קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

פארוואס נישט?

וואס טוט זיך מיט זאגן אב הרחמן?

וואס טוט זעך זומער צווישען זיבו און אכט א זייגער?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דעמאלטץ איז שולט דער מזל מאדים, און ווייטער ווייס איך נישט
ס'איז דא וואס פירן זיך דאס צו זאגן נישט אב הרחמן נאר אב הרחמים, איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס טוהט אויף,
רוב מענטשן שלאפן דעמאלטץ און אויב נישט סייוואס מען טוהט דעמאלטץ איז אלעס אבער נישט קידוש.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

היי יאר (תשס"ז) איז געווען די זמן מוצ"ש פרשת בראשית 7:19 און פרשת נח 7:10, איך מיין אז מען האט דעמאלס קידוש געמאכט צווישן זיבן און אכט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זייט ווען איז מוצש"ק בראשית נח, זומער? מן הסתם האסטו פלעין געוואלט פרעגן, אויפן גערוקטן זייגער, וואס איז דען די נפקא מינה?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נוסח וואס מאנכע פירן זיך צו זאגן אין פאל מען מאכט קידוש צווישן זעקס און זיבן אזייגער פרייטאג-צונאכטס (טייל פירן זיך עמטליך צו פארלאזן אויף דעם נוסח יעדע וואך, אנדערע נאר ווען זיי האבן א גאסט און איילן זיך צו לכבודו): אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים ויזכור ברית איתנים "ויציל נפשותינו מן השעות הרעות" ויגער ביצר הרע מן הנשואים ויחון אותנו לפליטת עולמים וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך הער,

ביסט גערעכט סיי מיט די אב הרחמים און סיי מיט דעס וואס איך האב פלעין געוואלט פרעגן.


קרעמער,

יישר כח פאר די נוסח.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

קידוש מאכן צווישן זעקס און זיבן אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

וואו איז די מקור וועגן נישט מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבן אזייגער?

איז יעדער זיך נוהג דעם מנהג?

וואס טוט זיך ווען ס'איז זומער-זייגער, דעמאלטס איזעס צווישן זיבן און אכט?

(כ'טרעף נישט קיין אשכול איבער דעם נושא, אויב ס'שוין דא - ביטע צאמשטעלן.)
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

1x1 האט געשריבן: (כ'טרעף נישט קיין אשכול איבער דעם נושא, אויב ס'שוין דא - ביטע צאמשטעלן.)

ערלעדיגט, לשביעת רצון חברינו היקר ר' חד בחד.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שקויעך פאר'ן צוזאמשטעלן (ווער, ווייסיך נישט. יענער וועט שוין אפנעמען די שכוח).


אאאפפ ס'איז דער גבאי היקר.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

אין קובץ אור ישראל מאנסי איז געווען א מאמר ארוך איבער דעם גאנצן נושא יתכן מ'קען עס טרעפן אין היברובוקס
עכ"פ דער מקור איז דער מג"א
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

במגן אברהם (או״ח סימן רע״א סק״א):
"כתוב בתקוני שבת שיקדש קודם לילה, כי בתתילת ליל שבת הוא מזל מאדים, ובסוף יום ו׳ הוא מזל צדק, לכן יקדש בצדק, וכ״כ בתשובות מהרי״ל סימן קס״ג."

אזוי ווי די ניו יארקער זייגער איז גערוקט פאראויס מיט 4 מינוט, כדי עס זאל נישט זיין קיין טיים-ליינס פון מינוטן, נאר פון שעות, איז די פונקטליכע צייט פון מזל מאדים פון 5:56 ביז 6:56 (אין א"י פון 5:40 ביז 6:40).

אינטערעסאנט אז וויזניצ'ער רבי (מאנסי) שליט"א מאכט נישט הבדלה פאר 7.
אתמהה, (אפילו מ'זאל מקפיד זיין אויך אויף הבדלה) מזל מאדים איז נישט יעדן טאג צווישן 6-7 עס איז דאך דא שבעה כוכבי לכת און יעדע שעה איז משמש א צווייטע מזל (לויט דעם טאר מען אויך נישט קידוש מאכן צווישן 1-2 פרייטאג צונאכטס), קומט אויס מוצ"ש איז מזל מאדים צווישן 10-11.
לעצט פארראכטן דורך באנקיר אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 12:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

