בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ברוכים הבאים!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען שטייט היינט עטוואס מער פון 7 וואכן אפגערוקט פונעם דאטום ווען די ערשטע שטימען אין די פרעזידענט קאקוס/פריימערי סעזאן ווערן געלאזט אין גאנג

נאך לאנגע מאנאטן פון קאמפיינען דורך א שרינקנדע ליסטע פון קאנדידאטן וועלכע האט איז אין אנהויב געווען מער לעבעדיג און מיט די צייט רעלאטיוו פארשלאפן אין ליכט פון טראמפ'ס נאכאנאנדע דאמינאנץ אין אנקעטעס און א מיטל מזרח אין פלאקער וועלכע האט באוויזן צו פארקירעווען די מידיא דעקונג פונעם קאמפיין צוג קומט מען אצינד אן די די דעצידירנדע פאזע פונעם פארמעסט ווען וויילער וועלן באקומען א שאנס צו ציען דעם צינגל און לאזן הערן זייער שטימע

די אמעריקאנע באפעלקערונג איז אצינד טיף פארטונקן אין זייערע חגאות פייערונגען און שענקן נאך וויינציגער אויפמערקזאמקייט צו פאליטישע נייעס אבער ווי נאר מען טרעט אריין אינעם נייעם למספרם יאר איז ערווארטעט אז די די מיקראפאנען פון די נאציאנאלע פרעסע וועלן פארפלייצן די אייאווע דערפער און פארשטעט און דעקן לעבעדיג די בעפארשטייענדע קאקוס

די קאקוס איז באשטימט אויף יונואר 15 למספרם וועלכע קומט שחל להיות במארטין לוטער קינג טאג וועלכע איז א פעדעראלע האלידעי און קען טרייבן נאך מער מענטשן צו די קאקוס זיצונגען

רעפובליקאנע וויילער לענגאויס די סטעיט וועלן זיך צוזאמקומען אין קלענערע קאנפרענצן וואו יעדע קאנדידאט וועט האבן א פארשטייער וועלכע וועט גיבן א רעדע פאר די פארזאמלטע גרופעס אין שטיצע פונעם קאנדידאט און דאן וועלן די וויילער אפגעבן זייער שטימע

דעמאקראטן האבן צום ערשטן מאהל איינגעשטעלט א טויש און טראץ וואס אויך זיי וועלן זיך צוזאמקומען אום יונואר 15 למספרם צו די טראדיציאנאלע זיצונגען צו דיסקוסירן פארטיי ביזנעס וועט מען אבער נישט שטימען אויפן פלאץ נאר מען וועט קענען שטימען בלויז דורך אריינשיקן מעיל אין בעלאט וואס מיינט אז אנדערש ווי ביי די רעפובליקאנער ווי בלויז די וועלכע נעמען די צייט און מיה זיך צו באטייליגן ביים קאקוס וועלן אלע בארעכטיגטע דעמאקראטן אין די סטעיט האבן א ווארט אין אויסקלייבן זייער בעפארצוגט קאנדידאט פאר די פארטיי נאמינאציע

די דעמאקראטישע פארטיי וועט שליסן די מעיל אין וואל סעזאן אום סופער טוסדעי, מערץ 5 למספרם (נאך וואס מען וועט שוין האבן געשטימט אין אנדערע סטעיט) ווען די געוואונער וועט געמאלדן ווערן

די דאזיגע אשכול וועט ווערן דעזיגנירט אויסשליסליך פאר טעכנישע אפדעיטס און לאגיסטיקס איבער די קאקוסן און פריימעריס, און הויפטזעכטליך עקזיט פאולס און פאקטישע וואל רעזולטאטן אין די נעכט פון די וואלן

ביטע רעספעקטירן די ווינקל אלס "בלויז נייעס" און פאר נייעס פונעם אויבנדערמאנטן קאטעגאריע און לאזן אלגעמיינע קאמפיין נייעס אין די אלגעמיינע קאמפיין אשכול

א גרויסן דאנק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ערשטע בעלאטס אין די 2024 למספרם וואל סעזאן ווערן שוין אויסגעפולט

ניו העמפשיר האט שוין ארויסגעשיקט בעלאטס פאר וויילער וועלכע שטימען עבסענטי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שטייענדיג ווייניגער פון דריי וואכן צו די אייאווע קאקוסעס איז צייט צו כאפן א בליק אויף די צוגרייטונגען אויפן שטח וואו די קאנדידאטן אקערן אויף די באדן מיט די האפענונג אז אום יונואר 15 למספרם וועלן זיי שניידן זאפטיגע פרוכטן

ווילאנג די שטימען ווערן נישט אפגעגעבן קען מען בלויז שפעקולירן וועלכע זומען שלאגן טאקע ווארצלען און זיך וואונדערן אויב די אנקעטעס שפיגלען ריכטיג אפ וואס עס איז צו ערווארטן

אין די לעצטערע מאנאטן איז געווען שטארק אנגענומען אז ראן דעסאנטיס באווייזט אויפצובויען א גאר מאסיווע אפאראטוס אויפן מאדעל פון פריערדיגע קאנסערוואטיווע קאנדידאטן וועלכע האבן סוקסעספול אנגעקניפט די ריכטיגע פארבינדונגען מיט לאקאלע פראמינאנטע פיגורן וועלכע ווייסן ווי אזוי צו אנגאזשירן די עלעמענט וועלכע איז פארפליכטעט צו אנטייל נעמען ביים קאקוס

אין די לעצטיגע וואכן האט זיך אנגעהויבן א שטארקע שיפט פון באריכטן איבער איינפלוסרייכע גרופעס וועלכע האבן אונטערגענומען א גאר העפטיגע אפעראציע אונטערצושטיצן די קאנדידאטור פון ניקי העילי און די קאמפיין האט זיך פארבונדן מיט טויזנטער וויילער וועלכע פארפרעכן צו שטימען פאר איר און די מידיא פרעגט נאכאנאנד די פראגע אויב זי וועט באווייזן צו איבערראשן ערווארטונגען און ארויסקומען נומער 2 אדער כאטש גאר נאנט צו דעסאנטיס

די אויבנאן ווערט דערווייל רעזערווירט פאר פרעזידענט טראמפ וועלכע באווייזט זיך צו האלטן שטארק פאראויס אין די אנקעטעס און די וועלכע גלייכן עס נישט ווייזן אן אז די אנקעטעס רעפלעקטירן נישט די רעזולטאטן וואס וועלן קומען פון א מער טראדיצאנאל רעליגיעזע קאקוס טיפ און זיי ברענגן ארויס אז די טראמפ מאשין איז שוואכער פון די מער סאפיסטיקירטע דעסאנטיס מאשין וועלכע וועט ארויסטרייבן מער וויילער צו די קאקוסעס

דעריבער איז צייט אריינצוקריכן אין די באהויפטונג אין כאפן א שפאציר אין אייאווע אין די פאליטישע ביוראען וואו די טראמפ קאמפיין אפערירט און זיך אומקוקן און באקענען אויב זייער מאשין איז טאקע אזוי פארדזשאווערט אדער מעגליך יא אויל געשמירט

נאך וואס טראמפ איז אין 2016 למספרם אריינגעקומען אויפן צווייטן ארט אין די אייאווע קאקוס האט זיין טיעם פארשפראכן אויסצוברייטערן די עלעקטאראט גענוג שטארק אז עס זאל גאנץ פריה אוועקלייגן סיי וועלכע מעגליכע אפאנענט

די סטראטעגיע פון די קאמפיין איז געווען צו מאביליזירן הייסע שטיצער און אנהענגער אבער אויך צו גרייכן וויילער מיט שוואכערע אינטערעסע אריינגערעכנט אזעלכע וועלכע מען וועט דארפן מוטשען און שטופן ארויסצוקומען

די געדאנק איז געווען אז טראפ האט דורכאויס זיין פרעזידענטשאפט באוויזן היבש צו פאררויטלען די סטעיט און אויסגעברייטערט די פארטיי מער ווי בעפאר און עס זענען פארהאן אסאך פרישע וויילער וועלכע זענען נישט אויף די ליסטע פון לאנגיעריגע טראדיציאנאלע שטימען אין די פארטיי קאקוס

די קאמפיין סטעיט דירעקטאר אלכסנדר ליכטמאן זאגט אז טראמפ אינספירירט וויילער אויף א פארנעם וואס זיינע אפאנענטן קענען נישט און זיי ערווארטן ארויסצושלעפן טויזנטער ערשטמאהליגע קאקוס באטייליגער

ביי לעצטיגע טראמפ ראליס אין די סטעיט קען מען באמערקן ווייסע טראמפ היטלעך מיט די ווערטער "טראמפ קאקוס קעפטעין" אין גאלדענע בוכשטאבן ארויסשטארן פון א טייך פון די באקאנטע רויטע מאגא היטלעך און די אינזלען פון ווייסע היטלעך ווערן בלויז מער מיט יעדע פרישע קאמפיין אויפטריט

די קאמפיין האט געלאזט עמברוידערן א באגרעניצטע צאהל פון די היטלעך וועלכע ווערן געגעבן פאר די וועלכע וואלונטירן צו דינען אלס קאקוס קעפטעינס און מער פון 2 טויזנט שטיק זענען געווארן פארטיילט פאר די וועלכע האבן זיך פארפליכטעט צו גיבן א 3 מינוטיגע רעדע אין שטיצע פון טראמפ ביי זייערע קאקוס לאקאלן און אבזערווירן דאס אפציילן די שטימען און באריכטן די אויסגאנג צום קאמפיין הויפטקווארטיר

די קעפטעינס באשטייען פון לאקאלע פארפעלקער וועלכע ווערן דעזיגנירט צו ארבעטן אינאיינעם און רעכנט אויך אריין פארטיי פארזיצער און ערוויילטע באאמטע א שטייגער ווי אטוירני דזשענעראל ברענא בירד

די קעפטעינס דארפן זיך באטייליגן ביי אן 1 שטונדע טרענירונג סעסיע פערזענליך אדער ווירטואל און 350 אזעלכע צוזאמקומען זענען שוין געווארן אפגעהאלטן און די קאמפיין ציהלט צו גרייכן 500 אזעלכע אויף ביז די קאקוס נאכט

די קעפטעינס באקומען א 20 זייטן האנדבוך וועלכע דעטאלירט זייער ראלע און פאראנטווארטליכקייטן און שטעלט צו רעקאמענדירטע רעדעס וואס צו זאגן אין זייערע פריסינקטן מיט א בייגעלייגטע קאקוס נאכט ליסטע וואס דארף ווערן ערלעדיגט בעפאר מען קומט צום קאקוס

