געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

שלום עליכם.

זייענדיג עוסק אינעם שרייבן פעלד, האב איך שוין לאנג אנגעזאמעלט חומר פון כללים פון אידיש-שרייבן, אבער איך האב עס קיינמאל נישט איינגעזאמעלט לפונדק אחד, דא וועל איך עס פראבירן אראפשרייבן צוביסלעך, מיט׳ן ציל אנצוזאמלען א גרייטע דבר השלם בעזה״י אז עס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים.

אנשטאט צו גיין טעכניש מיט הויכע באשפריצטע ווערטער, וועט מיין ציל זיין עס דוקא אראפצוברענגען אז איינער וואס קען נישט גארנישט זאל פארשטיין במה דברים אמורים. ווייל רוב באשרייבונגען איבער כללים וואס איך האב געזען ביז היינט זענען - ווי עס זעט אויס - מער געאייגנט צו ווייזן פאר די וועלט די פראפעסיאנעל דער שרייבער איז, און לאזט זיך נישט אראפ צום פשוט׳ן בירגער. ״שרייבן אידיש פאר דאמיס״.

איך וויל קלאר מאכן אפאר זאכן:

1) כל הזכויות שמורות לי.

2) אין מיין שפראך וועט איר געוויס טרעפן גרעמער ווי איך וועל זיך צומאל בטעות נישט האלטן צו די אייגענע כללים, דאס איז פשוט, ווייל איך בין עס נישט מגיה אויף 100 פראצענט איידער עס גייט ארויף דא. מיין ציל איז סך הכל זיך געהעריג צו קאנטצענטרירן איינמאל פאר אלעמאל, און מען וועט עס משלים זיין נאכדעם בעזה״י.

3) די צווייטע סיבה פארוואס איך טו עס דא איז צו הערן זאכליכע הערות, סיי פון פראפעסיאנאלע שרייבער און סיי פון אידן וועלכע פארשטייען נישט געוויסע נקודות. אבער אויב וועט עס זיין אין דעם אשכול וועט עס צעמישן דעם פלוס, דעריבער וויל איך בעטן אז הערות זאל מען שרייבן ערגעץ אנדערש (איך וועל בקרוב עפענען א עקסטערע אשכול דערויף), און אויב עס וועט זיין אין די הערות עפעס וואס וועט מיר עפענען די אויגן וועל איך עס אליינס טוישן אדער צולייגן דא.

הערות ביטע שרייבן נאר דא
viewtopic.php?t=66376
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

הקדמה: די 9 קאטאגאריעס פון ווערטער

ביי מוזיק זענען פארהאן נישט מער ווי 7 נאטן, און יעדעס מינדעסטע קול וואס קומט פון א ניגון, א תנועה אדער סתם א ווארט ארויסגערעדט, וועט זיך למעשה אריינפאסן אין איינע פון זיי.
ווען איז דאס נוגע? ווער דארף דאס וויסן?

דער יודעלע וואס זינגט זיך א לידעלע ביים שבת טיש דארף דאס נישט וויסן, ער דארף סך הכל נאכזינגען א באקאנטע ניגון און הנאה האבן פונעם הייליגן אטמאספערע. ער מעג מיינען אז ניגונים האבן טויזנטער טענער וואס האבן קיין שייכות איינע מיט׳ן צווייטן. עס וועט נישט שאדטן.

אנדערש איז אבער איינער וואס סערווירט אנדערע מיט נגינה, אדער איינער וואס וויל ארויסהאבן דעם חכמת הנגינה כדי צו קענען קאמפאזיטן און ארויסברענגען בעסער זיינע הרגישים, דארפן דאס שוין איינמאל וויסן. יעדער ניגון וועט ווערן באטראכט פון דעם פרעספעקטיוו פון די 7 נאטן, און דערנאך וועט מען קענען ארבעטן לויט די כללים.

היינו הך מיט שרייבן.
עס זענען פארהאן 9 קאטאגאריעס (אדער מער פראפעסיאנאלע אנגערופן: קלאסן) פון ווערטער, וואס יעדעס וואָרט וועט מען וועט נאר רעדן אדער שרייבן גייט אריין אין איינע פון די 9.

כדי צו קענען די כללים פון גראמאטיק איז וויכטיג בעפאר צו קענען די קאטאגאריעס פון ווערטער, כדי אז ווען מען האט סיי וועלכע שאלה אויף א זאץ אדער ווארט, זאל מען גלייך קענען אידענטיפיצירן וועלכע קאטאגאריע ווארט שאפט די שאלה, און וואס די כללים זענען אויף דעם קאטאגאריע.

דעריבער איז גאר וויכטיג פאר יעדער וואס וויל פארשטיין די כללים, און נישט מיינען אז מיר רעדן צו אים ספאניש ביים באצייכענען ווערטער קאטאגאריעס, זאל גאר גרונטליך דורכגיין די קאטאגאריעס און זיך גוט באקענען דערמיט.

די קאטאגאריע-נעמען זענען מן הסתם ניי און פרעמד פאר איינער וואס קען עס נאכנישט, איינמאל אבער די קאטאגאריעס זיצן גוט אינעם מוח, ווערט פשוט א פארגעניגן צו לערנען די איבריגע כללים פון שרייבן, און מען הייבט אן שפירן דערין א געוואלדיגע טעם.

די 9 קאטאגאריעס זענען נישט הלכה למשה מסיני, עס זענען דא וואס מאכן עס מער אדער ווייניגער, עס איז אבער אייביג ראטזאם זיך צו האלטן צו איין פארמולע. ווי אויך זענען די קאטאגאריעס אנדערש פון שפראך צו שפראך; ביי לשון הקודש, לדוגמא, טראגט עס כמעט אן אנדער פנים.

ווי דערמאנט זענען די נעמען פון די 9 קאטאגאריעס ביי פילע היפש פרעמד, מיר וועלן זיי דעריבער רופן מיט די ענגלישע נעמען, וואס זענען פיל מער אין באנוץ ווי די יידישיסטישע פאבריצירטע נעמען. מיר וועלן אבער דאך צוצייכענען דעם אידישן ווארט דערפאר, והבוחר יבחר.

ווי אויך וועלן מיר צוצייכענען דעם בערך׳דיגן לשון הקודש ווארט פונעם קאטאגאריע. מיר זאגן ׳בערך׳, ווייל ווי דערמאנט טראגן די קאטאגאריעס אין לשה״ק א גאנץ אנדערן פנים.

לאמיר גיין צו די 9 קאטאגאריעס:
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Noun

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Noun
Screen Shot 2023-12-15 at 11.37.14 AM.png
Screen Shot 2023-12-15 at 11.37.14 AM.png (46.9 KiB) געזען 8860 מאל

די ווארט Noun קומט אריגינעל פונעם לאטיינישן ווארט ״נאמען״.

אין דעם גייט אריין יעדעס ווארט וואס איז א ״זאך״. סיי לשון רבים Plural און סיי לשון יחיד Singular.
זייטיגע נאטיץ
סימן:אויב מען קען צולייגן (ביים לשון יחיד) בעפאר דעם ווארט די באקאנטע ״אַ״ אדער ״דער, די, דאס״ (וואס ווי מיר וועלן שפעטער זען, ווערן אזאלכע סארט ווערטער אנגערופן ״ארטיקל״) , איז עס א כשר׳ע Noun... למשל: ״א מענטש״. (אויף די ווארט ״נעכטן״ קען מען נישט זאגן: ״א נעכטן״.)
א יוצא מן הכלל פון דעם סימן:א נאמען פון א מענטש אדער שטאט וכדו׳, איז א Noun אבער מען קען נישט צולייגן בעפאר דעם אן ״א״.
אין דעם קאטאגעריע איז אריינגערעכנט סיי הארטע זאכן, וואס מען קען אנרירן און אנטאפן (ווי א טיש, א פאפיר), סיי אבסטראקטע לופטיגע זאכן (ווי א מחשבה, א פחד, א מעגליכקייט, א מידה, א פארברעך).
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

2. Verb

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Verb
Screen Shot 2023-12-16 at 9.56.57 PM.png
Screen Shot 2023-12-16 at 9.56.57 PM.png (98.18 KiB) געזען 8777 מאל
דא ווערט שוין פרייליך, דא רעדט מען שוין עפעס וואס דער ״זאך״ - פון קאטאגאריע 1 - טוט, אדער פאסירן ארום אים.

דאס קען ארויפגיין אויף זאכן וואס ער האט געטון (עבר) , טוט יעצט (הוה) אדער וועט טון (עתיד) .

למשל: לויפט, געלאפן און לויפן, זענען פעולות וואס א ״זאך״ ״טוט״.

