וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

סנישט פשוט ווי דיסקאנעקטעד די היינטיגע בחורס טאטע זענען פון די מציאות אין ישיבות אין פארגלייך פון זייערע צייטן .

פאר נישט לאנג צוריק איז א משגיח געווען פאר אלעם א לעבעדיגע הבדלה ארג.\יודישקייט גיליון, פאר אלעם איז געלעגן פאר זיינע אויגן די באשעפערס תורה- און דעם רבינס דרך, נאר אויפן ווייטן צווייטן פלאץ האט ער זיך אויך געטראפן אכטונג געבן אויף די תקנות הישיבה און law and order.

די ישיבות זענען טיילמאל טאקע געפארן אויף רעדער, אבער די פירות זענען געווען ערליכע יונגעלייט. פארוואס? ווייל ווען די משגיח האט געכאפט די פויער אין ישיבה שלאפן אן א שלאף ציצית און געמאכט די ווענט פון דארמאטארי טרייסלען פון זיינע קולות, האט ער געמיינט מיט די גאנצע הארץ די שרעקליכע עוולה קעגן די אר"י הק' פון שלאפן מיט ציצית, א כפרה די ישיבה'ס נאמען.

די חסידישע בחור וואס זיצט און לערנט איז פארקוקט געווארן זיינע עוולות אין שמירת הזמנים אדער אוועקפארן צו געאסרטע (ריינע) דעסטינאציעס, בלויז ווייל ער איז געווען דערביי אין די רוחניות חלק. אלע השגחה סאנקציעס זענען געוואנדן געווארן צו די "ליידיגגייערס".

היינט? גוט מארגן. א בחור קען זיצן אין ישיבה אן לייגן תפילין, עפענען א ספר, האבן כלים, הערן וועלכע מוזיק סשמעקט איהם, ווילאנג ער שעדיגט נישט די רכוש און אנזעהן פון די ישיבה, העצט נישט, זיצט איין רוהיג, און שטרעקט אויס זיין האלדז צו קענען בעסער זען די ראש ישיבה ביים שלוש סעודות.
א בחור וואס לערנט און דאאוונט אבער קאלערט ארויס? אך און וויי פאר עהם, ער וועט פליען ווי א מיסיל פאר יעדע ביס ליל שישי, יעדע באזוך אין א פרעמדע אוצר הספרים, יעדע האלבע ווארט קעגן די הנהלה ווייל ער הרגעט די ישיבה!! די משגיח דארף זיך זארגן פאר די שס"ה מצוות לא תעשה? וואס עפעס? זיין עיקר דאגה איז צו האבן א גוטע נאמען און קענען סקארן גוטע פוינטס ביים רבינס שטוב\מוסד קאמיטע.

די גליון קען אנהייבן א טויש אין די נושא, הלוואי זאל מען זוכה זיין
נעקסטיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 22, 2023 5:09 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעקסטיים »

ב"ה מ'זעט שוין די פירות בחורים קומען אפדעיטן די פילטער צו בלאקן ווידיאוי "כה לחי הבדלה"
נעסטיים זאגמעך פארדעם
אוועטאר
חכם גדול
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 2:00 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם גדול »

דורכגעליינט דעם שבת מדאשקע לדאשקע, כ'ווער ממש משוגע פאר די קריעטיוועטי וויאזוי די מערכת האט אריינגעווישט הויפענעס פון סאליד הדרכה, דרשות, טעראפי אויף די האקעלסטע נושא אין אן אומשולדיג-אויסקוקנדע יוסעלע געשיכטע. כה לחי פאר די אלע וואס שטייען דערונטער, ס'איז פארהאן אזויפיל נקודות צו טרעפן צווישן די שורות, סיי פאר די בחורים קודם ולאחר שיחטא, און סיי פאר די עלטערן, אלעס אזוי שיין אריינגעפלאכטן כמעט אומבאמערקבאר...ממש אין מילים.

צו די וואס שפעקולירן וואס מ'קען טוהן אדער אויפטון, כ'ווייס נישט צי ס'האט א קלארע תירוץ, אבער כמדומה איז דאס וואס הבדלה טוט, דערווייל די מערסט אפעקטיווסטע וואפן קעגן טעקנאלעדזשי, סיי אויף צו פארמיידן מענטשן צו נעמען דעם ערשטן טריט אריין, סיי בענין פאר'ן ברעכן די איינזאמקייט\יאוש פאר די וואס זענען דערינען, ובעיקר צו ווייזן אז ס'איז פארהאן א וועג ארויס.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

חכם גדול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:29 pm

נישט מגזים זיין פליז! ס'איז זייער גוט 'געשריבן' ודו''ק
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

ווי קען מען באקומען די אויסגאבע?
נאכנישט באקומען אין פאסט!
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