די ליסטע דערמאנט מיטצוברענגן אן אידענטפייקאציע קארטל, קאמפיין ליטעראטור, פאסיגע קליידונג זיך צו האלטן ווארעם אין די קאלטע טעמפעראטור און עטליכע קאמפיין שילדן

איינע פון די קעפטעינס וועלכע פלאנט צו טוהן די ארבעט אינאיינעם מיט איר מאן זאגט אז די קאמפיין האט זיך מיט איר פארבונדן און אנגעבאטן די ראלע וועלכע זי האט קיינמאהל נישט געקלערט צו טוהן

זי זאגט אז זי קען גוט רעדן און האט עס באשלאסן אנצונעמען זינט זי האלט שטארק פון טראמפ און איז פרייליך אז זי קען אים ארויסהעלפן

די ווייס גאלדענע היטלעך איז נישט די איינציגסטע קאמפיין מאטריאל וועלכע איז געציהלט צו מאכן די קעפטעינס שפורן וויכטיג נאר טייל פון זיי באקומען רעזערווירט פאדערשטע זיצן ביי טראמפ ראליס און געוויסע פון זיי ווערן ארויפגערופן אויפן פלאטפארמע צו פארציילן איבער זייער ערפארונג ווי אזוי זיי זענען געווארן רעקרוטירט צום קאמפיין

אנדערע אינציאטיוון צו מאכן די וואלונטירן גלויבן אז זיי זענען ספעציעל איז א מיטינג מיט די רעפובליקאנע נאצינאלע קאמיטע און טראמפ אונטערגעשריבענע סערטיפיקאטן

עס איז וואר אז טראמפ האט אפגעהאלטן אסאך ווייניגער אויפטריטן אין די סטעיט ווי זיינע קעגנער באזוכנדיג דארט ווייניגער פון 20 מאהל זינט מערץ למספרם און קאנטראסט צו העילי'ס מער פון 60 אוונטן און דעסאנטיס וועלכע האט באזוכט אלע 99 קאונטיס אבער די קאמפיין ארבעט שווער צו מאכן זיכער אז טראמפ קומט יא אהין זאל זיך אויסצאהלן די שפעזן און פארוואנדלט די ראליס אין "פארפליכט זיך צו קאקוסן" רעגיסטראציע צענטערן

טראמפ'ס רעדע איז טאקע אפיציעל די צענטראלע הויכפונקט פון די ראלי אבער קאמפיין שטאב שפרייזן צווישן די פארזאמלטע און זאמלען קאנטאקט אינפארמאציע איבער זיי און זייער פאמיליע און פריינד וועם זיי ברענגו מיט זיך צו די ראליס

מען הערט פון מערערע אינגע ראלי באטייליגער וועלכע זענען אקארשט געווארן 18 און איינגעשפאנט דורך אפעראטיוון און וויי איינער פון זיי פארציילט האט ער צום ערשטן מאהל אין זיין לעבן זיך ארויסגעלאזט צו א ראלי און זיך שווערליך דורכגעשטפוט די זיכערהייט ביים מאכן זיין וועג אריין צו א קאנווענשאן צענטער און נאך בעפאר ער האט געהעריג באגריפן וואו ער געפונט זיך האט ער זיך געטראפן רעדן מיט א פלייסיגעקאמפיין שטאב מיטגליד וועלכע האט בלויז געוואלט וויסן אויב ער איז גרייט אונטערצושרייבן א קארטל אז ער איז גרייט צו קומען צום קאקוס

די קאמפיין האט אינמיטן דעצעמבער למספרם געהאט אויפגעטריבן 51 טויזנט אזעלכע קארטלעך און די וועג ווי אזוי מען האלט אן ווייטערדיגע קאנטאקט מיט זיי איז מיטן פארטיילן א ליסטע פון 25 פון פארפליכטעטע און יעדע פון זיי דארף מאכן זיכער אז 10 פון זיי האלטן זיך צו זייער פארשפרעכונג און די קאמפיין שלאג ווארט איז "10 פאר טראמפ"

די געוויכט וואס די קאמפיין לייגט אויף נייע וויילער איז מיטן ציהלן אינגע וויילער אדער אפילו עלטערע וועלכע האבן נאכנישט געשטימט בעפאר אבער האבן ארויסגעצייגט שטיצע פאר טראמפ אין פריערדיגע וואל סעזאנען אויף סיי וועלכע וועג ווי צום ביישפיל מיטן קומען צו א ראלי אדער בייגעשטייערט געלט

אין א לעצטיגע אנקעטע ווערן די טראמפ אויבערהאנט צווישן ערשטמאליגע וויילער אויסגעברייטערט צו 63% וואס איז א באדייטנדע שפרונג פון די 49% שטיצע צווישן די קלאס וואס ער האט אנגעצויגן אין אקטאבער למספרם

דעסאנטיס ציהט אן 12% צווישן די גרופעאון העילי באקומט 11% אבער די ריזיגע פראגע צייכן וועלכע בלייבט הענגן אין די לופט איז וויפיל אימפאקט די דאזיגע וויילער קרייז וועט ווירקליך האבן אויף די פארמעסט און אויב גענוג פון זיי נעמען עס גענוג ערנסט און וועלן אנהאלטן זייער עקסטאז גענוג שטארק דורכצומאכן די לאנגווייליגע קאקוס פראצעדור

ביי קאמפיין אויפטריטן ווערן די קעפטעין'ס נאכאנאנד דערמאנט אז די מאסיווע אנקעטע אויבערהאנט פון טראמפ איז א גאר גרויסע געפאר ווייל עס וועט האלטן שטיצער אינדערהיים און די וואלונטירן ווערן שטרענג אויפגעפאדערט נישט צו נעמען פאר לייכט זייער מיסיע פון ארויסברענגן מענטשן צום קאקוס
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

@הכל הבל זייער זייער אינפארמאטיוו, פיינע אנאליז, אסאך חידושים.

