חנוכה / מקץ - ס'איז נאכנישט די ענדע פון די מעשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

חנוכה / מקץ - ס'איז נאכנישט די ענדע פון די מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אצינד שטייען מיר אין די גרויסע און הייליגע טעג פון חנוכה וואס גייען אלעמאל צוזאמען מיט פרשת מקץ, און ווי עס איז מבואר באריכות אין ספרים הקדושים פילע רמזים און טעמים וואס עס איז די קשר צווישן די צוויי זמנים. איז לאמיר טאקע אריינקוקן און כאפן א בליק אויף די תוכן און די מהות פון אונזער פרשה און אפלערנען און ארויסנעמען דערפון וואס איז נוגע פאר אונזער הנהגה און לעבן.

די פרשה הייבט זיך טאקע אָן מיט די ווערטער וַיְהִי מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים, וואס מקץ איז טייטש 'די ענדע' פון די צוויי יאר צייט וואס זענען אריבערגעגאנגען אויף יוסף הצדיק אין תפיסה, און ווי רש"י ערקלערט "ויהי מקץ - כתרגומו מִסוֹף, וכל לשון קץ סוף הוא".

וואס לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס ווערט די גאנצע פרשה אנגערופן מיט דעם נאמען וואס איז נישט מער ווי א קליינע פרט אין די מעשה, בסך-הכל וויל אונז די תורה זאגן ווען די געשיכטע מיט פרעה און זיינע חלומות האט פאסירט, און די תורה הייבט אָן מיט די הקדמה פון וַיְהִי מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים, אז עס האט פאסירט ביים סוף פון צוויי יאר. על פי פשטות וואלט געווען מער פאסיג ווען די פרשה ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען חלומות, אדער יוסף, פרעה, וכדומה, וואס די אלע פארנעמען א גרעסערע און וויכטיגערע טייל אין די מעשה, און בפרט ווען מיר ווייסן אז אין די נאמען פון א פרשה ליגט די תוכן און די משמעות פון די פרשה.

נאך א נקודה איז כדאי זיך צו פארטיפן, פרעה לאזט רופן יוסף הצדיק ווייל ער האט געהערט אז ער קען גוט פותר-חלום זיין און ער וועט האפנטליך זיין דער ריכטיגער שליח צו קענען באלייכטן זיינע אויגן מיט'ן געבן א גוטע באדייט אין זיינע חלומות. יוסף הצדיק האלט שוין דא נאך יארן שמאכטן אין תפיסה ביי פוטיפר, קיינער געדענקט איהם נישט, ער איז פארגעסן געווארן אפילו דורך דער שר המשקים וועמענ'ס הילף ער האט געבעטן מיט צוויי יאר פריער, ער געפונט זיך בשפל המצב אין א פינסטערן גרוב, און ענדליך דערזעהט זיך אביסל ליכטיגקייט אויפן האריזאנט, דער קעניג פון מצרים שיקט איהם רופן, ער דארף א טובה פון איהם... אה, וואס קען דען זיין בעסער פאר אן ארעסטאנט אז ענדליך האט זיך איינער דערמאנט אין איהם, און נישט סתם איינער, נאר דער קעניג אליינס. פארשטייט זיך אז יעדער בר דעת וואלט אויסגענוצט אזא געלעגנהייט צו מאכן א גוטן איינדרוק אויפן קעניג, ער וואלט זייער געוואלט בלייבן אויף זיין גוטע זייט, און אפשר אזוי וועט פון דא ארויסקומען די ישועה.

אבער יוסף הצדיק? ער טוט גאנץ עפעס אנדערש, ממש דאס פארקערטע! ווען ער שטייט פאר פרעה דער מקור הגאוה והטומאה, פרעה איז ווי באקאנט דער יסוד פון "אַנִי וְאַפְסִי" וואו גארנישט אויסער 'מיר' עקזיסטירט נישט, קיינער קען מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן, ער איז א כופר בעיקר און גלייבט נישט אינעם באשעפער, רופט זיך אָן יוסף הצדיק צו איהם "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה - וויסן זאלסטו פרעה אז עס האט גארנישט מיט מיר, איך פארמאג נישט קיין שום אייגענע כוח, דער אייבישטער איז דער וואס זאגט און טוט אלעס און ער וועט מיר חונן דעת זיין וואס צו זאגן איבער די חלומות".

