בס"ד די נאמען פון די מעשה איז:
די זיידע געמיינדע
דער רבש"ע דער מסבב כל הסיבות, האט אזוי צוגעפירט, אז משום איזה סיבה שתהי', איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו פארוויילן אויף אן ארט, ווא ס'געפינען זיך מערערע עלטערע אידן, לאויש"ט, זייענדיג דארטן אין דער פרעמד, קומט אויב אביסל זיך איינצוקוקן אין יענעמס לעבנס שטייגער, וואס אונזער פאל איז עס געווען די עלטערע חלק פונעם דור.
יעצט כ'וויל מאכן א שטיקל הקדמה: די עולם דא זאל נישט מיינען, אז איך קום ח"ו אפשפעטן און חוזק מאכן פון די עלטערע אידן, איך האב גרויס דרך ארץ פאר זיי, נאר וואס דען, אלס איינער וואס גלייכט צו שרייבן כסדר, און צו דער זייט בין איך א שטיקל אבזערווירער (אדער ווי מ'רופט דאס ביי אונז אין אמעריקע – א יענטע), מוז איך דאך אלעס מיטהאלטן, אין איבעראל מיך אריינשטעקן די נאניע מיינער, האב איך ס'זעלביגע געטוען דא, און ס'איז מיר געווען היבש קאמיש, צו זעהן די ספעקטאל וואס ס'קומט פאר דא, אזש איך מיט איינער פון די חברה מיט וועם כ'בין דא געווען האמיר כסדר געשמייכלט פון געוויסע אינצידענטן, עפעס איין טאג אינמיטן דער גאנצע דערינען, האב איך מיך אנגערופן צו אים, איך וואלט עס גערופן "די זיידע געמיינדע", ער האט אזוי הנאה געהאט פון דעם ווארט, אז ער האט עס כסדר איבערגענוצט, אזש כ'האב אנגעהויבן טראכטן צו מיר, אז אפשר איז כדי ארויסצודערווישן אן ארטיקל איבער דעם, דער עולם קען דאך הנאה האבן, און איין טאג אזוי שמועסנ'דיג מיט א נאנטער מיינער, האט ער מיר טאקע געזאגט אז דער עולם וואלט הנאה געהאט פון אזא ארטיקל, אשר ע"כ האמיר זיך געזעצט שרייבן, און דאס איז ארויסגעקומען.
מיין נסיעה צום זיידע שטעטל:
זונטאג נאכט 11:30 , מיט איין שמחה רוף איך אן מיין חבר, און כ'זאג אים אז כ'האב ב"ה יא באשטעלט דעם טיקעט און כ'קום מיט אויף דער נסיעה'לע.
מאנטאג 12:00 פארמיטאג, מ'זעץ מיר זיך אריין אין קאר, און ויסעו, מ'לאז מיר זיך ארויס צום עירפארט.
נאכמיטאג צייט האמיר אזוי געלאנדעט אין PBI עירפארט אין וועסט פאלם, און מ'זעמיר העפליך אפגעווארט געווארן דורך א היזיגער עלטערער אידל, גראדע א וויליאמסבורגער תושב, אבער ס'איז א גוטע אריינפיר צו א פלאץ, ווען דו זעהסט ווער זענען די מענטשן דא, זיי זענען די מאכערס, עד כדי כך, אז אפי' פון עירפארט זיי זענען זיי דער וואס נעמען דיך אפ.
אנקומענדיג צו מנחה מעריב, בין איך ערשטוינט געווארן, איך קום אריין אין א ביהמ"ד שכולה כהנים, כ'מיין זקנים, פון צווישן ארום 60 חברה דא, זענען דא אפשר 5 שווארצע בערד, אלע אנדערש זענען ברוין, עה אנטשולדיגט ווייס.
שוין כ'טראכט נישט קיין סאך, איך נעם מיר א סידור'ל, און זיך מיר אויף א פלאץ צו זיצן, זיכער מאכנדיג אז כ'נעם נישט אוועק קיינעם'ס פלאץ, אדער אז כ'זיץ נישט צו נאנט צו קיינעמס פלאץ אפי', (ס'הייסט אזויפיל האב איך נאך געוואוסט, האבנדיג אן אייגענע זיידע, אז ס'איז דא זאכן וואס מ'טוט נישט פאר א איד העכער די 60, און דאס איז איינע פון די זאכן).