ביי די שאלת און תשובת וואס קימען פאר פון אירגון שיערי תורה האט איך אמאל געהערט פון די סקווערע דיין, ר' מעכל שטיינמעץ שליט"א, האט מען עם געפרעגעט, אויב איינער האט א שטיב מיט קינדעלעך אין די ווייב בעט אים ער זאל מאכען קידש געניג פרי כדי די קליינע קינדער זאלען נישט איינשלאפען... אין זי וויל אז ער זאל מאכען קידש פאר זיבענע, צי ער מעג עס טין אפילו אויב די מנהג פין זיין טאטע אין זיידע איז אייביג געוועהן נישט צו מאכען קידש פאר זיבענע.
האט די דיין געזאגט אז א מענשט דארף וויסען "ווי איין אין ווי אויס", די מנהג איז טאקע זייער חשב, אין יעדער וואס האט עס מקבל דארף עס טין, אבער מען טאר נישט וועגען דעם צעפארען די גאנצע שטיב!
עס איז מיר זייער געפאלען די גראדע דעת תורה פין דעם דיין, אז יעדער דארף וויסען וויאזוי אפצושאצען אזעלעכע מנהגים, אין וויסען ווען מען מיז פארקיקען.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע:אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

איך האב געהערט זאגן אז די מנהג פון נישט מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבן, איז נאר אויף רויטע וויין און נישט אויף ווייסע וויין.
אפשר ווייסט איינער א מקור דערצו?
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

באנקיר האט געשריבן: במגן אברהם (או״ח סימן רע״א סק״א):
"כתוב בתקוני שבת שיקדש קודם לילה, כי בתתילת ליל שבת הוא מזל מאדים, ובסוף יום ו׳ הוא מזל צדק, לכן יקדש בצדק, וכ״כ בתשובות מהרי״ל סימן קס״ג.".



לויט דעם קומט אויס אז עס איז ענדערש צו מאכן קידוש פאר זעקס און נישט נאך זיבן ווי פיל מענטשן טוען.

באנקיר האט געשריבן: אזוי ווי די ניו יארקער זייגער איז גערוקט פאראויס מיט 4 מינוט, כדי עס זאל נישט זיין קיין טיים-ליינס פון מינוטן, נאר פון שעות, איז די פונקטליכע צייט פון מזל מאדים פון 5:56 ביז 6:56 (אין א"י פון 5:40 ביז 6:40).

אינטערעסאנט אז וויזניצ'ער רבי (מאנסי) שליט"א מאכט נישט הבדלה פאר 7.
אתמהה, (אפילו מ'זאל מקפיד זיין אויך אויף הבדלה) מזל מאדים איז נישט יעדן טאג צווישן 6-7 עס איז דאך דא שבעה כוכבי לכת און יעדע שעה איז משמש א צווייטע מזל (לויט דעם טאר מען אויך נישט קידוש מאכן צווישן 1-2 פרייטאג צונאכטס), קומט אויס מוצ"ש איז מזל מאדים צווישן 10-11.


די קפידה פון וויזשניצער רבי האט גארנישט מיט "מזל מאדים" און עס איז נישט אין צוזאמענהאנג מיט דער מנהג פון פרייטאג צו נאכטס. דאס שטאמט פון אן אלטער וויזשניצער מנהג און דער טעם איז על פי סוד. זיין זיידע - דער צמח צדיק - פלעגט נישט דאווענען מעריב פאר זיבן, אבער דער וויזשניצער רבי וויל נישט גיין אזוי ווייט משום טירחא דציבורא, ממילא מאכט ער נאר נישט הבדלה פאר זיבן.
גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרוש »

די מחצית השקל אויפן פלאץ איז מסביר באריכות אז די פראבלעם איז יא מזל מאדים און ער איז עס מסביר אויפן זייגער , די זאך פארוואס די מגן אברהם זאגט לכן יקדש בצדק איז וועגן זכרהו בכניסתו,
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

פאראן וואס אין ארץ-ישראל איז מען נישט מקפיד דערויף, די זעלבע סיבה פארוואס ניטל איז מען נישט מקפיד אין ארץ-ישראל (געוויסע מקומות), ווייל דארט זענען נישט שולט קיין דינים.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

כהאב פונקט געקלערט אז ווען סקולענער רבי מאכט קידוש צווישן איינס און צוויי איז אויך מזל מאדים, אפשר ווארט ער טאקע אויף נאך צוויי...
.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

קרעמער האט געשריבן: נוסח וואס מאנכע פירן זיך צו זאגן אין פאל מען מאכט קידוש צווישן זעקס און זיבן אזייגער פרייטאג-צונאכטס (טייל פירן זיך עמטליך צו פארלאזן אויף דעם נוסח יעדע וואך, אנדערע נאר ווען זיי האבן א גאסט און איילן זיך צו לכבודו): אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים ויזכור ברית איתנים "ויציל נפשותינו מן השעות הרעות" ויגער ביצר הרע מן הנשואים ויחון אותנו לפליטת עולמים וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים.

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מזאגט דעם נוסח פארן ליינען און די תורה..
צוליב די בייזע רוחות וואס גייען באלד שושקען און צוצקען ביים ליינען.

(דאנט ווארי.. זיי דרוקן דעם ויגער ביצר הרע)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שטיקל גבאי האט געשריבן: איך האב געהערט זאגן אז די מנהג פון נישט מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבן, איז נאר אויף רויטע וויין און נישט אויף ווייסע וויין.
אפשר ווייסט איינער א מקור דערצו?