יעדער פארשטייט אליינס אז נאך אזא 'מוסר דרשה' זענען פארהאן גרויסע אויסזיכטן אז פרעה זאל איהם תיכף ארויסווארפן פון פאלאץ און מער נישט וועלן זעהן זיין פנים. אזעלכע ווערטער זענען שטארק אומשטאנד אויפצורעגן פרעה און ווערן אויסגעטייטשט אלס חוצפה אדער מרידה-במלכות. ווער איז ער דער פארשעמטער קנעכט פון תפיסה וואס קומט איהם לערנען געטליכקייט און אמונה קעגן זיין גלויבן?! איז אויב אזוי פארוואס האט יוסף הצדיק טאקע איינגעשטעלט זיין לעבן און זיין הצלה און זיך גענומען רעדן וועגן דעם אייבישטער, ווען על פי הלכה איז ער אינגאנצן נישט געווען מחוייב דאס צו טוהן, בפרט במקום וואו עס קען זיין נוגע צו פיקוח נפש. אבער פון ערגעץ נעמט יוסף די געוואלדיגע דרייסטקייט און די עזות דקדושה צו זאגן דעם גאנצן אמת פאר פרעה אין פנים אריין.

די צוויי יאר וואס יוסף בלייבט אין תפיסה
נאר כדי צו פארשטיין דעם ענין דארפן מיר כאפן א בליק אויף צוריק, סוף פרשת וישב, און זעהן וואס זענען טאקע געווען די 'שְׁנָתַיִם יָמִים' וואס יוסף הצדיק איז דא געזעצן אין תפיסה.

פרשת וישב ענדיגט זיך מיט די חלומות וואס דער שר המשקים און דער שר האופים פון מצרים האבן גע'חלומ'ט אין תפיסה, און יוסף הצדיק האט פותר חלום געווען און דערביי געמאלדן פארן שר המשקים אז ער וועט ווערן צוריק געשטעלט אויף זיין פאזיציע אין די נאנטע טעג דורך פרעה, און ביי יענעם געלעגנהייט האט יוסף געבעטן א טובה פונעם שר המשקים, וְעָשִׂיתָ נָּא עִמָּדִי חָסֶד וְהִזְכַּרְתַּנִי אֶל פַּרְעֹה וְהוֹצֵאתַנִי מִן הַבַּיִת הַזֶּה, טוה מיט מיר א חסד און דערמאן מיך פאר פרעה אז ער זאל הייסן מיך ארויסנעמען פונעם גרוב. אבער, ווי פרשת וישב ענדיגט זיך מיט די ווערטער, וְלֹא זָכַר שַׂר הַמַּשְׁקִים אֶת יוֹסֵף... פון די גאנצע מעשה איז גארנישט געווארן, די השתדלות האט נישט געארבעט, דער שר המשקים האט נישט געדענקט יוסף, וַיִּשְׁכָּחֵהוּ, און ער האט פארגעסן איהם צו דערמאנען פאר פרעה, און יוסף הצדיק איז פארבליבן אין תפיסה במשך נאך צוויי יאר. און ווי רש"י ברענגט דארט פון חז"ל, "מפני שתלה בו יוסף בטחונו לזכרו, הוזקק להיות אסור עוד שתי שנים", טאקע צוליב דעם וויבאלד יוסף הצדיק האט זיך דא בוטח געווען אין א בשר ודם, ער האט געהאפט אז דער שר המשקים וועט ברענגן זיין ישועה, דערפאר איז נגזר געווארן אויף איהם אז ער האט געדארפט בלייבן נאך צוויי יאר אין תפיסה. און נאר נאכדעם, וַיְהִי מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים, דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן זיין אמת'ע ישועה דורך פרעה'ס חלומות.

