געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

וועלכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

לאמיר גיין צום קומענדיגן ווארט: וועלכער
Klal2.jpg
Klal2.jpg (391.95 KiB) געזען 7420 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

יעדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

היינט וועלן מיר לערנען וועגן דעם ווארט יעדער, וואס לויפט ווייטער ווי די פריערדיגע כללים, אבער שוין אביסל מער צעטיילט.

עס איז דא אמאל וואס מען נוצט ״יעדער״ אלס א דעטערמינער , (א דעטערמינער איז מקבל פנים דעם נאון, מיט׳ן געבן מער אינפארמאציע דערוועגן) , עס קומט נאכדעם סיי וועלכע נאון, און מען זאגט אז די רעדע איז פון ״יעדער״ נאון וואס מען דערמאנט.

דאן איז דא אמאל וואס מען נוצט עס זיך צו שפארן ווערטער, ווען מען רעדט פון אסאך מענטשן. אנשטאט צו דערמאנען יעדנס נאמען, מאכט מען א קיצור-דרך, מען זאגט דאס ווארט ״יעדער״. דאט האט עס פשוט׳ערע כללים.

און דא וועט זיין א חילוק צווישן בני ארץ ישראל און בני בבל.
אטעטשמענטס
Klal3b.jpg
Klal3b.jpg (398.22 KiB) געזען 7396 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

יעדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

דא דארף מען אויפמערקן א וויכטיגע פרט:

״יעדעם״ איז נישט קיין ווארט וואס מען נוצט ביים שרייבן.

ברייט פארשפרייטע טעותים זענען:
יעדעם, יעדעם איינעם, יעדעמ׳ס.

=

די ריכטיגע וועג:

אנשטאט יעדעם: יעדן.(היות מען נוצט עס געווענליך אלס א פראנאון, דאטיוו אדער אקיוזאטיוו).

אנשטאט יעדעם איינעם: קוק ווער דער ״איינעם״ איז. יעדער איינעראויף זכר, יעדן איינעםאויף זכר אקיוזאטיוו, יעדע איינעאויף נקיבה, יעדעס איינעאויף סתמי.

אנשטאט יעדעמ׳ס: יעדנ׳ס, אדער אלעמענ׳סאויף ירושלימע׳ר אידיש. (נישט יעדעמ׳ס אויגן זענען געוואנדן, נאר יעדנ׳ס אויגן, אדער אלעמענ׳ס אויגן).
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

אנדערער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

לאמיר היינט גיין צום ווארט ״אנדערער״' וואס די כללים זענען כמעט די זעלבע, אבער עס קומט צו אפאר שינויים, ווען מען זאגט ״אנדער״אדער ״אנדערס״.

Klal4a.jpg
Klal4a.jpg (320.3 KiB) געזען 7237 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Determiner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

איך וועל דא צוריקגיין א מינוט צו ערקלערן בעסער די קאטאגאריע וואס הייסט ״דעטערמינער״, וואס מען האט שוין דא אויסגעשמועסט.

קודם כל האב איך באקומען אזא פארלאנג, און נאכדעם: דער פלאץ ווי עס איז דאס מערסטע נוגע וויאזוי מען ענדיגט דאס ווארט, ער, ע, ען, עס אדער עם, איז ביי דעטערמינערס. די פריערדיגע פאר טבלאות (חוץ די ערשטע) זענען אלע אויף דערמינערס.
זייטיגע נאטיץ
לאמיר זיך פארשטעלן, א סארווירער שטייט ביים רעסטוראנט, און האט אין פארנט פון זיך פארשידענע ערליי מאכלים, און איר שטייט ביים אנדערן זייט קאונטער און איר קלויבט אויס וואס איר ווילט.
דער נמשל: אנשטאט שטיין ביים רעסטוראנט, שטייט איר נעבן א וועלט פון נאַונס, פון שם דבר׳ס, אריינגערעכנט איר זעלבסט, און איר רעדט פון זיי.

יעדעס מאל וואס איר וועט צייגן מיט די פינגער אדער די הענטבשעת׳ן אויסקלויבן, דירעקט אדער אומדירעקט, באשטימט אדער אומבאשטימט, וועט עס הייסן א ״דעטערמינער״. רוב מאל וועט עס פאסירן דורכ׳ן ארויסזאגן קלאר נאכ׳ן דעטערמינער, פון וועלכע נאון איר רעדט.

׳באשטימט׳ לאמיר רופן ווען איר ווייזט קלאר אן אויף עפעס, און ׳אומבאשטימט׳ איז ווען איר דרייט זיך אוועק (ווי מען רעדט צום רשע, לא ולא לו) און איר ווייזט אומדירעקט, ווי צו זאגן: איך וועל דיר נישט זאגן פינקטליך וועלכע, מוטשע זיך אליין.
באשטימט: געב מיר ״ דעם״, דאס, די, דער, אונזער(דא ווייזט מען אויף זיך אדער אנדערע - אויך נאַונס, ווי דערמאנט), זייער, מיין, דיין.
אומבאשטימט: א, אן, סייוועלכע, וועלכע?, אלע, ביידע, יעדע, אזאלכע, קיין, יענע, אנדערע, אפאר, אסאך, געוויסע, פינף.
זייטיגע נאטיץ
ביי די אלע ווערטער שטייט איר נעבן די נאונס (אדער זענט איר עס זעלבסט), און ווי אן עושר וואס באשטעלט זיך א נאכטמאל צייגט איר אן מיט די פינגער און הענט, איר מאכט אלע סארט תנועות ״איך רעד פון דעם אנדערןסענדוויטש (וועלכע תנועה מאכט מען דא? לאמיר זען) , נישט דערסענדוויטש, יענערסענדוויטש!, געב מיר פינףשטיקלעך פאפריקא (דא צייגט מען אזוי האלבוועגס אויף די פאפריקא) , אפארטאמעיטאס, דאסאיז מייןבעסטע עסן, וועלכעפון דיסאלאטן זאל איך נעמען?״...
קוקט איבער די אויבנדערמאנטע ליסטע, און באמערקט אז א שיין חלק פון דעטערמינערס קען מען צולייגן נאך די ווערטער א ״ע״ ״ר״ ״ס״ ״ם״ ״ן״. נעמט א ווארט ווי ״קיינער״ און שפילט אייך ארום: קיינעם, קיינס, קיין, קיינער. און אזוי אויך מיט די אנדערע.

דאס האלטן מיר אינמיטן דן זיין דא, פארשידענע דיאלעקטן לייגן צו אנדערע אותיות וואס אנדערע לייגן נישט (למשל עס זענען דא וואס זאגן ״וועלכעס״, ״אזאלכעס״, ״יעניגס״ ״יעניגן״ ועוד), מיר שרייבן דא כנהוג אצלינו.

ארויסגעשטעלט האט זיך אזוי:

לשון זכר:לייגט מען צו א ר׳. ביי דאטיוו און אקיוזאטיוו, לייגט מען צו א ן׳ אדער א ם׳.

לשון נקיבה:לייגט מען צו סתם א ע׳ (אדער י׳), חוץ ביי דאטיוו ווערט עס צוריק א ר׳.

לשון רבים:ע׳ אדער י׳.

סתמי:קען מען שוין צומאל צולייגן אויך א ס׳.

אין פעלער ווען עס האט אן ארטיקל פארדעם, אדער מען זאגט נישט קיין נאון נאכדעם (כלומר, דער דעטערמינער דינט ווי א פראונאון) קען זיך עס אויך טוישן: אן אנדער, א שענערס.
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

מיינער, דיינער, זיינער, אירער, אונזער, אייער, זייער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

לאמיר יעצט אריבערגיין צו נאך א וויכטיגע דעטערמינער, וואס רעדט פון אייגנטימערשאפט, Possesive.

דאס זענען די ווערטער: מיינער, דיינער, זיינער, אירער, אונזער, אייער, זייער.

