וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

מיין יונגעלע איז פיר יאר אלט, א לעבעדיגער קינד וועלכע האט חיות אויף אלע באקן בלע"ה.

ס'איז דא א נושא מיט וואס איך מיטשע מיר שטארק מיט אים און איך וואלט געוואלט הערן פון אנדערע אויב איינער ווייסט פון א גוטע צוגאנג אדער שיעור צו אויסהערן.

פון ווען ער איז געווען צוויי יאר אלט האט ער מיר שוין אייביג ארויסגעהאט און אייביג געוויסט ווי איך וויל אים דירעקטירן און פארשטייט זיך געטון פינקט דאס פארקערטע.

כ'האב אייביג פרובירט צו זיין זיין געלאסן מיט אים און נישט הייסן מיט שטייפקייט, אבער נאכאלטס מאכט זיך כאטשיג פיר מאל א טאג וואס ער ווערט געטריגערט ביז אין די נשמה אריין, מ'קען אים בלויז בעטן צו עסן פרישטאג און ער וועט אנהייבן מיט א קליינע ניין וואס וועט ביז א מינוט שפעטער זיין אן אטאמישע עקספלאזשין גענצליך ארויס פון זיין קאנטראל.

כ'פרוביר זייער שטארק צו אויפפאסן אז ער זאל אפילו נישט דארפן צוקומען צו אויפרייסן אבער מיט די בעסטע פראבעס געשעט עס זייער אפט.

בכלל ער שטייט אויף אינדערפרי און קומט צו מיין געלעגער, איין טאג וועט ער זיין אין גאר א גוטע גיסטע און בעטן פאר קישעס און האלזונגען און די צייט וואס די קומענדיגער טאג וועט ער אריינקומען אנגעבלאזן און אנהייבן טיילן פעטש רעכטס און לינקס.

געווענליך וועט ער זיין זייער געשמאק און מ'קען עכט גוט פארברענגען מיט אים אבער ווי נאר ער גייט ארויס פון קאנטראל איז שוין נישטא צו וועמען צו רעדן.

כ'האלט מיר אין איין פרעגן וואס איך קען טון מיט אים און וואס איך טו נישט גוט אבער ביזדערווייל איז עס מיסטעריעז.

כ'האב באמערקט נאך א מאדנע זאך וועלכע כ'מיין ס'איז גאנץ יונג פאר אזא באנעמונג, ווען איך קום אים אויפפיקן פון חדר הייבט ער אן בלאשן און שעמט זיך מיט מיר, ער בעט מיר איך זאל אים נישט טראגן צו די באס און ער בעט מיר אז איך זאל אים נישט ארויפטראגן אין חדר ווען איך נעם אים מיט די קאר. כ'האב נישט קיין אנאונג פארוואס אזא יונג קינד זאל אפילו בייפאלן צו זיין אומבאקוועם מיט זיין טאטען.

כ'וואלט זייער געוואלט פארשטיין טיפער צו אים און ארויסהאבן וואס אים קוועטשט כדי אים צו קענען שענקען דאס בעסטע לעבן וואס איך קען אבער ביזדערווייל האב איך נישט קיין קלארקייט.
אוועטאר
yup it's me
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:35 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

תגובה דורך yup it's me »

תבלין כנגדו האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 6:29 am

דעם עלטער איז עס א נארמאל זאך, מיין יונגעלע איז אויך אזוו, זיי וועלן עס אויס וואקסן אי"ה,
עס איז א שאד צו צאלן געלט ביי דע יארגאנג,
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

בעסער קינדער חיות װי קינדער בהימות, ס׳איז גארנישט דער אײבישטער גיבט מיט די כוחות פאר יעדע מצב איר זאלט בלױז האבן די שכל װאזױ עס אױסציניצן אױף די גיטע װעג
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

תבלין כנגדו האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 6:29 am
מיין יונגעלע איז פיר יאר אלט, א לעבעדיגער קינד וועלכע האט חיות אויף אלע באקן בלע"ה.

ס'איז דא א נושא מיט וואס איך מיטשע מיר שטארק מיט אים און איך וואלט געוואלט הערן פון אנדערע אויב איינער ווייסט פון א גוטע צוגאנג אדער שיעור צו אויסהערן.

בכלל ער שטייט אויף אינדערפרי און קומט צו מיין געלעגער, איין טאג וועט ער זיין אין גאר א גוטע גיסטע און בעטן פאר קישעס און האלזונגען און די צייט וואס די קומענדיגער טאג וועט ער אריינקומען אנגעבלאזן און אנהייבן טיילן פעטש רעכטס און לינקס.

