דרשה לחנוכה - לבחור בישיבה או לאברך במסיבה חנוכה משפחתית

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

דרשה לחנוכה - לבחור בישיבה או לאברך במסיבה חנוכה משפחתית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

אנגעגרייט פאר מיין זוהן, געטראכט, מגו דזכי לנפשיה זכי נמי לחבריה, כ'גלייב אנדערע וועלען זעכער קענען נהנה זיין דערפון. נישט לאנג נישט קורץ, שיינע בחינה, גרינג נאכצוזאגען, אויסגעלאזט רוב לשונות חז"ל ופסוקים, אז א יונגערע בחור זאל עס קענען זאגען פליסיג.

ברשות...

דו גמרא זאגט און מסכת שבת, נר חנוכה מצוה להניחה על פתח ביתו מבחוץ. פרעגט דער הייליגע רבי הערשעלע ליסקא זכרונו לברכה און הישר והטוב און דו דרשות אויף חנוכה, פארוואס טאקע האבען דו חכמים מתקן געוועהן פונקט ביי דו מצוה פון נר חנוכה צו צינדען ברבים, אינדרויסען, דער ענין פון פרסומי ניסא, אנדערש וואס ביי אלע אנדערע מצות שטייט און מדרש, אין לך יפה מן הצניעות, אז דער בעסטע אופן מקיים צו זיין דער מצוה, איז מ'זאל עס טוען באשיידען, באהאלטן, איז אויב אזוי פארוואס ביי חנוכה טוט מען עס דוקא ברבים און בפהרסיא?

ענטפערט רבי הערשעלי ליסקא זי"ע , און כ'וועל עס בעסער מסביר זיין מיט דו ווערטער פונעם חתם סופר, דו חתם סופר טייטש דער פסוק, וואס אסאך יודען פירן זיך און ביי אונז אויך, אז מ'זינגט דער פסוק נאכן צינדען דו חנוכה לעכט, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, כשמן הטוב על הראש יורד על הזקן זקן אהרן שיורד על פי מדותיו.

האט דער חתם סופר געזאגט, דער נס חנוכה איז געוועהן אז ס'איז נתרבה געווארען אויל, מ'האט געטראפען איין קריגעלע אויל וואס איז געוועהן גענוג נאר פאר איין טאג, און ס'איז געשעהן א נס אז ס'האט געברענט אכט טעג, און דער נס איז נאר געשעהן און דער זכות וואס דו כהנים הקדושים האבען זיך געהאלטן באחדות, און זיי האבען זיך ליב געהאט איינער דער אנדערן, וואס דאס איז דו מדה פון אהרן הכהן, ווי דו משנה זאגט און אבות, הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ודודף שלום.
זאגט דער חתם סופר, אז דעמאלטס ווען יודישע קינדער האבען זיך ליב איינער דער אנדערע, איז דא א ענין פון מיעוט המחזיק את המרובה, אז פון אביסעל ווערט אסאך. אזוי ווי ס'איז געוועהן און בית המקדש, מ'איז געשטאנען צוזאמען צוקוועטשט, אבער ס'איז געווארן אסאך פלאץ זיך צו ביקען, ברענגט דו חתם סופר צו א באקאנטע גמרא און מסכת סנהדרין (ז' יע"א), דו גמרא זאגט, ווען דער אהבה און אחדות איז שטארק, מ'האט זיך ליב, איז דא פלאץ פאר צוויי מענטשען צו שלאפען אפילו אויף א שפיץ פון א שווערד, אבער אויב מ'האט זיך נישט ליב, קען זיין א בעט וואס איז זעכציג אמות ברייט, און ס'וועט נישט זיין קיין פלאץ צו ליגען.

[מ'זעהט ביי קין און הבל און פרשת בראשית, ס'איז געוועהן צוויי מענטשען, און זיי האבען געהאט דו גאנצע וועלט, איינער האט געהאט א האלבע וועלט, און איינער האט געהאט דער אנדערע העלפט פון דער וועלט, - א גאנצע וועלט- און דאך האט קין נישט געהאט גענוג פלאץ פאר זיך].