אויך דא וועלן מיר זיך האלטן צו די כללים, און ווי ביז יעצט וועלן זיין געוויסע יוצא מן הכללים .
זייטיגע נאטיץ
און ביי וועם דען נישט אויב נישט סתמי? זיך האלטן נייטראל קען קומען מיט קאנסעקווענצן...
דא דארף מען אבער זיין פארזיכטיג: ווען מען קוקט אויפ׳ן מין, קוקט מען אויפ׳ן חפץ פון וואס מען רעדט, מען קוקט נישט פאר וועם מען וויל געבן דעם אייגנטימערשאפט.


למשל א מאן קען זאגן פאר אן אנדערן מאן: די חלה איז דיינע. כאטש לכאורה וואלט מען געוואלט זאגן ״דיינער״, מען רעדט דאך צו א זכר? אבער מען קוקט בכלל נישט אויף דעם, מען קוקט ״פון וואס״ מען רעדט; ׳חלה׳ א לשון נקיבה.
ֿ
Screen Shot 2024-01-17 at 11.31.46 AM.png
Screen Shot 2024-01-17 at 11.31.46 AM.png (381.59 KiB) געזען 7086 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

צו ענדיגן דעם סוגיא פון ״ווערטער וואס ענדיגן זיך אנדערש לויט׳ן מין און לויט׳ן קעיס״ וועלן מיר נאך לייגן איין טבלא, אבער דאסמאל וועלן מיר עס לאזן ליידיג.

די גאנץ ערשטע טבלא פון דעם נושא, ״וועלכער מין איז אן עדזשעקטיוו?״ האט זיך באצויגן צו אלע סארט עדזשעקטיווס, און עס זענען פארהאן אומצאליגע; דאן האבן מיר איבערגעהאקט מיט פארשידענע ״דעטערמינערס״.

אצינד, לאמיר א מינוט צוריקגיין צו צוויי סארטן עדזשעקטיווס וואס מען קען זיך עטוואס צעמישן. דאס זענען פארגלייכונגס comparative ווערטער.
זייטיגע נאטיץ
משה לערנט בעסערווי יענקל (די בעלי מחנכים זאלן נישט אריינשרייען... ס׳נאר א משל).
און דאן ווערט משה דער בעסטעראין די כיתה.

דאסמאל וועלן מיר לאזן די טבלא ליידיג, וויפיל איז דער שיעור צו לאזן דעם פארלערנער אליין רעדן? זייט מוחל פילט אריין אלע משלים...
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-01-19 at 1.40.56 PM.png
Screen Shot 2024-01-19 at 1.40.56 PM.png (248.5 KiB) געזען 5656 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

מיך אדער מיר, דיך אדער דיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יעצט וועלן מיר צוגיין צו גאר א געשמאקער נושא, וואס וועט ווארפן א שטארקע ליכט אויף די צוויי פעלער פון ״אקיוזאטיוו״ און ״דאטיוו״ פון וואס מיר האבן ביז יעצט אזויפיל גערעדט.

די פראָנאַונס פון מיך און דיך, מיר און דיר. (פארוואס זענען זיי פראָנאַונס? ווייל זיי זענען געאייגנט צו נוצן ווען מען וויל נישט דערמאנען דעם נאמען צו וועמען מען באציט זיך.)

דער נושא איז קרוב מאוד לליבי, ווייל עס קומט מיט א פערזענליכע מעשה.
אלס קינד בין איך איינגעשטאנען ביי מיין פעטער און מומע, און ביי די סעודה האב איך זיך אנגערופן צום פעטער: קענסט מיך אפשניידן א שטיקל חלה?

מיין מומע איז אויפגעשפרונגען: ״חס ושלום! א איד רעדט נישט אזוי!״

איך בין געווען זיכער אז זי האט געמיינט מיך צו מעורר זיין אז מען דארף בעטן שיין, אבער זי האט מיך נישט געלאזט ווארטן, נאר גלייך ערקלערט די אומאויסגעהאלטנקייט פון מיין בקשה צו ״מיך אפשניידן״ א שטיקל חלה.

״דו ווילסט מען זאל דיך אפשניידן? חס ושלום! מען דארף זאגן שנייד ׳מיר׳ אפ א שטיקל חלה, אך און וויי וועט זיין ווען מען שנייד דיך אפ״.

שפעטער האב איך געבעטן מיין קאזין: קענסט מיך ארויפשיקן א נעפקין?

״ווילסט מען זאל דיך ארויפשיקן? דו ביסט צו שווער״ האט זיך די מומע ווידער געלאזט הערן.

פון דעם שבת בין איך שוין ארויס א האלבער לינגוויסט. מיין מומע האט מיר געדולדיגערהייט עקלערט ווען מען זיך מיך און ווען מען זאגט מיר, דיך און דיר. (בנוגע די טראמא: מען דארף עס טאקע דיסקאסירן מיט׳ן טעראפיסט, יישר כח פאר׳ן דערמאנען.)

ווען דו ווילסט מען זאל עפעס טון מיט דיך, מיט דיין גוף, זאגט מען ׳מיך׳: הייב מיך אויף, טו מיך אן, שיק מיך צו א צווייטן, באנדאזשיר מיך.

ווען דו ווילסט מען זאל עפעס טון פאר דיר, זאגט מען ״מיר״: הייב מיר אויף דעם שטיקל חלה, טו מיר אן דאס העמעדל, שיק מיר ארויף, באנדאזשיר מיר מיין קינד.
שפעטער, יארן שפעטער, האב איך זיך באקענט מיט אזא זאך וואס הייסט דאטיוו און אקיוזאטיוו... צוויי הויכבאשפריצטע ווערטער וואס מאנכע וועלן שטיין ווייט פון זיך באקענען מיט שפראך בלויז צוליב אזאלכע שרעקעוודיגע ווערטער...

אבער היות אז אזויפיל מאל כאפט א ריזיגער חילוק אינעם טעגליכן שפראך, און מען קען נישט יעדעס מאל גיין מסביר זיין א גאנצע דרשה ווי די מומע האט געטון מיט איר נעפיו, האט מען עס געגעבן צוויי קורצע ווערטער: אקיוזאטיוו און דאטיוו.

אקיוזאטיוומיינט ווען מען טוט עפעס מיט׳ן גאנצן מענטש. און דאטיוומיינט ווען מען צייכנט אן אויפ׳ן מענטש,ווי א מראה מקום, אבער מען טוט עס נישט מיט אים דירעקט.

צו מיינט איר אז מיין מומע האט יא געוואוסט פון די צוויי ווערטער? נישט זיכער, אבער מן הסתם נישט.

דאס ווייזט על הכלל כולו יצא: שפראך גייט אריבער מדור לדור, די וואס שרייבן די כללים קענען עס בסך הכל איבערגעבן אין קלארע ווערטער פאר די וואס ווייסן נישט, עס מסדר זיין כשולחן הערוך מיט פראפעסיאנעלע ווערטער. זיי זענען אבער נישט אויפגעקומען דערמיט, מען קען צו זיי קיין טענות נישט האבן אז זיי מאכן קאמפליצירט דאס לעבן...

כללים זענען כללים, און די וואס האלטן זיך דערצו צייגט דאס אז זיי לייגן אריין עבודה אין זייער ארבעט, און עס פארמערט פי כמה די אינטערעסע.

*

איך מיין אז קיין טבלאות פעלט נישט אויס דא, די כלל איז כמעט קלאר ווי דער טאג:

מיך און דיך זאגט מען ביי אקיוזאטיוו.

מיר און דיר זאגט מען ביי דאטיוו.

זייטיגע נאטיץ
(אגב, דער גרינגסטער וועג וואלט געווען עס צוצולייכן צו די לשון הקודש׳דיגע ווערטער פון ״אותי״און ״לי״, אבער לשון הקודש איז אן אנדער שפראך, די כללים זענען דארט אנדערש אויף דעם אויך. איין גוטער ביישפיל האט מיר אויפגעבליצט ביים זיך צעפייערן פרייטאג צונאכטס ״שתזכה אותי ואת כל בני ביתי״, וואלט לויט די כללים וואלט געדארפט שטיין ״לי״. מען זאל ״מיך״ מזכה זיין פאר א צווייטן? אבער דאס איז נאר איין ביישפיל).

