להחזיר המליצה לשורשה...

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:43 pm
Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:40 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:31 pm
מן ההר אל העם

מקור פרשת יתרו (שמות פרק יט פסוק יד)

אין באניץ ווען א גרויסע פערזענליכקייט לאזט זיך אראפ צו קלענערע פון אים.
דאס איז דאך דער פשט לפי חז"ל.
באלד וועט מען נאך זאגן אז מי ומי ההולכים- פרשת בא - איז פשוט פשט...
ריכטיג.
פוצה פה ומצפצף
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

בנוגע דאס פארדרייען פסוקים און מאמרי חז''ל און מאכן מליצות דערפון, איז כדאי צו ערווענען א שטיקל
פון ספר הברית חלק ב' מאמר יב' פרק ה' וואס איז מחזק דער ענין.


ער זאגט אז אויב טרעפסטו א מאמר חז''ל וואס די קענסט ניצן פאר א מליצה הרי טוב און אז נישט דעמאלטס
ניץ א מאמר חז''ל און נעם אראפ לייג צו אדער דריי עס ארום כדאי זאלסט עס קענען ניצן פאר א מליצה.

ער זשרייבט אז מ'זעהט אז חז''ל האבן אויכט אזוי געטוהן און ער געט צוויי דוגמאות דערויף ,על כן באו המושלים באו חשבון איז ידוע
די דרשת חז''ל אלו המושלים ביצרם באו ונחשב חשבונו של עולם וכו. דא פעלט נישט צוצולייגן אדער ארומצודרייען
די לשון הפסוק בלייבט ארגינעל ווי ס'שטייט , אבער ביי א צווייטע דרש כל השונה הלכות בכל יום על תקרא הליכות אלא הלכות,
דא האט מען שוין יא אראפגענומען א אות און פארדרייט כוונת הפסוק כדאי צו קענען סומך זיין דערויף א מאמר חז''ל.

ושני טעמים בדבר פארוואס מ'זאל ניצן מליצות אפילו פארדרייטע , קודם ווייל ניצן א מאמר חז''ל וואס שטייט העלפט לזכרון
און איז א בחינה פון אין התורה ניקנית אלא בסמנים און עשה ציונים לתורה. ער ברענגט פון רשב''א אז כוונת חז''ל מיטן
סומך זיין דרשות אויף פסוקים איז נישט געווען זייער כוונה צו מפרש זיין די פסוק אזוי, נאר פשוט צו געבן א סימן מ'זאל
נישט פארגעסן די דרש, ועוד זאגט ער אז זיך סומך זיין אויף א פסוק איז א בחינה פון מחבר זיין תורה שבכתב מיט
תורה שבעל פה וואס איז גאר א גרויסע ענין.

די שטיקל איז נאכמער אינטרעסאנט ווייל ס'איז בחינה פון קריינא דאיגרתא , דהיינו אז ער שרייבט די גאנצע שטיקל מיט מליצות און לשונות פון חז''ל.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

פון די אנדערע זייט איז אבער כדאי אנצמערקן אז א מליצה וואס מ'טרעפט אין חז''ל איז נישט קיין דבר פשוט נאר קען ווערן געניצט אויף הלכה למעשה.

אין פסחים ט' ע''ב זאגט אביי אז אור לארבעה עשר די נאכט פון בדיקת חמץ דארף מען יא חושש זיין אז א חולדה האט באהאלטן אביסל חמץ ווייל זי זעהט
אז מ'באקט שוין מער נישט קיין חמץ במילא לייגט זי אוועק, פרעגט רבא 'וכי חולדה נביאה היא' דידעא דהאידנא ארביסר ולא אפי עד לאורתא ומשיירא ומטמרא,
רבא ניצט די מליצה חולדה הנביאה ווי צו זאגן איז דען א חולדה די חולדה הנביאה וואס מ'טרעפט אין נ''ך.