בפשטות זענען מיר געוואוינט צו לערנען פשט, אז דאס איז געווען ווי א עונש פון הימל, דאס הייסט אז יוסף הצדיק לויט זיינע גרויסע מדריגות און השגות אין בטחון וואלט ער זיך נישט געדארפט פארלאזן אויפן שר המשקים, און דעריבער איז באשטראפט געווארן און געדארפט ווארטן נאך צוויי יאר ביז צו זיין באפרייאונג.

עס איז נישט קיין עונש עס איז א מתנה!
אבער אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר זוכה זיין צו דערהערן דא אינגאנצן א אנדערע און טיפערע דערהער: די צוויי יאר זענען בכלל נישט געווען קיין עונש, זיי זענען גאר געווען א מתנה פון הימל פאר יוסף הצדיק, ווי פאלגענד.

ווייל אויב יוסף הצדיק וואלט זוכה געווען ארויסצוגיין תיכף ומיד מיט צוויי יאר פריער ווען ער האט געמאכט זיין השתדלות דורכ'ן שר המשקים, איז דאָך כמעט נישט מעגליך אז ער זאל נישט האבן א שטיקל הרהור און מחשבה אז "ברוך השם, די השתדלות האט זיך אויסגעצאלט", עס וואלט געווען פשוט ביי איהם אז ער האט געהאט א יַד אין זיין ישועה דורכדעם וואס ער האט זיך באווארנט באצייטענס און געמאכט זיכער אז מ'געדענקט איהם.

פון הימל האט מען אבער געוואלט אז יוסף הצדיק זאל נישט האבן אפילו א ברעקל פון אזא סארט מחשבה זרה, יוסף הצדיק וואס איז איין שטיק אמונה און בטחון אין השי"ת האט געמוזט ווערן אויסגעלייטערט במשך די קומענדיגע צוויי יאר כדי צו פארשטיין און איינזעהן אז נישט זיין השתדלות און נישט זיין כוח האט ארויסגעהאלפן. זיינע פעולות זענען שוין פון לאנג בטל געווארן, קיינער האט איהם שוין נישט געדענקט, און דא פלוצלינג געשעהן זאכן פון זיך אליינס, בלויז מן השמים און ממש חוץ לדרך הטבע, פרעה דארף דרינגענד א פותר חלום, און מ'ברענגט יוסף ממש אין איילעניש אז ער זאל שוין קומען צו גיין, און ווי דער ספורנו זאגט אויפן פסוק וַיִּשְׁלַח פַּרְעֹה וַיִּקְרָא אֶת יוֹסֵף וַיְרִיצֻהוּ מִן הַבּוֹר, מען האט איהם געמאכט לויפן פונעם גרוב, "ויריצוהו מן הבור - כדרך כל תשועת ה' שנעשית כמו רגע!" ווען עס קומט די ריכטיגע מינוט וועט אלעס פאסירן תיכף ומיד אָן קיין שום אפהאלט און קיין שום שטער.

אצינד שטייענדיג נאך די צוויי יאר האט שוין יוסף געוואוסט קלאר ביי זיך אז די ישועה פון א מענטש האט גארנישט מיט איהם, זיינע מעשים וועלן נישט העלפן אדער קאליע מאכן, נאר עס איז אלעס אינגאנצן בְּיַד ה', און דעריבער ווען ער שטעלט זיך פאר פרעה רעדט זיין מויל כמעט ווי פון זיך אליינס די ווערטער פון אמונה און בטחון, און ער זאגט "בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה" אָן קיין שום פחד און מורא, ווייל ער ווייסט אז גארנישט וועט שטערן דעם געטליכן פלאן פון איהם העלפן, און אויב ס'איז געקומען די צייט פאר זיין ישועה דאן וועט גארנישט קענען שטיין אין וועג.