כ'וואלט זייער געוואלט פארשטיין טיפער צו אים און ארויסהאבן וואס אים קוועטשט כדי אים צו קענען שענקען דאס בעסטע לעבן וואס איך קען אבער ביזדערווייל האב איך נישט קיין קלארקייט.
פאר מיר האט געהאלפן צו פשוט פארשפארן מיין טיר און נישט עפענען נישט קיין חילוק זיין טענטראם.
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
אבי א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

איך מיין אז ר' שמעון גרין'ס uv קומט דא אריין
שוין געהערט יאמפאלע רב'ס שלום בית שיעורים?
אה, סא דיין לעבן קען זיך נאך טוישן.
אוועטאר
yup it's me
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:35 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yup it's me »

אבי א נאמען האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:26 am
איך מיין אז ר' שמעון גרין'ס uv קומט דא אריין
איך האלט אז ביי דע יארגאנג איז נאך נישט דא א מהלך,
און עס נעמט בערך אזוי לאנג ווי ווען מען ווארט און מען דיעלט עס As it goes
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

yup it's me האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 9:56 am
תבלין כנגדו האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 6:29 am
מיין יונגעלע איז פיר יאר אלט, א לעבעדיגער קינד וועלכע האט חיות אויף אלע באקן בלע"ה.

ס'איז דא א נושא מיט וואס איך מיטשע מיר שטארק מיט אים און איך וואלט געוואלט הערן פון אנדערע אויב איינער ווייסט פון א גוטע צוגאנג אדער שיעור צו אויסהערן.

פון ווען ער איז געווען צוויי יאר אלט האט ער מיר שוין אייביג ארויסגעהאט און אייביג געוויסט ווי איך וויל אים דירעקטירן און פארשטייט זיך געטון פינקט דאס פארקערטע.

כ'האב אייביג פרובירט צו זיין זיין געלאסן מיט אים און נישט הייסן מיט שטייפקייט, אבער נאכאלטס מאכט זיך כאטשיג פיר מאל א טאג וואס ער ווערט געטריגערט ביז אין די נשמה אריין, מ'קען אים בלויז בעטן צו עסן פרישטאג און ער וועט אנהייבן מיט א קליינע ניין וואס וועט ביז א מינוט שפעטער זיין אן אטאמישע עקספלאזשין גענצליך ארויס פון זיין קאנטראל.

כ'פרוביר זייער שטארק צו אויפפאסן אז ער זאל אפילו נישט דארפן צוקומען צו אויפרייסן אבער מיט די בעסטע פראבעס געשעט עס זייער אפט.

בכלל ער שטייט אויף אינדערפרי און קומט צו מיין געלעגער, איין טאג וועט ער זיין אין גאר א גוטע גיסטע און בעטן פאר קישעס און האלזונגען און די צייט וואס די קומענדיגער טאג וועט ער אריינקומען אנגעבלאזן און אנהייבן טיילן פעטש רעכטס און לינקס.

געווענליך וועט ער זיין זייער געשמאק און מ'קען עכט גוט פארברענגען מיט אים אבער ווי נאר ער גייט ארויס פון קאנטראל איז שוין נישטא צו וועמען צו רעדן.

כ'האלט מיר אין איין פרעגן וואס איך קען טון מיט אים און וואס איך טו נישט גוט אבער ביזדערווייל איז עס מיסטעריעז.

כ'האב באמערקט נאך א מאדנע זאך וועלכע כ'מיין ס'איז גאנץ יונג פאר אזא באנעמונג, ווען איך קום אים אויפפיקן פון חדר הייבט ער אן בלאשן און שעמט זיך מיט מיר, ער בעט מיר איך זאל אים נישט טראגן צו די באס און ער בעט מיר אז איך זאל אים נישט ארויפטראגן אין חדר ווען איך נעם אים מיט די קאר. כ'האב נישט קיין אנאונג פארוואס אזא יונג קינד זאל אפילו בייפאלן צו זיין אומבאקוועם מיט זיין טאטען.