חוץ די אפטייטש פון ״מיר״ Me, קען עס אויך טייטשן We- אונז. מיר רעדן יעצט נאר פון די Me אפטייטש. לא מירגיין ווייטער.

*

דא וועלן מיר אבער מוזן אריינגיין צו א צווייטער נושא, פון באהאלטענע פרעפאזיציעס.

דאטיוו וועט געווענליך קומען מיט א פרעפאזיציע בעפאר, אזוי ווייסט מען דאך אז עס איז דאטיוו. געב פארמיר דעם חלה. גיי אריין איןדי דער דירה.

אבער דא, ביי דעם כלל פון מיך מיר, וועלן מיר זען אז עס איז נישט אייביג אזוי.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

באהאלטענע פראפעזיציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

פרעפאזיציעס זענען דאך געאייגנט צו ערקלערן וואספארא באציאונג דער נאון האט צו די איבריגע חלק פונעם מעשה.

און א פרעפאזיציע שפילט א הויפט ראלע צו מאכן אז ווערטער זאלן ווערן ווי א מראה מקום, א דאטיוו .

אבער זייער אסאך מאל מאכט זיך אז מען לאזט אויס דעם פרעפאזיציע, חס ושלום מען מיינט גארנישט פערזענליך, נאר עס איז פשוט פראקטישער און גרינגער.

הער איך פריער א ניגון וואס גייט אזוי: געב צוריק דאס געלט דעם רבי׳ן. וואלט מען נישט געדארפט זאגן ״פאר״דעם רבי׳ן? עס איז דאך א פיינער דאטיוו, דער רבי איז נישט מער ווי א מראה מקום! דער ענטפער איז אבער, אז מען לאזט אויס דעם פרעפאזיציע, די פרעפאזיציע איז באהאלטן. אזוי זענען דא פיל דוגמאות.
זייטיגע נאטיץ
״זאג דעם טאטן אז דו האסט פיין געקענט״ פלעגט דער זיידע פארענדיגן דעם פארהער.
ווען עס קומט אבער צו די מיך-מיר סוגיא, איז עס ממש א מעשים בכל יום.

טו מיר א טובה!


דא דארף מען קוקן: אויב קען מען אריינלייגן א פרעפאזיציע, מיינט אז עס איז דאטיוו, און עס באלאנגט מי ר.

נו? וועלכע ווארט פעלט דא?

טו פארמיר א טובה.

יעדעס מאל וואס מען איז מסופק צו עס איז א דאטיוו אדער אקיוזאטיוו, דארף מען קוקן צו עס פעלט א ווארט וואס פארענטפערט שוין אלעס.

ביי די אלע פאלגענדע משלים וועט איר זען אז עס פעלט דאס ווארט ״פאַר״:

מאך מיר, טו מיר, שרייב מיר, שיק מיר.

עס איז מיראיינגעפאלן, עס קומט מירנישט אן גרינג, עס האט זיך מירפארגלוסט, עס איז מירגעלונגען, דאכט זיך מיר, עס קומט מירצוניץ, נאר דאס פעלט מיראויס, זיי מירמוחל, עס איז מירא גרויסע זכיה, אויך מירא מאן דאמר.

זאל דירוואויל באקומען, עס איז דירבאשערט, די זכות זאל דירביישטיין, איך וועל דירהעלפן, עס לוינט זיך דיר.

גייט דורך די אלע זאצן, און לייגט אריין דאס ווארט ״פאר״ און זעט ווי הערליך עס שטימט (צומאל איז אביסל שווערער, למשל ביי ״אויך מיר א מאן דאמר״, אבער אריגינעל מיינט עס ׳אויך צו מיר׳ אדער אויך ׳פאר׳ מיר).

אדרבה, פרובירט צוצולייגן דער ווארט ״פאר״ אין די פאלגענדע זאצן, און לאזט וויסן צו איר האט מצליח געווען:
איך האב מיך צעשניטן, איך וויל מיך איבערבעטן מיט אייך, איך וויל מיך טרעפן מיט אייך, איך זע מיך אין שפיגל, דו האסט מיך גערופן היינט? נעם מיך אהיים, הייב מיך אויף, טראג מיך, ברענג מיך.
*

זיך אנשטאט מיך:


עס זענען פארהאן שרייבער וועלכע וועלן מקפיד זיין אויסצומיידן דעם כמו-גאוה׳דיגן ״מיך״ אפילו ווען עס באלאנגט יא, און זיך באנוצן אנשטאט מיט די ווארט ״זיך״ - ווען מען קען.

ווען קען מען?

עס איז דא א מושג אין ענגליש וואס הייסט Reflexive Pronoun, דאס הייסט אז דער פראנאון שפיגלט אפ, עס ברענגט ארויס זייער שטארק דעם חלק אז דער נאון רעדט פון זיך, ער טוט עפעס מיט זיך אליין, קיינער העלפט אים נישט.

און ווען עס האנדלט זיך פון אזא באגריף, שרייבט מען אין אידיש ״זיך״ אנשטאט מיך (אדער דיך).

יעצט לאמיר זען די אויבנדערמאנטע משלים:
איך האב מיך זיך צעשניטן, איך וויל מיך זיך איבערבעטן מיט אייך, איך וויל מיך זיך טרעפן מיט אייך, איך זע מיך זיך אין שפיגל, דו האסט מיך גערופן היינט? נעם מיך אהיים, הייב מיך אויף, טראג מיך, ברענג מיך.

די פאר לעצטע משלים קען מען שוין נישט טוישן אויף זיך, ווייל דאס איז מען שוין א נצרך צו אנדערע, יענער טוט עס פאר אייך.

די זעלבע זאך איז מיט דיך:
גענוג געווען, נעם דיך זיך אין די הענט אריין! לאז דיך זיך ארויס דערפון! קוק דיך זיך אין שפיגל.
ביים רעדן איז דאס מער א ירושלמי אידיש, אבער ביים שרייבן זענען דא וואס נעמען דאס אן אלס א כלל.
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:52 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

אימעיל אדרעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

מודעה

היות איך הער צוריק אסאך גריסן וועגן די שיעורים אויך פון די וואס שרייבן נישט אויף אייוועלט, האב איך געעפנט א ספעציעלע אימעיל אדרעס זיך צו קענען פארבינדן מיט הערות והארות

[email protected]
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

רבי׳ן, טאטן, מאמען, זיידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

נאך איין השלמה צום סוגיא פון ׳ווערטער וואס ענדיגן זיך אנדערש לויט׳ן מין און לויט׳ן קעיס׳.

ביים ערשטן טבלא ״וועלכער מין איז אן עדזשעקטיוו״ האבן מיר דערמאנט פארשידענע עדזשעקטיווס וואס קענען באקומען א עין אדער א ם׳ צום סוף, ביי לשון זכר, צווישן זיי: צו דעם שטרענג עןדאטקאר, צו דעם קראנק עןשכן, אויף דעם ארימ עןכינעזער, מיט דעם אפענ עםגרייז.

נאכדעם זענען מיר געגאנגען צו דעטערמינערס.

יעצט לאמיר א מינוט רעדן פון נאונס.

האט איר אמאל געהערט אז מען זאל זאגן ״לייג עס אריין אין דעם לעדל ען, ווען פארן מיר צו לאָנדאָנ ען, ווילסט קומען צום טייכ ן

א נאון טוישט זיך נישט געווענליך לויט׳ן מין און קעיס, עס איז וואס עס איז.

איין אויסנאם איז דא: ווען מען רעדט פון לעבעדיגע מענטשן בלשון חיבה וכבוד.

דאן וועט מען צולייגן א ן׳, ביי 1) דאטיוו, 2)אקיוזאטיוו 3) ווען מען ווייזט אייגנטימערשאפט.


דאס נעמט אריין: גייסט צום רבי׳ן (מען וועט אבער קיינמאל הערן זאגן: דער רבי׳ן קומט באלד אריין... נאר ביי דאטיוו און אקיוזאטיוו) , פרעג דעם טאטן, נעם דיין מאמען, איך האב געהערט פונעם זיידן, א תירוץ פאר׳ן באבען.

