די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג

נאך איידער דעם ערוגת הבושם, דער הייליגער חתם סופר איז געווען א תלמיד פון תלמידי בעל שם און האט פון זיי גאר אסאך מקבל געווען, און כאטש ער איז דירעקט נישט געווארן חסידיש, שטארק נישט, דאך האט ער מקבל געווען גאר אסאך פונעם דרך החסידות וואס האט געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף אים און אויף יהדות אויבערלאנד. (איך מיין אז דרשות חתם סופר, תורת משה און חתם סופר על התורה זענען געהעריגע חסידישע ספרים, נעכטן האב איך פונקט געלערנט א שטיקל חתם סופר אויף די סדר התפלה מיט די ד' עולמות וכו' הייליג און שטארק)
חסידות האט כסדר מער און מער אריין געדרינגן אין אויבערלאנד, ביי די תלמידי חתם סופר מער ווי ביים חתם סופר, און ביי תלמידי תלמידיו נאך אסאך מער, איך זעה נישט ווי דער שטריך ביים ערוגת הבושם איז, און נישט ווי עס איז געטוען געווארן בשטה צו איבערמאכן אויבערלאנד, אויב עפעס איז געקומען זייער צוביסלעך און דירעקט נישט בשטה.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 10:28 am
פון וואמעט נעם איך דעם ערה"ב 'ס תלמידים, אסאך פון זיי זעננין געשטופט געווארן צן חסידות ?

א געפיל : ער אליין טיז געווען א בעלזער, זיין תלמיד רא"א כ"ץ אויכעט, ר' אהרן דוד רובנישטיין פון קאוואטשהאז תלמיד בנו ר'אברהם יוסף אויך א בעלזער, ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש א קאןואטשהאזער תלמיד אויך א בעלזער, אחיו דעם קרן לדוד אויך בעלזער, ר' חיים יודא דייטש פון מאקעווע אויך א בעלזער,
וואס מיינט געווען א בעלזער?
האלב אונגארן איז געפארן קיין בעלזא, זיי זענען אבער נישט געווען קיין חסידים ַַ.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

תגובה דורך מסתמא »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)

Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:15 am
ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 10:28 am
פון וואמעט נעם איך דעם ערה"ב 'ס תלמידים, אסאך פון זיי זעננין געשטופט געווארן צן חסידות ?

א געפיל : ער אליין טיז געווען א בעלזער, זיין תלמיד רא"א כ"ץ אויכעט, ר' אהרן דוד רובנישטיין פון קאוואטשהאז תלמיד בנו ר'אברהם יוסף אויך א בעלזער, ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש א קאןואטשהאזער תלמיד אויך א בעלזער, אחיו דעם קרן לדוד אויך בעלזער, ר' חיים יודא דייטש פון מאקעווע אויך א בעלזער,
וואס מיינט געווען א בעלזער?
האלב אונגארן איז געפארן קיין בעלזא, זיי זענען אבער נישט געווען קיין חסידים ַַ.
אויכעט א שטארקע נקודה וואס ממישט היינט ווי א מיקסער. אן ערליכער איד גייט צו ערליכע אידן... פיריעד. אזוי איז עס אלץ געווען איבעראל אפילו ביי די ספרדים, די חידוש איז אויף די ליטאים ואכמ’ל.

איך בין נישט קיין טאהשער קאמארנער פארן פארן צום מלאך אלוקים טאהשער רבי זיעואכ”י. צו אן ערליכער איד פארט מען און מאיז מקבל קדושה וטהרה וויפיל מעגליך און די אייגענע מסורה און אידענטיטעט טוישט זיך נישט קיין האר.