עס איז דא א חתם סופר אויף פסח ווי ער רעדט פון דעם ענין אז רויטע וויין איז דינים און ווייסע איז רחמים, דעריבער איז פסח וואס דער עיקר נס איז געווען דינים פאר די רשעים טרינקט מען דוקא רויטע וויין.
קען זיין לפי זה, אז די ווייסע וויין איז ממתיק.

אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זיס האט געשריבן: פאראן וואס אין ארץ-ישראל איז מען נישט מקפיד דערויף, די זעלבע סיבה פארוואס ניטל איז מען נישט מקפיד אין ארץ-ישראל (געוויסע מקומות), ווייל דארט זענען נישט שולט קיין דינים.

ניטל איז די סיבה ווייל אין ארץ ישראל האבן די גויים נישט געהאלטן די חגא.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

ס'איז אבער דא וואס זאגן נאך א טעם, ווייל דארט איז מען נישט אונטער קיין שום שליטה וכדו', נאר אונטער הקב"ה אליין, (משא"כ בדרך כלל זאגט מען אז די נאכט איז שולט די סט"א אום ניטל).

אויב ס'איז נישט דא ברויך מען מאכן א אשכול וועגן ניטל.
גוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט »

דארף מען קלערן
הנותנת אז היינט ווי מיר ווייסן ווי ס'איז מבואר אין 'ויואל משה' אז היינט איז דארט מער ווייניגער [ חוץ ביי די פאר ערליכע פלעצער] שולט דעם שר ווי נישט קיין אנדערע ווי דער ס''מ ודיליה ודי
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אלף בית האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן: איך האב געהערט זאגן אז די מנהג פון נישט מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבן, איז נאר אויף רויטע וויין און נישט אויף ווייסע וויין.
אפשר ווייסט איינער א מקור דערצו?

עס איז דא א חתם סופר אויף פסח ווי ער רעדט פון דעם ענין אז רויטע וויין איז דינים און ווייסע איז רחמים, דעריבער איז פסח וואס דער עיקר נס איז געווען דינים פאר די רשעים טרינקט מען דוקא רויטע וויין.
קען זיין לפי זה, אז די ווייסע וויין איז ממתיק.

אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.


איך מוז וויסן א מקור, איך מאך דאך קידוש אויף וויסע גרעיפ דזשוס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אלף בית האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן: איך האב געהערט זאגן אז די מנהג פון נישט מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבן, איז נאר אויף רויטע וויין און נישט אויף ווייסע וויין.
אפשר ווייסט איינער א מקור דערצו?

עס איז דא א חתם סופר אויף פסח ווי ער רעדט פון דעם ענין אז רויטע וויין איז דינים און ווייסע איז רחמים, דעריבער איז פסח וואס דער עיקר נס איז געווען דינים פאר די רשעים טרינקט מען דוקא רויטע וויין.
קען זיין לפי זה, אז די ווייסע וויין איז ממתיק.

אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.



מענין לענין
אין מהרי"ד מבעלזא ברענגט ער אין פר' תולדות:
ויבא לו יין וישת, תיבת לו הנגינה הוא מרכא כפולה הרמז בזה דאיתא בזוהר (פנחס דף רט"ז ע"ב) יין אית ליה תרי גונין חיור וסומק, דינא ורחמי. שמורה ב' דברים, חסדים ורחמים לישראל, ומפלה לשונאי ישראל, וכתיב ויין ישמח לבב אנוש, שמורה על חסדים, ויין מתנסך על גבי מזבח שמורה מפלה לשונאים דאיתא בזוהר הקדוש שמזבח זובח כל התנגדות דקדושה, מרמז על מפלה לשונאי ישראל, וזה הרמז ששותים יין בפורים וכן בפסח, שהיה חסדים לישראל ומפלה לשונאים, וזהו הטעם של מרכא כפולה שהיין שהביא יעקב אבינו היתה לו בזה כוונה כפולה.
איך האב אמאל געהערט פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א ביי משתה היין, אז דערפאר האט אסתר געמאכט צוויי סעודות פאר אחשורוש און המן, ביי די ערשטע סעודה האט זי געגעבן ווייסע וויין און דעמאלט איז נשפע געווארן רחמים און מרדכי איז נתעלה געווארן, און ביי די צווייטע סעודה האט זי געגעבן רויטע וויין און ס'איז נשפע געווארן דינים און המן איז אויפגעהאנגן געווארן
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אין קובץ גינת ורדים (סאטמאר מהרי"י) חודש כסלו טבת תש"ע, איז דא א ביאור מקיף אויף דעם ענין פון קידוש מאכן צווישן 6 און 7.
עס איז כדאי פאר ווער עס וויל גוט דורכטוהן דעם ענין איבערצוגיין דעם מאמר.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”