אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

בעז"ה הייב מיר אן אן אשכול ווי מ'וועט ליינען און קורצן אביסעלע באקאנטע אין אומבאקאנטע היסטאריע, פון אלס און אלעמען, אין מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן.
IMG_20231205_172614_(400_x_400_pixel).png
IMG_20231205_172614_(400_x_400_pixel).png (344.03 KiB) געזען 2977 מאל
דזארדזש וואשינגטאן

דזארדזש וואשינגטאן, מלחמה העלד אין ערשטע אמעריקאנער פרעזידענט, איז געבוירן געווארן פעברואר 22 יארע 1732, אין די בריטישע קאלאניע אין וועסטמאָרעלאַנד ווירדזשיניע, ער איז געווען דער עלטסטער פון זעקס געשוויסטער.
מערסטנס פין זיין יוגנט איז ער אויפגעוואקסן אויף די ארטיגע פארם פעלדער, און ווען זיין טאטע איז געשטארבן ווען ער איז געווען בלויז עלף יאר אלט, האט דער קליינער דזארדזש איבערגענומען די לייצעס אין ארויס געהאלפן זיין מאמע מיט די ארבעט.
אלס יוגנטליכער האט וואשינגטאן שטודירט מאטעמאטיק'ס, פין וואס ער האט פארדינט שיין געלט.
אין יאר 1752 איז וואשינגטאן געפארן צוזאמען מיט זיין האלבע ברודער לאורענ'ס צי די קאריביען, וויבאלד די ברודער זיינער האט זיך גענויטיגט אין די ליפט צוליב וואס ער האט געליטן פון די טובערקולאָסיס קרענק (ל"ע),א שטיק צייט שפעטער איז וואשינגטאן'ס ברודער געשטארבן, אין וואשינגטאן האט גע'ירשנט זיין פארמעגן אין מאונט ווערנאן ווירדזשיניע.

נאך זיין ברודער'ס טויט האט וואשינגטאן זיך צוריק געצויגן צו ווירדזשיניע, אין אן קיין שום פריערדיגע מיליטערישע רעקארד, און עלטער פון 21 יאר האט ער זיך אנגעשלאסן אין די ווירדזשיניע מיליצע (וואס האט געדינט ווי א פריוואטע ארמיי פין ציווילע בירגער) , ווי ער איז געווארן אויפגענומען אלץ קאמאנדיר ער איז געווען פארמישט אין שלאכטן אין די פראנצויזישע אינדיאנער קריג, ער איז עווענטועל געשטיגן און ראנג אין ער איז געשטעלט געווארן אלץ הויפט פון אלע מיליצע גרופעס אין ווירדזשיניע.

אין יאר 1759 האט וואשינגטאן רעזיגנירט פון די מיליצע, און האט זיך צוריקגעצויגן קיין מאונט ווערנאן ווי ער איז געווארן ערוויילט צי די "ווירדזשיניע האוז אוף בורעגסעס" (געזעץ הויז).
אין די נאכפאלגעדיגע יארן האט וואשינגטאן געקויפט ריזיגע באדן וואס האט באטראפן 8000 אקער ווי ער האט געפלאנצט ווייץ קארן אין נאך.
מיט זיין גרויס פארמעגן, האט וואשינגטאן אנגעהויבן שפירן ערשטהאנטיג די שווערע שטייערן וואס די בריטישע האבן ארויףגעשטעלט, און ער איז געקומען צום אויספיר אז די בריטישע קאלאניעס דארפן דערקלערן זעלבשטענדיגייט פון די בריטישע אימפעריע.

וואשינגטאן האט סערווירט אין די ערשטע קאנטינענטל קאנגרעס אין פילאדעלפיע אין 1774, (וואס איז געווען לאקירט די ערשטע רעגירונג ווי מ'האט דורך געפירט געזעצן) אין א יאר שפעטער, אין מאי 1775 ווען די קאנגרעס האט זיך צוריק געקערט פאר נאך א קאנפערענץ איז די רעוואלוציע אפיציעל אריין און קראפט, און וואשינגטאן איז געווארן אויפגענומען אלס קאמאנדיר פון די אמעריקאנע רעוואלוציאנערן, אין א יאר שפעטער יולי 4 1776 איז געווארן אונטערגעשריבן די "דעקלאראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט".