מען ווארט אויף אונזער אנערקענונג און ידיעה
און וויפיל מאל מאכט זיך דאס ביי אונז מעשים בכל יום, מיר לייגן אריין כוחות, יגיעה, און השתדלות, צו קענען אנקומען צו א געוויסע זאך; צו איז עס אין שידוכים, געלט, ביזנעס, א פּאָסטן, רפואה, אדער סיי וואס עס זאל נאר זיין, און למעשה ווייזט מען אונז פון הימל אז די השתדלות איז נישט 'עושה פירות' און עס קומט נישט ארויס קיין שום תועלת דערפון, און מיט א צייט שפעטער קומט צוריק די זעלבע שידוך אדער די זעלבע פרנסה פון גאנץ א אנדערע וועג אויף וועלכע מיר האבן זיך בכלל נישט געראכטן.

און אמאל קוקט דאס דער מענטש אָן כמעט ווי א 'עונש' פון הימל, אז צוליב א געוויסע סיבה האט מען דאס צוריקגעהאלטן פון איהם פאר א שטיק צייט, און אויב וואלט ער זוכה געווען דאן וואלט ער דאס שוין באקומען פריער.

אבער ווי מיר לערנען דא ביי יוסף הצדיק איז דאס בכלל נישט א ריכטיגע בליק. אמאל גיבט מען אונז ממש א מתנה פון הימל אז מיר זאלן ריכטיג פארשטיין אז אלעס איז פונעם אייבישטער און האט גארנישט מיט אונז. און ווען מיר וואלטן באקומען די געוויסע זאך נאך אונזער יגיעה און השתדלות דאן וואלטן מיר אריינגעפאלן אביסל אינעם פלאץ פון כוחי ועוצם ידי ח"ו, מיר וואלטן געווען זיכער ביי זיך אז א דאנק אונזער ארבעט זענען מיר געהאלפן געווארן. און דעריבער הייסט השי"ת אז די ישועה זאל ווארטן; זאל אריבערגיין צייט, זאל די אלטע השתדלות שוין אויסוועפּן און מער נישט זיין נוגע, און ערשט יעצט זענען מיר גרייט צו באקומען די ישועה. [יעצט פארשטייט זיך אז נישט אלעמאל איז מען זוכה צו זעהן די ישועה, און בדרך כלל קענען מיר נישט פארשטיין די חשבונות שמים, אבער זייער אסאך מאל טרעפט זיך אז מען וואַרט אויף אונז פון הימל אז מיר זאלן 'אראפלייגן די געווער' און אנערקענען און משיג זיין אז נישט אונזער השתדלות איז דאס וואס מאכט די זאך, און דעמאלטס זענען מיר גרייט צו זיין א כלי צו קענען מקבל זיין די ישועת ה' כהרף עין].

ווען די ישועה קומט אויף א אומגעראכטענע וועג
און פשוט פאר די השלמת הענין לאמיר ברענגן די פאלגנדע אמת'ע מעשה וואס מיר האבן פרעזענליך געהערט פונעם בעל המעשה, הגם כמעט יעדער פון אונז וואס מאכט נאר אביסל אויף די אויגן וואלט געקענט אליינס דערציילן צענדליגע אזלעכע סיפורים (אפשר אויף אביסל א קלענערע פארנעם, אבער מיט'ן זעלבן מוסר השכל) דאָך איז כדאי צוצולייגן אן אויער און הערן ווי ווייט אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכע חשבון און א אויסערגעווענליכע השגחה פרטית פון הימל.

ר' לייבל א באקאנטע ביזנעסמאן און עושר זיצט אין זיין אפיס, עס איז קענטיג אז ער האט נארוואס געענדיגט גאר א אינטערסאנטע שמועס אויפן טעלעפאן און ער איז נאך שטארק אונטערן רושם דערפון, ער זיצט אזוי פארטראכט און אפילו שאקירט, פלוצלינג שרייט ער פון הארץ ארויס "אה געוואלדיג! אזא מעשה... ס'איז נישט פשוט, ס'איז פארהאן א בורא עולם אויף די וועלט!"...

זיינע ארומיגע קוקן מיט וואונדערליכע בליקן און זיי ווארטן מיט שפאנונג צו הערן וואס אזאנס האט דא פאסירט וואס האט אזוי ארויסגענומען ר' לייבל פון די כלים. ר' לייבל לאזט זיי נישט ווארטן צו לאנג און ער זאגט זיי, הערטס כ'וועל אייך דערציילן דברים כהוייתן וואס דא איז פארגעקומען.