כ'וואלט זייער געוואלט פארשטיין טיפער צו אים און ארויסהאבן וואס אים קוועטשט כדי אים צו קענען שענקען דאס בעסטע לעבן וואס איך קען אבער ביזדערווייל האב איך נישט קיין קלארקייט.
דעם עלטער איז עס א נארמאל זאך, מיין יונגעלע איז אויך אזוו, זיי וועלן עס אויס וואקסן אי"ה,
עס איז א שאד צו צאלן געלט ביי דע יארגאנג,
ווען ער הייבט אן פראסקענען געשוויסטער קען איך נישט פשוט לאזן אויסוואקסן, עפעס דארף איך טון און איך בין נישט זיכער וואס גענוי די לעזונג איז.
וואס טוטסטו בשעת ווען ער איז ארויס פון די כלים אן קיין גרעניצן?
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

abeg האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:05 am
בעסער קינדער חיות װי קינדער בהימות, ס׳איז גארנישט דער אײבישטער גיבט מיט די כוחות פאר יעדע מצב איר זאלט בלױז האבן די שכל װאזױ עס אױסציניצן אױף די גיטע װעג
איך זוך אים בכלל נישט צו טוישן זיין נאטור, כ'זוך פשוט א שטיקל צוגאנג וויאזוי אים צו האלטן אין די ראמען ער זאל זיך נישט פארלירן אויף א פארנעם וואס קלאפט אים נאר אראפ.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

באקומען אין אישי, לייק פאר די קלארקייט

איך האב א קינד וואס ווען ער פאלט אריין אין אזא מצב העלפט אז מ'נעמט אים אוועק פון די בהלה צו א שטיל ווינקל אין שטוב און מ'רעד צו אים רואיג עפעס א אינטערעסאנטע זאך, אדער ווייזן עפעס אינדרויסן וכדו', ער לאזט זיך דיסטרעקטן, און דערנאך איז שוין גרינגער אים צוריקצוברענגען אינדרויסן אין א נארמאלער שטימונג בעז"ה, יתכן אז וועט ארבעטן ביי דיינעם אויך, אסאך הצלחה און א אסאך אידיש נחת!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

זיך שפילן / קאנטראלירן מיט געפילן, זיין נייס, ווייזן אומציפרידענע מינעס, איז א סורטיפייד ״בּאָרדער ליין״.
אדער זעהט ער דעם צוגאנג פון איינע פון די עלטערען און מאכט עס נאך, אדער איז א א געבוירענע בארדער ליין.

מ׳דארף דילן דערמיט מיט די זעלבע הלכות ווי מ׳דילט מיט א בארדער ליין. וואס זיי טוהן/זאגן, זענען זיי נישט קיין ערענסטע, נאר האבן א חשבון מיט אָלטעריער מאטיווס פאר דעם שמייכל אדער נישט שמייכל. ס׳איז א פארום פון וועלן קאנטראלן, מאניפיולירן, און זיי שפירן זיך אומזיכער, ווילן קיינמאל נישט ווערן ״צו נאנט״. ודו״ק
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

תבלין כנגדו האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 6:29 am
כ'האב באמערקט נאך א מאדנע זאך וועלכע כ'מיין ס'איז גאנץ יונג פאר אזא באנעמונג, ווען איך קום אים אויפפיקן פון חדר הייבט ער אן בלאשן און שעמט זיך מיט מיר, ער בעט מיר איך זאל אים נישט טראגן צו די באס און ער בעט מיר אז איך זאל אים נישט ארויפטראגן אין חדר ווען איך נעם אים מיט די קאר. כ'האב נישט קיין אנאונג פארוואס אזא יונג קינד זאל אפילו בייפאלן צו זיין אומבאקוועם מיט זיין טאטען.
זייער נארמאל פאר אזא עלטער. מיין אינגעל פלעגט עס האבן מיט די מאמע, אבער דער טאטע האט יא געמעגט קומען
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:52 am
זיך שפילן / קאנטראלירן מיט געפילן, זיין נייס, ווייזן אומציפרידענע מינעס, איז א סורטיפייד ״בּאָרדער ליין״.
אדער זעהט ער דעם צוגאנג פון איינע פון די עלטערען און מאכט עס נאך, אדער איז א א געבוירענע בארדער ליין.