נאך משלים: שפאצירט, קוקט, שפירט.
זייטיגע נאטיץ
סימן:יעדע זאך וואס אויפ׳ן הוה קען מען צולייגן צום סוף א ט׳ איז א Verb. עס ט, טרינק ט, שלאפ ט, ליינ ט, האל ט, שטיי ט, סערוויר ט.
און דא קומט צו א קליין פשעטיל: מען מוז דאך כסדר נוצן ווערטער צוצוקומען צום הויפט verb, איבערהויפט אויפ׳ן עבר און דעם עתיד; מען קען נישט זאגן ״שלמה געלאפן״ מען מוז זאגן ״שלמה איז געלאפן״, דער איז איז פארבינדן מיט׳ן געלאפן. דעריבער באקומט דער איז דעם זעלבן דין. ער איז אויך א verb.

און דאס וועט אויך זיין מיט אלע אזאלכע סארט ווערטער וואס קענען קומען בעפאר א ווערב: וועט, געווען, האט, איז, זאל, טוט. אא״וו.


*


כדי גוט איינצו׳חזר׳ן די כללים לאמיר זיך כסדר פארשטעלן ווי מיר קענען בכלל נישט קיין אידיש, און מיר לערנען זיך עס יעצט.

מיט די צוויי קאטאגאריעס פון ביז יעצט, האבן מיר שוין א שטיקל מעשה אין וואס מיר קענען זיך אויסדרוקן

משה (noun) איז (verb) אריינגעלאפן (verb) ... וואלד (noun) ...

מיר זענען נאכנישט פארטיג מיט אונזער מעשה, אבער כאטש האבן מיר גענוצט אלע 2 קאטאגאריעס וואס מיר האבן געלערנט ביז דא.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

3. Adjective

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Adjective
Screen Shot 2023-12-17 at 4.11.58 PM.png
Screen Shot 2023-12-17 at 4.11.58 PM.png (111.41 KiB) געזען 8713 מאל

מיר ווייסן שוין אז זאכן קענען טון עפעס, אבער לאמיר ״שילדערן״ דעם זאך וואס טוט עפעס. מיר מוזן דאך הערן מער אינפארמאציע אויף דעם זאך אליינס, נאכדעם וואס מיר ווייסן שוין וואס ער טוט.

ער ״איז״ רויט, עס איז זאלציג, עס איז (/געווען) הייס, ער איז געשמאק, זי איז פלינק.
זייטיגע נאטיץ
סימן:יעדע ווארט וואס קומט פארענטפערן די פראגעס: וועלכע סארט? וויפיל? וועמענס? איז אן עדזשעקטיוו.

נאך א שטיקל סימן:אויב קען קען צולייגן דעם ווארט ״איז״ בעפאר מען זאגט דעם הוה איז א Adjective. (דוקא אויפ׳ן הוה, אויפ׳ן עבר קען מען צולייגן ״איז״ אויך אויף verbs, ער איז געלאפן. מען קען אבער נישט זאגן ער איז לויפן אויפ׳ן הוה, ממילא איז לויפן נישט קיין Adjective)

עס איז ניי, ער איז רויט, עס איז לאנג, עס איז ליידיג.

פארשטייט זיך אז דער סימן איז נישט הילפבאר פאר אלע סארט עדזשעקטיווס, בלויז פאר פשוט׳ע דוגמאות וואס שילדערט דעם אויסקוק פונעם נאַון.
אן עדזשעקטיוו שילדערט א נאַון. עס איז נישט וואס א זאך טוט, ער איז עפעס וואס א זאך איז.


ווען דער עדזשעקטיוו קומט נאכ׳ן נאון

עס איז כדאי דא צוצוצייכענען אן אינטערעסאנטער פרט:

קוקט איבער די דוגמאות וואס מיר האבן געברענגט אויבן, און באטראכט אז געווענליך וועט אן עדזשעקטיוו קומען בעפאר דעם נאַון: ״דער רויטער בוים״, ״געוויסע קינדער״, ״מיין אויטא״.

א יוצא מן הכלל וועט זיין ווען מען שרייבט עס נעבן א ווערב, אדער נעבן צוגעקומענע ווערב ווערטער. (געדענקט איר וואס דאס מיינט? דערמאנט אייך אז אין קאטאגאריע 2, ביי ווערב, האבן מיר געגעבן דעם לעצטן דוגמא פון ווערבס, ״ווערטער צוצוקומען צום ווערב״ דאס זענען אויך ווערבס, אבער עס העלפט צוצוקומען צום ווערב: קען, וועט, וואלט, זאל, האט, איז, ועוד.) דאן וועט דער עדזשעקטיוו - וואס שילדערט - קומען נאכ׳ן נאון. אזא מושג הייסט אין ענגליש Predicate Adjectives.

למשל: איז רויט, זעט אויס געשמאק, שפירט קאלט, הערט זיך הויעך.



צוגעקומענע אותיות טוישן דעם קאטאגאריע


עס איז פארהאן א שטארקער יסוד וואס איז אמת ביי אלע קאטאגאריעס, אבער דא וועלן מיר זיך צום ערשטן מאל באקענען דערמיט:

פיל מאל ווען מען לייגט צו אן אות אדער צוויי צום אריגינעלן ווארט (suffix אין ענגליש), כאפט דאס ווארט א נסיעה, עס פליט אוועק צו א צווייטן קאטאגאריע.

עס זענען פארהאן ווערטער וואס זענען בעצם ווערבס, עס באצייכנט א פעולה, אבער אז מען וועט צולייגן אפאר אותיות וועט עס ווערט אן עדזשעקטיוו.

לאמיר פראבירן:
״ער לויפט״. ״לויפט״ איז א ווערב. מיר וועלן צולייגן די אותיות ״דיגע״און עס וועט ווערן א עדזשעקטיוו, וואס שילדערט עפעס: די לויפעדיגע וואסער.

״דער זון שיינט״ איז א ווערב, ״דער שיינענדיגער״ זון איז א עדזשעקטיוו.

עס איז שייך ביי דעם לשון עבר און לשון הוה:
עפנט - געעפנטע (לשון עבר). דרייען - דרייעדיגע (לשון הוה). וואשן - געוואשענע (לשון עבר). ציטערט - ציטערטיגע (לשון הוה).

המשך העדזשעקטיווס יבוא
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

אזא באגריף, פון ווערטער וואס טוישן זייער באדייט פון קאטאגאריע צו קאטאגאריע, הייסט אין ענגליש Inflection (אינפלעקציע) , אין אידיש: בייגונג, אין לשה״ק: נטיה (אדער הטיה) . דאס ווארט בייגט זיך פון דא צו דארט.

לאמיר געבן אפאר משלים פון די 3 קאטאגאריעס וואס מיר האבן געהאט ביז יעצט:

פון א ווערב צו א נאון:ער וועט שאפן >> דאס שאפונג

פון אן עדזשעקטיוו צו א נאון:ער איז פרייליך >> פרייליכקייט

פון אן עדזשעקטיוו צו א ווערב:שטארק >> פארשטערקערן

פון א נאון צו אן ווערב:וואסער >> באוואסערן

פון א נאון צו א ווערב:אדרעס >> אדרעסירן

דא קומט אבער א חידוש עצום: דאס אויבנדערמאנטע קען פאסירן אויך ווען מען טוישט ׳נישט׳ דער אויסלייג פונעם ווארט, מען לייגט ׳נישט׳ צו קיין פרישע אותיות.

מען טוט גארנישט מיט׳ן ווארט, און עס טוישט זיך דער באדייט! וויאזוי קען זיין אזא זאך?

תירוץ:ווענד זיך וואו דער חמור שטייט איין.

יא, אסאך מאל קען די זעלבע ווארט אריינפאלן אין אפאר קאטאגאריעס, ווענד זיך צו מאכן זאגט עס אלס א נאון, צו אלס א ווערב, אא״וו.

לאמיר זען:

פון א ווערב צו א נאון:

ווילסט לויפן? >> דאס לויפן איז א גוטע זאך!
נעם צו טרינקען! >> טרונקען מאכט מען זאל נישט זיין דארשטיג!

פון א נאון צו א ווערב:
מען דארף הערן דעם רוף >> רוף אן מיין ברודער.
כאפסט מיין זארג >> זארג דיך נישט.

במשך די קומענדיגע קאטאגאריעס וועלן מיר זיך מער באגעגענען מיט ווערטער וואס וועלן ערשיינען אין צוויי, צו אין מער, קאטאגאריעס. מען דארף געדענקען די קאטאגאריעס גייען נישט ארויף אויף ווערטער ווי א חוק בלי טעם, נאר אויף ווערטער וואס מען נוצט אין זאצן, דעריבער וועט זיך שטארק ווענדן ווען און וויאזוי מען זאגט דאס ווארט.

*
דאס אלעס האבן מיר אריינגעמישט דא בדרך אגב, לאמיר צוריקגיין צו די קאטגאריעס.