ובשו"ת תורה לשמה' רנב' מביא מעשה על שלושה חכמים שישבו ופלפלו בספר ששם מחברו היה רבי זאב, ובתוך הדברים הובא זאב אמיתי לחדר סמוך
ושניים מן החכמים קמו לראותו, בשובם ענה החכם השלישי ואמר להם וכי רבנו זאב בא וקמתם להקביל פניו ואותם חכמים לקחו את הדברים ברצינות
וטענו לחכם השלישי כי חטא בדברים אלו שפגע בכבוד הרב המחבר רבי זאב שקרא לזה הזאב בשם רבנו על שם רבנו זאב המחבר והוא אמר כי לשון מליצה הוא זה
ואין בזה זלזול ח"ו להרב, השאלה הופנתה אל הבן איש חי' והוא הוכיח מדברי הגמרא כי אין מליצת לשון זו נחשבת זלזול שהרי מצינו כי רבא האמורא
השתמש באותו רעיון וקרא לחולדה על שם חולדה הנביאה.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

דברים העומדים על הפרק.

קומט פון א פסוק אין עובדיה פרק א פסוק יד ''ואל־תעמד על־הפרק להכרית את־פליטיו'' די טייטש איז ער זאל נישט זיך נישט שטעלן אויף די שיידוועג (פרשת דרכים).

בלשון חז''ל מיינט פרק א 'חלק'.

בארבעה פרקים בשנה טייטש פיר צייטן אבער מיינט בשרשו חלקים.

אזוי אויך איז ניצן חז''ל 'עומד על פרקו' 'הגיע לפרקו' ווען איינער ווערט נתבגר און ס'איז שוין די זמן חתונה צו האבן.

כ'בין נישט קלאר ווי זוי ס'געווארן טראנספארמירט צו דאס וואס מ'ניצט עס היינט.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז 'אכשר דרא',
ווייל אפילו די אויסדרוק אכשר דראהאט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:46 pm
דברים העומדים על הפרק.

קומט פון א פסוק אין עובדיה פרק א פסוק יד ''ואל־תעמד על־הפרק להכרית את־פליטיו'' די טייטש איז ער זאל נישט זיך נישט שטעלן אויף די שיידוועג (פרשת דרכים).

בלשון חז''ל מיינט פרק א 'חלק'.

בארבעה פרקים בשנה טייטש פיר צייטן אבער מיינט בשרשו חלקים.

אזוי אויך איז ניצן חז''ל 'עומד על פרקו' 'הגיע לפרקו' ווען איינער ווערט נתבגר און ס'איז שוין די זמן חתונה צו האבן.

כ'בין נישט קלאר ווי זוי ס'געווארן טראנספארמירט צו דאס וואס מ'ניצט עס היינט.
מסתם פון די שיעורים אויף פרקי אבות, וואו מ'רעדט דברים העומדים על הפרק...

---
ערנסט גערעדט, לכאורה פרק הזמן.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

שיינע פאר געווען אין די הפטורה די וואך
מנשים באוהל תבורך
בואו לעזרת השם בגבורים
כן יאבדו כל אוביך ד'
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

דבר יום ביומו ניצט מען פאר א טעגליכע זאך, רש"י טייטשט יעדע זאך אין זיין טאג.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 11:48 pm
שיינע פאר געווען אין די הפטורה די וואך
מנשים באוהל תבורך
בואו לעזרת השם בגבורים
כן יאבדו כל אוביך ד'
דאס אלעס ניצט מען אין די ארגינעלע מיין
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

האותיות שאלוני (ישעיה מה יא) זעט מען אין תשובות אלס איך בין געפרעגט געווארן דורך אותיות ד.ה. בכתב, די ארגינעלע מיין איז פרעגטסט מיר וועגן די צייכענס (וועלכע אותות איז דא אפאר מהלכים)
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

סגר עליהם המדב״ר.
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 11:48 pm
שיינע פאר געווען אין די הפטורה די וואך
מנשים באוהל תבורך
בואו לעזרת השם בגבורים
כן יאבדו כל אוביך ד'
אויך
אורו מרוז... והמבין יבין
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

עלינו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 12:07 am
דבר יום ביומו ניצט מען פאר א טעגליכע זאך, רש"י טייטשט יעדע זאך אין זיין טאג.
דבר יום ביומו שטייט אויף נאך עטליכע פלעצער, ס'מיינט טאקע די זאך פון יעדן טאג אין זיין טאג, און אזוי אויך מיינט עס יעדן טאג.

