געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

נאונס וואס ווערן אן עדזשעקטיוו (אדער עדווערב) דורכ׳ן צולייגן ״ליך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

נאונס קענען ווערן אן עדזשעקטיוו אדער אדווערב דורכ׳ן צולייגן אותיות, בעיקר די אותיות ״ליך״, אבער אויך דורך ״יג״ און נאך.

לדוגמא, ׳מענטש׳ איז א נאון, עס איז א זאך. מענטש קען ווערן א שילדערונגס ווארט דורך צולייגן ליך, מענטש ליך, יעצט קען מען שוין זאגן ״נחמן איזמענטשליך״, עס שילדערט אים.
זייטיגע נאטיץ
נישט זיך טועה זיין מיט ׳ל עך׳ וואס מען נוצט צו באצייכענען א לשון רבים פון א נאון: קינדערלעך, זעקלעך, אייניקלעך, אינגלעך, מיידלעך, בענקלעך. דא רעדן מיר פון ׳ליך׳ וואס צייכנט אן אז א מענטש איזעפעס, ער איזמענטשליך, עמפינדליך, אא״וו. עס שילדערט אים.
יעצט לאמיר מקדים זיין:

דאס אז די קלאנג פון א נאון זאל זיך טוישן איינמאל עס באקומט דעם ׳ליך׳ - איז נישט קיין יקר המציאות. מיר טרעפן דאס ביי די פאלגענדע ווערטער, וואס טוישן זיך פון אַ א׳ צו א ע׳:

הארץ, הערצליך • גאנץ, גענצליך • לאך, לעכערליך • זאך, הויפטזעכליך • בוכשטאב, בוכשטעבליך • צוגאנג, צוגענגליך • יאר, יערליך • טאג, טעגליך • וואך, וועכנטליך • אפן, עפנטליך • האס, העסליך • שאנד, שענדליך • צארט, צערטליך • פארלאז, פארלעסליך • פאטער, פעטערליך • פארשטאנד, פארשטענדליך • (אויך אין אמאליגן אידיש: פלאץ, פלעצליך - פלוצלינג בלשונינו)

וואס טוט זיך אבער מיט די י׳ ו׳ סוגיא? וועט זיך עס טוישן פון א ו׳ צו א י׳?


אין דויטש איז דער תירוץ: יא.

אין דויטש וועט מען שרייבן:

מוטער, מיטערליך • שוץ, שיצליך • טרונק, טרינקליך • דורשט, דירשטיג • שטונדע, שטינדליך • קורץ, קירצליך • בונד, פארבינדליך


דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל שרייבער וועלן זיך האלטן צו די פאלגענדע כללים:

• גרונט, גרינטליך
• שלוס, אויסשליסליך
• (פאר)דרוס, פארדריסליך
• קונסט, קינסטליך (אויך: קינסטלעריש)
• קונץ, קינצליך
• (אויס)דרוק, אויסדריקליך
• נאטור, נאטירליך
• פונקט, פינקטליך
• מונד (מיינט ״מויל״ אין דויטש) , מינדליך
• פארצוג, פארציגליך
• נוץ, ניצליך(דאס איז נאר נוגע פאר די וואס שרייבן אויך דעם ווערב מיט א י׳, געניצט, עיין כאן )
• בדודער, ברידערליך

(אבער נישט: ווינדערליך)

ווי פרעמד ״פינקטליך״ אדער ״נאטירליך״ זאל אויסקוקן, איז דאס אבער אן אמאליגער כלל. אנדערע אבער האלטן זיך נישט צו די כללים, על כל פנים נישט ביי אלעפון די אויבנדערמאנטע ווערטער.

(ביי ברודער - ברידערליך, האבן מיר געזען א טעאריע אז מען דארף זיך סייווי האלטן דערצו, ווייל עס ווייזט אויף די לשון רבים פון ברידער וואס מען שרייבט מיט א י׳.)
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

מזל טוב @אור המקיף
viewtopic.php?p=4955523#p4955523
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

ברוכים תהיה, אבער עס איז נישט קיין מנהל... עס איז סך הכל א טעכנישער סעטינג אז איך זאל קענען צוריקגיין עדיטן אלטע תגובות וואס האט זייער שטארק אויסגעפעלט אז איך זאל קענען ממשיך זיין.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”