דורך אויס די שווערע שלאכטן האט זיך וואשינגטאן ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א העלדישע גענעראל, ווען אין די שווערסטע צייטן האט ער געשטארקט זיינע סאלדאטן נישט אויפצוגעבן, ווי אין די פראסטיגע ווינטער ווען טייל סאלדאטן האבן ניטאמאל געהאט קיין שטיוול.

(אן אריין גיין אי די גאנצע מלחמה וואס מ'וועט אפשר צוריק קומען א צווייט מאל)

און סעפטעמבער 1783, האט זיך די מלחמה אפיציעל גענדיגט מיט די "טרעטי אוו פאריז", ווי בענדזשמען פרענקלין, זשאן עדעם'ס, אין זשאן זשעי, האבן פארהאנדעלט מיט פארשטייער פון קעניג דזשארדזש פון ענגלאנד ווי מ'האט אפיציעל אנערקענט די זעלבשטענדיקייט פון די פאראייניגטע שטאטן,

וואשינגטאן האט געגלויבט אז זיין פליכט פאר די ניי געגרינדעט לאנד, די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע האט זיך גענדיגט,און וואשינגטאן האט זיך צוריקגעצויגן קיין מאונט ווערנאן צוריק צי גיין צי די פארם ארבעט.
אבער אין יאר 1787 איז ער גערופן געווארן צו די "קאנסטיטוציאנעלע קאנווענשן", ווי מ'האט געשריבן די נייע קאנסטיטוציע, אין זיין פירערשאפט דורך אויס די רעוואלוציע האט איבערצייגט די דעלעגאטן אז ער זאל ווערן די ערשטע פרעזידענט פונעם נייעם לאנד.
צום ערשט האט וואשינגטאן נישט געוואלט אננעמען די עהרע ער האט זיך געוואלט צוריק קערן צו א רואיג שטיל לעבן, אבער נאך גרויס דרוק האט ער מסכים געווען,

אין די ערשטע עלעקשענ'ס איז פארגעקומען יאנואר 7 1789 און ער האט געווינען גרינגערהייט, דזשאן עדעם'ס וואס איז געלאפן קעגן וואשינגטאן, אין האט אנגעצויגן די צווייט מערסט שטומען איז געווארן ערוויילט אלס וויצע פרעזידענט.
די 57 יעריגער וואשינגטאן איז געווארן איינגעשוואוירן אפריל 30 1789 ,אין ניו־יארק סיטי די דאן הויפט שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן.
זיינע צוויי מערסט באקאנטע קאבינעט מיטגלידער זענען געווען סעקרעטערי אוו סטעיט טאמעס זשעפערסאן, און טרעזשורי סעקרעטאר אלעקסאנדער העמילטאן, צוויי מענטשן וואס זענען געווען שארף צעטיילט איבער ווי סאך מאכט די רעגירונג האט, וואשינגטאן האט געהאלטן אז לטובת דעמאקראטיע פעלט זיך אויס צו האבן פארשידענע מיינונגען אין די רעגירונג.