וארחתו ארחת תמיד נתנה־לו מאת המלך דבר־יום ביומו כל ימי חיו. (מלכים ב פרק כה פסוק ל)

וימן להם המלך דבר־יום ביומו מפת־בג המלך .(דניאל פרק א פסוק ה)

אזוי אויך: לעשות משפט עבדו ומשפט עמו ישראל דבר־יום ביומו. (מלכים א פרק ח פסוק נט)
וואס די גמרא דרש'נט פון דעם (ר''ה טז) אז אדם נידון בכל יום.
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

(עס שטייט גראדע נאכאמאל אין ספר שמות זעלבסט!)
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ירוחם פישל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:51 am
(עס שטייט גראדע נאכאמאל אין ספר שמות זעלבסט!)
גערעכט. כלו מעשיכם דבר יום ביומו.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

וינועו אמות הספים
די וואך
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:46 pm
'הגיע לפרקו' ווען איינער ווערט נתבגר
ערגעץ דאהי האט מען באשריבן אן אשה:
"בהגיע לפרק האשה מקדש"

זאג כאטש האשה נקנית

אגב, 'נתבגר' איז לכאורה א טויש פון איווריט. אין דברי חז"ל איז עס נאר [שייך] ביי א נקבה.
מ'טרעפט עס געציילטע מאל מיט אביסל אן אנדער מיינונג, עיין ב"ב קס"ז ע"ב:
מיקש הוא דקשא לה ובגר לה קלא, ופירש רשב"ם הזקינה וכבר נשתנה ונעשה קולה עבה.

הוספה ותיקון: עס ווערט געברענגט אין ראשונים בשם א תרגום "איש שעיר - גבר בגר."
לעצט פארראכטן דורך להודות אום זונטאג פעברואר 04, 2024 7:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

וְכָרוֹזָא קָרֵא בְחָיִלאיז א פסוק אין דניאל.

און רש"י טייטשט: הכרוז יוצא בכח גדול.

(כ'בין נייגעריג אויב איינער האט שוין אמאל איבערגעזאגט די ריכטיגע נקודות...)
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יֹשְׁבֵי עַל מִדִּין, איז א פסוק אין שופטים.

רש"י זאגט: ואותן שיושבין על מדין, לשון דיינים, שהיו יראים לעשות משפט בפרהסיא, וכן תרגם יונתן, דהוו מתחברין למיתב על דינא.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:30 pm
יֹשְׁבֵי עַל מִדִּין, איז א פסוק אין שופטים.

רש"י זאגט: ואותן שיושבין על מדין, לשון דיינים, שהיו יראים לעשות משפט בפרהסיא, וכן תרגם יונתן, דהוו מתחברין למיתב על דינא.
מען ניצט עס אין איר ארגינעלער מיין.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אזוי ווערן אויך די ווערטער גע'דרש'נט בעירובין נד:
יושבי על מדין שדנין דין אמת לאמיתו

צוזאמען מיט די גאנצע פסוק

[רד"ק איז מפרש באופן אחר לפי פשש"מ]
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:40 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:31 pm
מן ההר אל העם
מקור פרשת יתרו (שמות פרק יט פסוק יד)
אין באניץ ווען א גרויסע פערזענליכקייט לאזט זיך אראפ צו קלענערע פון אים.
דאס איז דאך דער פשט לפי חז"ל.
להודות האט געשריבן:
וועלכע חז"ל?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

להודות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 8:03 pm
Mezofzef האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:40 pm
שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:31 pm
מן ההר אל העם
מקור פרשת יתרו (שמות פרק יט פסוק יד)
אין באניץ ווען א גרויסע פערזענליכקייט לאזט זיך אראפ צו קלענערע פון אים.
דאס איז דאך דער פשט לפי חז"ל.
להודות האט געשריבן:
וועלכע חז"ל?
קוק אין רש"י לעצטע וואך.
פוצה פה ומצפצף
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: להחזיר המליצה לשורשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@Mezofzef
מן ההר אל העם - מלמד שלא היה משה פונה לעסקיו אלא מן ההר אל העם

ער'ז געגאנגען מן ההר גראדאל העם און נישט צו זיינע עסקים, ד.מ. נישט "לאזט זיך אראפ א.א.וו."
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”