וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:04 pm
שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:59 pm
איך זעה דא מער אומוויסענדקייט פון די עלטערן - ווי אזוי א רילעשענשיפ צווישן א קליין קינד מיט די עלטערן דארף צו זיין, ווי אזוי דיציפלין גייט צו און ווען צו זיין ווייעך און בעיקר ווי אזוי צו אנקוקען און שפירן די עלטערענ'ס קאנעקשאן און התחיבות פארן קינד וכו' (און עס איז נארמאל נישט צו וויסן. פון ווי זאל מען דען וויסן?!) - ווי א פראבלעמאטיש קינד. אלעס וואס דו שרייבסט וועגן די קינד'ס אויפפירונג איז זייער נארמאל מעגליך זאלסטו הערן שיעורים אדער הדרכה בענין זה.

געהערט אמאל א שיינע שיעור פון ר' דוד הירשלר שליט"א בענין זה, גאר קלאר אראפגעלייגט די פשוטע יסודות וואס פאר עטליכע פארשטענדליכע סיבות איז עס פארגעסן ביי אסאך.
אפשר מעגליך צו צוברענגן
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:10 pm
שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:04 pm
שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:59 pm
איך זעה דא מער אומוויסענדקייט פון די עלטערן - ווי אזוי א רילעשענשיפ צווישן א קליין קינד מיט די עלטערן דארף צו זיין, ווי אזוי דיציפלין גייט צו און ווען צו זיין ווייעך און בעיקר ווי אזוי צו אנקוקען און שפירן די עלטערענ'ס קאנעקשאן און התחיבות פארן קינד וכו' (און עס איז נארמאל נישט צו וויסן. פון ווי זאל מען דען וויסן?!) - ווי א פראבלעמאטיש קינד. אלעס וואס דו שרייבסט וועגן די קינד'ס אויפפירונג איז זייער נארמאל מעגליך זאלסטו הערן שיעורים אדער הדרכה בענין זה.

געהערט אמאל א שיינע שיעור פון ר' דוד הירשלר שליט"א בענין זה, גאר קלאר אראפגעלייגט די פשוטע יסודות וואס פאר עטליכע פארשטענדליכע סיבות איז עס פארגעסן ביי אסאך.
אפשר מעגליך צו צוברענגן
געהערט לייוו ביי א שבת. ער האט גערעדט דארט עטליכע שעה מיט א געוואלדיגע קלארקייט.
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

כ'זעה די אשכול איז ארויפגעשווימען.

כ'וויל דאנקען השי"ת אז זאכן האבן זיך גענצליך געטוישט צום גוטן, נאכן ליינען דא זאכליכע רעיונות און ווי אויך נעמען פראפעסינאלע גיידענס איז מען ב"ה אנגעקומען צו גאר א גוטע שטאפל.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:53 pm
די נקודה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:33 am
תבלין כנגדו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:25 pm

@תבלין כנגדו

זייענדיג אן עמו אנכי וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון דיר וואס דיין עקספעריענס איז געווען און וויאזוי זאכן זענען געווארן בעסער.

איך האב עס אויך געהאט מיט א פיר יעריגע מיידל גראדע שוין פון די צוויי יאר אנגעהויבן זייער ענדליכע שטריכן (חוץ דאס שעמען נישט) זי איז אלץ געגאנגען אויף א דינע ליין דירעקט ארויסנעמען יענעם פון די כלים, זי פלעגט יעדן שני וחמישי (? יעדן טאג…) מאכן טענדראמס, אמאל סתם אזוי פארוואס נישט, און אודאי ווען עפעס גייט נישט איר וועג, וועט שטויסן און קאפענען בכדי אויסצופירן, צומאל סתם ווייל אזוי וויל איך, און אמאל ווען ס׳איז טאקע א צורך צו באקומען עפעס, וועט אלץ נאר נוצן דעם וועג דורך מאניפעלירן.

נא נא אויב זענען מיר געווארן שטרענג צו איר, דאן ווערט זי ממש ווי א שיכור וואס מ׳קען נישט רעדן מער, ממש זי פארנעמט נישט איינער זאל איר זאגן א ווארט, דאס איז ועל כולם, א סענסעטיווע אויפן נעקסטן לעוול, פלעגט ווערן צובראכן ווי א שארבן ווען איינער האט איר געטשעפעט, אדער ווען מיר זענען געווען צו שטרענג צו איר, אבער פארט האבן מיר געמוזט זיך האלטן שטארק און געבליבן שטרענג און צום סוף האט זי אויפגעגעבן זייענדיג אויסגעמוטשעט פון פיל וויינען.

למעשה האבן מיר מיט די צייט געכאפט דעם מהלך און זייט מיר האבן דאס געכאפט האבן מיר אלץ עלטערן זיך גאר שטארק אריינגעטאנט אין דאס קינד, באשלוסנדיג מיט א פעסטקייט אז מיר טארן נישט לאזן אז מאניפולעישאן זאל אויספירן, מ׳מוז דאס איבערקומען. (דער הייליגער מאור ושמש זאגט אויף א פלאץ אז די דאזיגע מדות דארף מען ארבייטן דערויף דייקא פון ווען דאס קינד איז נאך גאנץ קליין און נישט ווארטן ביז ווען ער וואקסט אונטער און עסט זיך איין דערמיט וואס מאכט דאס נאר שווערער נאכדעם אויסצורייסן אדער ווייכער צו מאכן).

אנפאנג איז עס געווען זייער שווער צו הענדלען ס׳האט גענומען אסאך צייט, צייט און געדולד, פעטש האט נישט געהאלפן נאר ערגער געמאכט, סטראשענען גראדע אביסל בעסער, די פחד אז מ׳גייט עפעס טוהן האט געהאט מער פאוער, דער עיקר איז געווען מיר האבן זיך נישט דערשראקן אדער פארלוירן מער.

מיר האבן אנגעפאנגען ארויסווייזן אז עס גייט אונז בכלל נישט אן אירע קאפריזן, פארשטייט זיך זי האט נישט נאכגעלאזט, איר ציל איז דאך אונז איבערצוקומען און זיך שפירן אין קאנטראל, אבער מיר האבן זיך בס״ד נישט געלאזט, מיט הימלישע כוחות האבן מיר פרובירט צו האלטן דעם געדולד און נערוון רואיג, כאילו קענסט טוהן וואס דו ווילסט מיר גייען זיך נישט ברעכן נאר אויב זי וועט זיך ברעכן קודם.

ניין עס איז בכלל נישט געווען גרינג, צומאל גאר שווער, און האט אונז גוט אויסגעמוטשעט, אבער צוביסלעך האבן מיר זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו דילן מיט איר, מ׳האט איר אנגעפאנגען געבן זייער אסאך אטענשאן ווען זי איז יא געווען וואויל, מער ווי פאר די אנדערע, אבער ווי נאר די מצב רוח האט זיך געטוישט זענען מיר געווארן פונקט אזוי הארט.

דאס וויכטיגסטע זאך איז געווען איר ארויסנעמען פונעם מצב, אוועק טראגן ערגעץ אנדערש, און דארטן פרובירן מיט שיינעם פארציילן א זייער אינטרעסאנטע זאך, אוועקטראגן די געדאנקען, ס׳האט זייער אסאך מאל געהאלפן, ווען נישט איז מען געווען זייער שטרענג, מ׳האט געסטראשעט מ׳גייט טראגן אין בוידעם, נישט ח״ו אז ס׳גייט איר עפעס פעלן דארטן, מ׳גייט איר כסדר געבן עסן און טרונקען, א גוטע בעט צו שלאפן, א קישן מיט א דאכענע, מ׳וויט איר געבן גוטע טאויס צו שפילן, אבער דארטן גייט זי דארפן זיין ביז זי ווערט וואויל און הערט אויף שטויסן און קאפענען, און גייט אלעס פאלגן וואס מ׳הייסט.

זי האט קיינמאל קיינמאל נישט געוואלט ס׳זאל אנקומען דערצו, און מיר האבן אויך קיינמאל קיינמאל נישט געוואלט אויספירן די סטראשע, וייל נאכדעם פארלירט עס די פאוער דערפון, א סטראשע ארבייט נאר פארדעם, רעדן דערפון, מאכן דערפון א בעער, זוממער למשל האט מען גערעדט מ׳גייט איר ארויפלייגן אויף א בוים און דארטן גייט זי באקומען אלע אירע באדערפענישן, יעדער וועט שפילן מיט איר דארטן, ס׳גייט איר ח״ו גארנישט פעלן, מ׳גייט איר זייער שטארק ליב האבן דארטן אויכעט, אבער דארטן גייט זי מוזן זיין.

ס׳האט זייער ווייניג מאל געדארפט קומען דערצו מ׳זאל עס האלטן כמעט ביים אויספירן, איינמאל דא איינמאל דארט, האט מען געמוזט, אבער די שטארקע ליבשאפט האט ב״ה איבערגעוואויגן און צוביסלעך צוביסלעך האט זי אנגעהויבן נאכלאזן, איינזעענדיג אז דאס פירט נישט אין ערגעץ נישט, מיט איר טיפע שכל און קלוגע פארשטאנד - און נאכאמאל מיט אסאך אסאך עקסטערע ליבליכע אטענשאן און ספעציעלע אויפמערקזאמקייט - האט זי ב״ה זיך אויסגעלערנט אז לא זו הדרך, מ׳דארף באהעיוון, מ׳דארף פאלגן, מ׳טאר נישט טשעפענען, און אצינד ביי די 5 יאר זעט מען דאר א אנדערע מענטש ב״ה.

ארבייטנדיג האנט ביי האנט מיט די סקול ווען זי האט אנגעפאנגען גיין ביי די 3 יאר אין סקול האט זיך ארויסגעשטעלט אז דארטן איז זי געווען די זעלבע זאך, קאנטראלירט און מאניפולירט די גאנצע קלאס, קיין איין טיטשער האט איר נישט געקענט איבערקומען זי זאל איינזיצן אדער זיך צושטעלן צום סיסטעם, פון אלע טריקס האט כמעט גארנישט געארבייט, זי האט איבערגעקלוגט די מנהלת און סעקרעטארן צענדליגע מאל, יעדער האט איר געקענט...