@ירוחם יעקב רעכנט דא פאר בעלזע עכטע אויבערלענדער, דער קרן לדוד איז געווען אן אויבערלענדער מעריץ און אפילו חסיד פון די חסידישע רבי’ס ויחי ההבדל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
איך בין מיט דיר, איך האב פשוט געטראכט אז אויב איך שרייב פלעין "נישט אמת" מאכט עס שווער צו מקבל זיין, דאגעגן ווען איך שרייב "אפשר איז עס נישט אמת" קען מען אפשר טראכטן

בכלל אידישקייט בעצם איז אן טיפע אינערליכע זאך אין די נפש פון א מענטש, עס קומט צו זיין "אויטענטיש און ארגינעל" נישט געפרעימד (און חובת הלבבות איז דא א גאנצע שער מיוחד אויף די נקודה)

צו פרעימן אידישקייט, איז א שטיקל חסרון הבנה אין אידישקייט, הגם עס האט שטארקע מעלות פאר נשים וקטנים ומעוטי הדעת כענין ווי דער רמב"ם שרייבט אויף יראת העונש.

אן אינטערסאנטע אבזערוואציע, ווען חסידות איז געווען "פול פארס" אויטענטיש און ארגינעל זענען די תלמידים געווען אויטענטיש און ארגינעל, יעדער האט דיך געהאלטן צו סיין ארגינעלקייט, בהמשך הדורות איז חסידית געווארן מער געפרעימד און ווייניגער ארגינעל (שריי מיר נישט אן, איך האב סאטמאר רב אויף מיין זייט) דעמאלט איז ווען דער פרעים איז מער איבער געגאנגן צו חסידית.

דערנאך איז פארהאנען א זאך פון התבטלות צו א רבי (מורה דרך?) באופן ביטול גמור, וואס דאס האט מען געזען ביי חסידים, וואס דאס איז אן ענין פאר זיך, דארט איז לכאורה געווען די חסידים וואס האבן זיך געפירט מיט יעדע קליינע מנהג וואס ער האט געזען ביי זיין רבי און נישט וואס ער האט געזען מקודם, דאס פאר זיך, דארף אויך זיין אן אינערליכע אויטענטישע זאך אין נישט קיין מעשה קוף בעלמא, כמבואר אינעם מכתב פונעם הייליגען רבי'ן רבי אלימלך זצוק"ל.

פאר א דוגמא למשל, נעם די אויבערלענדישע אידן וואס האבן געשיקט זייערע קינדער אין סאטמאר נאכן קריג, פון די קינדער וועסטו זעהן עטליכע מינים מענטשן.
טייל וועלכע האבן מקבל געווען פון אים השקפה, יסודות אין אידישקייט, און נישט פונקטליך געוויסט ווען עס קומט צו זינגן חי ד' פאר קידוש אדער נאך די אייער, במילא האט ער געטוען וואס זיין טאטע האט געטוען, און אז זיין בחור האט געטוען וויאזוי ער האט אויפגעכאפט פון די סביבה, האט ער אפילו נישט באמערקט אז ער האט געטוען אנדערש.
אנדערע האבן אנגעהאלטן זייער "אויבערלענדישקייט" מיט אביסל מער רשעות, זיי "ווייסן וויאזוי עס באלאנגט עכט צו טוען" און מאכן א גאנצע געראטשקע ביי יעדע זאך, עס קומט אזוי אדער א זי.
טייל וועלכע זענען געווארן דבוק אין סאטמאר רב מיט א געוואלדיגע ביטול, און זיך געפירט ווי אים אין נישט ווי זייערע עלטערן, מחמת חביבות/התבטלות וכדו',
אנדערע וועלכע זענען געווארן געפרעימד און "וואס איז נארמאל", (טייל דערפון צוליב שוואנצאנות, אנדערע מיינען פשוט אז זייערע עלטערן האבן נישט געוואוסט וואס איז "נארמאל") פאר די האט מען געדריקט דעם זמירות דברי יואל זיי זאלן וויסן וואס עסט מען היינט בארשט אדער זופ.

