אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

Mezofzef האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:45 pm
לעיקוואד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:42 pm
קיסריה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:32 pm
די יארן נאך די גאונים איידער דער רמב״ן איז אנגעקומען.
וועלכע פון די גאונים ווייסט מען אז זיי האבן געוואוינט אין אר"י?
אין די זעלבע צייט וואס עס זענען געווען גאונים אין בבל זענען א גאנצע צייט געווען גאונים אין ארץ ישראל.

באקאנט איז די מערכה וואס ר' סעדיה גאון האט געהאט מיטן גאון ארץ ישראל בזמנו וועגן עיבור החודש.
אפיציעל זענען באוואוסט די תקופה פון גאונים פון די ישיבות סורא און פומבדיתא.
וועלכע גאונים זענען געווען אין אר"י?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אחד הרבנים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:51 pm
דער הייליגער קאמארנער זי״ע שרייבט דא https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=28 אז עס איז נישטא קיינער אין א״י וואס קען זאגן אז ער מיט זיינע עלטערן וואוינען שוין דארט
Emphasis on the כמעט
פוצה פה ומצפצף
ארבל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 9:09 am

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבל »

ר' יחיאל גאלדהאבער האט א סעריע שיעורים איבער'ן יישוב הישן פון נאכען חורבן בית שני
viewtopic.php?p=4112691#p4112691
ועמך כולם צדיקים
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

ארבל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:56 pm

אפשר ברענגסטו אהער וועלעכע שיעור עס איז?

פון זיין לשון כמעט קען גאר אויסקוקן אז עס זענען דוקא יא פארהאן
ארבל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 9:09 am

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבל »

טוהן צו די זאך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:31 am
ארבל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:56 pm
ר' יחיאל גאלדהאבער האט א סעריע שיעורים איבער'ן יישוב הישן פון נאכען חורבן בית שני
viewtopic.php?p=4112691#p4112691
אפשר ברענגסטו אהער וועלעכע שיעור עס איז?
ס'איז נישט אין איין ספעציפישע שיעור, ס'איז א סעריע שיעורים פון די היסטאריע פון די אידישע יישוב פון ארץ ישראל ובפרט ירושלים.
ועמך כולם צדיקים
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

לעיקוואד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:52 pm
Mezofzef האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:45 pm
לעיקוואד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:42 pm
קיסריה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:32 pm
די יארן נאך די גאונים איידער דער רמב״ן איז אנגעקומען.
וועלכע פון די גאונים ווייסט מען אז זיי האבן געוואוינט אין אר"י?
אין די זעלבע צייט וואס עס זענען געווען גאונים אין בבל זענען א גאנצע צייט געווען גאונים אין ארץ ישראל.

באקאנט איז די מערכה וואס ר' סעדיה גאון האט געהאט מיטן גאון ארץ ישראל בזמנו וועגן עיבור החודש.
אפיציעל זענען באוואוסט די תקופה פון גאונים פון די ישיבות סורא און פומבדיתא.
וועלכע גאונים זענען געווען אין אר"י?

די גאונים זענען געווען אפיציעל נאר אין די גרויסע ישיבות אין בבל, סורא און פומבודיתא.

אין ארץ ישראל אוז געווען די וועלט בארימטע ישיבה ארץ צבי (גאון יעקב) וואס האט אנגעהאלטן פון די מר זוטרא בר מר זוטרא בר רב הונא (סבוראי) וואס איז אנטלאפן פון בבל קיין ארץ ישראל.

די ישיבה האט אנגעהאלטן פעסט ביז ד׳ תתמ״ד - ביז די פטירה פון רבי אליהו.

זיין זון רבי אביתר הכהן איז אנטלאפן נאך פריער קיין מצרים, איז צוריקגעקומען קיין צור ביז ווען די ישיבה האט זיך אפיציעל פארמאכט / געמופט בשנת ד׳ תתנ״ה לפ״ק.

