קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:05 pm
איך דענק נישט אמאל אז 6 אזייגער זאל זיין אן עסק.. אדרבה, איך וואלט געוואלט הערן אויב די אידן שארית הפליטה פון אייראפא, אונזערע זיידעס האבן געווארט אויף 6?

איך בין געווען עסן טעג ביי אידן אויף שבת, איך דענק נישט אזא זאך אין ערגעץ..

זוי מיינעך..
אפשר ווען מען האט געסט ווארט מען נישט אן איבריגע מינוט...
די דערמאנסטו ווי די וואודעסלובע רב ז"ל האט געזאגט, איך האב קיינמאל נישט געזען מען זאל אויסרופען א כהן במקום לוי, (ווען ס'נישטא א לוי)
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יצחק הערש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 11:22 pm
רוב וועלט (פון די וואס זענען מקפיד אויף קידוש במזל מאדים) רעכענען למעשה יא פון 6:00 ביז 7:00 עס איז סתם א מנהג בטעות אדער עס האט יא א נארמאלע וועג צו פארענטפערן? (אין מכון לשבטך איז דא א שטיקל מהלך אבער עס איז א גרויסע דוחק)
פשוט איז עס א טעות, פונקט ווי די 10 זמן תפילה, ביז נישט אזוי לאנג צוריק איז די זייגער געלאפן פון חצות ביז חצות, אבער איז למעשה געווארן א מנהג און אפי לוט די מנהג איז עס אין נ''י בערך 5 מינוט פאר 6 ביז 5 מינוט פאר 7,
גראדע ווייס איך נישט צו ממש רוב וואס פירן זיך אזוי אפשר רוב וואס זאגן אב הרחמים...
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אדם א מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:02 pm
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:05 pm
איך דענק נישט אמאל אז 6 אזייגער זאל זיין אן עסק.. אדרבה, איך וואלט געוואלט הערן אויב די אידן שארית הפליטה פון אייראפא, אונזערע זיידעס האבן געווארט אויף 6?

איך בין געווען עסן טעג ביי אידן אויף שבת, איך דענק נישט אזא זאך אין ערגעץ..

זוי מיינעך..
אפשר ווען מען האט געסט ווארט מען נישט אן איבריגע מינוט...
די דערמאנסטו ווי די וואודעסלובע רב ז"ל האט געזאגט, איך האב קיינמאל נישט געזען מען זאל אויסרופען א כהן במקום לוי, (ווען ס'נישטא א לוי)
מיינע זיידעס האבן זיך נישט אזוי געפירט.. איך דענק נישט איך זאל אמאל הערן בימי ילדותי, אדער בימי בחורי אז מ'זאל אזוי זיך פירן.. איך האב אנגעפרעגט יאאארן שפעטער אלץ אינגערמאן ווען כ'האב געזעהן אז ס'הייבט אן ווערן א זאך ביים ציבור, האב איך געפרעגט עטליכע אידן פון מיין יארגאנג און העכער, אויב זייערע זיידעס האבן זיך אזוי געפירט, קיינער האט מיר נישט גענטפערט אז יא.. ס'רוב האבן געזאגט ניין, אדער אז זיי געדענקן נישט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:19 pm
אדם א מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:02 pm
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:05 pm
איך דענק נישט אמאל אז 6 אזייגער זאל זיין אן עסק.. אדרבה, איך וואלט געוואלט הערן אויב די אידן שארית הפליטה פון אייראפא, אונזערע זיידעס האבן געווארט אויף 6?

איך בין געווען עסן טעג ביי אידן אויף שבת, איך דענק נישט אזא זאך אין ערגעץ..

זוי מיינעך..
אפשר ווען מען האט געסט ווארט מען נישט אן איבריגע מינוט...
די דערמאנסטו ווי די וואודעסלובע רב ז"ל האט געזאגט, איך האב קיינמאל נישט געזען מען זאל אויסרופען א כהן במקום לוי, (ווען ס'נישטא א לוי)
מיינע זיידעס האבן זיך נישט אזוי געפירט.. איך דענק נישט איך זאל אמאל הערן בימי ילדותי, אדער בימי בחורי אז מ'זאל אזוי זיך פירן.. איך האב אנגעפרעגט יאאארן שפעטער אלץ אינגערמאן ווען כ'האב געזעהן אז ס'הייבט אן ווערן א זאך ביים ציבור, האב איך געפרעגט עטליכע אידן פון מיין יארגאנג און העכער, אויב זייערע זיידעס האבן זיך אזוי געפירט, קיינער האט מיר נישט גענטפערט אז יא.. ס'רוב האבן געזאגט ניין, אדער אז זיי געדענקן נישט..
סאיז נישט געווען קיין עסק ווייל מהאט נישט געענדיגט דאווענען אזוי שנעל, ווי לאנג מהאט זיך געקראצט אהיים איז שוין געווען לאנג נאך 7,
במילא איז עס נישט געווען שטארק נוגע.

אבער א וודאי האט מען מקפיד געווען.
יצחק הערש
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:22 pm

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק הערש »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:20 pm
יצחק הערש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 11:22 pm
רוב וועלט (פון די וואס זענען מקפיד אויף קידוש במזל מאדים) רעכענען למעשה יא פון 6:00 ביז 7:00 עס איז סתם א מנהג בטעות אדער עס האט יא א נארמאלע וועג צו פארענטפערן? (אין מכון לשבטך איז דא א שטיקל מהלך אבער עס איז א גרויסע דוחק)
פשוט איז עס א טעות, פונקט ווי די 10 זמן תפילה, ביז נישט אזוי לאנג צוריק איז די זייגער געלאפן פון חצות ביז חצות, אבער איז למעשה געווארן א מנהג און אפי לוט די מנהג איז עס אין נ''י בערך 5 מינוט פאר 6 ביז 5 מינוט פאר 7,
גראדע ווייס איך נישט צו ממש רוב וואס פירן זיך אזוי אפשר רוב וואס זאגן אב הרחמים...
עס איז דא 3 וועגן צו רעכענען שעות שוות, נמשל ביי סוז''ת איז די פשוטע מהלך אז עס איז 2 שעה פאר חצות און פאר ביז כמעט 150 יאר צוריק איז די זייגער געגאנגען מיט חצות ממילא איז אייביג געווען 10 אזייגער סוז''ת, די צווייטע מהלך איז אז שעות שוות איז יעדן טאג די זעלבע לויט די מיטל אייראפע זייגער און דאס איז אין ברוקלין 4 מינוט צו 10, און די מהלך איז זיכער נישט קיין טעות די מנחת אלעזר האט אזוי געהאלטען, מיין שאלה איז נאר אויב 6 7 10 אויף אונזער זייגער האט נישט קיין שום פשט אדער עס האט יא
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יצחק הערש האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:04 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:20 pm
יצחק הערש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 11:22 pm
רוב וועלט (פון די וואס זענען מקפיד אויף קידוש במזל מאדים) רעכענען למעשה יא פון 6:00 ביז 7:00 עס איז סתם א מנהג בטעות אדער עס האט יא א נארמאלע וועג צו פארענטפערן? (אין מכון לשבטך איז דא א שטיקל מהלך אבער עס איז א גרויסע דוחק)
פשוט איז עס א טעות, פונקט ווי די 10 זמן תפילה, ביז נישט אזוי לאנג צוריק איז די זייגער געלאפן פון חצות ביז חצות, אבער איז למעשה געווארן א מנהג און אפי לוט די מנהג איז עס אין נ''י בערך 5 מינוט פאר 6 ביז 5 מינוט פאר 7,
גראדע ווייס איך נישט צו ממש רוב וואס פירן זיך אזוי אפשר רוב וואס זאגן אב הרחמים...
עס איז דא 3 וועגן צו רעכענען שעות שוות, נמשל ביי סוז''ת איז די פשוטע מהלך אז עס איז 2 שעה פאר חצות און פאר ביז כמעט 150 יאר צוריק איז די זייגער געגאנגען מיט חצות ממילא איז אייביג געווען 10 אזייגער סוז''ת, די צווייטע מהלך איז אז שעות שוות איז יעדן טאג די זעלבע לויט די מיטל אייראפע זייגער און דאס איז אין ברוקלין 4 מינוט צו 10, און די מהלך איז זיכער נישט קיין טעות די מנחת אלעזר האט אזוי געהאלטען, מיין שאלה איז נאר אויב 6 7 10 אויף אונזער זייגער האט נישט קיין שום פשט אדער עס האט יא
אויף די est ממש איז זיכער א טעות, גראדע די מנח”א איז ממש די איינציגסטע וואס שרייבט אזוי לגבי סוז”ת, דא לגבי די מזלות זעהט מען פון די מקורות אז עס גייט מיט חצות וואס אל עס האבן מיט זייגערז.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 7:05 pm
איך דענק נישט אמאל אז 6 אזייגער זאל זיין אן עסק.. אדרבה, איך וואלט געוואלט הערן אויב די אידן שארית הפליטה פון אייראפא, אונזערע זיידעס האבן געווארט אויף 6?

איך בין געווען עסן טעג ביי אידן אויף שבת, איך דענק נישט אזא זאך אין ערגעץ..

זוי מיינעך..
פארוואס זאל מען ווארטן אויף 6? אפשר רעדסטו פון ווארטן אויף 7...