מ׳דארף דילן דערמיט מיט די זעלבע הלכות ווי מ׳דילט מיט א בארדער ליין. וואס זיי טוהן/זאגן, זענען זיי נישט קיין ערענסטע, נאר האבן א חשבון מיט אָלטעריער מאטיווס פאר דעם שמייכל אדער נישט שמייכל. ס׳איז א פארום פון וועלן קאנטראלן, מאניפיולירן, און זיי שפירן זיך אומזיכער, ווילן קיינמאל נישט ווערן ״צו נאנט״. ודו״ק
אין צייטן ווען ער איז רואיג איז ער זייער אפן פאר נאנטקייט און טוט אנעמען סיי וועלכע סארט ליבליכקייט, די אישו געשעט נאר ווען מ'שלעפט א קליינעם צינגל, כ'זעה נישט דוקא אז ער זאל האבן אן אישו מיטן ווערן נאנט.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

תגובה דורך mmn »

ראשית פרוביר נישט די געבן דיירעקט קאמענדס, אנשטאטס זאגן קום עסן זאגט מען ״ווער קומט עסן ערשט? אדער ווי שנעל קענסטו עסן, והשנית בנוגע זיין גוסטעס, לכאורה טאר מען נישט אריינשפילן דערין און עס געבן עטטענשאן, ענדערש איגנארן, די קינד איז א קלוג קינד און ער זעהט אז ווען ער איז גערעגט באקומט ער יעדעםס עטטענשאן, און ער גייט ארויס מיט פראפיט, ביז ס׳גייט קלעפ ווי ס׳שוין נישטא קיין לייטער אראפ, ויש להאריך אבער ליידער בין איך נישט קיין שרייבער און איך קום נישט אריין קלאר וואס איך וויל זאגן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

תבלין כנגדו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:01 am

ווייל בשעת ער האט וואס ער וויל, איז ער אין קאנטראל, איז ער רואיג, שפירט ער נישט באדרעט, דארף מען נישט שפילן געימס. די סקונדע מ׳האט א חשד אז מ׳גייט עפעס נישט באקומען, דרייט מען דעם וויידל.

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:05 am

סוי וואס איז די לעזונג?

תבלין כנגדו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:06 am

וואס איך וואלט געטאן?
עס קאסט געלט, אבער כאטשיק ווייסט מען וויאזוי צו אומגיין, ווייל מיט שפילן דעם געים איז דאס ארגסטע…

רוף אן ר׳ חיים יחזקאל ניימאן פון ווילי. ער איז שוין 30 יאר א לייף קאוטש, א מומחה דערין.
-347-560-4332

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:13 am

איז ער א מומחה ספעציעל אין די נושא אדער א מומחה אין אלגעמיין?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יו טאטע, דייאגנאזירט געווארן אויף אן אינטערנעט פארום...

השם ישמרינו.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:52 am
זיך שפילן / קאנטראלירן מיט געפילן, זיין נייס, ווייזן אומציפרידענע מינעס, איז א סורטיפייד ״בּאָרדער ליין״.
אדער זעהט ער דעם צוגאנג פון איינע פון די עלטערען און מאכט עס נאך, אדער איז א א געבוירענע בארדער ליין.

מ׳דארף דילן דערמיט מיט די זעלבע הלכות ווי מ׳דילט מיט א בארדער ליין. וואס זיי טוהן/זאגן, זענען זיי נישט קיין ערענסטע, נאר האבן א חשבון מיט אָלטעריער מאטיווס פאר דעם שמייכל אדער נישט שמייכל. ס׳איז א פארום פון וועלן קאנטראלן, מאניפיולירן, און זיי שפירן זיך אומזיכער, ווילן קיינמאל נישט ווערן ״צו נאנט״. ודו״ק
באקומען אין אישי

דאס האט לויט דיין דעסקריפציעס זיראו מיט בי פי די.

זייער טיפיקל די עידש מיט שטארקע כאראקטערן, שטרענגקייט מיט ליבליכקייט ארבעט געווענליך. אוואויד קאנפערטעישן עז מאטש עז פאסיבל, און שלאגן אנדערע איז א רויטע ליניע וואס ער מוז וויסן אז ס’לוינט נישט.

זיך שעמען מיט די עלטערן אין פובליק איז זייער א נארמאלע אויפירונג, כאטש האלב פון מיין מנין האבן דאס געהאט.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

mmn האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:04 am
ראשית פרוביר נישט די געבן דיירעקט קאמענדס, אנשטאטס זאגן קום עסן זאגט מען ״ווער קומט עסן ערשט? אדער ווי שנעל קענסטו עסן, והשנית בנוגע זיין גוסטעס, לכאורה טאר מען נישט אריינשפילן דערין און עס געבן עטטענשאן, ענדערש איגנארן, די קינד איז א קלוג קינד און ער זעהט אז ווען ער איז גערעגט באקומט ער יעדעםס עטטענשאן, און ער גייט ארויס מיט פראפיט, ביז ס׳גייט קלעפ ווי ס׳שוין נישטא קיין לייטער אראפ, ויש להאריך אבער ליידער בין איך נישט קיין שרייבער און איך קום נישט אריין קלאר וואס איך וויל זאגן
זאגסט זייער גוט, כ'האב הנאה פון די קאנצעפט פון נישט רעדן דירעקט.