אין מיין מח פארט יעצט אלעס על מי מנוחות, כ'זעה נישט וואס ס'קען זיין קיין פראבלעם, ווען כ'זעה איינער פון מיינע מיטרייזנדע, וואס איז שוין דע געווען עטליכע מאל, קומט צו רייסן מיט שמייכל, אז ער האט מיר פארגעסן צו זאגן, אז כ'זאל זיין גערישט, אז פון די אלע 60 חברה, גייען מיך כאטש 40-50 פרעגן ווען מ'איז געקומען, און ביז ווען מ'בלייבט, איך לאך מיך אזוי אונטער, ס'איז גאנץ א גוטע ווערטלף און ס'שטימט נאך אויך, און ביפא"ר אי"י נא"ו, קומט שוין איינער צו "ווען איז מען געקומען? ביז ווען בלייבט מען? ווי זענטס עטס? אה... הייסט עס אין יענע הויז, ס'באלאנגט צו הערשלען, ניין?", איך האב געקענט אפקויפן יענע דירה! ס'איז גאנץ גוט דארטן, הא?", ווען בשעת מעשה שטיי איך און איך האלט מיר די זייטן, כ'זעה אז ס'ווערט מקוים זיין נבואה.
הפנים די מער כ'דריי מיך ארום, זעה איך איין אז איך בין אריינגעפאלן דא אין אן ערנסטן זיידע שטאט.
ט"א מעי"ק ד"י לאנ"ג סטאר"י שאר"ט, האב איך אנגעהויבן איינזעהן זייער אן אינטערעסאנטע זאך, פונקט ווי אונז געזענק מיר אלע אין די ישיבה יארן, איז אלץ געווען אלע מינע מענטשן, ווען א טייל פון זיי זענען עסקנים, און א טייל פון זענען שטילע, א טייל עולם איז אייביג גרייט צו פארברענגן, און א טייל ווילן נאר זיין אליינס, וכו' וכו', ס'זעלבע געשעעניש קומט פאר ביי די עלטערע אידן, אבער פיל פיל שטערקער, און מער אויפפאלנד.
אט איז וואס כ'האב מיר צוגעזעהן ווילנדיג אין זיידע טאון:
אריינקומענדיג אין ביהמ"ד, איז מיר אנטקעגן געלאפן א זיס אידל, און מיט איין שמחה גיבט ער מיר שלום עליכם, און וויזט מיר אז אויף די דריטע רייע די צווייטע זיץ, איז ליידיג, און כ'קען דארט זיצן, אבער די דריטע זיץ, דארט זיצט עפעס א ערנסטע באטשי, וואס אויב כ'ברענג א קינד מיט מיר זאל איך וויסן אז דארט קען ער נישט זיצן, ווייל ס'וועט זיין בזיונות.
נאך אזא הקדמה, זעץ איך מיר אויפן דעזעגנירטן פלאץ, און כ'האב אן מאכן הקפות רינגס און ארום, זוכנדיג פאר א סידור, ביז כ'האב ענדליך געטראפן די שאנק ווי זיי ליגן, האב איך נאך מיט אפאר היזיגע איינוואוינער צוטוהן געהאט.
איינער האט - פארשטייט זיך – געמוזט וויסן ווער מיינע עלטערן\שווער\זיידעס זענען, און וואו זיי האבן געלערנט אין ישיבה.
בעת ווען א צוויטער וויל נאר וויסן פארוואס איך בין די, ווי לאנג, אין וועמענס דירה, וואס כ'האב מיט יענעם, און פיל פיל מער וויכטיגע אינפארמאציע.
זעה איך ווי צווי אידן אמפערן זיך ארום אינדערזייט, הערשל שרייט אז מ'דאוונט צו לאנג, ס'האט נישט קיין שום פשט צו דאווענען אזוי לאנג, די רבי זיכרוינע ליבראכע האט אויך נישט געדאוונט אזוי לאנג, אפי' אין די גוטע יארן האט ער נישט אזוי לאנג געצויגן, קוים קוים הייליגע טעג האט ער אזוי געדאוונט, אברהם אבער שרייט צוריק אז ס'איז נישט ריכטיג, ס'איז פשוט אז די רבי האט יא אזוי געוואלט דאווענען, נאר וואס דען, אז די אלע אידן דעמאלטס האבן געדארפט גיין ארבעטן, ממילא האט מען נישט געקענט דאווענען אזוי לאנג, אבער היינטיגע צייטן וואלט ער זיכער יא געהייסן דאווענען אזוי לאנג.
אזוי גייט די טענה'ריי אן פאר א שיינע פאר מינוט, ביז דער בעל תפלה הייבט אן שרייען "שא", ווייל ער דארף קענען זאגן קדיש פאר הודו, שטעלן זיך ביידע אפ, ווייל זיי זאגן אויך קדיש, זייט ביידע עלטערן לעבן שוין נישט, זאגן זיי קדיש נאך אפאר פעטערס וואס זענען אוועק אלס קינד אין קריג.
אויף מיין רעכטע זייט הער איך א שטילע זשומען פון דער איד וואס דאוונט דארט, בעת ווען דער לינקע שכן דאוונט דער גאנצע דאווענען אויף א ניגון פונדערהיים, (אויב איך געדענק גוט איז עס דער בבואו מאדום ניגון פון הרה"ק מ'רימונוב זי"ע), אזש ס'פארגייט מיר די אפעטיט פון דאווענען בכלל.