למעשה גערעדט, אין די מגן אברהם ווערט נישט דערמאנט קיין ענין פון ווארטן אויף 7, נאר ענדערש זיך יאגן און מאכן קידוש פאר 6. ס'איז פשוט נאך א טעם אויף דעם וואס דער מחבר זאגט אז מ'זאל מאכן קידוש וואס פריער (לויטן מחבר - מבעוד יום) אריינצוכאפן פאר'ן מזל.

דער באר היטב ברענגט יא אז מ'זאל ווארטן, אבער ער ברענגט עס פונעם זעלבן מקור אין תיקוני שבת אבער דארט האב איך עס נישט געטראפן. דער שו"ע הרב ברענגט אויך אזוי אז מ'זאל ווארטן ביז נאך מאדים
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14935
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אין די דרעזדנער-שמעלצער שמועס זאגט דארט וועלוועל שמעלצער אז אין סקווירא גייט מען נאר לויט שעות שוות אפילו ביי חצות און סוף זמן תפילה
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

הרב_שלום האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:42 pm
אין די דרעזדנער-שמעלצער שמועס זאגט דארט וועלוועל שמעלצער אז אין סקווירא גייט מען נאר לויט שעות שוות אפילו ביי חצות און סוף זמן תפילה
אלעמאל גייט מען שעות שוות חוץ ביי דאורייתא׳ס גייט מען לחומרא
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כפרה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 12:28 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:39 pm
computer expert האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:26 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:01 pm
כפרה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:27 pm
@למעלה משבעים @לאנטש טיים דא אין דעם אשכול אין די ערשטע בלעטער האט מען שוין דאס דורכגעטוהן, געדענק איך דורכגיין די נושא מיט ידידי הרב @היפאקריט
איבערגעקוקט דא, איך זע נישט מען זאל דאס האבן דורכגעטון, וואס מען האט דורכגעטון איז די חלק פון די 5-6 מינוט חילוק פון די אמת'ע זייגער, יא געוויסע האבן געשריבן וועגן זמניות, אבער אן קיין מקור און הסבר.

זע די מחצית השקל וז"ל: אך סדר הלוכן אינן שעה זמניות, אלא שעות ההשואה, א"כ דברי תקוני שבת אינן אמורים אלא בזמן שיום ולילות שוים, שתחלת שעה שביעית מן שעות ההשואה והיא שעה ראשונה מן יום ו' אז משמש נגה, וכן בשעה ששית אחר חצות היום משמש צדק. וא"כ בזמן שאין יום ולילה שוים ליתא לדברי תקוני שבת, כן נראה לפענ"ד.

און די שועה"ר זע די גאנצע וואס ער שרייבט: יש נזהרים שלא לקדש בשעה ראשונהשל הלילה (דהיינו שעה שביעית אחר חצות היום עיין סי' תכ"ח) אלא או קודם הלילהאו לאחר שעה תוך הלילהלפי שב שעה הראשונההוא מזל מאדים וסמא"ל מושל עליו וכבר נתבאר שלכתחלה יש לו לקדש מיד בבואו מבית הכנסת מבעוד יום.

ע"פ פשוטו וואלט איך געזאגט אז ער מיינט די זעלבע וואס די מחצה"ש זאגט אז די תקוני שבת רעדט ווען די טאג און נאכט איז גלייך, ער צייכנט צו צו סי' תכ"ח היות ס'איז נישטא קיין שועה"ר אויף דעם סימן, און באמת דארט אין שו"ע שטייט גארנישט וועגן מזלות נאר אין טור שטייט וועגן די תקופה, בין איך געגאנגן זיכן צו די שועה"ר רעדט ערגעץ אנדערש דערוועגן, זע איך אין קו"א (יו"ד סי' קפ"ד סק"ג) צייכנט ער אן אז די לבוש אין סי' תכ"ח זאגט לגבי חישוב תקופות צו רעכענען שוות, אויב פארשטיי איך דאס ריכטיג דאן האט ער זיכער געמיינט אנצוצייכענען אז דאס איז בימי ההשוואה, דארף מען לערנען דעם לבוש זען צו איך בין זיך טועה דערין.