לייבל דערציילט: מיט בערך צען יאר צוריק האב איך אפגעקויפט א גרויסע בנין מיט דירות וואס איך האב געזוכט צו פארדינגן און איינקאסירן רוחים דערפון. די פון אייך וואס האבן שוין אמאל געזעהן דעם בנין ווייסט מן הסתם אז גלייך דערנעבן געפונט זיך דארט נאך א געביידע, עס איז א אלטע נאכגעלאזטע הויז מיט עטליכע שטאק אין וועלכע עס וואוינען א היבשע פּאָר פאמיליעס, אבער פון די סארט וואס קיין שום נארמאלע מענטש וואלט געוואלט זיין זייער שכן... ס'האנדלט זיך פון גאר נידריגע עלעמענטן וואס לאזן זייער רושם אויפן גאנצן ארום און זיי מאכן די גאנצע געגנט פאר ביליג און נישט בא'טעמ'ט. במשך די יארן האב איך זיך טאקע אסאך אנגעליטן פון זיי, און עטליכע דירות אין מיין דערנעבנדיגן בנין זענען פשוט געשטאנען ליידיג ווייל קיינער האט נישט געוואלט קומען דארט וואוינען צוליב אט די שכנים. בקיצור ס'איז מיר געווען ממש ווי א ביין אין האלדז נישט קענענדיג פטור ווערן פון דעם פראבלעם, און איך האב געליטן גרויסע שאדן פון דעם.

איך פלעג כסדר פראבירן צו פארהאנדלן מיט זיי מיט'ן ציל אפצוקויפן אויך דעם בנין און אזוי ארום וועל איך האפנטליך קענען צוביסלעך פארבעסערן דעם צושטאנד אויף די גאנצע גאס און אפשר אפילו אין די גאנצע געגנט, אבער ס'איז נישט געגאנגען, כל הון דעלמא האב איך זיי צוגעזאגט אבער די חברה האבן זיך נישט געלאזט און כסדר אפגעווארפן מיין פארלאנג; ס'האט נישט געהאלפן אפילו ווען כ'האב געשיקט אנדערע שכנים פון די גאס, געלערנטע אגענטן, שתדלנים, און וועמען נישט, זאכן האבן זיך נישט גערירט, און זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט פארקויפן.

ר' לייבל איז ממשיך און דערציילט: מיט אסאך יארן צוריק, דאס גייט צוריק מער ווי א האלב יובל יארן, איז א גרויסע טייל פון מיין פרנסה באשטאנען פון א באס קאמפאני וואס איך האב דעמאלטס פארמאגט אינאיינעם מיט א שותף, ס'איז געווען יענץ געשעפט, בימים ההם איז א באס קאמפאני נישט געווען דאס וואס ס'איז היינט, מיר האבן געהאט א פלאטע פון אלטע אפגעניצטע באסעס, און יעדע פּאָר טעג איז א אנדערע באס געגאנגען שלאפן און מען האט כסדר געדארפט קויפן פרישע. און נאכדעם איז געקומען די עבודה פון צונעמען די אלטע באסעס וואס זענען שוין ארויס פון דינסט. יעדע באס איז געווארן צונומען אויף שטיקער, און די חלקים האט מען פארקויפט ווייטער פאר די וואס האבן זיך גענויטיגט דערין. עס זענען שוין געווען די קביעות'דיגע קאסטומערס וואס פלעגן אריינוואנדערן צו אונז אין גאראדזש און זוכן צווישן אלע שטיקער וואס זיי קענען נוצן.