אייגנטימערשאפט: דאס איז דעם רבינ׳סא קינד, דעם זיידנ׳סאן אייניקל, דער באבן׳סבענקל.

און אויך די נעמען פון די פעטערס, מומעס, ברידער, אדער מיט סיי וועם מען האלט זיך נאנט (נאר ביי דאטיוו און אקיוזאטיוו, נישט ביי אייגנטימערשאפט) : מושין, יענקל׳ן, מרדכי׳ן, אא״וו.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

תיקון טעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

עס איז געקומען די צייט זיך אפצושטעלן א מינוט און צוריקגיין צו צוויי גראבע טעותים וואס איך האב געמאכט. אין פרינדסצייטן וואלט איך עס געטוישט און געמאכט א שווייג, אבער דא ביי אונזער אכסניא ארבעט עס נישט אזוי, נאך צוויי וואכן קען מען מער נישט עדיטן די אייגענע תגובות... עס מאכט מיר היפש שוועריגקייטן, ווייל עס קומט כסדר אריין קאמענטארן וואס איך וואלט געוואלט טוישן.

ברם זכור אותו האיש לטוב, ו @וויכטיג מאכער שמו, וואס איז געווען שטארק אינסטרומענטאל צו פרובירן משדד זיין מערכות, אז איך זאל יא קענען, אבער דערווייל איז דאס דער סעטינג פאר יעדעם חוץ מנהלים. איך האף אז ער וועט נאך אויפקומען מיט א געהעריגע פתרון.

קלענערע טעותים און הערות שרייב איך זיך אויף, און ווען דער צייט וועט זיין רייף צו פרעזענטירן אלעס אויפאמאל פאר׳ן ברייטן ציבור וועט מען עס פאררעכטן.

אבער דא רעדט מען פון צוויי ״גראבע״ און גרויסע טעותים, קיין ברירה איז געבליבן נאר מאכן א געהעריגע מסירת מודעה.

די ערשטע איז דעם טבלא, וואס מיר האבן ברייט אויסגעשמועסט דא :
Screen Shot 2024-01-24 at 6.01.10 PM.png
Screen Shot 2024-01-24 at 6.01.10 PM.png (231.13 KiB) געזען 4330 מאל

וואס איז דער טעות?

עס איז דא נאך א פאל וואס מען זאגט ממש ווי דאטיוו, און דאס איז ווען מען וויל זאגן אז עפעס באלאנגט פאר איינעם, פאסעסיוו, Possessive.
איך וועל אין א מינוט׳קעלע ערקלערן דעם יסוד הטעות:

אין דויטש עקזיסטירט נאך א ״קעיס״ וואס איז פאר א סיבה פארשווינדן געווארן פון אידיש. אין אידיש, ווי שוין דערמאנט, באנוצן מיר זיך נאר מיט דריי קעיסעס; נאמינאטיוו, דאטיוו און אקיוזאטיוו. אין דויטש עקזיסטירט אויך א ״געניטיוו״, וואס דאס מיינט אז ווען דער נאון באלאנגט צו איינעם, עס איז Possessive, און דאן ווערט עס א ״קעיס״. וואס מיינט א קעיס? אז מען וועט זיך שוין קענען ארומשפילן מיט׳ן סדר וויאזוי מען רעדט.

עס איז צו קאמפליצירט צו ערקלערן וויאזוי עס ״וואלט״ אויסגעזען אין אידיש ווען עס עקזיסטירט אזא קעיס, בעיקר ווערט מען פטור פונעם ווארט ״פון״. א גרינגער משל וואלט געווען דאס ווארט ״פטור ווערן פון״. אין אלט-אידיש פלעגט מען נאך רעדן אזוי: ״פטור ווערן דעם יצר הרע״, ״פטור ווערן דעם שווערן עול״ - זע בייגעלייגט.

אין היינטיגן דויטש רעדט מען נאך אזוי:
  • די פארב דאס הימל איז בלוי.
    דער נאמען מיינס קינד איז משה.
    דאס אויטא דעם מאנ׳ס (דאס אויטא געהער פאר׳ן מאן).
דער קעיס פון געניטיוו עקזיסטירט נישט אין היינטיגן אידיש, ממילא איז עס אויס ״קעיס״, אבער אין געוויסע פעלער וועלן פאסעסיוון פארמאגן אייגענע כללים, אזויווי מיר וועלן יעצט רעדן.
ווען מען וויל זאגן אז עפעס איז איינעם׳ס וועט זיין דער זעלבע כלל ווי דאטיוו!

דער שליסל איז דעםזיידנ׳ס, דער שליסל איז דערפרוי׳ס, דער שליסל איז דעםקינד׳ס.

אינעם פריערדיגן תגובה האב איך געשריבן:
דאס איז דעם רבינ׳ס א קינד, דעם זיידנ׳ס אן אייניקל.
פארוואס שרייבט מען ״דעם״? עס איז דאס נישט דאטיוו און נישט אקיוזאטיוו? דא האט איר דעם תירוץ!

און אז מען קלערט אריין איז עס זייער א נאנטער קרוב מיט דאטיוו.

ווייל דער גאנצער נושא איז נאר שייך ביים מין החי, א דומם קען נישט האבן קיין נכסים. ממילא וועט מען זאגן: איך גלייך דער אויסשטעל פוןדעם צימער, און מען וועט נישט זאגן: איך גלייך דעם צימער׳ס אויסשטעל. אין אנדערע ווערטער, ביי לעבעדיגע, במקום א דאטיוו וועט מען זאגן דעם כמו-געניטיוו. אויב אזוי באקומען זיי אייניגע כללים.

דער כלל איז שייך אויף אלע טבלאות וואס מיר האבן געברענגט: ווען עס איז שייך צו רעדן וועגן בעלות, פאסעסיוו, באקומט עס דער זעלבער כלל ווי דאטיוו.
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-01-24 at 6.16.48 PM.png
Screen Shot 2024-01-24 at 6.16.48 PM.png (314.7 KiB) געזען 4330 מאל
Screen Shot 2024-01-24 at 6.16.36 PM.png
Screen Shot 2024-01-24 at 6.16.36 PM.png (291.52 KiB) געזען 4330 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

איבערגעמאכטע טבלא פון דער די דאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

איך לייג דא ארויף די איבערגעמאכטע טבלא.


זייטיגע נאטיץ
היים ארבעט:באמערקט אז איך האב נישט געשריבן ״דעם״ איבערגעמאכטן טבלא. פארוואס?
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-01-25 at 6.21.05 PM.png
Screen Shot 2024-01-25 at 6.21.05 PM.png (319.65 KiB) געזען 4299 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

איבערגעמאכטע טבלא פאר ״וועלכער מין איז אן עדזשעקטיוו״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יעצט וועל איך טוישן איין זאך ביי דעם טבלא פון וועלכער מין איז אן עדזשעקטיוו .

איך וועל צולייגן אויבן ביים צווייטן קאלום, אנשטאט נאר דאטיוו, לייג איך אויך צו אקיוזאטיוו, איך האב עס פארזען.
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-01-25 at 6.31.31 PM.png
Screen Shot 2024-01-25 at 6.31.31 PM.png (356.38 KiB) געזען 4291 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

ספעלן: א י׳ אדער א ו׳?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

בעזה״י טרעטן מיר אריין אין א נייע חלק, פון ספעלן - אויסלייגן.

א שטארקע אויבנאן פון צעמישענישן ביי שרייבער איז דער י׳ ו׳ חילוק, ביי פילע ווערטער וועלכע מען ווייסט קלאר אז עס קען געשריבן ווערן אדער מיט א יוד אדער מיט א ואו, אבער מען ווייסט נישט ווען צו נוצן וואס.