דער נס אז ס'איז נתרבה געווארען דער אויל, זאגט דו חתם סופר, איז געוועהן וויבאלד דו כהנים, דו ערליכע יודען, האבען זיך ליב געהאט איינער דו אנדערע, און דעיס מאכט ס'זאל זיין מיעוט המחזיק את המרובה, ס'זאל ווערן א שפע, אז און א קריגעלע ווי ס'איז נאר דא גענוג צו ברענען איין טאג, זאל קענען ברענען אכט טעג, און דאס איז מדה כנגד מדה, ווייל דו כהנים האבען זיך געפירט מיט דו מדה פון אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום, האט דער אייבערשטער באצאלט אזא שכר.

זאגט דער חתם סופר, דאס איז דער טייטש, הנה מה טוב ומה נעים, ווי גוט און ווי זיס איז, שבת אחים גם יחד, אז ס'זיצען צוזאמען ברודער, גוטע חברים, גם יחד, ס'דא פלאץ פאר איינעם און ביידע זיצען צוזאמען, כשמן הטוב על הראש יורד על הזקן זקן אהרן שיורד על פי מדותיו, איז אראפ געקומען פון הימעל א שפע פון אויל, ס'איז נתרבה געווארען דער שמן, ס'איז געוועהן מיעוט המחזיק את המרובה, על פי מדותיו, דורך דו מדות פון אהרן הכהן.

זאגט דער הייליגע רבי הערשעלע ליסקא זכותו יגן עלינו דו זעלבע געדאנק, אז דעיס איז דו כוונה וואס דו גמרא זאגט, בדקו ומצאו פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול. אז נאר דורך דעם האט מען געטראפען מער אויל אז ס'זאל קענען ארויסקומען א נס אז ס'זאל קענען ברענען פאר אכט טעג, דורך דעם וואס ס'האט געהאט דער זיגעל פונעם כהן גדול, דו מדה פון אהבה ואחדות, דער מדה פון ליב האבען איינער דער אנדערע, דאס איז געוועהן דער חותם פון אהרן הכהן, און דורך דעם איז געשעהן דער נס, ס'זאל זיך פארמערען אויל.

מיט דעם געט ער צו פארשטיין, אז וועגן דעם פונקט ביי דער מצוה פון חנוכה לעכט זאל מען צינדען ברבים, ווייל ביי יעדער זאך ווי ס'איז דא קנאה, מ'פארגינט זיך נישט איינער דער אנדערע, מ'האט זיך נישט ליב, איז שולט אן עין הרע, און וועגען דעם איז בעסער מ'זאל טוען דער מצוה באשיידען, באהאלטנערהייט, אבער וויבאלד דו נס חנוכה איז ארויסגעקומען נאר דורך דעם, אז ס'איז געוועהן אהבת חנם, מ'האט זיך ליב געהעט, אויב אזוי דארף מען נישט מורא האבען פון א עין הרע, וועגן דעם האבען דו חכמים מתקן געוועהן, מ'זאל צינדען דער מנורה אינדרויסען, צו ווייזען אז יודישע קינדער זענען באחדות, און ס'זאל דערמאנען כסדר אידישע קינדער מ'זאל זיך ליב האבען איינער דער אנדערע, וועגען דעם צינד מען אינדרויסען, ברבים.

דארפען אונז טאקע זיין באחדות, מ'זאל זיך ליב האבען, וועט נישט זיין קיין עין הרע, וועט קענען זיין מיעוט המחזיק את המרובה, מ'וועט קענען קונה זיין פון דער ראש ישיבה און מגיד שיעורים סאך סאך מער, מ'זאל זוכה זיין ס'זאל מקויים ווערן אור חדש על ציון תאיר ונזכה כולנו במהרה לאורו, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.

א פרייליכען חנוכה
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: דרשה לחנוכה - לבחור בישיבה או לאברך במסיבה חנוכה משפחתית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זייער שיין
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”