היינט אין דבר יום ביומו
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-12-24 133845.png
Screenshot 2023-12-24 133845.png (12.81 KiB) געזען 1950 מאל
אוועטאר
חכם גדול
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 2:00 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם גדול »

חידוש נפלא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:40 pm
היינט אין דבר יום ביומו
מי הוא זה?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

חכם גדול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:44 pm
מי הוא זה?
איני יודע
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

חכם גדול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:44 pm
חידוש נפלא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:40 pm
היינט אין דבר יום ביומו
מי הוא זה?
הערט זיך נטורי קרתא סטייל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ער זאגט דארט אויף די ליין. ס'איז די מירע מנין אין וויליאמסבורג. תלמידים פפון ר' אלחנן יוסף הערצמאן און רב צוקקער. גארנישט מיט די נטו''ק
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
קרעטשניפער קוגל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 10:43 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשניפער קוגל »

איינער האט די פי די עף?
דורכברוך!! - האטליין פאר בלויז $50 (איינמאליגע פעימענט) - פרטים יבואו!!!

יא ס'איז א פאקט. א איינמאליגע פעימענט, און די ליין בלייבט אייערס.

פרטים יבואו!!!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אלט מאנרא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:17 am
סמעטענע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:05 am
אלט מאנרא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:47 am
וואס איז די געפילן ביי א טאטע יעצט ווען ער זעהט זיין טייערע שכר לימוד ביל פאר זיין בחר און ישבה קטנה נאכן ליינען די מציאות ביי רוב ישיבה?
זייער א שווערע פיל דאס
אז עס קאסט יא אזוי טייער, לאמיר כאטש נעמען די חברה אין די האנט אריין און זעהן וואס די ישיבה טוט צום עכטן פראבלעים, האבן די איינגעשטעלטע א פלאן אויף פאראויס אז די מצב זאל זיך פארבעסערן?, אדער גייען אזוי פארן ווייטער ביל'ס אהן טוהן עפעס רעאליסטיש.
איך האלט נישט אז די ישיבה וועט עפעס טיהן אויף למעשה יעדער וויל בלייבן מיטן שיינעם נאמען אויפן גאס
אויב איז דעיס די רעספאנד צום עולם וועט'ס בעקפייערן,
דר'עולם האלט נישט פקדונות אין די ישיבות צו בויען א ברענד פאר די ספעציפישע ישיבה.
אוועטאר
געשמאקער יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 3:58 pm
לאקאציע:איבעראל

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער יונגערמאן »

איינער האט די פי די עף?
ס' איז דא צוויי מינע מענטשן אויף די וועלט ...
נארמאלע מענטשן & מענטשן וואס די קענסט...
אבער די שמייכל צי ביידע...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3659
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

סמעטענע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:27 pm
אלט מאנרא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:17 am
סמעטענע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:05 am
אלט מאנרא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:47 am
וואס איז די געפילן ביי א טאטע יעצט ווען ער זעהט זיין טייערע שכר לימוד ביל פאר זיין בחר און ישבה קטנה נאכן ליינען די מציאות ביי רוב ישיבה?
זייער א שווערע פיל דאס
אז עס קאסט יא אזוי טייער, לאמיר כאטש נעמען די חברה אין די האנט אריין און זעהן וואס די ישיבה טוט צום עכטן פראבלעים, האבן די איינגעשטעלטע א פלאן אויף פאראויס אז די מצב זאל זיך פארבעסערן?, אדער גייען אזוי פארן ווייטער ביל'ס אהן טוהן עפעס רעאליסטיש.
איך האלט נישט אז די ישיבה וועט עפעס טיהן אויף למעשה יעדער וויל בלייבן מיטן שיינעם נאמען אויפן גאס
אויב איז דעיס די רעספאנד צום עולם וועט'ס בעקפייערן,
דר'עולם האלט נישט פקדונות אין די ישיבות צו בויען א ברענד פאר די ספעציפישע ישיבה.
ווארט מיר ביים קארנער
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

געשמאקער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:37 pm
איינער האט די פי די עף?
גא"מ
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:17 am
פארוואס פונקט די נאמען יאסעלע?
בחינת יוסף הצדיק
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

און וואו איז לאה'לע, די צענדליגער נשים וואס ליידער צוליב בטלה, זענען זיי שטארק באקאנט מיט אלע סצענעס פון ען. סי. איי. עס. און ווייסן פונקטליך וויאזוי די פאליציאנטן דערשמעקן א טראפל בלוט ביי א סצענע. שוין צייט מתקן צו זיין אז פרויען דארפן צוריקגיין אין סקול ביי די 40
יש תורה בעולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 2:20 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תורה בעולם »