די סעלדזשוקישע רעגירונג פון מאכמאדאנער גלויבן האט ליידער אלעס חרוב געמאכט, אויס׳געשאכטן די שארית הפליטה און די ישיבה איז אנטלאפן קיין סיריע און מצרים.

דאס איז געווען אין די זעלבע צייט ווי די קרייציגלער (מסעי הצלב) בשנת תתנ״ו. און די אידן האבן ליידער געכאפט סיי פון די רוצחים מבני אדום, און פון די רוצחים מבני ישמעאל.

די רוצחים האבן גע׳הרגט און גע׳רצח׳ט וועמען זיי האבן געקענט. און דאס האט גורם געווען אז אלע פארבליבענע זאלן אנטלויפן פון ארץ ישראל, עוד נשמתם בם.

דעמאלט איז ליידער געווען דער ענדגילטיגער שלוס פון אידן בארצינו הקדושה.

פון שנת ד׳ תתנ״ה ביז ה׳ כ״ז איז נישטא קיין קלארע היסטאריע פון סיי וועלכע קהילה אדער רבנישע קערפערשאפט בארצינו הקדושה.

מעגליך אז ס׳איז פארבליבן עטליכע איינצלענע בודדים, אודים מוצלים מאש. קיין שום באווייזן זענען נישטא.

דאס איז א לאנגע צייט פון איבער 170 יאר אן קיין שום תורה׳דיגע פירערשאפט.

ווי געשמועסט איז דער לעצטער ״גאון״ אין ארץ ישראל איז געווען רבי אביתר הכהן בן רבי אליהו הכהן גאון.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:25 pm

דער רמב"ם דערמאנט א שיינע אידישע קהילה אין עכו.

לויט די רעפארט זענען די מוסלומעינער געווען די וואס האבן לעצט מגלה געווען כלל ישראל פון ארץ ישראל ביי די קרייץ צוגלער תקופה?
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

Mezofzef האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:55 pm

אין די זעלבע אויבענדערמאנטע בריוו? ווי קען מען עס זעהן?
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

ווי איך געדענק זען אין מבוא התלמוד להוצאת ארטסקרול, איז דער אידישער ישוב צופאלן נאך תקופת חתימת תלמוד הירושלמי

--

פון ר' פינחס גלויבער האמיר געהערט אמאל א שמועס אז ווען אין בבל אין די צייטן פון רבנן סבוראי איז געווען א מרד דורך דער דענאלסטיגער ריש גלותא, האט זיך עס געענדיגט מיט דעם וואס די גדולי ישראל זענען אנטלאפן און עס איז דאן געגרינדעט געווארן ישיבת גאון יעקב אין ארץ ישראל

--

בתקופת בעלי תוספות איז געווען אן עלי' אין שפיץ פונעם ר"ש משאנץ וואס זיי כפי זכרוני האבן זיך באזעצט אין עכו, דער רמב"ן דוכט זיך איז שפעטער געפארן אויף עכו ווי ער האט זיך געטראפן מיט זיינע תלמידים, אין כתבי הרמב"ן איז דא דרשה אויף ראש השנה וואס אויב דענק איך גוט איז דאס טאקע געווען אין עכו

--

האב איך יעצט געטראפן אויף וויקיפידיע איבער די ישיבה אין ארץ ישראל בימי הגאונים
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... %99%D7%9D)
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

וואל טאג האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 3:27 pm

אין מבוא התלמוד צייכענען זיי אן א מראה מקום אדער א מקור?אדער ווער איז דער שרייבר פונעם מבוא?
דערווייל איז נאך קיינער נישט אנגענומען מיט א קלארע ידיעה אז עס איז געווען צופאלן אינגאנצן פאר א געוויסע תקופה. ס"ה פעלט אינפארמאציע אויף א קורצע תקופה
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:25 pm
לעיקוואד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:52 pm
Mezofzef האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:45 pm
לעיקוואד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:42 pm
קיסריה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:32 pm
די יארן נאך די גאונים איידער דער רמב״ן איז אנגעקומען.
וועלכע פון די גאונים ווייסט מען אז זיי האבן געוואוינט אין אר"י?
אין די זעלבע צייט וואס עס זענען געווען גאונים אין בבל זענען א גאנצע צייט געווען גאונים אין ארץ ישראל.