ביים אמעריקאנעם אידיש אפעקטירט עס בלויז דאס שרייבן, אבער ביי פיל דיאלעקטן איז עס אויך א חלק פון רעדן. א ואו איז ביי זיי ענליך צו א קמץ, און א יוד איז א חיריק. דארט איז אסאך מער וויכטיג צו קענען די כללים, פשוט צו קענען רעדן.

עס זענען דא אסאך ווערטער וואס קענען געשריבן ווערן מיט א יוד אדער א וא״ו, און דער חילוק איז הימל און ערד (למשל: און אדער אין), מען רעדט פון צוויי באדייטן וואס האבן נישט קיין שום שייכות.

נאכדעם זענען דא ווערטער וואס מען רעדט פון די זעלבע ווארט, נאר א חילוק אין עבר אדער עתיד, רבים אדער יחיד, נאון אדער עדזשעקטיוו.

לאמיר אנהייבן ביים צווייטן קאטאגאריע.

אבער עס איז וויכטיג קלארצושטעלן: נומער 1 דארף מען זיכער מאכן אז עס איז בכלל א ספק! מען קען זיך גרינג צעמישן און דמיונ׳ען אז עס איז בכלל א שאלה, בעת עס זענען פארהאן ווערטער וואס קומען מיט א יוד אדער א וא״ו אין אלע פארמען. מיר וועלן שפעטער ארויפלייגן א ליסטע פון אזאלכע ווערטער.

איינמאל מען ווייסט זיכער אז דאס ווארט קען אמאל געשריבן ווערן אזוי און אמאל אזוי, דארף זיין די ערשטע שאלה:

וועלכע קאטאגאריע איז דאס ספעציפישע ווארט?

איז עס א נאון? אן עדזשעקטיוו? א ווערב?


================
נאון
================
ביי א נאון זענען די כללים פשוט:

1) א לשון רבים באלאנגט מיט א יוד, און א לשון יחיד באלאנגט מיט א ואו!

זייטיגע נאטיץ
א גוטער סימן? וויפיל דארף מען האבן פאר מנין? צען מענטשן. יוד איז א רבים!
דאס איז אויב מען לייגט נישט צו קיין אותיות צום לשון רבים (למשל: מיין פוס, מיינע פיס)

אויב לייגט מען אבער יא צו אותיותוועט זיין דער אויבנדערמאנטער כלל, בלויז אויב מען לייגט צו די אותיות ״ער״ (למשל: מיין ביך, מיינע ביכ ער).

אויב לייגט מען צו אדערע אותיות, למשל ען, ן אדער ס, בלייבט עס ביים ארגינעלען ווארט.
זייטיגע נאטיץ
למשל דאס ווארט ״הוט״ קען מען טרעפן אזאלכע וואס שרייבן בלשון רבים ״היט״ (נעם אראפ אלע היט פון די הענגערס), אבער אויב שרייבט מען א ״ן״ צום סוף וועט עס קומען ״הוטן״, ווייל עס האט נישט קיין ״ער״, מען שרייבט דאך נישט הוטער פאר א לשון רבים.

2) אויב לייגט מען צו א למד צום סוף ווארט, צו פארקלענערן (אדער: פארצערטלען) דאס ווארט (אין ענגליש הייסט דאס diminutive) , וועט עס זיין מיט יוד!


און דאס זענען די רעזולטאטן:
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-02-06 at 12.57.28 PM.png
Screen Shot 2024-02-06 at 12.57.28 PM.png (259.51 KiB) געזען 3943 מאל
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:31 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

נאונס וואס זענען אייניג ביי רבים און יחיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

פון די אנדערע זייט זענען פארהאן נאונס וועלכע מען שרייבט אייביג אייניג, פילע פון זיי הערשט א שטארקע צעמישעניש ביי שרייבער, און מיר וועלן עס דא אויסקלארן.

עס איז וויכטיג צו געדענקען: מען רעדט דא פון נאונס. שפעטער וועלן מיר אריבערגיין צו אנדערע קאטאגאריעס ווערטער, וואס דארט וועלן געוויסע פון די ווערטער זיך יא טוישן די אויסלייג.


אייביג מיט א יוד (אפילו ביי לשון יחיד):
• ביס
• ביקס‭ ‬
• בליץ‭ ‬
• גיפט‭ ‬
• דינער (נאכטמאל, דינער השנתי - אנדערש ווי ווען עס דונערט)
• היץ
• זינד
• זינגער
• זיפ (זייער, אנדערש ווי ביי די מאכל זופ)
• זיפץ‭
• זיץ‭ ‬
• טינט‭ ‬
• מיסט
• פירמע
• פליג
• פליכט
• ציג (עֵז, אנדערש ווי ביי צוג-באַן)
• ציגל‭ ‬
• צימער (הערשט צעמישעניש)
• ציפ ‬( עס קומט פונעם דייטשן ווארט Zuppen, און נישט אזוי לאנג צוריק פלעגט מען נאך שרייבן צופ, געצופט, צופען, למעשה שרייבט מען היינט יא ציפעדיג - וכדו׳ - אויב איינער קען פרעגן א ליטוויש אידל וויאזוי ער זאגט עס ארויס וואלט איך דאנקבאר געווען) ‭ ‬
• קירכע‭
• קישן (ביים שלאפן - אנדערש ווי ביי קוש נשיקה)
• קישקע
• קניפ (אמאל פלעגט זיין א חילוק צווישן א קנ יפ אין בעקל pinch, און א קנ ופ וואס מיינט א קשר, אבער היינט שרייבט מען ביידע מיט א יוד).
• קריג (מלחמה, אנדערש ווי ביי קרוג-קריגל)
• קרישקע
• ריגל‭ ‬
• רינג‭ ‬
• שטיצע
• שישקע
• שילד (Sign - אנדערש ווי ביי שולד-שולדיג)
• שיסל
• שליסל
• שמיץ‭ ‬ (פעטש - אנדערש ווי ביי שמוץ-זבל)
• שפיץ‭ ‬
• ריס


אייביג מיט א ואו (אפילו ביי לשון רבים):

• אוגערקע
• באזוך
• באשלוס
• בלוט
• בלום (נישט בלימען!)
• גרוס
• דונער (רעם, ווען עס רעגנט - אנדערש ווי ביי דינער השנתי)
• דרוק (סיי דפוס און סיי לחץ. אויך: איינדרוק, אויסדרוק, פינגער- אפדרוק)
• הוט (זע אינעם טבלא)
• וואונטש
• וואונק (הערשט צעמישעניש)
• זומער
• זומפ‭ ‬
• זופ (מאכל)
• זון (שֶמֶש)
• טומל‭ ‬
• טורמע
• יונג‭ ‬ (לויט די וואס שרייבן אזוי, נישט אינג)
• לופט (אבער יא: ליפטל)
• מומע
• סומע
• פּוטער
• פונק‭ ‬ (נישט פינקען!)
• פּושקע (הערשט צעמישעניש)
• פלוס - איבערפלוס
• צוג (באן)
• צונג (בלשון רבים שרייבט מען דאך צונג ען), אסאך שרייבן אבער צינג ערווען מען רעדט פונעם צונג-אבר פון א מענטש
• צוקער
• קוגל
• קוכן‭ ‬
• קונד‭ ‬
• קונסט
• קונץ (נישט קינצן!)
• קופער
• קוש (נשיקה)
• קרוג (כַד) (אבער יא: קריגל)
• רו
• רובל‭ ‬
• רוקן‭ ‬ (גב)
• שול
• שטול (כסא)
• שולד (Guilt)
• שולע
• שונד‭
• שמוץ (זבל) (אבער יא: שמיצל)
• שפרונג
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום דינסטאג פעברואר 13, 2024 2:29 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

ברוך השם די הערות אויף די פארגאנגענע צוויי תגובות פליסן אומאויפהערליך, און איך בין אליין פיל קליגער געווארן זייט איך האב עס ארויפגעלייגט.

איין זאך וואס איז צוגעקומען צום גאנצן נושא, און איז זייער וויכטיג אויסצושמועסן:

די ווערטער וואס עס קומט צו א ״ער״ בלשון רבים - וואס דארט כאפט א חילוק צו מען שרייבט מיט א ו׳ צו א י׳, זענען דוקא אזאלכע ווערטער וואס די ״ער״ קומט צו בלויז בלשון רבים, ווי בוך - ביכער.