ווי וואנט מאר.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שפראך
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:26 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפראך »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:34 am
@הכל הבל זייער זייער אינפארמאטיוו, פיינע אנאליז, אסאך חידושים.

ווי וואנט מאר.
יאפ איי עגרי קנאקעדיגע אנאליז
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2996
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אויף טראמפ (און זיין קאמפיין) טאר איך נישט זאגן פיינע נייעס משום לא תחנם, אבל הכל הבל'ס אנאליז דערויף זענען כו"ע מודים אז דאס איז פיינע נייעס!!!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2950
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יישר כח הרב @הכל הבל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3676
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הבל, קומט אריין געשמאק ווי אייביג!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען שטייט פונקט א וואך צו די אייאווע קאקוסעס און עס זענען אריינגעקומען מערערע פארלאנגען אין אישי צו ערקלערן איר באדייט אויפן שפיץ גאפל

פאלגענד איז א שטיקעלע אריינפיר וועלכע איז געברענגט געווארן צוריק אין 2020 למספרם און מיר זענען אצינד מעלה גרה טייל דערפון און עס לייכט מאדיפיצירט אויסצושליסן דעטאלן פון סעפעציפישע קאנדידאטן פון יענע צייט

א לעכטיגן פרימארגן!

וויילער גרייטן זיך אפצוגעבן די ערשטע שטימען אין די 2020 למספרם פריימערי סעזאן מיטן מאכן זייער אויסוואל אין די אייאווע קאקוס און פאלגענד איז א שטיקל באריכט איבער וואס עס גייט זיך אפשפילן און כאטש א שמעק פון וואס איז צו ערווארטן

די קאקוסעס ווערן אפגעהאלטן צושפרייט לענגאויס 1678 פריסינקטס אויף די דעמאקראטישע זייט און די אויפגאבע פון איטליכער קאמפיין איז צו געפונען א קאמפיין ארגאנאזירער וועלכע זאל פארזיכערן ווי מער שטיצער פונעם קאמפיין זיך צו באווייזן און איבערצייגן אומבאשלאסענע וויילער פארוואס זייער קאנדידאט איז דאז מערסטע געאייגנט צו ווערן ערוועלט אלץ די פארטיי'ס נאמיני

ארויסצוברענגן וויילער אין אזא טאג קען זיין היבש שווער און קאמפיינס דארפן צו האבן עכט מאטיווירטע ארגאנאזירערס וועלכע זאל ארויסשלעפן וואס מער מענטשן פון שטוב פאר א מיטינג וועלכע קען רואיג געדויערן א שטונדע אדער צוויי

די באדייט פון די ווארט קאקוס איז אן אלטע אויסדרוק צו באצייכענען א מיטינג וואו מען ערלעדיגט ביזנעס אנגעלעגנהייטן און איז היסטאריש גענוצט געווארן צו באצייכענען די צוזאמקומפטן אין אייאווע אין וועלכע עס זענען ערלעדיגט געווארן די ביזנעס פון די לאקאלע סטעיט פארטייען

די אייאווע קאקוס גייט שוין צוריק פאר לאנגע יארן און פלעגט דינען הויפטזעכטליך צו באשטימען פארטיי ווירטשאפט, ערוועלן דעלעגאטן צום סטעיט פארטיי קאנווענשאן ביי וועלכע מען פארמירט די פארטיי פלאטפארמע און אגענדע

די דאטום פונעם קאנווענשאן פלעגט זיין אלעמאל אנדערש און געווענליך טיף אריין אין די פרעזידענט פריימערי סעזאן וועלכע האט געמיינט אז די פארמעסט פאר פרעזידענט פלעגט שפילן גאר א קליינע ראלע אין די קאקוס און גאר ווינציג איינפאכע וויילער פלעגן זיך דארט באטייליגן

אזעלכע מיטינגען פלעגן געווענליך פאסירן ווען צום ביישפיל, דזשאן סמיט וועלכע איז געווען א סטעיט פארטיי באאמטע האט זיך פארבונדן טעלעפאניש מיט ריק דעיוויס וועלכע האט פונקט ווי אים אויף פארנומען א פאזיציע אין די פארטיי און די צוויי האבן זיך אפגעשמועסט ווען זיך צו טרעפן אין עימיצן'ס סאלאן און דארט "אפגעראכטן" די קאקוס

אין 1968 למספרם האט די פארטיי באשטעטיגט א טויש צו זיין מער אפן מיטן פובליק און איינגעפירט אז מען מוז פארעפנטליכן די דאטום און לאקאל פון די מיטינגען 30 טעג בעפאר זיי ווערן אפגעראכטן