האב איך אנגעהויבן צו שפאצירן ארויף און אראפ, האפנדיג צו טרעפן א ווינקל זיך אייצוקורטשען דארט אן קיין שכנים, באקום איך בייזע בליקן פון ר'אנטשיל, א איד וואס זיצט אין א רעדער בענקל, "נו אההם", ווייזט ער מיט א שנעלע באוועגונג מיט די הענט, ווי צו זאגן "רוק זיך אוועק, כ'קען נישט זען די בעל תפלה".
בעת ווען פייוויש שרייט פון אונטן "לאז אים אפ, ער איז א גאסט", מיט קענטיגע הנאה, אז ער קין מיטן אלטן ר' אנטשיל האבן א געפעכט, "מיינס'ט ס'באדערט מיר" זאגט ער מיך נאכן דעווענען, "כ'האב אים פשוט געוואלט אנציען".
א קארגע 40 סעקונדעס נאך דער בעל תפלה טרעט אויס, הער איך שוין ציצקען פון הונטן, "נא, נו" שרייען זיי ווי אין א כאר, זיי יאגן זיך שוין, צו גיין וואו פונקטליך??
אבער דער בעל תפלה אונזערע זעהט אויס איז שוין געוואוינט צו די אלע מעשיות, און שטייט פאלזן פעסט, און ווארט אז ר' מענדל, וואס לערנט פאר משניות צווישן מנחה מעריב זאל אויסטרעטן, ווייל ער איז די שיינע איד אין דעם מנין, ענדליך נאך 3-4 לאנגע מינוטן האט ער אויסגטערטן, הערשט דאן טרעט דער בעל תפלה צוריק, און הייבט אן מיט זיין הייזעריגן שטימע די הויכע שמו"ע.
תחנון איז ווידער געווען א געפעכט צווישן צוויי אהבת קדומים אידן, אויב מ'זאגט נישט, ווייל ס'איז דער הילייגער עשבי השדה'ס יארצייט, אבער למעשה זרייט א צווייטער אז ווי באקקאנט האט ער געפירט א מחלוקה מיט רביה"ק, איז דארף מען יא זאגן, פארשטייט זיך אז די צד הקדושה האט צום סוף געזיגט, און מ'האט מיט גרויס טריאומף נישט געזאט תחנון.
ווען ס'איז געקומען צו מנחה, איז א פרישע מהפכה ענטשטאנען, ווען אחד מגדולי רבני דורינו איז אנגעקומען דארט אויף מנוחת הנפש, האט זיך תיכף געטוען א חילוקי דעות אין גרויסן, "די רבי איז אהער געקומען אויף אפרו און ער דארף נישט קיין איבריגע כבוד" שרייט זונדל, "צו ציילן ספירה קען ער בלייבן אינדערהיים", ליארמעט ער, "חוצפה" שרייט חיים יחזקאל, "ער קומט אהער דארפן מיר אים מכבד זיין", בעהט ער זיך, "ווילסט די גבאים זאלן אים מער נישט לאזן קומען אהער??", "א געשעפט האב איך מיט אים, זאל ער נישט קומען דא אויב ער דארף איבריגע כבוד" פארפירט זלמן בעל הגראסערי.
און אזוי איז די שמועס אנגעגאנגעו א שיינע פאר מינוט, ביז די רבי איז אריינגעקומען, און געזאגט פארן גבאי'ן אז ער דארף נישט די שטענדער, "ווייל אין דער פרעמד פירט מען זיך איינגעהאלטן", הערשט דאן האט זיך אלעס בארואיגט.
פארשטייט זיך אז רעדן ביים דאווענען דארט איז פונקט אזא ארטיקל ווי ביינונז אין היימשטאט, געוויסע רידן הויעך, און געוויסע שושעקן נאך העכער.
געוויסע פרייען זיך צו רבנים, און געוויסע באדערט עס.
אפי' בנווגע די מקוה קריגט מען זיך, די וועד ה'זיידעס, כ'מיין ה'מקוה, פארשפארט, און דער עולם שעלט אז 'מ'עג לאזן גיין אין מקוה כאטשיג ביז 12 אזייגער.
און אזוי גייט אלעס אן אזוי ווי ווען זיי זענען געווען אינג.
באמת וואלט איך געקענט שרייבן נאך לענגער, נאר כעת ערלויבט נישט די צייט, אויב כ'וועל האבן איבריגע צייט, וועל איך פראבירן צו שרייבן ווייטער, און אויב נישט וועט עטס ענק מוזן באגנוגן מיט אנדערע ארטיקלען, הצלחה.
נאר איין זאך, היוצא לנו מכל זה, הערט א מאמר החכם: אז מ'ארבעט נישט אין די אינגע יארן קוקט מעו אזוי אויס אין די עלטערע יארן!!