עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

איינער האט מער אינפֿאָרמאַציע איבער די מארקעט?
כ'בין בקשר מיט אן ערליכע איד אין ארה"ק וואס איז גרייט צו זיין די לעשער, איך וועל נאר דארפן שאפן די קאסטומערס און אים מטיב זיין פאר די ארבעט
כ'ווייס אז ס'איז שוין דא איין פאפולערע קאמפעני, אבער די שאלה איז צו עס איז דא גענוג ביזנעס פאר צוויי?

כ'האב אסאך אריינגעטראכט אין דעם, די ליין קוקט אויס גאר גוט פון א סעילס שטאנדפונקט צוליב דעם וואס מייסטענס קאסטומערס זענען מאנאטליכע סובסקרייבערס וואס ברענגט שטענדיגע רעוועניו, צו דעם איז אויך דא די אדיקשען פאקטאר וואס איינמאל א קאסטומער וועט פילן אז זיין הצלחה קומט פון דעם וועט ער כסדר צוריקגעקומען און ברענגען חברים.

אין דעם שטאפל זיך איך די פאלגענדע:

1) אדווייס אדער קאמענטארן איבער די איידיע בכלל
2) מארקעט דאטא און טרענדס
3) פארשטיין וויאזוי אזא סערוויס קאמפעני ווערט אנגעקוקט אין די אויגן פון די המון עם
4) מקורות פון פריערדיגע צו די איידיע פון בעטן געלט פאר לעשן עין הרע
לעצט פארראכטן דורך מאטל שניידער אום מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קודם כל איז גוט אז מ'טוט פאר פרנסה.

למעשה:
חוץ די גאר פאפולערע קאמפאני, זענען דא עטליכע קלענערע. אויב דו ווילסט זיין אין ביזנעס, דארפסטו ארבעטן מיט א שטארקע מארקעטינג סטראטעגיע, כדי צו קענען ארויסהייבן דיינס. אפשר זאל ער טון נאך אנדערע זאכן וואס אנדערע טוען נישט?
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

עס איז דא עטליעסט צוויי, איין זאך נאר פליז עדוועטייז נישט אויף קול מבשר...
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שוין דא אפאר, די באקאנטע עני ישועה, דער מקובל ר' אברהם לעבל, מרת ??? פון ירושלים עיה"ק

לעצטנס זעה איך נישט אדווערטייזט די לעצטע צוויי, איך ווייס נישט צי ווייל די ביזנעס איז נישט אזוי גוט אדער ווייל איך ליין נישט די טעגליכע בלעטער
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

מאך א ברכה האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:10 pm
עס איז דא עטליעסט צוויי, איין זאך נאר פליז עדוועטייז נישט אויף קול מבשר...
אויב ס'ארבעט פארוואס נישט ?
די עדס אויף קול מבשר זענען גראדע איינע פון די זאכן וואס האט מיר געצויגן צו דעם, גראדע בין איך נישט קיין קאסטומער פון אזאנע סערוויסעס דערווייל אבער כ'האב געקענט פארשטיין וויאזוי אזאנע עדס קענען פיין טריגגערן פאטענציאלע קאסטומער
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לאנטש טיים האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:11 pm
שוין דא אפאר, די באקאנטע עני ישועה, דער מקובל ר' אברהם לעבל, מרת ??? פון ירושלים עיה"ק
מרת מילער?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

לאנטש טיים האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:11 pm
שוין דא אפאר, די באקאנטע עני ישועה, דער מקובל ר' אברהם לעבל, מרת ??? פון ירושלים עיה"ק

לעצטנס זעה איך נישט אדווערטייזט די לעצטע צוויי, איך ווייס נישט צי ווייל די ביזנעס איז נישט אזוי גוט אדער ווייל איך ליין נישט די טעגליכע בלעטער
די ערשטע מיט די לעצטע צוויי זענען גאר אנדערש, דער ערשטער איז אן אהערגעשטעלטע קאמפאני מיט א מאסיווע מארקעטינג בודזשעט, פארגעשריטענע סעילס פייפליין וכדו' משא"כ די לעצטע צוויי זענען יחידים וואס אמבעסטן וועסטו זען אפאר קלאסיפיידס פון זיי און דבר יום