אין יאר 1794 איז פארגעקומען איינע פון די ערשטע פראבעס צי מעסטן די אויטאריטעט פון די נייע רעגירונג, ווען קאנגרעס האט דורכגעפירט אזוי גערופענע וויסקי שטייער, אין פארמערס אין פענסילוועניע האבן רעוואלטירט קעגן די רעגירונג, וואשינגטאן האט דאן געשיקט 12,000 סאלדאטן צי אינטערדריקען די רעבעלן,
אונטער וואשינגטאן האבן זיך נאך 5 שטאטן- נארט קאראליינע- ראוד איילענד- ווערמאנט- קענטאקי- טענעסי -אנגעשלאסן אין אמעריקע װי אויך איז דורך געפירט געווארן די "בילל אוו רייט'ס"
אין 1796 נאך צוויי טערמינען אלס פרעזידענט, האט וואשינגטאן אפגעזאגט צו לויפן א דריטע מאל, אין זיין געזעגנונגס רעדע האט וואשינגטאן ארויסגעברענגט צי האלטן אמעריקע אויף די העכסטע סטאנדארט שייך, און געווארנט איבער די שעדליכקייט פון פאליטישע פארטייען (יא יא!!!).
ער האט זיך דאן צוריק געקערט קיין ווירדזשיניע, ווי ער האט זיך צוריקגעקערט צי א רואיג לעבן ,אין דעצעמבער 1799 האט וואשינגטאן באקומען אן אינפעקציע און די האלדז, און א קורצע צייט שפעטער אין דעצעמבער 14 איז וואשינגטאן געשטארבן, אלט זייענדיג 67 יאר אלט.

אינטערעסאנטע פאקטן

וואשינגטאן האט געהאט איבער 300 קנעכט.
ער האט געלאזט צוואה אז נאך זיין ווייב'ס טויט זאל מען באפרייען אלע קנעכט.
ער האט שוין געהאט קנעכט פון די 11 יאר ווען זיין טאטע איז געשטארבן.
ער האט נישט געהאט קיין קינדער.
ווען וואשינגטאן איז געווען פרעזידענט, איז די פאפולאציע פון אמעריקע געווען 4 מיליאן מענטשן.
וואשינגטאן איז די איינציגסטע פרעזידענט וואס איז קיינמאל נישט געווען אנגעשלאסן אין א פאליטישע פארטיי.
זיין געזעגנונגס רעדע איז פון זיינע מערסטע באקאנטע רעדעס, עס ווערט יעדע יאר געליינט אין די סענאט און די טאג פון וואשינגטאן'ס געבורטס טאג.
וואשינגטאן האט די ערשטע אינטער געשריבן די קאנסטיטוציע.
ווען מען שווערט איין א נייע פרעזידענט, זאגט מען די ווערטער "סאו העלפ מי גאד", די ווערטער שטייט נישט אין די קאנסטיטוציע, די ווערטער האט וואשינגטאן צוגעלייגט זייענדיג א גלויביגער, אין עס איז שוין געבליבן ביי אלע אנדערע פרעזידענטן נאך אים.
וואשינגטאן האט פארלוירן מער שלאכטן ווי ער האט געווינען.
אויב זעהט איר עפעס און די באשרייבונג איז נישט ריכטיג, ביטע לאזט דא וויסן, יישר כח כ'האף איר האט הנאה געהאט.

צום ווידערזעהן!!

viewtopic.php?p=4787349#p4787349
מעקסיקאנער אמעריקאנער קריג
לעצט פארראכטן דורך יענקעלע סוחר אום זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

פארשטייט זיך אז די דאנק קנעפל געבט אסאך חיזוק
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

זייער שיין...
קיט איט קאמינג...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5059
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

קיין פרעמדער צום קיבאורד ביסטו זיכער נישט, א פרעמדער צו אייוועלט?? דאס קען מען שוין דיסקוסירן…
פיין געשריבן, אסאך אומבאקאנטע פאקטן!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

א שיינע ארבעט ש'כח!
ווארטען מיר מיט שפאנונג אויף די קומענדיגע
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע:Lee - Penn

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

גוד דשאב יענקעלע, כ'ווייס נישט צו די ביסט א סוחר אבער א פיינע היסטאריקער ביסטע זיכע. שכח כ'לעכץ נאך דיין נאלעדש, און דיין "גלונגענע" שטייפע פעדער איז גארנישט אזוי אוועקצימאכן!
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

יישר כח אלע באדאנקער'ס רילי עפרישיעטעד.............

עני איידיע וואס צי שרייבן נעקסט?
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

יענקעלע סוחר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:38 pm
יישר כח אלע באדאנקער'ס רילי עפרישיעטעד.............