*

נו, קענען מיר ווייטער ממשיך זיין מיט די מעשה?
משה (noun) איז (verb) ווילד (adjective) אריינגעלאפן (verb) ... וואלד (noun)...
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

4. Adverb

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Adverb
Screen Shot 2023-12-20 at 5.58.58 PM.png
Screen Shot 2023-12-20 at 5.58.58 PM.png (97.42 KiB) געזען 8446 מאל

גענוי ווי א עדזשעקטיוו וועט שילדערן א נאון, וועט די יעצטיגע קאטאגאריע שילדערן עפעס וואס דער זאך טוט , נעמליך דעם ווערב. (ועל שם זה הייסט עס AdVerb, עס איז אזויווי אן ADjective, אבער געאייגנט פאר׳ן VERB, אנשטאט פאר׳ן noun.)

פונקט ווי ווען מען שילדערט א זאך זאגט מען צו עס איז רויט, לאנג אדער ליידיג, אזוי אויך ווען מען שילדערט א פעולה דארף מען קענען זאגן צו מען טוט עס: שנעל, נעכטן, אפט, זיכער, דארט, איינמאל, רואיג, שטיל, כמעט.

יעדעס ווארט וואס קען שילדערן דעם: אופן, פלאץ, צייט, שנעלקייט, שטארקייט, דרגה, שיכט אא״וו, גייט אריין אין דעם קאטאגאריע.
זייטיגע נאטיץ
סימן:א ווארט וואס קומט פארענטפערן די פראגעס: וויאזוי? ווען? וואו? וועלכע מדריגה? איז אן עדווערב.
עס דארף באטאנט ווערן אז פילע עדזשעקטיווס קענען דינען אויך אלס א עדווערב, ווענד זיך וואס עס שילדערט, די זאך אדער די פעולה. למשל: אינעווייניג. ווען דער מענטש איז אינעווייניג איז עס א עדזשעקטיוו, און ווען דער מענטש קוקט אריין אינעווייניג איז עס א עדווערב. נאך משלים: שנעל, שפעט, טיף.

בעת אנדערע ווערטער זענען ספעציעל דעזיגנירט פאר עדווערבס, צו שילדערן בלויז פעולות: דוקא, בקרוב, דא, איבעראל.


ווערטער וואס שילדערן די שילדערער:

ֿ
גלייך ווען מען האט געענדיגט מיט קאטאגאריע 4, זענען ביידע ״שילדערערס״, דער עדזשעקטיוו און דער אדווערב, ארויס מיט א ויצעקו: ווער וועט אונז שילדערן!? מיר זענען עוסק א גאנצן טאג צו שילדערן אנדערע, ווען וועט מען טראכטן פון אונז?

און דאן איז באשלאסן געווארן:
אן עדווערב וועט אויך הייסן א ווארט וועלכער שילדערט זיך אליינס, אדער שילדערט זיין ברודער דער עדזשעקטיוו.


ווען מען זאגט אויף עפעס עס איז שטארק רויט, האט מען גענוצט א ווארט וואס שילדערט דעם שילדערער. רויט איז אן עדזשעקטיוו, און שטארק שילדערט אים. דעריבער איז עס אויך אן עדווערב.

ווען מען זאגט: ער איז זייער שנעל געלאפן, האט מען געשילדערט אן עדווערב. שנעל איז א עדווערב וואס שילדערט דעם פעולה פון געלאפן , און זייער שילדערט דעם עדווערב.
בקיצור: ווערטער וועלכע לייגן צו זאלץ און פעפער צו א שילדערונג, זיי שילדערן דעם שילדערער, באקומען אויך דעם טיטול עדווערב: צו, זייער, עכט, אייביג, צו, ועוד.

די כלל פון בייגונגען גייט דא אויך אן: אסאך פון די סארט ווערטער קענען גענוצט ווערן, אזויווי עס שטייט און גייט, אויף אלע 3 צוועקן פון אן עדווערב.

למשל די ווארט זייער:
Screen Shot 2023-12-20 at 6.05.26 PM.png
Screen Shot 2023-12-20 at 6.05.26 PM.png (77.96 KiB) געזען 8446 מאל

*

קענען מיר שוין נאך א קאטאגאריע, לאמיר ווייטער ממשיך זיין מיט די מעשה

משה (noun) איז (verb) אייביג (adverb) זייער (adverb) ווילד (adjective), ... איז (verb) פריער (adverb) נערוועזערהייט (adverb) אריינגעלאפן (verb)... וואלד (noun)...
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

ביז אהער האבן מיר גערעדט פון די הויפט ווערטער, וואס קליינע קינדער לערנען זיך געווענליך אויס צום ערשט. אצינד לאמיר גיין צו די פארשידענע קליינע ווערטער וואס שטאָפן אָן זאצן, און מאכן אז דאס רעדן זאל זיין בשלימות, פליסיג און געשמאק. אין ענגליש טראגן די קומענדיגע 5 קאטאגאריעס דעם נאמען Function Words, פונקציע ווערטער, קעגן די פריערדיגע קאטאגאריעס וועלכע ווערן גערופן Open Class Words.

אנדערש ווי די ביז יעצטיגע קאטאגאריעס וועלכע זענען פריינדליך צו נייע מעמבערס, זיי באקומען אייביג נייע ווערטער מיט יעדע נייע פראדוקט אדער סערוויס וואס קומט ארויס לאור עולם, זענען אבער פונקציע ווערטער זייער נישט פריינדליך... נייע ווערטער האבן כמעט נישט קיין פלאץ אין זייער קהילה.

ווי אויך וועלן פונקציע ווערטער קיינמאל טראגן קיין באדייט אויב מען באהעפט זיי נישט צו קיין אנדערער ווארט.

כאטש ביי די פריערדיגע קאטאגאריעס זענען אויך ארייגנעקומען צומאל קליינע ווערטער (ווי ביי ווערב, זענען געווען אזאלכע ווערטער ווי זאל, האט, איז, אא״וו) , איז עס נאר געווען בדרך אגב, אבער פון יעצט און ווייטער וועלן מיר האבן ווערטער וואס זייער הויפט ציל איז צו אויפלעבן שמועסן און זאצן, אז עס זאל נישט אויסזען ווי איינער פון א פרעמדע מדינה וואס באלאנגט נישט צווישן אנשי שלומינו...
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

5. Pronoun

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Pronoun
Screen Shot 2023-12-24 at 1.50.09 PM.png
Screen Shot 2023-12-24 at 1.50.09 PM.png (107.71 KiB) געזען 8351 מאל

פראנאונס זענען א גאר שטארקע חלק פונעם רעדן, עס איז שווער צו כאפן וויאזוי מיר וואלטן גערעדט אן דעם.

לאמיר עס דאסמאל דעמאנסטרירן מיט א מעשה׳לע, ווי שרעקליך שווער עס וואלט געווען צו רעדן אן זיי. די ווערטער אינעם [] זענען איבריגע ווערטער, און אינעם () זענען וויאזוי מען זאגט עס געהעריג מיט די פראנאונס:

יענקל און אשר האבן באשלאסן צו כאפן א געשמאקע שפאציר אינעם שטעטל, [יענקל און אשר] (זיי) האבן זיך באקענט מיט די היימישע גאסן, און אשר האט אנגעוויזן אויף א אנטיק געשעפט [וואס די אנטיק געשעפט] (וועלכער) האט געכאפט [אשר׳ס] (זיין) אויג. יענקל, וועלכער האט גראדע געגליכן היסטאריע, האט פארגעשלאגן [אז יענקל און אשר] (זיי) זאלן באזוכן דאס געשעפט. ווען [יענקל און אשר] (זיי) זענען אריין דארט האבן [ יענקל און אשר] (זיי) געפונען זעלטענע אריכאלאגישע כלים, און יענקל האט גלייך געוואוסט צו דערציילן פון וואו [די ארכיאלאגישע כלים] (זיי) שטאמען.
[יענקל און אשר] (זיי) האבן פארגעזעצט [יענקל און אשר׳ס] (זייער) שפאציר, און [יענקל און אשר] (זיי) האבן געפונען א כשר׳ע קאווע געשעפט מיט אסאך אויסוואלן. ווען דער סערווירער האט זיי געפרעגט [צו זיי דארפן עספרעסאו, אמעריקאנאו, לאטע, קאפעטשינאו, מאקע, קאלט-געבראטן, אייזיגע קאווע, מאטשא-לאטעי, הייסע טשאקלאדע, הערבעל טיי, איירישע קאווע, ועוד ועוד, אא״וו] (וועלכע זיי דארפן), האט אשר באשטעלט א געשמאקע ווענילע-קאווע, בשעת יענקל האט דוקא פארלאנגט א שווארצע קאווע. [יענקל און אשר] (זיי) האבן זיך אראפגעזעצט ביי א טישל, און זיצנדיג דארט, האט אשר געקלערט אז עס איז דאך דא א ענין פון שיריים, ״דארפסט אביסל פון [אשר׳ס] (מיין) ווענילע קאווע?, האט אשר געפרעגט, ״נע״ האט יענקל געענטפערט, [יענקל איז] (איך בין) אלערגיש צו צוקער און מילך.
עס פעלט נישט אויס מער הסבר ווי דאס.