יעצט גענדיגט ליינען איו איין שאס דא אין א"י קענ נאכאלץ נישט צו זיך קומען בפרט פון די בריוו פון טאטא מאמא ביום החופה ממש אנגעהויבן ווינעו wow what a great job
דער נעשכיזער איז געווען א גוטע איד!!!!!
ווי וואנט משיח נאו!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אז א טאטע ווייסט פון א ישיבה וואס איז מער ריינער פון די יאסעלעך אנשיקעניש
מעג ער עפ"י הלכה אריינשיקן זיין קינד אין אזא פלאץ ווי דער זון איז אויסגעשטעלט זיך אנצוטרעפן אין א גרעסערע פראצענט פון יאסעלעך ?
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

סמעטענע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:48 pm
אז א טאטע ווייסט פון א ישיבה וואס איז מער ריינער פון די יאסעלעך אנשיקעניש
מעג ער עפ"י הלכה אריינשיקן זיין קינד אין אזא פלאץ ווי דער זון איז אויסגעשטעלט זיך אנצוטרעפן אין א גרעסערע פראצענט פון יאסעלעך ?
אייוועלט איז נישט דאס פלאץ פאר דעם,

דארפסט פרעגן א דעת תורה,
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

דעת תורה קומט נישט צו אראפברענגן דא, פארוואס?
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

סמעטענע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:14 pm
דעת תורה קומט נישט צו אראפברענגן דא, פארוואס?
דאס פרעג אויך א דעת תורה,
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע:סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

יונה גאלדשמידט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:23 pm
דער יעניגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:43 am
מ'מעג שוין ארויסגעבן די PDF?
ניין בשום אופן .. נישט פאר מיטוואך 2:15 pm EST
יעצט יא?
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני ל בין עצמי מה אני
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ראמאסוואמי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:09 pm
דורכגעבליקט, טאקע זייער אינטערעסאנט אבער ס'איז היבש ווייט פון די מציאות ביי היינטיגע בחורים.

מען זעהט אז א אינגערמאן האט עס געשריבן, איינער וואס איז שוין כאטש עטליכע יאר ווייט פון ישיבה, אדער איז עס געשריבן געווארן עטליכע יאר צוריק. נישט אז ס'איז ערגער און זיי האבן עס נישט געקענט שרייבן, ס'איז אנדערש.

אבער ס'איז א מאסיווע ארבעט, גוט געשריבן.

(נאך א זאך, דער אויסגאבע טראגט נישט דעם נאמען פון קיין איין רב אדער ערנסטער איד אונטער זיך. ווען מען רעדט פון אויפקלערן בחורים אדער נישט זענען די באשלוסן ווי עס שיינט געמאכט געווארן דורך דעתי בעל הבית, אלזא, ס'איז א שאד צו פיליווען דעראין)
דערציילט מיר א ידיד אז ער האט געהערט פון הרה"ג ר' בערל טויבער האט עס דערמאנט ערגעץ ביי א שמועס וועגן די אויסגאבע, און ער דערציילט אזוי:
אז א בחור אין ישיבה איז געקומען צו אים, און דערציילט אז ס'איז אנגעקומען אויף די פאסט, און זיין טאטע האט געזאגט אז ער לאזט עס נישט ליינען נאר טאמער דער מגי"ש זאגט אז א בחור מעג עס ליינען, האט אים ר' בערל געזאגט, יא, דו מעגסט עס רואיג ליינען
א טאג צוויי שפעטער פרעגט ער דעם בחור, א צדיק פון א בחור, דו האסט עס שוין געליינט?
יא!
נו, ביסט געוואר געווארן עפעס נייעס אין דעם ביכל?
יא!, איך בין געוואר געווארן ווי שרעקליך און שעדליך די אלע מאוויס און ווידיעאס קענען אראפברענגן א מענטש, כ'האב געוואוסט ס'איז געפערליך אבער נישט געוואוסט אז ס'איז אזוי געפערליך
פרעגט אים ר' בערל, פיין, אבער ביסט געוואר געווארן עפעס נאך נייעס אויך? האט זיך דיר עפעס מער געעפנט מיט א ידיעה צו די וועלט פון מאוויס און ווידיאס? גרופס וכו'? איז דא עפעס וואס דו האסט ביז היינט נישט געוואוסט?
זאגט דער בחור, ניין, כ'האב אלעס געוואוסט ביז היינט
פרעגט אים ר' בערל, אויב אזוי פארוואס האט דיין טאטע מורא געהאט דו זאלסט עס ליינען?
צושמייכלט זיך דער בחור, ווען מיין טאטע וואלט געוואוסט וואס מ'האט געשמועסט ביי אונז אין כתה ט' וואלט ער נישט מורא געהאט.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3659
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

זאגט מיר איינער ווען הבדלה מאכט ווען א פראפעשענעל מאווי פון אזא יאסעלע מעשה וואלטן עס אסאך מער בחרים געזעהן ווי די יעצטיגע אויסגאבע און אפשר גאר געקאסט אפילו ווינציגער
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”