אגב, די תקוני שבת איז דא https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... 30&hilite= "ואחר התפלה לא יעכבו הרבה בבית הכנס מפני שהמצוה להקדים לקדש היום וכל הזריז הרי זה משובח וסודו מבואר למטה. קודם שיבא ממשלת סמא-ל וכוכב מאדים בתפלת ליל שבת כידוע".
עס איז דא א ספר "חצות היום" וואס איינער האט לעצטנס ארויסגעגעבן, דארט שרייבט ער אז די גאנצע מציאות פון א זייגער איז א נייע המצאה און מען פלעגט אייביג רעכענען זייגער לויט די זין,
ממילא קומט ער אויס אז אייביק ווען מען רעדט פון א צאל שעות גייט עס פון חצות לגבי סזקר"ש, סז"ת, 6-7 און מולד הלבנה .
איך גראדע האלט נישט פון זיין אויספיר ווייל ער ברענגט נישט קיין ראיה צו זיך נאר ער פרעגט אויף די זייגער

איך האב אמאל אביסל געשריבן און די אשכול viewtopic.php?t=61255
ס'איז דא נאך איין נקודה וואס כ'האב אפשר נישט קלאר געשריבן וואס איך מיין צו פרעגן, די מזלות האבן אנגעהויבן לויפן א געוויסע זייגער, און ס'איז געווען ווען די יום ולילה זענען געווען שוים, פון דאן לויפט עס יעדע איינער פאר איין שעה כסדר, נישט אז יעדן טאג ביי חצות ווערט א ריסעט לויט ווי די זון האלט, ממילא האט עס גארנישט מיט די חשבון פון טאג און נאכט בכלל.
דו זאגסט אז די מזלות לויפן מיט א פונקטליכקייט 60 מיניט זיי ווערן נישט אפעקטירט פון דאס וואס חצות ריקט זיך.
אוודאי אזוי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כפרה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 12:30 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:01 pm
כפרה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:27 pm
@למעלה משבעים @לאנטש טיים דא אין דעם אשכול אין די ערשטע בלעטער האט מען שוין דאס דורכגעטוהן, געדענק איך דורכגיין די נושא מיט ידידי הרב @היפאקריט
איבערגעקוקט דא, איך זע נישט מען זאל דאס האבן דורכגעטון, וואס מען האט דורכגעטון איז די חלק פון די 5-6 מינוט חילוק פון די אמת'ע זייגער, יא געוויסע האבן געשריבן וועגן זמניות, אבער אן קיין מקור און הסבר.

זע די מחצית השקל וז"ל: אך סדר הלוכן אינן שעה זמניות, אלא שעות ההשואה, א"כ דברי תקוני שבת אינן אמורים אלא בזמן שיום ולילות שוים, שתחלת שעה שביעית מן שעות ההשואה והיא שעה ראשונה מן יום ו' אז משמש נגה, וכן בשעה ששית אחר חצות היום משמש צדק. וא"כ בזמן שאין יום ולילה שוים ליתא לדברי תקוני שבת, כן נראה לפענ"ד.

און די שועה"ר זע די גאנצע וואס ער שרייבט: יש נזהרים שלא לקדש בשעה ראשונהשל הלילה (דהיינו שעה שביעית אחר חצות היום עיין סי' תכ"ח) אלא או קודם הלילהאו לאחר שעה תוך הלילהלפי שב שעה הראשונההוא מזל מאדים וסמא"ל מושל עליו וכבר נתבאר שלכתחלה יש לו לקדש מיד בבואו מבית הכנסת מבעוד יום.

ע"פ פשוטו וואלט איך געזאגט אז ער מיינט די זעלבע וואס די מחצה"ש זאגט אז די תקוני שבת רעדט ווען די טאג און נאכט איז גלייך, ער צייכנט צו צו סי' תכ"ח היות ס'איז נישטא קיין שועה"ר אויף דעם סימן, און באמת דארט אין שו"ע שטייט גארנישט וועגן מזלות נאר אין טור שטייט וועגן די תקופה, בין איך געגאנגן זיכן צו די שועה"ר רעדט ערגעץ אנדערש דערוועגן, זע איך אין קו"א (יו"ד סי' קפ"ד סק"ג) צייכנט ער אן אז די לבוש אין סי' תכ"ח זאגט לגבי חישוב תקופות צו רעכענען שוות, אויב פארשטיי איך דאס ריכטיג דאן האט ער זיכער געמיינט אנצוצייכענען אז דאס איז בימי ההשוואה, דארף מען לערנען דעם לבוש זען צו איך בין זיך טועה דערין.

אגב, די תקוני שבת איז דא https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... 30&hilite= "ואחר התפלה לא יעכבו הרבה בבית הכנס מפני שהמצוה להקדים לקדש היום וכל הזריז הרי זה משובח וסודו מבואר למטה. קודם שיבא ממשלת סמא-ל וכוכב מאדים בתפלת ליל שבת כידוע".
וואס מיינט ווען טאג נאכט איז גלייך? ווען צאת הכוכבים קומט אויס 6:00 אדער ווען די שקיעה קומט אויס 6:00?
ביי בריאות העולם ווען טאג און נאכט איז געווען גלייך, דוכט זיך נאכנישט געווען קיין שקיעה דאן...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”