באקאנט איז די מערכה וואס ר' סעדיה גאון האט געהאט מיטן גאון ארץ ישראל בזמנו וועגן עיבור החודש.
אפיציעל זענען באוואוסט די תקופה פון גאונים פון די ישיבות סורא און פומבדיתא.
וועלכע גאונים זענען געווען אין אר"י?

די גאונים זענען געווען אפיציעל נאר אין די גרויסע ישיבות אין בבל, סורא און פומבודיתא.

אין ארץ ישראל אוז געווען די וועלט בארימטע ישיבה ארץ צבי (גאון יעקב) וואס האט אנגעהאלטן פון די מר זוטרא בר מר זוטרא בר רב הונא (סבוראי) וואס איז אנטלאפן פון בבל קיין ארץ ישראל.

די ישיבה האט אנגעהאלטן פעסט ביז ד׳ תתמ״ד - ביז די פטירה פון רבי אליהו.

זיין זון רבי אביתר הכהן איז אנטלאפן נאך פריער קיין מצרים, איז צוריקגעקומען קיין צור ביז ווען די ישיבה האט זיך אפיציעל פארמאכט / געמופט בשנת ד׳ תתנ״ה לפ״ק.

די סעלדזשוקישע רעגירונג פון מאכמאדאנער גלויבן האט ליידער אלעס חרוב געמאכט, אויס׳געשאכטן די שארית הפליטה און די ישיבה איז אנטלאפן קיין סיריע און מצרים.

דאס איז געווען אין די זעלבע צייט ווי די קרייציגלער (מסעי הצלב) בשנת תתנ״ו. און די אידן האבן ליידער געכאפט סיי פון די רוצחים מבני אדום, און פון די רוצחים מבני ישמעאל.

די רוצחים האבן גע׳הרגט און גע׳רצח׳ט וועמען זיי האבן געקענט. און דאס האט גורם געווען אז אלע פארבליבענע זאלן אנטלויפן פון ארץ ישראל, עוד נשמתם בם.

דעמאלט איז ליידער געווען דער ענדגילטיגער שלוס פון אידן בארצינו הקדושה.

פון שנת ד׳ תתנ״ה ביז ה׳ כ״ז איז נישטא קיין קלארע היסטאריע פון סיי וועלכע קהילה אדער רבנישע קערפערשאפט בארצינו הקדושה.

מעגליך אז ס׳איז פארבליבן עטליכע איינצלענע בודדים, אודים מוצלים מאש. קיין שום באווייזן זענען נישטא.

דאס איז א לאנגע צייט פון איבער 170 יאר אן קיין שום תורה׳דיגע פירערשאפט.

ווי געשמועסט איז דער לעצטער ״גאון״ אין ארץ ישראל איז געווען רבי אביתר הכהן בן רבי אליהו הכהן גאון.
זעה דא https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... %99%D7%9D) אז עס איז געווען א גרויסע ישיבה אין טבריה דערנאך ירושלים ביז יאר 1077 דאס איז קנאפע הונדערט יאר איידער די רמב"ן

איז דא א מקום צו זאגן אז אידן האבן יא געוואוינט א ארץ ישראל די גאנצע צייט?
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאג'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