די אפטייטש פונעם ווארט ״פראנאון״ איז: ״פאַר א נאון״, כלומר: במקום א נאון. (עס איז נישט זיכער פארוואס אין אידיש רופט מען עס פראנאם, וואס קומט פון פראנצויזיש ווי א נאון הייסט א ״נאם״.)

רוב מאל איז די ארבעט פון א פראנאון פשוט: עס נעמט אוועק דעם נאון און זעצט זיך דארט אריין אנשטאט, כדי מען זאל נישט מוזן איבערזאגן יעדעס מאל דעם נאון.

אין אנדערע פעלער איז עס געאייגנט צו מאכן א שארט-קאט, צו פארקירצערן דאס רעדן, ווי איר קענט זיך אינעם אויבנדערמאנטן מעשה׳לע.

דאס מוזן מיר נאכאמאל אריינהאקן: אינעם ליסטע פון דוגמאות קענט איר זעט דאס ווארט ׳געוויסע׳. וועט איר דאך אוודאי פרעגן אז דאס ווארט איז דאך שוין אויבן דערמאנט געווארט ביי עדזשעקטיווס?

ווי שוין אויסגעשמועסט אבער, ווענד זיך עס ווי דער חמור שטייט איין. ווענד זיך אויף וואס מען נוצט עס. נוצט מען עס צו מאדיפיצירן דעם נאון איז עס אן עדזשעקטיוו (געוויסע פון די וואלקענעס זענען בלוי) , נוצט מען עס אנשטאט א נאון איז עס א פראנאון (געוויסע גלייכן זויער טייג חלה, אנדערע וועלן ליב האבן רעגולער חלה) . והיינו הך מיט נאך ווערטער וואס איר וועט געפינען ביי אפאר קאטאגאריעס.

*

מיר האבן אריינגעהאקט פריער מיט אן אינטערעסאנטע מעשה׳לע, אבער לאמיר זיך האלטן צו אונזער אריגינעלע מעשה:
משה (noun) איז (verb) אייביג(adverb) זייער (adverb) ווילד (adjective), ער (pronoun) איז (verb) פריער (adverb) נערוועזערהייט (adverb) אריינגעלאפן (verb)... וואלד (noun)...
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 5:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

6. Determiner

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Determiner
Screen Shot 2023-12-25 at 5.23.33 PM.png
Screen Shot 2023-12-25 at 5.23.33 PM.png (102.71 KiB) געזען 8300 מאל
זייטיגע נאטיץ
אינעם פריערדיגן קאטאגאריע האבן מיר אינגאנצן פארשעמט דעם נאון, מיר האבן אים געזוכט אויסצומיידן, און געשאפן ספעציעלע פראנאון-ווערטער אים צו פארשפאָרן. מיר דארפן אים איבערבעטן. איר האלט נישט אזוי?
אצינד וועלן מיר אים געבן א געוואלדיגע זכיה, מיר וועלן אים שאפן ספעציעלע ״קבלת פנים״ ווערטער... ווען ער ווען אריינקומען זאל בעפאר אים קומען אן אנדער ווארט וואס זאל מודיע זיין פאר׳ן עולם הויעך און קלאר צו דער נאון וואס קומט יעצט איז שוין באשטימט און באקאנט, פון וויפיל מען רעדט, אדער וועמענס עס איז.

פילע פון די דוגמאות (אויסגעשלאסן ארטיקלען) קען מען בעצם זאגן אויך אלס אן עדזשעקטיוו, אדער אפילו אלס א פראונאון (וואס זוכט בעצם אוועקצואווישן דעם נאון) , אבער דאן איז עס שוין נאכ׳ן דערמאנען פריער דעם נאון.

דא געבן מיר אים א חידוש, בעפאר מען דערמאנט אים זאגט מען ווער עס קומט.

וועט דער נאון זיין עפעס א באשטימטער זאך וואס מיר ווייסן שוין פון פארדעם (דער, די, דאס, דעם) ? אדער וועט ער זיין א אומבאשטימטער זאך (א) ? וועמענס וועט עס זיין? וויפיל?

די הויפט חידוש פון דעטערמינערס זענען די ארטיקלען, און דעריבער פלעגט מען אמאל אנרופן דעם קאטאגאריע בלויז ״ארטיקל-ווארט״, אבער שפעטער האט מען צוגעלייגט דערצו פילע עדזשעקטיווס און פראנאונס אויב זיי ווערן באנוצט צו מקבל פנים זיין דעם נאון.

אין הייליגע ספרים איז גאר באקאנט די ״ה״א הידיעה״, וואס גייט ארויף בלויז אויף באשטימטע ארטיקלען, בעת אנדערע דעטערמינערס פאלן אונטער אנדערע קאטאגאריעס.
משה (noun) איז (verb) אייביג(adverb) זייער (adverb) ווילד (adjective), ער (pronoun) איז (verb) פריער (adverb) נערוועזערהייט (adverb) אריינגעלאפן (verb)... דעם (determiner) וואלד (noun)...
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 5:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

7. Preposition

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Preposition
Screen Shot 2023-12-26 at 3.34.17 PM.png
Screen Shot 2023-12-26 at 3.34.17 PM.png (112.75 KiB) געזען 8253 מאל
זייטיגע נאטיץ
נו אז אין אמאליגן אידיש פלעגט מען עס רופן פארהעלטניס-ווארט וואס קען מען טון?

אגב ווערן מיר געוואויר דעם באדייט פונעם באקאנטן ווארט ״פארהעלטניסמעסיג״. די דייטשע אמאליג-אידיש ווארט פארהעלטניסמיינט אין ענגליש ״רעלעישאן״, און פארהעלטניס״מעסיג״ מיינט רעלאטיוו, רעלעשאן מעסיג. ווען מען וויל זאגן ״גאנץ כמעשה״ כלומר: עס איז נישט ממש צום מאקסימום אין ״רילעישאן״ צו אנדערע, אבער לפי ערך. גאנץ גוט. פראפארציאנאל.
אויב האבן מיר נאכנישט געגעבן פאר׳ן נאון ביז יעצט גענוג אויפמערקזאמקייט, וועלן מיר דאסמאל אים נאכאמאל אינזין האבן.

א פרעפאזישען ערקלערט דעם באצוג פון א נאון (אדער פראנאון).

ווען א מענטש שטייט אויף א לייטער, וואספארא פארבינדונג האט ער מיט׳ן לייטער? ער איז אויף דער לייטער. דאס ווארט אויף קומט מסביר זיין די שייכות (נישט ממש די שייכות, עס באלאנגט נישט צו אים, נאר די פארהעלנטיס) פון דער מענטש צו דעם לייטער.
זייטיגע נאטיץ
א פרעפאזיציע איז ווי א מלמד וואס שטעלט צו פאזיציעס פאר ניי-געקומענע קינדער.

עס זענען פארהאן עלנדע שם-דבר ווערטער וועלכע קענען זיך נישט קיין עצה געבן, זיי זוכן איינעם וואס זאל זיי צואווייזן וואו איינצושטיין, זיי זאלן גיין אויף אדער אין ? ביז אדער פון ?, און דער מכניס אורח, דער פרעפאזיציע ווייזט זיי צו וואו צו גיין.

נו, דאס מיינט דאך עס. פרע-פאזיציע. פרע מיינט בעפאר, א פרעפאזיציע קומט בעפאר דעם נאון, כדי אים צו געבן א (מכובד׳דיגע) פאזיציע.

יעדעס מאל ווען מען וויל ערלקערן וויאזוי א נאון האט שייכות אהער, צו די איבריגע חלקים פון אונזער מעשה, וועט קומען א פרעפאזיציע און עס ערקלערן. אין אנדערע ווערטער: עס איז ווי א מראה מקום.

דאס נעמט אריין: אין, אויף, פון, ביז, צו, ביי, אום, אָן, נעבן, זייט, דורכאויס, אזויווי, לויט.
סימן:נאך רוב פרעפאזישען ווערטער וועט מען געווענליך קענען צולייגן א נאון אדער פראנאון (צומאל וועט דער נאון קומען מיט נאך א ווארט, ווי אן ארטיקל).
פראבירט עס אויס מיט אלע אויבנדערמאנטע דוגמאות.
מיר וועלן שוין מרמז זיין, אז א פרעפאזיציע שפילט זייער א שיינע ראלע אין די דער-די-דאס-דעם כללים. אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן.


ווילט איר הערן אן אינטערעסאנטע מעשה שהיה?
משה (noun) איז (verb) אייביג(adverb) זייער (adverb) ווילד (adjective), ער (pronoun) איז (verb) פריער (adverb) נערוועזערהייט (adverb) אריינגעלאפן (verb) אין (preposition) דעם (determiner) וואלד (noun)...
=

נאך 2 כללים צו גיין, און נאכדעם וועלן מיר זיך ריקן צום קומענדיגן שלב.
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 11:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

8. Conjunction

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Conjunction
Screen Shot 2023-12-27 at 5.02.10 PM.png
Screen Shot 2023-12-27 at 5.02.10 PM.png (96.45 KiB) געזען 7667 מאל
זייטיגע נאטיץ
שטעלט אייך פאר מען האט אויפגעבויעט א גאנצע לאנד, שטעט און דערפער, אבער איין זאך פעלט: שאסייען און בריקן צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן. ממש א שאד, אלעס איז גרייט, אבער דאס גאנצע לאנד איז פאראלאזירט.
דא האבן מיר אויפגעבויעט אלע קאטאגאריעס ווערטער, אבער דער ערשטער זאץ בלייבט אויף זיין פלאץ, און האט נישט קיין שייכות מיט׳ן צווייטן.