צווישן זיי איז געווען א ערל וואס כ'האב קוים געקענט זיין נאמען, גאנץ אן ארנטליכער, ער פלעגט קומען נעמען זאכן, עס פארקויפט ווייטער און דערנאך באצאלט. ויהי היום ער האט גענומען סחורה און פארקויפט, אבער ווען ס'איז געקומען צו באצאלן האט ער אנגעהויבן ארומצושלעפן אז ער האט נישט אויף די מינוט, און אזוי האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו ציען. איך האב איהם ווייטער געגעבן סחורה ווייל ער איז געווען ארנטליך ביז אהין, און אויך פשוט ווייל ער פלעגט כסדר קומען וויינען און זיך פארענטפערן, און כ'האב אלס געהאפט אז איין טאג וועט ער נאך האבן. פון צייט צו צייט האט ער טאקע אריין געווארפן א קליינע מטבע דא און דארט, אבער נישט קיין סאך מער פון דעם. עטליכע יאר שפעטער האב איך און מיין שותף סייווי באשלאסן אז עס האט שוין נישט קיין צוועק צו האלטן דעם ביזנעס אפן, און מיר האבן גענצליך פארמאכט דעם
געשעפט.

אפילו נאכדעם וואס די קאמפעני האט שוין נישט עקזיסטירט פלעג איך נאך אויפהייבן א טעלעפאן יעדע שטיק צייט צו יענעם ערל דערמאנען אז ער האט נאך א באלאנס ביי אונז, אבער ס'איז געווען בעיקר להלכה ולא למעשה, ווייל קיין געלט האב איך סייווי נישט געזעהן פון איהם, יעדעס מאל האט ער געהאט אן אנדערע תירוץ און געבעטן פאר נאך אביסל צייט, און אזוי איז געווען כסדר, ווען אינצווישן לויפן די יארן פאָראויס.

ממש לעצטענס באקום איך א טעלעפאן קאל פונעם גוי, ער זאגט מיר אז ער האט טאקע נישט קיין געלט, אבער ער וויל מיך באצאלן מיט עפעס אנדערש. ער האט א גוטע געשעפט מיך אנצובאטן, און די באלוין וואס ער וואלט געדארפט באקומען אלס דער 'בראוקער' דאס וועט בלייבן ביי מיר אלס אן אפצאל. אין הארצן האב איך געלאכט פון זיינע רייד, וואס פאר א געשעפט קען מיך שוין דער אלטער אפגעריסענער גוי אָנטראגן אז עס זאל נאך בלייבן ריוח פון די מעקלעריי אפצוצאלן זיין חוב.

אבער ער הייבט אָן צו רעדן ערנסט אז ער האט גאר א גוטע 'ריעל עסטעיט דיעל' און ער וויל מיר אנטראגן צו קויפן א גרויסע הויז, און נישט מער און נישט ווייניגער ער רעדט גאר פונעם בנין וואס געפונט זיך הארט נעבן מיין בנין... יא אט דעם הויז וואס איך האב שוין אזוי לאנג פראבירט אפצוקויפן אבער געטאפּט א וואנט, קומט דער שלעפער צו גיין און ער ברענגט עס מיר אויף א גאלדענעם טאץ, און נאכדערצו פאר זייער א גוטע פרייז!.

איך האב נישט געוואוסט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען, אבער וואס מער איך האב גערעדט מיט איהם האב איך געזעהן אז זאכן זענען ערנסט, ער האט געהאט עפעס א גאנצע לאנגע מעשה מיט א חבר זיינער וואס איז נאנט מיט די בעלי-בתים פון יענער בנין און פונקט יעצט ווילן זיי דאס פארקויפן און זיי האבן זיך געוואנדן צו איהם... גלייבט מיר איך האב אליינס נישט פארשטאנען פונקטליך וואס ער זאגט, אבער דאס איז געווען די פאַקט.

און אצינד האלט איך ביים פאַרענדיגן די פרטים איבער דעם מקח וואס גייט אי"ה געשלאסן ווערן אין די נאנטע טעג, פאר א סאך ביליגערע פרייז ווי דאס וואס איך האב אליינס אנגעטראגן פאר די בעלי-בתים במשך די לעצטע פּאָר יאר!.