לאפוקי ווערטער וואס האבן דעם ״ער״ אפילו בלשון יחיד.

די רעדע איז פון א סארט נאון וואס הייסט Agent Noun, וואס דאס מיינט אז מען נעמט א נאון וואס טוט עפעס (א ווערב) און מען רופט דעם נאון על שם די פעולה.

למשל?
זינגען. וויאזוי הייסט דער וואס זינגט? דער זינג ער. (נישט פארמישן מיט עדזשעקטיוו, עס שילדערט נישט דעם מענטש אז ער איז א זינגעדיגער, עס זאגט אז ער טוט א פעולה און מען רופט אים על שם זה)

און אזוי זענען דא פילע אזאלכע ווערטער וואס מיר וועלן שוין אויסרעכענען.

אזאלכע ווערטער טוישן זיך נישט פון לשון יחיד צו רבים, און מען לאזט עס וויאזוי עס איז.

א יחיד זינגער וועט נישט הייסן ״זונגער״, און א יחיד בינדער וועט נישט הייסן ״בונדער״.

א יחיד זינגער וועט הייסן זינגער, און א רבים? יש אומרים אז מען שרייבט זינגערס, און יש אומרים אז מען לאזט עס ביי זינגער. (אלע זינגער זאלן אנהייבן זינגען).

(די מחלוקת וועט נישט זיין ביי ביכער גריבער און הינער, אא״וו ווערטער וואס טוישט זיך אויף רבים, ווייל דארט איז שוין דא א יוד און די ״ער״ וואס טוישט עס אויף רבים).


די פאלגענדע ווערטער וועלן זיך נישט טוישן פון יחיד צו רבים:
  • באשלוס ער
    באגרוס ער
    באזוכ ער
    וואונטש ער
    זינג ער
    טומל ער
    צינד ער
    באצווינג ער
    שפרונג ער
די ליסטע וועט ווערן גרעסער אי״ה.

די איינציגסטע עכטע צעמישעניש הערשט ביים ווארט ״באנוצער״, וואס פאר א סיבה האבן מאנכע באשלאסן צו רופן א יחיד ״באנוצער״ און א רבים ״באניצער״, אנשטאט שרייבן ביי ביידע אייניג. (דאכט זיך אז דאס איז א רעאלאטיוו נייע אויסטרעף).
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

כללים ביי ווערבס - ווען א יוד און ווען א ואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

ביי ווערב ווערטער לויפן אביסל אנדערש די כללים, דא וועט זיך עס ווענדן אין עבר הוה און עתיד.

אין אידיש טרעפט מען גאר גאר אסאך ווערב-ווערטער וואס באקומען אן אנדער אקצענט בלשון עבר, למשל: בייסן/געביסן, שטייג/געשטיגן, ווארף/געווארפן, שעלט/געשאלטן, בייג/געבויגן, באפעל/באפוילן, גיין/געגאנגען,אא״וו. דאס איז העכסט נאטורליך אינעם אידישן שפראך, און קיינער האט ניטאמאל קיין שוועריגקייטן דאס צו געדענקען.

קומען אבער צו גיין די ווערטער וואס טוישן זיך סך הכל ביי לשון עבר מיט א וא״ו, איז אביסל אנדערש.

מילא ביי די וואס זאגן ארויס א קמץ וא״ו, זענען די זאכן אזוי פשוט ווי אלע די אויבנדערמאנטע ווערטער, זיי זענען געבוירן דערמיט און רעדן אזוי, קיין טבלא פעלט נישט אויס.

ביי די וואס רעדן אבער אלעס מיט א חיריק דארף מען עס אראפלייגן כשולחן הערוך, ווייל ביים שרייבן האלט מען זיך דאך יא צו די כללים.


=======


דער כלל איז אזוי:
אויב בלשון עבר ענדיגט זיך עס מיט א טי״ת, איז נישט קיין שום חילוק צווישן עבר און הוה, מען לאזט דאס ווארט וויאזוי עס איז! וויאזוי איז עס? ווענד זיך ווי א ווארט. (איין אויסנאם איז דא ביי דאס ווארט ״וויסן״ וואס דארט שרייבט מען יא בלשון עבר געוואוסט).


למשל:
ניצן/געניצ ט, גריבלען/געגריבל ט, זינדיגן/געזינדיג ט.

אויב אבער בלשון עבר ענדיגט זיך עס מיט א ״ן״ דארט וועלן זיין געוויסע ווערטער וואס מען טוישט אויף א וא״ו בלשון עבר.

די רעדע איז פון א סעט ווערטער, וואס דער יוד (-וואס טוישט זיך אויף א וא״ו) שטייט בעפאר א מ׳ אדער נ׳, למשל ״ ינדן״ (צינדן) , און נאך, ווי איר וועט שוין זען אינעם טבלא
זייטיגע נאטיץ
א גוטער ביישפיל דאס צו זען איז ביי דאס ווארט ״געהינקע ט״, אמאליגע שרייבער פלעגן נאך שרייבן ״געהונק ען״ (ער האט געהונקען אויף די פיס), דעריבער קומט עס מיט א וא״ו, אבער ווען מען שרייבט געהינקעט איז נישטא אזא זאך, עס מוז קומען מיט א י׳.

אזוי איז אויך ביי דאס ווארט ״געשפינ ט״ וואס מען פלעגט אמאל שרייבט ״געשפ ונ ען״.


דארפן מיר מאכן צוויי פרישע ליסטעס:
• א ליסטע פון ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א טית, און מען לייגט עס אייביג אויס איין וועג אדער דאס אנדערע.
• א ליסטע פון ווערטער וואס ענדיגן זיך יא מיט א ן׳, אבער האבן נישט קיין מ׳ אדער נ׳ נאכ׳ן י׳, און האבן דעריבער אנדערע כללים.

די ליסטעס וועלן בעזר השם נאכקומען.

אבער צום ערשט לאמיר ארויסלייגן די טבלא.

מערקט אז די אלע ווערטער זענען פונעם מקור א ווערב אדער א נאון (עס קען ווערן א עדזשעקטיוו מיט׳ן צולייגן אותיות, אבער די רעדע איז ווען דאס עצם ווארט אן קיין אותיות איז א ווערב אדער נאון) .

בשם ה׳ נעשה ונצליח.
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-02-15 at 3.02.54 PM.png
Screen Shot 2024-02-15 at 3.02.54 PM.png (399.07 KiB) געזען 1661 מאל
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

עס איז אריינגעקומען דורך אימעיל זייער א וויכטיגע הערה ״בדרך אפשר״, אבער אריינקוקנדיג טיפער דערין האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער מחדש האט גארנישט שלעכט געזאגט, נאר דאס איז ממש דער פאקט.

מיר האבן לפי זה איבערגעמאכט דעם אויבערשטע טבלא.

דער גאנצע ענין אז דער י׳ טוישט זיך אויף א ו׳, איז נאר שייך ביי ווערטער וואס האבן א מ׳אדער א נ׳נאכ׳ן י׳. (גראדע איז דאס נישט די ערשטע מאל וואס א מ׳ און א נ׳ באקומען כללים פאר זיך, ווען מיר וועלן רעדן פון צוגעלייגטע עיןס וועלן מיר זען אז א מ׳ אדער א נ׳ פארדינען באזונדערע אויפמערקזאמקייט, מען לייגט צו דעם עין ביי ״צוזא מ ען״ אדער ״וואוי נען״)



אז איר וועט גוט באטראכטן די אויבנדערמאנטע ליסטע וועט איר באמערקן אז מען קען צעטיילן די ליסטע ווי פאלגענד:


ימען (שוו ימען)
ימפן (שר ימפן)
ינגען (געל ינגען, ד ינגען, ז ינגען, צוו ינגען, קל ינגען, של ינגען)
ינדן ינדן, פארשוו ינדן, צ ינדן, ש ינדן)
ינטשן (וו ינטשן)
ינען (געוו ינען, געפ ינען, פארג ינען, ר ינען)
ינקען (וו ינקען, ז ינקען, ט ינקען, טר ינקען, שט ינקען)


אין סך הכל דארף מען קוקן אויף צוויי זאכן: 1) ענדיגט זיך עס מיט א ן׳? 2) האט עס א מ⁄נ נאכ׳ן י׳?