איך האב אביסל מאריך געווען מחמת חביבות הענין.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:48 am

מסילת ישרים על עניני חסידות ופרישות

viewtopic.php?p=4788371#p4788371
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-12-14 135916 (1).png
Screenshot 2023-12-14 135916 (1).png (29.54 KiB) געזען 305 מאל
Screenshot 2023-12-14 135856 (1).png
Screenshot 2023-12-14 135856 (1).png (68.54 KiB) געזען 305 מאל
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@מסתמא וואס מיינסטו צו פוינטן?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:08 pm
@מסתמא וואס מיינסטו צו פוינטן?
ארישא קאי

אין אונגארן האט מען נישט ערווארטעט חסידות פון יעדער פשוטער מענטש נאר די רבנים וצדיקים האבן זיך געטון דאס זייעריגע יעדער לויט זיין שטייגער אין ליניע מיטן חת"ס אויף בגדי צמר און מיטן מסילת ישרים וכו'
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג

נאך איידער דעם ערוגת הבושם, דער הייליגער חתם סופר איז געווען א תלמיד פון תלמידי בעל שם און האט פון זיי גאר אסאך מקבל געווען, און כאטש ער איז דירעקט נישט געווארן חסידיש, שטארק נישט, דאך האט ער מקבל געווען גאר אסאך פונעם דרך החסידות וואס האט געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף אים און אויף יהדות אויבערלאנד. (איך מיין אז דרשות חתם סופר, תורת משה און חתם סופר על התורה זענען געהעריגע חסידישע ספרים, נעכטן האב איך פונקט געלערנט א שטיקל חתם סופר אויף די סדר התפלה מיט די ד' עולמות וכו' הייליג און שטארק)

דער חתם סופר ברענגט דעם תניא, איך מיין אין פרשת אמור
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:33 pm

דוכט זיך אז ער ברענגט אויכעט פונעם קדושת לוי ער רופט עם מקובל אחד אדער מקובלים. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, א שאד כהאב נישט די מראי מקום
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm

אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער
דאס איז דיין מקור? אתמהה

viewtopic.php?t=10582
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:34 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm

אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער
דאס איז דיין מקור? אתמהה

viewtopic.php?t=10582
איז אללעס וואס שטייט דארטן פאלש, עכ"פ אנבאלאגט צו חסידישע ישיבות אין אונגארן ?
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

און וואס מיינט "לא כחסידי הזמן ח"ו"?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

יידישע קהילות האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:40 pm
און וואס מיינט "לא כחסידי הזמן ח"ו"?
נישט קיין אהנונג
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm

אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
וואס זאל איך טוען אז איך פיל נאך טשעכסלאוועקיי אין מיין הארץ אין דער גערוך פון אונגארן איז נאכנישט פולקאם אויסגעוועפט פון מיינע דריזן, אז איך קען זיך נישט אריינלאזן אין א חוקר'ישן דיון אויף וועלכע מיינע 5 חושים זאגן מיר פשוט וואס דער געשטעל איז געווען, איך קען דאס לייוו איך באס דאס נישט שטודירט.

מיר וועלן דארפן צוריקשפרינגן צום נישט ווייטער פארגאנגענהייט, ווייט אוועק פונען באקסיגן EXCEL וואס דער חוקר האט גענוצט, און אראפמאלן דעם ציור מיט די אוטענטישע ארגינעלקייט פון א פשוט'ער איד וואס איז העכער פון די חוקר'ישע בייגריפן וואס ווערן גענוצט צו אוועקשטעלן טעאריס און השערות, און פארציילן פאר דעם קומענדיגער דור וואס איז דאס איז געווען א איד, די פרינציפן וועלכע האבן אים פארמולעיטעד, און דער געדאנקנס גאנג וועלכע האבן אים געטראגן, די שאיפות וועלכע האבן אים געשטופט און דער וועלט פון וואס ער האט געלאכט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
זיבנבירגן איז נישט אונגארן. איר ווילט אפיר נעמען א מאפע און קודם עטאבלירן וואס אונגארן איז? באלד העט איר אויכעט אריינרעכענען גאליציע אויכעט ווייל פראנץ יאזעף אדער ווער האט עס איינגענומען פאר א וויילע... אונגארן דא אין אונזער נושא האט נישט מיט די אונגארישע פאס.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:18 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm

אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
וואס זאל איך טוען אז איך פיל נאך טשעכסלאוועקיי אין מיין הארץ אין דער גערוך פון אונגארן איז נאכנישט פולקאם אויסגעוועפט פון מיינע דריזן, אז איך קען זיך נישט אריינלאזן אין א חוקר'ישן דיון אויף וועלכע מיינע 5 חושים זאגן מיר פשוט וואס דער געשטעל איז געווען, איך קען דאס לייוו איך באס דאס נישט שטודירט.
❤️
לחיים ברודער!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
געמוזט גיין אין מקוה איז לכאורה להד"ם! אפילו ביים רבי'ן אין קראלי גלייב איך נישט אז מען האט געמוזט גיין אין מקוה

געמוזט לאזן וואקסן די פאות? שטותים והבלים!

גיין מיט לאנגע רעקלעך? זאג, ווען האבן זיי זיך צוריק אפגעשניטן די רעקלעך, נאך די חתונה?

טישן איז געווען, גאלאנטא רב ז"ל פלעגט פירן טישן פרייטיג צונאכטס און די תלמידים האבן יארן שפעטער נאך גערעדט דערפון מיט נאסטאלאגיע, מן הסתם איז געווען נאך דאס ליגט מיר יעצט אין זכרון.

פארן צו רבי'ס פלעגט מען לאזן אין רוב אונגארישע ישיבות, אבער קיינמאל געווען קיין חיוב.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:48 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
איך בין מיט דיר, איך האב פשוט געטראכט אז אויב איך שרייב פלעין "נישט אמת" מאכט עס שווער צו מקבל זיין, דאגעגן ווען איך שרייב "אפשר איז עס נישט אמת" קען מען אפשר טראכטן

בכלל אידישקייט בעצם איז אן טיפע אינערליכע זאך אין די נפש פון א מענטש, עס קומט צו זיין "אויטענטיש און ארגינעל" נישט געפרעימד (און חובת הלבבות איז דא א גאנצע שער מיוחד אויף די נקודה)

צו פרעימן אידישקייט, איז א שטיקל חסרון הבנה אין אידישקייט, הגם עס האט שטארקע מעלות פאר נשים וקטנים ומעוטי הדעת כענין ווי דער רמב"ם שרייבט אויף יראת העונש.

אן אינטערסאנטע אבזערוואציע, ווען חסידות איז געווען "פול פארס" אויטענטיש און ארגינעל זענען די תלמידים געווען אויטענטיש און ארגינעל, יעדער האט דיך געהאלטן צו סיין ארגינעלקייט, בהמשך הדורות איז חסידית געווארן מער געפרעימד און ווייניגער ארגינעל (שריי מיר נישט אן, איך האב סאטמאר רב אויף מיין זייט) דעמאלט איז ווען דער פרעים איז מער איבער געגאנגן צו חסידית.

דערנאך איז פארהאנען א זאך פון התבטלות צו א רבי (מורה דרך?) באופן ביטול גמור, וואס דאס האט מען געזען ביי חסידים, וואס דאס איז אן ענין פאר זיך, דארט איז לכאורה געווען די חסידים וואס האבן זיך געפירט מיט יעדע קליינע מנהג וואס ער האט געזען ביי זיין רבי און נישט וואס ער האט געזען מקודם, דאס פאר זיך, דארף אויך זיין אן אינערליכע אויטענטישע זאך אין נישט קיין מעשה קוף בעלמא, כמבואר אינעם מכתב פונעם הייליגען רבי'ן רבי אלימלך זצוק"ל.