א קאנזשאנשקאן איז געמאכט פליסיג אריבערצופארן פון איין זאץ צום צווייטן.

פיל מאל וועט א קאנזשאנשקאן זיין אין די געגנווארט פון א קאמע, אבער ס׳נישט קיין כלל.

לאמיר ווייזן דוגמאות לויט די אויבנדערמאנטע ליסטע פון דוגמאות:

פארבינד צוויי פון די זעלבע סארט זאצן:
  • ער האט ליב צו שרייבן אוןזינגען אין פרייע צייט.
    איך האב געוואלט גיין צו די שמחה, אבעראיך האב נישט קיין צייט.
    איך האב נישט גוט געשפירט, ממילאבין איך געבליבן אינדערהיים.
פארבינד אן עיקר זאץ מיט א טפל זאץ:
  • איך בין געגאנגען לערנען, כאטשדער יצר הרע האט מיך צוגעשטיפט צו עפעס אנדערש.
    זיי לערנען שוין יארן, זייטזיי האבן חתונה געהאט.
צוויי זייטן:
  • ביידע, סייאיך סיימיין ברודער, גלייכן זאלציגע עסן.
2 זאצן וואס מען קען זאגן יעדע באזונדער:
  • איך האב שווער גע׳חזר׳ט; אבער, איך האב שוואך געקענט ביים פארהער.
    ער פליט אייביג שנעל; פארט, קוק ווען ער קומט אן.
    דער טעלפאן קלינגט; ממילא, הער יעצט אויף שמועסן.
*

איר גלייכט דאך צו הערן מעשיות...
משה (noun) איז (verb) אייביג(adverb) זייער (adverb) ווילד (adjective), אבער ( conjunction) פריער (adverb) איז (verb) ער (pronoun) נערוועזערהייט (adverb) אריינגעלאפן (verb) אין (preposition) דעם (determiner) וואלד (noun).
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 5:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

פארראכטן
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

9. Interjection

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

Interjection
Screen Shot 2023-12-28 at 12.36.00 PM.png
Screen Shot 2023-12-28 at 12.36.00 PM.png (107.32 KiB) געזען 5105 מאל
זייטיגע נאטיץ
אלס אידן ווייסן מיר אז קאמפאט קומט נישט אריין אין די סעודה, עס איז א קינוח סעודה, מען מאכט דערפאר א באזונדערע ברכה, פארט איז דער קאמפאט דער וואס לייגט צו דעם געשמאק צום גאנצן סעודה.
ווען איינער וועט רעדן מיט אלע כללים וועט נאך פארט פעלן דאס געפיל, עס וועט אויסזען ווי א ראבאט רעדט, דאס איז די ארבעט פון אינטערדזשעקשאנס, אויסרופונגס ווערטער.

דאס ווארט אינטער-דזשעקשאן איז צוזאמענגעשטעל פון ׳אינטער׳ וואס מיינט ״צווישן״ (אזויווי די פילע ענגלישע ווערטער וואס נוצן דעם ׳אינטער׳, אינטערנאציאנאל, אינטערנעט) , ׳דזשעקשאן׳ מיינט ווארפן. Ject (אין ענגליש ווערט פיל מאל ׳דזשעקט׳ גענוצט אויף ווארפן, Project, Inject, Reject)

אין איין ווארט: צווישנ-ווארפן.

רוב מאל וועט אן אינטערדזשעקשאן קומען מיט א פינטל פארדעם און נאכדעם, און וועט נישט האבן קיין שייכות מיט די זאצן פארדעם און נאכדעם. וועגן דעם הייסט עס ווי אריינגעווארפן אינדערצווישן.

אינטערדזשעקשאנס זענען אזוי וויכטיג ביים רעדן, אז צומאל וועט איינער גיבט א א גאנצע הסבר ווארט ער סך הכל צו הערן איין אינטערדזשעקשאן פונעם צוהערער. ווען יענער געבט דאס נישט וועט ער נאך ברוגז זיין אז יענער איגנארירט אים; דער כוח פון שווייגן זעט מען פון אינטערדזשעקשאנס. (וועלכע אינטערדזשעקשאן וואלט איר יעצט געזאגט? אינטערעסאנט.)
משה (noun) איז (verb) אייביג(adverb) זייער (adverb) ווילד (adjective), אבער (conjunction) פריער (adverb) איז (verb) ער (pronoun) נערוועזערהייט (adverb) אריינגעלאפן (verb) אין (preposition) דעם (determiner) וואלד (noun). אוי טאטע! (interjection)





===
מיר האבן דערמיט געענדיגט אלע 9 קאטאגאריעס פון ווערטער.

עס פארלאנגט אסאך פראקטיצירונג צו פארשטיין די חילוקים צווישן די 9 קאטאגאריעס, וואס זענען ממש די הקדמה צו פארשטיין די כללים אין יעדער שפראך. דאס בעסטע איז ווען מען קען דורכגיין א מעשה און צוצייכענען אויף יעדעס ווארט וואס עס איז. זיך אליינס פארהערן.

צו איבערלאזן א גוטער קינוח סעודה וועלן מיר געבן א קורצע אבער טיפע חידה:

וועלכע ווארט קען אריינפאסן אין אלע 9 קאטאגאריעס?
איר קענט ענטפערן אין די הערות אשכול.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

גראמאטישע פאלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

שטעלט אייך פאר א מציאות, אז בעפאר מען דערציילט א מעשה קומען אלע נאַונס צו לויפן, צעמישטערהייט, און איר דארפט געבן פאר יעדעם א ראלע, וואס וועט ער זיין אין די מעשה?

ממש ווי א שפיל מיט אקטיארס.

וועט איר גלייך זאגן אז דער קאטאגאריע ״פרעפאזיציע״ טוט דאס, ניין? ניין. א פרעפאזיציע לייגט נאר צו אביסל קלארקייט וואו דער נאון זאל גיין, אויף צו אונטן, נעבן צו ווייט, מיט צו אן. אבער זאגט נישט וואספארא ראלע דער נאון נעמט.

לאמיר אליין קלערן וואספארא ראלע נאוןס קענען אלס האבן אינעם שפיל, מיט׳ן פארציילן א מעשה:
דער באקאנטער פלאנצערמיט׳ן נאמען נתןהאט זיך באנוצט מיט א שאוועלאיינצופלאנצן זיין קינד׳ס קערנדלעךאינעם הערליכן גארטן, פאר די טובה פונעם ציבור.
אלע נאונס זענען דא אונטערגעשטראכן.

יעצט קומען זיי צו לויפן, און איר וועט געבן פאר יעדעם א ראלע אין די מעשה.
  • פלאנצער
    נתן
    שאוועל
    קינד׳ס
    קערנדלעך
    גארטן
    ציבור

גוט, לאמיר פראבירן, מיר וועלן אריינגרינגלען דעם פראפעסיאנאלן טערמין וויאזוי מען באצייכנט עס:

פלאנצער וועט זיין דער פאך נאמען(אגענט)
נתן וועט זיין דער הויפט אקטיאר וואס טוטדי פעולה (סאביעקט)
שאוועל וועט זיין דער אינסטרומענט וואס טוטדער פעולה (אינסטרומענט)
קינד׳ס וועט זיין דער בעל הביתפונעם הויפט אביעקט. (בעלות)
קערדנלעך וועט זיין דער הויפט אביעקט מיט וואסמען טוט די פעולה. (דירעקטער אביעקט)
גארטן וועט זיין די לאקאציע וואו מען טוט עס. (לאקאציע)
ציבור וועט זיין וואס באקומטדי פעולה. (אומדירעקטער אביעקט)

אזוי זענען דא אן א שיעור ראלעס וואס נאוןס קענען האבן אין א מעשה.


=

וואו איז דאס נוגע?

רוב ראלעס זענען נישט נוגע צו וויסן, מען קען זיי אליינס פארשטיין דורכ׳ן הערן די מעשה.

עס איז אבער קודם וויכטיג צו פארשטיין בכלל דעם קאנצעפט אז ראלעס זענען א מציאות פאר נאוןס, יעדער נאון האט א ראלע אין א מעשה. בלויז נאונס. אן עדזשעקטיוו האט נישט קיין ראלע, אא״וו.