די קליינע רעפארם האט אבער געעפנט די וועג פאר א מאסיווע טויש אינעם גאנצן קאקוס סטרוקטור וועלכע האט נאכגעפאלגט בלויז 4 יאר שפעטער ווען די פארטיי האט אנערקענט אין די גלענצנדע געלעגנהייט פון שענקן מער אויפמערקזאמקייט צום פראצעדור האט דאן ארויפגערוקט די דאטום פון די קאקוס צו פעדערן די ביז דאן ערשטע סטעיט ניו העמפשיר און אזוי איז די סטעיט צוביסלעך אויסגעשטיגן אלץ די ראש המדברים אין די פרעזידענט פריימעריס פארמעסטן

זינט א קאקוס איז אזוי אנדערש ווי א געווענליכע פריימערי און גאר אייגנארטיג וועלן קאמפיינס פרובירן צו טרעפן קאקוס ארגאנאזירער וועלכע זענען פון די באטרעפנדע געגנט און קענען זיך מיט לאקאלע איינווואוינער ווייל עס איז גרינגער צו באארבעטן שכנים און באקאנטע

אן עקסטערע מיסיע פאר די ארגאנאזירער וועט זיין צו האלטן אן אויג אויף באשלאסענע וויילער וועלכע פלאנען צו שטימען פאר קאנדידאטן וועלכע וועלן פארפעלן אנצוציען אין זייער פריסינקט די נויטיגע 15% און דאן אויטאמאטיש ווערן אן אפענע ציהל פון די ארגאנאזירער זיי אריבערצוגעוואונען צו זייער זייט ביי די נאכפאלגענדע רונדע

אצינד א שטיקל בליק אויף עלעקשאן נאכט:

אום אכט אזייגער איסטערן טיים אין אוונט הויבן זיך אן די קאוקאסעס אבער די טיהרן עפענען זיך שוין א שטונדע בעפאר

די לאקאלן זענען נישט די זעלבע וואו מען שטימט אין די אלגעמיינע וואלן און איז טייל פון די ארבעט פון די ארגאנאזירער צו פארזיכערן אז מענטשן זענען באקאנט וואו אהין צו גיין זייענדיג אין מערסטנס פעלער לאקירט אין אזלעכע ערטער ווי שולעס אין גימאנעזיום'ס

איינמאל מען איז געשטאנען אין ליניע אריינצוגיין בעפאר זייגער אכט (אויפן ניו יארקער זייגער) קען מען מער נישט ווערן אפגעוויזן איינטריט און ווי עס מאכט זיך אפט ווען עס איז דא לאנגע ליניעס וועלן די באאמטע ערשט אפשפארן די לאקאלן שפעטער ווי געפלאנט

יעדע פריסינקט באקומט צוגעטיילט פון די פארטיי א טעמפארערי פארזיצער וועלכע טוט איינפעדימען די קאקוס און ער פירט אדורך אן אפשטימונג און אין געווענליכע פעלער ווערט יענער אריינגעשטימט אנצופירן מיט די גאנצע פראצעדור און דערנאך וועלן טייל קאמפיינס פארלאנגען און באקומען א געלעגנהייט אז זייער ארגאנאזירער קורצליך צו פארשטעלן זייער קאנדידאט און זייערע אייגנשאפטן

די פראצעדור דערנאך איז אנדערש ביי די צוויי פארטייען און ביי די רעפובליקאנע פארטיי איז זי מער איינפאך ווען אלע אנוועזנדע וועלן זיך זעצן צום טיש און יעדער וועט אויספולן א פאפירענע בעלאט און אריינווארפן אין א שאכטל וועלכע ווערט דערנאל געפנט דורך פארזיצער וועלכע ליינט פאר אלע בעלאטס פארנט פון יעדן און דאן שיילט זיך ארויס א געוואונער מאכנדיג די סיסטעם גאר ענליך צו א געווענילכע פריימערי מיטן אויסנאם אז דא קען יעדער מיטהאלטן פאר וועם מען יעדער שטימט

די פראגע וועלכע יעדער וויל וויסן איז וואו און וואס דארף מען קוקן מארגן נאכט צו באקומען די ערשטע אנונג איבער וואס צו ערווארטן

די סאמע ערשטע וויצו קוקן איז ארויף אויפן הימל און באטראכטן די וועטער צושטאנד זינט עס איז אנגענומען אז א שווערערע וועטער באדייט א קלענערע טוירנאוט און שפילט געווענליך אריין אין די הענט פון קאנדידאטן מיט מער ענערגיש און אויפגעהייטערטע וויילער

איז ווער גייט געוואונען, און מיט וויפיל?
שווער צו וויסן גענוי אבער אנקעטעס זאגן דאס זייעריגע בעת אייווועלט אנאליסטן זאגן זייערע פאראויסשאצונגען און מיר דא וועלן לאזן די וויילער אין אייאווע באשליסן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דערמאנונג:

היות די קאקוסען זענען א קנאפער וואך אוועק, ביטע נוצן דעם אשכול נאר פאר זאכליכע נייעס און נישט פאר קיינע דעבאטעס.

א דאנק
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17699
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ביטערע פרעסטן איז ערווארטעט קומענדיגע מאנטאג אין אייאווע. די טאג וואס די אייאווע קאקוסעס קומט פאר. מיט די שטארקע ווינטן וועט זיך עס שפירן א סך אונטער זעראו דעגריס.