פאר א דוגמא למשל, נעם די אויבערלענדישע אידן וואס האבן געשיקט זייערע קינדער אין סאטמאר נאכן קריג, פון די קינדער וועסטו זעהן עטליכע מינים מענטשן.
טייל וועלכע האבן מקבל געווען פון אים השקפה, יסודות אין אידישקייט, און נישט פונקטליך געוויסט ווען עס קומט צו זינגן חי ד' פאר קידוש אדער נאך די אייער, במילא האט ער געטוען וואס זיין טאטע האט געטוען, און אז זיין בחור האט געטוען וויאזוי ער האט אויפגעכאפט פון די סביבה, האט ער אפילו נישט באמערקט אז ער האט געטוען אנדערש.
אנדערע האבן אנגעהאלטן זייער "אויבערלענדישקייט" מיט אביסל מער רשעות, זיי "ווייסן וויאזוי עס באלאנגט עכט צו טוען" און מאכן א גאנצע געראטשקע ביי יעדע זאך, עס קומט אזוי אדער א זי.
טייל וועלכע זענען געווארן דבוק אין סאטמאר רב מיט א געוואלדיגע ביטול, און זיך געפירט ווי אים אין נישט ווי זייערע עלטערן, מחמת חביבות/התבטלות וכדו',
אנדערע וועלכע זענען געווארן געפרעימד און "וואס איז נארמאל", (טייל דערפון צוליב שוואנצאנות, אנדערע מיינען פשוט אז זייערע עלטערן האבן נישט געוואוסט וואס איז "נארמאל") פאר די האט מען געדריקט דעם זמירות דברי יואל זיי זאלן וויסן וואס עסט מען היינט בארשט אדער זופ.

איך האב אביסל מאריך געווען מחמת חביבות הענין.
ברוך שכיוונת לדברי החתם סופר בתשובתו.

(אדער אפשר ווייסטו דערפון?)
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:58 pm

ברוך שכיוונת לדברי החתם סופר בתשובתו.

(אדער אפשר ווייסטו דערפון?)
איך כאפ נישט וועלכע נקודה דו מיינסט, דער תשובה איבער נוסח התפלה איז מיר דורכגעלאפן אין געדאנק בשעת'ן שרייבן, וועלכע תשובה מיינסטו?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 4:03 pm
Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:58 pm

ברוך שכיוונת לדברי החתם סופר בתשובתו.

(אדער אפשר ווייסטו דערפון?)
איך כאפ נישט וועלכע נקודה דו מיינסט, דער תשובה איבער נוסח התפלה איז מיר דורכגעלאפן אין געדאנק בשעת'ן שרייבן, וועלכע תשובה מיינסטו?
בפשטות פון די בגדי צמר
1 אין וועלכע דער חת"ס מאכט אוועק די ענין פון א חסידות מיט א פאראייניגטע צביון
2 און בכלל מאכט ער דארטן אוועק דאס פארלאנגען אדער אפילו בלויז האלטן אויף קלענערע מדריגה (דוגמת נישט לאזן דאווענען פארן עמוד) עמיצער וועלכער איז נישט דערביי צו מוסיף זיין זאכן וואס זענען נישט קיין חיוב נאר אן ענין פון א חומרא
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום דאנערשטאג מארטש 07, 2024 4:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 4:03 pm
Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:58 pm

ברוך שכיוונת לדברי החתם סופר בתשובתו.

(אדער אפשר ווייסטו דערפון?)
איך כאפ נישט וועלכע נקודה דו מיינסט, דער תשובה איבער נוסח התפלה איז מיר דורכגעלאפן אין געדאנק בשעת'ן שרייבן, וועלכע תשובה מיינסטו?
או"ח סי' קצ"ז
תשובה צום ישמח משה
האמת לא אכחיד כי מרגלא בפומי כי כל האמור להלכה בש"ע היא תורה נתונה לכל ישראל בשוה ואין בודד במועדיו אכן מי שאין לו אלא תורה אפי' תורה אין לו כי זה נעשה מצות אנשים מלומדה ואב לבנים יודיע ע"כ כל המתחסד עם קונו ניכר במעלליו מה שלבו בודה לשם ה' להזיר נזיר מכל מה אשר ידבנו לבו ובזה אין סגנון א' עולה לשנים כי אין לב ב' בני אדם שוה באהבת ה' ולכן נקראים בני כושיים משונה במעשיו אך רק משונה באור"ו אבל תוכו מתאחד עם כל ישראל ואך לעשות עדה שלמה כולם יתחסדו במנהג א' לכולם א"כ היא גופי' נעשה חק לישראל ומצות אנשים וזה אי אפשר.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 4:13 pm