פירט אויס ר' לייבל צו די אנוועזנדע, יעצט פארשטייט איר שוין מיין עקסטאז?! דא האב איך געהאט א זאך וואס כ'האב אזוי שווער געארבעט דערפאר, איך האב משקיע געווען כוח צייט און געלט צו קענען אפקויפן יענעם בנין, אבער דער רבונו של עולם האט מיר געוואלט ווייזן אז נישט לייבל מיט זיין השתדלות וועט דאס דערגרייכן. אנשטאט דעם וועט עס קומען צו גיין דורך א אלטע כמעט פארגעסענעם חוב פון עפעס א ארימע גוי וואס האט נישט קיין שום ערפארונג און קיין שום האנט אין האנדלן מיט בנינים. דורך עפעס א אונטער-טיר'ל האט דאס דער אייבישטער געשיקט צו ווייזן אז ער איז דער מסבב כל הסיבות און נאר ער איז דער וואס קען געבן פארן מענטש.

ווייס אז די מעשה ענדיגט זיך נישט דא
און אז מיר דערהערן דאס ריכטיג פארשטייען מיר שוין גאר גוט פארוואס די פרשה ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען מקץ, די דאזיגע פרט אז די מעשה האט פאסירט ביים ענדע פון די לעצטע צוויי יאר אין תפיסה, וַיְהִי מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים, דאס איז די הויפט שליסל אין די ישועה פון יוסף הצדיק! אט די צוויי יאר זיי האבן איהם קלאר געמאכט און אנגעגרייט צו קענען זוכה זיין צו זיין ישועה בשלימות.

און די נאמען מקץ איז ווי א רוף און א מוסר השכל צו יעדער איד אין יעדן דור. ווען מיר ענדיגן לערנען די פסוקים פון פרשת וישב און מיר הערן ווי דער שר המשקים האט פארגעסן פון יוסף הצדיק, זאגט אונז די תורה "דאס איז נאכנישט די ענדע פון די מעשה", עס שטעלט זיך בכלל נישט אפ דא, עס האט נאך א לאנגע המשך; און ערשט אסאך שפעטער, מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים, דעמאלטס שפילט זיך אפ די ענדע און די ישועה.

און דאס דארף אונז דינען אלס א חיזוק און התחייבות צו וויסן און גלייבן ווען אונזער השתדלות פאלט אמאל דורך און עס געלונגט נישט, דארפן מיר וויסן אז עס בלייבט נישט שטיין דא, די מעשה וועט נאך האבן א גוטע ענדע בסייעתא דשמיא, פון הימל וויל מען אונז עפעס לערנען, מען וויל אונז מאכן גרייט צו קענען אנקומען צו אונזער ישועה, און אמאל דארף מען ווארטן אויפן 'מִקֵּץ' שְׁנָתַיִם יָמִים, אז עס זאל אדורכגיין און ענדיגן א געוויסע תקופה אין וועלכע מיר וועלן פארשטיין און אנערקענען אז מיר קענען גארנישט טוהן אליינס און די ישועה קומט בלויז פון השי"ת.

די ישועה וועט קומען בשלימות ביז צום סוף
ווי אויך קען מען מוסיף זיין א רמז וואס מיר לערנען פון דא, אז ווען די ישועה קומט צו גיין פון הימל, דעמאלטס קומט עס ביז'ן סוף! ווי מיר געפונען דא ביי יוסף הצדיק אז דורכ'ן פותר חלום זיין פאר פרעה איז ער געווארן דערהויבן צו ווערן דער משנה למלך איבער גאנץ מצרים, כאטש בדרך הטבע וואלט דאס בכלל נישט געדארפט אנקומען אזוי ווייט. עס וואלט געווען שיין אויב פרעה באפרייט איהם פון תפיסה, אדער באלוינט איהם אפילו מיט אביסל געלט אדער כבוד צוליב דעם וואס ער האט ערקלערט די חלומות און אויפגעקומען מיט א גוטן פלאן פאר די צוקונפט. אבער אנשטאט דעם זעהט מען ווי פון הימל האט מען געפירט יוסף ביז צום ווייטן ענדע, גלייך פון טורמע ארויס איז ער געווארן א מלך וואס געוועלטיגט אויף די מדינה, אָן קיין שום פארשטענדליכע סיבה בדרך הטבע פארוואס דאס זאל פאסירן. און דאס איז מרומז אינעם ווארט "מִקֵץ" ווי מיר האבן פריער דערמאנט דעם לשון רש"י "כתרגומו מסוף, וכל לשון קץ סוף הוא", ווייל ווען די ישועת ה' קומט אָן, דאן טראגט עס דעם מענטש עד הסוף ממש!.