אנגעהויבן פון מארגן איז דא א "לעבנס-געפארפולע וועטער צושטאנד" איבער אייאווע. די שניידענדע קעלט קען מעגליך אפעקטירן די טורנאוט.
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:21 pm
ביטערע פרעסטן איז ערווארטעט קומענדיגע מאנטאג אין אייאווע. די טאג וואס די אייאווע קאקוסעס קומט פאר. מיט די שטארקע ווינטן וועט זיך עס שפירן א סך אונטער זעראו דעגריס.

אנגעהויבן פון מארגן איז דא א "לעבנס-געפארפולע וועטער צושטאנד" איבער אייאווע. די שניידענדע קעלט קען מעגליך אפעקטירן די טורנאוט.
Screenshot 2024-01-12 115322.png
Screenshot 2024-01-12 115322.png (311.66 KiB) געזען 5417 מאל
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

מיט דריי טעג צום אייעווע קאוקעס

דזשעף קאפמען דער טשעיר פונם רופאבליקאנע אייעווע פארטיי
ערווארט א רואיגע נאכט מיט שנעלע קלארע רוזולטאטן
ער זאגט :מיר האבן געטון אלעס מענטשליך מעגליך צו פארזיכערן די נאכט זאל דורכגיין אן קיין שטרוכלינג


די רופאבליקאנע פארטיי וועט האבן א וועבזייטל ווי עס וועלן ארויפגעשטעלט ווערן לעבעדיג די רוזולטאטן פון די 1657 פריסינקטס


ער זאגט אין די קלענערע וואל ערטער ווי ווייניג מענטשן קומען ארויס
קען מען ערווארטן רוזולטאטן אזוי שנעל ווי 30 מינוט
און די גרעסערע פלעצער אביסל לענגער


די ציילונג וועט פארקומען אין פארנט פון אלע קאוקעס צימערן
מיט פארשטייער פון אלע קאנדידאטן צו בא אבאכען די ציילונג
און דערנאָך וועט עס אויסגעריפען ווערן אינם צימער
און דערנאָך ארויפגלייגט ווערן אויף די פארטייס וועבזייטל .

קויפמען זאגט : דאס איז די בעסטע וואלן פראצודאר וואס איר וועט טרעפן אין די גאנצע לאנד
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פארזיכערונג פון די אייאווע רעפובליקאנע סטעיט פארטיי אז מען קען האבן צוטרוי אין די קאקוס פראצעדור קומט נאך א כאאטישע דעמאקראטישע קאקוס ציילונג אין 2020 למספרם ווען עס האט געדויערט מער פון 3 וואכן פאר די סטעיט פארטיי צו דערקלערן פיט בוטידזשעדזש אלס די געוואונער איבער בערני סאנדערס

יענע פארמעסט איז געווען גאר שמאל און בוטידזשעדזש האט באקומען 14 דעלעגאטן צו 12 וואס זענען געגאנגען פאר סענדערס אבער די אסאסיעטעד פרעס האט ביזן היינטיגן טאג נישט דערקלערט א זיגער צוליב זארגן איבער ווי אוקראט די רעזולטאטן זענען געווען

בוטידזשעדזש האט זיך עוועטולע ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט נאך בעפאר סופער דינסטאג אבער מאנכע האט באשולדיגט אז די וואלקן איבער די אויסגאנג האט אוועקגענומען א געלעגנהייט אז זיין קאמפיין זאל באקומען שטארקערע מאמענטום נאכ זיגן אין די ערשטע סטעיט

אויך ביי די רעפובליקאנער האט זיך שוין געטראפן פראבלעמען ביים מעלדן די קאקוס רעוזלטאטן צוריק אין 2012 למספרם ווען אין די נאכט פון די קאקוס האט די סטעיט פארטיי דערקלערט אז מיט ראמני האט געוואונען און 2 וואכן שפעטער האבן זיי געדארפט צוריקציען נאך וואס מען האט פארזעהן איינצושליסן רעזולטאטן פון 8 פריסינקטס און נאך אן איבערציילונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז ריק סענטארום האט פאקטיש געוואונען מיט 34 שטימען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס די רעזולטאטן ווערן מארגן געמאלדן גייט מען אנהויבן האלטן רעכענונג אויף די דעלעגאטן ציילונג

אייאווע האט 40 דעלעגאטן פון די נאציאנאלע דעלעגאטן געמיינדע וואס באשטייט פון 2278
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארום 8:45 אין אוונט קען מען אנהויבן באקומען רעזולטאטן פון די ערשטע פריסינקטס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א לעצטע טראמפ קאקוס ראלי קומט היינט פאר מיט די באטייליגונג פון קאנגרעס מיטגלידער גרין, געיטץ, העגמען, דזשארדען און קערי לעיק
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5409
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:05 am
ארום 8:45 אין אוונט קען מען אנהויבן באקומען רעזולטאטן פון די ערשטע פריסינקטס
דא איז 9:45 ?
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:26 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:05 am
ארום 8:45 אין אוונט קען מען אנהויבן באקומען רעזולטאטן פון די ערשטע פריסינקטס
דא איז 9:45 ?
8:45
N.Y. TIME
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גיבור האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:30 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:26 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:05 am
ארום 8:45 אין אוונט קען מען אנהויבן באקומען רעזולטאטן פון די ערשטע פריסינקטס
דא איז 9:45 ?
8:45
N.Y. TIME
ריכטיג
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

