף יא אינטערנעט און איינער נישט.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

כ'בין נייגעריג צי איינער דא האט א פילטער וואס פילטערט זיינע אימעילס (חוץ נעט-פרי) .

יעצט איז שוין פארשטענדליך די אויפוואכונג?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:13 pm
Greeneryid האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:58 pm
איך פרעג נאר איין פשוטע זאך, איז דא איינער האלט אז אין צען יאר ארום וועט מען נאך קענען טוהן סיי וואס אן אן אימעיל? מען וועט אפילו נישט קענען אנצינדן די קאר אן קיין אימעיל.

נו די חסידים שוטים ווילן טוהן היינט וואס די פרושים האבן געטון אין די צייטן פון חז"ל. גוד לאק און עטס וועט האבן גענוג סוקסעס ווייל דער שטן העלפט ענק.
הייסט אז דיין דאגה איז איבער צען יאר ארום? כאילו דו ווייסט יא אויף זיכער אז דיין דזשאב גייסטו האבן אין צען יאר ארום מיט אלע ראבאטן אין AI וואס נעמען איבער די וועלט.

א איד טוט וואס ער שפירט פאר ריכטיג צו טון, און דאס איבריגע פארלאזט מען זיך אויפן רבוש"ע. ס'איז א חסרון אמונה זיך יעצט מקבל זיין א קבלה ווייל אין צען יאר גייט נישט זיין קיין דזשאב אן דעם.
איינער האלט איינעם אפ פון זיין פרום אדער משוגע אדער פריי? יעדער קען זיך פירן ווי אזוי ער וויל, ווי אזוי ער פילט אז דער אייבערשטער פארלאנגט פון אים. אבער אויב דו גייסט ארום קאמפעינען אז דיין וועג איז דער עכטער אידישקייט, דאן האבן אנדערע א רעכט צו קאמפעינען אקעגן דיר און מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס דו ביזט נישט גערעכט און געוויסע פעלער אז דו גייסט נאך מעשה שטן. עס איז פאר די אידן וואס הערן דיך און דיינע קעגנער צו דעסיידן ווער עס איז גערעכט.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:15 pm
Greeneryid האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:58 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:30 pm
Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:54 pm
אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
ווען א איד וואלט געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט א דזשאב אין וויליאמסבורג און מ'טראגט אים אן א דזשאב אין מאנהעטן פאר מער געלט, וואס קלערסטו וואלט געווען די תשובה?

מאנהעטן איז געווען א בדיעבד פאר אסאך, אבער א לכתחילה פאר איינער וואס האט דארט געהאט מעגליכקייטן צו ארבעטן.

איכא דרכא אחרינא מיינט וויליאמסבורג אנשטאט מאנהעטן, און אויך אינטערנעט-פריי אנשטאט מיט אינטערנעט.
דו פרעגסט א קשיא כאילו מען דארף זיך פארשטעלן אז וואס וואלט דער רבי געענטפערט, כאילו אין יענע צייטן האט קיינער נישט געהאט אזא שאלה און אפילו ווען יא האט ער מורא געהאט צו פרעגן דעם רבין.

לאמיך דיר פארציילן נייעס. עס זענען געווען כמה וכמה אידן וואס האבן געהאט די שאלה און זיי האבן געפרעגט דעם רבין און ער האט טאקע געענטפערט אז מען זאל יא גיין קיין מאנהעטן.
איר ווייסט פון א איד וואס האט געהאט א דזשאב אין וויליאמסבורג און אעפ"כ האט אים דער רבי געשיקט קיין מאנהעטן?
יא
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:19 pm
Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:50 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:30 pm
Dim האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:54 pm
אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
ווען א איד וואלט געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט א דזשאב אין וויליאמסבורג און מ'טראגט אים אן א דזשאב אין מאנהעטן פאר מער געלט, וואס קלערסטו וואלט געווען די תשובה?

מאנהעטן איז געווען א בדיעבד פאר אסאך, אבער א לכתחילה פאר איינער וואס האט דארט געהאט מעגליכקייטן צו ארבעטן.

איכא דרכא אחרינא מיינט וויליאמסבורג אנשטאט מאנהעטן, און אויך אינטערנעט-פריי אנשטאט מיט אינטערנעט.
איך קען נישט כאפן צו דו מאכסט זיך, צו נישט.

איך דיסעגרי נישט מיט עניטינג וואס דו שרייבסט

דו רעדסט מיטן שפראך אז איך בין גוט און יענער נאך בעסער, נו אודאי איז יענער בעסער. די גליון רעדט נישט דעם שפראך, נאר יענער איז גוט און איך בין שוואכער.

אודאי איז אלעס וואס דו זאגסט אמת! אבער וואלט מען דען אמאל געהאנגן צעטלעך קאמפיינען אז דער לכתחילה איד גייט ווערן א כלי קודש און דער בדיעבד אידן (רוב אונזערע טאטעס) גייען ארבעטן אין מאנהעטן?! וואלט די רבי זי”ע דאס צוגעלאזט?

האט די רבי זי”ע איינמאל נאר, און איין תורה נאר, ארויסגעברענגט עפעס א קליינע גרינגשעצונג/צווייטע שטאפל’דיגקייט אויף די ארבעטער בכלל? אדער מאנהעטן ארבעטער בפרט?

וואס דרייסטו א קאפ...
האט יראים גרינגגעשעצט אין די אידן וואס מוזן יא האבן אינטערנעט לצורך פרנסה? זיי רעדן צו די אידן וואס דארפן עס נישט לצורך פרנסתם.

אין רבי'נס צייטן איז געווען אן אויפוואכונג נישט צו פארן קיין מיאמי אויף וואקאציע אלס שמירת עינים, האסט דאס נישט געשטערט די אידן וואס ארבעטן אין מאנהעטן? ניין, ווייל מאנהעטן דארף מען און מיאמי נישט. איינער דארף יא אינטערנעט און איינער נישט.
דאס איז גלייך צו אן אויפוואכונג נישט צו פארן קיין מיאמי ביעטש פאר וויקאציע...

Wow, just wow
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”