לעיקוואד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:41 am
נישטקש'ע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 8:44 am
עס איז דא א באוויסטע אלטע פרוי אין שטאט פקיעין 'מרגלית זינאתי' וואס ציעט א אלטע יחוס (הונדערטע יארן זיכער) וואס זיי וואינען אין ארץ ישראל,
משפחת זינאתי איז געווען א משפחה מיוחסת נצר למשפחת כוהנים וואס האבן געטענה'ט אז זיי וואינען אין ארץ ישראל מאז בית שני
לויט זייער גירסא זענען זיי ביים חורבן אנטלאפן צווישן די גליל בערג אין פקיעין, בשעת די מהומות מיט די אראבער/ציונים זענען אלע אנטלאפן נאר זי איז געבליבן,
זי האט נישט קיין קינדער, זי היט אויף די אלטע היסטארישע שוהל און שטאט
די שוהל איז אפן פאר מבקרים, זי טיילט ברכות לרוב, און רעדט אן אויפהער.
דיסקלעימער: ביי די ציונים איז זי א גאנצע העלד וכו'
הונדערטע יארן איז נישט קיין סתירה און מיינט נישט גארנישט.
די שואל'ס שאלה האט זיך לכאורה באצויגן פון נאך זמן התלמוד (ירושלמי) ביז די זמן פון די ענדע פון די ראשונים. וואס פון דאן איז שוין דא א רעקארדירטע רעקארדס אז אידן האבן געוואוינט דארט.

עס איז אנגענומען אז ביי די צווישן צייט האבן נישט געוואוינט קיין אידן. קיין ארגאניזירטע קהילות זיכער נישט.
דאס איז בערך די זעלבע צייטן פון די קרייצציגלער.

קען זיין איך מאך א טעות, אבל זה לפי זכרוני.
דאכצעך מיר אז אין ירושלים אז די מימרא "נישט געוואונט קיין אידן" גייט ארויף אויף ירושלים, נאך וואס די רומישע האבן געהאט אן עקסטערע ציל אויסצומעקן יעדע אידישע זכר פון דאס ארט,
משא"כ אין אנדערע פלעצער איז דא געוואוסע ראיות ווי אידן האבן געוואוינט
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאג'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:00 am

די רוימער (מלכות רומי) זענען שוין 500 יאר פריער נישט געווען באלעבאס דעמאלט.
ס׳איז געווען מאכמאדאנער און נוצרים וועלכע האבן עס געוואלט האבן.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

אין די ראשונים און אין די ערשטע אחרונים ווערן דערמאנט מוסתערבים דאס זענען אידן וואס האבן נישט גולה געווען אין געבליבן אין אר"י במשך די גאנצע צייט, איך ווייס נישט צו עס איז עפעס געבליבן פון זיי.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

ס׳איז באקאנט וואס רביה״ק מסאטמאר האט געזאגט זייענדיג אין ארץ ישראל ווען ער איז אהיים געקומען פון די מקוה פרייטאג נאכמיטאג גאר שפעט כמנהגו כאטש אין ירושלים איז מען מקבל שבת פרי פערציג מינוט פאר די שקיעה האט ער דאס בכלל נישט אנגענומען.

די ירושלימער אידן האבן גע׳טענה׳ט מיט אים אז ס׳איז א אלטע מנהג ירושלים צו מקבל שבת זיין פרי און ער האט נישט קיין רעכט צו גיין קעגן דעם מנהג המקום, האט דער רבי זי״ע געענטפערט ווער האט געמאכט דעם מנהג? ירושלים האט געפוסטעוועט נאכן חורבן לאנגע יארן און איז ערשט געווארן צוריק באזעצט דורך די אלע וואס האבן עולה געווען פן אייראפע במשך די יארן, די תלמידי הגר״א וואס זענען ארויפגעקומען און אוועגעקשטעלט דעם מנהג קענען דאס נישט ארויפצווינגען אויף די תלמידי הבעש״ט וואס זענען געווען אין די זעלבע תקופה.