עני איידיע וואס צי שרייבן נעקסט?
פארוואס די פעדעראליסטישע פארטיי האט זיך אויפגעלעזט און אלע אומבאקאנטע היסטאריע פון אמעריקאנע פרעזידענטן, ווען אמעריקע האט איינגענומען שטחים פון מעקסיקא, ווען אמעריקע האט אפגעקויפט אלאסקע, ווען ניו יארק האט געטוישט נאמען פון ניו אמסטערדאם, וויזוי אמעריקע איז אריבער פון די האלענדישע צו ענגלאנד, ווען מען האט אפגעקויפט דעם מאנהעטן אינזל, ווען איז וואשיגטאן די.סי. געווארן הויפט שטאט, פארוואס פילידעלפיע איז נישט געבליבן הויפט שטאט, ווער האט געשריבן די קאנסטעטוציע, ווען האט זיך געגרינדעט די סופרים קארט, ווען איז באשטומט געווארן די סיסטעם פון קאנגרעס און סענאט, וויזוי איז באשטומט געווארן די פיפציג שטאטן - פארוואס למשל איז נישט ניו יארק ניו דזשערסי און ראוד איילענד איין גרויסע סטעיט, פון די צווילע קריג קען מען נאך שרייבן א לענגס און א ברייטס.

אז די לויפסט אויס פון נאך געדאנקען רוף אריין

און פאר די ערשטע ארטיקל
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

זאנוויל תנחום האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:53 pm

שיין שיין יישר כח
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

עניינא דיומא אלערט... עפעס א מעשה (אמת'ע?) איז דא פון דזשארדזש וואשינגטאן מיט א מנורה
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

זייער שיין כמיין סאיז כדאי צו מאכן א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

latter האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:00 pm
זייער שיין כמיין סאיז כדאי צו מאכן א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן
די אייוועלט סעגרעגאציע פאלעסי גייט פאראויס...
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:28 pm
עניינא דיומא אלערט... עפעס א מעשה (אמת'ע?) איז דא פון דזשארדזש וואשינגטאן מיט א מנורה
עפעס ליגט מיך אויך אין מח, איינער קען עס אפשר אראפשרייבן?
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע:Lee - Penn

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

יענקעלע סוחר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:42 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:28 pm
עניינא דיומא אלערט... עפעס א מעשה (אמת'ע?) איז דא פון דזשארדזש וואשינגטאן מיט א מנורה
עפעס ליגט מיך אויך אין מח, איינער קען עס אפשר אראפשרייבן?
מ'קען פשוט פאוסטן די "חנוכה מיט די אונטערו חבריא" סידי און דער עולם וועט זיך האלטן געשפאנט פונעם דראמאטישן געשיכטע
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

יענקעלע סוחר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:42 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:28 pm
עניינא דיומא אלערט... עפעס א מעשה (אמת'ע?) איז דא פון דזשארדזש וואשינגטאן מיט א מנורה
עפעס ליגט מיך אויך אין מח, איינער קען עס אפשר אראפשרייבן?
viewtopic.php?p=300414#p300414
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
זשאן עף קענעדי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 1:46 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשאן עף קענעדי »

זייער שיין! ווען קומט נאך?
די איינציגסטע זאך פון וואס מען דארף מורא האבן איז מורא אליין!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9620
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

די ביסט פיינע נייעס!! קיפ איט אפ!!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

שטארק הנאה געהאט, קיעפ איט קאמינג

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

יענקעלע סוחר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:42 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:28 pm
עניינא דיומא אלערט... עפעס א מעשה (אמת'ע?) איז דא פון דזשארדזש וואשינגטאן מיט א מנורה
עפעס ליגט מיך אויך אין מח, איינער קען עס אפשר אראפשרייבן?
געווען אין מעלות יארן צוריק

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
מאניס פונפדר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:58 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניס פונפדר »

Wow זייער אינפארמאטיוו!!
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:37 pm
יענקעלע סוחר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:42 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:28 pm
עניינא דיומא אלערט... עפעס א מעשה (אמת'ע?) איז דא פון דזשארדזש וואשינגטאן מיט א מנורה
עפעס ליגט מיך אויך אין מח, איינער קען עס אפשר אראפשרייבן?
געווען אין מעלות יארן צוריק
viewtopic.php?p=300414#p300414
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

איך האב זייער הנאה געהאט!
מיר ווארטן אויף נאך.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32247
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הערליך שיין און קלאר אראפגעלייגט @יענקעלע סוחר .