או"ח סי' קצ"ז
תשובה צום ישמח משה
האמת לא אכחיד כי מרגלא בפומי כי כל האמור להלכה בש"ע היא תורה נתונה לכל ישראל בשוה ואין בודד במועדיו אכן מי שאין לו אלא תורה אפי' תורה אין לו כי זה נעשה מצות אנשים מלומדה ואב לבנים יודיע ע"כ כל המתחסד עם קונו ניכר במעלליו מה שלבו בודה לשם ה' להזיר נזיר מכל מה אשר ידבנו לבו ובזה אין סגנון א' עולה לשנים כי אין לב ב' בני אדם שוה באהבת ה' ולכן נקראים בני כושיים משונה במעשיו אך רק משונה באור"ו אבל תוכו מתאחד עם כל ישראל ואך לעשות עדה שלמה כולם יתחסדו במנהג א' לכולם א"כ היא גופי' נעשה חק לישראל ומצות אנשים וזה אי אפשר.

אה נישט געוואוסט דערפון ישר כח פארן צוצייכענען. זייער הייליגע דיבורים

איך נעם אן א מויל מיט וואסער יעדעס מאל וואס עס שווימט דא ארויף א נייע אשכול איבער א.ג. פרצות מיט החרמות איבער זאכן וועלכע "פּאַסן" נישט וכדו' ווי דער עולם שרייט ארויס זייער ווייטאג אז מען טרעט אויף זייערע געפילן פון אידישקייט, וועלכע זענען אמת לאמתו אבער האט גאר קיין שייכות מיט א צווייטן וועלכער איז אינגאנצן נישט דיין סגנון, און מען קען גארנישט פארשטיין הלמאי יענער פארשטייט נישט די חסרון דערפון, און עס עגבערט און קרענקט די "שרעקליכע ירידת הדורות"
און איך טראכט צו מיר וויאזוי קען איך יענעם זאגן, "רבי ביסט כשר גערעכט מיט דיר אבער יענער איז א צווייטער, אן עולם מלא פאר זיך" איך וויל דאך יענעם נישט קאלט מאכן, אבער עס גייט אויף די נערווען די געקעסטעלטקייט אין חסרון הבנה איבער אידישקייט, איבער זיך אליינס, און איבער יענעם.

שוין סארי פארן פארקריכן פון די נושא, איך קען דאך עס אבער נישט שרייבן אין יענע אשכולות, כאן מצא לגבות חובו
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:44 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 am
יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:11 am
די גאנצע זאך אז דער אויבעלענדישער אידענטום איז געווארן אויפגעלעזט בשטה, איז דאך לכאורה נישט אמת
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג.
נישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.

ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים

נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
אנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...

אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?
געמוזט גיין אין מקוה איז לכאורה להד"ם! אפילו ביים רבי'ן אין קראלי גלייב איך נישט אז מען האט געמוזט גיין אין מקוה

געמוזט לאזן וואקסן די פאות? שטותים והבלים!

גיין מיט לאנגע רעקלעך? זאג, ווען האבן זיי זיך צוריק אפגעשניטן די רעקלעך, נאך די חתונה?

טישן איז געווען, גאלאנטא רב ז"ל פלעגט פירן טישן פרייטיג צונאכטס און די תלמידים האבן יארן שפעטער נאך גערעדט דערפון מיט נאסטאלאגיע, מן הסתם איז געווען נאך דאס ליגט מיר יעצט אין זכרון.

פארן צו רבי'ס פלעגט מען לאזן אין רוב אונגארישע ישיבות, אבער קיינמאל געווען קיין חיוב.
גאלאנטא רב איז א גוטן ביישפיל. נו, קוקט טאקע אויס אז אפי' אים אונגארישע אויבערלענדישע מוסדות החינוך, האט מען אפיציעל אריינגעפירט א נייע גייסט פון חסידישקייט. הייסט דאס נישט בשיטה ?

ר' מאזעס חיים ראזענבוים פון ק"וו פלעגט אויכעט פירן טישן איח ישיבה
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”