עס זענען אבער פארהאן פעלער ווען געוויסע ראלעס וועלן זיין גאר שטארק נוגע אינעם שרייבן. האט דער נאון אזא ראלע שרייבט מען אזוי, האט עס אזא ראלע שרייבט מען אזוי...


כדי עס צו קריסטאלאזירן, אז מען רעדט דא פון ראלעס וועלכע זענען נוגע להלכה ולמעשה, האט מען א נאמען געגעבן פאר אזאלכע ראלעס מיט פראפעסיאנאלע טערמינען.

דא קומען מיר צו צום ענין פון ״גראמאטישע פאל״ Grammatical case.
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

דער אפטייטש פון "גראמאטישער פאל", איז 2 זאכן:

1) אידענטפיצירן דעם ראלע פונעם נאון.

2) אים געבן א נייע וועג פון שרייבן, ווייל ער האט דעם ראלע.

פארוואס פעלט עס אויס?

כדי מען זאל קענען גלייך פארשטיין, פון די דקדוק וויאזוי מען שרייבט, וואס איז דא פארגעגאנגען אין די מעשה.

אין ענגליש איז כמעט פארשוואונדען געווארן דעם באגריף פון Grammatical Cases, אזוי אויך להבדיל אלף אלפי הבדלות אין לשון הקודש קען מען דן זיין וויפיל עס איז דא. געווענליך איז אלעס געוואנדן אינעם סדר הדברים פון די ווערטער.

נאכדעם זענען פארהאן שפראכן וואס האבן גוזמאות פון ראלעס און קעיסעס, למשל אונזער באקאנטע אונגאריש, וואס די זיידעס פלעגן רעדן, האט אזויפיל ווי 16 פארשידענע דקדוק וועגן וויאזוי צו שרייבן, געוואנדן אויף די ראלעס פון די נאונס. נישט אומזיסט זאגט מען אז אונגאריש איז אזוי קאמפליצירט. עס זענען אבער פארהאן שפראכן וואס האבן נאך פיל מער.

דויטש איז א שפראך פון די דייטשן באקאנט מיט זייער ׳דייטשע פונקטליכקייט׳. דקדוק איז ביי זיי געווען א נומער 1.

זיי האבן געוואלט אז ווען איינער זאגט ״די פרוי האט אראפגענומען דעם מאגנעט״ זאל מען אויך קענען זאגן די פאלגענדע וועגן:
  • דעם מאגנעט האט די פרוי אראפגענומען
    אראפגענומען האט די פרוי דעם מאגנעט
    דעם מאגנעט אראפגענומען האט די פרוי
אין ענגליש איז נישט דא אזא באגריף! אין ענגליש ארבעט עס, אז ווער עס שטייט פארדעם דער האט געטון די פעולה, און ווען מען זאגט למשל ״דעם מאגנעט האט די פרוי אראפגענומען״ וועט זיין פשט אז די מאגנעט האט פשוט אראפגענומען דעם פרוי (פון וואו?)... א קאטאסטראפע.

ווייל לויט די כללים פון דויטש, וואס זיי האבן געגעבן א ספעציעלער וועג פון שרייבן פאר די צוויי צוועקן, די פרוי און דער מאגנעט, כאפט מען גלייך וועלכע ראלע די פרוי האט, און וועלכע ראלע דער מאגנעט האט.

*

למעשה, וואס איז היינט פארבליבן, וואס שרייבער רעכענען זיך שטארק מיט דעם, זענען די 3 קעיסעס:

Nominative Case = נאמינאטיוו| דאס איז ווען מען וויל באצייכענען אז דער נאון איז דער הויפט אקטיאר, וואס טוט די פעולה. (אינעם אויבנדערמאנטער משל: נתן)

Accusative Case = אקוזאטיוו| דאס איז ווען מען וויל באצייכענען אז דער נאון דינט ווי עפעס וואס מען נוצט צו טון די פעולה. (אינעם אויבנדערמאנטער משל: קערנדלעך)

Dative Case = דאטיוו| דאס איז ווען מען וויל באצייכענען אז דער נאון דינט ווי מקור צו א מראה מקום, מען צייכנט אן אויף אים, אבער מען טוט נישט עפעס מיט אים. (אינעם אויבנדערמאנטער משל: ציבור)
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

עס איז וויכטיג זיך צו שטעלן אויפ׳ן לעצטן פאל פון דאטיוואון ערקלערן:

רוב נאונס וועלכע זענען דאטיוו, ד.ה. מען צייכנט אן אויף זיי כאילו זיי זענען א מראה מקום, קומען אוטאמטיש מיט א פרעפאזיציע און אן ארטיקל בעפאר דעם עצם ווארט, ווייל א פרעפאזיציע איז בעצם א מראה מקום. א פרעפאזיציע שטייט מיט׳ן פינגער און ווייזט אן אויפ׳ן נאון.

געדענקט איר וואס א פרעפאזיציע איז?

קוקט אויף די אלע ווערטער:
אויף, אין, ביי, אונטער, העכער, צווישן, צוזאמען מיט, נעבן, ווייט, אינעווייניג אין, קעגן, צוזאמען מיט, הינטער, פון די.

און לייגט צו א נאון נאכדעם אן באשטימטער ארטיקל (דעטערמינער) מיט א נאון.

לאמיר פרובירן:

אויףדעם מענטש, איןדעם מענטש, אונטערדעם מענטש, העכערדעם מענטש, צווישןדי מענטשן, צוזאמען מיטדעם מענטש, נעבןדעם מענטש. אא״וו.

יעדעס מאל מען זעט אזא באגריף, פון א פרעפאזיציע און אן ארטיקל בעפאר דעם נאון, מיינט אז דער נאון האט באקומען א ראלע פון דאטיוו, ער איז אן אנגעצייכענטער. מען טוט נישט עפעס מיט אים, ער איז אויך נישט דער הויפט עסקן דא אין דעם מעשה וואס טוט, אבער מען טוט עפעס ארוםאים.


===

די דריי גראמאטישע פאלן, אדער בעסער געזאגט: די 3 ראלעס וואס נאוןס קענען באקומען, זענען איין וויכטיגער יסוד וואס שפילט גאר א שטארקע ראלע אין די וועג וויאזוי מען שרייבט אלע ווערטער ארום דעם נאון.

שפעטער וועלן מיר צוריקקומען און אריינגיין פונקטליך וויאזוי דאס שרייבן ווערט אפעקטירט.

אבער איידער מיר גייען צו דערצו מוזן מיר דערמאנען נאך גאר א וויכטיגע יסוד, אפשר נאך אפילו וויכטיגער ווי דאס אויבנדערמאנטע.

דאס זענען אז יעדער נאַון געהער צו א מין, אדער איז עס א זכר, אדער א נקבה, אדער סתמי.

דאס אז א נאון קען זיין א לשון רבים אדער א לשון יחיד איז פארשטענדליך. מענטש-מענטשן. מיר וועלן דאס דעריבער בכלל נישט אויסשמועסן.

אבער אן עפל אדער א טיש זאל גאר זיין א מין? וויאזוי קען א דומם זיין א זכר אדער א נקיבה? וויאזוי קען מען דאס הערן אדער זען?

מיר פארשטייען אייער וואונדער.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

לשון זכר, נקיבה, וסתמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

דאס איינציגסטע תועלת וואס איז נאך פארהאן היינט צוטאגס מיט דעם סיסטעם פון לשון זכר נקיבה וסתמי איז, אז מען קען זען צו דער שרייבער האט אינוועסטירט דא אביסל היים-ארבעט, אדער סתם נאכגעשריבן עפעס שנעלערהייט. אויב זעט מען אז זיינע ווערטער זענען מדויק און געמאסטן, וויל זיך עס גיכער ליינען.

ווייל וויפיל איר זאלט פרובירן זיך דערגרינטעווען וועלכע ווערטער זענען וואס, וועט איר קיינמאל ארויסקריכן. עס האט נישט מיט די שטארקע אדער שוואכע אקצענט פונעם ווארט, עס האט ניטאמאל מיט דעם שוואכע אדער שטארקע נאטור פונעם זאך אליין, עס האט מיט איין זאך: איינמאל עס איז באשלאסן געווארן אז דער שפראך ארבעט מיט א סיסטעם פון דריי מינים, האט מען צוביסלעך אריינגעלייגט קאטאגאריעס און ווערטער אין יעדע מין.

אסאך ווערטער זענען פשוט אריין אין איין מין ווייל אין די מיטל אלטער האט מען געגלייבט אז די כוחות פון יענע ווארט אדער חפץ ציעט זיך צו איין סארט מין, אנדערע זענען געגאנגען לויט כללים, און ביי אנדערע האט אויסגעבראכן ערנסטע דיפרענצען צווישן פארשידענע דייאלעקטן פון פארשידענע לענדער וואו אידן האבן געוואוינט.

איינמאל דאס איז געווארן, איז שוין די שפראך געגאנגען אזוי, און דאס טאג טעגליכע רעדן האט פארלאנגט אז מען זאל זיך באציען אזוי צו זיי, אזוי האט מען גערעדט און אזוי איז עס געבליבן. ווי מיר וועלן שפעטער זען די כללים פון יעדער מין באזונדער.