שלום וברכה!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

שפעטער אדער מארגן וועט אי"ה זיין נאך אן ארטיקל...
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: אינטערעסאנטע היסטאריע פון אלס און אלעמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

מעקסיקאנער אמעריקאנער קריג

ווען אמעריקע איז געווען און מלחמה מיט איר שכן מעקסיקא

אט ליינט.......

די שטאט טעקסאס האט דערקלערט זעלבשטענדיגייט, און זיך אפגעריסן פון מעקסיקא, און יאר 1836, אבער אמעריקע האט איר נישט געוואלט אננעמען אלץ נאך א סטעיט, וויבאלד טעקסאס האט געשטיצט קנעכטשאפט, ווי אויך האט מעקסיקא געסטראשעט אז אויב אמעריקע וועט איבערנעמען טעקסאס, וועט עס באטראכט ווערן ווי א מלחמה דעקלאראציע.
פונדעסטוועגן האט זיך אנגעהויבן א רעדע פון אנעקסירן טעקסאס, נאך וואס זשעימ'ס פאלק האט געווינען די פרעזידענט וואלן און יאר 1844, פאלק איז געווען א שטארקע שטיצער פון אויסברייטערן אמעריקע, ער האט געהאלטן פונעם "מאניפעסט דעסטיני" (וואס האט געהאלטן אז עס איז א פליכט פאר אמעריקע צי פארשפרייטן דעמאקראטיע)
ער האט אויך געהאלטן אן אויג אנצושליסן און אמעריקע די שטאטן קאליפארניע ארעגן,ניו מעקסיקא, און נאך, ( א טייל וואס איז היינט באוואוסט אלץ די מערב דרום שטאטן).

אבער ווען זיין געבעט אפצוקויפן טעקסאס איז אפגעווארפן געווארן, האט פרעזידענט פאלק פארארדענט צי שיקן טרופן צום ריא גראנדא טייך, וואס גרעניצט זיך מיט מעקסיקא צי זיין גרייט אויף אלעמען.
אויף אפריל 25, 1846, האבן מעקסיקאנער סאלדאטן ביים ריא גראנדא טייך אטאקירט א גרופע אמעריקאנער סאלדאטן, אונטער די אנפירערשאפט פון גענעראל זעקערי טעילער (שפעטערדיגע פרעזידענט), און אומגעברענגט א צאל סאלדאטן, זיי האבן זיך דאן אנגעהויבן רוקן נענטער צי טעקסאס, גענעראל טעילער האט אריינגערופן הילף און באוויזן אפצושלאגן די אטאקע.
נאך פאלגענדיג די אטאקע האט פרעזידענט פאלק אויפגעטרעטן און קאנגרעס און געזאגט "דאס איינגעהאלטנקייט איז געווארן אויסגעמאטערט אפילו נאך פאר מ'האט פארגאסן אמעריקאנער אומשולדיג בלוט אויף אמעריקאנער באָדן" .
גענעראל טעילער
גענעראל טעילער
IMG_20231213_154741_(400_x_400_pixel).jpg (24.07 KiB) געזען 1438 מאל

און אום מאי 13 1846, האט קאנגרעס דערקלערט מלחמה קעגן מעקסיקא.