גיבור האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:30 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:26 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:05 am
ארום 8:45 אין אוונט קען מען אנהויבן באקומען רעזולטאטן פון די ערשטע פריסינקטס
דא איז 9:45 ?
8:45
N.Y. TIME
קאוקעס הייבן זיך אן זיבן אזייגער אייעווע צייט

די רופאבליקאנע פארטיי פארזיצער האט געזאגט אז אין די קלענערע פלעצער ווי ווייניג מענטשן קומען קען מען שוין האָבן די רוזולטאטן ביז א האלבע שעה
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עס איז הימל און שניי און קאקוסעס ווען די פאליטישע וועלט פאלגט נאך מיט שפאנונג צו הערן די אורטיייל פון א כאפטע קארטאפל קעפ מיט שטרויענע היטן

רעזולטאטן גייען אריינקומען צוביסלעך און דאטא אנאליסטן וועלכע "ווילן שוין האבן געזעהן גענוג" וואס פריער גייען האלטן אן אויג אויף יעדע שניי ברעקעלע אינפארמאציע וואס קומט אריין און פרובירן פאראויסצוזאגן וואס עס באדייט פארן גרעסערן בילד

האפנטליך וועלן באגאבטע אייוועלט עקספערטן נישט לאזן פאלן די נייעס הונגעריגע ליינער און באריכטן לעבעדיג נאכאנאנדע אנטוויקלונגען איבער רעזולטאטן פון פריסקינטס וועלכע קומען אריין און טייל וועלן פרובירן אפצולערנען און פארשטיין די בילד וועלכע שפילט זיך אויס

דעריבער קען זיין בענעפיטירנד צו באקומען א שטיקל בליק פון פאראויס איבער די מאפע און איר דעמאגראפיקס בעסער צו פארשטיין ווען מען דערמאנט נעמען פון געוויסע ראיאנען און געגנטער און וואס זייער ראלע אין די פארמעסט

אייאווע איז צוזאמגעשטעלט פון 99 קאונטיס אבער אויב דארף מען זיי בעסער קאנצעטרירן וואלט געווען גוט עס צו צושניידן אין 4 בלאקס וועלכע האבן פארמירט די עלעקטאראט אין די לעצטע עטליכע רעפובליקאנע קאקוסן

די 4 ראיאנען וועלכע מיר וועלן אויסרעכענען דעקן מער פון 90 פון די אפגעגעבענע שטימען אין 2016 למספרם און זענען וואו טראמפ, דעסאנטיס און העילי האבן פארברענגט מערסטנס פון זייער צייט אויפן קאמפיין צוג

די ערשטע אויף די ליסטע זענען די רעליגיעזע באוואוינטע קאונטיס וועלכע זענען אין די לעצטע 3 קאקוסן געגאנגען פארן זיגער אין די סטעיט און דעסאנטיס פארלייגט גרויסע כחות אויף די געמיינדע

אט די קאונטיס זענען געווענליך קלענער און מער רורעל און אין די לעצטע 3 פארמעסטן זענען 40 פון די 99 קאונטיס געגאנגען מיטן קאנדידאט וועלכע איז געווען בעפארצוגט צו די קריסטליכע עוואנגאליסטן און אויסגעמאכט ארום 46 טויזנט שטימען אין 2016 למספרם וואס איז געווען ארום א פערטל פון די טאטאל טוירנאוט

דעסאנטיס וועט דארפן געווינען אדער כאטש אריינקומען א נאנטע נומער 2 אין די גרעסטע טייל פון די קאונטיס אויב וויל ער האבן א גוטע נאכט און די עלעמענט פון וועם מיר רעדן זענען טאקע צושפרייט לענגאויס די סטעיט אבער הויפטזעכטליך קאנצעטרירט אין די פאלגענדע 3 געגנטער

די צפון מערב ווינקל פון די סטעיט איז די היים צו א גרויסע פאפולאציע פון וואס מען רופט די דאטש אמעריקאנער וועלכע ווערן באטראכט ווי די מערסט קאנסערוואטיווע אין לאנד

די רעדע איז פון אזעלכע קאונטיס ווי סיאקס און ליאן וועלכע זענען דאמינירט דורך די סארט וויילער וועלכע האבן אין 2000 למספרם געשטימט פאר גערי באוער איבער דזשארדזש בוש

א צווייטע גרופע פון דאטש אמעריקאנער אינאיינעם מיט אנדערע עוואנגאליסטן זיצן אין די אויסשטעט פון די מאינס צו דרום און מזרח פון די הויפטשטאט און רעכנט אריין אזעלכע קאונטיס ווי דזשעספער, ווארען, מאריאן און מאהאסקא

די לעצטע געגנט אין צפון פון צענטער פון די סטעיט וועלכע פארמאגט מיטלמעסיגע קאונטיס וועלכע זענען נישט זייער גרויס און נעמט אריין אזעלכע קראונטיס ווי הארדין און גראנדי וועלכע האבן אינאיינעם א באדייטנדע טייל פון די סארט וויילער