אַ יחיד האט א לימיט פון וויפיל קאסטומערס ער קען זיך אפגעבן מיט, ענטפערן קאלס באצייטענס, מאכן פאלאו אפס וכדו' משא"כ א קאמפאני קען האבן א גאנצע שטאב מיט סעילס לייט, קאסטומער סערוויס וכדו' בנוסף צו א בעק אפיס וואס געט זיך אפ מיט די פינאנציעלע אנגלעגנהייטן
לעצט פארראכטן דורך מאטל שניידער אום מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:05 pm
3) פארשטיין וויאזוי אזא סערוויס קאמפעני ווערט אנגעקוקט אין די אויגן פון די המון עם
נו, ואל יבוש מפני המלעיגים
הוספה:
לעצט פארראכטן דורך ירוחם פישל אום מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

ירוחם פישל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:16 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:05 pm
3) פארשטיין וויאזוי אזא סערוויס קאמפעני ווערט אנגעקוקט אין די אויגן פון די המון עם
נו, ואל יבוש מפני המלעיגים
דאס איז געזאגט געווארן אויף פרנסה?
אבער מיין שאלה איז נישט געווען אלס "כבוד" נאר אלס די פראדוקט, קוקט אן אלגעמיינער מענטש אן עין הרע לעשן אלס א זאך וואס ער קען זיך זעהן נוצן?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

תגובה דורך יונתן »

דארפסט זיין זיכער אז דאס לעשן ארבעט טאקע. אז נישט קען עס זיין אונאה און גניבה.

הגם מ'קען מפלפל זיין אז אז איך געב נישט קיין גאראנטי און ער צאלט נאר פאר די פעולת הכיבוי און נישט פאר די ריזאלטס, אבער כנלענ"ד. ספעציעל אז די גאנצע ביזנעס איז אוועקגעשטעלט אויף דעם
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me

יונתן האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:20 pm

איך דארף זיין זיכער אז עס ארבעט אין אלגעמיין, אדער דווקא אז מיין לעשער'ס פעולות ארבעטן?

כ'קוק עס אן ווי איך פארקויף נישט די עצם איידיע פון לעשן עין הרע וואס איז א זאך וואס ווערט שוין געברענגט פון פריערדיגע, כ'פארקויף פשוט א סערוויס פון איינער וואס וועט עס אויספירן לויט וויאזוי ער האט מקובל
לעצט פארראכטן דורך מאטל שניידער אום מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

יונתן האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:20 pm
דארפסט זיין זיכער אז דאס לעשן ארבעט טאקע. אז נישט קען עס זיין אונאה און גניבה.

הגם מ'קען מפלפל זיין אז אז איך געב נישט קיין גאראנטי און ער צאלט נאר פאר די פעולת הכיבוי און נישט פאר די ריזאלטס, אבער כנלענ"ד. ספעציעל אז די גאנצע ביזנעס איז אוועקגעשטעלט אויף דעם
עס געבט א געוויסע רוהיגקייט פאר'ן סובסקרייבער, נישט אז איך בארעכטיג עס
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

ירוחם פישל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:22 pm

ברענגסט אויף א גוּטע געדאנק, אויב א קאמפאני פארקויפט א וויטאמין וואס ארבעט מחמת פלאסיבא מוז ער דאס ארויפשטעלן? אויב יא וועט עס שוין נישט ארבעטן...
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:17 pm
ירוחם פישל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:16 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:05 pm
3) פארשטיין וויאזוי אזא סערוויס קאמפעני ווערט אנגעקוקט אין די אויגן פון די המון עם
נו, ואל יבוש מפני המלעיגים
דאס איז געזאגט געווארן אויף פרנסה?
יא, אויב צו טון השתדלות פאר פרנסה איז א מצוה, דאן דארף מען דאך עס ניצן דא אויך.
אבער סייווי איז דא א באזונדערע מאמר חז"ל, אז ווען ס'קומט צו פרנסה זאל מען נישט קוקן אויף קיין כבוד: פשוט נבילתא בשוקא, ואל תאמר גברא רבא אנא. (דוכט זיך אז עפעס אן אמורא האט עס געזאגט פאר זיין זון: האלט דיך נישט פאר א רב'ניש קינד אדער רבי'ש אייניקל!...).
מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:17 pm
אבער מיין שאלה איז נישט געווען אלס "כבוד" נאר אלס די פראדוקט, קוקט אן אלגעמיינער מענטש אן עין הרע לעשן אלס א זאך וואס ער קען זיך זעהן נוצן?
זעסט דאך אז "עיני הישועה" ראנט א פיינעם ביזנעס דערפון, איז פשט אז ס'זענען דא קאסטומערס. הגם, עס זענען דא מענטשן וואס וועלן עס קיינמאל נישט ניצן, דארפסטו טרעפן א וועג וויאזוי זיי זאלן יא ניצן דיינס. (די ריכטיגע שאלה איז אביסל אנדערש ווי די שאלה וואס דו האסט פארגעלייגט).
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:24 pm
ירוחם פישל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:22 pm
יונתן האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:20 pm
דארפסט זיין זיכער אז דאס לעשן ארבעט טאקע. אז נישט קען עס זיין אונאה און גניבה.