נאך פאלגענדיג די דעקלאראציע פון קאנגרעס, איז די מלחמה אפיציעל אריין און קראפט, און יענע צייט האבן ביים ריא גראנדא טייך אויף די מעקסיקאנער זייט געוואינט בלויז 75,000 מענטשן וואס האט עס געמאכט אלס א גרינגע ציל
איינצונעמען, אלס רעזולטאט האבן אמעריקאנער טרופן אונטער קאלאנעל סטעפאן קירני, און קאמאנדיר ראבערט סטאקטאן, איינגענומען די געגנט אן קיין שטארקע קעגנערשאפט,גענעראל טעילער איז אויך נישט געבליבן אונטערשעלונג און אויך אפגעהאלטן שיינע נצחונות.

מיט די פארלוסטן וואס האט זיך געהויבן אויף די מעקסיקאנער זייט,האבן זיך די מעקסיקאנער געוואנדן צי זייער אלטע כאריזמאטישער גענעראל און דיקטאטור "אנטאניא לאפעז דע סאנטא אנע" שריי מיך נישט אן איך האב אים נישט געגעבן די נאמען וואס איז געווען און גלות אין קובא, אז ער זאל צירוק קומען קיין מעקסיקא אנפירן די מלחמה.
סאנטא אנע האט דאן איבערצייגט פרעזידענט פאלק, אז אויב ער וועט אים ערלויבן זיך צוריקציקערן קיין מעקסיקא, וועט ער ענדיגן די מלחמה אויף טערמינען וואס וועט שטארק בענעפיטירן די פאראייניגטע שטאטן.
אבער ווען סאנטא אנע איז אנגעקומען קיין מעקסיקא, האט ער גלייך געוויזן ווי ערנסט ער האט געמיינט דאס ענדיגן די מלחמה, ער האט דאן איבערגענומען קאנטראל פון די מעקסיקאנער מיליטער און האט אנגעהויבן פירן די מלחמה קעגן אמעריקע.
אום סעפטעמבער 1846 האבן די אמעריקאנער אפגעהאלטן א שטארק זיג ווען זיי האבן באוויזן איינצונעמען די שטאט מאנטערי וואס דאס האט געמיינט אז אמעריקע האט קאנטראל אויף צפון מעקסיקא.
א אנדערע אנדערע וויכטיגע שלאכט איז פארגעקומען אום פעברואר 1847, איז ווען 15,000 מעקסיקאנער סאלדאטן האבן ארומגענומען א קנאפע 5,000 אמעריקאנער זעלנער ביים אנגוסטורא פאס, גענעראל סאנטא אנע באפוילן אז די אמעריקאנע סאלדאטן זאלן זיך אונטערגעבן גענעראל טעילער האט שארף אפגעווארפן די פארלאנג זאגנדיג "זאג אים ער זאל גיין אין גיהנום" ווען סאנטא אנע'ס פארלאנג איז געווארן צירוק געוויזן האט ער באפוילן זיינע סאלדאטן צי אטאקירן די אמעריקאנער ,
די אמעריקאנער סאלדאטן אונטער טעילער זייענדיג סאך ווייניגער און צאל, האבן העלדיש צירוק געקעמפט און האבן באוויזן אפצוהאלטן איינע פון די צוויי מעקסיקאנע דיוויזיעס, אדערווייל האט אויף די אנדערע זייט אנגעפירט די פארטיידיקונג קאלאנעל זשעפרסאן דעוויס,

(ער איז געווען סענאטאר פון מיסיסיפי, ווען די קריג האט אויסגעבראכן האט ער איבער געלאזט די סענאט אין זיך אנגעשלאסן אין די מיליטער, און האט אנגעפירט א דיוויזיע פון וואלאנטירן וואס האבן וואלאנטירט צי קעמפן, ער איז שפעטער געווארן נישט אזוי בארימט זייענדיג די פרעזידענט פון די קאנפראדעיט שטאטן דורך אויס די ברודער קריג)

די מעקסיקאנער האבן געליטן שווערע פארלוסטן און ביי 5 אזייגער נאכמיטאג האבן זיך די מעקסיקאנער אנגעהויבן צירוקציען, די אלע שלאכטן האט פארוואנדלט גענעראל טעילער אלס א העלד, און ער האט דאן באקומען די צונאמען " "אלט גראב און גרייט" .