הרחמן הוא יעשה לנו נסים ונפלאות
און ווי פאסיג און לעכטיג איז דער ענין מיט די ימי החנוכה, די טעג פון נסים ונפלאות וואס השי"ת האט געטוהן מיט אונז אין די צייטן פון בית המקדש, און ער האט געוויזן די כוח פון ישועת ה' חוץ לדרך הטבע ממש, ווי מיר זאגן אין די נוסח פון בימי מתתיהו "מָסַרְתָּ גִבּוֹרִים בְּיַד חַלָּשִׁים וְרַבִּים בְּיַד מְעַטִּים וּטְמֵאִים בְּיַד טְהוֹרִים", די גאנצע נצחון המלחמה האט נישט געהאט קיין שום כוח און קיין שום שאנס בדרך הטבע, אזוי אויך די נס מיט'ן פך שמן, די קליינע קריגעלע אויל וואס האט געברענט פאר אכט טעג חוץ לדרך הטבע, דאס אלעס לערנט און ווייזט פאר כלל ישראל אז דער רבוש"ע איז דער וואס פירט די וועלט און ער איז בעל הבית אויף די גאנצע טבע.

און טאקע דערפאר צינדן מיר אָן די הייליגע ליכט צו חַזר'ן און דערמאנען די הייליגע נסים ונפלאות, און אונז מרמז צו זיין אז מיר מוזן אנצינדן די ליכטיגקייט 'אין זיך' אין אונזערע נשמות און גופים דא אויף די וועלט, למטה מעשרה טפחים, און אויב 'מיר' וועלן שיינען און לייכטן מיט א ריינע אמונה און בטחון און אנערקענען אז אלעס איז בלויז פון השי"ת און נישט אונזער כוח אדער השתדלות ברענגט אונז ערגעץ, דאן וועלן מיר טאקע זיין א כלי וואס איז ראוי מקבל צו זיין די ישועת ה' און זוכה זיין צו די נסים ונפלאות פון בימים ההם בזמן הזה.

און עכשיו ביותר, ווי שטארק איז דאס נוגע יעצט בימינו אלה ווען כלל ישראל איבער די וועלט און אין ארץ ישראל בפרט זענען אנגעוויזן אויף אזויפיל רחמי שמים מרובים און מיר ווארטן אויף די אמת'ע ישועת ה' וואס קען קומען כהרף עין, בשלימות ביז'ן סוף, און אָן אונזער השתדלות. דארפן מיר זיך טאקע מחזק זיין מיט די ריכטיגע אמונה און בטחון און די האפענונג צום ישועה פון הימל וואס וועט אונז העלפן און אויסלייזן מאפילה לאורה השתא בעגלא ובזמן קריב און ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה און צום אורו של מלך המשיח אמן כן יהי רצון.

לסיכום געדענק:
• דאס ווארטן אויף די ישועה איז נישט קיין עונש, עס איז א מתנה פון הימל אז מיר זאלן פארשטיין און אנערקענען אז אלעס איז בלויז פון הקב"ה.
• ווען עס קומט די ריכטיגע מינוט דעמאלטס וועט זיך אלעס אויסארבעטן, אפילו חוץ לדרך הטבע, שנעל און געשווינד און ביז צום סוף מיט'ן גאנצן שלימות.


א פרייליכן חנוכה
און א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: חנוכה / מקץ - ס'איז נאכנישט די ענדע פון די מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: חנוכה / מקץ - ס'איז נאכנישט די ענדע פון די מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

צו הערן דעם שיעור לייוו
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=270824
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”