אויב איז די ענטפער ״יא״ אויף ביידע, דערלאנגט אים א ו׳ בלשון עבר און א י׳ בלשון הוה⁄עתיד.

===

דערנאך זענען פארהאן ווערבס אלס נאון שרייבט מען עס מיט א ו׳, אבער אלס ווערב ווערט עס געטוישט אויף א י׳ - אן קיין שייכות צו לשון עבר ועתיד, (ווייל די תירוץ איז נישט ״יא״ אויף די צוויי אויבנדערמאנטע שאלות).

מער וועגן דעם וועט נאכפאלגן בעזה״י.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

ליסטע: טוישן זיך צו א י׳ נאר אויפ׳ן הוה/עתיד, אדער בלייבן אייביג מיט׳ן ו׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

אצינד לאמיר מאכן אפאר ליסטעס:

נאונס וואס באקומען טאקע נישט קיין ו׳ אויפ׳ן עבר, אבער טוישן זיך צו א י׳ ביים ווערב


די זענען נאונס וואס קענען נעבעך נישט באקומען קיין ו׳ אויפ׳ן עבר, צוליב וואס עס האט נישט קיין מ׳ אדער נ׳ נאכן יוד, אדער זיי ענדיגן זיך מיט א טית, אבער פארט באקומען זיי עפעס: אנשטאט זייער אריגינעלער אויסלייג מיט א ו׳ (זייענדיג א נאון) באקומען זיי א י׳, און בלשון עבר באקומען טייל פון זיי א א׳, אדער בלייבן זיי מיט׳ן י׳.

(בא)נוץ........באניצט / באניצן (עבר: געניצט)
באשלוס........באשליסט / באשליסן (עבר: באשלאסן)
גרוס........גריסט / גריסן (עבר: געגריסט)
גרונד........גרינדעט / גרינדען (עבר: געגרינדעט)
דרוק........דריקט / דריקן (עבר: געדריקט)
זייטיגע נאטיץ
אויסנאם:ווען מען רעדט פון ״דפוס״, דרוק, בלייבט עס אייביג מיט א ו׳, אזוי אויך ווען דאס ווארט איז ״איינדרוק״.
אויסנאם:ווען מען רעדט פון ״ אונטערדריקונג״ בלייבט עס אייביג מיט א י׳.

( דאס ווארט ״דרוק״ איז א שטיקל היסטאריע אין דייטשע פאליטיק - כאטש מיסודו זענען אלע לשונות פון ׳דרוק׳ במקורם פון דאס ווארט ׳לחץ׳. עס האט צו טון מיט דעם אז דער דרוק איז געגרינדעט געווארן אין דייטשלאנד דורך יאהאן גאטענבערג, און עס האט זיך געטון קנאה ושנאה צווישן צוויי זייטן פון דייטשלאנד וואס האט אויך אפעקטירט די וועג פון אויסלייג)
פונק........פינקלט / פינקלען / פינקלדיג (עבר: געפינקלט)
פלוס........פליסט / פליסן / פליסיג (עבר: געפלאסן)
קונץ........קינצלט / קינצלען (עבר: געקינצלט)
שוץ........באשיצט באשיצן (עבר: געשיצט)
(בא) שלוס........שליסט / שליסן (עבר: געשלאסן)

צום באמערקן:דאס אז ווערטער זאלן באקומען אן אנדערן קלאנג פון א נאון צו ווערב זעט מען ביי פיל ווערטער, אפילו נישט פון ו׳ צו א י׳: פאלש/פעלשן, אפן/עפענען, שפאט/שפעטן, צארן/צערנען. ועוד.


ווערטער וואס בלייבן אייביג מיט זייער ו׳

דאס זענען ווערטער וואס האבן נישט זוכה געווען צו קיין שום טויש, זיי בלייבן מיט׳ן ו׳ אין יעדן מצב.

באזוך........ באזוכט / באזוכן
בוק (השתחוי׳)........ געבוקט / בוקן
ברום........ געברומט / ברומען
דונער........ געדונערט / דונערן
הוסט........ געהוסט / הוסטן
וואונדער........ געוואונדערט / וואונדערן
זוך........ געזוכט / פארזוכן
טומל........ געטומלט / טומלען
מוז........ געמוזט / מוזן
מוטשע........ געמוטשעט / מוטשען
פוץ........ געפוצט / באפוצן
קומען........ קומט / געקומען
קוק........ געקוקט / קוקן
קוש........ געקושט / קושן
רו........ (אויסגע)רוט / רוען
רוף........ רופט / גערופן
רוק........ גערוקט / רוקן
שולד........ באשולדיגט / באשולדיגן
שטופ........ געשטופט / שטופן
( הערה: פארהאן א ווארט ״שט יפן / שט יפעריש״ וואס קומט מיט א פ׳ אן א פינטל, עס מיינט ווילדעווען.)
שמוץ........ באשמוצט / באשמוצן
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום פרייטאג פעברואר 23, 2024 1:19 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

ווערבס וואס בלייבן אייביג מיט א י׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

ווערבס וואס בלייבן אייביג מיט א י׳


יעצט וועלן מיר גיין צו די ווערבס וואס קומען לכתחילה מיט א י׳, און טוישן זיך קיינמאל. טייל פון זיי זענען במקורם נאונס, אבער רוב זענען פשוט׳ע ווערבס.

(זעלבסטפארשטענדליך אז עס זענען דא נאך אסאך ווערטער וואס מען קען אריינלייגן אין די אלע ליסטעס, אבער מיר האבן אפירגעזוכט דוקא די וואס מען קען זיך טועה זיין.)

• באשטימען / באשטימט
• בילן / געבילט
• בליען / געבליט
• בריען / געבריט
• גליטשן / געגליטשט
• דינען / געדינט
• דערקוויקן / דערקוויקט
• דרימלען / געדרימלט
• היטן / אפגעהיט
• ווישן / געווישט
• זיגן / באזיגט
• זינדיגן / געזינדיגט
• זיפן / געזיפט
• זיפצן / געזיפצט
• זיצן / געזיצן
• לינדערן / געלינדערט
• מיען / באמיט
• מישן / געמישט
• פאסירן / פאסירט
• פארדינען / פארדינט
• פארטיליגן / פארטיליגט
• פילן (הרגש) / געפילט
• פירן / געפירט
• פליקן / געפליקט
• ציטערן / געציטערט
• ציל( עווע) ן / געצילט
• קימערן / געקימערט
• קיצלען / געקיצלט
• קניען / געקניט
• קניפן / געקניפט
• קריגן / געקריגט
• קריצן / געקריצט
• רימען / גערימט
• רינגלען / גערינגלט
• רירן / גערירט
• שווינדלען / באשווינדלט
• שוויצן / געשוויצט
• שטימען / געשטימט
• שטיצן / געשטיצט
• שטיקן / געשטיקט
• שטריקן / געשטריקט
• שילדערן / געשילדערט
• שיקן / געשיקט
• שמירן / געשמירט
• שפאצירן / שפאצירט
• שפיגלען / געשפיגלט
• שפילן / געשפילט
• שפירן / געשפירט
• שפריצן / געשפריצט
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

כללים ביי עדזשעקטיווס - ווען א י׳ און ווען א ו׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

עס זענען פארהאן א קליינע צאל עדזשעקטיווס וואס מען שרייבט אויך צומאל אזוי און צומאל אזוי, טאקע קליין אין צאל, אבער די צעמישעניש איז גאר גרויס.

״ווען שרייבט מען פול און ווען פיל?״ איז א שאלה וואס גאר אסאך שרייבער זענען אומקלאר, מיר האפן אז נאכ׳ן ליינען דא וועט אלעס קלאר ווערן.