ס׳איז נישטא קיין מנהג ירושלים, אלעס איז געווארן אוועקגעשטעלט לויט די מסורה וואס די עולים האבן מיטגעברענגט פון זייערע פריערדיגע וואוין ערטער אין אייראפע. און אין סאטמאר דאווענט מען טאקע מנחה שפעט עד היום הזה אפילו ערש״ק און מ׳ענדיגט מוצש״ק ביי 72.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אמרי חי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 6:44 am
ס׳איז באקאנט וואס רביה״ק מסאטמאר האט געזאגט זייענדיג אין ארץ ישראל ווען ער איז אהיים געקומען פון די מקוה פרייטאג נאכמיטאג גאר שפעט כמנהגו כאטש אין ירושלים איז מען מקבל שבת פרי פערציג מינוט פאר די שקיעה האט ער דאס בכלל נישט אנגענומען.

די ירושלימער אידן האבן גע׳טענה׳ט מיט אים אז ס׳איז א אלטע מנהג ירושלים צו מקבל שבת זיין פרי און ער האט נישט קיין רעכט צו גיין קעגן דעם מנהג המקום, האט דער רבי זי״ע געענטפערט ווער האט געמאכט דעם מנהג? ירושלים האט געפוסטעוועט נאכן חורבן לאנגע יארן און איז ערשט געווארן צוריק באזעצט דורך די אלע וואס האבן עולה געווען פן אייראפע במשך די יארן, די תלמידי הגר״א וואס זענען ארויפגעקומען און אוועגעקשטעלט דעם מנהג קענען דאס נישט ארויפצווינגען אויף די תלמידי הבעש״ט וואס זענען געווען אין די זעלבע תקופה.

ס׳איז נישטא קיין מנהג ירושלים, אלעס איז געווארן אוועקגעשטעלט לויט די מסורה וואס די עולים האבן מיטגעברענגט פון זייערע פריערדיגע וואוין ערטער אין אייראפע. און אין סאטמאר דאווענט מען טאקע מנחה שפעט עד היום הזה אפילו ערש״ק און מ׳ענדיגט מוצש״ק ביי 72.
מקור פון דער מעשה?
דער מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אידן אין ארץ ישראל פונעם חורבן הבית ביז היינט צוטאגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אמרי חי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 6:44 am
ס׳איז באקאנט וואס רביה״ק מסאטמאר האט געזאגט זייענדיג אין ארץ ישראל ווען ער איז אהיים געקומען פון די מקוה פרייטאג נאכמיטאג גאר שפעט כמנהגו כאטש אין ירושלים איז מען מקבל שבת פרי פערציג מינוט פאר די שקיעה האט ער דאס בכלל נישט אנגענומען.

די ירושלימער אידן האבן גע׳טענה׳ט מיט אים אז ס׳איז א אלטע מנהג ירושלים צו מקבל שבת זיין פרי און ער האט נישט קיין רעכט צו גיין קעגן דעם מנהג המקום, האט דער רבי זי״ע געענטפערט ווער האט געמאכט דעם מנהג? ירושלים האט געפוסטעוועט נאכן חורבן לאנגע יארן און איז ערשט געווארן צוריק באזעצט דורך די אלע וואס האבן עולה געווען פן אייראפע במשך די יארן, די תלמידי הגר״א וואס זענען ארויפגעקומען און אוועגעקשטעלט דעם מנהג קענען דאס נישט ארויפצווינגען אויף די תלמידי הבעש״ט וואס זענען געווען אין די זעלבע תקופה.

ס׳איז נישטא קיין מנהג ירושלים, אלעס איז געווארן אוועקגעשטעלט לויט די מסורה וואס די עולים האבן מיטגעברענגט פון זייערע פריערדיגע וואוין ערטער אין אייראפע. און אין סאטמאר דאווענט מען טאקע מנחה שפעט עד היום הזה אפילו ערש״ק און מ׳ענדיגט מוצש״ק ביי 72.

אינטרעסאנטע מעשה.
כאטש דאס איז די מציאות. דארף די מעשה א מקור.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”