הגם מ'קען מפלפל זיין אז אז איך געב נישט קיין גאראנטי און ער צאלט נאר פאר די פעולת הכיבוי און נישט פאר די ריזאלטס, אבער כנלענ"ד. ספעציעל אז די גאנצע ביזנעס איז אוועקגעשטעלט אויף דעם
עס געבט א געוויסע רוהיגקייט פאר'ן סובסקרייבער, נישט אז איך בארעכטיג עס
ברענגסט אויף א גוּטע געדאנק, אויב א קאמפאני פארקויפט א וויטאמין וואס ארבעט מחמת פלאסיבא מוז ער דאס ארויפשטעלן? אויב יא וועט עס שוין נישט ארבעטן...
"א קאמפאני פארקויפט א וויטאמין וואס ארבעט מחמת פלאסיבא". מיינסט צי זאגן א סקעם, רייט?

צי ער מוז דאס ארויפשטעלן? ניין, ער מוז עס אראפשטעלן פון די שעלפס און גיין יושב'ן אביסל
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לגבי די טענה וואס איז אינדערצווישן ארויפגעברענגט געווארן, צי דו מעגסט מאכן א פרנסה דערפון, אפילו אויב דו ביסט נישט איבערצייגט אז ס'העלפט, בין איך נישט קיין דיין און לכאורה איז עס טאקע א שאלה וואס דארף געפרעגט ווערן ביי א דיין.

לגבי דיין טענה אז דו שטעלסט סך הכל צו א סערוויס פון די וואס דארפן עס און ס'איז דעם קאנסומער'ס אייגענע אחריות צו מברר זיין אויב לעשן עין הרע איז א מקובל'דיגע זאך אדער נישט, האסטו לכאורה א שטארקע פוינט, אבער דאך לאזט זיך דיסקוסירן לגבי וואס עיני הישועה טוט, אז זיי זייען אן א פחד מיט וואס אלץ ס'קען געשען אויב דו לעשט נישט קיין עין הרע. דאס איז שוין אביסל בגדר בלעקמעילינג. פארשטייט זיך, אז אויב א דיין פסק'עט דיר אז דו מעגסט, דארפסטו דיך נישט דערשרעקן פון קיין אייוועלט (=עין-הרע) ניקס. און אויב דו דערשרעקסט דיך יא, דאן קענסטו דאך עס אפשפרעכן... (מוצאי שב"ק איז א מורא'דיגע זמן... נא!).
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

יונתן האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:32 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:24 pm
ירוחם פישל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:22 pm
יונתן האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:20 pm
דארפסט זיין זיכער אז דאס לעשן ארבעט טאקע. אז נישט קען עס זיין אונאה און גניבה.

הגם מ'קען מפלפל זיין אז אז איך געב נישט קיין גאראנטי און ער צאלט נאר פאר די פעולת הכיבוי און נישט פאר די ריזאלטס, אבער כנלענ"ד. ספעציעל אז די גאנצע ביזנעס איז אוועקגעשטעלט אויף דעם
עס געבט א געוויסע רוהיגקייט פאר'ן סובסקרייבער, נישט אז איך בארעכטיג עס
ברענגסט אויף א גוּטע געדאנק, אויב א קאמפאני פארקויפט א וויטאמין וואס ארבעט מחמת פלאסיבא מוז ער דאס ארויפשטעלן? אויב יא וועט עס שוין נישט ארבעטן...
"א קאמפאני פארקויפט א וויטאמין וואס ארבעט מחמת פלאסיבא". מיינסט צי זאגן א סקעם, רייט?

צי ער מוז דאס ארויפשטעלן? ניין, ער מוז עס אראפשטעלן פון די שעלפס און גיין יושב'ן אביסל
לאמיר נישט פארקריכן פון די נושא...
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

המברך יתברך האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:34 pm
לגבי די טענה וואס איז אינדערצווישן ארויפגעברענגט געווארן, צי דו מעגסט מאכן א פרנסה דערפון, אפילו אויב דו ביסט נישט איבערצייגט אז ס'העלפט, בין איך נישט קיין דיין און לכאורה איז עס טאקע א שאלה וואס דארף געפרעגט ווערן ביי א דיין.

