בלאט 1פון 1

Portable Apps - פארטעבעל עפפס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:00 pm
דורך תולה ארץ
איינער האט מיר באקאנט געמאכט מיט אזא איידיע ווי פארטעבעל עפפ'ס.

מער ווייניגער איז עס אז די האסט דיינע עפפס ווי למשל אפ' גוגעל קרום אויף א USB, אין ווען די לייגסט עס אריין אין סיי וואספארא קאמפיוטער גייט מען אריין אין די פאלדער'ס פון די USB און מ'קליקט דערויף און עס עפענט זיך געהעריג קאום מיט דיינע עקסטענטשענ'ס, שארטקאט'ס און פעסווארד'ס.

ס'קען זיין שטארק נוצבאר פאר איינער וואס ניצט אפט א קיאסק און וויל נישט יעדע מאל עקסטער דארפן אריינלאגן אין אלע זיינע אקאונטס און דארפן געדענקען אלע פעסווארדס.

בינעך נייגעריג צו איינער האט מער אינפראמאציע און ערפארונג אויב ס'ארבעט גוט און אויב ס'איז פארלעסליך.

@קנאפער ידען ?



(אויב שוין דא א אשכול דערוועגן, ביטע ציווייזן)

Re: Portable Apps - פארטעבעל עפפ'ס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:02 pm
דורך קענדי'ס
האסט אנגעכאפט פונקט קראום
די איינציגסטע וואס איך מיין וועט נישט כאפן ביי א קיאסק
אזוי ווי גוגל ביימערקט אז ס'איז א אנדערע PC ווערסטו ארויס געסיינט
איינער האט מיר געזאגט אז ביי פאורטעבל עדש וועט עס יא ארבעטן
איך האב נאך נישט פרובירט

Re: Portable Apps - פארטעבעל עפפ'ס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:06 pm
דורך קנאפער ידען
מ'האט אביסל גערעדט דערפון דא viewtopic.php?p=4668613#p4668613

Re: Portable Apps - פארטעבעל עפפ'ס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:06 pm
דורך תולה ארץ
גראדע עס איינמאל אויספרובירט און טאקע געזען אז קראום ארבעט נישט, אבער כ'האב געמיינט אז ס'איז מיין פראבלעם.

אנדערע עפפ'ס ארבעט עס יא?

Re: Portable Apps - פארטעבעל עפפ'ס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:16 pm
דורך קנאפער ידען
תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:06 pm
גראדע עס איינמאל אויספרובירט און טאקע געזען אז קראום ארבעט נישט, אבער כ'האב געמיינט אז ס'איז מיין פראבלעם.

אנדערע עפפ'ס ארבעט עס יא?
יא. פרוביר אפאר ביז דו טרעפסט איינס וואס איז גוט.

פאר פעסווארדס קען מען אויך פרובירן א פעסווארד מענעדזשער (אין דיין פארטעבעל בראוזער).

Re: Portable Apps - פארטעבעל עפפ'ס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:18 pm
דורך תולה ארץ
קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:16 pm
תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:06 pm
גראדע עס איינמאל אויספרובירט און טאקע געזען אז קראום ארבעט נישט, אבער כ'האב געמיינט אז ס'איז מיין פראבלעם.

אנדערע עפפ'ס ארבעט עס יא?
יא. פרוביר אפאר ביז דו טרעפסט איינס וואס איז גוט.

פאר פעסווארדס קען מען אויך פרובירן א פעסווארד מענעדזשער (אין דיין פארטעבעל בראוזער).
אהא.

איך וועל עס לכאורה סתם אזוי נישט ניצען, אבער ס'קען מיך צוניץ קומען די איין צוויי מאל ווען איך פאל אריין אין קיאסק ....

בתודה.

Re: Portable Apps - פארטעבעל עפפס

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:39 pm
דורך שטויביג
קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:04 pm
שטויביג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm
לויט ווי איך פארשטיי, קען מען האבן א USB, וואס דערויף איז אינסטאלירט פארטעבל פראגראמען, און ווען מען שטעקט עס איין אין א קאמפיוטער קען מען ארבעטן דערמיט אנדעם וואס די פראגראמען זאלן זיין אויפן קאמפיוטער זעלבסט.

לויט ווי איינער האט געשריבן, קען מען אויך האבן א בראוזער, מיט עקסטענשנס, בוקמארקס, קוקיס, לאגינס, וכו' און ווען מען שטעקט אריין דעם USB איז מען ווי אינעם אייגענעם כלי, און ווען מען שטעקט ארויס בלייבט גארנישט אויפן קאמפיוטער.
איינער האט געשריבן אז דאס ארבעט נישט מיט קראום. ביי קראום בלייבט מען נישט אריינגעלאגט.

מיין פראגע איז צו איינער קען מיר העלפן מיט:

1) טרעפן א פאסיגע USB.
2) טרעפן וועלכע פריינטליכע בראוזער וועט זיין צוגעפאסט, אז איך זאל קענען דארט זיין אריינגעלאגט אין מיינע אקאונטס, האבן מיינע עקסטענשנס אקטיוו — למשל לעסט-פעסס פאר מיינע סעיווד פעסווארדס, וכדו'
3) צו ווייזן פון וועלכע געטרויבארע וועבזייטל צו דאונלאודן די בראוזער, און אנדערע פראגראמען.
4) העלפן וויאזוי מען שטעלט אן א פעסווארד אויפן USB, אז אויב עס קומט אן צו אומגעוואונטשענע הענט זאלן מיינע פריוואטע אינפארמאציע נישט זיין אין געפאר בעזר השם יתברך. — און אויב איר האלט אז האבן אזא USB קען זיין א בריעטש אוו סעקיוריטי, לאזט מיר ביטע וויסן.

דאס איז עס פאר יעצט. איך האף אז איר וועט מיר קענען העלפן דערמיט, א ריזן דאנק פון פאראויס.
הצלחה!

פינג @קנאפער ידען
1) עני נארמאלע USB, קוק אויף עמעזאן. נעם פון א באקאנטע ברענד נאמען, סייז/קעפעסעטי און שעיפ לויט ווי דיר געפעלט. מאך אבער יא זיכער אז עס איז USB 3.0 און נישט USB 2.0

2) פייערפאקס דארף צו זיין פיין דערפאר

3) https://portableapps.com/ איז בדרך כלל דער בעסטער (אחוץ אויב דער עפפ האט זעלבסט א פארטעבעל אפציע), און האט א גוטע לאונטשער (אזויווי א סטארט מעניו פאר אלע פארטעבעל פראגראמען פון זיי וואס דו נוצסט) און אפדעיטער פראגראם

4) עס איז נישט דא קיין נארמאלע וועג צו קענען אנשטעלן א פעסווארד אויף א USB. און אין הכי נמי אז האסט א שטיקל ריסק אויב דו פארלירסט דער USB
קען מען לייגן א פעסווארד - צום ווייניגסטנס אויף די פאלדער וואס אנטהאלט אין זיך די פארטעבל בראוזער?

א גרויסן דאנק @קנאפער ידען

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: