הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יחליצך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:45 pm
ייש"כ פאר'ן טוישן.

אגב, זינט ווען איז דא אזא ווארט "שניר" אנשטאט שנורן; "היט" אנשטאט הוטן?
איך האב שוין געזען אזוי שרייבן, איבערהויפט ביי שנור, ביי הוט טאקע ווייניגער.
אטעטשמענטס
Shneer.jpg
Shneer.jpg (157 KiB) געזען 965 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:42 pm
יחליצך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:45 pm
ייש"כ פאר'ן טוישן.

אגב, זינט ווען איז דא אזא ווארט "שניר" אנשטאט שנורן; "היט" אנשטאט הוטן?
איך האב שוין געזען אזוי שרייבן, איבערהויפט ביי שנור, ביי הוט טאקע ווייניגער.
אינעם פאטאסטאט פון "שניר" (רעכטס אויבן) שטייט אויך "איידעמס"...
ביי "היט" (לינקס אונטן) שטייט אויך "שטיב; פארנומען פין פינסטער ביז פינסטער"...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:12 pm
ברודער ~ ברידערל
ברודערלמיט צוקערלזענען פון די יחידי סגולה וואס טוישן זיך "נישט" צו א י'.
דערווייל איז די שטערקסטע השערה, אז ס'האט צוטון מיט די סיליבל/טראף/תנועה.

ד.ה. אזוי, שי-כל און פי-סל האבן נאר 2 סיליבלס, און די ו' איז געווען 1 סיליבל בעפאר די ל' צום סוף ווארט, דערפאר טוישט זיך עס צו א י'.
ווידעראום ביי צו-קע-רל און ברו-דע-רל איז דא א סיליבל וואס טיילט אפ צווישן דעם ו' און דעם ל'.

מיט דעם ווערט פארענטפערט נאך קושיות. צ.ב.ש. פארוואס ביי מוטערליך; וואונדערליך; בוכשטעבליך; דורכדרינגליך; צוגענגליךבלייבט די ו'.
אנדערש ווי ביי נאטירליך; אויסדריקליך; פינקטליך; גרינטליך; מינדליך
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

WOW געבענטשט זאלסטו זיין מיט דיינע הערות המחכימות, איין מאל נאכ׳ן צווייטן!!!

וועגן ברודערל האסטו מיר געגעבן היים ארבעט, איך וועל צוריקקומען אי״ה.

אבער צוקערל, פארוואס זאל מען דאס אפילו שרייבן מיט א יוד? דאס ווארט קומט דאך לכתחילה בלויז מיט א ו׳, מען זאגט אויך נישט ״מיין קליינע מימעלע״...
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:00 pm

זיי דיך בעסער מסביר.

אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:20 am
עבר: איך בין געווען געדרוקט
אדיעקטיוו: א געדרוקטערמענטש
* געדריקט
* געדריקטער

די כלל אז עבר/אדיעקטיוו טוישט פון י' צו ו', איז בלויז דא ביי ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן ענדע נ'!

עוד חזון למועד איבער דיינע ספעלינג גרייזן...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:20 am
פארזינקעןאין זיינע מחשבות
* פארזונקען
(אויך איינגעזונקענעשיף)

פונקט ווי אין הוה: פארבונדן; געבונדן; איינגעבונדן
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:03 pm
אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:20 am
עבר: איך בין געווען געדרוקט
אדיעקטיוו: א געדרוקטערמענטש
* געדריקט
* געדריקטער

די כלל אז עבר/אדיעקטיוו טוישט פון י' צו ו', איז בלויז דא ביי ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט אן ענדע נ'!
זייער וויכטיגע הערה! דרוק איז אריינגעפאלן אינעם טבלא בטעות. עס קומט אינעם קומעניגן תגובה ווי מען וועט רעדן פון נאונס מיט א ו׳ וואס טוישן זיך צו א י׳ אלס א ווערב.

איך האב עס ארויסגענומען יישר כח!
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:10 pm
אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:20 am
פארזינקעןאין זיינע מחשבות
* פארזונקען
(אויך איינגעזונקענעשיף)

פונקט ווי אין הוה: פארבונדן; געבונדן; איינגעבונדן
״ער איז פארזינקען אין זיינע מחשבות״ קומט ״פארזונקען״? בהוה קומט נישט קיין ואו.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:24 pm

וואס איז עס אנדערש פון פארבונדן; געבונדן; איינגעבונדן?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:57 pm
אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:00 pm
WOW געבענטשט זאלסטו זיין מיט דיינע הערות המחכימות, איין מאל נאכ׳ן צווייטן!!!

וועגן ברודערל האסטו מיר געגעבן היים ארבעט, איך וועל צוריקקומען אי״ה.

אבער צוקערל, פארוואס זאל מען דאס אפילו שרייבן מיט א יוד? דאס ווארט קומט דאך לכתחילה בלויז מיט א ו׳, מען זאגט אויך נישט ״מיין קליינע מימעלע״...
זיי דיך בעסער מסביר.
צוקער איז א אינטערנאציאנאלע ווארט, sugar, איבעראל שרייבט מען עס מיט א קמץ, דאס איז דער נאמען פונעם פראדוקט! מען קען נישט קומען זאגן אויף א ווארט וואס באלאנגט בהחלט מיט א קמץ, און עס טוישן ווייל מען לייגט צו א ל׳. אזוי זענען דא נאך ווערטער וואס קומען אייביג אזוי צו אזוי, אפילו עס זאל נישטזיין אינטערנאציאנאל, און עס טוישט זיך פשוט נישט.

למשל אז א קינד וועט זיך שפילן מיט א פאראשוט שפילצייג אינמיטן לערנען, עס ארויפווארפן און עס וועט אראפפליען, און דער רבי וועט זאגן ״געב אהער דעם קליינעם פאראשוטל״, וועט זיך עס נישט טוישן אויף א יוד. אזוי באלאנגט עס.
לעצט פארראכטן דורך אור המקיף אום דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:28 pm
אור המקיף האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:24 pm
יחליצך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:10 pm
אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:20 am
פארזינקעןאין זיינע מחשבות
* פארזונקען
(אויך איינגעזונקענעשיף)

פונקט ווי אין הוה: פארבונדן; געבונדן; איינגעבונדן
״ער איז פארזינקען אין זיינע מחשבות״ קומט ״פארזונקען״? בהוה קומט נישט קיין ואו.
וואס איז עס אנדערש פון פארבונדן; געבונדן; איינגעבונדן?
מען שרייבט נישט פארבונדן, אבער יא ״פארבינדן״, אבער מיט געבונדען און איינגעבונדן ביזטו יא גערעכט.

איך וועל מסביר זיין:

אויף עדזשעקטיווס איז אויך שייך עבר און עתיד - פון ווערטער וואס שטאמען פון א ווערב, אין ענגליש רופט זיך עס past participle און present participle.

למשל א צעבראכענע פענסטער איז א עבר, א שמייכלדיגע פנים איז הוה.

א זאך וואס איז געשען און האט זיך געענדיגט איז א עבר, א געבונדענע ספר איז פארטיג, אפגעבונדן. נישטא מער וואס צו טון.

א זאך וואס האלט נאך אינמיטן געשען איז א הוה, א פארבינדענער מענטש איז יעצט פארבינדן - בשעת אונז רעד מיר!

והיינו הך מיט זינקען, א זינקעדיגע שיף איז א י׳, ווייל עס איז הוה, עס זינקט! קוקט וועט איר זען! א ״איינ״געזונקענע שיף איז ליידער דערנאך, די מענטשן לעבן שוין נישט. פארזינקען אין זיינע מחשבות איז הוה.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:40 pm

אלע אידישע ווערטער ביכער האלטן אנדערש: פארזונקען. פארבונדן.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:58 pm

איך האב מעיין געווען און ביסט גערעכט טיילווייז, איך וועל מסביר זיין:

מען טרעפט בעצם ביידע אין אידישע ווערטער ביכער, פארזינקען און פארזונקען, פארבינדן און פארבונדן.

ווען מען רעדט פון אן עדזשעקטיוו האלט מען שוין נאכ׳ן פעולה, נישט בהוה (דאס איז געווען מיין טעות). א זאך וואס איז פארבונדן איז דערנאך, און א שיף וואס איז פארזונקן איז דערנאך.

ווען מען רעדט אבער פון א ווערב קען עס שוין אויך זיין אינמיטן די פעולה. למשל ווען איך זאג: עס איז צייט צו פארזינקען דעם שיף, האלט מען נאך פאר׳ן פעולה (ביי דעם ספעציפישע ווארט שרייבט מען היינט גראדע ״זינקען״ און מען לאזט אויס דעם ״פאר״, אבער עס איז נישט אפגעפרעגט). אזוי אויך: מען דארף פארבינדן יענקל מיט משה, האלט מען נאך אויך פאר׳ן פעולה.

קוק ״למשל״ אין דער אידיש ווערטער אוצר פון א. ראטה, האט איין ערך פאר ״פארבונדן״ און איין פאר ״פארבינדן״, און עס איז קלאר דארט אז איינס איז א ווערב און איינס אן עדזשעקטיוו.

דא האסטו פון אן אנדערע ווערטערבוך בנוגע פארזינקען.

איך האב געטוישט דעם טבלא, ביטע זאג מיר צו ס׳שטימט יעצט.
אטעטשמענטס
Screen Shot 2024-02-13 at 6.49.39 PM.png
Screen Shot 2024-02-13 at 6.49.39 PM.png (349.11 KiB) געזען 217 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:18 am
איך האב מעיין געווען און ביסט גערעכט טיילווייז
וועלכע חלק איז אומריכטיג?
בנוגע 'פארבינדן' יאנקל מיט משה האב איך נישט אריינגערעדט, ווייל מיר האבן נישט דן געווען איבער דעם, און ס'איז פשוט.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:18 pm
אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:18 am
איך האב מעיין געווען און ביסט גערעכט טיילווייז
וועלכע חלק איז אומריכטיג?
בנוגע 'פארבינדן' יאנקל מיט משה האב איך נישט אריינגערעדט, ווייל מיר האבן נישט דן געווען איבער דעם, און ס'איז פשוט.
אה דאן שטיי מיר אייניג, איך האב פארשטאנען פון דיר אז ״אייביג״ שרייבט מען פארבונדן און פארזונקען.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

נאך איין זאך איז געבליבן אומריכטיג:
פארשווינדן.
דער ווארט עקזיסטירט נישט אין אונזער אידיש (אנדערש ווי פארגינען). פארשוואונדן ווערןאיז אלעמאל אן עבר אדער אדיעקטיוו, קיינמאל נישט קיין הווה. פונקט ווי געצוואונגען [ווערן]איז נישט שייך אין הווה.
(אין געוויסע דיאלעקטן זאגט מען "זיי וועלן פארשווינדן").
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

ווייס איך נישט וואס דו רופסט ״אונזער אידיש״, א. ראטה הייסט אונזער אידיש? (נישט אז איך נעם עס אן אלס דער פוסק אחרון, אבער דארפסט עכ״פ זאגן ווער יא).
אטעטשמענטס
Farshvind.jpg
Farshvind.jpg (151.8 KiB) געזען 195 מאל
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גערעכט, כ'האב טאקע נישט נאכגעקוקט דארט.
אקעי, אויב ביסטו באקוועם מיט דעם אויסשפראך - אפילו מ'נוצט עס נישט ביי ---, קענסטו עס לאזן.
מען דארף אבער אויפקומען מיט אן אנדערן זאץ.
די ווייטאגן ווערן צוביסלעך פארשווינדןשטימט נישט מיט א י'. אויך נישט עס וועט פארשווינדן ווערן.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:20 am
1. מען בינדיעצט דעם לולב
2. די געוואונענדעציפערן
3. ער דרינגט אריין אין יענעמס קושקעס
4. ער האטאריינגעדרונגען אין די אפיס
5. דער אריינגעדרונגענער
6. א זינקעדיגעשיף
7. אמעריקא
8. ער איז פארשוואונדעןגעווארן
9. אן אנגצונדענעמנורה
10. קלינג ~ נאון: קלאנג
11. אלע וואסעראיז ארויסגערונען
12. מען שינדאפ די הויט
13. שרימפ עס איין
1. מען בינדטיעצט דעם לולב
2. די געוואונענעציפערן
3. ער דרינגט אריין אין יענעמ'ס קישקעס
4. ער איזאריינגעדרונגען אין די אפיס
5. פון דעם איז געדרונגען( אריינגעדרונגענער = אריינדרינגער)
6. א זינקענדעשיף
7. אמעריקע
8. ער איז פארשוואונדןגעווארן
9. אן אנגעצונדענעמנורה
10. קלינג ~ נאון: קלונג
11. דאס גאנצע וואסעראיז ארויסגערונען
12. מען שינדטאפ די הויט
13. קליידער שרימפן איין(שרימפ עס איין שטימט נישט, א מענטש קען נישט איינשרימפן קיין זאך. א שניידער קען אייננעמען)
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:44 pm
אצינד לאמיר מאכן אפאר ליסטעס:

נאונס וואס באקומען טאקע נישט קיין ו׳ אויפ׳ן עבר, אבער טוישן זיך צו א י׳ ביים ווערב

א גוטע ליסטע.
א פיינע ארבעט געמאכט, כה לחי!
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:55 am
זיפצן / געזיצפט
*געזיפצט
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אור המקיף האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:08 pm
יש אומרים אז מען שרייבט אלץ "אינג, אינגערמאן"
ס'איז נישט ווערד זיי צו באטראכטן ווי נאך א מאן דאמר, ווייל ס'איז קלאר פון וואו זייער טעות שטאמט.
דאס זענען די זעלבע וואס שרייבן יונגלאנשטאטס אינגל, פשוט ווייל קיינער האט זיי נישט ערקלערט פארוואס אינגלאון אינגערזענען די איינציגסטע אויסנאמען. "אינגל" איז פארקלענערט פון א "יונג" (פונקט ווי "מיידל" פון "מויד"), און "אינגער" איז מער "יונג" (פונקט ווי "שטערקער" פון "שטארק")
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אור המקיף
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:08 am

Re: הערות אויף ״געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור המקיף »

בעצם ביסטו גערעכט, און אינגל וואלט טאקע אויך געדארפט ארויפגיין אויף דעם ליסטע.

אבער עס איז זייער שווער צו מאכן א פונקטליכע גבול, וואו עס ענדיגט זיך אן איינגעגעסענע טעות, און עס הייבט זיך אן ״דער עולם שרייבט אזוי, קומט עס אזוי״.
פאר הערות אויף די געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים גייט דא:

viewtopic.php?t=66376

==
זיך צו פארבינדן:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”