די צווייטע בלאק פון וויילער זענען די וועלכע זענען מער געבילדעט און די מער שטודירטע און באזירט אויף אנקעטעס איז עס וואו העילי דארף אריינקומען שטארק און זי האפט טאקע אריינצוקומען מיט א גרויסע אויבערהאנט אין די סטעיט'ס ארובאן געגנטער

אין 2012 און אין 2016 למספרם האבן בלויז 3 פון די קאונטיס געשטיצט ראמני און רוביא וועלכע האבן געהייסן צו זיין די מער סאפיסטיקירטע קאנדדיאט אבער אין 2016 למספרם האבן זיי אויסגעמאכט ארום 24 טויזנט שטימען

3 אנדערע גרויסע פון די סארט קאונטיס, אריינגערעכנט פאלק קאונטי (וועלכע איז אין די מאינס) האבן געשטימט פאר די אזויגערופענע פארגעשריטענע קאנדידאט אין די לעצטע 3 פארמעסטן און אין 2016 למספרם געהאט מער פון 50 טויזנט שטימען

דאס מיינט אז ווען מער רעכנט צוזאם די אלע 6 קאונטיס קען זיך עס רעדן פון 75 טויזנט שטימען וואס איז מער פון 40% פון די 2016 למספרם טאטאל און זענען געגנטער וואו העילי ערווארט צו האבן א גוטע שאנס

די געגנטער זענען וואו די גרויסע סטעיט אוניווערסיטעטן זענען קווארטירט ווי סטארי אייאווע (אייאווע סטעיט אוניוועריסטעט איז דארט) און דזשאנסאן קאונטי (אוניווערסיטעט אוו אייואווע איז דארט) אדער גרויסע סיטיס וואו פאלק קאונטי'ס די מאינס אוןאירע רייכע פארשטעט אין איר גרעניץ קאונטי דאלאס

די זעקס קאונטיס פארמאגן די גרעסטע טייל פון מענטשן מיט א 4 יאר קאלעדזש דעגרי און רעכנט אויך אריין דעווענפארט וועלכע איז א גרויסע סיטי אין סקאט קאונטי און אסאך קאפארעיט עקזעקוטיוון וועלכע ארבעטן אין אילינאי וואוינען דארט

עס נעמט אויך אריין סידער רעפידס וועלכע איז א שטארק פארנומענע מעטרא געגנט און געפונט זיך אין לין קאונטי

די דריטע גרופע איז א קאאליציע פון בלויע קאלנער קאונטיס וועלכע זענען גענויגט צו שטיצן די ווייניגער קאנסערוואטיווע קאנדידאט און האבן געשטימט פאר ראמני אין 2008 און אין 2012 למספרם און טראמפירט אין 2016 למספרם

די רעדע איז פון 5 קאונטיס וואס זענען דובוקיו, קלינטאן, מאסקאטין, פלעימאוט און פאטאוואטימיע און אלע פון זיי זיצן ביים גרעניץ מיט די מיסיסיפי גרעניץ און איר ריווער און מעגליך קען מען איינשליסן א זעקסטע קאונטי וועלכע איז וואודבערי און גייט אויך אין יענע דירעקציע און זיי אלע אינאיינעםהאבן באטראפן ארום 20 טויזט שטימען אין 2016 למספרם

די ראיאן איז נישט עקאנאמיש שפרודלנד און די פאפולאציע אין די אויבנדערמאנטע וואודבערי איז היינט קלענער ווי זי איז געווען אין 1960 למספרם ווען אויך די אנדערע קאונטיס זענען נישט ערנסט געוואקסן אדער גאר געשרונקן אין די לעצטערע יארן

צו פארשטיין וויפיל געוויכט טראמפ לייגט אויף יענע פלעצער איז גענונג אנצואווייזן אז טראמפ האט אלעס אינאיינעם באזוכט אייאווע ארום 25 מאהל און 5 פון די באזוכן זענען געווען אין די באטרעפנדע קאונטיס

איידער מיר לייגן אראפ די פעדער קען נאך זיין אינטערסאנט צו דערמאנען אז בלעקהאוק קאונטי איז די פיפט גרעסטע קאונטי אין די סטעיט און געוויסע אנאליסטן באטראכטן עס ווי איינע פון די בעסטע ביישפילן וועלכע קענען אפשפיגלען די סענטימענטן אין די סטעיט

זיי האבן גראדע נישט אייביג צוגעטראפן די געוואונער און אין 2012 למספרם האבן זיי געשטימט פאר ראנד פאול אבער האט זיך פארט ערואורבן א נאמען פון א קאונטי וועלכע קען זיין א שטיקל אנדייטונג וואו זאכן בלאזן

צום ווידערזעהן אין ניו העמפשיר

א גוטן אוונט!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: בלויז נייעס - וואל רעזולטאטן - 2024 למספרם פרעזידענט פריימעריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די שנייאווע קאקוסעס זענען עטליכע שטונדן אוועק אין די ציפערדיגע פראסטן ברענגט אן מערערע שוועריגקייטן פאר קאקוס גייער

איינע פון די פראבלעמען ווערט גוט אילוסטרירט אין א בילד פון א קירכע אין א רורעל געגנט אין ווארען קאונטי וואו אלע טרעפ און אריינגענג צו די לאקאל וואו מען גייט זיך צוזאמקומען פאר א קאקוס זענען באדעקט און בלאקירט מיט הויפנס שניי
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”