אן איבערצייגונג דערצו איז, אז אין די ליטא האט בכלל נישט עקזיסטירט קיין סתמי, נאר זכר ונקיבה, און אין אנדערע שפראכן, ווי ענגליש, עקזיסטירט בכלל נישט קיין מינים. (להבדיל אלף אלפי הבדלות אונזער שפראך לשון הקודש איז דאך ממש כל כולו לשון זכר נקיבה).

אויב איז עס נישט גענוג: א לשון זכר אין איין שפראך קען בעצם זיין א לשון נקיבה אין אן אנדערע שפראך. זאת אומרת, אז אויף קיין פאל קען מען נישט מאכן קיין הנחות פון דער זאך זעלבסט, נאר לויט דאס געבוי פונעם ווארט.

בקיצור, וועלכע ווארט איז א זכר און וועלכע א נקיבה?

קודם זענען דא פשוט׳ע כללים, און נאכדעם זענען דא כללים וואס גייען לויט די פאָר לעצטע אותיות פונעם ווארט.

לאמיר אנהייבן מיט די פשוט׳ע כללים:
Screen Shot 2024-01-03 at 4.08.51 PM.png
Screen Shot 2024-01-03 at 4.08.51 PM.png (181.57 KiB) געזען 4649 מאל
(מיר וועלן שפעטער צוריקומען געבן משלים אויף יעדע שורה לויט די נומערן)
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

עס מוז קלאר באטאנט ווערן, אז כמעט אלע פון די מין-כללים האבן היפש יוצאים מן הכללים, איינס מער און איינס ווייניגער. אין צוגאב, נאך מער צוצולייגן זאלץ אויף די וואונדן, דארף מען זאגן אז אלע כללים צוזאמען דעקט בכלל נישט די גאנצע אידישע שפראך. עס זענען דא פילע ווערטער וואס זענען פשוט אריבער מדור לדור אז זיי זענען איין מין אדער א צווייטע ד.מ. אז מען מוז סייווי צוקומען צו פראקטיצירונג און געוואוינהייט.

אבער אן די כללים לא מצינו ידינו ורגלינו.
*

איידער מיר גייען צו צו די כללים לויט די לעצטע אותיות פונעם ווארט, לאמיר געבן דוגמאות אויף יעדע פון די אויבנדערמאנטע כללים:

1 לעבעדיגע באשעפענישן.
• פּאליציאנט, שפעקולאנט, מוזיקאנט, קאלומניסט, טעראריסט, טוריסט, אפיציר (די אלע סארט ווערטער זעט מען קלאר עס איז א זכר, ווייל אויב איז עס א נקיבה לייגט מען צו א ״קע״ סוף ווארט).
• ברודער, שוואגער, שווער, מאן, איידעם, וחלופיהן בנקיבה.
• האן, קו, און אנדערע בעלי חי וואס זכרים און נקבות האבן באזונדערע נעמען.


2. לשון הקודש ווערטער
זכר: כלל, סכום, חלום, קרבן, פּחדן, למדן, ארון, זיכרון, כעס, פּרצוף, מזיק, פּסק, חיבור
נקיבה: מורא, משא, קנאה, נדבה, טובה, מצבה, הגדה, שלוה, שיטה, קהילה, וועלט‭-‬מלחמה, תלמוד‭-‬תורה
סתמי: שליחות, פּשטות, שייכות, רכילות, צניעות, שותפות, עם‭-‬הארצות, עשירות, בוררות, טיפשות


3. אינטערנאציאנאליזמען
זכר. מערסטנס ווערטער: אָביעקט, סוביעקט, ספארט, פּאספארט, עקספערט, מינימום, מאקסימום, פּראצעס, פּראגרעס, ארטאדאקס, פּאַראַדאָקס, אנטיק, פּלאסטיק, קאלענדאר, דאלאר, גאראזש, קוראזש, אויטאבוס, מאטאר‭

נקיבה. ווען עס ענדיגט זיך מיט: יק, (ט)ור, ענץ, אנץ, יטעט, עם, גראם, טעק, ין, יי, יע :מוזיק, לאגיק, פיזיק • נאטור, ליטעראטור, קולטור, סקולפטור, ארכיטעקטור • קארעספאנדענץ, קאנקורענץ, קאנפערענץ, רעפערענץ • אליאנץ, סובסטאנץ • קוואליטעט, פאָרמאַליטעט, סאלידאריטעט, אויטאריטעט, מאיאריטעט • סיסטעם, פּראבלעם, עקסטרעם, • פּראָגראַם, טעלעגראם • ביבליאטעק • דיסציפלין, מאשין, וואשמאשין• טיי, פּארטיי, ארמיי, פּאליציי

און אוודאי, ווי קען מען פארגעסן פון אלע אינטערנאציאנאלע ווערטער וועלכע ענדיגן זיך מיט יע , און זענען אלע א לשון נקיבה?
דעמאגאגיע, ביאלאָגיע, סאציאלאָגיע, פּסיכאלאָגיע, אידעאלאָגיע, ארכעאלאָגיע, רעליגיע, אלערגיע, מעלאדיע, ענציקלאפעדיע, פאנטאזיע, אילוזיע, טעלעוויזיע, פּאעזיע, דעמאקראטיע, דינאסטיע, אַמנעסטיע, מאָנאַרכיע, אויטאנאמיע, עקאנאמיע, עפידעמיע, צערעמאניע, האַרמאָניע, איראָניע, מיסיע, פּראפעסיע, ארטאדאקסיע, פאטאגראפיע, געאגראפיע, דעלעגאַציע, ציוויליזאַציע, ליציטאַציע, צירקולאַציע, דיסקרימינאַציע, וואַקאַציע, עמיגראַציע, דעמאנסטראַציע, רעוואלוציע, טראַדיציע, פּאזיציע, פּעטיציע, רעאקציע, לעקציע, פּארציע, באטעריע, היסטעריע, גאלעריע


4. ווערב וואס ווערט א נאון
(איך האף איר געדענקט שוין יעצט וואס מיינט א ווערב, א ווערב באצייכט עפעס וואס מ׳טוט אדער פאסירט, און א נאון מיינט א שם דבר. חזר עס גוט, ווייל איך וועל עס נישט יעדעס מאל דערמאנען... א ווערב קען ווערן געזאגט לשם א נאון, צב״ש ווען מען לייגט צו ״די דער דאס״ פארדעם)

זכר. אראפנעמענדיג די ״ן״ צום סוף: אנהייב, אפזאג, שווייג, אויסשניט, ארעסט, שטאך, דורכפאל, אריינקום, ביס, שטויס, שמועס, שלעפ, ווארף, טאנץ, דאנק, וואונק, קוויטש, קנייטש‭ ‬
סתמי. ווען עס ענדיגט זיך מיט א ״ן״ צום סוף: עדות‭-‬זאגן, קומען, זינגען, שפרינגען, טאנצן, לויפן, זיין, איבערנעמען, באטראכטן, גיין, וויסן, אנבייסן


5. עדזשעקטיוו וואס ווערט א נאון

נקיבה. לענג, קעלט, זעט, וואַך, הייך


6. גרעסטער טייל פון לענדער און שטעט
סתמי:ניו יארק, קובא, מאראקא, תל‭-‬אביב, האלאנד, לעטלאנד, גריכנלאנד, רוסלאנד, דייטשלאנד, פראנקרייך, ארץ‭-‬ישראל, רוים, מצרים, שוועדן, פּוילן, תימן, אונגארן, סיביר
נקיבה. ווען עס ענדיגט זיך מיט אן ע: אמעריקע,, בעלגיע, אלערגיע, אינדיע, יוגאסלאוויע, איטאליע, רומעניע

7. פרוכט
באר, פלוים, מאראנץ


8. ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט ״גע״
געוועלב, געזאנג, געדראנג, געיעג, געשלעג, געזיכט, געריכט, געזונט, געשפעט, געשעפט, געשריי, געשפרעך, געשפאן, געוויין, געזעץ, געשאנק

*

אצינד וועלן מיר גיין ווייטער צו די כללים לויט די ענדע פון די ווערטער.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

פארראכטן און צוגעלייגט ביי אינטערנאציאנאליזמען אלע אינטערנאנציאנאלע ווערטער וועלכע ענדיגן זיך מיט ״יע״
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

דא קומען מיר צו צום עיקר ליסטע, וואס צייגט די מינים לויט די אותיות צום סוף ווארט.
אטעטשמענטס
Zuchar1.jpg
Zuchar1.jpg (391.9 KiB) געזען 4641 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

איידער מיר גייען צום שולחן עורך, פון לערנען די שרייבן-כללים באזירט אויף די הקדמות פון ביז יעצט, מוזן מיר נאך צוענדיגן דעם קאפיטל פון ״מין״ מיט דריי נקודות:

1) אותיות און נומערןקענען געזאגט ווערן ביידע וועגן, לשון זכר און לשון נקיבה. שפראכןוואס ענדיגט זיך ״יש״ (ענגליש, רוסיש, ספאניש) קענען געזאגט ווערן לשון זכר און לשון סתמי.