גענוי ווי אויבן ביי נאונס, וועלן די ספעציפישע עדזשעקטיוו-ווערטער אויך זיך טוישן צו א י׳ איינמאל עס ווערט א ווערב, אבער דא דארף מען האלטן קאפ: איינמאל עס באקומט שוין א ״שמעק״ פון א ווערב, אפילו עס איז נאך האלב אן עדזשקעטיוו, האט עס שוין א דין ווי א ווערב.

לדוגמא: עס איז דא א חילוק צווישן א ״קרומער צוים״ און א ״פארקרימטער צוים״, א פארקרימטער מיינט אז עס איז געווארן פארקרימט, דעריבער וועט מען עס אויסלייגן מיט א יוד.

אזאלכע סארט עדזשעקטיווס הייסן Participial Adjectives.

ביי עדזשעקטיווס איז דאך דא אזא זאך ווי פארגלייכונגס comparative ווערטער, ״ער איז בעסערווי יענעם״, אדער גאר ביים שפיץ: ״ער איז דער בעסטער״ (superlative), מיר האבן עס שוין דערמאנט דא .

אויב האנדלט מען מיט אזא סארט ווארט, וועט עס אויך האבן דעם דין פון א ווערב. זע טבלא.
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-02-19 at 6.07.54 PM.png
Screen Shot 2024-02-19 at 6.07.54 PM.png (308.25 KiB) געזען 1015 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: כללים ביי עדזשעקטיווס - ווען א י׳ און ווען א ו׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

די פאלגענדע ווערטער איז א שטיקל מחלוקת הפוסקים, אבער איך מיין אז היינטיגע שרייבער וועלן אייביג שרייבן מיט א וא״ו:

טונקל(פארהאן וואס שרייבן: מער טינקעלער, דער טינקעלסטער)
געזונט(פארהאן וואס שרייבן: מער געזינטער, דער געזינטסטער)
פרום(פארהאן וואס שרייבן: מער פרימער, דער פרימסטער)

דאס ווארט גענוג, בלייבט למעשה מיט א ו׳, אפילו ווען עס ווערט א ווערב, מען איז זיך מסתפק במועט, שרייבט מען אז מען ״ באגנוגנט״ זיך.

דאס ווארט ״שטום״ בלייבט מיט א ו׳, אפילו ווען מען בלייבט פארשטומט. אז נישט וועט דער פילפארביגע מאדנע ווארט ווערן נאך מער פארשטומט.

פארוואס איז עס מאדנע? הערט וויאזוי די הויכהילכערס ווערן העכער און העכער:
זייטיגע נאטיץ
״שטום״ מיינט שטיל, אן א קול. ששש....

״שטימ ע״ מיינט א געשמאקן קול.

״שטימ ען״ מיינט איבערדרייען א שטאט און גיין צו די וואלן.

״ צושטימען״ מיינט אז מען איז שוין מסכים, מען מאכט שוין שלום מיט׳ן מצב (שוין נאכ׳ן געווינס פונעם קאנדידאט...)

״ באשטימען״ מיינט קובע זיין, עס איז שוין א פאקט!
פרעג איך אייך: קען דאס ווארט סובל זיין נאך כללים?
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

איינציגע אדער איינציגסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

אגב אז מען רעדט שוין פון ״סופערלאטיוו״ - דאס מאקסימום פון א ווארט, וואס אין אידיש איז דאס ווען מען לייגט צו ׳סטע׳, - חשוב׳סטער, שענסטער, בעסטער, ערליכסטער אא״וו:

איך וויל דא א מינוט איבערהאקן איבער א גאר גרויסע שאלה צו עס איז בכלל דא אזא ווארט ״איינציגסטע״, אדער מען שרייבט אלץ ״איינציגע״. עס איז א שטילע מחלוקת צווישן שרייבער, און לאמיר פראבירן מאכן שלום דורכ׳ן גיין צווישן די טראפן...

בלשון בני אדם איז דאס בכלל נישט קיין שאלה, דאס מציאות ווייזט אז מען זאגט איינציגסטע אויך, די שאלה איז איבער דאס ריכטיגקייט דערפון.

נאכזוכנדיג אביסל זע איך אז די שאלה איז נישט געבוירן געווארן דוקא ביים היימישן ציבור, ווייל אין דויטש מוטשעט מען זיך מיט די זעלבע פראגע, בלשון בני אדם זאגט מען געהעריג איינציגסטע, אבער די שרייבער זענען ברוגז דערויף.

ווען מען וויל גיין מיט׳ן מקור איז דא א גרויסע מקום צו זאגן אז ״איינציגסטע״ איז נישט קיין ווארט, פארוואס? ווייל איינציגע איז שוין גענוג קלימאקס פון די זאך, אז עס פעלט שוין נישט אויס דעם ״סטע״.

==

למעשה אבער, וויבאלד עס איז אזוי שטארק איינגעגעסן אינעם טאג טעגליכן שפראך דארף מען זיך באציען דערצו, אז ווען מען וויל יא נוצן ״איינציגסטע״ זאל מען וויסן ווי איין און ווי אויס.

זייטיגע נאטיץ
״מושי, מיין איינציגער זון וואס פארשטייט מיר באמת, האט זיך צוגעקוקט צום סצענע״
אפשר קענט איר מיר זאגן אין דעם זאץ צו מושי איז א בן יחיד, אדער עס איז באמת דא נאך קינדער, נאר פשוט מושי איז דער וואס פארשטייט דעם טאטן?

דא קומט אריין די אויפטו פונעם ווארט ״איינציגסטע״.

דאס גייט מיט א פשעטיל: וויבאלד מען זאגן ״סטע״ איז דאך משמע אז עס זענען דא נאך (א הויז קען נישט זיין דער שענ׳סטער׳ אויב עס זענען נישט דא נאך הייזער) , קומט דאך אויס אז ווען מען זאגט איינציג סטעזענען בעצם דא נאך, אבער דו האסט אויסגעקליבן אים אלס דער איינציגסטער, און דו וועסט שוין מסביר זיין פארוואס...

״דער איינציגסטער געשעפט וואס רעכנט זיך מיט די קונים״ איז ריכטיג לויט דעם, ווייל דער געשעפט איז נישט איינציג, עס זענען דא נאך פיל, אבער עס איז דער איינציגסטער געשעפט מיט דעם ענין אז עס רעכנט זיך מיט די קונים.

״איין איינציגסטע באשעפער״ איז פאלש, כמובן! מען דארף זאגן ״איין איינציגער באשעפער״.

״מיין איינציגער בחור״איז ריכטיג ווען מען האט נאר איין בחור; ווידער ״מיין איינציגסטער בחור״וועט זיין ריכטיג ווען מען וועט צולייגן ״וואס לערנט באר מים חיים פאר׳ן דאווענען״... ווען בעצם איז דא נאך אפאר בחורים.

די איינציגסטעעצה וואס איך זע ארבעטן, איז צו קויפן א נייע קאר.

איך האב אן איינציגעמטבע (פארבליבן אין מיין קעשענע).

ער סערווירט יעדן איינציגעקליענט! (דא וויל עס ווייזן אז מען איז א בן יחיד, עס איז נישטא נאך).

=

איינציגע דארף נישט קיין הסבר, איינציג סטעדארף מען מסביר זיין, פארוואס איז עס איינציג?

דער הויז איז דער איינציגסטער (הסבר:) וואס זעט מיר אויס אינטערעסאנט.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

עדזשעקטיווס וואס קומען אייביג מיט א ו׳ אדער י׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

לאמיר נאר צוענדיגן אז עס זענען דא געציילטע עדזשעקטיווס (במקורם, נישט קיין געווארענע), וואס מען קען זיך טועה זיין. לאמיר עס דא קלאר מאכן.

אייביג מיט א י׳

• פריש
• דיק
• ווילד
• זיס
• שטיל
• מיד
• מילד
• פרי

אייביג מיט א ו׳

• פּוסט

אצינד לאמיר גיין ווייטער...
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”