הלואי ווען דו קענסט ווען יא אפשרייבן אביסל מער פון דיין ידיעה דערין.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

אבי א נאמען האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:26 am
איך מיין אז ר' שמעון גרין'ס uv קומט דא אריין
כ'וואלט געקענט באשטיין צו הערן מער וויאזוי די בוך וואלט געקענט העלפן ביי דעם פאל. כ'האב מיר קיינמאל נישט באגעגנט מיט דעם בוך.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יאנאש האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:17 am
יו טאטע, דייאגנאזירט געווארן אויף אן אינטערנעט פארום...

השם ישמרינו.
לויט ווי דאס וואס ער שרייבט.
יתכון אז ס׳איז נישט ממש אזוי 100 פראצענט וויאזוי ער שרייבט.
ווער בעט די סארט הילף א פאבליק פארום?!
האסטו א נומבער פון א פראפעשאנעל און גיי צו אים.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:27 am
יאנאש האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:17 am
יו טאטע, דייאגנאזירט געווארן אויף אן אינטערנעט פארום...

השם ישמרינו.
לויט ווי דאס וואס ער שרייבט.
יתכון אז ס׳איז נישט ממש אזוי 100 פראצענט וויאזוי ער שרייבט.
ווער בעט די סארט הילף א פאבליק פארום?!
האסטו א נומבער פון א פראפעשאנעל און גיי צו אים.
כ'האב דירעקט געשריבן אין פובליק צו הערן לעבנס עקספעריענס פון אנדערע וואס דאס קען א פראפעשינאל נישט צושטעלן.

כ'האב שוין געליינט דא עטליכע געדאנקען וואס וועט בעז"ה זיין בייהילפיג.

א דאנק ר 'יואל פאר'ן פרובירן צו אנגעבן קלארקייט.

אין די זעלבער צייט וואלט געווען זייער חשוב צו הערן פון אנדערע וועלכע האבן זיך אנגעשטויסן אין דעי ענינים.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

תבלין כנגדו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:21 am
mmn האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:04 am
ראשית פרוביר נישט די געבן דיירעקט קאמענדס, אנשטאטס זאגן קום עסן זאגט מען ״ווער קומט עסן ערשט? אדער ווי שנעל קענסטו עסן, והשנית בנוגע זיין גוסטעס, לכאורה טאר מען נישט אריינשפילן דערין און עס געבן עטטענשאן, ענדערש איגנארן, די קינד איז א קלוג קינד און ער זעהט אז ווען ער איז גערעגט באקומט ער יעדעםס עטטענשאן, און ער גייט ארויס מיט פראפיט, ביז ס׳גייט קלעפ ווי ס׳שוין נישטא קיין לייטער אראפ, ויש להאריך אבער ליידער בין איך נישט קיין שרייבער און איך קום נישט אריין קלאר וואס איך וויל זאגן
זאגסט זייער גוט, כ'האב הנאה פון די קאנצעפט פון נישט רעדן דירעקט.

הלואי ווען דו קענסט ווען יא אפשרייבן אביסל מער פון דיין ידיעה דערין.
It’s not rocket science, some kids and adults take very hard direct commands, have one of my kids I will only beat around the bush like let’s see how soon you can clean Ip your room etc. but that will only solve one issue, the moodiness issue is my second point, they realize that if they are in mood of extra dose attention they can act angry and you will try all methods on the book to please then whereas if you can ignore it and show zero respect to it but only give him attention when he is in a good mood it should stop… obviously it’s a delicate line cause you can’t make the child feel you don’t care about him… just give his regular attention the same way you do when he is normal
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: וואס קען איך טון מיט מיין פיר יעריגער יונגל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

א 4 יעריג קינד... זיי עס מחנך, כי יצר לב האדם רע מנעריו, סימפל.

אפאר סימפל שאלות אויך, א עלצטע קינד? א ערשטע אינגל נאך 7 מיידלעך? א אויסגעבעטן קינד? א מוזשיניקל? סתם אזוי געצערטל'ט? וויאזוי פירן זיך אויף די אנדערע קינדער?
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”