2) אין פאל פון א ספק:ווען נאך אלעם איז נישט קלאר וואס דאס ווארט איז, נעמט מען מצד ספק אן לשון זכר. אזוי אויך ווען מען וויל זיך באציען צו עפעס וואס באלאנגט צו א סתמי דורכ׳ן איר רופן מיט א פראנאון (דאס בוך מיט זיין מחבר), וואס דארט שטייט מען ביי א שיידוועג, אדער זכר אדער נקיבה - וועט עס געווענליך זיין א זכר.

אן אויסנאם וועט זיין ביי לעבעדיגע באשעפענישן, וואו עס קען זיין אז ״דאס קינד״ איז זיכער א מיידל, וכדומה, אדער ווען מען רעדט פון א פלאץ וועט זיך די פראנאון באציען כאילו עס איז א נקיבה (דאס דערפל און אירע איינוואוינער).

3) כלל גדול, קוקט אינעם ווערטערבוך!

אין יעדע אידישע ווערטערבוך ווערן רוב נאוןס אנגעצייכנט וועלכער מין זיי געהערן; אדער שטייט ארויס ״זכר נקיבה סתמי״ אדער ״ז, נ, ס״, אדער ווערן זיי באצייכנט לויט די כללים וואס מיר וועלן באלד קלארער אויסשמועסן, נעמליך מיט די ווערטער ״דער, די, דאס״, דער איז פאר זכר, די איז פאר נקיבה, דאס איז פאר סתמי.

די כללים זענען א יסוד צו פארשטיין דעם נושא, אבער מען מוז סייווי צוקומען צום ווערטערבוך. צום ערשט, ווי דערמאנט, אסאך ווערטער פאלן בכלל נישט אריין אין די אויבנדערמאנטע כללים.

נאכדעם: עס זענען פארהאן כללים מיט אויסנאמען; געוויסע ווערטער האט דער המון עם האט אנגענומען זיי צו רופן מיט אן אנדערער מין, טראץ די כללים.

יעדער שרייבער דארף האבן א ווערטערבוך צו זיין דיספאזיציע, און זיך איינגעוואוינען כסדר צו געבן א בליק אריין בשעת מען קען זיך נישט דערמאנען דער מין פון א ווארט. אין איין ווארט: פראקטיצירן. צוביסלעך הייבט עס פארן אויטמאטיש.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

כללים פון ״דער, די, דאס, דעם״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

בעזה״י הייבן מיר אן די כללים פון שרייבן, באזירט אויף די ביז יעצטיגע יסודות. עס איז אנצונעמען אז איר האט ביז אהער אלעס געלערנט, ווייל מיר וועלן כסדר זיך באנוצן מיט ווערטער וואס זענען ביז יעצט דערמאנט געווארן, און עס וועט נישט מעגליך זיין כסדר נאכאמאל איבערצוגיין די פשט פון די אלע נייע מושגים וואס מיר האבן דא געלערנט.

לאמיר אנהייבן מיט באשטימטע ארטיקלען (וואס פאלן אונטער׳ן 6׳טן קאטאגאריע ״דעטערמינערס״)

אלס אן אנהייב מוז אוועקגעשטעלט ווערן:

דער איז א לשון זכר. סימן: (ד ער) ער .
די איז א לשון נקיבה. און א לשון רבים סימן (ד י) זי זיי .
דאס איז א לשון סתמי. סימן (דא ס) סתם .
זייטיגע נאטיץ
ווי איר קענט זען האבן מיר דא געמאכט א גרינגע סימן לויט די ענדע פון די אותיות, אן אויסשליסליכער סימן וואס מיר האבן דאכט זיך נאך קיינמאל געהערט.
(אז מען וויל דוקא קען מען עס אריינלערנען אין א פשעטיל אז עס גייט לויט די הבהרה, דאס מערסט פארשטענדליך איז דער לשון זכר, די אות רי״ש זאגט זיך דאך ארויס מיט די שטרעקסטע כוח. נו וואסזשע דען זאל עס זיין אויב נישט א זכר? אויף די יוד און סמך וועלן מיר אייך אליין לאזן דמיונ׳ען.)

פון דא און ווייטער ווערט עס שוין עטוואס קאמפליצירט, אבער אויב האט איר געלערנט אויבן וועגן גראמאטישע פאלן (קעיסעס) געדענקט איר זיכער אז א נאון קען דינען, צווישן אנדערע, אלס א דאטיוו אדער אקיוזאטיוו.

ביי דאטיוו און אקיוזאטיוו וועלן זיך אביסל ארומטוישן די כללים.

זעט בייגעלייגט.
Screen Shot 2024-01-07 at 5.16.56 PM.png
Screen Shot 2024-01-07 at 5.16.56 PM.png (157.39 KiB) געזען 2594 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

וועלכער מין איז אן עדזשעקטיוו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

נאכ׳ן קלארשטעלן די הויפט חילוקים צווישן די מינים, איז צייט אריינצוגראבן אביסל טיפער.

דאס ערשטע מאל ווען מען לערנט דעם ענין פון ״דער די דאס״, און מען מיינט אז מען איז שוין קלאר, טרעפט מען זיך מיט די מערסט צעמישענדע פראגע. עס איז א פראגע וואס פילע וועלן עס ניטאמאל קענען פרעגן, ווייל זיי ווייסן נישט פון די 9 קאטאגאריעס פון ווערטער.

אבער שאלת חכם חצי תשובה, איינמאל מען ווייסט וואס צו פרעגן, שטייט מען שוין גוט.

די שאלה איז: פיין, איך ווייס שוין וועגן דעם נאון צו עס איז א זכר אדער נקיבה, אבער וואס טוט זיך ווען איך וויל שילדערן דעם נאון?

לאמיר זאגן מען רעדט פון א געשמאקער מענטש, מענטש איז א לשון זכר, שרייבט מען דער. אבער וויאזוי שרייבט מען? דער געשמאק ן מענטש? דער געשמאק ען מענטש? דער געשמאק ער מענטש? דער געשמאק עם מענטש? דער געשמאק מענטש?

דאס איז די ערשטע און די שווערסטע פראגע. מיר וועלן שפעטער צוקומען צו נאך ווערטער וועלכע קענען זיך ענדיגן פארשידענע וועגן, געוואנדן לויט׳ן מין.

דער ענטפער אויף דעם פראגע וועט זיין גאנץ קאמפליצירט, אבער איינמאל עס ליגט אין די ביינער איז עס אזוי פשוט, אז עס שרייבט זיך אזוי נאטירליך.

שרעקט אייך נישט:
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-01-08 at 6.37.28 PM.png
Screen Shot 2024-01-08 at 6.37.28 PM.png (361.19 KiB) געזען 2398 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

די כללים קענען זיין אויפפאלנד, ווער איז דער קובע פון אזאלכע טבלאות מיט חוקים בלי טעם?

ווען מען קוקט אבער נאך פון וואו די גראמאטישע כללים קומען, זעט מען אז עס איז געגאנגען פארקערט: לינגוויסטן און שפראך קענער האבן זיך צוגעהערט צום שפראך פון המון עם, און זיך וואונדערנדיג פארוואס מען זאגט אמאל אזוי און אמאל אזוי, האבן זיי עס גרונטליך אנאליזירט און ארויס מיט די כללים וואס דער המון עם האט אנגענומען הונטערן באוואוסטזיין שוין הונדערטער יארן.

וויאזוי א שפראך קומט צו צו אזא מצב פון אייגן געמאכטע כללים, איז גענוי אזא מיסטעריע ווי וויאזוי טראפיק פאסירט אויטאמאטיש אן קיין אינצינדענט. ווער איז געווען דער ערשטער? ווער האט נאכגעפאלגט? ווער האט זיך נישט געבראכן? וויאזוי איז צוגעקומען צו א מצב וואס די שאסיי שטייט אן זיך רירן? אז מיר וואלטן געשטאנען פון אויבן וואלטן מיר געהאט א בעסערן ארויסקוק.

היינו הך. ווען מיר וואלטן געלעבט די אלע טויזנטער יארן און באטראכט די השתלשלות וואלטן מיר מעגליך געהאט א בערך׳דיגן ענטפער. יעצט קענען מיר בלויז זאגן אז דאס זענען די כללים!

*


נאכדעם וואס מיר האבן דורכגעבראכן דעם הויפט טויער צום ״ ער עם״ קארידאר, וועלן מיר זיך נעמען צו פארשידענע ווערטער וואס זייער ״ער״ ענדע איז נישט אזוי קלאר, און וועט זיך ווענדן אינעם מין.

לאמיר אנהייבן מיט׳ן ווארט ״יענער״
Klal.jpg
Klal.jpg (309.9 KiB) געזען 1137 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”