א יאר דערויף האט שוין די נייע טיטשער געוואוסט אז דא קומט א תלמידה וואס פאדערט כוחות, אבער וואונדער איבער וואונדער האט זיך די זאך צוביסלעך אנגעהויבן סעטלען. עס האט אונז זייער געוואונדערט קודם, ביז מיר האבן זיך געכאפט אז מיר האבן געהאט געזאגט פאר די ערשטע טיטשער אז די איינציגסטע זאך וואס ארבייט ביי איר איז זיין שטרענג, ממילא איז זי געווען שוין צו שטרענג, אן דעם צולייגן באזונדער הארץ און געפיל.

די נייע טיטשער האט שוין אנגעהויבן צולייגן פיל מער ליבשאפט, הארץ און מחשבה, אריינטאנען אין איר, ארויסהייבן אירע מעלות און האלטן קאפ אויף איר צו פרובירן אנהאלטן איר גוטע מאד, מיר האבן אויך אנגעפאנגען צו אנערקענען אינדערהיים אז נאר דאס ארבעט, באזונדערע אטענשאן, אסאך הארץ און גיסן עקסטערע שטארקע ליבשאפט עד אין שיעור וערך העלפט צוצולאזן איר הארטקייט.

די קאמפלימענט וואס די מנהלת האט אונז געגעבן נאכן זיך דורכרעדן האט זי פארגעזאגט אז דאס קינד האט בעצם אין זיך גאר שטארקע כוחות, זי וועט קענען בע״ה גאר שיין אויסשטייגן, און נוצן דייקא די קוואלעפיקעישאנס וואס זי פארמאגט צו קענען פירן א גאנצע סקול און האלטן יעדן אין ליין צו גיין לויט איר שפאן, זי האט אין זיך דעם פאוער.

אצינד ביי די 5 יאר זעהן מיר ב״ה א טיפע צופרידנהייט אין איר, זי שפירט פולקאם פארפילט, זי שטייגט ב״ה, זי שטעלט זיך שוין זייער שיין צו צום מצב, פארפירט ״כמעט״ מער נישט ב״ה, יעדעס ביסל אינוועסטמענט פון ליבשאפט האט זיך שוין אויסגעצאלט בס״ד.
איך זעה מיך ממש אין די מצב. זי איז יעצט כמעט 3. ס'קלאר אז די איינציגע עצה איר זען פאלגן איז פעסטקייט ביינעזאם מיט שטרענגקייט, און נאכן פאלגן באגיסן מיט ליבשאפט צו פארזיכערן אז דער קניפ בלייבט שטארק. איך האב אבער דעם פחד וואס מ'זאגט אלס וואס געשעט מיט קינדער אין דעם דור וואס "מ'פארשטייט זיי נישט" וכו' ה"י. סאו זאל איך איר לאזן אנפייפן מאמי? כמיין מ'דארף איר מחנך זיין, ניין?
די שטערקסטע כלי וואס האט מיר געהאלפן איז געווען ווי פאלגנד.

אויסלערנען די קינד אז ער דארף פאלגן באופן כזה.

הייס אים נישט קיין זאכן ווען ער איז שוין ארויס פון קאנטראל.

אבער אין צייטן ווען ער איז רואיג און ער הייבט אן מאכן קינצן, נוץ אויס יענע מינוטן אים צו געבן די לעקציע וואס וועט זיך אריינזעצן ביים אים אין מח.

הייסן אים פאלגן, אויב פאלגט ער נישט, גיב אים א קליינער פעטשעלע וואס זאל אפילו נישט וויי טון. אנדעם וואס דיין נפש זאל זיין פארמישט אין די אקט, טשעק ארויס אינגאנצן, טו עס זייער רואיג.

גיב עס עטליכע מינוטן, אויב גייט עס נישט, גיב נאך א קליינע פעטעשעלע (אן אמאליגע גלעט) און צעביסלעך וועט די קינד אנהייבן כאפן אז מ'מיינט ביזנעס.

די מעין טינק איז צו זיכער מאכן אז ס'איז נישט קיין מלחמה צווישן דיר מיטן קינד, ס'איז א טעכנישע זאך אז מ'דארף פאלגן און צו דעם ראלע דארף זיך די קינד צושטעלן.

ווען א קינד איז אין א רואיגע מצב וועט ער זיכער מאכן נישט צו דארפן אנקומען צו א מצב פון כאפן א גלעט. עס וועט אויך צעביסלעך אנהייבן ארבעטן אויף אנדערע צייטן ווען זיי גייען ארויס פון די כלים, די מח וועט ווערן פראגראמירט.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

תבלין כנגדו האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 8:00 am

כ'הער...
אנשטאטס סוירטשען גוגל,
גיי מאך א קוגל.

געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

abeg האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:05 am
בעסער קינדער חיות װי קינדער בהימות
יישר כח פאר די ליין. צום פינטל.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”