לגבי דיין טענה אז דו שטעלסט סך הכל צו א סערוויס פון די וואס דארפן עס און ס'איז דעם קאנסומער'ס אייגענע אחריות צו מברר זיין אויב לעשן עין הרע איז א מקובל'דיגע זאך אדער נישט, האסטו לכאורה א שטארקע פוינט, אבער דאך לאזט זיך דיסקוסירן לגבי וואס עיני הישועה טוט, אז זיי זייען אן א פחד מיט וואס אלץ ס'קען געשען אויב דו לעשט נישט קיין עין הרע. דאס איז שוין אביסל בגדר בלעקמעילינג. פארשטייט זיך, אז אויב א דיין פסק'עט דיר אז דו מעגסט, דארפסטו דיך נישט דערשרעקן פון קיין אייוועלט (=עין-הרע) ניקס. און אויב דו דערשרעקסט דיך יא, דאן קענסטו דאך עס אפשפרעכן... (מוצאי שב"ק איז א מורא'דיגע זמן... נא!).
דאס איז טאקע איינע פון די איידיעס וואס כ'האב, כ'וויל נישט אלעס דא דיסקוסירן ברבים, אבער כ'האב געטראכט פון נוצן מער א פאזיטיווער מהלך, די חסרון איז אז מ'קען נישט אזוי אריינשלעפן די אלע מענטשן וואס לעבן אין פאראנאיע, אבער אויב ארבעט עס זיך אויס קען איך דא אריינברענגן א נייע באזע פון קאסטומערס וואס האבן פריער קיינמאל נישט געטראכט אז זיי קענען בענעפיטן פון אזא סערוויס.

נאך א געדאנק וואס כ'האב איז צו טארגעטן קאסטומערס אינדרויסן פון די חסידישע קרייזן, די שאלה איז ווי א שווערע ארבעט עס וועט זיין זיך אריינצוברעכן דארט (לכאורה ביי אחב"י הספרדים וועט זיין גרינגער)
לעצט פארראכטן דורך מאטל שניידער אום מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מעגליך. דו וועסט נישט פארלירן די פאראנויע מענטשן, ווייל עיני הישועה טוט דאך דער ארבעט פאר דיר...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך גלייב נישט אז דיין ביזנעס-קאנסאלטענט וואלט מסכים געווען, אבער איך וואלט געשריבן אזוי:
"דו דארפסט נישט ציטערן פון קיין עין הרע, אבער עס שאדט נישט דא און דארט צו טון דעם ריכטיגן השתדלות"
(מיר טוען דאס דורך אן ערליכן איד, א בעל מקובל וואס...).
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

המברך יתברך האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:42 pm
איך גלייב נישט אז דיין ביזנעס-קאנסאלטענט וואלט מסכים געווען, אבער איך וואלט געשריבן אזוי:
"דו דארפסט נישט ציטערן פון קיין עין הרע, אבער עס שאדט נישט דא און דארט צו טון דעם ריכטיגן השתדלות"
(מיר טוען דאס דורך אן ערליכן איד, א בעל מקובל וואס...).
כ'דארף מער דורכטאן די נושא בכלל, ווייל אויב גייט עס מאן דלא קפיד לא קפדיה הארגע איך מיך אליינס די ביזנעס...
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

"מאן דלא קפיד לא קפדיה" שטייט לגבי זוגות, און נישט לגבי עין הרע. איך ווייס נישט אויב ס'שטייט אזא זאך לגבי עין הרע.
מ'קען פאררעכטן אזוי:
"דארפסט נישט טראכטן א גאנצן טאג וועגן עין הרע, אבער עס איז דא א צייט ווען דאס איז די פאסיגסטע השתדלות"
למשל, ווען עס גייט דיר גוט, אדער ווען אנדערע מיינען אז ס'גייט דיר גוט...
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

המברך יתברך האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:46 pm
"מאן דלא קפיד לא קפדיה" שטייט לגבי זוגות, און נישט לגבי עין הרע. איך ווייס נישט אויב ס'שטייט אזא זאך לגבי עין הרע.
מ'קען פאררעכטן אזוי:
"דארפסט נישט טראכטן א גאנצן טאג וועגן עין הרע, אבער עס איז דא א צייט ווען דאס איז די פאסיגסטע השתדלות"
למשל, ווען עס גייט דיר גוט, אדער ווען אנדערע מיינען אז ס'גייט דיר גוט...
עיני ישועה האט אזעלכע עדס ווי די מחותן מזל טוב וכדו'
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פאזיטיוו איז גוט. זאל דיר השי"ת שיקן הצלחה אין סיי וואס דו טוסט!!
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: עין הרע לעשן אלס א סערוויס ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

(אין דיינע עדס, דארפסט נישט ארויסשרייבן אז דו ביסט א נטורי-קרתא 'ניק').
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”