אבער א חודש שפעטער אפגעזעהן די אלע פארלוסטן, איז גענעראל סאנטא אנע געווארן די פרעזידענט פון מעקסיקא,
אדערווייל האבן אמעריקאנער טרופן אונטער גענעראל ווינפילד סקאט איינגענומען די שטאט ווערעקרוז, וואס איז און געגנט פון מעקסיקא סיטי, און מארשירט ווייטער און ריכטונג פון מעקסיקא סיטי אויפן וועג זענען פארגעקומען עטליכע שלאכטן, אבער די מעקסיקאנער זענען באזיגט געווארן יעדעס מאל
אום סעפטעמבער 1847 האט גענעראל סקאט און זיינע טרופן אריינמארשירט און מעקסיקא סיטי, די מעקסיקאנער האבן נאך אנגעהאלטן א גארילע קריג קעגן די אמעריקאנער אבער עס איז געווען קלאר אז די מלחמה איז פארביי און די אמעריקאנע האבן געווינען די קריג.
נאכפאלגנדיג. די זיג האט סאנטא אנע רעזיגנירט פון זיין פרעזידענטשאפט,די אמעריקאנער רעגירונג האט געווארט אז א נייע גאווערמענט זאל איבערנעמען וואס זאל פירן די שלום געשפרעכן.
ענדליך אום פעברואר 2 1848 איז געווארן אונטערגעשריבן די שלום אפמאך ברענגענדיג די צוויי יאר לאנגע קריג צי א ענדע.
אונטער די אפמאך האט מעקסיקא אנערקענט די אנעקסירונג פון טעקסאס, און מסכים געווען צו פארקויפן קאליפארניע פאר 15 מיליאן דאלער, ווי אויך זענען די שטאטן
ניו מעקסיקא, יוטא, אריזאנע, נעוואדע, און ווי אויך זענען חלקים פון קאלאראדא און וויאמינג געווארן א טייל פון די פאראייניגטע שטאטן.
אסאך פון די סאלדאטן און אפיצירן וואס האבן העלדיש געקעמפט ביים קריג האבן זיך בלויז עטליכע יאר שפעטער געטראפן קעמפן איינער קעגן צווייטן ביים ציווילע קריג.

אינטערעסאנטע פאקטן

די מעקסיקאנער אמעריקאנער קריג איז געווען דער ערשטער קריג וואס אמעריקע האט אפגעהאלטן א קאנפליקט אינדרויסן פון אירע גרעניצן.

אמעריקע איז נאך די מלחמה גרעסער געווארן מיט 525 טויזנט סקווער מייל.

טעילער איז געווען פרעזידענט פאר בלויז 16 חדשים, ער איז געשטארבן אלס פרעזידענט פון א פלוצעמדיגע קראנקייט.

דורך אויס די מלחמה, האט א גאנצע גרופע פון איירישע אימיגראנטן דעזערטירט, אין זיך אנגעשלאסן אין די מעקסיקאנער זייט.

די מלחמה האט קלענער געמאכט מעקסיקא מיט מער פון האלב.

עברעהם לינקלאן שפעטערדיגע פרעזידענט, איז געווען פון די גרעסטע קריטיקירער פון די מלחמה.

בלויז עטליכע טעג פאר מעקסיקא איז געווען געצווינגען עס צי פארקויפן, האט מען געטראפן גאלד אין קאליפארניע, וואס האט געפירט צום גאלד געיעג.

די אמעריקאנער האבן געליטן 13,000 פאטאליטעטן, און די מעקסיקאנער ארום 25,000 פאטאליטעטן.

די דעמאקראטישע פארטיי איז געווען שטארק אין שטיצע פון די מלחמה, ווידעראום די וויג פארטיי איז געווען שטארק דערקעגן.
לעצט פארראכטן דורך יענקעלע סוחר אום דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”